☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » קען מען האבן עכטע מאראל אהן גלייבן אין באשעפער?

קען מען האבן עכטע מאראל אהן גלייבן אין באשעפער?

119 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15108
בלאט: 1 2 3

שמן למאור » זונטאג יאנואר 23, 2022 6:28 pm

· #492534
קען מען האבן עכטע מאראל אהן גלייבן אין באשעפער?
די שאלה איז נישט אויב עס קענען זיין גלויביגע מענטשן וואס טוען כל מיני חטאים, און עס קענען אויך זיין כופרים וואס זענען אנשטענדיגע מענטשן,
זיכער אז עס איז דא ביי ביידע גרופעס פון אלע סארטן, און די שאלה איז אפילו נישט אויב איז דא א גרעסערע פראצענט ביי איין גרופע מער ווי ביי די צווייטע, ווייל פון גלייבן ביזן טון למעשה איז דא א גרויסע יצר הרע אינצווישן, וכמאמר הדברי חיים, וואס א גרויסע צער האט אים געפרעגט, ראבינער, וואס טוסטו מיטן טאג? האט ער געענטפערט, איך בוי א בריק, האט ער געפרעגט, אזוי? וועליכע בריק? האט ער געגבען צן פארשטיין, אז איך בוי א בריק פון מיין קאפ צו מיין הארץ, און איך ארבייט שוין יארן אויף דיע בריק

די שאלה איז ווי פאלגנד, און איך וועל עס באזירן אויף א מעשה (שהיה) וואס איך האב אמאל געהערט,
מען האט אמאל געמאכט און א''י א גרויסע צאמקום ערגעץ און גליל, אן 'אסיפת חינוך' פאר די פרייע מחנכים ומחנכות פונעם לאנד, האבן זיי געוואלט אויך ברענגען א ארטידאקסישן רב וואס זאל רעדן, און זיי האבן גערופן א געוויסע מנהל פון א חרדישן מוסד און א''י (איך געדענק שוין נישט וועמען זיי האבן געריפן, אפשר קען איינער וואס קען די מעשה שרייבן ווער עס איז געווען)
זיי האבן אים אבער קלאר געמאכט אז ער איז דא נאר אז עס זאל זיין א קאלירפולע אויסווייל פון רעדנערס, אבער ער זאל נישט רעדן קיין שום רעליגיעזע זאכן, אדער ארויסברענגען די תורה מהלך ווס. די פרייע וכדו'

למעשה האט ער זיך אויפגעשטעלט רעדן, און געזאגט אזוי, רבותי דא זיצן דאך פון די בעסטע מחנכים פון לאנד, איז לאמיך פארלייגן א שאלה פאר ענק, עפעס וואס האט זיך אפגעטון ביי אונז און תלמיד תורה,

געווען א אינגל וואס האט גע'גנב'עט ביי א צוויטן אינגל א פינעווער, די אינגל איז זיך געקומען אויסוויינען פאר מיר, האב איך אריינגערופן די גנב און אים אנגעשריגן, גיב שוין צירוק די רויב פאר דיין חבר,
זאגט מיר די אינגל אזוי, יא, די מנהל איז שטערקער פון מיר, און קען מיך זאגן וואס צו טון, אבער איך וויל פארשטיין שכל'דיג פארוואס זאל איך עס צירוק געבן,
פרעגט די מנהל פונעם עולם, וואס האב איך אים געדארפט צו זאגן?

וואס הייסט האט די עולם ג'טענה'ט, עס איז נישט דיינס? גיב עס צירוק צו וועמען עס באלאנגט,
אויף דעם האט די מנהל צירוקגע'טענה'ט, פיין עס איז געווען זיינס ביז די צווייטע אינגל האט עס גענומען, יעצט איז עס די צווייטע אינגל'ס, ער האט עס פאקטיש, וואס גייט מיר אהן אז יענער האט עס פריער געהאט, יעצט האב איך עס,

האט איינער געוואלט זאגן אזוי, אויב גיבסטו עס נישט צירוק, דאן וועט מען מארגן צינעמען דיינע זאכן פון דיר, עס מיז זיין אזא מהלך פוו נישט נעמען יענעמס זאך,
אויף דעם האט די מנהל צירוקגעזאגט, אז די אינגל איז א גבר אלים, און מען קען נישט אזוי גרינג ציכאפן פון אים קיין זאכן, און חוץ המעשה באקומט ער נישט אזוי פיל פון דערהיים ווי אנדערע באקומען, סאו דאס איז נישט קיין טענה פאר דעם גנב, ווייל ער קען יא באשטיין אז ס'זאל זיין איש כל הישר בעיניו יעשה,

האט איינער געזאגט, גיב עס צירוק ווייל אזוי איז ריכטיג צו טון, אויף דעם האט ער די מנהל צירוקגעזאגט, ווער האט אפגעמאכט וואס איז ריכטיג, ער האלט אז דאס אז ער האט יעצט א פינעווער, איז מער ריכטיג ווי נישט האבן

בקיצור עס איז געגאנגען אהים און צירוק, ביז די גרויסע מכנחים זענען געבליבן מיט די צינג אינדרויסן, וואס איז טאקע דא צו מסביר זיין מאראליש און שכלדיג, צירוקצוגעבן דאס געלט? האבן זיי אים געפרעגט נא? וואס האסטו למעשה געזאגט פארן אינגל?

האט ער געזאגט, אז בעצם האט מען מיר אנגעווארנט נישט צו רעדן פון דעם, אבער אז מען פרעגט וועל איך זאגן, איך האב אים געענטפערט, גיב עס שוין צירוק, ווייל אין די תורה שטייט 'לא תגנובו' די באשעפער לאזט נישט גנב'ענען, און ער וועט דיר שטראפן אויב גיבסטו עס נישט צירוק

היוצא לנו מזה, א שטארקע נקידה, יא די אלע גוים זענען אייביג ביזי מיט ראסיזם און רעכטן פאר די באקריוודעטע, וכ' און מען פארשעמט און קענסלט די וואס גייען נישט מיט מיטן ריכטיגן גלייכבארעכטיגונג מהלך, אבער אלעס איז טאקע פיין פאר די כבוד וואס מען באקומט פארדעם, פארן זיין אן 'אזוי גערופענע' ארענטליכע' מענטש,
אבער מיט פארמאכטע טירן, ווען קיינער זעט נישט, וואס שטערט אים פון עביוזן, גנב'ענען, אראפקלאפן, אויב וועט מען נישט געוואר ווערן דארפון? און אפילו מען וועט צום סוף יא געוואר ווערן, וויפול סעלעברעטיס איז נאך יארן ארויסגעקומען די גאנצע שמיץ וואס זיי האבן באהאלטן אלע יארן ביי זיך, מער וויפול מען קען אפילו ציילן, זאת אומרת, אהן קיין רעליגיע, פארוואס זאל מען יא האבן א מאראל?

