☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #15207

אשכול אן א טיטל #15207

124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15207
בלאט: 1 2 3

מיליאנער » מיטוואך מאי 18, 2022 10:38 am

· #500339
שמעון וואלף
מיליאנער
און אגב, די זאליס לייגן דאכט זיך יא טעראר אויף די וואס הערן אויף צו אדווערטייזן אינעם וואכנשריפט, און אויך האבן זיי געלייגט טעראר אויף די וואס האבן שוין געהאט געבוקט עטרת מייזעלס אז זיי מוזן נעמען רז''ל פאר סידו''ק אדער זוכן א צווייטע זאל א וואך פאר די חתונה, סאו ס'נישט אזוי רחוק מן האמת...
איך האב נישט די געדולד זיך מטפל זיין מיט אלע דברי הבל. נאר דיין לעצטע פונקט וואס "דאכט זיך" דיר אז די זאליס לייגן טעראר אז מ'זאל אדווערטייזן. פארצייל קלאר וואספארא טעראר ס'דאכט זיך דיר. זיי ווארפן פאשקעווילן? זיי סטראשן זיידעס אז זיי וועלן פארלירן די פרנסה? מאכן א פנקס? מאכן פאני קאולס צו די ביזנעס אונערס אינמיטן די נאכט?
קהל רופט אז מ'זאל נישט איינקויפן ביי די וואס הערן אויף צו אדווערטייזן אין די וואכנשריפט.

האסט נישט קיין געדולד זיך צו מטפל זיין מיט די דברי הבל? כ'האב אבער הנאה אז ביי די פונקטן ווי דו האסט יא א תירוץ דארט געסטו זיך א עצה מיט די דברי הבל....

מיליאנער » מיטוואך מאי 18, 2022 12:48 pm

· #500349
[ציטאט אראפגענומען]
וואס הייסט ווער ס'גערעכט? פארוואס אין די וועלט זאל מהר''א דארפן יעצט ברענגען באווייזן? ער האט איינעם גערופן צו דין תורה? ער האט ארויסגעשטעלט עפעס פארלאנגען פאר איינעם?

ס'נישטא קיין שום סיבה ער זאל נישט מעגן זאגן אז ס'איז דא א מאנגל, און מעורר זיין מ'זאל אכטונג געבן פון ווי מ'נעמט, אדער מאכן א ווינט ביי זיינע כולל אינגעלייט צו שרייבן מזוזות. נישטא קיין שום סיבה אז די זאליס זאלן נישט אויפהערן צו האמערן אז ס'איז נישטא קיין שום מאנגל.

און אויב ביי יעדע זאך וואס מהר''א טוט וועט די וואכנשריפט 'פלעין' פארפירן על לא דבר אז ס'איז נישט אמת, נאר בלויז פשוט ווייל מהר''א האט געזאגט פארקערט, איז דאס פונקט גענוג סיבה פאר יעדע פארשטענדליכע מענטש צו אסר'ן די וואכנשריפט.

מיליאנער » מיטוואך מאי 18, 2022 3:09 pm

· #500366
[ציטאט אראפגענומען]
אויב וויל ער אז ווער זאל אים גלייבן? די זאליס גלייבן אים סייווי נישט זיינע חסידים גלייבן אים סייווי...

איינער האט געזאגט אז די סיבה פארוואס מ'אסרט אים איז ווייל ער זאגט אז ס'נישטא קיין מזוזות מאנגל? דו ציסט א אייגענע מסקנא און דו ווילסט איך זאל דיר עס פארענטפערן.

moneyminded » מיטוואך מאי 18, 2022 4:50 pm

· #500372
[ציטאט אראפגענומען]
וויאזוי מאכט מען אים שאדן די פרנסה? זיי מסביר ביטע, אז די ארוינים בעטן פון זייערע חסידים נישט צו אדווערטייזן צו זייערס א מתנגד, הייסט שאדן געמאכט פרנסה? אזוי ארבעט א חסידות ביזנעס! שעפעלע, שפילן יעצט נרדף איז צו שפעט, וויל ער זיין אין ביזנעס, דאן זאל ער טון ביזנעס ווי יעדע אויסגאבע, וויל ער זיין א פאשקעוויל, good luck מיי פרענד און שריי נישט נרדף און וויין וועגן אונטערברענגען זיין פרנסה.

