☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מלחמות חרדיזם אין מירון

מלחמות חרדיזם אין מירון

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15163

יאסל ראקאווער » זונטאג פעברואר 20, 2022 6:55 pm

· #495454
מלחמות חרדיזם אין מירון
וויי יעדער פארשטייט און ליכט פון די טראגעדיע אין מירון מוז די מדינה מאכן שינויים אין די ווערטשאפט דארט. די גאנצע פלאץ ווערט ביז היינט געפירט פון פארשידענע פראקציעס און שבטים וואס אמפערן זיך ארום צווישען זיך די לעצטע צענדליגע יארן. יעצט האבן זיי זיך אלע צוזאמען גענומען קעגן זייער common enemy! דאס הייסט; די ציוניסטישע מדינה וואס איז אנגעקומען מיט א פלאן צו מאכן סדר. די ווילדע שבטים זענען אלע אין בג"ץ און שלאגן זיך מיט די מדינה אויף טריט און שריט אנטקעגן זייער eminent domain proceedings, די לעגאלע פראצעס וואס די מדינה ניצט צו אוועק נעמען די פריוואטע פראוויזארישע בנינים און שטחים.

אין די מאמענט איז אפגעדרוקט א בריוו ווי די אנאנימע שרייבער רעגט זיך פארוואס די מאמענט גיט א פלאטפארמע צו רעדן וועגן טוישונגען אין מירון אן ארויס שרייען די דבר השם אנטקעגען דעם. לויט די שרייבער קען מען זען עין בעין די יד השם וואס האט אפגערוימט פון וועג דער שופטת מרים נאור תנצב"ה וואס האט אנגעפירט מיט די חקירה. און פארשטייט זיך ווייל זי האט געמאכט האט געזוכט צו מאכן שינויים לטובה אין די ווערטשאפט דארט. מיך האט עס דערמאנט די עין בעין יד השם וואס דער פרעכער איד האט עדות געזאגט פארוואס כביכול האט אומגעברענגט די גוים און גויטעס ביי סורפסייד ווי דא באריכטעט.

האבן מיר זיך שיין דערלעבט! די מאמענט, די מעסיגע אידיש פובליקאציע, וואס צענזורט זייער בריווען, האט אריינגעשטעלט די בריוו מיט אירע דברים דופי! דער בריוו נעמט שוין א שטאך און איינוועגס קעגן די מאמענט פאר נישט ארויסגיין מיט א קאמף קעגן די וואקסינען. נעבעך.

סדנא דארעא חד הוא, די חרידישע מהלך המחשבה איז איבעראל דער זעלבע. אין א שמועס מיט די ביילאגע אין די וואך - די צייטשריפט, פארציילט דער מירון מאכער רב יואב אברהם הי"ו אז די מדינה מאכט גאר גרויסע פראבלעמען אין מירון. בתוך הדברים דערקלערט ער אז טאמער וועט די מדינה גייט טאקע אוועק נעמען די שטחים וואס באלאנגט יעצט פאר די הקדשות איז עס א גאר ערענסטע פראבלעם. פארוואס? ווייל דעמאלס גייט די צדיק זיין נקבר אין קרקע שאינו שלו. דער רב יואב בלאבעלט ארויס מיט חוצפה אז טאמער דאס געשעט לויט געוויסע פוסקים גייט מען דארפן מפנה זיין די קבר פון רשב"י.

ווען איך האב ג'גוגעלט זיין נאמען צו טרעפן א בילד פון אים, זעע איך אויף בחדרי חרדים אז איבער די יארן איז ער שוין ארעסטירט געווארן פאר פראוועקאציעס אין מירון ווען ער שלאגט זיך ארום מיט די זיכערהייט מאסנאמען פון די פאליציי.

איך בין נישט קיין גרויסע היסטאריען אבער יואב אברהם'ס נאמען אויף גוגעל האט אויך ארויף געברענגט די פאלגענדע קול קורא און קאמענטארן זענען איבריג.

בלייבט נישט איבער מער ווי צוברענגן די ווערטער פון @וואלוי וואס ער שרייבט אין זיין תגובה צו פרעכע מועסע ווערטער פון דער איד דא "די שרעק איז יעצט שוין נישט פון ווי ס'נעמט זיך אזא מין אכזריות, נאר דאס אז אפילו אזא אוממענטשליכע אכזריות'דיגע סטעיטמענט גליטשט אריין און ארויס פון איין אויער צום צווייטן, און ניטאמאל קיין חרדי'שע עפ"ל ווערט געהערט, דאס איז שוין עפעס וואס דארף רחמים מרובים".
📎 WhatsApp-Image-2021-05-05-at-17.58.10.jpeg 📎 IMG-20220220-WA0067.jpg 📎 IMG-20220220-WA0063.jpg

מי אני » זונטאג פעברואר 20, 2022 7:20 pm

· #495456
די גאנצע מערכה פון "קבר שאינו שלו" איז, לענ״ד, א שטיק חוכא וטלילא און פשוט הייפּערבּאלי (כדרכם…):

איינס, די ״קבר שאינו שלו״ ווערט נישט געברענגט אין שו״ע.

