☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה

נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה

185 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15249
בלאט: 1 2 3 4

שמן למאור » מיטוואך אפריל 27, 2022 12:46 pm

· #498662
פרנס החודש
פעפער האב איך ליב? דעם באשעפער האב איך ליב!


Sent from my iPhone using Tapatalk
נישט די באשעפער און נישט קיין פעפער האסטו ליב

יין שרף » מיטוואך אפריל 27, 2022 3:21 pm

· #498667
פרנס החודש
[ציטאט אראפגענומען]
גאנץ א איבעראשענדער טוויסט


Sent from my iPhone using Tapatalk
שיר השירים בתפארתו, די משל מיט די נמשל..

chosen people » מיטוואך אפריל 27, 2022 8:11 pm

· #498685
[ציטאט אראפגענומען]
הרב מאטי אטיאס'ס ניגון איז יא פאר דיין איי קיו?

תנחום » מיטוואך אפריל 27, 2022 11:35 pm

· #498701
און מ'האלט שוין דא
📎 IMG-20220427-WA0063.jpg

מיין אמת » דאנערשטאג אפריל 28, 2022 12:01 am

· #498703
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
ברוינשטיין
איז אַזוי, @אנאנים דו קומסט אַריין גאַנץ קלאָר און דייטליך, איך וואָלט צוגעלייגט נאָך אַ פונקט אַז דאָס איז נישט קיין ליבע ניגון, בסך הכל וויל ער האָבן\טרעפן ליבע, אָבער ער ברענגט בכלל נישט ארויס קיינע געפילן פון ליבע צו אַ מיידל וועלכע ער ליבט, אָבער אויף דעם קען מען שוין דעבאַטירן אויב עס הייסט ליבע אָדער נישט.

דאָך! גלייך איך די פאַקט אַז עמיצער האָט גענומען די גאָטס צו אַרויסגיבן אַזאַ ניגון, טראָץ דעם וואָס די ניגון איז נישט עפעס ווייסעכוואָס שיין און טראָץ דעם וואָס מ'קען זאָגן אַז ס'שמעקט פון אינטענטשאָן וכו' דאָך, דאָך, דאָך! פריי איך זיך מיטן ניגון.

ווער ווייסט אפשר מאַכט ער אַ פרישען קריץ אין די סיסטעם שטיין, די ערשטער קומט טאַקע אריין אַביסל פאַצעריש, אָבער אפשר אין די ציקונפט וועט דאָס יאָ ברענגען געווינטשענע סחורה, לאָמיר האָפן.
As you said, can't say it better!

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 28, 2022 6:36 am

· #498717
אנאנים, אלעס פיין אראפגעלייגט, אבער וועם באדערט עס? ער שטערט דען איינעם?

טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 28, 2022 1:48 pm

· #498730
דו פיהלסט דיך ווי א פארטרעטער פון יהדות החרדית? ער פיהלט פונקט אזוי. דער וואס האט דיך געשטעלט פאר א פארטיידיגער האט אים געשטעלט אלס א קריטיקירער. דער וואס האט דיך איינגערעדט דו האסט גענוג געטוהן צו זיין א טאן גיבער האט אים געזאגט אז מ'ברויך גארנישט טוהן נאר עפענען א מויל. ס'איז פריה ספיטש אין די וועלט. אז דו וועסט אים אפשלאגן, קום ארויס ברבים אדער מאך דו דיינע אייגענע ארט.

דו האסט טאקע א מיאוסע פעדער אבער א פיסקל (און א חוש פאר נגינה) האט ער א בעסערס און למעשה, על אפך ועל חמתך ראָקט זיין ניגון און ווער ס'האט ער עס, הערט עס לכה"פ צוויי מאל. מיין קליינע טאכטער האט געבעטן זי וויל עס איבערהערן! כ'האב פאר דיר נייעס, קיינער וואס הערט עס (חוץ אפאר אומפארגינערס, דזשעלעס פיפל און מענטשן וואס פיהלן אז זיי זענען אן עמבאָדימענט פון די סיסטעם און ווער ס'האט געטשעפעט מיט זיי האט געטשעפעט מיט די סיסטעם) טראכט אז דער אינגערמאן רעדט סתם אין די וועלט אריין. נישטא קיין רויעך אהן א פייער. אז דאס שלום בית און דאס ליבע-לעבן ביי דיר און ביי דיינע חבירים איז פיין, וואויל פאר דיר און פאר זיי. ס'איז אבער נישט קיין סוד אז הונדערטע מענטשן מאכט מען חתונה ביים ציבור החרדי אזוי ווי ער מאלט אויס און אז די א.ג. "סיקרעט" וואס מיר פארקויפן אז יעדע זיווג וואס איז נישט אראנזשירט וועפט צום סוף אויס איז אן עקספייערטע שטיקל הערינג וואס איז אפילו נישט גוט אויף שלש סעודות צומאכן. און כמעט יעדע גרוש/ה אדער פארזעצטע/ר ל"ע וואס האט אמאל געהאט א חלום צו זיין א גרוש/ה קען זיך אידענטיפיצירן מיט אסאך פון די דעטאלן וואס ער פארציילט בנוגע זיין מיטמאכונג דורכאויס דעם פראצעס.

נארוואסדען, פריערט האב איך נישט געהאט צוגעהערט צו עני פון זיינע אינטערוויאוס. יעצט טראכט איך, ווען ער מאכט ווען די ניגון אליינס און גיבט נישט קיין אינטערוויאוס וואלט אים/עס יעדער ליב געהאט. די צארן מיין איך איז מחמת די הטפת מוסר. נו, ליפא, מיט אונגאר מיט אילאוויטש און פאלקאוויטש און אלע וויטשע"ס א.א.וו. געבן נישט קיין מוסר דרשות?? פארוואס מוז ער זיין אנדערש? ומה יעשה הבן אז ער גלייכט דוקא מער א מיידעלע ווי אווערנייט קוגל מיט אוה"ח אין ליל שיש רעסטאראנט, דאנערשטאג ביינאכט אויף א גגנב'טע ניגון.. אבער נאך אלעמען, אזוי צו אזִי, וואס פארשטייט אן OTD? 😂

טאמבל סאס » דאנערשטאג אפריל 28, 2022 5:11 pm

· #498736
איך וועל אייך זאגן פארוואס ס'עסט זיי אזוי, די יהורםס פון קאווע שטיבל. דאס איז ווייל די ניגון איז אין אידיש. מתחילה חשבו אבותינו אז מ'וועט רעדן נאר אידיש וועט מען זיך אבשיידן פון אלע ארום און מ'העט גארנישט וויסן און הכל על מקומו יבוא בשלום. אדער הכל על מקומם ירעו עד שיסתאבו. זענען געקומען א נייע דור, אזוינע יהורםס און אנגעהויבן אריינברענגען דברי חול על טהרת הקודש, אין אידיש. דא עקא אז זיי האבן זיך דערקלערט בעה"ב פון די לענגוויטש - נאר זיי זענען מוכשר צו זאגן וואס גיבט און וואס נישט. איז אבער געקומען נאך א נייערע דור, א דריטע צו א פערטע דור און לערנט אונז אז ניין, נישטא קיין בעלי בתים אויף אידיש. בעלעבוס איז דער וואס רעדט עס. אז דו האסט נישט ליב א ניגון, פיין. פארדאַם עס ביז מארגן. אבער קומען שרייען אז ער איז אין בעסטן פאל א מוסר-זאגער, אן איינגערעדטע מושיע, אן אטענשאן סיקער און א פארביטערטער און אין ערגסטן פאל א באנדיט, א חזיר, א שקרן, א רעבּעל און א דר'ערדליגער - איז געשריגן אל העצים ואל הביצים.

