Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)
דער זיסער אבער שייגעצדיג'ער פלעי "היהודים באים" האט א סקיט וואו א מענטש קומט זוכן דעם רמב"ם. ער פרעגט אויב דא וואוינט דער רמב"ם. יא. דא וואוינט דער רמב"ן. בקיצור. ער פארשטייט רמב"ם און יענער זאגט רמב"ן. מ'טענה'ט זיך אהין און צוריק ביז יענער געט אויף. ס'איז זייער זיס...!
Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)
געהערט ביי הויכע שמונע עשרה ווי דער בעל תפילה האט געזאגט ביי שים שלום טובה וברכה... ורחמים וחיים ושלום וכל טוב ... ומכל טיב לעולם אל יחסרינו
Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)
יו״ט פסח אינדערפרי זאגט א יוד פאר א זיין שכן אין ביהמד״ר, ״איך פלאן היינט ארובערקומען צו דיר מיטהאלטן דיין סדר, אזוי ווי צדיקים פלעגן גיין אינטערהערן די עהםהאראצים׳ס סדר נאכט״,
ענפערט ער עהם, ״ס׳העט שוין ווערן דיר פארעכנט ווי א ביקור גומלים, ווייל נעכטן נאכט בין איך אריבער שטיין אינטער דיין פענצטער״…
Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)
אן עם הארץ האט אמאל ר"ח נאך וואס דער בעל תפילה האט געענדיגט זאגן הלל און ער האט אויגערופן ...מלך מהולל בתשבחות... געקושט די ציצית. ווען מ'האט איהם געפרעגט פשט האט ער געזאגט...ווען מ'זאגט מלך מהולל בתשבחות קושט מען די ציצית...!
Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)
די מעשה האב איך שוין אפשר פארציילט: אן עם הארץ וואס האט געשפיעלט תלמיד חכם האט אמאל געהאט אן אורח צו די שבת'דיגע סעודה. ווען ס'איז אריינגעפאללן א טראפ מילעך פון די בעיבי באטל אינ'ם טשאלנט. האט ער זיך אנגערופן צו זיין זון...ברענג מיר נאר אהער דעם שולחן ערוך הילכות שבת. פרעגט איהם דער גאסט...פארוואס פונקט הילכות שבת. זאגט ער ווייל שבת עסט מען טשולנט...!
אין די מעשה איז דא נאך א מעשה: ווען איך האב פארציילט די מעשה איז דארט געשטאנען א מענטש וואס איז נישט געווען צו שטארק איבער-געשפיצט. און אויך א גרויסער תענית חלום. האב איך איהם געפרעגט ...וואו דארף מען עכט נאכקוקן אזא שאלה? האט ער געענטפערט...ביי הילכות טריפות...!

berlbalaguleh #

האב איך געקענט אזא יוד, וואס האט אויסגעקלאפט שבת ביינאכט אז מארגן אינדערפרי וועט די דיין שליט״א פאר לערנען הלכות שבת ביים שיעור שולחן ערוך אור החיים הקדוש…

מ'קען ציען די מעשה ווייטער. אויך מיט א גראם. ס'זאל האבן א טעם.
טעות גוי מותר
ווען א גוי לייגט אריין אין טשאלנט פוטער
איז עס מותר.

ויש להוסיף כפי הניגון הישן
וואס ער וויל טוט ער.
וועם ער וויל גיט ער.
ווייל ער איז א גוטער..
Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)
היום #
berlbalaguleh #
די מעשה האב איך שוין אפשר פארציילט: אן עם הארץ וואס האט געשפיעלט תלמיד חכם האט אמאל געהאט אן אורח צו די שבת'דיגע סעודה. ווען ס'איז אריינגעפאללן א טראפ מילעך פון די בעיבי באטל אינ'ם טשאלנט. האט ער זיך אנגערופן צו זיין זון...ברענג מיר נאר אהער דעם שולחן ערוך הילכות שבת. פרעגט איהם דער גאסט...פארוואס פונקט הילכות שבת. זאגט ער ווייל שבת עסט מען טשולנט...!
אין די מעשה איז דא נאך א מעשה: ווען איך האב פארציילט די מעשה איז דארט געשטאנען א מענטש וואס איז נישט געווען צו שטארק איבער-געשפיצט. און אויך א גרויסער תענית חלום. האב איך איהם געפרעגט ...וואו דארף מען עכט נאכקוקן אזא שאלה? האט ער געענטפערט...ביי הילכות טריפות...!
האב איך געקענט אזא יוד, וואס האט אויסגעקלאפט שבת ביינאכט אז מארגן אינדערפרי וועט די דיין שליט״א פאר לערנען הלכות שבת ביים שיעור שולחן ערוך אור החיים הקדוש…
כ'האב אמאל געהערט פון דער חוסטער רבי הרה"צ רבי שמעלקא לייפער זצ"ל אז ער האט פארהערט א בחור וואס האט געוואלט אריינקומען אין די ישיבה האט ער אים געפרעגט צו ער ווייסט וואס די ערשטע חלק פון די ד' חלקי שולחן ערוך איז. האט דער בחור געענטפערט אור החיים. פרעגט ער אים צוריק, אור החיים איז דאך א פירוש על התורה. ענטפערט דער בחור, אבן עזרא איז אויך על התורה און אויך שולחן ערוך.