צוויי, הגם עס ווערט טאקע געברענגט אין שו״ת חת״ס (יו״ד סימן שלא) שיקחו דבר מה לחזק המנהג ע״ש, אבער מפנה זיין אח״כ, ווען בשעת ער איז נקבר געווארן איז עס יא געווען שלו, מאן דכר שמיה! און דאס איז אפילו ווען בשעת מען האט באגראבן דעם מת איז נישט געווען זיכער אז דאס וועט פארבלייבן שלו (עיין בשו״ת נו״ב קמא יו״ד סימן פח ועיין בשו״ת שבט הלוי ח״י סימן רז).

דריי, פארוואס איז טאמער ווערט די מדינה אחראי דערויף, ווי אלע פּאָבּליק ערטער, וועט עס ווערן ווייניגער ״שלו״ ווי יעצט וואו עס איז א פרי-פאָר-אָל מיט ״הקדשים״ וואס זענען זיך משתלט?

פיר, מען רעדט דאך דא פון מונע זיין סכנות נפשות און מ׳דרייט א קאפ מיט ״קבר שאינו שלו״! עס דערמאנט ממש פון די גמרא ביומא כג:

ששון ושמחה » זונטאג פעברואר 20, 2022 9:53 pm

· #495459
למעשה איז אינטרעסאנט אז תולדות אהרן מאכט איין און שטעלט זיך צו

קוקי מאנסטער » זונטאג פעברואר 20, 2022 9:58 pm

· #495460
ששון ושמחה
למעשה איז אינטרעסאנט אז תולדות אהרן מאכט איין און שטעלט זיך צו

ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס תולדות אהרן האט נישט איינגעמאכט און זיך נישט צוגעשטעלט?

היסטאריע » זונטאג פעברואר 20, 2022 10:20 pm

· #495461
לגבי דער קבר שאינו שלו איז דא א פשוט'ע עצה, דער מערה אונטער דער בנין, דאס קענען די פיר שותפים האלטען פאר זיך, אזוי וועט ר' שמעון טאקע האבן דער בעלות אויף זיין קבר. דער גאנצע בנין אויבן קען די מדינה נעמען פאר זיך.

ועוד, ר' אהרן קארלינ'ער האט דאך געזאגט אז ר' שמעון איז לכל, ואפילו לפחותים, דארף טאקע זיין קבר באלאנגען פאר די גרעסטע פחותים שייך, און דאס איז די מדינה הטמאה.

תרמב » מאנטאג פעברואר 21, 2022 12:18 am

· #495462
די שופטת איז אוועק וועגן זי האט געוואלט מפקיע זיין הייזער, דעמאלטס פארוואס זענען 45 מענטשן פאראיאר נפטר געווארן דארט אין מירון, זיי האבן אויך געוואלט איינווארפן הייזער? ווען ווייסט מען פונקטלעך די אייבירשטערס חשבונות און ווען נישט?

קהל'ס נער » מאנטאג פעברואר 21, 2022 12:24 am

· #495463
תרמב
די שופטת איז אוועק וועגן זי האט געוואלט מפקיע זיין הייזער, דעמאלטס פארוואס זענען 45 מענטשן פאראיאר נפטר געווארן דארט אין מירון, זיי האבן אויך געוואלט איינווארפן הייזער? ווען ווייסט מען פונקטלעך די אייבירשטערס חשבונות און ווען נישט?

ווען איינער וואס איך האלט פאר א רשע שטארבט, ווייס איך קלאר פאר וועלכע עבירה ס'איז געקימען (בפרט ווען ס'שטימט מיט מיין אג'ענדע).
ווען איינער וואס איך האלט פאר א צדיק שטארבט, איז עס נסתרים דרכי ה', ואין לך רשות להרהר אחריה.

חתן בחור » מאנטאג פעברואר 21, 2022 3:02 am

· #495467
Re: מלחמות חרדיזם אין מירון
מי אני
די גאנצע מערכה פון "קבר שאינו שלו" איז, לענ״ד, א שטיק חוכא וטלילא און פשוט הייפּערבּאלי (כדרכם…):

איינס, די ״קבר שאינו שלו״ ווערט נישט געברענגט אין שו״ע.

צוויי, הגם עס ווערט טאקע געברענגט אין שו״ת חת״ס (יו״ד סימן שלא) שיקחו דבר מה לחזק המנהג ע״ש, אבער מפנה זיין אח״כ, ווען בשעת ער איז נקבר געווארן איז עס יא געווען שלו, מאן דכר שמיה! און דאס איז אפילו ווען בשעת מען האט באגראבן דעם מת איז נישט געווען זיכער אז דאס וועט פארבלייבן שלו (עיין בשו״ת נו״ב קמא יו״ד סימן פח ועיין בשו״ת שבט הלוי ח״י סימן רז).

דריי, פארוואס איז טאמער ווערט די מדינה אחראי דערויף, ווי אלע פּאָבּליק ערטער, וועט עס ווערן ווייניגער ״שלו״ ווי יעצט וואו עס איז א פרי-פאָר-אָל מיט ״הקדשים״ וואס זענען זיך משתלט?

