☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פלאפלערייען!

פלאפלערייען!

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15021
בלאט: 1 2

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 12:29 am

· #489418
פלאפלערייען!
יעדער וויל וואוסן, וואס איז געשעהן אז רבינו הקדוש עפנט אן אשכול סתם אזוי אין א געהלען זונטאג? וועל איך אייך זאגן זייער פשוט, איך בין אין א שלעכטע גוסטע היינט, ווי אויך האט היינט מופיע געווען אן אשכול דא אין שטיבל ווי איינער פון די חשובע חברים האט זיך אויסגעגעבן זיין ביטערניש, האב איך אפגעמאכט ביי מיר זיך אויך ארויפצוכאפן אויפ׳ן וואגן און אויסגעבן מיין ביטערניש און ווענטן אביסל, און די היינטיגע נושא וועט זיין, פלאפלערייען!

וואס מיין איך מיט פלאפלערייען? וועל איך ממשיל זיין מיט א משל, מיט א צייט צוריק בין איך געזעצן אין שפיטאל ביי מיין באבען ע״ה׳ס קראנקענבעט, יענעם שבת איז געווען מיין רייע צו זיצן ביי איר בעט און צוקוקן ווי זי גייט אויס ווי א ליכט. שוין, זיץ איך מיר דארט אזוי און שמועס מיט מיין קאזין על דא ועל הא ווען אינמיטן גייט אדורך א מענטש מיט א שטריימל און בעקישע און גרוסט מיר אזוי, ער קוקט אויף מיין באבע און אויף מיר און זאגט מיר גוט שבת און גיבט א פלאפל ארויס ״זאל זי האבן א רפואה שלימה בקרוב!״ איך האב געפילט ווי איך כאפ א סטראוק, וואט די העק מיינט דאס א רפואה שלמה?! און איך גיב מיך א רוף אן צו איהם, ״האלאו רעב איד, מיין באבע איז שוין איבער די ניינציג און זי האלט שוין אט אט ביים שטארבן, וואס האקסטו רפואה שלימה אין קאפ אריין?!״ דער גאון הגאונים האט ניטאמאל געכאפט וואס איך וויל פון איהם, ער האט זיך פאררויטלט אביסל, זיך אונטערגעמורמלט עפעס און געגאנגען ווייטער. דאס מיין איך מיט פלאפלערייען, איך בין זיכער אז ווען דער וואוילער איד האט געזאגט די ווערטער ״רפואה שלימה״ האט ער נישט געמיינט אז נאך א יאר צייט פון גארנישט טוהן אויסער שלאפן וועט מיין באבע מארגן צופריה אויפשטיין און זיך פלוצלונג נעמען רעדן און גיין כאחד האדם, וואס דען האט ער געמיינט צו וואונטשן? גארנישט, אבי געפלאפלט, ארויסגעפארצט אפאר ווערטער און זיך געגאנגען ווייטער חוש׳ן לאורך ימים טובים.

נאך א משל: לעצטע וואך האב איך אויסגעהערט א שיעור פון עפעס א מקובל וואו בתוך הדברים האט ער פרובירט מסביר צו זיין פארוואס מ׳טאר נישט אנטפלעקן די קץ הימים, האט ער געזאגט אזוי. ס׳דא הייליגע אידן וואס ווייסן פונקטליך ווען די קץ וועט זיין, נאר וואס דען? די קץ איז אזא באהאלטענע זאך אז אפילו מ׳ווייסט עס קען זיך עס אבער נאכאלץ טוישן, און אויב מ׳אנטפלעקט עס פאר איינער וואס איז נישט קיין מאמין אינגאנצן נעמט מען א ריזיקע אז ס׳וועט זיך טוישן און דערנאך וועט ער צוריקקומען מיט טענות הלמאי דו האסט געזאגט אז משיח וועט קומען ביז דעם טאג אבער ער איז למעשה נישט געקומען? און איך שטיי און איך וואונדער מיך, אויב דו זאגסט אז אפילו אויב מ׳ווייסט עס קען זיך עס נאכאלץ טוישן איז ביי דעפינישן ווייסטו עס נישט, איא? אויב קען זיך עס טוישן וואס מיינט די ווארט ״וואוסן״? וואס פונקטליך ווייסטו מער פון איינער וואס ווייסט נישט? אבי געפלאפלט און געפלוידערט.

באמת האב איך נאך אסאך צו שרייבן איבער דעם נושא נאר ס׳שוין געקומען די צייט זיך אנצושפארן וועל איך עס לאזן ביי דעם, ווער ס׳האט וואס צוצולייגן זאל זיך נעמען די COVID און מיטטיילן זיינע געדאנקען איבער די נושא.

לייבל שטילער » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 12:37 am

· #489419
די וואך אין די מאמענט שרייבט איינער וועגן די נייעס אז קיין איין אינשורענס קאמפעני וויל נישט דעקן די פלאץ נאך די שרעקליכע סטעמפיד פון פאריאר, בתוך הדברים שרייבט ער בערך אזוי "מיר ערליכע אידן ווייסן אז מירון דארף נישט קיין בעסערע אישורענס ווי ר' שמעון וואס איז די בעסטע אינשורענס" עפעס אזוי.
א געהעריגע דוגמא צו פלאפלעריי, ווייסט דען נישט די שרייבער וואס איז געשען פאריאר? אוודאי ווייסט ער נאר סקומט אזוי, צו פלאפלען נאן סענס פון די סארט אין די קאנטעקסט.
וואטעווער. בלא בלא בלא....

לייבל שטילער » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:01 am

· #489420
פלאפלעריי: פרנסה קומט פונעם אייבערשטן.
ווערט גענוצט: ווען מ'איז פויל, מ'האלט נישט ביים אינוועסטירן כח, ענערגיע, קריעטיוועטי וכו'.

פלאפלעריי: ס'איז פארשטייט זיך העכערע זאכן.
אגב, ס'איז א חילוק צווישן זאגן " ס'איז העכערע זאכן" און "ס'איז פארשטייט זיך העכערע זאכן" דוק ותשכח

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:34 am

· #489424
אין הקב"ה בא בטרוניא על בריותיו.
פלאפלעריי, דאמירן בעלמא, וויאזוי שטימט עס מיט: אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא?