יעצט אודאי איז דא רעליגיעזע מענטשן וואס קענען זיך נישט מתגבר זיין און ליידער עביוזן זיי און זיי גנב'ענען וכד', אבער זיי ווייסן כאטש אז זיי טוען נישט ריכטיג, אבער די נישט רעליגיעזע, פארוואס זאל ער נישט עביוזן אדער גנב'ענען, אויב וועט מען קיינמאל נישט געוואר ווערן דערפון?

ברוינשטיין » זונטאג יאנואר 23, 2022 6:35 pm

· #492535
Re: קען מען האבן עכטע מאראל אהן גלייבן אין באשעפער?
יא אבער וואס וואלט די מנהל אים געענטפערט אויב ער\די יונגל וואלט געהאט קשיות אויף גאט\תורה?, דאן טרעפט זיך די מנהל אין די זעלבע פארגעלעגענהייט ווי די פרייע מחנכים.

חוץ פון די אלע אויבן דערמאנטע זאכן
וואלט איך שטארק פרובירט מסביר צו זיין דאס קינד אז אויב ער וועט אנהאלטן אזא מהלך אין לעבן וועט ער עווענטואל אפ'ענדיגן אין טורמע!

ביבער » זונטאג יאנואר 23, 2022 6:46 pm

· #492537
קען מען האבן עכטע מאראל אהן גלייבן אין באשעפער?


און אויב נישט?

געדאנקן » זונטאג יאנואר 23, 2022 6:47 pm

· #492538
די מעשה איז פארגעקומען מיט הרב אהרן לוי פון ערכים, און אז נתפרסם געווארן דורך הרב אברהם מרדך מלאך.

רביה''ק זי''ע » זונטאג יאנואר 23, 2022 6:56 pm

· #492540
איך גלייב נישט אז די מעשה איז טאקע פארגעקומען בפועל ממש ווייל די ריעזענינג האט ממש נישט קיין הענט און קיין פיס ווי ברוינשטיין האט שוין אנגעמערקט.

שמן למאור » זונטאג יאנואר 23, 2022 7:35 pm

· #492545
ברוינשטיין
יא אבער וואס וואלט די מנהל אים געענטפערט אויב ער\די יונגל וואלט געהאט קשיות אויף גאט\תורה?, דאן טרעפט זיך די מנהל אין די זעלבע פארגעלעגענהייט ווי די פרייע מחנכים.

חוץ פון די אלע אויבן דערמאנטע זאכן
וואלט איך שטארק פרובירט מסביר צו זיין דאס קינד אז אויב ער וועט אנהאלטן אזא מהלך אין לעבן וועט ער עווענטואל אפ'ענדיגן אין טורמע!

די ביסט גערעכט אז אויב די אינגל האט קשיות און אמונה און גלייבט נישט אין ג-ט דאן דארף מען אים מסביר זיין אדער ע''י חקירה אדער ע''י אמונה פשוטה,
אבער דאס איז נישט די פוינט, מען רעדט פון א אינגל א מאמין, און די נקודה איז ארויסצוברענגען די חילוק צעווישן א גלויביגע מיט א נישט גלויביגע,
די גלויביגע 'אויב גלייבט ער', דאן האסטו מיט וועמען צו גיין צום טיש, די קענסט אים מסביר זיין מיט שכל, אז עס איז נישט קיין גערעכטע זאך, אבער די נישט גלויביגע, קענסטו נישט מסביר זיין, פארוואס עס איז נישט ריכטיג

און בנוגע די תפיסה, ביסטו גערעכט, אבער ער וועט קענען גיין קיין לאס אנדזעלעס און גנב'ענען, נאר ביז טויזנט דאלער (אדער וואטעווער די געזעץ איז דארט) און ער וועט גלייך ווערן ארויסגעלאזט,
די נקודה, מען קען זיך ארימשפילן מיטן געזעץ, דאס אז לאו דוקה אן אפהאלט

שמן למאור » זונטאג יאנואר 23, 2022 7:45 pm

· #492547
ביבער
קען מען האבן עכטע מאראל אהן גלייבן אין באשעפער?


און אויב נישט?

דזאסטין: די נקידה איז ארויסצוברענגען, אז גלויביגע מענטשן זענען מער מאראלישע מענטשן ווי נישט גלויביגע,
אויב גייט עס דיר נישט אן ווער עס איז מער מאראליש דאן כל הכבוד,
און אויב דאס וואלטן די אלגעמיינע עטעאיסטן קלאר געזאגט, אז מיר האבן נישט קיין מאראל, ווייל פארוואס יא, דאן ביסטו גערעכט, אבער זיי פארקויפן אז זיי פארמאגן יא די מערסטע מאראל וואס איז נאר שייך, און זיי זענען על פי רוב די וואס זארגן זיך פאר אונזער נעבעכדיגע בהימות און עופות וואס ווערן נעבעך אזוי ברוטאל גע'שחט'ן רח''ל,
סאו דארף מען פשוט אויסטון דאס פאלטשע מאסקע
דעטס אלל

לייבל שטילער » זונטאג יאנואר 23, 2022 7:53 pm

· #492548
צום נושא פון אשכול: כהיום דארף מען, כנראה, נישט קיין רעליגיע פאר בעיסיק מאראלע פרינציפן, מיר מעגן אבער געדענקן אז עפעס א רעליגיע האט אריינגעברענגט מאראל אין די פירסט פלעיס.

ברוינשטיין » זונטאג יאנואר 23, 2022 7:54 pm

· #492549
Re: קען מען האבן עכטע מאראל אהן גלייבן אין באשעפער?
טורמע ארבייט אסאך בעסער פון רעליגיע אפילו בית דין פלעגט שטראפן, דער גרעסטע מאמין ווען ער וועט האבן א נסיון וועט ער זיך ארויסדרייען מיט תירוצים אז גאט וועט אים פארגעבן אדער ר' נחמן וועט אים ארויסציען פון גיהנום וכדו, א פאטש פארשטייט יעדער.

עס איז טאקע זייער א שטארקע זאך צו זיין גלויביג, איך דאנק גאט יעדן טאג פאר דעם, אבער ווען עס קומט למעשה ארבייט א פיזישע פאטש\טורמע אסאך מער עפעקטיוו.

בנוגע אז די יוסטיץ סיסטעם וואס ווערט אינפולטרירט דורך די לינקע, עס איז טאקע א גרויסע בראך, יעדער מענטש האט אן אחריות צו שטימען אדער צו פאראויס שטופן א רעגירונג וועלכע נעמט דאס געזעץ אין די הענט אריין, אבער מיינט נאכנישט אז געזעץ איז נישט די וועג.

עס איז טאקע נישט קיין עולם השלום ווען יא וואלט מען בכלל נישט געדארפט דעם גאנצע אסיפה אין גליל, נאר וואס דען די שאלה איז וועלכע וועג איז דאס מערסטע עפעקטיוו, יא, ספיריטואליטעט איז פיין און גוט, אבער טוט נישט די ארבייט פולשטענדיג, גיב א קוק וויפיל מענטשן זענען 'פארשוועכט' געווארן דורך גלויביגע, ספעציעל ביי גאר 'טייט קאמיונעטיס' ווי די דרויסענדיגע רעגירונג האט א שוואכע אנוועזנהייט, איי זיי זענען גלויביג, זייער שיין און וואויל אבער זיי האבן נישט געהאט קיין פיזישע זאך פון וואס מורא צו האבן.

