☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #15207

אשכול אן א טיטל #15207

124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15207
בלאט: 1 2 3

signout » דינסטאג אפריל 5, 2022 6:30 pm

· #497627
א חסיד פון ווילנא
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר ביסטו מסביר וואס איז נאריש צו אפשטעלן א צייטונג פון חוזק מאכן פון די הנהגה, אפילו זאכן וואס איז ביי די שרייבערס הייליג, (זמן ר"ת, די תקנת העיר) מאכט מען ליצנות ווי די אמאליגע משכילים

עס ווייזט נאכאמאל אז רז"ל און זיינע מענטשן וואס זענן די אזויגעריפענע נועם המדות פארטיי, גייען נאך אן אויפ'ן זעלבן וועג ווי די אמאליגע בלאט/איד/אלגעמיינער/פנים חדשות און נאך, בשעת ווען צד מהר"א האט שוין יארן לאנג ניטאמאל א פיפס געגעבן וועגן צד שכנגד

יא, ווען יענער פרובירט אינטערברעכן דיין הנהגה, מעג מען און מ' דארף ע"פ תורה טון וואס מ' קען, פונקט ווי צד רז"ל וואלט געטון ווען צד מהר"א וואלט אריינגעקומען אין ראדני אדער עני אנדערע מקום וואס איז ברשות רז"ל, אבער פאשקעווילן וכדומה זעט מען נאר ביי זאליס

דרך אגב, די לעצטע מאל וואס זיי האבן אונטערגענומען א מערכה קעגן דער איד און בויקאטירט, האט עס פיין געהאלפן, עד היום שרייבן זיי שוין נישט ווי אמאל, איך קויף און לייען דער איד יעדע וואך עס איז אמחי', דאס וועט זיין דא אויך מסתמא, סא טשאדעלע פריי דיך נישט

עני אנדערע קהילה וואלט אזוי געטוהן ווי א צווייטער גיבט ארויס א פאשקעוויל קעגן זייער רבי,

בן עיר » דינסטאג אפריל 5, 2022 6:53 pm

· #497633
signout
איך וויל נישט דא אריינרעדן צופיהל ווייל כ'זעה רוב שרייבער {ניקס} דא זענען אזווי אויף אייוועלט פין די זאלוינישע לאגער, נאר איין שטיקעל וואלטעך יא געוואלט ארויפשטעלן, אזווי די וואכענשריפט לייגט יעצט אריין עדס בחינם האט איינער געמאכט א שטיקל אין אריינגעשיקט א פאלטשע עד וואס זיי האבען פארשטייט זיך אריינגעלייגט אין זיך געפרייט אז זיי דארפן עס נישט קאפיען פין די באלעבוסטע אדער זשורנאל

עס מוז נישט זיין אז די וואס שרייבן אקעגן ק"י זענען זאלונים, נאר פאר די סיבה וואס די עולם גלייכט נישט דא גור און סקווירא פארן טערארזירן די וואס ווילן זיך נישט מכניע זיין צו זייער הנהגה גלייכט מען אויך נישט די ק"י הנהגה

וואסער » דינסטאג אפריל 5, 2022 6:59 pm

· #497634
ששון ושמחה
.

מיר איז נאר אינטערסאנט וויאזוי האבן זיי די היי-רעיז עדס אויב די געשעפטן האבן זיי עס נישט געגעבן.
בכלל גייען זיי צום דריק נאך בעפאר די באלעבאסטע איז ביי די געשעפטן, און קומען אן אויף די פאסט בעפאר די דזשורנאל און היימשטאט.
אלא מאי...
בכלל איז עס גאנץ א גוטע וועג ארויס פאר די געשעפטן, מען קען אדווערטייזן און זאגן אז עס איז געווען אומזיסט...
(אפשר זאל מען אויפשטעלן א וועד פאר רשות... איך מיין אז אלישע הורוויץ האט נאך צייט אין זיין טאג).

אזוי אויך האט אפשר איינער די נעמען פון די געשעפטן וואס זענען דא פארמעקט פון צעטיל, איך וויל זיי גיין ספעציעל שטיצן!

ייעעקקבב » דינסטאג אפריל 5, 2022 8:34 pm

· #497640
@kollelniyes “קרית יואל וואכנשריפט“ איז א טריפה'נע משכיל'ישע צייטונג פון די ערגסטע פארנעם איבערשטייגנדיג “פארווערטס“ און “דער מארגן דזשורנאל“!
אנאנסן און די “וואכנשריפט“ איז פאלש און נישט באצאלט!
ביזנעסער וואס אדווערטייזן יא אין די “וואכנשריפט“ זענען געהעיגע נעאלאגן און מ'ברויך זיי אקטיוו באויקאטן!
נחום היימליך איז דער היינטיגער משה מענדלסאן!
בנציון גאלדמאן און יואלי עפשטיין מיינען נישט קיין געלט דא, בלויז לשם שמים!
מ'קען ר“ל אינגאנצן אפפארן פונעם אידישן וועג דורכן לייענען די “וואכנשריפט“!

פערינא » מיטוואך אפריל 6, 2022 7:24 am

· #497667
קקודם זאגט מען אז ס'איז דא טרעיקינג אין די וואקסינאציעס נאכדעם אפיקורסות אין די תיקון.

yatzmachp » מיטוואך אפריל 6, 2022 9:54 am

· #497671
די ארונים נעמען צופיל מלחמות וואס זיי קענען נישט געווינען אין די לאנג ראן, אפגעזעהן ווער עס איז גערעכט.

ששון ושמחה » דאנערשטאג אפריל 7, 2022 10:30 pm

· #497765
.
📎 IMG_20220407_222958_249.jpg

עדיאל » זונטאג אפריל 10, 2022 12:36 pm

· #497882
א חידוש וויאזוי א לצנות בלעטל אין ענטפער צו טעראר ווערט אפגעענטפערט מיט פרישע טעראר, און די שפינערס לאזן אין גאנג א קאפ דרייעניש גענוג אויף צו גאזליכטן קרית יואל מיט אירע גלילות דגלילות.

א סימן מובהק ווער ס'דער וואלף און ווער די שאף, דער וואלף בייסט און רייסט און די שאף בעקעט און מעקעט. נישט קיין חילוק ווי הויך ס'עט בעקען און קעקן איז עס נאכאלץ א שאף'ס מעקען. אבער דא האט מען געפאקט ווער ס'הייצט אונטער דעם קעסל. כשה אובד בקש. די שאף האבן גע'גזל'ט די שטרוי, העט מען זיי פארציקן און נאך מיט רעכט.

בשעת די ארונים טארעריזירן אויף רעכט אין לינקס. קאלן ארום אין מיטן נאכט, מאכן זיך פנקס'ער. שרייען נאך, ווארפן צעטלעך. אין זאג מיר נישט להדם, ווייל איך ווייס מקור ראשון. איך בין דארט געווען ביי די נאכט פאון קאלס. בשעת דאס אלעס געבן די זאליס ארויס א פורים צייטונג. לאכן טאר מען שוין אויך נישט.