נפה » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:48 am

· #489425
אין הגב״ה בא בטרוניא עם בריותיו איז נישט קיין פלאפלערייען עס איז א גמרא מסכת עבודה זרה דף ג׳ עמוד א נאר די טייטש איז פארדרייט (קען זיין דאס האסטו געוואלט ארויסברענגען) די ארגינעלע טייטש מיינט אז די אייבערשטער קומט נישט בעלילה נאר ער געט פאר יעדעם א טשענס.
ועיין עוד מהרש״א בבא בתרא דף קסד ע״ב

פאליטיקאנט » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 3:04 am

· #489428
Re: פלאפלערייען!
כמעט יעדע עסטאבלישמענט בעל דרשן רעדט אדער גראבע ליגנט אדער פלאפלעריי וואס מאכט נישט קיין סענס.

כ'האב אמאל געהערט א דרשה אלס בחור אז רבי ר' אלימלך האט זיך אמאל אנגערופן צו זיינע חסידים "עטס מיינטס איך האב נישט קיין יצר הרע? כ'האב פונקט אזא יצר הרע ווי ענק!"

נאכן זאגן די פאוערפול סטעיטמענט האט דער בעל דרשן געווארט אפאר סעקונדעס אן אויסגעפירט: "פארשטייט זיך אונז האבן נישט קיין השגה אין זיינע ווערטער...."

ער האט פשוט פארברענט זיין פוינט און גארנישט ארויסגעברענגט מיט זיין דרשה, חוץ וואס ער האט פשוט נישט גערעדט צום זאך.

ברוינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 6:55 am

· #489435
Re: פלאפלערייען!
א שלייער פון אַנגס טראסקעט אראפ פון מיין יונגע הערצעלע.
שוין, ביסטו מיט מיר אויף איין בלעטל.

הההםםם,, עס אנטוויקלט זיך דא עפעס א שטיקל סעמינאַר.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:41 am

· #489442
רביה''ק זי''ע
וואס מיין איך מיט פלאפלערייען? וועל איך ממשיל זיין מיט א משל, מיט א צייט צוריק בין איך געזעצן אין שפיטאל ביי מיין באבען ע״ה׳ס קראנקענבעט, יענעם שבת איז געווען מיין רייע צו זיצן ביי איר בעט און צוקוקן ווי זי גייט אויס ווי א ליכט. שוין, זיץ איך מיר דארט אזוי און שמועס מיט מיין קאזין על דא ועל הא ווען אינמיטן גייט אדורך א מענטש מיט א שטריימל און בעקישע און גרוסט מיר אזוי, ער קוקט אויף מיין באבע און אויף מיר און זאגט מיר גוט שבת און גיבט א פלאפל ארויס ״זאל זי האבן א רפואה שלימה בקרוב!״ איך האב געפילט ווי איך כאפ א סטראוק, וואט די העק מיינט דאס א רפואה שלמה?! און איך גיב מיך א רוף אן צו איהם, ״האלאו רעב איד, מיין באבע איז שוין איבער די ניינציג און זי האלט שוין אט אט ביים שטארבן, וואס האקסטו רפואה שלימה אין קאפ אריין?!״ דער גאון הגאונים האט ניטאמאל געכאפט וואס איך וויל פון איהם, ער האט זיך פאררויטלט אביסל, זיך אונטערגעמורמלט עפעס און געגאנגען ווייטער. דאס מיין איך מיט פלאפלערייען, איך בין זיכער אז ווען דער וואוילער איד האט געזאגט די ווערטער ״רפואה שלימה״ האט ער נישט געמיינט אז נאך א יאר צייט פון גארנישט טוהן אויסער שלאפן וועט מיין באבע מארגן צופריה אויפשטיין און זיך פלוצלונג נעמען רעדן און גיין כאחד האדם, וואס דען האט ער געמיינט צו וואונטשן? גארנישט, אבי געפלאפלט, ארויסגעפארצט אפאר ווערטער און זיך געגאנגען ווייטער חוש׳ן לאורך ימים טובים.

אונז הא׳מיר דא אראפגעברענגט די תשובה פון ר׳ חיים פלאגי ווי ער פירט דארט אויס אז א חולה המצטער והרופאים נתיישאו ממנה איז די קרובים זאלן נישט מתפלל זיין זי זאל שטארבן אבער דארפן נישט מתפלל זיין אויף איר רפואה. פרעמדע אבער מעגן מתפלל זיין אויף איר מיתה ע״ש.
‏
לייבל שטילער
פלאפלעריי: ס'איז פארשטייט זיך העכערע זאכן.
אגב, ס'איז א חילוק צווישן זאגן " ס'איז העכערע זאכן" און "ס'איז פארשטייט זיך העכערע זאכן" דוק ותשכח

״העכערע זאכן״ קען מען אולי פארענטפערן - די ״פארשטייט זיך״ אבער קען מען נישט זאגן ווייל דאס גייט דאך ממש קעגן די עיקר כללי הגיון…
‏
קהל׳ס נער
אין הקב"ה בא בטרוניא על בריותיו.
פלאפלעריי, דאמירן בעלמא, וויאזוי שטימט עס מיט: אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא?

לויט דער עקידה איז עס אויך גרינגער ווייל די ״אין צדיק אשר יעשה טוב ולא יחטא״ איז נאר לגבי די ״אביעקטיווע״ חלק פונעם חטא און אויף דעם איז נישט עכט דא קיין טענה - ועכ״כ אז אנדערש איז עס געווען נמנע כביכול אף מהקב״ה.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 5:33 pm

· #489563
קהל'ס נער
אין הקב"ה בא בטרוניא על בריותיו.
פלאפלעריי, דאמירן בעלמא, וויאזוי שטימט עס מיט: אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא?

קהל'ס נער: אבער א יעדער האט א בחירה...!

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 6:04 pm

· #489566
אם כבר ב'פלאפלערייען עסקינן. איך האב (שלא בכונה) אויפגעמישט א קליפ וואו א יונגערמאן, זעהט אויס א היימישער, וואס האטציך אנגעטון א נעקטיי און רעדט (א ביסל) א געשליפענעם ענגליש, האט געהאלטן א דרשה פאר א פאר אלטע אמעריקאנער זיידעס און באבעס ערגעץ אין א ביהמ"ד...האט ער זיי פארציילט אזא מעשה'לע...דער ליובאוויטשער רבי, ווען ער איז געגאנגען פאר א שבעה קאל (ניחום אבלים) צו סאטמערע רבי, ווייל זיין רביצין איז נפטר געווארן. האט ער איהם געפרעגט א קשיא. כ'געדענק שוין נישט פונקטליך וואס...! עטץ הערטס די שטותים און לאקשן וואס דער יונגערמאן רעדט איין פאר די אלטע נעבעכ'דיגע זיידיטשקוס און באביטשקעס...! די סאטמאר'ע רבי'ס ווייב איז נישט נפטר געווארן אין אמעריקע. אויך. די ליובאוויטשער רבי איז נישט געפארן קיינעם מנחם אבל זיין. (פונקט צו סאטמאר'ע רבי...לאל...!