ברוינשטיין » זונטאג יאנואר 23, 2022 8:16 pm

· #492551
Re: קען מען האבן עכטע מאראל אהן גלייבן אין באשעפער?
אגב דאכצעך מיר אז ס'איז שוין דא אן אשכול דערוועגן

מי אני » זונטאג יאנואר 23, 2022 8:22 pm

· #492552
דאס רירט אלס אָן אין די פילאזאפישע חקירה איבער מאראלישע ריעליזם און דיוויין קאמענד טעאריע (און די ארגומענט [פאר ג-ט] פון מאראליטעט) אויסגעשמועסט אין די צוויי אשכולות. ווי אויך רירט דאס אָן אויף די פסיכאלאגישע חלק פון קאהלבּערג׳ס סטעידזשעס פון מאראלישע אנטוויקלונג אויסגעשמועסט דא.

קל וחומר » זונטאג יאנואר 23, 2022 9:51 pm

· #492561
Re: קען מען האבן עכטע מאראל אהן גלייבן אין באשעפער?
איך פארשטיי נישט געהעריג דעם גאנצן משא ומתן דא, ווער זאגט אז מאראל איז א גוטע זאך בכלל, ולו יצוייר ס'איז א גוטע זאך, ווער זאגט אז מ'ברויך טוהן גוטע זאכן?

וואלווי » זונטאג יאנואר 23, 2022 10:03 pm

· #492562
#

אלבערט איינשטיין » זונטאג יאנואר 23, 2022 10:10 pm

· #492563
Re: קען מען האבן עכטע מאראל אהן גלייבן אין באשעפער?
מאראל איז א זאך וואס די מענטש באקט אריין אין זיך צו העלפן פאר זיין לעבן. ווען אן אמעריקאנער סאלדאטן ווערט געפאנגען ביי די יאפאנעזער ביי די צווייטע וועלט מלחמה און האלט זיך שטארק מאראליש און לאזט נישט פאראטן זיין היים לאנד פאר גוטע באדינגונגען און ער וועט ליבערשט זיך פייניגן און הונגערן און זיין פארשקלאפט אבער זיין מאראל האלט ער שטארק וואס זיין מאראל איז געבויעט פאר זיין א פאטריאט פארן לאנד. וואס איז פשט ער פארשטייט אז אמעריקא איז א לאנד וואס מאכט בעסער די וועלט פאר זיין משפחה און חברים און ער קען נישט געבן פאר די שונא סודות. וואס מאכט אים טוהן גוט. זיין מאראלישקייט גארנישט מיט קיין אמונה באלוקים. איצט ווען אונז לעבן א וועלט וואס אונז זוכן צו סורווייווען און בעסער מאכן אז מענטשן זאלן קענען לעבן און פראדוצירן ווייטער. בויען אונז אויף מאראלישע געזעצן ווי נישט גנבענען ראבערווען הארגענען. מיט אונזער מאראלישקייט וואס אונז האלטן און אונז גלייב אין דעם ווייל דאס איז גוט פאר די מענטשהייט

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

קל וחומר » זונטאג יאנואר 23, 2022 10:47 pm

· #492566
Re: קען מען האבן עכטע מאראל אהן גלייבן אין באשעפער?
Morale
מיינט קאנפידענס און שטארקייט
Moral
מיינט ריכטיגע ווירדן

ברוינשטיין » זונטאג יאנואר 23, 2022 10:49 pm

· #492567
Re: קען מען האבן עכטע מאראל אהן גלייבן אין באשעפער?
קל וחומר
איך פארשטיי נישט געהעריג דעם גאנצן משא ומתן דא, ווערט זאגט אז מאראל איז א גוטע זאך בכלל, ולו יצוייר ס'איז א גוטע זאך, ווער זאגט אז מ'ברויך טוהן גוטע זאכן?


דיין שאלה הערט זיך קלוג און געריבן אבער אז מען שטעלט זיך אפ א רגע און מ'ליינט דאס איבער א צווייט-מאל, פאלט דאס צוזאם ווי די צווילינג געביידעס אום ניין עלעווען.

אויף דיין ערשטע שאלה "ווער זאגט אז מאראלן איז גוט", שוין, אז די פרעגסט איז פשט אז די ביסט ווי דער יונגל וואס דער מנהל האט געדארפט מסביר זיין פארוואס מען טאר נישט גנבענען, טאקע פארדעם זעמער דא צו זעהן וויאזוי מען קלערט דיך אויף אז דאס איז א גוטע זאך, יעדער דא איז מודה ( ביז דערווייל) אז מאראלן זענען גוט די שאלה איז אויב נישט רעליגיעזע האבן דאס אויך און צווייטנס וויאזוי מען קען צוקומען צו דעם, און יעדער האט טאקע צוגעווארפן זיינע צוויי סענט, אפשר פאר דיך וועט טאקע נאר ארבייטן דאס מיטל פון סטראשענען מיט טורמע.

אויף דיין צווייטע שאלה "ולו יצוייר ס'איז א גוטע זאך, ווער זאגט אז מ'ברויך טוהן גוטע זאכן?" דאס איז שוין סתם געקייט זאלץ, ווייל אויב מען קומט צו אז מאראלן איז א גוטע זאך, וועט מאראלן דיך הייסן טון גוטע זאכן, הצלחה.

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 23, 2022 10:51 pm

· #492568
ברוינשטיין
טורמע ארבייט אסאך בעסער פון רעליגיע אפילו בית דין פלעגט שטראפן, דער גרעסטע מאמין ווען ער וועט האבן א נסיון וועט ער זיך ארויסדרייען מיט תירוצים אז גאט וועט אים פארגעבן אדער ר' נחמן וועט אים ארויסציען פון גיהנום וכדו, א פאטש פארשטייט יעדער.



מען זאגט נאך פון ערליכע יודן (ניין נישט סאטמערע רב, איך ווייס די מקור, אבל משום גילוי קען איך נישט זאגן)
"תם, ואמרת אליו בחוזק יד"
א תם פארשטייט נאר פעטש.

שמן למאור » זונטאג יאנואר 23, 2022 11:20 pm

· #492575
ברוינשטיין
טורמע ארבייט אסאך בעסער פון רעליגיע אפילו בית דין פלעגט שטראפן, דער גרעסטע מאמין ווען ער וועט האבן א נסיון וועט ער זיך ארויסדרייען מיט תירוצים אז גאט וועט אים פארגעבן אדער ר' נחמן וועט אים ארויסציען פון גיהנום וכדו, א פאטש פארשטייט יעדער.