פיר, מען רעדט דאך דא פון מונע זיין סכנות נפשות און מ׳דרייט א קאפ מיט ״קבר שאינו שלו״! עס דערמאנט ממש פון די גמרא ביומא כג:

עז איף ער איז באגראבן דארטן בכלל.

תרמב » דינסטאג מאי 10, 2022 11:38 am

· #499794
אלי ביתאן ווערטלט זיך אויף טוויטער אז אין מאה שערים גרייט מען זיך אויף א גרויסארטיגע נסיעה קיין מירון מיטן נאמען "יום נסת, יום אשר ברחת".....

yn.NY » דינסטאג מאי 10, 2022 8:28 pm

· #499837
קהל'ס נער
תרמב
די שופטת איז אוועק וועגן זי האט געוואלט מפקיע זיין הייזער, דעמאלטס פארוואס זענען 45 מענטשן פאראיאר נפטר געווארן דארט אין מירון, זיי האבן אויך געוואלט איינווארפן הייזער? ווען ווייסט מען פונקטלעך די אייבירשטערס חשבונות און ווען נישט?
ווען איינער וואס איך האלט פאר א רשע שטארבט, ווייס איך קלאר פאר וועלכע עבירה ס'איז געקימען (בפרט ווען ס'שטימט מיט מיין אג'ענדע).
ווען איינער וואס איך האלט פאר א צדיק שטארבט, איז עס נסתרים דרכי ה', ואין לך רשות להרהר אחריה.
👍 צו די פינטל

שמן למאור » מיטוואך מאי 11, 2022 10:04 am

· #499878
מי אני
די גאנצע מערכה פון "קבר שאינו שלו" איז, לענ״ד, א שטיק חוכא וטלילא און פשוט הייפּערבּאלי (כדרכם…):

איינס, די ״קבר שאינו שלו״ ווערט נישט געברענגט אין שו״ע.

צוויי, הגם עס ווערט טאקע געברענגט אין שו״ת חת״ס (יו״ד סימן שלא) שיקחו דבר מה לחזק המנהג ע״ש, אבער מפנה זיין אח״כ, ווען בשעת ער איז נקבר געווארן איז עס יא געווען שלו, מאן דכר שמיה! און דאס איז אפילו ווען בשעת מען האט באגראבן דעם מת איז נישט געווען זיכער אז דאס וועט פארבלייבן שלו (עיין בשו״ת נו״ב קמא יו״ד סימן פח ועיין בשו״ת שבט הלוי ח״י סימן רז).

דריי, פארוואס איז טאמער ווערט די מדינה אחראי דערויף, ווי אלע פּאָבּליק ערטער, וועט עס ווערן ווייניגער ״שלו״ ווי יעצט וואו עס איז א פרי-פאָר-אָל מיט ״הקדשים״ וואס זענען זיך משתלט?

פיר, מען רעדט דאך דא פון מונע זיין סכנות נפשות און מ׳דרייט א קאפ מיט ״קבר שאינו שלו״! עס דערמאנט ממש פון די גמרא ביומא כג:
איך בין נישט אזוי קלאר אין די נושא פון קבר שאינו שלו, אבער אפאר קשיות האב איך אויף דעם

קודם כל ווען איינער שטארבט איז דאך גארנישט שלו, אלעס גייט בירושה פאר זיינע קינדער און אייניקלעך וכ' מיז מען דאך זאגן אז עס דארף דוקה בלייבן אין די רשות פון די יורשים און יורשי יורשיו אז עס זאל הייסן קבר שלו, נישט אזוי?

יעצט ווער זאגט אז די אלע שבטים זענען אייניקלעך פון רשב"י? איינער האט דען א יחוס בריוו? אפשר זענען די חברי הממשלה גאר אייניקלעך פון רשב"י?

ועוד, אויב איז עס אזא הארבע זאך אז די ממשלה נעמט איבער די בעלות אויף א קבר, ווערט גלייך שווער וואס איז מיט די קבר פון יוסף הצדיק? אדער שמואל הנביא? אדער די אלע אנדערע הונדרעטע קברי תנאים ואמוראים וואס זענען אינטער די רשות פון די ממשלה, אפשר דארף מען זיי אויך מפנה זיין?
און אויב איז עס יא אינטער די רשות פון א יחיד, דארף מען דאך נאכגיין די יחוס זיכער צו מאכן אז ער שטאמט טאקע פון דער וואס ליגט דארט?