"ער האט נישט ליב אז ער דרייט זיך ארום אין די סטאנציעס און איז מסביר אז עס קומט פאר א ׳סערה בעולם החרדי" איינער האטיך געפרעגט? האסטע געהערט! ער האט נישט ליב..

נעם דיר שלמה זייאנץ צוזאמען מיט יוסי געשטעטנער און פאלאטשעק און גיידיר צו די סטאנציעס אפשרייען און איינשטילן דעם הויזן-שטורעם. זייט זיי מסביר אז ביי אונזערע מוסדות, ביי די טיים מען קומט צו כיתה ח' ט' און זעלטן אביסל שפעטער, איז ביי קיינעם נישטא מער קיין שטורעם אין די הויזן. (דער שטורעם געפינט זיך איבערן הויזן; פון די שלעק פון דעם מלמד'ס פאסיק.) זאגט זיי אז דער שומרי אמונים איז אן אויסנאם. ביי זיי איז מען ספעציעל זונדיג אין די אינגע יארן..

פרנס החודש » דאנערשטאג אפריל 28, 2022 7:44 pm

· #498744
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
אויף קאווע שטיבל איז שוין איינמאל דא א שטורעם….


Sent from my iPhone using Tapatalk

בְּתוֹךְ עַמִּי » דאנערשטאג אפריל 28, 2022 8:53 pm

· #498751
שאלתיאל
זייער קלאר!
די רעדע איז בכלל נישט בנוגע חתונה מאכן א קאפל וואס קען זיך (נאך)נישט...

די פוינט איז הימל שרייענד אז בחורים ׳און מיידלעך׳ האבן חתונה אָן וויסן וואס ׳אהבה׳ צו א לעבנ׳ס שותף מיינט בכלל.

בת קול » דאנערשטאג אפריל 28, 2022 9:55 pm

· #498753
[ציטאט אראפגענומען]
צו עס געפעלט דיר צו נישט איז ער גערעכט.
אפילו אינטער די קויליסן אויף אייוועלט האט מען געשטורעמט דערוועגן. (כ'האב מיינע סאורסעס...)
יעדער רעדט דערפון. העק, אפילו דו רעדסט דערפון.

איז וואס פונקטלעך לייקענסטו דא?

שאלתיאל » פרייטאג אפריל 29, 2022 7:13 am

· #498775
איך גיי וואנזיניג פאר דעם שמאלציגן דעבאטע.

טאמבל סאס » פרייטאג אפריל 29, 2022 8:46 am

· #498778
עס קוקט נישט אויס אז דער דעבאטע וועט צולאנג אנהאלטן ווייל יהורם איז זייער באליידיגט אז כ'האב באליידיגט זיין פעדער. וחוץ מזה, האט ער נישט געלאזט קיין סאך זאכליכע שטאף ביים לעצטען באמאכאכץ ציוואס כ'זאל מיך דארפן ערנסט באציען. טענו לו בחיטים והודו לי בשעורים. כ'רעד פון א ניגון קומט ער מיט דראגס און שבתי צבי. מיך גייט נישט אן וואס מנדל טוט דורכן טאג, פון מיר אויס זאל ער טראגן א זאָק אויפ'ן קאפ פון צופרי ביז ביינאכט און זיין היי ווי א קייט. איך פיהל נישט דעם סיסטעם'ס פארטרעטער אין מחליט זיין וואס ברענגט יא אדער נישט א גוטע נאמען פאר די סיסטעם און אויך נישט גאט'ס פארטרעטער אין אבשאצן וועמענ'ס ניגון זאל מעגן מחנך זיין ("טאר נישט טיילן קיין דעות פאר מענטשן..") אונזערע קינדער און וועמענ'ס נישט (מצידי קיינער פון זיי). מיר זענען אלע אינדיווידועלן און מיר האבן אונזערע אייגענע טשויסעס צומאכן פאר אונז און פאר אונזערע קינדער (אלס אינדיווידועלן..) און גראדע האלט איך אז "א ניגון איך וויל ליב האבן א מיידעלע" וועט יא אויפטוהן! (אז דו ווילסט אונזערע חילוקי דעות רעדוסן צו נאר די גאנץ לעצטע נקודה, און צוריקציען פון די רעסט, קען מען שלום מאכן..) ווי אויך האלט איז אז ס'איז פערצופאל יא א שיינער תנועה און גוט דערליווערט.

לערן דיך שוין אויס אז נישט יעדער וואס מאכט א שטיקל ארט איז עס דוקא אויף לקנטר אדער א געגן-רעאקציע. ווי כאילו נאר כדי ער זאל קריגן א איסור. ס'ארא נארישקייטן צורעדן. אז ער זאגט אזוי אין די סטאנציעס מיינט ער צו דרוקן ווי ווייט אזא ניגון איז קאנטראווערסיעל (און דאס בין איך מודה עס איז). אז ער וואלט געהאט א הוא אמינא אז די אוידיענץ וועט עס נישט גלייכן אדער וועלן זיך אפשרעקן פון אן איסור וואלט ער עס אוודאי נישט געמאכט. און דאס אז "מען קומט נישט ארויס קעגן אים" גייט אים מסתמא אן א לאך אין קאפ. מענטשן אינדרויסן פון וויליאמסבורג אינטרעסירט נישט וואס זלמן לייב פיללאפ קאַטשקעט. און אפי' אויך נישט דער אנדערער זלמן..

איך האב נישט געזאגט דו מעגסט נישט אויסדרוקן דיין מיינונג, נאר כדי אז מענטשן זאלן נישט פארבלענדעט ווערן פון דיין שפראך אדער נישט מערקן די לעכער אין דיינע ארגומענטן און מיינען אז די אינטעליגענציע האט בפה אחד דן געווען דעם ניגון צו די מיסט-קאסטן האב איך געוואלט פרובן שטעלן אן אפווארוף. אפילו אויב נישט אזוי קלוג, אדער געשליפן, געשריבן ווי דיינס, כאטשיג אזוי מיאוס ווי דיינס..