דאס איינציגסטע געווער פונעם נרדף איז הומאר. אידן פלעגן תמיד טרייבן קאטאוועס אויף זייער אונטערדרוקער. אין כוחם אלא בפה. אזוי צווישן ת'ח און ת'ט, ווען חמיעלניצקי האט שוין אט אט געהאלטן ביי אראפלייגן די געווער, האבן די רבנים געמוזט ארויסקומען מיט א פסק צו זאגן אב הרחמים אפילו אין שבת מברכים צו ממשיך זיין קוואנטומעס מיט נקמות, און אזוי ארום געצווינגען דעם חמיעלניצקי'ן בלית ברירה צו אריינשלעפן די חת יארן אין די טת יארן אריין.

דאס איז כולי עלמא מודי איז די תש'ס יארן איז חטאת נעורים אויף וואס מ'האט זיך שוין מוחל געווען. די אלע אפעראטשניקעס פון דעמאלט זענען שוין היינט א שמיץ אריבער די ארבעים לבינה. שמיל ווידער איז שוין בעולם האמת ה'עט מען אלעס ארויפפינען אויף זיין פעקל און דער עולם גייט זיך וואשן די הענט. מ'קען נישט מאכן קיינע גזירה שוות פון די סמך'ס צו די פה'ס.

די שאלה איז נאר ווער ס'ברענגט די סמך'ס אינעם פה אריין. די גרויע האר זענען שוין ביקש לישב בשלוה און זאגן גענוג גע'רצח'ט און געפלינדערט, לאז עס זיין מיין וועג און שוין. קפץ עליו רוגזו של פורים צייטונג, און מ'צווינגט זיי מיט כח צו ארויסוויקלען א פרישע רונדע פון ווער ס'עט זיך דערוואגן העמיר דערשטיקן.

און די זאליס לויפן ווי מייז צו די לעכער. זיי שאקלן זיך אפ און אנטשולדיגן זיך זיבן מאל. ס'רעפרעזענטירט נישט אונז, אנו אין דרכנו בכך, ס'איז אלץ צווישן בשולי המחנה און בקצי המחנה. דערפאר זענען די זאליס דער אונטערהונט נאך צוואנציג יאר שלאכטן, ווייל ביי זיי איז נתקטנו הביצים. זייער פעציפיסטישע ריניגע נאז צוגאנג געט צו א באזונדער געשמאק צו אריינפראקן וואס מער. רעג נישט אויף דעם נאצי, ער קען נאך אריין אין א רציחה.

ווען זיי האבן ווען האלב אזויפיל שכל ווי פראקציעס וואלטן זיי גענומען דעם היימליך'ן, אים אויסבאצירט מיט באלונען, און געהאנגען אים אלס נוי סוכה אויפן דעם אומפארענדיגטען צען שטאקיגע פארקינג גאראזש אויף פארעסט ראוד. מ'וואלט אים געדארפט קלאפן אויפן רוקן אחינו אתה. אויסלויבן ביי די צענטראלע שבת הגדול דרשה אינעם יעצטיגען ראמאדן סעזאן, פון וואו די צעהיצטע יונגען לאזן זיך איבערקערן א שטאט.

זענען זיי דאך אבער נישט געווען ביים שכל טיילן, ווערט טאקע פון וואלף ר' וואלף און די שאף גיין ווייטער צו די שחיטה. ובא לציון גואל בב"א.

גליקלעך » מאנטאג אפריל 11, 2022 12:49 am

· #497922
signout
א חסיד פון ווילנא
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר ביסטו מסביר וואס איז נאריש צו אפשטעלן א צייטונג פון חוזק מאכן פון די הנהגה, אפילו זאכן וואס איז ביי די שרייבערס הייליג, (זמן ר"ת, די תקנת העיר) מאכט מען ליצנות ווי די אמאליגע משכילים

עס ווייזט נאכאמאל אז רז"ל און זיינע מענטשן וואס זענן די אזויגעריפענע נועם המדות פארטיי, גייען נאך אן אויפ'ן זעלבן וועג ווי די אמאליגע בלאט/איד/אלגעמיינער/פנים חדשות און נאך, בשעת ווען צד מהר"א האט שוין יארן לאנג ניטאמאל א פיפס געגעבן וועגן צד שכנגד

יא, ווען יענער פרובירט אינטערברעכן דיין הנהגה, מעג מען און מ' דארף ע"פ תורה טון וואס מ' קען, פונקט ווי צד רז"ל וואלט געטון ווען צד מהר"א וואלט אריינגעקומען אין ראדני אדער עני אנדערע מקום וואס איז ברשות רז"ל, אבער פאשקעווילן וכדומה זעט מען נאר ביי זאליס

דרך אגב, די לעצטע מאל וואס זיי האבן אונטערגענומען א מערכה קעגן דער איד און בויקאטירט, האט עס פיין געהאלפן, עד היום שרייבן זיי שוין נישט ווי אמאל, איך קויף און לייען דער איד יעדע וואך עס איז אמחי', דאס וועט זיין דא אויך מסתמא, סא טשאדעלע פריי דיך נישט

עני אנדערע קהילה וואלט אזוי געטוהן ווי א צווייטער גיבט ארויס א פאשקעוויל קעגן זייער רבי,

יא יא, אלע אנדערע קהילות וואלטן פונקט אזוי טערארייזט די וואכנשריפט, אלע אנדערע קהילות וואלטן פונקט אזוי מלחמה געהאלטן מיט ווישניץ אין די גלילות, אלע אנדערע קהילות וואלטן פונקט אזוי מלחמה געהאלטן מיט וועם עס פרעגט זיי נישט רשות ביים חתונה מאכן, אלע אנדערע קהילות וואלטן פונקט אזוי געפירט א קאמפ מיט מייזליש פון בני ברק, אלע אנדערע קהילות וואלטן פונקט אזוי גע’רודפט צדקות העיר (וואס מענטשן אין זייער אייגענע קהילה האבן געפענט), אלע אנדערע ווילעזשעס וואלטן פונקט אזוי צוגעשפארט די בני יואל’ע רעביצין’ס ביהמ”ד, אלע אנדערע קהילות וואלטן געווען די זעלבע אויבער חכמים און וואלטן פונקט אזוי געטראפן א סיבה נישט צו קומען צום כינוס כלל ישראל, אלע אנדערע קהילות וואלטן פונקט אזוי פאברענט דעם ילד מיט קימפעטורענס אינסייד, און פארשטייט זיך איך בין זיכער אז אלע אנדערע רבי’ס וואלטן פונקט אזוי זיך אויפגעשטעלט און געשריגן אויפן אלטן קאשוי רב ’עפרה לפומיה’...

די חילוק איז, אז אלע אנדערע קהילות/רבי’ס וואלטן עס געטון, און ענקער רבי/קהילה טוט עס עקטשעלי...

ס’איז צום שטוינען ווי ער טרעפט אלץ נקמות און מלחמות.

און דו שרייבסט נאך אז עס זעהט אויס אז רוב ק”ש זענען זאליס, פונקט ווי אין אייוועלט... קאמאן מען... אלל אף די סאדען האבן די זאליס מער מענטשן איבעראל...?