די גאנצע זאך קוקט מיר אויס ווי איינער זיכט דא פשוט צו ניצן די תורה פאר זיינע אייגענע אינטערעסן

שאלתיאל » מיטוואך מאי 11, 2022 11:52 am

· #499885
די אלע 'מלחמות' 'מהומות' און וויי געשרייען ארום ל""ג בעומר מירון קומען פון די 'עסקנים' וועלכע האבן 'געצויגן חיונה' יארן לאנג פון די אלע מושחת'דיגע הקדשים אויפן בארג און האבן יעצט פארלוירן זייערע פרנסה (סוף סוף), די שווערע רעאקציעס זענען נאר מוכיח למפרע פון וואס מ'האט זיך אפגעפטר'ט.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 11, 2022 8:03 pm

· #499904
ששון ושמחה
למעשה איז אינטרעסאנט אז תולדות אהרן מאכט איין און שטעלט זיך צו
ס'קומט זיי כאטש קרעדיט פאר דעים. אז זיי קומען נישט און דרייען א קאפ מיט ציונים, רשעים, שר"י עפ"ל, ימ"ש. דער תו"א רבי האט דאך נאך א ביסל מענטשליכקייט. ער זעהט איין אז ס'איז געשעהן א טראגעדיע. און מ'דארף דא עפעס מתקן זיין. אז ס'זאלל זיך נישט ח"ו איבער חזר'ן.

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 12, 2022 1:28 am

· #499921
שאלתיאל
די אלע 'מלחמות' 'מהומות' און וויי געשרייען ארום ל""ג בעומר מירון קומען פון די 'עסקנים' וועלכע האבן 'געצויגן חיונה' יארן לאנג פון די אלע מושחת'דיגע הקדשים אויפן בארג און האבן יעצט פארלוירן זייערע פרנסה (סוף סוף), די שווערע רעאקציעס זענען נאר מוכיח למפרע פון וואס מ'האט זיך אפגעפטר'ט.
לאו דוקא
ס'זענען דא גענוג תמימי לב און סתם ליידיגגייער וואס כאפן זיך צו ווי מ'קען נאר מאכן א מערכה

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:51 am

· #499932
[ציטאט אראפגענומען]
די איינגעווארצעלטע מהלך המחשבה אז די באשעפער היט, און אז רשב"י וואטשט אויפן עולם, אדער אז שלוחי מצוה אינו ניזוקין, איז טיף טיף אריינגעבאקן אין די מוחות פון חרדים, און אפילו מען האט פאראיאר קלאר געזען אז מען דארף זיך אויפירן מיט אחריות, און אויב נישט קען עס ליידער קאסטן א טייערע פרייז, דאך איז דא אזא הפקר געפיל, אז "אלעס וועט זיין אין ארדענונג"

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 12, 2022 3:03 pm

· #499960
[ציטאט אראפגענומען]
אוודאי פארלאזן זיי זיך אויף די ציונים פונקט ווי זיי פארלאזן זיך אויף דער טמא'נעם צה"ל, די שטנ'דיגע פאליציי און די ציוניסטישע שפיטעלער.
ווי האט יענער טשאלמער געזאגט? '' זאלן אלע ציונים פאברענט ווערן חוץ די ביטוח הלאומי''...

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 12, 2022 7:52 pm

· #499971
עצי שטים
[ציטאט אראפגענומען]
די איינגעווארצעלטע מהלך המחשבה אז די באשעפער היט, און אז רשב"י וואטשט אויפן עולם, אדער אז שלוחי מצוה אינו ניזוקין, איז טיף טיף אריינגעבאקן אין די מוחות פון חרדים, און אפילו מען האט פאראיאר קלאר געזען אז מען דארף זיך אויפירן מיט אחריות, און אויב נישט קען עס ליידער קאסטן א טייערע פרייז, דאך איז דא אזא הפקר געפיל, אז "אלעס וועט זיין אין ארדענונג"
עצי שיטים: ס'איז לאו דוקא די (אומשולדיגע) פיעלינג אז אלעס גייט זיין אין ארדענונג . נאר מענטשן מיט אן אדזשענדא.וועלכע האבן ביז היינט פארדינט פון דעם מצב הפקירות. גייען יעט פארלירן כבוד אדער געלט ווען מ'וועט ( די רעגירונג) איינשטעללן ארדענונג...!

קא משמע לן » מאנטאג מאי 16, 2022 10:35 am

· #500169
[ציטאט אראפגענומען]
זיי דארפן דאך א ריזען צו בלעימען די סמארט פאונס

קא משמע לן » מאנטאג מאי 16, 2022 10:36 am

· #500170
.

שמן למאור » מאנטאג מאי 16, 2022 3:47 pm

· #500192
📎 IMG_20220516_152128_969.jpg

שמן למאור » דינסטאג מאי 17, 2022 6:35 pm

· #500262
די ווידיאס וואס קומען ארויס פון מירון ווייזן א שווארצע בילד,
מען האט פון איין זייט פאליציי וואס האבן גענוג און נאך רציחה אין זיך כמעט ווי פוטין, און פון די אנדערע זייט איז דא די חרדים וואס זענען גרייט צו קעמפן ווי זאלענסקי, בקיצור עס איז יעצט א פיינע רעסעפי פאר דיזעסטער

זיי האבן אנגעגרייט עלעף טויזענט פאליציאנטן, מיט עטליכע תפיסה טראקס אויף סטענדביי

מען האט שוין יעצט אויסגעריפן אויפן בארג מירון, אז די תקנות זענען אריין אין קראפט, און יעדער אהן א אישור זאל שוין פארלאזן דאס פלאץ, פארשטייט זיך אז מען פייפט אהן