ברוינשטיין » פרייטאג אפריל 29, 2022 11:03 am

· #498792
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
@אנאנים, אמת טאַקע אַז די רבנים זענען נישט ארויסגעקומען מיט קיין איסור (ווי ווייט איך ווייס), דאס איז אָבער נישט צוליב וויבאַלד זיי האַלטן אַז ס'איז נישט אַזוי געפערליך. די שווייגעניש קומט פון אַ שטאַנדפונקט אַז דער ניגון איז אַזוי אָפגעפרעגט, אַז מען ברויך ניטאַמאָל דאס פאַרדאַמען.

האָסט שוין אַמאָל געזען אַן איסור אויף עידן בן זקן? אוודאי נישט. האָבעך פאַר דיר נייעס אַז עידן בן זקן און מענדל ראטה שטייען יעצט אינעם זעלבן טעריטאָריע (אין די אויגן פון אונזערע רבנים)

צקון לחש » פרייטאג אפריל 29, 2022 2:56 pm

· #498813
ברוינשטיין
האָסט שוין אַמאָל געזען אַן איסור אויף עידן בן זקן? אוודאי נישט. האָבעך פאַר דיר נייעס אַז עידן בן זקן און מענדל ראטה שטייען יעצט אינעם זעלבן טעריטאָריע (אין די אויגן פון אונזערע רבנים)
איך פריי מיך צו הערן אז ס'זענען פארהאן רבנים וואס קענען עדן בן זקן 😃

שפילער » פרייטאג אפריל 29, 2022 4:26 pm

· #498819
אן אריינצוגיין אין די ניגון צו סאיז גיט צו נישט מיין איך אז סאיז נישט שיין עים צו judgen אז ער איז אויף דראגס . סייקאדאליק דראגס איז דראגס וואס רופאים היילן מענטשן פון טיפע מענטעל פראבלעמען אין אז ער האט גענימען דערפון איז ער נישט אפגעפרעגט אפשר האט עס עים א דאקטער געגעבן און אז ער מאכט ניגונים וועגן דעם איז דאך גיט דאס מיינט אז זיין הארטץ ווערט אביסל אפן און היילט זיך

פרנס החודש » פרייטאג אפריל 29, 2022 5:10 pm

· #498825
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
ברוינשטיין
@אנאנים, אמת טאַקע אַז די רבנים זענען נישט ארויסגעקומען מיט קיין איסור (ווי ווייט איך ווייס), דאס איז אָבער נישט צוליב וויבאַלד זיי האַלטן אַז ס'איז נישט אַזוי געפערליך. די שווייגעניש קומט פון אַ שטאַנדפונקט אַז דער ניגון איז אַזוי אָפגעפרעגט, אַז מען ברויך ניטאַמאָל דאס פאַרדאַמען.

האָסט שוין אַמאָל געזען אַן איסור אויף עידן בן זקן? אוודאי נישט. האָבעך פאַר דיר נייעס אַז עידן בן זקן און מענדל ראטה שטייען יעצט אינעם זעלבן טעריטאָריע (אין די אויגן פון אונזערע רבנים)
איך בין מסכים מיט דיין נקודה, אבער למעשה איז עס צוויי וועלטן,עדן זינגט אויף העברעאיש וואס אונזער עולם פארשטייט נישט און קען נישט דערמיט קאנעקטן משא״כ אונזער בחור זינגט א היימישן אידיש .
דאס אז ליל שישי האט זיך ארויפגעכאפט דערויף ווייזט נאר ווי פאפולער עס איז, און עס פארט ארום אין אלע ישיבות.
איך טראכט דאס די סיבה פ״וו מען זעט נישט די חברה ווילדעווען
איז פשוט ווייל זיי ווערן צוטומלט פון די חוצפה און אויסגעשפראכקייט און זיי ווייסן נישט ווי אזוי צו רעאגירן, זיי ווייסן נאר ווי מען האנדלט מיט א נייע סטיל שייטלען.
יעצט לגופו של דבר, דער תנועה איז נישט שלעכט, די ווערטער זענען זייער נעבעכדיג, אבער איך זע עס אין טייל אלס רעזולטאט פון אונזער ארימע שפראך וואס פארלירט יעדעס יאר נאך ריזיגע שטיקער פון איר וואקאבולאר, אבער עס איז נישט מעגליך צו פארלייקענען אז א מאנגל אין אויסשפראך גייט האנט אין האנט מיט א מאנגל אין געפילן, דא קומט אבער די האקעלע נקודה, נעמליך מען האנדלט דא נישט מיט קיין ליעבעסליד, און אלס ליעבעסליד וואלט עס טאקע געווען א מאסיווע דורכפאל, אבער טאקע דאס ברענגט ער ארויס ווי שטארק ער וויל ליב האבן נאר ער קען נישט, און ער ברענגט עס ארויס מיט א צעבראכענע און צוהאקטע שפראך.
לסיומו של ענין, פיל מענטשן קענען זיך אידענטיפיצירן מיט דעם ליד,
און ניין עס איז נישט קיין ליעבעסליד און עס פרובירט נישט צו זיין, אבער עס איז יא א זייער שטארקע רוף פאר אונזער געמיינדע צו צילן אין יענעם ריכטונג.
למעשה בלייבט איבער צו זעען וואס אידיש וועט קענען פראדוצירן אין די צוקונפט.

פרנס החודש » פרייטאג אפריל 29, 2022 5:40 pm

· #498835
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
[ציטאט אראפגענומען]
לגבי דעם וואס יהורם שרייבט אז ״ווילאנג מען וועט נישט אויסרייסן דעם סיסטעם פון ווארצל וועט זיך גארנישט רוקן״.
אין די היסטאריע פון דער מענטשהייט האט נאכנישט פאסירט אז מען האט א געוויסע קולטור אויסגעריסען פון ווארצל אויסער דורך א קעניג, ממילא דאס גייט נישט פאסירן, פינטל.
דער וועג פאראויס איז מיט קליינע טריט , נאך איין ארטיקל אין וועקער, א נייע מוסד געעפנט אין מאנסי, א שעה מער לימודי חול אין סאטמאר וומסב״ג, אא״וו. עס גייט נעמען יארן אזוי ווי יעדע גוטע זאך, איך פערזענליך בין אוועק פונעם סיסטעם ווייל איך קען נישט ווארטען אזוי לאנג,אבער עס מוז זיין מער מענדל ראהטס, עס זענען דא פיל טאלאנטפולע מענטשן וואס ווארטן צו זעען וואס וועט זיין די רעאקציע צו אזא זאך, אויב ווערט מענטשליכקייט אן ארטיקל ביי אונזער ציבור ,איז דא א האפנונג פאר קומענדיגן דור פון אינגע ארטיסטן זיך צו נעמען גלאריפיצירן וויסנשאפט און שכל אויף דעם זעלבן פארנעם ווי די היינטיגע זינגער פארהערליכן שוואכקייט און וואנזיניגקייט.
צום פינטל , צו לאכן פון מענדל ראהט איז ווי צו שפעטן פון א קינד וואס לערנט זיך צו גיין.