אז ער וויל זיך שלאגן יאלא לאמיר זען ווער איז שטערקער.

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך מאי 18, 2022 4:53 pm

· #500373
[ציטאט אראפגענומען]
מאך נישט חוזק פון די הדלקה וויל נאך אביסל מאכט עס רז"ל אויך כאטש די רבי (וועלעכע רבי?) האט עס געאסר'ט (האסט אליין געהערט?) ווי אנדערע זאכן, אנגעהויבן מיט זינגען ביים שבת טיש מער ניגונים, יסודי התורה/תורתיך שעשעי איז טריפה ווי דף היומי ביז מ' האט געפענט זכרו און נאך זאכן וואס יכלו הזמן אויסרעכענען

זאג, ביים ב"מ ז"ל איז געווען מוזיק ל"ג בעומר ביים טיש? סא, וואס מעג מען טוישן און וואס נישט?

און וואס וועט זיין אויב א ביליגער נידעריגער אינג, גייט זיך אויפשטעלן אין זאגן אז די מצות וואס אינזערע עלטערן און רבי'ס עסן אלע יארן, זענען גאר שוואכע מצות, וועט עס אויך זיין אזאנע ביליגע ליצנות אין גיפטיגע השכלה ווי די וואכנשריפט?
און פארוואס האט דער ביליגער עם הארץ ז"ל אויפגעהערט צו נוצן די מצות פון לאנג איילענד ווייץ?

moneyminded » מיטוואך מאי 18, 2022 10:39 pm

· #500402
[ציטאט אראפגענומען]
יא יא שעפעלע, פאליטיק איז נישט קיין נייע זאך אין סאטמאר, די יעצטיגע מלחמה פירט זיך שוין זייט תש"ס טאמער דו ווייסט נישט, טאמער דו וויינסט אז דער בעל הוואכנשריפט בלוטיגט אויס, דעמאלס קען איך אים געבן משה פריעדמאן'ס נומבער, ער קען אים בעטן עדווייז, געלט, אדער ביידע אינאיינעם,

וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט? עס איז דא א מחלוקה און די ארוינים זענען נישט קיין קעלבלעך, קענסט מיר מסביר זיין פון דיין וויינען ווי דו ווילסט אנקומען? די פאקט איז אז די ארוינים זענען כל דאלים גבר אין קרית יואל און זענען די רוב מיט נפשות אויך, ווילסט זיך שלאגן? גא אהעד, אבער וואס וויינסטו וואס? ווילסט ארומשיקן א פאשקעוויל שוין פאר 10 יאר צו מענטשן אן זייער רשות די פאשקעוויל יעדע וואך אין זייער פאסט קעסטל, און יעצט זאגט מען גענוג איז גענוג, ער האט איבערגעצויגן די שטריקל מיט חוזק מאכן פון עניני קדושה, און די ארונים וועלן טון אלעס אין די וועלט אז ער זאל דאס אויפהערן, אז ער וויל קען ער עס שיקן נאר פאר זאליס אין בני יואל'ע מענטשן און שלום על ישראל, קיינער נעמט אים נישט צו קיין פרנסה, ער נעמט זיך עס אליינס צו בידים, א מעבד עצמו לדעת!

פארוואס זאג איך עס, וועגן איך האב שוין פארפירט 10 יאר צוריק פארוואס מען לאזט אים צו, שוין 10 יאר וואס ער שיקט פאשקעווילן פאר קרית יואל'ע אידן, אין א אנדערע שטאט וואלט מען אים פארברענט לעבעדיגערהייט... וד"ל,
פריי דיך אז מען האט אים נישט אויסגעפאנטשט די ווינדאוס פון זיין הויז.

moneyminded » דאנערשטאג מאי 19, 2022 12:42 am

· #500415
שעפעלע, וויין נישט קאזאק הנגזל יעצט, די ארונים מעגן זיך 100 פראצענט פראטעקטן, יעדע חסידות אין די גאנצע וועלט וואלט אים אונטערגעברענגט פונעם ערשטן טאג, איינער וואס שיקט 10 יאר יעדע וואך פאשקעווילן איז נישט קיין רחמנות, די מיליאן דאלאר קשיא איז וויאזוי האט מען אים צוגעלאזט 10 יאר אין איין צי, ער האט איבערגעצויגן די שטריקל און זה הוא, סארי.