די אלטע האבן זיכער געצאלט א שיינע מטבע פאר א טיקעט צו קענען הערן דעם גרויסן גאון און בעל דרשן...! נאר ס'איז דאך בעסער ווי זיך הוידען אויפ'ן ראקינג טשעיר און ווארטן אז די פעקל פון דזשא.סא. זאלל אנקומען...!

ברוינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 6:14 pm

· #489574
Re: פלאפלערייען!
berlbalaguleh
אם כבר ב'פלאפלערייען עסקינן. איך האב (שלא בכונה) אויפגעמישט א קליפ וואו א יונגערמאן, זעהט אויס א היימישער, וואס האטציך אנגעטון א נעקטיי און רעדט (א ביסל) א געשליפענעם ענגליש, האט געהאלטן א דרשה פאר א פאר אלטע אמעריקאנער זיידעס און באבעס ערגעץ אין א ביהמ"ד...האט ער זיי פארציילט אזא מעשה'לע...דער ליובאוויטשער רבי, ווען ער איז געגאנגען פאר א שבעה קאל (ניחום אבלים) צו סאטמערע רבי, ווייל זיין רביצין איז נפטר געווארן. האט ער איהם געפרעגט א קשיא. כ'געדענק שוין נישט פונקטליך וואס...! עטץ הערטס די שטותים און לאקשן וואס דער יונגערמאן רעדט איין פאר די אלטע נעבעכ'דיגע זיידיטשקוס און באביטשקעס...! די סאטמאר'ע רבי' ווייב איז נישט נפטר געווארן אין אמעריקע. אויך. די ליובאוויטשער רבי איז נישט געפארן קיינעם מנחם אבל זיין. (פונקט צו סאטמאר'ע רבי...לאל...!

די אלטע האבן זיכער געצאלט א שיינע מטבע פאר א טיקעט צו קענען הערן דעם גרויסן גאון און בעל דרשן...! נאר ס'איז דאך בעסער ווי זיך הוידען אויפ'ן ראקינג טשעיר און ווארטן אז די פעקל פון דזשא.סא. זאלל אנקומען...!

אינטערעסאנט, איך האב אלץ געמיינט אז נאר אין חדר קען מען איינבאקן באבע מעשיות.
יעצט זעה איך אז מען קען פאר באבע'ס איינבאקן חדר מעשיות.
נו, זיי אזוי גוט, און טייל דאס מיט, אדאנק!
(אויב ס'איז פארהאן בכלל אזא קליפּ)

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:23 pm

· #489582
berlbalaguleh
קהל'ס נער
אין הקב"ה בא בטרוניא על בריותיו.
פלאפלעריי, דאמירן בעלמא, וויאזוי שטימט עס מיט: אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא?

קהל'ס נער: אבער א יעדער האט א בחירה...!

אויב האט יעדער א בחירה וויאזוי שטימט עס מיט, אין צדיק בארץ?
וי"ל העכערע זאכן.
א"כ הדרא קושיא לדוכתיה, אדער אזעלכע שטותים, אדער אנדערע לאקשן.

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:24 pm

· #489583
berlbalaguleh
אם כבר ב'פלאפלערייען עסקינן. איך האב (שלא בכונה) אויפגעמישט א קליפ וואו א יונגערמאן, זעהט אויס א היימישער, וואס האטציך אנגעטון א נעקטיי און רעדט (א ביסל) א געשליפענעם ענגליש, האט געהאלטן א דרשה פאר א פאר אלטע אמעריקאנער זיידעס און באבעס ערגעץ אין א ביהמ"ד...האט ער זיי פארציילט אזא מעשה'לע...דער ליובאוויטשער רבי, ווען ער איז געגאנגען פאר א שבעה קאל (ניחום אבלים) צו סאטמערע רבי, ווייל זיין רביצין איז נפטר געווארן. האט ער איהם געפרעגט א קשיא. כ'געדענק שוין נישט פונקטליך וואס...! עטץ הערטס די שטותים און לאקשן וואס דער יונגערמאן רעדט איין פאר די אלטע נעבעכ'דיגע זיידיטשקוס און באביטשקעס...! די סאטמאר'ע רבי'ס ווייב איז נישט נפטר געווארן אין אמעריקע. אויך. די ליובאוויטשער רבי איז נישט געפארן קיינעם מנחם אבל זיין. (פונקט צו סאטמאר'ע רבי...לאל...!

די אלטע האבן זיכער געצאלט א שיינע מטבע פאר א טיקעט צו קענען הערן דעם גרויסן גאון און בעל דרשן...! נאר ס'איז דאך בעסער ווי זיך הוידען אויפ'ן ראקינג טשעיר און ווארטן אז די פעקל פון דזשא.סא. זאלל אנקומען...!

אינז שטיי מיר און לאכן פון יענע זיידעס, בשעת זיי לאכן דריי מאל אזויפיל אויף וואס בערל טויבער פארקויפט אינז

ברוינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:28 pm

· #489584
Re: פלאפלערייען!
עטליכע וויכטיגע אנווייזונגען ביים "פלאפלען"

קודם כל, נישט שרייען

צווייטנס, זיכער מאכן אז ווען מ'שטעקט אריין דעם קארדלעס-טעלעפאון אינעם טורבאנד, זאלן די פארבליבענע אומפארשוירענע האר בלייבן באהאלטן.
חוץ פון דעם וואס דאס איז א איסר, איז פשוט מענטשליך אז מ'זאל נישט אנרייצן פרעמדע מענער.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

ברוינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:31 pm

· #489585
Re: פלאפלערייען!
כ'האב קאפ וויי.
איינער האט עפעס אן עצה אחוץ זיך שטאפן מיט טיילענאל?

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:32 pm

· #489586
ברוינשטיין
כ'האב קאפ וויי.
איינער האט עפעס אן עצה אחוץ זיך שטאפן מיט טיילענאל?

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

א ג'וינטעלע

ברוינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:49 pm

· #489590
Re: פלאפלערייען!