עס איז טאקע זייער א שטארקע זאך צו זיין גלויביג, איך דאנק גאט יעדן טאג פאר דעם, אבער ווען עס קומט למעשה ארבייט א פיזישע פאטש\טורמע אסאך מער עפעקטיוו.

בנוגע אז די יוסטיץ סיסטעם וואס ווערט אינפולטרירט דורך די לינקע, עס איז טאקע א גרויסע בראך, יעדער מענטש האט אן אחריות צו שטימען אדער צו פאראויס שטופן א רעגירונג וועלכע נעמט דאס געזעץ אין די הענט אריין, אבער מיינט נאכנישט אז געזעץ איז נישט די וועג.

עס איז טאקע נישט קיין עולם השלום ווען יא וואלט מען בכלל נישט געדארפט דעם גאנצע אסיפה אין גליל, נאר וואס דען די שאלה איז וועלכע וועג איז דאס מערסטע עפעקטיוו, יא, ספיריטואליטעט איז פיין און גוט, אבער טוט נישט די ארבייט פולשטענדיג, גיב א קוק וויפיל מענטשן זענען 'פארשוועכט' געווארן דורך גלויביגע, ספעציעל ביי גאר 'טייט קאמיונעטיס' ווי די דרויסענדיגע רעגירונג האט א שוואכע אנוועזנהייט, איי זיי זענען גלויביג, זייער שיין און וואויל אבער זיי האבן נישט געהאט קיין פיזישע זאך פון וואס מורא צו האבן.

די נושא איז בכלל נישט וואס איז די בעסטע מיטל איינצוהאלטן ארדענונג און סטאביליטעט, אויף דעם ביסטו גערעכט אז דער בייטש העלפט דאס בעסטע, למעשה האט מען פון דעם די מערסטע מורה, אפגעזען וועלכע גלויבן מען האט,
די שאלה איז וועמענס נפש איז ריינער? ווער האלט באמת אז אויב גנב'עט ער וועט נישט טויגן? עס וועט זיך נישט לוינען, די גלויביגער, ער האט באמת מורה פון ג-ט, ער גלייבט אז די באשעפער זעט אלעס, און וועט אים האלטן פאראנווארטליך פאר זיינע מעשים, ווידארים, די נישט גלויביגע, אויב זעט קיינער נישט, דאן איז נישטא קיין שום סיבה בכלל פארוואס נישט אריינצולייגן דעם טייערן גאלדענע זייגער פונעם חבר אין טאש, קיינער וועט קיינמאל נישט וויסן, און עס איז דאך נישטא קיין ג-ט וואס זאל זען און האלטן פאראנטווארטליך, עס איז העכסטנס א נערישע גילטי פילינג, וואס האט מיט שכל גארנישט, תחלית, יעצט איז עס אין מיין טאש, איך האב עס, קיינער וועט קיינמאל נישט וויסן, פארוואס נישט?

שמן למאור » זונטאג יאנואר 23, 2022 11:30 pm

· #492577
[ציטאט אראפגענומען]

די רעדסט אויף סתם א פאל, רוב מענטשן וועלן נישט נעמען א ביקס און שיסן סתם אויף מענטשן, אפילו קיינער וועט נישט אויסגעפינען, פשוט ווייל עס פילט נישט ריכטיג, הגם, אן גלויבינג, וואס איז בכלל די פילינגס? סתם נערישע נאטירליכע שטיתים וואס די מענטש איז געבוירן דערמיט, אבער נאכאלץ וועט מען נישט דארפן אנקומען צו רעליגיע פארדעם

וואס טוט זיך אבער אויב איינער האט מיר בעוול'ט אויף א געפערליכע פארנעם, און איך בין געפערליך גערעגט אויף אים עד כדי מות, דאן פארוואס זאל איך אים טאקע נישט הרג'ענען? וואס האלט מיר אפ? אבער טאמער האב איך א גלויבן, דאן טוט מיר די אמונה בשם צירוקהאלטן,
נאכאמאל, איך רעד בכלל נישט למעשה צו ער וועט זיך קענען איינהאלטן, איך רעד בלויז ביי וועמען אין מוח איז עס אויסגעהאלטן און ביי וועמען נישט

ברוינשטיין » זונטאג יאנואר 23, 2022 11:30 pm

· #492578
Re: קען מען האבן עכטע מאראל אהן גלייבן אין באשעפער?
די בלייבסט שטעקן ביי דעם בייטש\גהינום, איז אויב אזוי וועט דער גלויביגער קלערן אז ער וועט תשובה טון אדער אז די רבי וועט אים ארויסשלעפן פון גיהנום ווייל ער האט געכאפט אן עפל ביים טיש, היצטערט האלט מען צוריק ביי אות א'.

תוהו ובוהו » זונטאג יאנואר 23, 2022 11:36 pm

· #492579
און וואס איז אויב מ'קען נישט האבן די מאראלן אהן רעליגיע?? אויב קען מען עס נישט האבן אהן רעליגיע, פשט איז אז ס'איז נישט קיין א.ג. 'פארשטענדליכע מאראלן', נו אויב אזוי וועם שטערט אז מ'האט עס נישט?

אז דו באטראכסט דאס פאר א פראבלעם פארשטייסטו אז ס'איז בעצם עפעס ראנג, נו דארף מען דאך מער נישט רעליגיע..

שמן למאור » זונטאג יאנואר 23, 2022 11:37 pm

· #492580
ברוינשטיין
די בלייבסט שטעקן ביי דעם בייטש\גהינום, איז אויב אזוי וועט דער גלויביגער קלערן אז ער וועט תשובה טון אדער אז די רבי וועט אים ארויסשלעפן פון גיהנום ווייל ער האט געכאפט אן עפל ביים טיש, היצטערט האלט מען צוריק ביי אות א'.

די גייסט אריין אין די צווייטע חלק פון מענטשן וואס נער'ן זיך אליין און ניצן גאר אויס די אמונה צו זייער בענעפיט און פארדרייען די תורה אונאיינעם מיט זייער קאפ בלויז צו קענען טון וואס זייער הארץ באגערט
ווען די כאפסט אים א טאג פארדעם אדער א טאג נאכדעם און א ניכטערע שטימונג וועט ער אויך מודה זיין אז ער האט געטון אן עוולה, און תיקון הכללי און תשובה בארעכטיגט נישט קיין שום מעשה למפרע,
איך האב ספעשל געמאכט די הקדמה אויבן אז איך רעד בכלל נישט פון ווער טוט ערגערע מעשים, יתכון אז די רעליגיעזע יצר הרע איז שטערקער, אין קען אויך זיין אז זיי האבן וואס זיך צו פאריפן בשעת זיי טוען אפ זייערע מעשים רעים, אבער ווי געזאגט איז עס פשוט פארדרייט די קאפ און ער אליין וועט נישט האלטן אזוי ביי זיין חבר וואס האט די זעלבע מעשה ווי ער, אבער דארט האט ער נישט זיינע אייגענע נגיעות אריינגעשטעקט

שמן למאור » זונטאג יאנואר 23, 2022 11:43 pm

· #492583
תוהו ובוהו
און וואס איז אויב מ'קען נישט האבן די מאראלן אהן רעליגיע?? אויב קען מען עס נישט האבן אהן רעליגיע, פשט איז אז ס'איז נישט קיין א.ג. 'פארשטענדליכע מאראלן', נו אויב אזוי וועם שטערט אז מ'האט עס נישט?