עפן אויף דיין אויגן און זעה וויאזוי דער דרויסענדיגע מענטש קוקט אן די אלע - הונדערט פראצענט גערעכטע - קאמפן און מלחמות...

yn.NY » מאנטאג אפריל 11, 2022 4:09 pm

· #497948
📎 unnamed - 2022-04-11T160815.187.jpg📎 unnamed - 2022-04-11T160816.763.jpg

מיליאנער » מאנטאג אפריל 11, 2022 8:34 pm

· #497955
yn.NY
📎 unnamed - 2022-04-11T160815.187.jpg📎 unnamed - 2022-04-11T160816.763.jpg

שטארק!!!

ייעעקקבב » מאנטאג אפריל 11, 2022 11:08 pm

· #497960
yn.NY
📎 unnamed - 2022-04-11T160815.187.jpg📎 unnamed - 2022-04-11T160816.763.jpg

איך מיין אז עס שוין צייט אז זיי זאלען אנערקענען אז רוב קרית יואל גרוילט זיך פין זייער שמיץ און מיט די אלע טעראר סטראשעס וכו' האט נאך די וואכנשריפט איבער 100 אדווערטיימענטס ווען עטליכע חדשים צוריק ווען די שמיציגע פאשקעוויל שיסער האט איבערגענימען די בולעטין און אנגעהויבען מיט זיינע קינדערישע לצנות פין יעדער וואס לויפט נישט נאך זיין שמיציגע פארטיי האט ער אטאמאטיש זיך געטראפען מיט אפאר נאכגעלאזטע אדווערטיימענטס אן לייגען פאשקעווילען אין די בתי מדרשים אין פאסט און אן טערערזירן געשעפטען

גליקלעך » דינסטאג אפריל 12, 2022 12:02 am

· #497962
לאל, און וואט א קא אינסידענט אז פונקט צוויי דריי חדשים נאך אריינלייגן ימים ארבעט אינעם בולעטין, עס אינגאנצן איבערמאכט, אויסגשטעלט, און געגעבן א נייע נאמען. האט פונקט די וואכנשריפט איבערגעצויגן די שטריקל... זיי זענען פלוצים נאר דא אינטערצוהאקן די זאך און מען ברויך דעם וואכנשריפט אמערזשענסי אסר’ן און טערארזירן...

און פארשטייט זיך, אזויווי זייער אנדערע צענדליגע מלחמות און קאמפן מיינען זיי נאך דעם באשעפער דערמיט...

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 12, 2022 12:44 pm

· #497977
גליקלעך: אוי. דו דערמאנסט מיך פון די אלטע גוטע צייטן. ווען ר' סענדער דייטש זצ"ל האט אנגעפיהרט די מלחמת קודש מיט אנדערע חצרות. (איינס אויף אמאל, פארשטייצעך.). נאכדעים האט ער ארויסגעגעבן א קונטרס הסברה אויפצווייזן ווי גערעכט און אומשולדיג ער איז. יענער צד האט איהם געצווינגען צו פיהרן מלחמה. ער איז אן אוהב שלום ורודף שלום...!

אהוב את האמת » דינסטאג אפריל 12, 2022 1:22 pm

· #497982
ממש נאר לשם שמים... ס'באדערט אים נישט די זאליס... נעה... און נישט פארגעסן טאמער גייט די וואכנשריפט האבן א נארמאלע רעדאקטאר וואס קוקט עס דורך האט ער נישט קיין שום פראבלעים..
📎 WhatsApp Audio 2022-04-12 at 11.57.54 AM.ogg

טענה » דינסטאג אפריל 12, 2022 1:28 pm

· #497984
אינטערעסאנט צו זען ווי קהל מוהר"א האט יעדע שטיק צייט נאך א פראבלעים פון די וואכנשריפט, קודם מיט סיד"ק, מזוזות, יעצט הער איך א קאל פון פארגעס אדער קויפמאן ווי די פראבלעים איז די עירוב ארום די גלילות פון קרית יואל, און אז היימליך וויל קרית יואל זאל אויסקוקן ווי די שלעכטע חלק פון מאנסי, און עס איז א געפערליכע הירוס

אבער זיי זענען יא זייער וואוילע מענטשן, און זיי פארשטייען אז מוהרי"י איז א אנדערע קהלה, און זיי מעגן האב א אייגענע צייטונג וכו. וכו. נאר זיי ווילן עס זאל האבן א נארמאלע הנהגה, און מען מעג שרייבן צו בויען זייער קהלה און מוסדות, אבער זיכער מאכן אז מען שרייבט קיינמאל נישט פון די אנדערע צד, דאס מיינט אז די וואכנשריפט זאל נאר שרייבן פון קהל מוהרי"י און בני יואל, אבער נישט קיינמאל פון מוהר"א, דאס מיינט אמאל אמאל מאכט ער א חוזק, און דאס מוז זיך אויפהערן

אויב עס איז אמת וואס ער זאגט צו נישט ווייס איך נישט, אבער לאמיר זאגן עס איז טאקע יא אזוי, איז יין שאלה, זענען זייער צייטונג, ווי למשל די היימשטאט, אזער דזשורנאל, אויך גרייט פאר אזא דיעל, דאס מיינט אז זיי זאלן נאר זיין ביזי מיט דעקן קהל ומוסדות מוהר"א, און קיינמאל נישט רעדן פון קהל מוהרי"י, ווי א קליינע משל, קיינמאל נישט רעדן פון די סידו"ק, וואס דאס איז א פראבלעים פון מוהרי"י, ווייל א חסיד מוהר"א מאכט דארט נישט דארט חתונה, צו זיי פארשטייען נאר אז די וואכנשריפט זאל זיין א נארמאלע צייטונג, און קיינמאל נישט רעדן פון מוהר"א, אבער זיי מעגן יא רעדן אין זייער צייטונג פון מוחאות לגבי סידו"ק

גאלד » דינסטאג אפריל 12, 2022 4:53 pm

· #497994
רעדן וועגן די "סידור קידושין" וואלט איך נישט געזאגט גייט אריין אין די קאטעגאריע, וואס יא, כ'וואלט געזאגט אז די ארונישע צייטונגען זאלן נישט חוזק מאכן פון ר' זלמן לייב'ן וכדומה, און אנדערע ווערטער סתם טשעפען לשם טשעפען, זאלן אלע צייטונגען אויפהערן, ס'האט קיין שום תכלית ותועלת, כן נלפע"ד נכון, ודי בזה.

וואסער » דינסטאג אפריל 12, 2022 8:04 pm

· #498006
איך האב באמת נישט געוואלט אריינרעדן יעצט. אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן.

סידור קידושין איז נישט אין די קאטעגאריע.......

עס דערמאנט מיר א ווערטל, לאמיר שלום מאכן, האלט ווי מיר און פארטיג.

פארוואס איז סידור קידושין, שרייבן אויף הגאונים הצדיקים בראש פון הגה"צ משארמאש זצ"ל, און יא טאקע אויף אויף מהרז"ל "פורץ גדר" דאס איז גארנישט?
יא מען האט חוזק געמאכט פון מהר"א... מען האט איינמאל גוט צוריקגעגעבן...
און ווי גייט דער ווארט... אז דער ... בילט איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען.