זעמיל מילכיגער » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 8:11 pm

· #489591
berlbalaguleh
אם כבר ב'פלאפלערייען עסקינן. איך האב (שלא בכונה) אויפגעמישט א קליפ וואו א יונגערמאן, זעהט אויס א היימישער, וואס האטציך אנגעטון א נעקטיי און רעדט (א ביסל) א געשליפענעם ענגליש, האט געהאלטן א דרשה פאר א פאר אלטע אמעריקאנער זיידעס און באבעס ערגעץ אין א ביהמ"ד...האט ער זיי פארציילט אזא מעשה'לע...דער ליובאוויטשער רבי, ווען ער איז געגאנגען פאר א שבעה קאל (ניחום אבלים) צו סאטמערע רבי, ווייל זיין רביצין איז נפטר געווארן. האט ער איהם געפרעגט א קשיא. כ'געדענק שוין נישט פונקטליך וואס...! עטץ הערטס די שטותים און לאקשן וואס דער יונגערמאן רעדט איין פאר די אלטע נעבעכ'דיגע זיידיטשקוס און באביטשקעס...! די סאטמאר'ע רבי'ס ווייב איז נישט נפטר געווארן אין אמעריקע. אויך. די ליובאוויטשער רבי איז נישט געפארן קיינעם מנחם אבל זיין. (פונקט צו סאטמאר'ע רבי...לאל...!

די אלטע האבן זיכער געצאלט א שיינע מטבע פאר א טיקעט צו קענען הערן דעם גרויסן גאון און בעל דרשן...! נאר ס'איז דאך בעסער ווי זיך הוידען אויפ'ן ראקינג טשעיר און ווארטן אז די פעקל פון דזשא.סא. זאלל אנקומען...!

בדרך אגב: ליבאוויטשע רבי איז געגאנגן מנחם אבל זיין האדמו"ר מסאטמאר ז"ל ביים זיצן שבעה נאך רויזא'לע.
פארשרייב עס פאר דיינע ידיעות

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 8:18 pm

· #489592
ברוינשטיין
כ'האב קאפ וויי.
איינער האט עפעס אן עצה אחוץ זיך שטאפן מיט טיילענאל?

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

יא. פלאפלען. און פלאפלען.
. און טאמער העלפט נישט. א סאך פלאפלען. א יעדע 4 שעה..!

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 8:29 pm

· #489593
זעמיל מילכיגער
berlbalaguleh
אם כבר ב'פלאפלערייען עסקינן. איך האב (שלא בכונה) אויפגעמישט א קליפ וואו א יונגערמאן, זעהט אויס א היימישער, וואס האטציך אנגעטון א נעקטיי און רעדט (א ביסל) א געשליפענעם ענגליש, האט געהאלטן א דרשה פאר א פאר אלטע אמעריקאנער זיידעס און באבעס ערגעץ אין א ביהמ"ד...האט ער זיי פארציילט אזא מעשה'לע...דער ליובאוויטשער רבי, ווען ער איז געגאנגען פאר א שבעה קאל (ניחום אבלים) צו סאטמערע רבי, ווייל זיין רביצין איז נפטר געווארן. האט ער איהם געפרעגט א קשיא. כ'געדענק שוין נישט פונקטליך וואס...! עטץ הערטס די שטותים און לאקשן וואס דער יונגערמאן רעדט איין פאר די אלטע נעבעכ'דיגע זיידיטשקוס און באביטשקעס...! די סאטמאר'ע רבי'ס ווייב איז נישט נפטר געווארן אין אמעריקע. אויך. די ליובאוויטשער רבי איז נישט געפארן קיינעם מנחם אבל זיין. (פונקט צו סאטמאר'ע רבי...לאל...!

די אלטע האבן זיכער געצאלט א שיינע מטבע פאר א טיקעט צו קענען הערן דעם גרויסן גאון און בעל דרשן...! נאר ס'איז דאך בעסער ווי זיך הוידען אויפ'ן ראקינג טשעיר און ווארטן אז די פעקל פון דזשא.סא. זאלל אנקומען...!

בדרך אגב: ליבאוויטשע רבי איז געגאנגן מנחם אבל זיין האדמו"ר מסאטמאר ז"ל ביים זיצן שבעה נאך רויזא'לע.
פארשרייב עס פאר דיינע ידיעות

זעמיל מילכיגער. הא.הא.: כ'האב געטראכט פון דעם. איז עס אויך אן עם הארצות. חוץ מזה. איז די ליובאוויטשער רבי נישט געגאנגען אין ערגעץ. זיך נישט באטייליגט ביי קיין שום מסיבות אדער פראטעסטן. אדער מערכות. אד'ער לויות. אויסער צו זיין שווער'ס קבר ביי זיין יארצייט. אדער אנדערע יומא דפגרא'ס. אנגעבליך , צוליעב סעקיוריטי ריזאנס. ס'זאלל הייסן אז, זייענדיג אן עלעקטריקל און נוקלעאר ענדזשיניר האט ער געוואוסט מיליטערישע סודות. און די אמעריקאנע רעגירונג האט מורא געהאט אז די רוסן (זייענדיג פון דארט) וועללן איהם (ח"ו) קידנעפן. זיין הויז און ביהמ"ד איז אייביג געווען באוואכט דורך פאליציי. ביז מעיאר עד קאטש האט עס אפגעשטעלט. אויפ'ן פארלאנג און פראטעסט פון די קנאה'דיגע שווארצע שכנים...!

ברוינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 8:49 pm

· #489595
Re: פלאפלערייען!
לאמיר זיך אינטער הערן די "פלאפלערייען"

שיינדל: עי דשראַפּ פון וויניגער און אביסל מארגערין אויסמיש...
חנטשי האקט איבער: יא, ס'איז פון לילי ענד טאַד, באט איך גיי עס...
דבורה האקט איבער: מיי האסבענד טאלד מי דעט...
סימי האקט איבער: יעדער גייט שוין היינט מיט די נייע סט...
קריינטשי האקט איבער: יוסעלע מיי בעיבי האט היינט געמאכט א טענטשראם אז ער וויל נישט גיין אין חדר, באט יאו נאו וואט איי טאלד הום? קענסט היינט נעמען א נאש אין חדר. ענד הי איז געווארן עכט סעטעספייד.

אלע זאלן פאטשן פאר קריינטשי זי איז די געוואונער!