אז דו באטראכסט דאס פאר א פראבלעם פארשטייסטו אז ס'איז בעצם עפעס ראנג, נו דארף מען דאך מער נישט רעליגיע..

איז לאמיר מאכן די קשיא שטערקער, און פארוואס פראבירן טאקע יא אלע נישט גלויביגע אראפצישפילן כאילו זיי האבן יא א מאראל,
די תירוץ איז אז אפילו און שכל האט עס טאקע נישט קיין פלאץ,זאגט אבער די געפיל אז עס איז נישט ריכטיג, למשל אויב גלייבסטו נישט און לעבן נאך טויט וכ', דאן קענסטו טאנצן אויף א טויטן גוף און אים ציקוועטשן די נאז, הא קירס? ער איז שוין טויט, פינישט!, דאך אבער איז דא די מענטשליכע געפיל וואס לאזט דאס נישט צו, די פראבלעם איז, אז אויב גלייבסטו נישט און גארנישט, דאן איז געפיל בלויז א נערישע נאטירליכע זאך, וואס גראדע האט די נאטור זיך אזוי ארויסגעשטעלט אז מען 'פילט' אז עס איז נישט גוט, סאו וואט? איז וואס? די שכל איז שטערקער ווי די געפילן, און שכל זאגט אז די געפילן איז סתם שטיתים,

שמן למאור » זונטאג יאנואר 23, 2022 11:52 pm

· #492587
[ציטאט אראפגענומען]

די 'לאו דוקה די פרימסטע' ווי די ריפסט זיי,.זענען בכלל נישט ווייניגער גלויביג ווי די פרימע, אסאך מאל איז עס גאר פארקערט,
לעצטנס האב איך געזען א ווידיא, ווי א פאליציאנט שטעלט אפ א אינגערמאן 'לאו דוקה די פרימסטע' און חוץ פון ר' ישע' ב''ר משה זיך לייגן בייגן פראז זאגט ער גארנישט' מיט א פעסטע אמונה, איך גלייב נישט אז אסאך 'פרימע וואלטן דאס געקונט באווייזן,
און די 'פרימע' מדקדקי הלכה מיט רישעות, איז עס געווענטליך שלעכטע געוואונהייט און נישט אז ער האלט בשיטה אז מען דארף זיין שלעכט, אבער יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 23, 2022 11:59 pm

· #492590
ברוינשטיין
די רבי וועט אים ארויסשלעפן פון גיהנום ווייל ער האט געכאפט אן עפל ביים טיש.


חסידות בימינו על רגל אחת.

You nailed it.

וואלווי » מאנטאג יאנואר 24, 2022 12:02 am

· #492592
אפטייטש פון מאראל:

concerned with the principles of right and wrong behavior and the goodness or badness of human character.


מאראל מיינט נישט די הלכה למעשה, וכמאמר פותח האשכול אז דעמאלטס ווערט עס א יצ"ט יצ"הר סוגיא. און אודאי מעסט זיך עס אויך נישט מיט די פאנישמענטס, ווייל מ'רעדט פון א מענטש'נס פארשטאנד בעצם פון ריכטיגקייט, נישט די אריינגעצווינגענע באשלוס. אבער אז מ'רעדט פון די מענטש אליינס קומט אויס אז מאראל איז אויך נישט הארציגע געפילען. הגם ס'מיינט די פילינג פון איין מענטש צום צווייטען וכדומה, דאך איז עס מער דער טיפערע פארשטאנד פון מענטשליכע ווערדן, ווי איידער די הרגש וואס מ'ווערט איבערגענומען, וואס דעמאלטס וועט די הרגש קאנטראלירן די ריכטיגקייט, אזוי ווי ביי פארטיעשע חסידות אדער maga חברה.

די אינטערסאנטע זאך איז, אז אויב ס'איז די פארשטאנד פון הנהגת האדם, איז דאס זייער volatile ווייל עס ווערט אנדערש פארשטאנען אין אנדערע תקופות אין היסטאריע. אבער דאס איז טאקע די אמת, אז די פארשטאנד און זיין מעסטער בלייבן אייביג רעלאטיוו. דוקא פון דעם זעהט מען אז ס'האט נישט קיין שייכות מיט תורה אדער רעליגיע, וואס כבודם במקומם מונח, ווייל זיי זענען נישט רעלאטיוו. מאראל איז די פארשטאנד פון א מענטש אין די אויפריכטיגקייט פון די מענטש זעלבסט און זיין לעבן, אלעס אנדערש איז אומאפהענגיג, און איז נישט קובע.

מ'קען סך הכל זאגען אז די רעליגיע קיין אנווייזן אויף מאראל, אבער אז מ'גייט אזוי דארף מען זיך היבש היטן ס'זאל נישט אוועק נעמען די זעלבסט פארשטאנד, ווייל נאך אלס איז רעליגיע נאר א פרעימווארק פאר מענטשליכקייט. א קוה קען נישט זיין רעליגיעז אבער א פרייער קען יא זיין א מאראל מענטש.

עובדיה » מאנטאג יאנואר 24, 2022 8:56 am

· #492619
איך וואלט געזאגט פארקערט אהן קיין מאראל איז נישט דא קיין סיבה בכלל צו פאלגען דעם באשעפער, האט ער געזאגט לא תגנובו איז וואס, די גאנצע תורה הייבט זיך נאר אהן אויב מ'וויל טוהן וואס איז ריכטיג מאראליש וואס דאס איז פאלגען דעם באשעפער משום אהבת ה' (הכרת הטוב וכדו') ויראת ה' (יראת הרוממות וכדו'). חוץ אויב מ'גייט מיט יראת העונש ואהבת השכר וואס דעמאלטס האט עס ווייטער נישט מיט מאראל נאר מיט די אייגענע בענעפיט.

וואלווי » מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:49 am

· #492630
דיין צוזאם שטעל איז גוט, אבער אין א וועג איז דאס פארקערט, ווייל די תורה איז דא פאר די מענטש, נישט די מענטש פאר די תורה.

אז מ'קוקט אן די מענטש אלס א מגושם'דיגע בריאה ביסטו גערעכט. אבער די באדייט פון מענטש איז א חלק אלקי ממעל. מאראלס איז די פארבעסערונג פון די מענטש צו ווערען א דערהויבענע בריאה, און דאס איז די כונה פון תורה ומצוות צו ווערען א בעסערע מענטש/נשמה. אויב ס'איז פארקערט און מ'זעט די מטרה פון תורה ומצוות אלס די אלטימעט כוונה פון מענטשהייט, קען עס ברענגען אז מ'זאל צוטרעטען די מענטש לכבוד התורה, אזוי ווי ס'איז מפורסם וידוע ווי פול מענטשען/נשמות מ'האט שוין מקריב געווען אויפן מזבח החסידות, אלס ווייל מ'זעהט די תורה העכער ווי די מענטש.