גאלד » דינסטאג אפריל 12, 2022 9:40 pm

· #498012
אוי פליז, ר' איד, במחילת כבודך, כ'דארף דא אפי' מסביר זיין?
די סידור קידושין, איז במציאת א הלכה'דיגע מיינונג דיפערענץ, הללו אוסרין והללו מתירין,
דער אוסר העט אטאמטיש אומדירעקט האלטן אז דער מתיר טוט שלא כהוגן, דאס מיינט נישט אז מ'שרייבט אויף דעם צו יענעם,
דאסי פונקט ווי איינער זאל זאגן אז דער ספר ויואל משה איז א פאשעקוויל וויל זייער אסאך רבנים זענען זיך מחולק,

קומסטו עס מדמה זיין צו א לץ וואס שרייבט סתם דברי לצנות אויף ר' אהרן פערזענליך, אך ורק לשם טשעפען,

ייעעקקבב » דינסטאג אפריל 12, 2022 10:09 pm

· #498016
וואס האט סידור קידושין מיט הלכה? אינדערהיים האט מען אייביג געוויסט אז א קהלה שנתפרדו האט גארנישט מיט די אלטע קהילה און אזוי האט רביה“ק זי“ע אויך געטוהן?

גאלד » דינסטאג אפריל 12, 2022 10:24 pm

· #498020
ייעעקקבב
וואס האט סידור קידושין מיט הלכה? אינדערהיים האט מען אייביג געוויסט אז א קהלה שנתפרדו האט גארנישט מיט די אלטע קהילה און אזוי האט רביה“ק זי“ע אויך געטוהן?

דברי ר' יעקב, ור' אליקים געציל אוסר.

ייעעקקבב » דינסטאג אפריל 12, 2022 10:34 pm

· #498022
דאכט זיך מיר אז ר' געצל האט באקימען זיין פלאץ אין בהמ“ד 12 און זיין גבאי ביי יענע פרשה

מיליאנער » דינסטאג אפריל 12, 2022 10:57 pm

· #498026
לויט ווי זיי זאגן אינעם בריוו איז עס נישט איבער די פורים אפטיילונג נאר איבער די מהלך וואס ער האט אנגענומען שוין די לעצטע יאר צייט.

גאלד » דינסטאג אפריל 12, 2022 11:02 pm

· #498028
[ציטאט אראפגענומען]

ממילא?

נישט מער און נישט ווייניגער ווי א פאלנער "מאגאזין" גייען גאר זיין דער וואס העט זיך נוקם זיין אויף די אלע אזויגערופענע אומרעכטן!!
ניוואדע! זיי זענען דא גענצליך אומשולדיגע שעפעלעך,

וואונדערבאר!!

נצחתני בני נצחתני.

מיליאנער » דינסטאג אפריל 12, 2022 11:25 pm

· #498034
איך פארשטיי נישט, די ארוינים זאגן אינעם בריוו אז די סיבה פארוואס זיי קומען ארויס אזוי שארף איז ווייל דעי מאגאזין צילט אז ס'זאל הערשן א הפקירות אין קרית יואל און ער מאכט ליצנות פון יעדע גוטע זאך וואס מהר''א טוט, צו מזוזות, רבינו תם, צניעות, וכו'.

איז דעיס נישט אמת? אויב יא ווי קומט דא אריין דער בלאַט? ווילסט די ארוינים זאלן הענדלען די וואכנשריפט אזויווי די זאליס האבן דעמאלטס געהענדעלט דער בלאט? אה, דעיס ווילסטו שוין נישט....

מיליאנער » מיטוואך אפריל 13, 2022 12:48 am

· #498044
[ציטאט אראפגענומען]

איז לאמיך דיך בעטן א טובה. די ארוינישע בריוו איז געווארן ארויפגעלייגט דא נעכטן נאכמיטאג, ביז דעמאלטס איז א גאנצן צייט געווען די טענה אז מ'האט זיך גענומען צו די וואכנשריפט'ס ביינער צוליב'ו ליצנות מאכן פון מהר''א אין א פורים אפטיילונג, און זיך באניצן מיט הומער פאר די רדיפות וואס זיי מאכן מיט.

למעשה ווער איך געוואויר אז דאס איז אינגאנצן א צווייטע זאך, ער איז שוין פארנומען די לעצטע יאר צייט צו אראפרייסן און ליצנות מאכן פון יעדע איינציגע זאך וואס מהר''א טוט, אפילו עס האט נישט קיין שייכות מיט די זאליס ווי למשל די מזוזות, ממילא האט קהל אפגעמאכט אז ווילאנג זיין ציל איז אינטערצוברענגען זייער קהילה וועלן זיי זיכער מאכן אז ער האט נישט קיין איינפלוס.

איך האב פרובירט צו זיכן א זאלישע ענטפער דא און איך האב נישט געטראפן, מער ווייניגער איז די תירוץ 'סידור קידושין, בעל גאווה, דער בלאט אא''וו.

איך וויל וויסן, איז אמת אז די וואכנשריפט רייסט אראפ וועכענטליך די ארוינים פאר יעדע איינציגסטע זאך וואס זיי טוען? אויב יא, פארוואס טארן זיי נישט פרובירן צוצומאכן דעי צייטונג? פארוואס טארן זיי נישט זאגן אז איינער וואס אדווערטייזט אין א צייטונג וואס וויל מיך זען אין די ערד געב איך נישט א פלאטפארמע ביי מיר?

ענטפער מיך נישט אז מרודפט די זאליס (לו יציור) ווייל דעיס נעמט נאך אלס נישט אוועק די רעכט פון די ארוינים זיך צו באשיצן פון איינעם וואס לאזט זיי נישט אנגיין און טרייבט ליצנות פון יעדע פריוואטע אויפטו אין זייער קהילה.

קענסט מיך ענטפערן אז ס'נישט אמת, און אז די וואכנשריפט האט קיינמאל נישט געמאכט ליצנות פון די ארוינים, איך וועל דיר גלייבן, איך האב נאך קיינמאל נישט געליינט די וואכנשריפט חוץ דעי פון פורים וואס מ'האט דא ארויפגעלייגט, אבער ביטע טו מיר א טובה לאמיר רעדן איבער די וואכנשריפט, איך ווייס אז דו האלטסט אז מהר''א איז די ערגסטע בריאה וואס איז נאר פארבריצירט געווארן, אבער לאמיר יעצט רעדן פון די וואכנשריפט אליינס.

אויב האט מען עס שוין גענטפערט ביטע טו מיר א טובה ענטפער מיר נאך איין מאל, איך וועל דיך מכיר טובה זיין.

אינטערסאנטער » מיטוואך אפריל 13, 2022 12:54 am

· #498045
גאלד
ייעעקקבב
וואס האט סידור קידושין מיט הלכה? אינדערהיים האט מען אייביג געוויסט אז א קהלה שנתפרדו האט גארנישט מיט די אלטע קהילה און אזוי האט רביה“ק זי“ע אויך געטוהן?