קאצקע ציקער » פרייטאג אפריל 29, 2022 6:12 pm

· #498839
[ציטאט אראפגענומען]
https://www.facebook.com/100009730995020/posts/1706080296392987/

השם ירחם וואס דעי זכר ווארפט צאם וועגן סייקאדאליק און שבתי צבי דער איז הויעך אויף א טריפ....

@אנאנים ער טוט עס דירעקט נישט אינדארסירן ער זאגט קלאר אז סנישט פאר יעדן

פרנס החודש » פרייטאג אפריל 29, 2022 6:44 pm

· #498849
מיט א בליק אין היסטאריע זעט מען דאס די מיסטישע חברה זענען זייער גוט צונוצגעקומען אויפן שלאכטפעלד קעגן רעליגיעזע ראדיקאליזם... די עיקר סיבה פון די התנגדות צו קבלה און חסידות איז דאך דאס. זיי האבן געוואונען מיט חסידות וואס איז ליידער אויסגעליידיגט געווארן פון יעדעס ביסל מיסטישקייט שוין ביים דריטן דור תלמידי בעל שם. אבער אפשר קען מען עס צוריקברענגען היינט אז מאריכואנא איז שוין לעגאל... נישט אז איך ציל דערצו, נאר אויב השכלה איז אוממעגליך דאן כאטש חסידות.

שאלתיאל » מוצ"ש אפריל 30, 2022 5:29 pm

· #498860

וואלווי » מוצ"ש אפריל 30, 2022 11:39 pm

· #498865
פרנס החודש
מיט א בליק אין היסטאריע זעט מען דאס די מיסטישע חברה זענען זייער גוט צונוצגעקומען אויפן שלאכטפעלד קעגן רעליגיעזע ראדיקאליזם... די עיקר סיבה פון די התנגדות צו קבלה און חסידות איז דאך דאס. זיי האבן געוואונען מיט חסידות וואס איז ליידער אויסגעליידיגט געווארן פון יעדעס ביסל מיסטישקייט שוין ביים דריטן דור תלמידי בעל שם. אבער אפשר קען מען עס צוריקברענגען היינט אז מאריכואנא איז שוין לעגאל... נישט אז איך ציל דערצו, נאר אויב השכלה איז אוממעגליך דאן כאטש חסידות.
דער פרנס רעדט צום זאך...

מילך טראק » זונטאג מאי 1, 2022 6:17 pm

· #498934
ער איז אזוי גערעכט זייער אסאך אינגעלייט ווייסן נישט וואס מיינט אהבה, אבער איז איך זעה נישט אז דעיס זאל מאכן א טויש ביי די חסידים ווי מען מאכט איין בעשאו פאר די שידוך

ברוינשטיין » זונטאג מאי 1, 2022 6:20 pm

· #498935
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
ווער וועט ליבן מענדעלען, א הויכע נשמה.
https://youtu.be/H4XGaBkZXOE

ער איז צעדריבלט ווי צעפלאַטשקעטע רעגן טראָפן אויף ווייכע מדבר זאַמט.

אבער למעשה גיי איך פאַר אים ניסלעך.

פרנס החודש » זונטאג מאי 1, 2022 6:30 pm

· #498938
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
איין טראפ וואסער און נאך א טראפ וואסער מאכט א לאך אין א שטיין ….
ערווארט נישט פון קיין שום זאך צו ״מאכן א טויש ביי אונזער עולם״
א טויש געשעהט נאך אסאך אסאך רעדן און זינגען און שרייבן איבער א נושא הייבן יחידים אן זיך אנצופייפן און אנדערע זעען אז עס געשעהט נישט גארנישט און עס ווערט אנשטעקיג. זאכן קענען זיך טוישן ביז א יאר צוויי אויב דער עולם איז נישט צופרידן.

דערהויבענע איד » זונטאג מאי 1, 2022 7:43 pm

· #498948
איך בין זייער דיסעפוינטעט פון קאווע שטיבל אז מ'רייסט אזוי אראפ ר' מענדל. אפאר ניקים זעט מיך פשוט אויס אז זיי לעבן אויף האקן, אמאל אויפ'ן סיסטעם, און אמאל סתם וויינען אויף גארנישט.

די ניגון איז א רעוועלאשן שאין כדוגמתו. פונקט אזוי ווי ''טרעק 5'' פון מיכאל האט אריינגעברענגט א פרישקייט ביי די בחורים על אחת כמה וכמה גייט דאס בעה''י מאכן א טויש.

אן ''איבערקערעניש'' איז נאכנישט געווארן ווייל די ניגון איז ארויס קוים א וואך צוריק, ווארטס נאר ווארט'ס ביז די בחורים ענדיגן בין הזמנים אין גייען מאכן צימעס מיט דעם.

לאמיר האפן אז ס'וועט ברענגען א סוף צי די עקלדיגע וועג ווי אזוי מ'צווינגט מיידלעך און בחורים צו חתונה האבן, לאמיר האפן אז ס'זאל נאר מרבה זיין ליבע, נארמאלקייט, און מענטשליכקייט ביי אחינו כל בית ישראל.

מרדכי מרדכי » זונטאג מאי 1, 2022 7:44 pm

· #498949
איינע פון די תגובות
📎 Screenshot_20220501-194323_YouTube.jpg

דרויסענדער » זונטאג מאי 1, 2022 10:11 pm

· #498964
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
[ציטאט אראפגענומען]
ברעיקינג ניוז, כ'ווייס נישט אין וועלכע בתים מדרשים דו דרייסטעך, אבער וואו איך גיי און וואו איך שטיי רעדט מען דערוועגן. אלעס אויפגעקלערטע בחורים און יונגעלייט האבן א מיינונג, א שיטה, דער זאגט ער איז משוגע אינגאנצן, דער צווייטער זאגט אז ער איז דער העלד פונעם יארהונדערט א.א.וו. אויף יעדע וואטסעפפ גרופ האט מען צוקייעט די ניגון, און ביי יעדע קופקע האט מען גערעדט דערפון.

וועמען פאפסטו? כ'האב מורא אז דיך אליינס, קיינעם מער.