טאמער האט ער נישט גענוג סופפארט פון זאליס וואס זאלן אים שטיצן, דעמאלס איז עס זיין פראבלעם און ער זאל טראכטן פון פלען בי, אדער קענסטו דא וויינען ווי א קליין קינד וואס גייט דיר גארנישט העלפן, ווען די בלאט האט זיך געעפענט האבן זיי געהאט גענונג ארונים סופפארטערס אז טעראר האט נישט געהאלפן.

טאמער די זאליס האבן נישט קיין חסידים וואס גייען קאפ אין וואנט וואס שרעקן זיך נישט פון טעראר איז קיין חסידות, איך ווייס נישט וואס יא, און וועגן חתונות די זעלבע זאך,

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 19, 2022 1:45 am

· #500418
געווען צייטן אמאל וואס מ'האט געקענט פירן א נארמאלע שמועס דא. די קינדערישע געשרייבאכץ איז טו מאטש

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג מאי 19, 2022 1:48 pm

· #500450
[ציטאט אראפגענומען]
איך גיי מיך נישט קריגן מיט א מציאות, קודם ביסטו מודה אז ווען עס רעגענט נעמט מען ערגיץ אנדערש, אמאל איז דאס אויך נישט געווען, די בעסטע דזשאק אז רוב רובו נעמען פון לאנג איילענד

א מילתא דעבידי לגלויי, רוף אן בעקערייען און פרעג פון ווי זיי נעמען, נישט אלע פון אריזאנע, אבער לאנג איילענד נעמט קיינער

moneyminded » זונטאג מאי 22, 2022 1:38 am

· #500565
אינטערסאנט📎 Screenshot_20220522-013727_Adobe Acrobat.jpg📎 Screenshot_20220522-013539_Adobe Acrobat.jpg Sent from my SM-G991U using Tapatalk

וואסער » פרייטאג יוני 3, 2022 6:52 pm

· #501617
📎 0000.jpg

מיליאנער » פרייטאג יוני 3, 2022 7:37 pm

· #501620
וואסער
📎 0000.jpg0000.jpg
ווען די מצב וואלט טאקע געווען וויאזוי די זאליס לייגן עס אראפ אז די וואכנשריפט איז פול מיט באצאלטע אדווערטייזמענטס, וואלט לכאורה נישט אויסגעפעלט א פרישע חיזוק בריוו...

שמעון וואלף » דינסטאג יוני 7, 2022 3:33 am

· #501635
כ'האב קיין איינונג וואס די מצב איז דארט אבער דאס איז זיכער אז זיי האבן ענערג'י און ארבעטן אריין. איך מיין דאס איז א נייע זאך ביי די זלונים וואס ביז היינט האט זיי נישט געפאסט צו שרייבן אזוינע צעטלעך. נישט אז זיי האבן נישט געשריבן אנדערע נער'ישע צעטלעך אבער זיך אראפצולאזן און מודה זיין ברבים אז זיי דארפן זיך מחזק זיין און דעפענדן, דאס געדענק איך נישט.
עמיר ווארטן צו זעהן וואס וועט זיך אויסלאזן.

פצעי » דאנערשטאג יוני 16, 2022 8:17 pm

· #502379
איך בליק זיך אזוי ארום אין דעם אשכול אין איך האלט מיט ווי די חסידי רז"ל וויינען מיט קראקאדייל טרערן ווי כאילו זיי זענען אזאנע צדיקים אין קענען נישט פארנעמען טעראר אין זיי ווייסט ניטאמאל וואס דאס מיינט... אין פארשטייען בכלל נישט וואס מען וויל פון די וואכענשריפט'ס לעבן האבן, ער איז דאך א בלויזע וועכענטליכע צייטונג אין ער טוהט גארנישט שלעכט... אין די פורים אפטיילונג, נו ס'דאך נאר א פורים אפטיילונג.....

נו לאמער אייך נעמען אויף א רייזע אין זיך מצייר זיין וואס עס וואלט פארגעקומען אויב אזא א.ג. אומשולדיגע צייטונג קומט ארויס וועכענטליך אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג..