דברי ר' יעקב, ור' אליקים געציל אוסר.

ורבי ישראל חיים מנשה, ורבי יואליש מארגענשטערן, ורבי זלמן לייב פילאפף, ורבי שלמה לייב וויינבערגער, ורבי משה מנחם טירנויער, ורבי ארי' ראזענפעלד, ועוד ועוד , א לאנגע ליסטע, כולם מתירים

ייעעקקבב » מיטוואך אפריל 13, 2022 1:05 am

· #498046
מיליאנער
[ציטאט אראפגענומען]

איז לאמיך דיך בעטן א טובה. די ארוינישע בריוו איז געווארן ארויפגעלייגט דא נעכטן נאכמיטאג, ביז דעמאלטס איז א גאנצן צייט געווען די טענה אז מ'האט זיך גענומען צו די וואכנשריפט'ס ביינער צוליב'ו ליצנות מאכן פון מהר''א אין א פורים אפטיילונג, און זיך באניצן מיט הומער פאר די רדיפות וואס זיי מאכן מיט.

למעשה ווער איך געוואויר אז דאס איז אינגאנצן א צווייטע זאך, ער איז שוין פארנומען די לעצטע יאר צייט צו אראפרייסן און ליצנות מאכן פון יעדע איינציגע זאך וואס מהר''א טוט, אפילו עס האט נישט קיין שייכות מיט די זאליס ווי למשל די מזוזות, ממילא האט קהל אפגעמאכט אז ווילאנג זיין ציל איז אינטערצוברענגען זייער קהילה וועלן זיי זיכער מאכן אז ער האט נישט קיין איינפלוס.

איך האב פרובירט צו זיכן א זאלישע ענטפער דא און איך האב נישט געטראפן, מער ווייניגער איז די תירוץ 'סידור קידושין, בעל גאווה, דער בלאט אא''וו.

איך וויל וויסן, איז אמת אז די וואכנשריפט רייסט אראפ וועכענטליך די ארוינים פאר יעדע איינציגסטע זאך וואס זיי טוען? אויב יא, פארוואס טארן זיי נישט פרובירן צוצומאכן דעי צייטונג? פארוואס טארן זיי נישט זאגן אז איינער וואס אדווערטייזט אין א צייטונג וואס וויל מיך זען אין די ערד געב איך נישט א פלאטפארמע ביי מיר?

ענטפער מיך נישט אז מרודפט די זאליס (לו יציור) ווייל דעיס נעמט נאך אלס נישט אוועק די רעכט פון די ארוינים זיך צו באשיצן פון איינעם וואס לאזט זיי נישט אנגיין און טרייבט ליצנות פון יעדע פריוואטע אויפטו אין זייער קהילה.

קענסט מיך ענטפערן אז ס'נישט אמת, און אז די וואכנשריפט האט קיינמאל נישט געמאכט ליצנות פון די ארוינים, איך וועל דיר גלייבן, איך האב נאך קיינמאל נישט געליינט די וואכנשריפט חוץ דעי פון פורים וואס מ'האט דא ארויפגעלייגט, אבער ביטע טו מיר א טובה לאמיר רעדן איבער די וואכנשריפט, איך ווייס אז דו האלטסט אז מהר''א איז די ערגסטע בריאה וואס איז נאר פארבריצירט געווארן, אבער לאמיר יעצט רעדן פון די וואכנשריפט אליינס.

אויב האט מען עס שוין גענטפערט ביטע טו מיר א טובה ענטפער מיר נאך איין מאל, איך וועל דיך מכיר טובה זיין.

די תירוץ איז ניין די וואכנשריפט רייסט נישט אראפ די ארונים נישט וועכנטליך און אפילו נישט חודשליך

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך אפריל 13, 2022 8:11 am

· #498052
ייעעקקבב
דאכט זיך מיר אז ר' געצל האט באקימען זיין פלאץ אין בהמ“ד 12 און זיין גבאי ביי יענע פרשה

וואס נאך דאכט זיך דיר?

ווען האט ריח'מ פר'מ באקומען דעם טיטל ראב'ד?

און די אנדערע דיינים חברי הב'ד?

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך אפריל 13, 2022 8:14 am

· #498053
[ציטאט אראפגענומען]

און דו האסט אוודאי פארגעסן ווי דער איד האט אין די זעלבע צייט און יארן שפעטער חוזק געמאכט מדי שבוע בשבוע פון דעם "געוועזענעם קר"י רב"?

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך אפריל 13, 2022 8:17 am

· #498054
אינטערסאנטער
גאלד
ייעעקקבב
וואס האט סידור קידושין מיט הלכה? אינדערהיים האט מען אייביג געוויסט אז א קהלה שנתפרדו האט גארנישט מיט די אלטע קהילה און אזוי האט רביה“ק זי“ע אויך געטוהן?

דברי ר' יעקב, ור' אליקים געציל אוסר.

ורבי ישראל חיים מנשה, ורבי יואליש מארגענשטערן, ורבי זלמן לייב פילאפף, ורבי שלמה לייב וויינבערגער, ורבי משה מנחם טירנויער, ורבי ארי' ראזענפעלד, ועוד ועוד, א לאנגע ליסטע, כולם מתירים

און אודווארער רב, ר' פישעלע, ווינער רב זאגן אז די עירוב אין וומסב'ג איז כשר, וואס טערארזיסטע די וואס טראגן מיט'ן עירוב?

ייעעקקבב » מיטוואך אפריל 13, 2022 11:04 am

· #498064
א חסיד פון ווילנא
ייעעקקבב
דאכט זיך מיר אז ר' געצל האט באקימען זיין פלאץ אין בהמ“ד 12 און זיין גבאי ביי יענע פרשה

וואס נאך דאכט זיך דיר?

ווען האט ריח'מ פר'מ באקומען דעם טיטל ראב'ד?

און די אנדערע דיינים חברי הב'ד?

חול המועד פסח תשס“ג אדער ס“ב איך געדענק נישט יעצט
אבער למאי נפק“מ?

ייעעקקבב » מיטוואך אפריל 13, 2022 11:10 am

· #498065
א חסיד פון ווילנא
און אודווארער רב, ר' פישעלע, ווינער רב זאגן אז די עירוב אין וומסב'ג איז כשר, וואס טערארזיסטע די וואס טראגן מיט'ן עירוב?

די עירוב האבן אונזערע רבנים מברר געווען די ענין על בוריו און געשריבן שטאקע תשובות להלכה אפצופרעגן בכל התוקף די מקילים (ר' געצל האט אויך א תשובה אויף דעם)
משא“כ סידור קידושין האבן די טעראריסטן קיינמאל זיך נישט באצויגען צום פאקט אז קהילה שנתפרדו האט גארנישט מיט די אלטע קהילה ווייל די מערכה איז אנגעפירט געווארן דורך די גרעסטע עמי הארצים בדורינו ווער עס געדענקט נאך אנהייב זענען די קינדער אפילו געווען ממזרים וואס די עמי הארצות דערפין איז בלי גבול.