לגבי די שרעקליכע טענות אז ער פארציילט פאר די מידיע אז ס'טוט זיך א שטורעם: כ'מיין וואס ווילסטו פון איהם? גיי קוק דורך די קאמענט סעקשאן אויף זיין יוטוב ווידיא. שטעל דיך נאר פאר די סומע העיט קאממענטס וואס קומען איהם אריין. וואו ער גייט און וואו ער שטייט באקומט ער קאממענטס איבער די ניגון, מענטשן שעלטן איהם אויס דערפאר שוין פון פאר ער האט עס ארויסגעגעבן לאור עולם. יא, פון וואו ער שטייט טוט זיך א שטורעם, דאס איז די מציאות. ער קען דאך נישט קוקן דורך דיינע אויגן און זעען וואס דו זעהסט, ער קען נאר זעהן די מציאות וואס שפילט זיך אפ פארנט פון איהם.

יאסל ראקאווער » זונטאג מאי 1, 2022 10:34 pm

· #498965
די סארט דראגס פון וואס עטץ רעדסט איז גאר העלטי פאר אסאך
📎 Screenshot_20220501-203638_WhatsApp.jpg

פאלגזאם » זונטאג מאי 1, 2022 11:03 pm

· #498968
צקון לחש
ברוינשטיין
האָסט שוין אַמאָל געזען אַן איסור אויף עידן בן זקן? אוודאי נישט. האָבעך פאַר דיר נייעס אַז עידן בן זקן און מענדל ראטה שטייען יעצט אינעם זעלבן טעריטאָריע (אין די אויגן פון אונזערע רבנים)
איך פריי מיך צו הערן אז ס'זענען פארהאן רבנים וואס קענען עדן בן זקן 😃
נעה נאר אונז ווייסן, ווייל אונז זעמיר טשילד.

יעקב מעקסוועל » מאנטאג מאי 2, 2022 2:18 am

· #498977
ממש א תענוג צו דורכליינען די דעבאטע דא, יעדער ברענגט ארויס שטארקע נקודות.

די פראז האט גערעדט די מערסטע צו מיר.
פרנס החודש
צום פינטל, צו לאכן פון מענדל ראהט איז ווי צו שפעטן פון א קינד וואס לערנט זיך צו גיין.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 2, 2022 7:03 am

· #498985
berlbalaguleh
איך פרעג אן אנדערע קשיא. פון וואו קען הרב הצדיק ר' מענדל ראטה שליט"א אזא געשליפענעם עברית?! און אונז וויל מען פארקויפן לאקשן אז שומרי אמונים איז פון די שטערקסטע אנהאלטערס פון די שיטה הק'. אויך. דער אלטער שומרי אמונים רבי זצוקללה"ה איז איינער פון די גרעסטע ריעל עסטעיט באזיצערס אין די טמא'נע מדינה.
עס באלאנגט בכלל נישט אין דעם אשכול (שוין ווייטער....) אבער אז דו פרעגסט אזוי שיין... דו מישט אויס די תולדות אברהם יצחק/אהרן חסידות (וועלכע שטאמט טאקע פון שומרי אמונים) מיט די היינטיגע שומרי אמונים.

שאלתיאל » מאנטאג מאי 2, 2022 12:57 pm

· #499025
איך וויל מסביר'ן מיין הארץ ווייטאג וואס איך האב פון דעם ניגון.

1. איך האב גארנישט קעגן זינגען ליבע ניגונים. איך האב גארנישט קעגן נעמען דראגס. איך האב אויך גארנישט קעגן מאכן פראוואקציעס און זוכן אויפמערקזאמקייט אויף יעדן וועג וואס נאר שייך. פארקערט, פון מיין זייט זאל ראטה זינגן אז ער האט ליב א בחור, זיך אנשטאפן מיט דראגס און אראפטאנצן פון צען דעכער און שפעטער זיך אינטערוויורן דערויף ביי צען סטאנציעס און עס ארויפלייגן אויף פעיסבאק צו באקומען צען לייקס.

2 וואס ס'שטערט מיר איז אז מענדל ראטה קליידט אן די אלע זאכן מיט רעוואלוצינערישע קליידער. ער נוצט אויס אונזערע געמיינדע און אירע פראבלעמען כדי צו באקומען זיין פארציע אויפמערקזאמקייט, ער כאפט א טרעמפ אויף מיין רוקן אלץ ארטדאקסישן איד כדי צו באקומען א האלבע אינטערוויו אין ערוץ 14 אלץ דער 'משפיע וואס מאכט אן א שטורעם אין די פרומע ציבור'. ווען איך זעה אז דער מענטש האט שוין געטון יעדער פראוואקאציע וואס נאר שייך, ווי ער זוכט בחורין ובסדקין וואס קען אים מאכן מער פעימעס פארשטיי איך אז דאס ניגון סך הכל נאך איינס אין די סעריע. ס'איז אזוי דורכזיכטיג, אזוי קלאר. און ס'גייט קומען נאך, מיטן עסן קומט דער אפעטיט.

וואלווי » מאנטאג מאי 2, 2022 1:39 pm

· #499030
אין איין שורה, וואס שטערט "דיך"?

די דראגס, שפרינגען פון דאך, די אינטערוויוס, און די לייקס, פארגינסטו עם, נאר זיין געפיל אז ער פילט ווי א רעוואלוציאנער שטערט דיך? אלעס ביסטו מסכים און גרייט אוועקצוגעבן (כאילו דו ביסט מנהיג לבירה און ער דארף דיין רשות...) אלזא, וואס איז דיין "הארץ ווייטאג"?

אה. די טרעמפ אויף דיין ארטאדאקסישן רוקן...

זאל זיין מער טרעמפערס און ווייניגער ארטאדאקסן. נישט נאר ס'זאל זיין, נאר ס'גייט זיין. די ארטאדאקסן האבן א ברירה אדער געסטע הארץ און ספעיס פאר א יעדן, אפי' פאר מענדל ראטה דער אטענשאן זיכער טריפער, אדער גייט מען טרעמפן אויף דיין רוקן ביז דער רוקן וועט ברעכן.

פארוואס דארף דאס גריבלען מיט אזא מאס אומפארגינערישקייט? קיינער צווינגט נישט עם געבן אטענשאן. ליין נישט קיין סאשעל מידיע אויב דו האסט הארץ ווייטאג. ער איז די זעלבער יוד ווי אוקראינישע פליטים וכו' וכו'. פון ווי נעמט זיך אזא מין שנאת ישראל צו א מענטש וואס האט קיינעם דא נישט בא'גנב'עט? ער איז אבוויעסלי נישט אין די סטאבילע מצב פון א שיינער איד מיט א שיינע שטוב וכו', און צו דעם איז ער נאך אויפגעוואקסן אין די פאנאטישסטע משפחות אין די חרדישע וועלט. ווער דען איז א מבקש אויב נישט ער? ווער דען דארף אונזער הארץ אויב נישט ער? אזוי אראפצוקלאפן א מענטש וואס פייניגט נישט קיינעם מיט זיינע משוגעת'ן? נישט צו פארשטיין וואס פאר א פארביסנקייט מ'טיילט דא אויס פאר א צווייטן איד.