א ספעציפישע אין אומקליגע אברך פון די עדת מהר"א וואס האלט אז מען ברויכט אביסל צופיקסן די זאליס מאכט אפ א גרינע דאנערשטאג אז ער וועט ארויסגעגעבן אזא צייטונג וואס וועט טרייבן ליצי לצנות פון די זאליס אין אלעס וואס איז ביי זיי הייליג.. זיינע איידיעס וועלן זיין ווי פאלגענט.

בית המדרש הגדול - ראדני.
בית המדרש הגדול - הופער. ( וואס פארדינט זיך באמת די טיטל אנדערש ווי 5 גארפיעלד וואס איז די סייז פון א בית המדרש וואס מהר"א האט צענדליגע אזאנע אין קרית יואל א לצנות פאר זיך ).

ער וועט טרייבן לצנות פון די זאליס איבער זייער מערכה קעגן דעם עירוב.

ער וועט שטיצן וויזניץ ווילי מיטן האלטן זיין זמן.

פון צייט צו צייט אריינווארפן קלארע לצנות קעגן רז"ל.

יעדע הייליגע זאך וואס רז"ל מאכט זיין עולם אויפמערקזאם וועט ער טרייבן לצנות לאמער מאכן א משל לאמער זאגן אז ס'דא א מאנגעל אין מזוזות מאכט נישט אויס צו ס'אמת צו נישט וועט ער טרייבן לצנות צרורות פון דעם וכדו' לזה.

אין להכעיס וועט ער זיך צוזאמשטעלן מיט די עקסטרעמיסטישע קאמאן קאור באוועגונג נישט ווייל עס ברענגט אים עפעס נאר פשוט ווייל עס פליקט אריין די זאליס ביזן זיבעטן ריפ.

לאמער זיך אפשטעלן דא כאטש מען קען גיין ווייטער אין ווייטער הזמן יכלו והם לא יכלו ווי נידעריג די וואכענשריפט איז גע'גאנגען נאר צו צוברעכן קהילת מהר"א אין קרית יואל צו אלעס מסביר זיין ברחל בתך הקטנה וועט זיך אויספעלן ביכער לאמער זיך אפשטעלן אין זיך פארשטעלן אויב דאס קומט פאר אין וויליאמסבורג קעגן רז"ל מיט די אלע לצנות נאר אויפן פארקערטן זייט....

וואספארא איסורים וחרמות עס וואלטן ארויסגעקומען מען וואלט ארויסגעשלעפט די אלטע רבנים פון זייערע פוקסן לכער אין געשיקט קול קורא'ס טערעראזירט דעם שטאט געפליקט צעטליך גע'אסר'ט געשעפטן... גלייבט מיר זיי קענען... עירוב יוכיח...

מען וואלט דעם בעל הצייטונג באשריגן אין די גאסן ערגער ווי די קלויזענבורגע ווייבלעך... יצחק שטערן וואלט געבאקן זלמן לייב פילאפ וואלט געשריבן אין די רויך וואלט גע'גאנגען עד לב השמים..

אבער... אויב לאמער זאגן אז זייער קהילה וואלט געווען אזוי געדולדיג ווי די ארוינים אין קרית יואל אין וואלטן געשלינגען אין זיך פארביסן די ליפן אין נישט ארויסגעגאנגען אין א מערכה קעגן אים כאטש וואס עס קומט זיך פארן בעל הצייטונג ערליך.

צוריק צום קורצקעפיגע אינגערמאן... ער טייטשט עס אויס גאר אנדערש, ער טייטשט עס אויס ווי די ראשי קהלה פון רז"ל זענען לעמעלעך אין האבן מורא אים צו קאנפראנטירן, ער נעמט פון דעם חיזוק צו גיין ווייטער...

פאר פורים וועט ארויסקומען א פורים אפטיילונג מיט באהאטענע אין אפענע לצנות פון רז"ל, א דוגמה..

די עיקר קעפל וועט שרייען... "דער בערל ווייס" ( כאפסט וועם כ'מיין יא? ) אן ארטיקל פיל מיט שטיות והבל אבער דער עיקר איז די קעפל.

די קומענדיגע שרייענדע קעפל וועט זיין "ה' יבקש את הנרדף" מיט א לענגערע ארטיקל איבער נאטינג אבער ווער עס כאפט, כאפט.

אינעם פורים אפטיילונג וועט ער טרייבן טריפע לצנות פון די מערכה קעגן די עירוב אין וויליאמסבורג מיט א גרויליגע אפענקייט אין אויף א שרעקליך קינדערישע לעוול.