און טאקע דאס מיינט דרך ארץ קדמה לתורה. אזוי אויך איז דא פולע מאמרי חז"ל אין דעם גייסט, אין יוה"כ מכפר עד שירצה את חבירו, הני טפשאי דקיימו לפני ס"ת ולא לפני ת"ח, וכו' וכו', ווייל דער מענטש קומט פאר אלעס, און
רעליגיע כשלעצמו איז ווערדלויז. מאראלס איז די בריאה, תורה מצוות איז די וויהיקעל, אזוי ווי ס'ווערט אנגערופן אין זוהר תרי"ג עטין דאורייתא.

פאר'ן דאווענען » מאנטאג יאנואר 24, 2022 12:47 pm

· #492636
אויב מאראל האט גארנישט מיט רעליגיע דאן וואס איז די מחליט וואס איז מאראליש און וואס נישט?
איך רעד נישט פון גנבנ'ן אדער הרגנ'ן איך רעד פון קליינע אוממאראלישע אקטן

וואלווי » מאנטאג יאנואר 24, 2022 2:09 pm

· #492645
פאר'ן דאווענען
אויב מאראל האט גארנישט מיט רעליגיע דאן וואס איז די מחליט וואס איז מאראליש און וואס נישט?
איך רעד נישט פון גנבנ'ן אדער הרגנ'ן איך רעד פון קליינע אוממאראלישע אקטן


מחליט? די לב און מח פון א מענטש אליינס. פארשטייט זיך אז מ'דארף ארבעטען דעראויף אזוי ווי א יעדע מידה, אבער פארוואס זאל זיין א חילוק צווישען גרויס און קליינע מאראלען? מ'מוז נישט זיין רעליגיעז צו לעבן מאראלי.

קבצו זקנים » מאנטאג יאנואר 24, 2022 3:49 pm

· #492652
[ציטאט אראפגענומען]


אזוי ווי ר׳ אברהם פלעגט זאגן: ווען איך טיה גיטס, פיעל איך גיט; ווען איך טיה שלעכטס, פיעל איך זיך שלעכט אין דאס איז מיין רעליגיע
📎 EkAc05u_.jpg

פאר'ן דאווענען » מאנטאג יאנואר 24, 2022 5:03 pm

· #492658
וואלווי
פאר'ן דאווענען
אויב מאראל האט גארנישט מיט רעליגיע דאן וואס איז די מחליט וואס איז מאראליש און וואס נישט?
איך רעד נישט פון גנבנ'ן אדער הרגנ'ן איך רעד פון קליינע אוממאראלישע אקטן


מחליט? די לב און מח פון א מענטש אליינס. פארשטייט זיך אז מ'דארף ארבעטען דעראויף אזוי ווי א יעדע מידה, אבער פארוואס זאל זיין א חילוק צווישען גרויס און קליינע מאראלען? מ'מוז נישט זיין רעליגיעז צו לעבן מאראלי.


אוודאי מוז מען נישט זיין רעליגעז צו לעבן מאראליש אבער עס וועט זיין זייער שווער מחליט צו זיין וואס איז מאראליש און וואס נישט.
יעדער מענטש האט אנדערע הבנה און מאראל, לדוגמא צער בעלי חיים לצורך פרנסה, אדער לצורך הנאה צו האבן, וועלן געוויסע מענטשן האלטן אז עס איז נישט מאראליש, אבער אנדערע וועלן האלטן אז עס איז נישט קיין סתירה מיט מאראל.
אבער הרגנ'ן פארשטייט כמעט יעדער אז עס איז נישט מאראליש!
רעליגיע ע"פ רוב געט זיך אפ אויך מיט די סארט מאראלישע זאכן.

yesiknow » מאנטאג יאנואר 24, 2022 8:15 pm

· #492683
יעדע געזונטע פערזאן מאן אדער פרוי (לאפוקי טראנס, קוויר) האט א בילד אין מאראל קאמפוס , צו ער גלייבט יא אדער נישט,
דיס איז מיי עפניען, לחיים.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:11 pm

· #492701
עצי שיטים: איך טענה שוין פון לאנג (אויף אן ענליכן אופן) אז אויב איינער האט נישט קיין אמונה אין באשעפער, גלייב איך נישט אין זיין גאנצע אידישקייט. ווייל פארוואס זאלל ער נישט עסן א גוטן געשמאקן טריפה'נעם סטעיק. אדער א חזיר געבראטן אין פוטער. (דאס איז געווען א דעפינישן פון טריפות אין די אלטע אידישע מעשה ביכלעך.). אדער לכה"פ א טשיעזבורגער. און פארוואס זאלל ער נישט עסן א געשמאקן שטיקל בייגל אדער ברויט אום פסח.מילא פאסטן אום יום כיפור, קען ער זיך איינרעדן אז ער טוט עס פאר זיין געזונט . און אזוי מיט אלע אנדערע מצוות. אויב איינער האט נישט קיין אמונה אין באשעפער, דאמאלס דארף ער גארנישט טון. ער מאכט זיך סתם נאריש...!

וואלווי » מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:05 pm

· #492710
yesiknow
יעדע געזונטע פערזאן מאן אדער פרוי (לאפוקי טראנס, קוויר) האט א בילד אין מאראל קאמפוס , צו ער גלייבט יא אדער נישט,
דיס איז מיי עפניען, לחיים.


לאמיר עלעבארעיטן דיין אפיניאן.

וואס וועט זיין אויב א "נישט געזונטע" מענטש גלייבט יא, קען ער כאפן א בליק אויף דיין מאראל קאמפאס?

אדער דאס איז אויך געשלאסן לויט דיין אפיניאן

לחיים.

פיניע » דינסטאג יאנואר 25, 2022 2:08 am

· #492768
Re: קען מען האבן עכטע מאראל אהן גלייבן אין באשעפער?
אין גמרא, עירובין, ווערט ארומגערעדט איבער די קשיא, אבער ווי א הייפאטעטיקעל.

עירובין ק ב, "אמר רבי יוחנן אילמלא לא ניתנה תורה היינו למידין צניעות מחתול וגזל מנמלה ועריות מיונה, דרך ארץ מתרנגול.

די ענטפער פין די גמרא איז אז אן רעליגיע קען מען לערנען מאראל פון בעלי חיים.

קבצו זקנים » דינסטאג יאנואר 25, 2022 8:30 am

· #492775
געדאנקן
די מעשה איז פארגעקומען מיט הרב אהרן לוי פון ערכים, און אז נתפרסם געווארן דורך הרב אברהם מרדך מלאך.