אפשר האט מען מורא ווי אזוי אונז "חרדים" וועלן אויסזעהן אין די אויגן פון די סעקולערע מידיע? פאר א נארישע אינטערוויו קומט אזא האס? זעט אויס ווען מ'נעמט מענדל ראטה און מ'זעט עם אלס א רעפלעקשאן פון אונזער סאסייעטי, ממילא ציפט עס זייער שטארק. האסט א פראבלעם ווי אזוי ער שטעלט זיך אויס פאר די חילונים? געדענק, אין חדר איז ער געגאנגען אין בני ברק, נישט אין תל אביב, און אז מ'האט נישט ליעב וואס מ'זעט ביי זיך ציפט עס טאקע זייער שטארק. ווען די סיסטעם פעילט נישט קיינעם איז נישט דא קיין האס, ווען ער גייט נישט פאבליק מיט'ן ניגון וואלט נישט געווען קיין רעש, ווען ער מאכט עפעס א מעידזשאר קנאק פון א ניגון וואלט נישט געווען קיין רעש. אז ער טוט עפעס וואס די "חרדי'שע" וועלט שמעקט נישט אדער ס'פאסט נישט, דארף מען באפאלן און נוצן אויסדרוקן פון אומפארגינערישקייט? וואס דען מיינט אהבת ישראל אויב נישט דעס.

שאלתיאל » מאנטאג מאי 2, 2022 2:12 pm

· #499032
מיי פרעינד יו דאנט געט דע פוינט. איך פארגין ראטה פון גאנצן הארץ, איך נעם אים אן וויאזוי ער איז, לאוו אנד פיס (בעיקר רחמנות אין דעם פאל) פאר עוורי יומען ביאונג, אדרבא זאל ער באקומען אטענשאן פון דא ביז האנולולו. פון דער אנדערע זייט קומט מיר ארויף דאס בלוט אין קאפ ווי ער נוצט אויס אונזער געמיינדע פאר ביליגע פראוואקציעס, ער כאפט זיך ארויף אויף יעדער קאנטערווערסיאל זאך וואס נאר שייך און מאכט מטעמים דערפון און דער עולם שטייט ביים זייט געפעלעפט פון דער ''קוראזשפולער רעוואלוציונער''. נאר דאס פעלט אונז אויס ער זאל אנהייבן סעלעברעטן יעדער פראלבעם פון אונזער קאמיוניטי.

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 2, 2022 2:14 pm

· #499033
ער איז אן ארטיסט. אן ארטיסט, אז ער האט עפעס קריעיטיוו אין בויך מוז ער עס שערן. אביסל אזוי ווי דער נביא. כ'ווייס נישט ווי ווייט ס'האט מיט אטענשאן צוטוהן. נארוואדען, נישט יעדעם'ס ארט איז שיין..

וואלווי » מאנטאג מאי 2, 2022 2:16 pm

· #499034
שאלתיאל
מיי פרעינד יו דאנט געט דע פוינט. איך פארגין ראטה פון גאנצן הארץ, איך נעם אים אן וויאזוי ער איז, לאוו אנד פיס (בעיקר רחמנות אין דעם פאל) פאר עוורי יומען ביאונג, אדרבא זאל ער באקומען אטענשאן פון דא ביז האנולולו. פון דער אנדערע זייט קומט מיר ארויף דאס בלוט אין קאפ ווי ער נוצט אויס אונזער געמיינדע פאר ביליגע פראוואקציעס, ער כאפט זיך ארויף אויף יעדער קאנטערווערסיאל זאך וואס נאר שייך און מאכט מטעמים דערפון און דער עולם שטייט ביים זייט געפעלעפט פון דער ''קוראזשפולער רעוואלוציונער''. נאר דאס פעלט אונז אויס ער זאל אנהייבן סעלעברעטן יעדער פראלבעם פון אונזער קאמיוניטי.
אלעס פארשטיי איך אויך. וואס איך פארשטיי באמת נישט, איז פארוואס קומט אבער ארויף בלוט אין קאפ? וואס די געפערליכע זאך וואס איז אחת דתו? פארוואס אזא מין רעגעניש?

שאלתיאל » מאנטאג מאי 2, 2022 2:21 pm

· #499037
ווייל איך זעה דא א צינישע ביליגע פראוו צו טאנצן אויף די פראבלעמען פון אונזער קאמיוניטי, צו אויפרייסן יעדער קאנטערוועריסעלע זאך, פאר אייגענע געברויכן.

קל וחומר » דינסטאג מאי 3, 2022 2:24 pm

· #499183
לא זכיתי להבין על מה יצא הקצף.

סך הכל האט ער ארויסגעגעבן א ניגון איבער א נושא וואס פארלאנגט טויש אין אונזער געזעלשאפט.

בנוגע צו האט געמיינט אינגאנצן לשם שמים אדער להנאת עצמו דורש איז בכלל נישט נוגע, מתוך שלא לשמה בא לשמה וקבל את האמת ממי שאומרו.

דאס איז מיר זיכער א פלא, אז פון די רבנים האט ער נישט געקריגן קיין קריטיק אבער פון קאווע שטיבלער קריגט ער הייסע האסע ווי כאילו ער האט בא'עול'ט א גאנצע געמיינדע...

אן ארטיסט וועט ארויסגעבן זיין ארט. פינטל.

מיר זעט אויס ווי מאנכע קריטיקירער מיינען גארנישט צו קריטיקירן דעם ניגון אדער די כונה, נאר גאר צו צייגן פארן עולם ווי שארף זייער אויג איז און ווי גוט זיי קענען אנאליזירן מענטשן מיט א סוביעקטיווע בליק וכו' און זענען גרייט צו פארשמירן א העלדישע נשמה וואס האט געעפנט א נייעם טירל צו תיקון עולם החרדי.

ליפא » דינסטאג מאי 3, 2022 2:43 pm

· #499185
אויב איז עס להנאת עצמו הוא דורש איז ער קיין העלדישע נשמה.

יהודי פשוט » דינסטאג מאי 3, 2022 3:07 pm

· #499187
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
שוין יארן דרייט זיך אן ארטיסט אין די בארא פארק'ער גאסן און קיינער אנערקענט נישט אין זיין ארטיסטישקייט... ער הייסט סנדק! ער דרייט זיך ארום און זינגט גאונישע ניגונים, שארט ארויס פון ארבל בליציגע רעיונות געפלאכטן מיט שמאלציגע דברי תורה, און מבהילדיגע ראשי תיבות...

בקיצור, די וועלט פון משוגעים איז א פארגאנגענהייט, יעדע משוגענער איז אן ארטיסט.