פארשטייט זיך, וואס האט ער שוין געטוהן?? כ'מיין ס'דאך נאר א פורים אפטיילונג... וואס צוקראצ'סטע זיך אזוי.... מה כל הרעש?!

והמיבן יבין ווען דער זעלבער זאך האט זיך באמת אפגעשפילט אין קרית יואל אויפן פארקערטע זייט אויף א גרויליגן אופן..

נחום היימליך האט עס געזאגט פאר יעדער וואס וויל אים אויסהערן אז זיין איינציגע אין ענדגילטיגע ציהל איז צו צוברעכן די הנהגה אין קרית יואל פון מהר"א אין ער האט גע'עפענט דעם וואכענשריפט נאר פאר דעם ציהל.

די קרית יואל'ע קהלה האט געשוויגן אין געליטן פאר יארן אין מיט זיין פורים אפטיילונג האט ער איבערגעטראטן די ליניע נאכן רויטן ליניע אין וואס עס קומט יעצט אויף אים האט ער ערליך פארדינט, איך האב איין טענה אויף די קהילה אין קרית יואל.. וואס האט אייך גענומען אזוי לאנג?? דאס וואס איר טוהט יעצט דארפט איר שוין טוהן פאר יארן צוריק!

ודי למיבן... וק"ל... וקצרתי...

מיליאנער » דאנערשטאג יוני 16, 2022 10:20 pm

· #502394
די פרעכקייט פון באשולדיגן די ארוינים אין 'טעראר' איז נעקסט לעוועל.

די זאליס קענען באמת לעבן א רואיג לעבן אין קרית יואל סיי פריוואט און סיי די קהילה, זיי קענען דאווענען ווי זיי ווילן, מאכן מעמדים וואו און ווי גרויס זיי ווילן, זיי קענען אפשפארן ראודס, זיי קענען מחנך זיין זייערע קינדער וויאזוי זיי ווילן און ווי זיי ווילן, זיי קענען קויפן פלייש ווי זיי ווילן, זיי קענען חתונה מאכן ווי זיי ווילן, זיי קענען האבן זייער אייגענע צייטונג, זייערע אייגענע האטליין'ס, זיי מוזן זיך נישט צושטעלן צו מהר''א אין קיין שום פאל!

פארשטייט זיך אבער אז אינטערברעכן זיין הנהגה און שטערן זיינע פעולות איז נישט אריינגערעכנט אין די רעכטן פון תושבי קרית יואל, סיי ביי קהילת מהרז''ל און סיי ביי זיין אייגענע קהילה, און איינער וואס זוכט דווקא צו שטערן די הנהגה פון סיי וועלכע קהילה עס זאל נאר זיין, שטויסט זיך אן אין א שטייפע מלחמה.

די איין איינציגע זאך וואס מהר''א פארלאנגט יא איז אז ער זאל זיין די אחריות אויף די סידור קידושין. איין זאך.

יעצט, איך גיי יעצט אננעמען אז די גאנצע סידו''ק שטעלונג פון מהר''א איז אומבארעכטיגט, אבער הזאת טעראר יקרא? סאטמאר רבי פון וויליאמסבורג זאל זיך אויפשטעלן זאגן אן א בושה אז 'די הנהגה איז פשוט געבויעט אויף על חרבך תחיה'?? ביזט ערנסט?

דו ווילסט טאקע וויסן וואס מיינט טעראר? ווען יענער בויעט זיין אייגענע ביהמ''ד ביזטו פארנומען אריינצוגעבן מסירות יעדע מינוט. ווען יענער עפנט א מוסד מאכסטו זיכער אז די מוסד זאל ווערן פארמאכט מיט מיליאנען דאלאר אין שאדנס און טויזענטער קינדער אויפן גאס.