ער האט אראפגעלייגט א שיינעם שיעור אין דעם נושא בפרשת השבוע פרשת משפטים פין פינף יאהר צוריק, דעם גאנצן שיעור קענט איר הערען אין תורה לכל זמן ועת אין דא חלק א און דא חלק ב און דא חלק ג האב אייך ארויפגעטעלט אט דער מעשה.

ברוך בענדיט » דינסטאג יאנואר 25, 2022 9:20 am

· #492783
Re: קען מען האבן עכטע מאראל אהן גלייבן אין באשעפער?
עצי שטים
די שאלה איז נישט אויב עס קענען זיין גלויביגע מענטשן וואס טוען כל מיני חטאים, און עס קענען אויך זיין כופרים וואס זענען אנשטענדיגע מענטשן,
זיכער אז עס איז דא ביי ביידע גרופעס פון אלע סארטן, און די שאלה איז אפילו נישט אויב איז דא א גרעסערע פראצענט ביי איין גרופע מער ווי ביי די צווייטע, ווייל פון גלייבן ביזן טון למעשה איז דא א גרויסע יצר הרע אינצווישן, וכמאמר הדברי חיים, וואס א גרויסע צער האט אים געפרעגט, ראבינער, וואס טוסטו מיטן טאג? האט ער געענטפערט, איך בוי א בריק, האט ער געפרעגט, אזוי? וועליכע בריק? האט ער געגבען צן פארשטיין, אז איך בוי א בריק פון מיין קאפ צו מיין הארץ, און איך ארבייט שוין יארן אויף דיע בריק

די שאלה איז ווי פאלגנד, און איך וועל עס באזירן אויף א מעשה (שהיה) וואס איך האב אמאל געהערט,
מען האט אמאל געמאכט און א''י א גרויסע צאמקום ערגעץ און גליל, אן 'אסיפת חינוך' פאר די פרייע מחנכים ומחנכות פונעם לאנד, האבן זיי געוואלט אויך ברענגען א ארטידאקסישן רב וואס זאל רעדן, און זיי האבן גערופן א געוויסע מנהל פון א חרדישן מוסד און א''י (איך געדענק שוין נישט וועמען זיי האבן געריפן, אפשר קען איינער וואס קען די מעשה שרייבן ווער עס איז געווען)
זיי האבן אים אבער קלאר געמאכט אז ער איז דא נאר אז עס זאל זיין א קאלירפולע אויסווייל פון רעדנערס, אבער ער זאל נישט רעדן קיין שום רעליגיעזע זאכן, אדער ארויסברענגען די תורה מהלך ווס. די פרייע וכדו'

למעשה האט ער זיך אויפגעשטעלט רעדן, און געזאגט אזוי, רבותי דא זיצן דאך פון די בעסטע מחנכים פון לאנד, איז לאמיך פארלייגן א שאלה פאר ענק, עפעס וואס האט זיך אפגעטון ביי אונז און תלמיד תורה,

געווען א אינגל וואס האט גע'גנב'עט ביי א צוויטן אינגל א פינעווער, די אינגל איז זיך געקומען אויסוויינען פאר מיר, האב איך אריינגערופן די גנב און אים אנגעשריגן, גיב שוין צירוק די רויב פאר דיין חבר,
זאגט מיר די אינגל אזוי, יא, די מנהל איז שטערקער פון מיר, און קען מיך זאגן וואס צו טון, אבער איך וויל פארשטיין שכל'דיג פארוואס זאל איך עס צירוק געבן,
פרעגט די מנהל פונעם עולם, וואס האב איך אים געדארפט צו זאגן?

וואס הייסט האט די עולם ג'טענה'ט, עס איז נישט דיינס? גיב עס צירוק צו וועמען עס באלאנגט,
אויף דעם האט די מנהל צירוקגע'טענה'ט, פיין עס איז געווען זיינס ביז די צווייטע אינגל האט עס גענומען, יעצט איז עס די צווייטע אינגל'ס, ער האט עס פאקטיש, וואס גייט מיר אהן אז יענער האט עס פריער געהאט, יעצט האב איך עס,

האט איינער געוואלט זאגן אזוי, אויב גיבסטו עס נישט צירוק, דאן וועט מען מארגן צינעמען דיינע זאכן פון דיר, עס מיז זיין אזא מהלך פוו נישט נעמען יענעמס זאך,
אויף דעם האט די מנהל צירוקגעזאגט, אז די אינגל איז א גבר אלים, און מען קען נישט אזוי גרינג ציכאפן פון אים קיין זאכן, און חוץ המעשה באקומט ער נישט אזוי פיל פון דערהיים ווי אנדערע באקומען, סאו דאס איז נישט קיין טענה פאר דעם גנב, ווייל ער קען יא באשטיין אז ס'זאל זיין איש כל הישר בעיניו יעשה,

האט איינער געזאגט, גיב עס צירוק ווייל אזוי איז ריכטיג צו טון, אויף דעם האט ער די מנהל צירוקגעזאגט, ווער האט אפגעמאכט וואס איז ריכטיג, ער האלט אז דאס אז ער האט יעצט א פינעווער, איז מער ריכטיג ווי נישט האבן

בקיצור עס איז געגאנגען אהים און צירוק, ביז די גרויסע מכנחים זענען געבליבן מיט די צינג אינדרויסן, וואס איז טאקע דא צו מסביר זיין מאראליש און שכלדיג, צירוקצוגעבן דאס געלט? האבן זיי אים געפרעגט נא? וואס האסטו למעשה געזאגט פארן אינגל?

האט ער געזאגט, אז בעצם האט מען מיר אנגעווארנט נישט צו רעדן פון דעם, אבער אז מען פרעגט וועל איך זאגן, איך האב אים געענטפערט, גיב עס שוין צירוק, ווייל אין די תורה שטייט 'לא תגנובו' די באשעפער לאזט נישט גנב'ענען, און ער וועט דיר שטראפן אויב גיבסטו עס נישט צירוק

היוצא לנו מזה, א שטארקע נקידה, יא די אלע גוים זענען אייביג ביזי מיט ראסיזם און רעכטן פאר די באקריוודעטע, וכ' און מען פארשעמט און קענסלט די וואס גייען נישט מיט מיטן ריכטיגן גלייכבארעכטיגונג מהלך, אבער אלעס איז טאקע פיין פאר די כבוד וואס מען באקומט פארדעם, פארן זיין אן 'אזוי גערופענע' ארענטליכע' מענטש,
אבער מיט פארמאכטע טירן, ווען קיינער זעט נישט, וואס שטערט אים פון עביוזן, גנב'ענען, אראפקלאפן, אויב וועט מען נישט געוואר ווערן דארפון? און אפילו מען וועט צום סוף יא געוואר ווערן, וויפול סעלעברעטיס איז נאך יארן ארויסגעקומען די גאנצע שמיץ וואס זיי האבן באהאלטן אלע יארן ביי זיך, מער וויפול מען קען אפילו ציילן, זאת אומרת, אהן קיין רעליגיע, פארוואס זאל מען יא האבן א מאראל?