וואלווי » דינסטאג מאי 3, 2022 3:22 pm

· #499188
ליפא
אויב איז עס להנאת עצמו הוא דורש איז ער קיין העלדישע נשמה.
דוקא אזא מענטש איז א העלד, און דוקא ווייל ער'ז א הנאת עצמו הוא דורש. ביי עם איז דאס זיין נשמה. כל הכבוד לו.

פאלגזאם » פרייטאג מאי 6, 2022 6:45 pm

· #499544
קל וחומר
לא זכיתי להבין על מה יצא הקצף.

סך הכל האט ער ארויסגעגעבן א ניגון איבער א נושא וואס פארלאנגט טויש אין אונזער געזעלשאפט.

בנוגע צו האט געמיינט אינגאנצן לשם שמים אדער להנאת עצמו דורש איז בכלל נישט נוגע, מתוך שלא לשמה בא לשמה וקבל את האמת ממי שאומרו.

דאס איז מיר זיכער א פלא, אז פון די רבנים האט ער נישט געקריגן קיין קריטיק אבער פון קאווע שטיבלער קריגט ער הייסע האסע ווי כאילו ער האט בא'עול'ט א גאנצע געמיינדע...

אן ארטיסט וועט ארויסגעבן זיין ארט. פינטל.

מיר זעט אויס ווי מאנכע קריטיקירער מיינען גארנישט צו קריטיקירן דעם ניגון אדער די כונה, נאר גאר צו צייגן פארן עולם ווי שארף זייער אויג איז און ווי גוט זיי קענען אנאליזירן מענטשן מיט א סוביעקטיווע בליק וכו' און זענען גרייט צו פארשמירן א העלדישע נשמה וואס האט געעפנט א נייעם טירל צו תיקון עולם החרדי.
''עס פארלאנגט זיך א טויש''...
ביסט קילער ווי קיהל.

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 6, 2022 7:14 pm

· #499547
איך האב גארנישט פערזענליך אקעגן מענדל ראטה, אדער די ניגונים (און ליריקס) וואס ער זינגט, אבער א מענטש דארף זיך דעפינירן אין וועלכע וועלט ער איז, און וויל זיין. ער קומט פון א הייליגע וועלט. א וועלט (לכאורה, אזוי וויל מען עס פאר אונז פארקויפן) פון קדושה און טהרה, כולו אומר קדוש, דאס איז דער "סטאק-אין-טרעיד" פון אט די משפחה. אין די זעלבע צייט וואס זיין טאטע אדער זיידע האטציך איינגעהאנדלט ריזיגע שטיקער ריעל עסטעיט פון די לכאורה טמא'נע מדינה, מיט דעם גאנצן פעקעדזש., און ער אליינס איז א פאפולערער זינגער וועלכער האט אויך (אנגעבליך) גענימען דראגס. אין די זעלבע צייט וואס ער (און זיין משפחה) שטייט פאר אן אנדערע וועלט. ס'הייסט אין א געוויסע צייט קען ער נשתנה צורה ווערן, און ווערן א גרויסער אדמו"ר, פאר וועמענ'ס ווארט איך וועל דארפן ציטערן און מיט וועמענ'ס מיינונג איך וועל מיך דארפן רעכענען.

די שאלה איז וויאזוי מ'קען פונקציאנירן מיט די ביידע הפכים...!

פרנס החודש » פרייטאג מאי 6, 2022 7:37 pm

· #499550
Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
איך זעה מענדל ראהט ווי א מאניפעסטאציע פון דעם ציבור החרדי,
דאס הייסט מיר ווילן זיך נארמאליזירן, מיר ווילן ארויסקריכן פון די בלאטע נאר מיר קענען נישט, פארשטייט זיך איך מיין נישט די צוויי עקסטרעמען איך רעד פון דעם אלגעמיינעם בארא פארקער אינגערמאן דהיינו סמארטפאן מיט א פילטער, רעדט זיך אפ טאג און נאכט אז מען נעמט נישט אן זיינע קינדער אין ישיבה, מוטשעט זיך מיט הויכע שכר לימוד/חתונה/מצות/דירות פרייזען ,מוטשעט זיך מיט שידוכים פאר די קינדער, דער רב זאל זיך מער אינטערעסירן אין די קינדער׳ס מצב וכו׳ וכו׳
לויט די אינטערעסע וואס אבסאלוט וואנזיניגע לעזונגען צו די פראבלעמען באקומען, וואס לכאורה וואלטן אזוילכע לעזונגען נישט גדארפט באקומען קיין שום אויפמערקזאמקייט , מיין איך אז מענטשן ווילן א טויש .
זיכער אז נישט אלע און לכאורה נאר א מיעוט באשולדיגען רעליגיע/סיסטעם/אידישקייט/חרדיזם אין זייערע צרות, מענדל ראהט אליין זעהט מיר אויס גלייבט נאך היבש אינעם סיסטעם.
ממילא מיר הערט זיך די ווארט ״מיידעלע״ גאנץ עפעס אנדערש
איך בין גורס אנשטאט ״מיידעלע״ ״נארמאלע מענטש״
אברהם אבינו איז געווען א נארמאלע מענטש, יצחק אבינו איז געווען א נארמאלע מענטש, איך וויל אויך זיין א נארמאלע מענטש ……
נישטא קיין שום סיבה אונז זאלן זיך מוטשענען מיט ….. (לייג אריין די פראבלעם וואס שטערט דיך)ווען אלע דורות האט מען זיך א עצה געגעבן מיט אזוינע פראבלעמען.
אויב קען מען נישט פארעכטן די פראבלעמען וואס האבן צו טון מיט אידישקייט , אדער אויב האלטסטו אז די זאכן זענען נישט קיין פראבלעמען…..דאן לאמיר זיך צוזאמנעמען אויף די זאכן וואס יעדער איז מודה אז עס איז פראבלעמאטיש און דארף א תיקון, און לאמיר אנהויבן נוצן לאגיק, עקספערטיז, ישוב הדעת, און סייענס צו לעזן כאטש די זאכן וואס יעדער איז מודה דאס עס דארף געלעזט ווערן.
נאר… מיר קענען נישט, מיר זענען באגרעניצט, אפשר מיט די יארן אבער נישט היינט.
און ממילא האלט איך אז מענדל ראהט איז א מאניפעסטאציע פון אונזער ציבור און דעם מין האנושי בכלל.

תרמב » זונטאג מאי 8, 2022 4:48 pm

· #499593
איך האב עפעס מוסיף צו זיין צום שמועס, א זייטיגע נקודה קען זיין אז מ'האט שוין גערעדט דערפון, איך זעה אז דא איז געקומען א מענטש און געמאכט א ניגון און פרובירט ארויפצוברענגען צום אויבערפלאך א געדאנק איבער אהבה ביים חרדישן ציבור, אבער ס'איז דא אסאך וואס האלטן בעיקרון די זעלבע, זיי האלטן אז ס'איז א פראבלעם אבער זיי רייסן געפערליך אונטער די גאנצע ניגון, איינער געפעלט נישט די ווערטער א צווייטער די ניגון איינער האט נישט ליב זיין פאמיליע און אנדערע האבן אים נישט ליב וועגן זיינע מעשים.