טענה » מיטוואך אפריל 13, 2022 12:11 pm

· #498074
איך האב נישט אזוי ווייט געשריבן מען זאל אויפהערן מיט די סידו"ק מערכה, איך האב געפרעגט פארוואס פארשטייסטו אז די היימשטאט וכדו' וואס גייט ארום אין די גאנצע שטאט מעג טשעפענען מיט די זאלונים, מיטן אריינלייגן די איסור אויף סידו"ק, אדער באשרייבונגען פון מיטינגען וואס איז געווען לגבי אינפארסירן די איסור אויף סידו"ק, און די וואכנשריפט טאר גארנישט

וואס פארשטייסטו נישט אויב איז דא א פאליטיק מיט בלומינגראוו עירוב מיט קרית יואל, וואס ווי דערמאנט האט קרית יואל א עצם מערכה מיט בלומינג גראוו, און יא די זאלונים ווילן שטארק די הצלחה פון בלומינג גראוו, און משא"כ די ארונים נישט, און זיי נעמען די צד פון בלומינג גראוו, מילא ווערט נאך נישט זייער צייטונג אסור

און לאמיר דיר זאגן אויב וועט טאקע בלומינג גראוו זיין מיט הצלחה, וועט עס נישט צוברעכן די סאטמארע הנהגה, ווייל ווילאנג עס וואוינען יודן וואס שיקן און סאטמאר, צו עס איז ארונים אדער זאלונים אדער בני יואל, וועט די סאטמארע הנהגה בלייבן. אוודא פאלט עס ליידער עס איז 2022, אבער דאס איז נישט דייקא אין בלומינג גראוו, מען זעט עס אויך אין קרית יואל, האט דארנישט מיט די גלילות, עס האט ליידער מיט די דורות

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 13, 2022 9:04 pm

· #498118
טענה: ס'הייסט דו זאגסט אז ביז 2-3 דורות וועללן די בני יואל זיין די..."מאדערנע"...און די אהרונים וועלן זיי זאגן מוסר און פארהאלטן אז זיי זענען אוועק פון דרך פון רביה"ק זי"ע.

ס'איז געווען אמאל אזא מעשה. (און אויב נישט איז אויך גוט.) א חסידישער איד האטציך משדך געווען מיט א מאדערנעם מחותן. א טאג נאכ'ן תנאים טראכט ביי זיך דער חסיד'ישער מחותן....ס'ארא פנים וועלל איך האבן שטייענדיג אונטער די חופה מיט א מאדערנעם מענטש מיט א פעדער אין זיין גרינעם הוט.איך מוז מיך א ביסל אויסגלייכן. ער האט אויסגעטון זיין פלאטשיגן ביבער הוט און אנגעטון א בענד דאון, שווארצן הוט. אויך דאס לאנגע רעקל האט ער אויסגעטון און אנגעטון א גאר קורץ רעקל. צוביסלעך איז ער געווארן מער און מער מאדערן. ער האט אויך אנגעטון א נעקטיי. און א גרינעם הוט מיט א פעדער. דער אנדערער מחותן האט אויך געטראכט די זעלבע. וואספארא פנים וועט ער האבן? איך האב א חסיד'ישן מחותן און איך גיי אזוי מאדערן. האט ער אנגעהויבן צו ווערן מער און מער חסיד'יש. ביז ווען ס'איז געקומען דער טאג פון די חתונה. איז דער (געוועזענער) חסידי'שער מחותן געווארן זייער שטארק מאדערן. און דער מאדערנער איז געווארן אינגאנצן חסיד'יש. מיט א שטריימל און בעקישע און ווייסע זאקן. דער גאנצער עולם (הפוך) האטציך געווינדערט. אז דער חסיד'ישער מחותן איז געוווארן מאדערן. און דער מאדערנער איז געווארן חסיד'יש...!

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 9:52 am

· #498151
ייעעקקבב
א חסיד פון ווילנא
און אודווארער רב, ר' פישעלע, ווינער רב זאגן אז די עירוב אין וומסב'ג איז כשר, וואס טערארזיסטע די וואס טראגן מיט'ן עירוב?

די עירוב האבן אונזערע רבנים מברר געווען די ענין על בוריו און געשריבן שטאקע תשובות להלכה אפצופרעגן בכל התוקף די מקילים (ר' געצל האט אויך א תשובה אויף דעם)
משא“כ סידור קידושין האבן די טעראריסטן קיינמאל זיך נישט באצויגען צום פאקט אז קהילה שנתפרדו האט גארנישט מיט די אלטע קהילה ווייל די מערכה איז אנגעפירט געווארן דורך די גרעסטע עמי הארצים בדורינו ווער עס געדענקט נאך אנהייב זענען די קינדער אפילו געווען ממזרים וואס די עמי הארצות דערפין איז בלי גבול.

ענקערע רבנים האבן מברר געווען פארקערט? זאל זייער נישט טראגן, וואס ווילסטו פון די אלע וואס פירן זיך לויט די הוראה פון וואס איך האב דערמאנט, פארוואס טעראזירטסטו זיי?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 11:41 am

· #498158
ייעעקקבב
וואס האט סידור קידושין מיט הלכה? אינדערהיים האט מען אייביג געוויסט אז א קהלה שנתפרדו האט גארנישט מיט די אלטע קהילה און אזוי האט רביה“ק זי“ע אויך געטוהן?

יייעעעקקקבבב: ווי ס'זעהט אויס אויסער רעדן רעדסטו שווער. די הערסט מיט שוועריגקייטן אויך. אויב סידור קידושין (לפי דבריך) האט גארנישט צו טון מיט הלכה. קענסטו גיין אין סיטי האלל נעמען א מערידזש לייסנס (און א דיווארס אויך, לעת הצורך). וואס דארפסטו בכלל א רב אלס מסדר קידושין?! מעיאר עריק עדעמס יר"ה קען אויכעט ווערן א מסדר קידושין. אדער (להבדיל) ר' אברהם ווידער. אלס מעיאר פון קר"י.

ייעעקקבב » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 11:50 am

· #498159
berlbalaguleh

כי כי כי איך האב נישט געמיינט צי זאגן די עצם זאך פין סידור קידושין איך האב געמיינט צי זאגן די רשעות פין זאגן אז די בעל גאוה מיז זיין מסדר קידושין אין די זאל פין אנדערע קהילות

וואסער » פרייטאג אפריל 15, 2022 1:16 am

· #498263
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב שטארק הנאה פון די אפדעיט.
מישענדיג דעם וואכנשריפט זעה איך אז עס איז "פיל" מיט עד'ס, אזוי אויך א שיינע פאמיליע ווינקל מיט עד'ס. און יא מען קען מער נישט זינגען דעם ניגון געגנב'ט עדס, ווייל עס האט דאך אלעס א ואסערמארק... (זיך געשאסן אין די פיס...)
איינס פון די גרעסטע חידוש איז מיר געווען די עד פון נארט-איסט באנק, Dart שטעלט זיך שוין אויך נישט צו??? איך ווייס קלאר אז די באנק לייגט עס נישט אליין אריין נאר Dart איז דער וואס באשליסט ווי מען זאל לייגן זייערע עדס.

