☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » @זוכערס הוכחות אויף מתן תורה- 10k באלוינונג

@זוכערס הוכחות אויף מתן תורה- 10k באלוינונג

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15123

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 31, 2022 9:08 pm

· #493723
@זוכערס הוכחות אויף מתן תורה- 10k באלוינונג
היסטאריע
פארוואס איז דער אשכול וועגן זוכער?

איז עס וועגן כוזרי אדער וועגן זוכער? דער עולם איז עפעס אזוי פארגאבט פין דעם זוכערס פקחות, מען קען נישט נאכלאזן.

זאל זוכער מאכען א באזונדערע אשכול מיט זיינע הוכחות און בויך וויי, איך בין זיכער אז דער עולם וועט אים דארט נאכפאלגן.


והנה און אט, דיזע אשכול איז געווידמעט געווארען פאר מורינו ערעב @זוכער, צי טראולן און ארויפצווינגען זיינע דעות אויפן עולם.
ווער ס'וויל רעדן צים ענין, מיט טענות באזירט אויף שכל, און נישט באלש*טן ווי א פאלעטישען איז געלאדענט צי קימען צי די כוזרי ארגומענט

Nanach » מאנטאג יאנואר 31, 2022 9:33 pm

· #493729
זוכער
איך גיי פרובירן אביסל מסביר זיין וואס רויטע ליניעס באדייטן, זאלסט אביסל פארשטיין.

1)
צד א: מערת המכפלה איז אלץ געווען פלאץ ווי אידן האבן מתפלל געווען און דאס איז די מערת קבורה פון אברהם יצחק ויעקב וכו' - און עס ווערט דערמאנט מערערע מאל אין די תורה - דאס איז דאס.
בערך 400 יאר נאך די פטירה פון אברהם אבינו איז כלב בן יפונה געגאנגען מתפלל זיין דארט, בערך אין יאר 2270 לבריאת העולם, און זינט דאן האבן אידן שטענדיג דארט מתפלל געווען עד היום הזה.
צד ב: ס'איז בכלל נישט געווען אזא מענטש ווי אברהם אדער אברם העברי. נישט ער האט בכלל עקזיסטירט, נישט כלב בן יפונה האט עקזיסטירט ס'איז א פערי טעיל. ס'איז סתם א שיינע געביידע אין חברון און ס'האט מיט כלל ישראל, פונקט ווי די פיראמידן אין עגיפטן.

2ׂׂ)
צד א: די אידן זענען געווען אין מצרים 210 יאר. מ'ווייסט היינט פון ריזיגע חורבנות וועלכע זענען עווידענס אויף די מקומות וואס אונזערע זיידעס האבן דארט שווער געארבעט. פרעה האט גאר שווער געפייניגט די אידן און זיי נישט געוואלט ארויסלאזן. נאכדעם וואס גאט האט געשטראפט די מצרים מיט 10 מכות האט ער ארויסדעליווערט די אידן פון מצרים ביד חזקה ובזרוע נטיה וכו' וכו'.
צד ב: האסט עפעס באווייזן דערויף? די גאנצע מעשה מיט די קנעכטשאפט, מיט די מכות איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
צד א: אוודאי האב איך באווייזן, די מצרים אליין האבן טויזענט יאר יאר שפעטער אין די צייטן פון די תנאים, האבן זיי פארלאנגט ביליאנען דינר/רובל/שקלים/גאלד צו באצאלן דעם גניבות וואס די אידן האבן ארויסגעטראגן פון מצרים. נישט גענוג באווייז.
צד ב: נאך א געבאקענע מעשה פון ענקער גמרא. ערבא ערבא צריך.