וואס איך פארשטיי נישט איז אזוי, איר ווילט אז איינער זאל קומען און אויפשטורעמען די וועלט אז ס'איז דא א פראבלעם איינער זאל קומען און מאכן שינויים אבער יענער מוז שטימען הונדערט פראצענט, איך האב אייך נייעס דאס גייט נישט געשעהן, אז איר וועט ווארטן אז ס'זאל קומען א מציל ומושיע וואס איז א טלית שכולה תכלת וועט איר ווייס ווערן ביז איינער וועט אנקומען אויב יענער וועט אנקומען בכלל, אז ס'איז דא א בהמה און שטעלט זיך ארויס און פרובירט צו מאכן א אויפוואכונג, זייט אים נישט בודק די ציצית פריידטס ענק אז איינער טוט עס כאטש, וואס א חילוק צו ער איז קלוג אדער וואס ער האט געטון נעכטן, און די ניגון מוז נישט שטימען מיט די פונקטליכע כללים.

מיר האט די מערסטע געבאדערט קטלא קניא וואס האט געשריבן א סעריע טוויטס אונטערצורייסן די ליד מיטן מחבר עד כדי כך זאגנדיג אז ער איז א פעדאפייל, קטלא איז דאך א מענטש וואס קעמפט פאר אזעלכע נושאים קומט איינער מיט א ברייטן ביבער הוט און רעדט פון די זאכן מוז מען אים אזוי באגיסן מיט קאלטס און ווארם'ס ווייל ער האט געזאגט מיידעלע?! ער וואלט געמעגט פארשטיין אז פאר א איזרעילי איז מיידעלע א נארמאלע ווארט פאר מיידל, און ער האט כפי הנראה נישט געמיינט א מיידל אונטער 18, ס'קומט בעסער אויס אזוי אין די ליד, ער קומט דאך מיט א געדאנק וואס דו האסט ליב, דו ווארסט אז ס'זאל קומען עפעס א משה רבינו וואס זאל אנדרייען אלעס גוטס? נעם וואס ס'איז דא, אודאי מעג מען קריטיקירן קאנסטרוקטיוו קריטיק אבער אונטערייסן מיט א שנאה איז שוין א צווייטע מעשה, דאס איז מיינע קורצע מחשבות איבער די נושא.

פאלגזאם » זונטאג מאי 8, 2022 5:17 pm

· #499594
דו האלטסט טאקע אז ער האט פשוט געוואלט ארויסהעלפן די היימישע עולם מיטן מאכן דער ניגון?
פארוואס האלטסטו אז קטלא דארף מיטשפרונגען מיט יעדער נארישקייט וואס דארף אפיציעל האקן אויף חרדים?
אפשר שמועס עס דורך מיט דיין רבי און לאז אונז וויסן וואס ער האלט.

קהל'ס נער » זונטאג מאי 8, 2022 6:30 pm

· #499600
תרמב
מיר האט די מערסטע געבאדערט קטלא קניא וואס האט געשריבן א סעריע טוויטס אונטערצורייסן די ליד מיטן מחבר עד כדי כך זאגנדיג אז ער איז א פעדאפייל, קטלא איז דא א מענטש וואס קעמפט פאר אזעלכע נושאים קומט איינער מיט א ברייטן ביבער הוט און רעדט פון די זאכן מוז מען אזא באגיסן מיט קאלטס און ווארם'ס ווייל ער האט געזאגט מיידעלע, ער וואלט געמעגט פארשטיין אז פאר איזרעילי איז מיידעלע א נארמאלע ווארט פאר מיידל, און ער האט כפי הנראה נישט געמיינט א מיידל אונטער 18, ס'קומט בעסער אויס אזוי אין די ליד, ער קומט דאך מיט א געדאנק וואס דו האסט ליב, דו ווארסט אז ס'זאל קומען עפעס א משה רבינו וואס זאל אנדרייען אלעס גוטס? נעם וואס ס'איז דא, אודאי מעג מען קריטיקירן קאנסטרוקטיוו קריטיק אבער אונטערייסן מיט א שנאה איז שוין א צווייטע מעשה, דאס איז מיינע קורצע מחשבות איבער די נושא.
לויט קטלא קניה זענען מיר אלע פעדאפילן ווייל "מיידל" מיינט אויך קליינע מיידל, די ווארט פאר א full sized נקבה איז "מויד" אדער "מאד"

berlbalaguleh » זונטאג מאי 8, 2022 7:27 pm

· #499601
תרמב: איך וועל נישט קאפיען דיינע ווערטער. ווייל 3 אנדערע מגיבים האבן עס שוין געטון. אז מיין טענה אין די גאנצע געמויזאכץ איז נישט דער ניגון אדער דער וועג ער זינגט עס. נאר דער מענטש וואס זינגט. און מאכט די סטעיטמענט וואו ער באלאנגט. און וואו ער וויל באלאנגען. ס'איז דא אזא מאמר החכם. אי אפשר לאחוז את החבל בשתי ראשיו.

תרמב » זונטאג מאי 8, 2022 7:46 pm

· #499603
פאלגזאם
דו האלטסט טאקע אז ער האט פשוט געוואלט ארויסהעלפן די היימישע עולם מיטן מאכן דער ניגון?
פארוואס האלטסטו אז קטלא דארף מיטשפרונגען מיט יעדער נארישקייט וואס דארף אפיציעל האקן אויף חרדים?
berlbalaguleh
תרמב: איך וועל נישט קאפיען דיינע ווערטער. ווייל 3 אנדערע מגיבים האבן עס שוין געטון. אז מיין טענה אין די גאנצע געמויזאכץ איז נישט דער ניגון אדער דער וועג ער זינגט עס. נאר דער מענטש וואס זינגט. און מאכט די סטעיט ער באלאנגט. און וואו ער וויל באלאנגען. ס'איז דא אזא מאמר החכם. אי אפשר לאחוז את החבל בשתי ראשיו.
איך האב מורא אז עטס האטס פשוט נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן.

און פארוואס דארף איך פרעגן רבי'ס וואס זייער מיינונג איז, ווי קומט עס אריין דא? דו ווילסט מיר יעצט סתם פערזענליך אטאקירן ווייל איך האב געקלערט אנדערש ווי דו ווילסט? ווען איך האב זיך ניטאמאל אנגענומען פאר די זינגער איך האב סאך הכול ארויסגעברענגט א זייטיגע נקודה.
בלאט: 1 2 3 4