די חוצפה פון די זאליס גייט נאך ווייטער. איינע פון זייערע טענות איז אז 'מהרא מיינט אז מ'האלט נאך אין די סמך יארן'.... הייסט אזוי, ווילאנג די סאטמארע הויפטשטאט איז געווען וויליאמסבורג, און די זאליס זענען געווען בעה''ב אין וויליאמסבורג און די ארוינים זענען געווען די צוקלאפטע נרדפים, דאן האבן די זאליס געטון ככל העולה על רוחם, זיי האבן ליטערלי געטון וואס זיי האבן געוואלט, זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט, סיי פאר פריוואטע מענטשן און סיי פאר די קהילה בכלליות. אבער ווען די מצב האט זיך איבערגעדרייט, און די ארוינים זענען ידם על העליונה מיט א מאכטפולע מאשין, דאן הייבט מען זינגען 'האלא ס'איז אנדערע צייטן היינט, אמאל זענען די זאכן געווען נארמאל, היינט דארפסטו מיך לאזן לעבן רואיג, ס'שוין נישט די סמך יארן'...

גוט מארגן ר' זאלי, נאך גוט טאקע אז די ביזט למעשה אויפגעשטאנען פון דיין שלאף, כאטש עס איז טאקע געקומען צוליב'ן זיין א מינאריטעט און א צווייטע קלאס בירגער - אזויווי די משנה זאגט כל המבטל את התורה מעושר סופה לבטלה מעוני - אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל, אבי דו פארשטייסט שוין היינט די געוואלדיגע רשעות און עוולות וואס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג פונעם מיאריטעט קעגן די מינאריטעט, און אויב זאל איך דארפן נעמען א פייוו אוער קלעסס אין הלכות נארמאלקייט און הלכות טעלארירן יענעמ'ס רבי און יענעמ'ס רעכט צו האבן זיין אייגענע קהילה, וואלסטו נישט געוואלט איך זאל עס לערנען ביי דיר....

קום מיך נישט יעצט איינטיילן ווען מ'מעג יא און ווען מ'מעג נישט. ווייל דו זאלי זאגסט אז נאר אין די סמך יארן איז טעראר געווען ערלויבט, און די ארויני האלט אז טעראר איז פארבאטן סיי אין די סמך יארן און סיי אין די פ' יארן, ס'נישט קיין שום חילוק! און דאס איז די סיבה פארוואס די ארוינים באגייען זיך אזוי שיין צו די זאליס און לאזן זיי טון וואס זיי ווילן.

און אויב איינער האלט אז א פארלאנג צו האבן אחריות אויף סידור קידושין איז טעראריזם, זעמיר גרייט צו הערן די ארגומענט, אבער נישט פון אזעלכע וואס האבן געטון כל מיני טעראר. דו, זיי מוחל זיץ איין, און טו תשובה אויפן עבר, און פריי דיך אז דו קומסט כאטש עפעס אפ מדה כנגד מדה (לשיטתך) נאך אויף דעי וועלט.

שמעון וואלף » פרייטאג יוני 17, 2022 1:41 am

· #502408
די דרך הלימוד פון ש. וו. האט אויפגעלעבט

א חסיד פון ווילנא » פרייטאג יוני 17, 2022 11:48 am

· #502434
דארפסט נישט מאאכן העטיך פעטעך

וואס איז געווען ווען דער בלאט האט זיך אויפגעפירט נאריש די ערשטע פאר יאר, חוזק מאכענדיג פון רז"ל און זיין קהלה

טערארזירט און גערודפ'ט אלע וואס אדווערטייזן דארט, אדער די געשעפטן וואס האבן עס פארקויפט

עד היום איז דא 3 געשעפטן (וואס איך ווייס) ןןאס נעמען נישט אריין די בלאט

א חסיד פון ווילנא » פרייטאג יוני 17, 2022 11:53 am

· #502435
שמעון וואלף
די דרך הלימוד פון ש. וו. האט אויפגעלעבט
און וואס איז מיט י. ג. דער פול טיים שרייבער אויף הייד פארק?

זאללן ביידע נשמות האבן א עלי'

signout » פרייטאג יוני 17, 2022 3:43 pm

· #502443
א חסיד פון ווילנא
דארפסט נישט מאאכן העטיך פעטעך

וואס איז געווען ווען דער בלאט האט זיך אויפגעפירט נאריש די ערשטע פאר יאר, חוזק מאכענדיג פון רז"ל און זיין קהלה

טערארזירט און גערודפ'ט אלע וואס אדווערטייזן דארט, אדער די געשעפטן וואס האבן עס פארקויפט