דיין פראבלעם איז אז די לייגסט נישט גוט אראפ די צד ב
1)
עס איז אדער יא אדער נישט געווען א מענטש אברהם העברי, ארום אים האבן זיך געדרייט אסאך מתותים ביי די לאקאלע שבטים, און די שטארק אנגענומענע האט ישבב הסופר אריין געלייגט אין די צוזאמגעשטעלטע בראשית
2)
א חלק אדער אלע פון די איזרעאלייטס זענען געווען אינטערדריקט מצרים אלץ די גרויסמאכט פון די געגענט, און זיי האבן אראפ גאווארפן די מצרישע עול, און אזוי ווי די מנהג דעמאלטס פון יעדע פאלק האבן זיי עס ארויף געלייגט אויף די געטער... קוק וויאזוי די יוונים און די ערשטע רוימער באשרייבן זייערע מלחמות, וועסטו באקומען א סענס פון וואס איך רעד.
און ווען יהושיהו האט צענטרעלאזירט די פולחן האט מען אלע אנגענומענע לעגנדעס ארויף געלייגט אויף הוי”ה און עס אויסגעארבייט פאר איין לאנגע מעשה
3)
יעצט די מצרים האבן געפאדערט געלט נישט ווייל זיי האבן עס געדענקט נאר מיט א לשיטתך, און אויף דעם האט מען זיי גענטפערט. (מעשיות וואס די גמרא דערציילט פון זייער תקופה האט לכאורה יא די שטארקייט פון היסטאריע. פארשטייט זיך מיט זייער פרעספעקטיוו)

יעצט זיי מיר מסביר פארוואס צד א’ איז שטערקער ווי צד ב’
משא” ביי די כינעזע מעשה וויאזוי די מענטש איז באשאפן געווארן פונעם געלן טייך איז צד ב שטערקער ווי צד א

ברוינשטיין » מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:04 pm

· #493741
Re: @זוכערס הוכחות אויף מתן תורה- 10k באלוינונג
ווען גיימיר אויף א דעבאטע?

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:10 pm

· #493744
ברוינשטיין
ווען גיימיר אויף א דעבאטע?

סא שאד די צייט, ער האלט נישט ביי גארנישט, ער שטעלט זיך אהער ווי א פעלזן פעסטע בחור מיט באק ציין, אבער אין ווארהייט איז ער בלויז א פאפירענע טיגער

רובינזון קרוזו » מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:27 pm

· #493747
@זיכער, די דיסעפוינטסט אינז, איך האב מיך שוין געפרייט wow ס'קימט עקשען, מגייט זיך אויספראסקענען אויף זום, ס'גייט ליגען עשרת אלפים ככר כסף עובר לסוחר אויפן טיש, קול מבשר גייט מעלדן בערך אזוי......ברוינשטיין קימט אריין קלאר...ער הייבט זיין קול.....ער פירט שוין אויס זיין טענה.....בום, זיכער לאזט אראפ א באמבע קשיא, ברוינשטיין פילט ציפראסקעט.....זיכער הייבט אן מיט זיין DNA ראיה, ברוינשטיין פרעיגט עס אפ...... ברוינשטיין DEBUNKED זיכער, אבער זיכער לאזט זיך נישט, ער לאזט עים אראפ אפאר געזינטע,פערד און אקס......ברוינשטיין געט נישט אויף, ציבאלטערהייט געט די ברוינשטיין א פרעיג אפ זיכער'ס ראי.......זיכער הייבט אן קעקעצען, אבער ער כאפט זיך בעצייטענס, ער קימט אריין מיט עפעס א ספין פון אהרן הכהן און עזרא הסופר......ברוינשטיין זאגט נישט דאס איז פשט.......מען האלט יעצט ביי 2 פאר די Brownsteins און 0 פאר די Searchers ......זיכער דערקלערט אז די מצודות איז מער באגלייבט פאר עים ווי דארווין.........ברוינשטיין געט א לאז אראפ א קלינגעדיגע, ערבך ערבא צריך וכו' וכו'
און גארנישט מיין גאנצע עקסייסמענט האסטו געהארגעט.
(אחוץ פון דעם קען איך קוים ווארטן צי זען ברוינשטיין'ס שיינקייט 😂 )
(אגב אויב ווילט איר קויפן מיינע מערטש, קליקט אויף די לינק אין די דעסקריפשען בילאו, פאר בלויז 29.98 באקימט איר א פלאזא פלאס העמד וואס שטייט אויף דעם רובינזון קרוזו איז די בעסט, פארגעט אבאוט די רעסט)

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:35 pm

· #493749
איך מיין אז מען זאל אריבערפירן דעם אשכול פון 'העמק דבר' צו די 'א שמייכל' אפטיילונג

זוכער » מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:36 pm

· #493750
איך האב געבעטן איינעם אין אישי - עטליכע שעה צוריק - צו זיין דער פארמיטלער, ווי איך און @ברוינשטיין קענען ארייננווייערן דאס געלט - דערווייל קיין אנטווארט.