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

ברוינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 9:09 pm

· #489597
Re: פלאפלערייען!
איך געפון זיך יעצט אין א לאנגווייליגער מצב  מען ריפט דאס אין ענגליש מיזרעבל.
שוין דורך-גענושטערט די יאו טוב היים בלאט א קנאפע דריי מאל, סיי וועלכע מוזיק איך צינד נאר אן מיש איך עס גלייך אוועק מיט עקסטאז, וויסנדיג טיף אין הארץ אז דאס קומעדיגע ניגון וועל איך פינקט אזוי אהיים שיקן.
כ'האלט שוין נאכן נאשן, נאכן רייכערן, אויסגעריהט.
אזש איך שפיר ווי דער כולל אינגערמאן וואס לויפט דורך זיינע קאנטאקטן אויפן פליפ פאון

בבבררר...

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 9:14 pm

· #489598
ברוינשטיין
איך געפון זיך יעצט אין א לאנגווייליגער מצב  מען ריפט דאס אין ענגליש מיזרעבל.
שוין דורך-גענושטערט די יאו טוב היים בלאט א קנאפע דריי מאל, סיי וועלכע מוזיק איך צינד נאר אן מיש איך עס גלייך אוועק מיט עקסטאז, וויסנדיג טיף אין הארץ אז דאס קומעדיגע ניגון וועל איך פינקט אזוי אהיים שיקן.
כ'האלט שוין נאכן נאשן, נאכן רייכערן, אויסגעריהט.
אזש איך שפיר ווי דער כולל אינגערמאן וואס לויפט דורך זיינע קאנטאקטן אויפן פליפ פאון

בבבררר...

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

לערן איבער די רב'ס תורות 😂

ברוינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 9:21 pm

· #489600
Re: פלאפלערייען!
קהל'ס נער
ברוינשטיין
איך געפון זיך יעצט אין א לאנגווייליגער מצב  מען ריפט דאס אין ענגליש מיזרעבל.
שוין דורך-גענושטערט די יאו טוב היים בלאט א קנאפע דריי מאל, סיי וועלכע מוזיק איך צינד נאר אן מיש איך עס גלייך אוועק מיט עקסטאז, וויסנדיג טיף אין הארץ אז דאס קומעדיגע ניגון וועל איך פינקט אזוי אהיים שיקן.
כ'האלט שוין נאכן נאשן, נאכן רייכערן, אויסגעריהט.
אזש איך שפיר ווי דער כולל אינגערמאן וואס לויפט דורך זיינע קאנטאקטן אויפן פליפ פאון

בבבררר...

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

לערן איבער די רב'ס תורות [emoji38]
פאר ד'רב'ס תורות דארף מען האבן שטארקע קאנצענטראציע.
ס'איז סוף טאָג, איך האב נישט יעצט די מוחות דערצו...

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

ברוינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 9:38 pm

· #489601
Re: פלאפלערייען!
אויבן האט מען אביסל ארומגערעדט פון בעל הדרשנים.
לאמיר זיך ניט נארן, אלע רעדן שתותים, און אלע קייען וואסער.
דער איינציגסטער וואס איך לאז נאך אריין ביי מיר אין שטוב איז הרב ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א.
ער מאכט מיר טאקע נישט קיין סאך קלוגער, אבער ברענגט מיר כאטש דא און דארט ארויף א שמייכל אויפ'ן געזיכט..

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

ערבי נחל » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 9:59 pm

· #489603
ברוינשטיין
אויבן האט מען אביסל ארומגערעדט פון בעל הדרשנים.
לאמיר זיך ניט נארן, אלע רעדן שתותים, און אלע קייען וואסער.
דער איינציגסטער וואס איך לאז נאך אריין ביי מיר אין שטוב איז הרב ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א.
ער מאכט מיר טאקע נישט קיין סאך קלוגער, אבער ברענגט מיר כאטש דא און דארט ארויף א שמייכל אויפ'ן געזיכט..

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

יא יא אלע דרשנים זענען איין גרויסע גארבידז חוץ ר׳ מרדכי זילבר מסטוטשין פאר איר ענפערט הערט אויס א שיעור אויף די סדרה און נאכדעם קום צוריק און זאג פארוואס ער איז נישט קיין גארבידז
נ.ב. איך רעד פון די חצפה נישט פון די גברה

ברוינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 10:11 pm

· #489605
Re: פלאפלערייען!
ערבי נחל

נעוואדע! איך בין אלץ דא צו הערן.
שיק ביטע אריין א לינק, ייש"כ.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

ברוינשטיין » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 10:42 pm

· #489611
Re: פלאפלערייען!
נו, אז עס קומען פאר "פלאפלערייען" אוואו זענען @ברוריה @בת קול שרהרחל?
עטס שווייגטס ווי מענער!
איך בין ענק דן לקף זכות, אז ענק געפונען זיך איינגעמיירעט אין ווייבער שוהל.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 11:33 pm

· #489633
קהל'ס נער
ברוינשטיין
כ'האב קאפ וויי.
איינער האט עפעס אן עצה אחוץ זיך שטאפן מיט טיילענאל?

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

א ג'וינטעלע

מ'מוז צוטרינקען צו דעם אויב נישט עט ווערען מער קאפ ווייטאג.

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 11:42 pm

· #489636
"און מיט דעם וועט מען מסיים זיין, איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק, מ'זאל זיך מחזק איינעם דעם צווייטען, צוזאמען קען מען אסאך אויפטוהן פארן אייבערשטער..."

די פסוק איש את רעהו יעזורו וגו' גייט ארויף אויף עבודה זרה...

ברוינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:08 am

· #489665
Re: פלאפלערייען!
נאך א וויכטיגע אויפמערקונג פאר די "פלאפלערייערס"

טייל מאל ביים פלאפלען ווערט א שטילשטאנד, געוויסע קענען דאס נישט דערהייבן, זאגן זיי ווי פאלגנד.

נו, איינער זאל אריינקומען מיט עפעס אן אינטערסאנטע נושא.