א חסיד פון ווילנא » דינסטאג מאי 17, 2022 4:59 pm

· #500253
פון אימעיל
אונז זעמיר מעכטיג... ס'איז יא דא מזוזות!! - אוי נעבעך
איר זענט זיכער פארנומען מיט גוטע זאכן, ס'איז שוין געווען א יו"ט פסח, עס קומט א ל"ג בעומר, עס קומט א יו"ט שבועות, איר לערנט אייערע שיעורי תורה, איר זענט מחנך אייערע קינדער, אא"וו.

אבער ס'דא עמיצער וואס איז 'סטאק' אין זיינע ווערים, ער בלייבט ביי דאס זייניגע און איז נישט מסוגל אויפצואוואקסן. אינעם "וואכנשריפט" פון לעצטע וואך ערשיינט א געוואלדיגער בריוו, אינעם בריוון קאלום וואס ווערט עפ"י רוב געשריבן דורכ'ן ארויסגעבער אליינס.

ריכטיג, ס'איז מער קינדיש און נאריש ווי איידער מיאוס.

היות דער מרא דאתרא האט דערקלערט אז ס'איז דא א מאנגל אין כשר'ע מזוזות צוליב וואס רוב עלטערע סופרים שרייבן נאר גרעסערע זאכן, און ער האט דעריבער אויפגעשטעלט א חבורה ללימוד סופרות מיט שימוש וכו', מוז דער נאריש קינד שרייבן אז ס'איז יא דא גענוג מזוזות. נעבעך.

אבער, דאס צייגט אויפ'ן גרויליגקייט פון דעם "וואכנשריפט פאמיליע", און דער טיטל "כתב פלסתר לכל דבר" איז ווייניג געזאגט. ער פילט אן די קרית יואל'ע גאסן מיט גארבעדזש, עקלדיגע נארישע פאשקעווילן.

כה לחי פאר די טויזנטער איינוואוינער וואס נעמען דאס נישט אריין אין שטוב, עס גייט אריין אינעם גאסן-גארבעזש נאך פאר דאס ווערט בכלל געזען, נישט צו אריינברענגען אין שטוב אזא פארגרעבטער הפקירות'גיער ליצנות בלעטל.

כה לחי פאר די 95% געשעפטן און ארגאניזאציעס, וועלכע ווערן נישט נשפע פון די טעראר-מאשין וואס יענער שטעלט אונטער אז מען זאל מוזן ביי אים אדווערטייזן, מיט כל-מיני סטראשונקעס פינאנציעל און פערזענליך, ועכ"ז טוט מען וואס ס'איז ריכטיג, און מען נעמט נישט א חלק אין שטיצן אזא עקלדיגער ליפלעט וואס באשמוציגט און זוכט בלויז הפקירות מיט ביליגע ליצנות.

למען בנינו ואנשיותינו.

ייעעקקבב » דינסטאג מאי 17, 2022 6:33 pm

· #500261
טויזנטער איינוואוינער וואס נעמען נישט אריין אין שטוב די וואכנשריפט 😂 😂
95% געשעפטן אדווערטייזען נישט אין די וואכנשריפט 😂 😂
די וואכנשריפט איז גאר די טעראר מאשין 😂 😂
לעצם הענין איז א מציאות אז עס נישט דא א מאנגעל אין כשר'ע מזוזת איך האב עס אליין געהערט פין א סופר א אהרוני

מיליאנער » דינסטאג מאי 17, 2022 6:48 pm

· #500265
ייעעקקבב
טויזנטער איינוואוינער וואס נעמען נישט אריין אין שטוב די וואכנשריפט 😂 😂
95% געשעפטן אדווערטייזען נישט אין די וואכנשריפט 😂 😂
די וואכנשריפט איז גאר די טעראר מאשין 😂 😂
לעצם הענין איז א מציאות אז עס נישט דא א מאנגעל אין כשר'ע מזוזת איך האב עס אליין געהערט פין א סופר א אהרוני
איך בין געווען נייגעריג ווילאנג ס'ווערט דויערן ס'זאל אריינקומען 'איך האב אליין גערעדט צו א ארויני...'

ייעעקקבב » דינסטאג מאי 17, 2022 6:54 pm

· #500267
איך בין נאר נייגעריג צי יעצט ווען די האסט לצנות געמאכט ווערט בטל למפרע דעיס וואס יענע סופר האט געזאגט אדער עס ווערט בטל מכאן ולהבא?
עס איז א מציאות אז עס איז נישט דא קיין מאנגעל יעצט אין מזוזת אז די ווילסט קאל אן א סופר א אהרוני אז די מופסט קיין שכינות ויואל משה און די דארפסט מזוזת און די ווילסט וויסען אויב עס איז דא א מאנגעל

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 17, 2022 7:20 pm

· #500269
יייעעעקקקבבב: וואס איז דיין נקודה?!. אויב ס'איז (יעצט) נישט דא. דאמאלס איז ר' אהרן א שקרן...לויט דיין שטאמל'דיגן מח. נישט נאר דו שטאמלסט. נאר דיין מח אויך...!

מיליאנער » דינסטאג מאי 17, 2022 7:34 pm

· #500272
ייעעקקבב
איך בין נאר נייגעריג צי יעצט ווען די האסט לצנות געמאכט ווערט בטל למפרע דעיס וואס יענע סופר האט געזאגט אדער עס ווערט בטל מכאן ולהבא?
עס איז א מציאות אז עס איז נישט דא קיין מאנגעל יעצט אין מזוזת אז די ווילסט קאל אן א סופר א אהרוני אז די מופסט קיין שכינות ויואל משה און די דארפסט מזוזת און די ווילסט וויסען אויב עס איז דא א מאנגעל
איך ווייס נישט אויב ס'איז דא א מאנגל אין מזוזות, איך האב נישט געזוכט צו קויפן קיין מזוזות.

גראדע מהר''א זאגט נישט אז ס'איז דא א מאנגל אין מזוזות, ער זאגט אז ס'איז דא א מאנגל אין היימישע סופרים וואס שרייבן מזוזות, ממילא נעמט מען פון צווייפלהאפטיגע בראקערס פון א''י וכדו'. אדרבה פרעג דיין ארוינישע סופר אויב ער האט פאר דיר א מזוזה געשריבן דורך א היימישן סופר און וויפיל ס'קאסט.

אבער ניין, נישטא קיין שום סיבה דיך צו גלייבן אז דו האסט גערעדט צו א סופר א ארויני. (נישט אז אויב יא איז עס א חילוק).