עס פארן ארים ווידיאס ווי בחורים ווארפן איין געיטס וואס די פאליס האט אויפגעשטעלט

די חרדישע ציבור גרייט זיך ארויפציגיין אין די מאסן כאילו לא היה, יא אישור נישט אישור, און אזוי האבן אסאך גדולים געהייסן, בתוכם רצ"מ זילבערבערג

די גשר הכהנים איז אין א סכנה'דיגע צישטאנד

די אייבעשטער זאל טאקע האלטן די רעכטע האנט, אבער מיין עדווייס וואלט געווען צו שטיין ווייט פון מירון היי יאר,
בעצם איז יעדע יאר געווען סכנת נפשות, איך געדענק איין יאר בשעת איך האב מיך געשטיפט אריין אין די מסוכנ'דיגע מערה, און איך האב כמעט גע'חלש'ט, האט נאך די פאליציי געשפריצט פעפערספרעי פון אויבן, עס איז ממש געווען ניסי ניסים אז עס האט גארנישט פאסירט ביז היינט

און אז מען האט לעצטע יאר געזען אז ר' שמעון קען נישט צירוקהאלטן קיין טראגעדיעס אין מירון, און דעם 'יכול אני לפטור העולם' מיינט "העכערע זאכן" זאל מען טאקע שטייט ווייט פון דעם מקום מסוכן, און זיך נישט אריינלייגן אינעם לייבן גריב

שאלתיאל » דינסטאג מאי 17, 2022 7:39 pm

· #500273
📎 img_20220517_220018_optimized.jpg

שאלתיאל » דינסטאג מאי 17, 2022 7:41 pm

· #500274
📎 282431321_5508017762550220_9191605203678448754_n.jpg

שמן למאור » דינסטאג מאי 17, 2022 9:16 pm

· #500282
איבערטון די זעלבע זאך צוויי מאל און ווארטן פאר אנדערע רעזולטאטן, איז די באדייט פון אינסענעטי

איך ציפ מיך צו זען אויב איך בין אויף אדער איך שלאף, איך זע דא א בילד פון "די יאר" תשפ"ב, ווי מען צעקוועטשט זיך באופן מסוכן אונעם מערה, ממש א יאר נאך וואס 45 טייערע אידן זענען ליידער אוועק אויף ממש אזא אופן, זענען אונז אונגאנצן משוגה??? מיינט איינער אז די 45 קדושים האבן עפעס אויספלאנירט זייער שיקזאל פון פאראויס?? זיי האבן זיך מיטאמאל געפונען אין א געדרענג נאכן וועלן פשוט פארלאזן די הדלקה און אהיימגיין, די זאכן געדויערן סקונדעס, און ווען מען איז שוין ציקוועטשט איז שוין צו שפעט,

בכלל איז די מערה היי יאר אויסגעשטעלט באופן מסוכן מאוד, נאר די גרויסע טויער איז אפען (די טויער ווי עס שטייט עיר וקדיש וכ') ווי עס איז גאר ברייט, אבער די דריי קליינע ארויסגענג צו די שטיבלעך איז פארשלאסן מיט א אייזענעם געיט (אייזענע געיט רינגט א בעל?) און מען קען נאר ארויסגיין פון די בעק
מען גייט אריין אסאך אויף א מאל, אבער עס ווערט כסדר שמאלער און צירוק ברייטער, אזוי אז עס איז אויסגעשטעלט אז מען זאל ווערן ציקוועטשט, עס איז דא אסאך שמאלע פלעצער ווי מען קען ווערט סטאק, און בפרט אז מען מאכט אזא שלאנג ווי מען וועט מיזן דורכגיין, עס איז ממש סכנות נפשות, די עולם זאל שטיין ווייט פון מירון, און פון די מערה בפרט

די עולם שטיפט זיך היי יאר רח"ל
📎 Screenshot_20220517-210527_Telegram.jpg

שמן למאור » דינסטאג מאי 17, 2022 9:20 pm

· #500285
בשעת די מערה ווערט פיל קענען אידן ליידער צידריקט ווערן דא
📎 Screenshot_20220517-211914_Telegram.jpg

שמן למאור » מיטוואך מאי 18, 2022 11:24 am

· #500342
[ציטאט אראפגענומען]
צו די פאריקטע טשאלמיקעס רעד איך נישט, זיי גייען מילא נישט אויסהערן וואס א אנאנימער קאווע שטיבל ניק האט צו זאגן
איך רעד צו יעדע נארמאלע מענטש וואס מיינט אז די זאך איז מסודר, און ער וועט פשוט קענען דורכגיין די מערה אימגעשטערט, זאל מען וויסן אז זאכן גייען גאנץ ווארשיינליך ארויסגיין פון קאנטראל, און מען קען זיך טרעפן פון איין מינוט אויפן צווייטן און א מצב פון סכנת נפשות ממש

שמן למאור » מיטוואך מאי 18, 2022 1:31 pm

· #500354
מען קען דא מיטהאלטן ליייוו די הדלקה אין מירון
מען גייט צינדען ביז געציילטע מינוטן