דער אויבן דערמאנטע זאץ איז ווי סם פאר א קופקע.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

יאסל ראקאווער » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:55 am

· #489700
פרעכע גועל נפש פלאפערייען (א אשכול פאר זיך?) אין דער איד אויף סורפסייד. כאילו ס'איז אפענע יד השם א נקמה פאר האבן א ביעטש view. א שרעק און טאקע ממש פלאפערייען ווייל די שיינע נייע Saint Regis האטעל זיצט אויף א גוטע שטארקע פאונדאוציע און איז געפאקט מיט אידן וואך איין וואך אויס, און אפאר אלטע באבע'ס און סורפסייד זענען געשטארבן מיט אפאר הונדרעט גוים ווייל די אייבישטער וויל אונז ווייזען די אפענע יד השם. נעבעך demented.
📎 IMG-20211228-WA0053.jpg 📎 IMG-20211228-WA0052.jpg

ערבי נחל » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:01 am

· #489702
ברוינשטיין
ערבי נחל
ברוינשטיין
אויבן האט מען אביסל ארומגערעדט פון בעל הדרשנים.
לאמיר זיך ניט נארן, אלע רעדן שתותים, און אלע קייען וואסער.
דער איינציגסטער וואס איך לאז נאך אריין ביי מיר אין שטוב איז הרב ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א.
ער מאכט מיר טאקע נישט קיין סאך קלוגער, אבער ברענגט מיר כאטש דא און דארט ארויף א שמייכל אויפ'ן געזיכט..

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

יא יא אלע דרשנים זענען איין גרויסע גארבידז חוץ ר׳ מרדכי זילבר מסטוטשין פאר איר ענפערט הערט אויס א שיעור אויף די סדרה און נאכדעם קום צוריק און זאג פארוואס ער איז נישט קיין גארבידז
נ.ב. איך רעד פון די חצפה נישט פון די גברה
נעוואדע! איך בין אלץ דא צו הערן.
שיק ביטע אריין א לינק, ייש"כ.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

<a class="postlink" href="https://www.kolhalashon.com/New/Ravs.aspx?Lang=Idish&FID=108513">https://www.kolhalashon.com/New/Ravs.as ... FID=108513</a>

ברוינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:16 am

· #489706
יאסל ראקאווער
פרעכע גועל נפש פלאפערייען (א אשכול פאר זיך?) אין דער איד אויף סורפסייד. כאילו ס'איז אפענע יד השם א נקמה פאר האבן א ביעטש view. א שרעק און טאקע ממש פלאפערייען ווייל די שיינע נייע Saint Regis האטעל זיצט אויף א גוטע שטארקע פאונדאוציע און איז געפאקט מיט אידן וואך איין וואך אויס, און אפאר אלטע באבע'ס און סורפסייד זענען געשטארבן מיט אפאר הונדרעט גוים ווייל די אייבישטער וויל אונז ווייזען די אפענע יד השם. נעבעך demented.

סתם אזוי קאסט מיר אמאל א שמייכל ביים ליינען די סארט ארטיקלען, די שרייבערס זענען געווענליך סתם פויערן וועלכע האבן א גוטע פענע.
דער תמימות'דיגע היימישער וואס ליינט דאס כאפט נישט וואסארא צימעס מ'מאכט פון אים.

היסטאריע » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:23 am

· #489709
berlbalaguleh
אם כבר ב'פלאפלערייען עסקינן. איך האב (שלא בכונה) אויפגעמישט א קליפ וואו א יונגערמאן, זעהט אויס א היימישער, וואס האטציך אנגעטון א נעקטיי און רעדט (א ביסל) א געשליפענעם ענגליש, האט געהאלטן א דרשה פאר א פאר אלטע אמעריקאנער זיידעס און באבעס ערגעץ אין א ביהמ"ד...האט ער זיי פארציילט אזא מעשה'לע...דער ליובאוויטשער רבי, ווען ער איז געגאנגען פאר א שבעה קאל (ניחום אבלים) צו סאטמערע רבי, ווייל זיין רביצין איז נפטר געווארן. האט ער איהם געפרעגט א קשיא. כ'געדענק שוין נישט פונקטליך וואס...! עטץ הערטס די שטותים און לאקשן וואס דער יונגערמאן רעדט איין פאר די אלטע נעבעכ'דיגע זיידיטשקוס און באביטשקעס...! די סאטמאר'ע רבי'ס ווייב איז נישט נפטר געווארן אין אמעריקע. אויך. די ליובאוויטשער רבי איז נישט געפארן קיינעם מנחם אבל זיין. (פונקט צו סאטמאר'ע רבי...לאל...!

די אלטע האבן זיכער געצאלט א שיינע מטבע פאר א טיקעט צו קענען הערן דעם גרויסן גאון און בעל דרשן...! נאר ס'איז דאך בעסער ווי זיך הוידען אויפ'ן ראקינג טשעיר און ווארטן אז די פעקל פון דזשא.סא. זאלל אנקומען...!

גראדע פארקערט איז יא געוועהן, סאטמארע רבי איז געוועהן מנחם אבל זיין ליבאוויטשער רבי, איך האב עס אמאהל געזעהן געדריקט אין זייערע הפצות. עפעס האבען זיי גערעדט וועגען די כוונות אויף קדיש.

היסטאריע » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:26 am

· #489711
ערבי נחל
ברוינשטיין
ערבי נחל
ברוינשטיין
אויבן האט מען אביסל ארומגערעדט פון בעל הדרשנים.
לאמיר זיך ניט נארן, אלע רעדן שתותים, און אלע קייען וואסער.
דער איינציגסטער וואס איך לאז נאך אריין ביי מיר אין שטוב איז הרב ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א.
ער מאכט מיר טאקע נישט קיין סאך קלוגער, אבער ברענגט מיר כאטש דא און דארט ארויף א שמייכל אויפ'ן געזיכט..

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

יא יא אלע דרשנים זענען איין גרויסע גארבידז חוץ ר׳ מרדכי זילבר מסטוטשין פאר איר ענפערט הערט אויס א שיעור אויף די סדרה און נאכדעם קום צוריק און זאג פארוואס ער איז נישט קיין גארבידז
נ.ב. איך רעד פון די חצפה נישט פון די גברה
נעוואדע! איך בין אלץ דא צו הערן.
שיק ביטע אריין א לינק, ייש"כ.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

<a class="postlink" href="https://www.kolhalashon.com/New/Ravs.aspx?Lang=Idish&FID=108513">https://www.kolhalashon.com/New/Ravs.as ... FID=108513</a>

שמעתי אז לעצטע וואך האט ער זיך ווידער צולאזט אויף רבי'ס און די דרשה איז נישט ארויף.

ברוינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 7:51 pm

· #489870
Re: פלאפלערייען!
א שווערע טאג געוועזן היינט אינעם קרעטשמע.
מיינע באקן ווארענען מיר אז נאך אביסל מיט דעם מהלך, וועלן אינז מאכן א פוטש אויף דיר.
אבער ניין זאג איך.
כ'וועל פלאפלען אזוי לאנג ווי מיינע מחשבות טאנצן ווילד.