ייעעקקבב » דינסטאג מאי 17, 2022 8:06 pm

· #500276
מעשה שהיה כך היה, איך בין געזיצען ביי א בר מצוה נעבן 2 פון מיינע פעטערס 2 עכט פרומע יודען וואס ביי זיי מיינט מזוזת אז עס איז געשריבן געווארען דורך יראים ושלמים, 1 פעטער איז א סופר און די אנדערע פעטער גייט מופן סיון תמוז צייט, האט ער געפרעגט די סופר אויב ער דארף זיך זארגען פאר מזוזת און שוין יעצט באשטעלן, האט ער אים גענטפערט אז עס דא אסאך מזוזת יעצט און ער דארף זיך נישט זארגען,
איך בין קיינעם נישט מחייב מיר צו גלייבן, אבער ווער עס גלייבט נישט קען אנרופל א סופר מיט די זעלבע שאלה און הערן וואס ער ענטפערט.
אגב האלט מען יעצט שוין נאכן פארקויפן שווערע טויזענטער מזוזת געשריבן געווארען דורך יראים ושלימים פאר שכונת ויואל משה און נאך אלץ האלט מען ווייט פון א מאנגעל.

ייעעקקבב » דינסטאג מאי 17, 2022 8:09 pm

· #500277
berlbalaguleh
יייעעעקקקבבב: וואס איז דיין נקודה?!. אויב ס'איז (יעצט) נישט דא. דאמאלס איז ר' אהרן א שקרן...לויט דיין שטאמל'דיגן מח. נישט נאר דו שטאמלסט. נאר דיין מח אויך...!
דאכט זיך מיר אז די שקרן וואס האט אפגעמאכט אז עס נישט דא גענוג כשרע מזוזת שטאמלט אויך און אויך זיין מח שטאמלט

מיליאנער » דינסטאג מאי 17, 2022 8:27 pm

· #500278
ייעעקקבב
מעשה שהיה כך היה, איך בין געזיצען ביי א בר מצוה נעבן 2 פון מיינע פעטערס 2 עכט פרומע יודען וואס ביי זיי מיינט מזוזת אז עס איז געשריבן געווארען דורך יראים ושלמים, 1 פעטער איז א סופר און די אנדערע פעטער גייט מופן סיון תמוז צייט, האט ער געפרעגט די סופר אויב ער דארף זיך זארגען פאר מזוזת און שוין יעצט באשטעלן, האט ער אים גענטפערט אז עס דא אסאך מזוזת יעצט און ער דארף זיך נישט זארגען,
איך בין קיינעם נישט מחייב מיר צו גלייבן, אבער ווער עס גלייבט נישט קען אנרופל א סופר מיט די זעלבע שאלה און הערן וואס ער ענטפערט.
אגב האלט מען יעצט שוין נאכן פארקויפן שווערע טויזענטער מזוזת געשריבן געווארען דורך יראים ושלימים פאר שכונת ויואל משה און נאך אלץ האלט מען ווייט פון א מאנגעל.
ברוך השם. איך בין זיכער אז מהר''א וואלט הנאה געהאט דאס צו הערן.

מיליאנער » דינסטאג מאי 17, 2022 8:51 pm

· #500281
[ציטאט אראפגענומען]
און אויב רעדט מען נאר פון ליצנות מאכן פון מהר''א'ס פעולות איבער מזוזות דאן איז וואס? איינער טשעפעט ענק? ער פארלאנגט עפּעס? סך הכל פרובירט מהר''א צו מאכן מער היימישע מזוזות שרייבער, און איז מעורר מען זאל אכטונג געבן פון ווי מהאנדלט זיך איין מזוזות. (לאמיר נישט רעדן פון די ר''ת ליצנות.)

א פייער ל''ג בעומר איז א פראבלעם? דו האלטסט אז עס באדערט דעם רבי'ן ז''ל אז שווערע טויזענטער אידן פרייען זיך מיט ר' שמעון? וואס איז פשט פון די נאנסענס פון אומאויפהערליך נאכברענגען א דרשה וואס מהר''א האט געזאגט אין ישיבה פאר די בחורים נאכ'ן מאכן א אייגענע פייער ווי א בחור איז שווער פארוואונדעט געווארן? (דאס איז חוץ וואס מהר''א'ס מיינונג איז בכלל אז היינט ווען די גאס איז אזוי ציענד קען מען נישט האלטן די רוחניות ביי די שווארצע בענדער, נאר מ'דארף עס מאכן מער ציענד און לעבעדיג, ווי מים שלנו, פורים קטן וכדו')

מהר''א האט זיך קיינמאל נישט אויפגעשטעלט זאגן אז מ'האט אמאל געגעסן גאר שוואכע מצות. קודם כל האט ער נאר גערעדט נאך וואס מ'האט אים אראפגעריסן און באשמוצט, און דאן האט ער געזאגט בערך בזה הלשון ''גם אני בחלומי, איך האב אויך געגעסן אלע יארן דעי מצות, פשוט ווייל ס'נישט געווען עפעס בעסערס, אבער ס'געווען גאר שוואך, אבער ברוך השם היינט איז דא בעסערס''. (און געסס what, די זאליס האבן אויך שטילערהייט אוועקגעסוויטשט פון די רבי ז''ל מצות... סטעי טונד פאר די ראדני הדלקה עטליכע יאר ארום...)

קען זיין האסט זיך טועה געווען מיט די צומת הגידין פרשה, ווי מהר''א האט יא גערעדט גאר שארף (אויך נאר נאך וואס מ'האט אים אראפגעריסן) ''אז ס'דא געוויסע טעג וואס אכצן פראצענט עופות וואס ווערן נבדק פון צומת הגידין איז טריפה מן התורה''! דורשי רשימות האבן טאקע דאן צוגעצייכנט אז צוליב דעם הייסט עס טאקע '82 פלייש' ווייל ס'איז 82 פראצענט כשר.. (און געסס what, דא האבן אויך די זאליס שטילערהייט געסוויטשט... די הדלקה איז אראונד די קארנער...)

און אגב, די זאליס לייגן דאכט זיך יא טעראר אויף די וואס הערן אויף צו אדווערטייזן אינעם וואכנשריפט, און אויך האבן זיי געלייגט טעראר אויף די וואס האבן שוין געהאט געבוקט עטרת מייזעלס אז זיי מוזן נעמען רז''ל פאר סידו''ק אדער זוכן א צווייטע זאל א וואך פאר די חתונה, סאו ס'נישט אזוי רחוק מן האמת...

שמעון וואלף » מיטוואך מאי 18, 2022 1:54 am

· #500327
מיליאנער
און אגב, די זאליס לייגן דאכט זיך יא טעראר אויף די וואס הערן אויף צו אדווערטייזן אינעם וואכנשריפט, און אויך האבן זיי געלייגט טעראר אויף די וואס האבן שוין געהאט געבוקט עטרת מייזעלס אז זיי מוזן נעמען רז''ל פאר סידו''ק אדער זוכן א צווייטע זאל א וואך פאר די חתונה, סאו ס'נישט אזוי רחוק מן האמת...
איך האב נישט די געדולד זיך מטפל זיין מיט אלע דברי הבל. נאר דיין לעצטע פונקט וואס "דאכט זיך" דיר אז די זאליס לייגן טעראר אז מ'זאל אדווערטייזן. פארצייל קלאר וואספארא טעראר ס'דאכט זיך דיר. זיי ווארפן פאשקעווילן? זיי סטראשן זיידעס אז זיי וועלן פארלירן די פרנסה? מאכן א פנקס? מאכן פאני קאולס צו די ביזנעס אונערס אינמיטן די נאכט?
בלאט: 1 2 3