איך דארף א נוטראלער מידיעיטאר וועמען איך קען געטרויען - נאך אלעם בין איך דא אין טארא בארא, און איך דארף איינעם וואס וועט מיך נישט פארראטן.

אין די מיען טיים האטס פאן.

רובינזון קרוזו » מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:37 pm

· #493751
עצי שטים
איך מיין אז מען זאל אריבערפירן דעם אשכול פון 'העמק דבר' צו די 'א שמייכל' אפטיילונג


די גאנצע משא ומתן מיט זיכער קימט און שמייכל 😂

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:44 pm

· #493752
רובינזון קרוזו
עצי שטים
איך מיין אז מען זאל אריבערפירן דעם אשכול פון 'העמק דבר' צו די 'א שמייכל' אפטיילונג


די גאנצע משא ומתן מיט זיכער קימט און שמייכל 😂

ס'איז איין גרויסע דזאוק, ס'האט מיט חקירה און אמת זילטש,
מען וואלט געדארפט געבן די קעפל פון די גאנצע טענה'ריי אזא נאמען
'ביז ווי ווייט קען נגיעות צו א ספעציפישן רעליגיע, אראפפירן א מענטש פון זינען'..

זוכער » דינסטאג פעברואר 1, 2022 12:12 am

· #493757
עצי שטים
רובינזון קרוזו
עצי שטים
איך מיין אז מען זאל אריבערפירן דעם אשכול פון 'העמק דבר' צו די 'א שמייכל' אפטיילונג


די גאנצע משא ומתן מיט זיכער קימט און שמייכל 😂

ס'איז איין גרויסע דזאוק, ס'האט מיט חקירה און אמת זילטש,
מען וואלט געדארפט געבן די קעפל פון די גאנצע טענה'ריי אזא נאמען
'ביז ווי ווייט קען נגיעות צו א ספעציפישן רעליגיע, אראפפירן א מענטש פון זינען'..


מיין שמייכל!

וואלווי » דינסטאג פעברואר 1, 2022 1:16 am

· #493764
זוכער
איך האב געבעטן איינעם אין אישי - עטליכע שעה צוריק - צו זיין דער פארמיטלער, ווי איך און @ברוינשטיין קענען ארייננווייערן דאס געלט - דערווייל קיין אנטווארט.

איך דארף א נוטראלער מידיעיטאר וועמען איך קען געטרויען - נאך אלעם בין איך דא אין טארא בארא, און איך דארף איינעם וואס וועט מיך נישט פארראטן.

אין די מיען טיים האטס פאן.


וואס האסטו אזוי מורא פון טראסט? א יעדע יוד האט א חזקת כשרות ביז מתן תורה אשר ישנו פה ואשר איננו פה. מאך דיך נישט נאריש, מיר זענען אלע אוזן ששמעה על האט סיני לא תגנוב, האסט נישט פון וואס זיך צו שרעקן.

פאליטיקאנט » דינסטאג פעברואר 1, 2022 2:06 am

· #493767
Re: @זוכערס הוכחות אויף מתן תורה- 10k באלוינונג
זוכער
איך האב געבעטן איינעם אין אישי - עטליכע שעה צוריק - צו זיין דער פארמיטלער, ווי איך און @ברוינשטיין קענען ארייננווייערן דאס געלט - דערווייל קיין אנטווארט.

איך דארף א נוטראלער מידיעיטאר וועמען איך קען געטרויען - נאך אלעם בין איך דא אין טארא בארא, און איך דארף איינעם וואס וועט מיך נישט פארראטן.

אין די מיען טיים האטס פאן.
כ'האב נישט קיין אנונג וואס גייט פאר דא מיט אלע טענה'רייען, אבער אויב ווילסטו באמת אהערשטעלן א דעבאטע, דאן קענסטו פשוט נוצן אן עסקראו סערוויס, עס זענען דא צענדליגע.

אויב קען באמת פארקומען א דעבאטע צווישן @זוכער און @ברוינשטיין און נאר געלט איז די אפהאלט, בין איך גרייט צו געבן.