עד היום איז דא 3 געשעפטן (וואס איך ווייס) ןןאס נעמען נישט אריין די בלאט
אנדערע צייטן היינט, אפשר 1 געשעפט האלט נאך אן די בויקאט, מהר''א איז היינט א מאסיווע כח אין וומסב''ג, רוב פירער פין מהרז''ל'ס מוסדות מוזן זיך רעכענען היינט דערמיט, זיי האבען ריזיגע בתי מדרשים אין בנינים אלל אווער, זיי האבען געשפרינגען ריזיגע סטעפס די לעצטע 15 יאר

שמעון וואלף » זונטאג יוני 19, 2022 2:50 am

· #502479
signout
א חסיד פון ווילנא
דארפסט נישט מאאכן העטיך פעטעך

וואס איז געווען ווען דער בלאט האט זיך אויפגעפירט נאריש די ערשטע פאר יאר, חוזק מאכענדיג פון רז"ל און זיין קהלה

טערארזירט און גערודפ'ט אלע וואס אדווערטייזן דארט, אדער די געשעפטן וואס האבן עס פארקויפט

עד היום איז דא 3 געשעפטן (וואס איך ווייס) ןןאס נעמען נישט אריין די בלאט
אנדערע צייטן היינט, אפשר 1 געשעפט האלט נאך אן די בויקאט, מהר''א איז היינט א מאסיווע כח אין וומסב''ג, רוב פירער פין מהרז''ל'ס מוסדות מוזן זיך רעכענען היינט דערמיט, זיי האבען ריזיגע בתי מדרשים אין בנינים אלל אווער, זיי האבען געשפרינגען ריזיגע סטעפס די לעצטע 15 יאר
100% אגרי. וואס מיינסטי אבער צו זאגן אז מרז"ל'ס מוסדות דארפן זיך רעכענען דערמיט, און פארוואס נאר רוב?

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג יוני 20, 2022 11:12 am

· #502582
signout
א חסיד פון ווילנא
דארפסט נישט מאאכן העטיך פעטעך

וואס איז געווען ווען דער בלאט האט זיך אויפגעפירט נאריש די ערשטע פאר יאר, חוזק מאכענדיג פון רז"ל און זיין קהלה

טערארזירט און גערודפ'ט אלע וואס אדווערטייזן דארט, אדער די געשעפטן וואס האבן עס פארקויפט

עד היום איז דא 3 געשעפטן (וואס איך ווייס) ןןאס נעמען נישט אריין די בלאט
אנדערע צייטן היינט, אפשר 1 געשעפט האלט נאך אן די בויקאט, מהר''א איז היינט א מאסיווע כח אין וומסב''ג, רוב פירער פין מהרז''ל'ס מוסדות מוזן זיך רעכענען היינט דערמיט, זיי האבען ריזיגע בתי מדרשים אין בנינים אלל אווער, זיי האבען געשפרינגען ריזיגע סטעפס די לעצטע 15 יאר
גערעכט, מ"ד נידערמאן דארף צוקומען צו נ"מ אינדיג זיך צו טרעפן מיט מעיאר עדעמס

אבער איך ווייס פון 3 םטארס וואס האלטן אן די טראדיציע נישט אריינעמען די בלאט

מיליאנער » דינסטאג יוני 28, 2022 9:23 am

· #503162
📎 8ac09ab2fb674a7dbb0f9c7defc56503.jpg

מיליאנער » דינסטאג יוני 28, 2022 7:44 pm

· #503188
[ציטאט אראפגענומען]
קוק נאכאמאל, עס קוקט נישט אויס ווי ס'האלט נאך פיר וואכן ליינען...

וואסער » מיטוואך יוני 29, 2022 2:23 am

· #503240
מיליאנער
📎 8ac09ab2fb674a7dbb0f9c7defc56503.jpg8ac09ab2fb674a7dbb0f9c7defc56503.jpg
נייס טריי. איך זעה דא מינומים פון 3 אנדערע וואכן וואכנשריפטן, און צוויי אנדערע וואכן פאמיליע.
האסט באהאלטן אינטער מאטראץ פאר עטליכע וואכן און דערנאך אויסגעשטעלט א שיינע פיקטשער...
אויב איז דאס נאטורליך וואלט געדארפט זיין מערערע פון די זעלבע וואך.

דרך אגב קענסטו מיר זאגן ווי דאס איז? איך וויל גיין קוקן צו עס ליגט אפילו בקביעות דארט א גארבעדזש קען מיט א גארבעדזש בעג...
בלאט: 1 2 3