אגב, @berlbalaguleh ביסט אינז שולדיג דא א מעשה.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 8:58 pm

· #489897
ברוינשטיין: גערעכט. והנה... איך האב אין יענע צייט געדרייווט א באס. אויך געווען א עלעקטרישן ( א סאך מלאכות. אדער ווי מיין שוויגער ע"ה פלעגט צו זאגן... א פולן תח- מיט געשעפטן.) איך האב איבערגעמאכט די עלעקטריק אין א בילדינג.. איך האב אפגעשמועסט מיט דעם טייערן ($15 דאללער א שעה) בחור אז ער זאלל קומען אויף די דזשאב 8:30. מיין באסדרייווינג האטציך אויפגעהערט אום 9 אזייגער אינדערפריה. שוין. איך פארק דעם באס און גיי אויף די אנדערע דזשאב. איך קום אן. (דער בחור'טשיק האט געהאט די שליסל, וואס איך האב איהם געגעבן.) אין קול ואין יונה. לא דובים ולא יער...איך קאלל איהם אויף זיין סעל..."איך גיי באלד צו די ווילי-בארא פארק באס"...שוין 10 אזייגער בחור קומט אן בעשטומ"צ..."איך האב נאכנישט געדאוונט. איך האב דא מיין תפילין...איך קען דאווענען? יא. או.קעי. נו, נאכ'ן דאווענען דארף מען דאך עפעס טועם זיין . פת שחרית איז א גרויסע זאך. גיי אין גראסערי, קויף דיר א סאנדוויטש..."איך האב נישט קיין געלט (אמת/שקר?) איך געב א פינעווער. נו, ווילאנג דארף דויערן א פת שחרית?. ס'שוין 11:10. או.קעי. נאך על המחיה ובורא נפשות רבות, איז מען גרייט... צו אנהייבן ארבעטן. אוי. א חבר קאללט...מ'מוז ענטפערן. די סוגיא זעהט אויס איז א פארצויגענע...זייגער ווייזט...11:30. ביטע, ר' בחור...מ'דארף דא צו לייגן א האנט. יא איך קום שוין. או' קעי. הנני... איך בין אינגאנצן גרייט פאר ארבעט... שוין די ערשטע חלק האביך שוין פארציילט. סעללפאון אויף די פלייצעס/אויערן. ציגארעטל אין מויל. קאפי אנגעלאהנט אויף א ביעם/סטאד...דאס אלעס ווערט גערעכנט $15 דאללער א שעה. (נ.ב.: זיין אייגענר חבר האט מיר געזאגט אז איך דארף איהם נישט צאללן אזוי סאך געלט. איך האב יא געצאללט ווי א זיידע. הסכם איז הסכם.). מ'רעדט דא נישט פון אן איינמאליגע מעשה. דאס איז געווען מעשים בכל יום. איך בין (ב"ה) געשלאפן רואיג. איך האב נישט געהאט קיינער וואס האט געהאלטן אז איך האב איהם בא'עוול'ט. נאר וויפיהל געלט איך האב פארדינט ביי יענעם פראיעקט קענמיר זיך אלע פארשטעללן. דערפאר ביניך (ב"ה) געווארן א שרייבער אויף קאווע שטיבל. (ווילאנג מ'לאזט מיך נאך אריין...!)

ברוינשטיין » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:09 pm

· #489900
Re: פלאפלערייען!
די האסט געשפירט ווי ער מעניפאלירט דיך?

לאל..

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:30 pm

· #489912
ברוינשטיין: זיכער. אבער איך האב געמאכט דעם חשבון אז ס'איז בעסער אז איך שלינג גאל. און זאג גארנישט. ווי איידער ער זאלל פיהלן (שלא ביושר) אז איך האב איהם באגנב'עט. דעם סוף פון די מעשה איז אז איך האב איהם צום סוף משלח געווען. נישט דווקא. נאר געזאגט אז ס'איז מער נישט דא קיין ארבעט (פאר איהם)...סוף פסוק. ...!

ברוינשטיין » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 8:32 pm

· #490110
Re: פלאפלערייען!
איך ווייס נישט ווי איך דארף פרעגן אזא שאלה, ממילא פרעג איך עס דא ביי די "פלאפלערס."

איז שוין דא אן אשכול אויף יאָו עף אוס?
אויב יא, א לינק ביטע. ייש"כ.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 8:58 pm

· #490121
ברוינשטיין: כ'וועיס נישט...! אבער דו (און איך) קענסט שרייבן בכל חפץ לבבך. חוץ ניבול פה, און כפירה. וואס א נארמאלער מענטש ציהט נישט ממילא...!

די פראבלעם איז אז רוב גוטע ווערטלעך און דזשאוקס פאלט מיר איין ווען איך בין נישט נעבן דעסקטאפ. (יא. א פארצייטישער מענטש. נוצט נישט טאפאטאלק...לאל) אדער בשעת'ן דרייוון. אדער שבת נאכמיטאג...ביז איך קום אן צום קאמפיוטער האביך שוין פארגעסן. ווי א קאטץ. אדער כ"ץ...!

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 9:11 pm

· #490127
א גוטע משל פון פלאפלערייען:
געב איך פריער אזא ריף קול מבשר, הער איך ווי די יאמטי'ס ניסלעך, אדווערטייזט זיך שוין פאר חמשה עשר בשבט, זאגט ער דארט אזוי,
''יעדע ניסל ווערט באהאנדלט ווי א דיימאנט שטיין''
באמת?!? וועמען ווילסטו דא איינרעדן?? איך פארשטיי אז די זיכסט צו מאכן א באמבאסטישן אדווערטייזמענט, אבער סתם שיסן זינלאזע סטעיטמענטס??
דאס איז ריכטיגע פלאפלערייען!!!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 10:04 pm

· #490138
עצי שיטים: ער מיינט צו זאגן אז ער טשארדזשט פאר א יעדן ניסל אזוי ווי פאר א דיימאנד שטיין...!

ברוינשטיין » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 10:09 pm

· #490139
Re: פלאפלערייען!
עטס ווייסט ווער עס פלאפלען באמת אין די וועלט אריין?
דעי אלע ביזנעס עדווייזערס וכדו
זיי קייען וואסער .
זיי מאכן זיך כאילו זיי רעדן טיפע זאכן מיט פארצווייגטע חשבונות.
איך שעם זיך באמת פאר זיי.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 10:54 pm

· #490152
גראדע ר' איתמר גינזבורג רעדט גאנץ צו דער זאך, טאקע נישט אייביג, אבער אסאך מאל איז ער קולע אל השערה.