שאלתיאל » מיטוואך מאי 18, 2022 1:40 pm

· #500355
ראש ישיבה ר' שאול אלתר שליט"א
https://www.c-live.co.il/archives/36237

שאלתיאל » מיטוואך מאי 18, 2022 5:13 pm

· #500374

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 19, 2022 12:11 pm

· #500438
בארג איז פארשפארט, פאליציי האט אפגעצויגן פון די מערה און פון אלע מחסומים און געמאלדן אז פון זייער זייט האט זיך דער אירוע געענדיגט

https://www.bhol.co.il/news/1387742

לייוו פון מירון, סיקריקים שלאגן זיך מיט פאליציי
https://fb.watch/d69Lx7RHmc/

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:50 pm

· #500455
איך האב אביסל מיטגעהאלטן אויף אייוועלט דער געשרייבעכצער ארום ל"ג בעומר אין מירון און מיינע געפילן זיינען זייער שווערע.
מיין איינדרוק איז אז דער דברי יואל זי"ע אין זיין אמת'ע קאמפף קעגן די ציונים האט באשאפן א באנדע פאנאטישע מטורפים פיל מיט שנאה און האס נישט צו דער ציונים נאר צו רוב כלל ישראל. זיינע נאכפאלגער (בעיקר)אין אמעריקע לעבן אין עפעס א פאנטאזירטע וועלט ווי זיי זענען די לעצט פארליבענע 'ערליכע אידן' וואס זענען 'לוחם מלחמות השם' קעגן עפעס אן אומזעעבארן אויפגבלאזענע דעמאן וואס איז דער מקור הרשע בעלמא הדין און אויפן וועג פארוואנדלען זיי רוב כלל ישראל וואס האלט פארקערט פון זיי אין 'משכילים' 'אפיקורסים' 'רשעים'. אלעס אין מותר אין דעם מלחמת דזשיהאד.
נארמאלע אנשטענדיגע קלוגע מענטשן וואס ווען ס'קומט צו 'ציונות' פארלירן זיי דעם צלם אנוש, דער שכל גייט א גאנג מאכענדיג פלאץ פאר זינלאזע ברעינוואשט געפילן וואס נעמען איבער דעם שכל הישר. קענסט טאפן א וואנט.

איך טראכט צו מיר, 'ציונות' איז שוין פונלאנג נישט דא, קוים וואס די ציונים אליין ווייסן וואס דאס איז, אבער די שרעקליכע גיפטיגע גאזן וואס דער שיטה האט איבערגעלאזט וועט נאך בלייבן מיט אונז לאנגע יארן.

בת קול » דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:56 pm

· #500457
יאפ. די חברה האבן א האקן קאפ אין וואנט מאנטאליטעט.

קענען זיין מעסיג אין סיי וועלכע אנדערע אנדערע טאפיק, אבער ווען מען זאגט זיי די ווארט ציוניסטן קענען זיי פשוט נישט הערן אן אנדערע צד.

Just be Happy » דאנערשטאג מאי 19, 2022 3:11 pm

· #500458
שאלתיאל
איך האב אביסל מיטגעהאלטן אויף אייוועלט דער געשרייבעכצער ארום ל"ג בעומר אין מירון און מיינע געפילן זיינען זייער שווערע.
מיין איינדרוק איז אז דער דברי יואל זי"ע אין זיין אמת'ע קאמפף קעגן די ציונים האט באשאפן א באנדע פאנאטישע מטורפים פיל מיט שנאה און האס נישט צו דער ציונים נאר צו רוב כלל ישראל. זיינע נאכפאלגער (בעיקר)אין אמעריקע לעבן אין עפעס א פאנטאזירטע וועלט ווי זיי זענען די לעצט פארליבענע 'ערליכע אידן' וואס זענען 'לוחם מלחמות השם' קעגן עפעס אן אומזעעבארן אויפגבלאזענע דעמאן וואס איז דער מקור הרשע בעלמא הדין און אויפן וועג פארוואנדלען זיי רוב כלל ישראל וואס האלט פארקערט פון זיי אין 'משכילים' 'אפיקורסים' 'רשעים'. אלעס אין מותר אין דעם מלחמת דזשיהאד.
נארמאלע אנשטענדיגע קלוגע מענטשן וואס ווען ס'קומט צו 'ציונות' פארלירן זיי דעם צלם אנוש, דער שכל גייט א גאנג מאכענדיג פלאץ פאר זינלאזע ברעינוואשט געפילן וואס נעמען איבער דעם שכל הישר. קענסט טאפן א וואנט.

איך טראכט צו מיר, 'ציונות' איז שוין פונלאנג נישט דא, קוים וואס די ציונים אליין ווייסן וואס דאס איז, אבער די שרעקליכע גיפטיגע גאזן וואס דער שיטה האט איבערגעלאזט וועט נאך בלייבן מיט אונז לאנגע יארן.
יאפ, ממש א שרעק וואס די עולם שרייבט דארט

פרנס החודש » דאנערשטאג מאי 19, 2022 3:29 pm

· #500460

ציונות איז די קלענסטע פראבלעם אין סאטמאר, ס׳איז סך הכל א דיסטרעקשן צו האלטן דעם עולם ביזי, סאטמאר רב האט געוואלט דערווייטער זיין עולם פון מאדערן ארטאדאקסיע האט ער זיך געשלאגן מיט ציונות און אזוי געמאכט א שפאלט צווישן זיין עולם און די מאדערנע,און אזוי איז ב״ה געבליבן א כלל ישראל.