ברוינשטיין » דינסטאג פעברואר 1, 2022 2:12 am

· #493769
Re: @זוכערס הוכחות אויף מתן תורה- 10k באלוינונג
גיבן פאר וועם? וויפיל? און אויף וועלכע טערמינען?

פאליטיקאנט » דינסטאג פעברואר 1, 2022 2:22 am

· #493772
Re: @זוכערס הוכחות אויף מתן תורה- 10k באלוינונג
לאמיר זען וואס פעלט אויס, און כ'על זיך צושטעלן.

שמן למאור » דינסטאג פעברואר 1, 2022 1:03 pm

· #493823
ברוינשטיין: אפשר איז נישטא קיין ג-ט, און אידישקייט איז נישט אמת, קענסט עס אויפווייזן?

זוכער: די ביסט איבערגעטרויטן די רויטע ליניע

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 1, 2022 4:41 pm

· #493845
רובינזון קרוזו און עצי שיטים: לאמיך ענק מסביר זיין. ס'דא מענטשן? וואס זענען בטבע פגעים. ער פגע'ט מענטשן אין ביהמ"ד. נאך אין ישיבה און אין כולל איז ער געווען באוואוסט אלס פגע. זיין פראבלעם איז אז ס'זענען דא ווייניג מענטשן וואס זענען גרייט איהם אויסצוהערן. איז ער געפאללן אויף א המצאה. ס'איז דא קאווע שטיבל... שוין. (ב"ה) דער פראבלעם איז געלייזט. מ'הייבט אן. מ'ווארפט ארויס א נארישן סטעיטמענט וואס האט נישט קיין הענט און פיס. דער צד שכנגד ווערט אנגעצינדן. מ'שיסט צוריק. מ'גייט אויף פערזענליכע אטאקעס. מ'באשולדיגט מענטשן אין כפירה און אפיקורסות. אה... דו שייגעץ. די ציוני...דו האסט זיכער די טמא'נע כלים. אבער מ'זעהט נאכאלץ נישט איין אז דער פארשוין (זו"ג) איז א טראלל. נישט סתם א טראלל. א פגע שב'טראללללללל...!
אויב דער עולם באמערקט אז דער בעל עגלה שטייט ווייט פון די אלע נארישע, זינלאזע ויכוחים. הרחק כמטחוי קשת...!

נ.ב.: ער האט אויך א בן זוג...!

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג פעברואר 1, 2022 4:48 pm

· #493847
כהאב מיר יעצט גענומען ליינען די דעבאטע אין כוזרי אשכול און כמוז זאגן אז סהאט מיר געגבערט.

ווען א נאר קומט אריין מיט שתותים גייט עס קיינעם נישט אן געווענטליך, העכסטנס לייגט מען אים אויף די נודניקים ליסטע. אין דעם פאל קוקט אויס ווי @זוכער איז גאר אן אינטעלעקטואלער מענטש מיט אסאך צו פארקויפן און גיבן, זיין חורבן איז אז ער פילט זיך עפעס אגאנצן צייט אטאקירט און מוז פאר סאם ריזען מלחמה האלטן מיט סיי וועם און סיי וואס.

ווען מוואלט דעבאטירט זאכן מיט א רואיגן געמיט וואלט עס ווען געקענט זיין פון די אינטערסאנטסטע אשכולות, די לאקאלע חכמים וואלטן דעבאטירט הין און צוריק, מוואלט געבויעט הווא אמינאס און מסקנות און געקענט אויפטון אסאך. יעצט איז עס איין גרויסע חאזעריי.

כוואלט באמת געוואלט בעטן @זוכער ער זאל נידערן די טענער און אנהייבן פירן אן ערוואקסענעם שמועס, אז עס איז שוין יא דא איין אינטעלעקטואל וואס איז גרייט צו דעבאטירן די נושאים פון א ראציאנאלן בליק איז פארוואזשע געבן דעם געפיל אז א דעבאטע איז אסור און מען האנדלט מיט קליינע דזשעליס.

כשרייב עס מיט א ריינע כוונה צו קענען מיטהאלטן דא א ריתחא דאורייתא אבער מיט רעספעקט.