ברוינשטיין » מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 11:39 pm

· #490160
Re: פלאפלערייען!
אמת, ר' איתמר איז גאנץ פיין, נישט נאר ווען ער רעדט פון ביזנעס, נאר אפילו ווען ער פארפארט אריין אין זייטיגע זאכן, רעדט ער קליג און צו די זאך.

אויך גלייך איך דער פאקט אז ער רעדט שנעל.

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

וואלווי » פרייטאג דעצעמבער 31, 2021 12:13 am

· #490273
יאסל ראקאווער
פרעכע גועל נפש פלאפערייען (א אשכול פאר זיך?) אין דער איד אויף סורפסייד. כאילו ס'איז אפענע יד השם א נקמה פאר האבן א ביעטש view. א שרעק און טאקע ממש פלאפערייען ווייל די שיינע נייע Saint Regis האטעל זיצט אויף א גוטע שטארקע פאונדאוציע און איז געפאקט מיט אידן וואך איין וואך אויס, און אפאר אלטע באבע'ס און סורפסייד זענען געשטארבן מיט אפאר הונדרעט גוים ווייל די אייבישטער וויל אונז ווייזען די אפענע יד השם. נעבעך demented.

די מינע גערעדאכטס, וואס אונז זעמיר אזוי צוגעוואוינט צו הערן פון די היינטיגע וועגווייזערס, שטעלט א שאטן אויף די עקלהאפטיגקייט פון די מײַנדסעט וואס האט זיך דעוועלאפט ביי די אינסולאר חרדישע ציבור. אפאר יאר צוריק ווען ס'זענען גע'רצח'ט געווארן דריי פרומע יונגע דורך טעראריסטן אין אר"י, האט "איינער" זיך אויפגעשטעלט פאר טויזענטער יודען און געמאכט זיכער אז מ'פארגעסט נישט אז די רציחות קומען מחמת די נרצחים און זייערע קרייזען אליינס. און guess why? יא, התגרות האומות...

ווען די בנין איז איינגעפאלן אין סורפסייד און ס'ליידער אומגעקומען אסאך מענטשן ובתוכם בני ברית, האט א חרדי'שע פאבליקאציע קודם אפגעאטעמט ווייל מ'האט געמיינט אז די קרבנות זענען אזעלכע "חב"ד" סארט יודן..

יעצט אז די קליין הייפעלע ברכים שלא כרעו לבעל זענען פוערים פה צו פארהאלטן די אומגעקומענע אויף זייערע עבירות חמורות ונסתרות, כלומר, ווען זיי וואלטן תשובה געטוהן און ממאס געווען די זומה'דיגע זומפ, וואלט מען נישט געדארפט גיין מיט שלעכטן פון א מיתה משונה בגלוי, ווער זאל זיך בכלל צוקראצן פון די דברי נבלה? ניטאמאל די מינימום אטענשאן באקומט עס.

די סארט אכזריות'דיגע שפראך האט זיין פאראלעל ביי די גרעסטע אנטיסעמיטן אין די וועלט. מהמפורסמים שבהם איז לואי פאראקאן ימ"ש וואס ניצט אויס זיין שטענדער און מייק, ביי א יעדע געלעגענהייט, צו קאכן און פארפירן אקעגן די Satan פון יודן און ווייסט אליינס צו זאגן אז גאט גייט זיך נוקם זיין אין זיי, און עוקר מן השורש זיין. דעם וועג פון רעדן איז גארנישט אנדערש ביי די עיני העדה ופליטת סופרים וואס זענען זיך מתלבש אין א רוח דרומית לקנא קנאת השם און מלמד חובה זיין אויף אייגענע יודישע ברידער, נישט סתם ברודער, נאר אויסגע'הרג'עטע ברידער. די אנטיסעמיטן וואלטן נישט געקענט אויפקומען מיט קיין בעסערס ר"ל.

ווי אזוי קען פאסירן אזאנס? נאך דערצו ביי יודן וואס שטאלצירן מיט זייער צדקה וחסד? ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס. נאר ס'דא א כלל אז צדקה מיט רשעות קען גיין האנט ביי האנט. אז מ'איז מגדל דורות אוועקצומאכן, באשרייען, און מבזה זיין די גאנצע פרומע וועלט, אנשים נשים וטף, רבנן ותלמידיהון, שוין צענדליגע יאר אין א צי, פארוואס, ווייל די גאות פון זיך אין די אייגענע געמיינדע קען בשום אופן נישט נעמען א בעקסיט צו א צווייטן, קען מען גרינדן וויפיל קרן'ס, קופות, גמ"ח'ן, און פרייע מקואות, אבער א מענטש בלייבט מען נישט אויב מ'קען טאנצן אויף יודיש בלוט מיט אזא אכזריות.

די שרעק איז יעצט שוין נישט פון ווי ס'נעמט זיך אזא מין אכזריות, נאר דאס אז אפילו אזא אוממענטשליכע אכזריות'דיגע סטעיטמענט גליטשט אריין און ארויס פון איין אויער צום צווייטן, און ניטאמאל קיין חרדי'שע עפ"ל ווערט געהערט, דאס איז שוין עפעס וואס דארף רחמים מרובים.

היסטאריע » מוצ"ש יאנואר 1, 2022 10:15 pm

· #490321
געהערט היינט אין מקוה

גוים האבען קאוויד, אידען האבן פלו

ברוינשטיין » מוצ"ש יאנואר 1, 2022 10:27 pm

· #490325
Re: פלאפלערייען!
אויך זיך געפרעגלט אין מקוה און געהערט עטליכע פלאפלען.

די גוים טענה'ן דאך אז מענטשן קומען פון מאלפעס, טאקע דערפאר שעצן זיי אזוי שטארק חיות.
דער צווייטער האט פרובירט אריינצומישן דאס אז שווארצערס זעהן אויס ווי מאנקיס, אבער ער האט זיך נישט געקענט ארויסברענגן. אדער האט ער נישט געהאט וואס צו זאגן, אבער דאך פרובירט ארויסצוגעבן זיין קלוגשאפט מיטן בליציגן איינפאל אז שווארצערס זעהן אויס ווי מאלפעס

Sent from my SM-A125F using Tapatalk
בלאט: 1 2