זופ מיט מאנדלען » דאנערשטאג מאי 19, 2022 4:20 pm

· #500462
סאיז זייער נאריש צו זיען מסקנות פון ספעציפישע דומע אייוועלטער וועלכע נוצן נישט זייער שכל אין סתם א גרינעם דינסטאג אויף סאטמאר רבס מהלך, די חלק אייוועלטער וואס זאגן אז אפילו ווען די הנחיות זאלן זיין פראקטיש און אויסגעהאלטן איז עס אפגעפרעגט צוליב וואס סאיז די ציונימס ארבעט זענען א מיעוט אייוועלט און א ניטאמאל ווערט צו אנגערופן ווערן דום רעלאטיוו צו סאטמאר.

דאס רוב דארטן זענען פרוסטרירט און מיט רעכט, דער וואס איז נישט פרוסטרירט איז ווארשיינליך איינזייטיג נאך וואס מתווה מירון איז קריטיקירט געווארן דורך אלע חרדישע אקטיוויסטן און חברי כנסת [אחוץ מתן כהנא דער גרוילהאפט] און ווי אויך דורך פרייע צייטונגען, דער עולם וואס רעדט הוילע שתותים זענען טאקע א מיעוט. דער פראבלעם מיט אייוועלט איז בעיקר אז צווישן זייער הנהלה ציילן זיך אויך אזאנע בלינדע עקסטרעמיסטן, אבער דאס זענען נישט די אייוועלט שרייבער און זיכער נישט סאטמאר.

בת קול » דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:03 pm

· #500479
און שוין. מיין דריטע ניק איז אויסגעשפארט.

שמעון וואלף » פרייטאג מאי 20, 2022 2:26 am

· #500502
זופ מיט מאנדלען
סאיז זייער נאריש צו זיען מסקנות פון ספעציפישע דומע אייוועלטער וועלכע נוצן נישט זייער שכל אין סתם א גרינעם דינסטאג אויף סאטמאר רבס מהלך, די חלק אייוועלטער וואס זאגן אז אפילו ווען די הנחיות זאלן זיין פראקטיש און אויסגעהאלטן איז עס אפגעפרעגט צוליב וואס סאיז די ציונימס ארבעט זענען א מיעוט אייוועלט און א ניטאמאל ווערט צו אנגערופן ווערן דום רעלאטיוו צו סאטמאר.

דאס רוב דארטן זענען פרוסטרירט און מיט רעכט, דער וואס איז נישט פרוסטרירט איז ווארשיינליך איינזייטיג נאך וואס מתווה מירון איז קריטיקירט געווארן דורך אלע חרדישע אקטיוויסטן און חברי כנסת [אחוץ מתן כהנא דער גרוילהאפט] און ווי אויך דורך פרייע צייטונגען, דער עולם וואס רעדט הוילע שתותים זענען טאקע א מיעוט. דער פראבלעם מיט אייוועלט איז בעיקר אז צווישן זייער הנהלה ציילן זיך אויך אזאנע בלינדע עקסטרעמיסטן, אבער דאס זענען נישט די אייוועלט שרייבער און זיכער נישט סאטמאר.
דארט ווערן געשריבן אסאך משכל'דיגע תגובות וואס ווערן פארמעקט ווייל די פינאט קעפלעך באריכטן דאס פאר די הנהלה אז ס'איז ציונות

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 20, 2022 6:59 pm

· #500541
שמעון וואלף: אמת. אזא ציוני ווי איך. (איך לערן נאך דערצו אויך, ליידער דעם..."דף היומי.) וואלט מען אראפגעפליקט אין א מינוט. אלע מיינע תגובות וואלטן ארויסגעקומען מיט א בלענק פעידזש. מיט דעם צושריפט..."פארמעקט"...פארמעקט. פארמעקט. צוליעב ציונות.

מרדכי מרדכי » זונטאג מאי 22, 2022 10:00 am

· #500586
פרנס החודש
שאלתיאל
איך האב אביסל מיטגעהאלטן אויף אייוועלט דער געשרייבעכצער ארום ל"ג בעומר אין מירון און מיינע געפילן זיינען זייער שווערע.
מיין איינדרוק איז אז דער דברי יואל זי"ע אין זיין אמת'ע קאמפף קעגן די ציונים האט באשאפן א באנדע פאנאטישע מטורפים פיל מיט שנאה און האס נישט צו דער ציונים נאר צו רוב כלל ישראל. זיינע נאכפאלגער (בעיקר)אין אמעריקע לעבן אין עפעס א פאנטאזירטע וועלט ווי זיי זענען די לעצט פארליבענע 'ערליכע אידן' וואס זענען 'לוחם מלחמות השם' קעגן עפעס אן אומזעעבארן אויפגבלאזענע דעמאן וואס איז דער מקור הרשע בעלמא הדין און אויפן וועג פארוואנדלען זיי רוב כלל ישראל וואס האלט פארקערט פון זיי אין 'משכילים' 'אפיקורסים' 'רשעים'. אלעס אין מותר אין דעם מלחמת דזשיהאד.
נארמאלע אנשטענדיגע קלוגע מענטשן וואס ווען ס'קומט צו 'ציונות' פארלירן זיי דעם צלם אנוש, דער שכל גייט א גאנג מאכענדיג פלאץ פאר זינלאזע ברעינוואשט געפילן וואס נעמען איבער דעם שכל הישר. קענסט טאפן א וואנט.

איך טראכט צו מיר, 'ציונות' איז שוין פונלאנג נישט דא, קוים וואס די ציונים אליין ווייסן וואס דאס איז, אבער די שרעקליכע גיפטיגע גאזן וואס דער שיטה האט איבערגעלאזט וועט נאך בלייבן מיט אונז לאנגע יארן.
ציונות איז די קלענסטע פראבלעם אין סאטמאר, ס׳איז סך הכל א דיסטרעקשן צו האלטן דעם עולם ביזי, סאטמאר רב האט געוואלט דערווייטער זיין עולם פון מאדערן ארטאדאקסיע האט ער זיך געשלאגן מיט ציונות און אזוי געמאכט א שפאלט צווישן זיין עולם און די מאדערנע,און אזוי איז ב״ה געבליבן א כלל ישראל.
אמת אן סאטמאר איז טאקע נישט דא קיין כלל ישראל

פרנס החודש » זונטאג מאי 22, 2022 10:20 am

· #500589
Re: מלחמות חרדיזם אין מירון
מרדכי מרדכי

עס איז אלס נאר בזכות סאטמאר

Sent from my iPhone using Tapatalk

moody » זונטאג מאי 22, 2022 12:07 pm

· #500599
פאר די מדינה איז נתייסד געווארן איז געווען גוטע סיבות צו קלערען אז מ"י גייט זיין א פלאץ ווי ממשלה גייט רודפ'ן דת און פרומע אידן,
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז באופן כללי איז די חשש געווען לבטלה (און גאר פארקערט ואכ"מ),

אבער ביי סאטמאר'ע רב ואנשי בריתו איז איז די חשש, אפגעזעהן פונעם מציאות, פארבליבען לעבעדיג און שפרידילדיג,
ע"כ ווי עס מאכט זיך נאר עפעס א "גזירה" בשייכת מיט חרדים כאפט מען זיך ארויף דערויף ווייל "זעהט דאך קלאר" אז דעס וואס שרייט שוין 100 יאר איז קלאר אמת, דלא כהלינקע וכו'

טאמבל סאס » מאנטאג פעברואר 26, 2024 3:40 am

· #551373
Re: מלחמות חרדיזם אין מירון
האב איך געהערט צווישן די ליגנדע אז די סאטמערע (אהרונים?) שארפן זיך די ציין איבערצונעמען מירון הנהגה פון תולדות אהרן. איינער קען באשטעטיגן?

היימלינד » מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:20 am

· #551427
Re:
moody #
פאר די מדינה איז נתייסד געווארן איז געווען גוטע סיבות צו קלערען אז מ"י גייט זיין א פלאץ ווי ממשלה גייט רודפ'ן דת און פרומע אידן,
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז באופן כללי איז די חשש געווען לבטלה (און גאר פארקערט ואכ"מ),

אבער ביי סאטמאר'ע רב ואנשי בריתו איז איז די חשש, אפגעזעהן פונעם מציאות, פארבליבען לעבעדיג און שפרידילדיג,
ע"כ ווי עס מאכט זיך נאר עפעס א "גזירה" בשייכת מיט חרדים כאפט מען זיך ארויף דערויף ווייל "זעהט דאך קלאר" אז דעס וואס שרייט שוין 100 יאר איז קלאר אמת, דלא כהלינקע וכו'
די ערשטע רעגירונגען זענען געווען זייער לינק, סוציאליסטיש און אנטי דת להכעיסניקעס, די איינציגסטע סיבה פארוואס בן גוריון האט געלאזט די רבנות אלץ בעל הבית אויף גיטין קידושין גירות וכדומה, איז ווייל מען האט איהם מייעץ געווען אז "ווארף זיי דאס זיי גייען ממילא באלד אונטער גיין" און ממילא לוינט זיך נישט צו טשעפען עיקרי הדת וואס קענען גורם זיין א מלחמה.
לגבי מירון האבען זיי גראדע די ערשטע יאר געוואלט אוועקנעמען די חזקה פון באיאן און עס איבער געבען פאר די רב הראשי מטעם המדינה, עס איז נאך דא די דאקיומענטען פון דעמאלטס ווי באיאנער חסידים בעטען זיך און ווייזען אויף אז עס איז א חזקה משנים קדמוניות - געדרוקט און איינע פון די ספרי משכנות הרועים - באיאן ע"י רד"ב רבינוביץ

דאס רעפלעקטירט בכלל נישט מיין מיינונג לגבי ארץ ישראל איז לאמיר נישט פארדרייען מיינע ווערטער אדער די נושא