יעצט אודאי איז דא רעליגיעזע מענטשן וואס קענען זיך נישט מתגבר זיין און ליידער עביוזן זיי און זיי גנב'ענען וכד', אבער זיי ווייסן כאטש אז זיי טוען נישט ריכטיג, אבער די נישט רעליגיעזע, פארוואס זאל ער נישט עביוזן אדער גנב'ענען, אויב וועט מען קיינמאל נישט געוואר ווערן דערפון?
איך פארשטיי פינקט פארקערט...
מאראל איז פשטות א געפיל פין א יעדע מענטש וואס מען קען אפהארגענען יעצט ווען מען פרעגט איינעם פארוואס ער גנב'ט נישט איז ווי פרעגן פארוואס ער האט ליב אייזקרעם עס איז א געפיל אין שוי...
רעליגיע זאגט גיי נישט נאך דיין געפיל נאר טי וואס איז גערעכט צו טין יעצט אויב די רעליגיע פארלאנגט עפעס וואס איז קעגן מאראל איז עס נישט קיין קשיא קעגן גערעכטיקייט נאר די רעליגיע זאגט אז מאראל איז נישט גוט דא....
מאראל איז א מציאות וואס קומט נישט פון א הסבר..
אבער ווען די טיסט עס וועגן רעליגיע האט עס נישט מיט מאראל..
מאכט סענס?

Sent from my Pixel using Tapatalk

קל וחומר » דינסטאג יאנואר 25, 2022 10:54 am

· #492785
Re: קען מען האבן עכטע מאראל אהן גלייבן אין באשעפער?
פיניע
אין גמרא, עירובין, ווערט ארומגערעדט איבער די קשיא, אבער ווי א הייפאטעטיקעל.

עירובין ק ב, "אמר רבי יוחנן אילמלא לא ניתנה תורה היינו למידין צניעות מחתול וגזל מנמלה ועריות מיונה, דרך ארץ מתרנגול.

די ענטפער פין די גמרא איז אז אן רעליגיע קען מען לערנען מאראל פון בעלי חיים.
או היו למדין גזל מהייאינעס צניעות מכלבים ועריות מאריות

yesiknow » דינסטאג יאנואר 25, 2022 11:32 am

· #492786
וואלווי
yesiknow
יעדע געזונטע פערזאן מאן אדער פרוי (לאפוקי טראנס, קוויר) האט א בילד אין מאראל קאמפוס , צו ער גלייבט יא אדער נישט,
דיס איז מיי עפניען, לחיים.


לאמיר עלעבארעיטן דיין אפיניאן.

וואס וועט זיין אויב א "נישט געזונטע" מענטש גלייבט יא, קען ער כאפן א בליק אויף דיין מאראל קאמפאס?

אדער דאס איז אויך געשלאסן לויט דיין אפיניאן

לחיים.

טייערע וועלוועלע,
טענקיו פאר עלעבארעטינג, א זכר וואס איז(אין איר/זיין) מח א נקיבה אין מיי עפיניען זיין מיינד איז טוויסטעט נעקסט לעוועל זיין קאמפאס איז פארדרייט איז מער דומה לחמור וואס מאכט דיזיזענס בעיסט אן אינסטינקט ובזה אסיים.

וואלווי » מיטוואך יאנואר 26, 2022 2:23 am

· #492912
yesiknow

טייערע וועלוועלע,
טענקיו פאר עלעבארעטינג, א זכר וואס איז(אין איר/זיין) מח א נקיבה אין מיי עפיניען זיין מיינד איז טוויסטעט נעקסט לעוועל זיין קאמפאס איז פארדרייט איז מער דומה לחמור וואס מאכט דיזיזענס בעיסט אן אינסטינקט ובזה אסיים.


כ'פריי מיך מיט דיין סיום, אבער שמא יאמרו הבריות מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו, דארף מען דא קלאר מאכן אז מ'רעדט פון משוגעת'ן, וואס א יעדער מענטש איז געבענטשט דערמיט אויף זיין אייגענארטיגע וועג, ס'האט קיין שייכות מיט מאראלס. קענסט עס רופען נישט געזונט, אבער קוק ארום וועסטו זיין אז שפיטעלער זענען אנגעפילט מיט אסאך נישט געזונטע מענטשען מיט א יעדע מין סארט מחלה, emotional and physical, און דאס מאכט זיי נישט immoral.

דאס שרייבן אויף טרענס און קוויר אז זייער מיינד איז טוויסטעד דומה לחמור וואס קענען נישט מאכן דעסיזשאנס, איז homophobic בהדרו, ווייל א יעדער פארשטייט אז א straight קען זיין immoral נאך מער ווי trans און א טרענס מער מאראל, ממילא איז אזא דזשאדזשמענט אליינס שוין איינמאל אימאראל.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:18 pm

· #493041
וואלווי: איך האב נישט פונקטליך פארשטאנען דיין ענטפער. ווייל די ווערטער זענען אריינגעקומען שלא כסדרן. מיט די אידיש און ענגליש אויסגעמישט..!

נאר איך מיין אז מ'קען דאך נישט דזשאדזשן (משפט'ן) א מענטש וואס איז טרענסדזשענדער. מ'זאלל נישט געפרואווט ווערן. א ..."נארמאטיוער".. מענטש דארף דאנקען דעם באשעפער אז ער איז אזוי. א מאן שפירט ווי א מאן. און א פרוי שפירט (און פיהרט זיך אויף) ווי א פרוי. נאר ס'איז ליידער דא מענטשן וועלכע א זכר שפירט אז זיין גוף. און ספעציעל דער נפש איז פון א נקיבה. און אויך פארקערט. זיי פיהלן אז א פיזיאלאגישער טויש וועט זיי צופרידן שטעללן. ממילא דארף מען זיך רעכענען מיט זייער מצב הנפשי...!

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:29 pm

· #493043
Some people take themselves too seriously...It's beneath them to comment on the musings of certain other members...! Oh yes. For negative likes they're always here. They never fail...!

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 12:00 am

· #493048
*

קהל'ס נער » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 12:32 am

· #493051
וואלווי
yesiknow

טייערע וועלוועלע,
טענקיו פאר עלעבארעטינג, א זכר וואס איז(אין איר/זיין) מח א נקיבה אין מיי עפיניען זיין מיינד איז טוויסטעט נעקסט לעוועל זיין קאמפאס איז פארדרייט איז מער דומה לחמור וואס מאכט דיזיזענס בעיסט אן אינסטינקט ובזה אסיים.


כ'פריי מיך מיט דיין סיום, אבער שמא יאמרו הבריות מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו, דארף מען דא קלאר מאכן אז מ'רעדט פון משוגעת'ן, וואס א יעדער מענטש איז געבענטשט דערמיט אויף זיין אייגענארטיגע וועג, ס'האט קיין שייכות מיט מאראלס. קענסט עס רופען נישט געזונט, אבער קוק ארום וועסטו זיין אז שפיטעלער זענען אנגעפילט מיט אסאך נישט געזונטע מענטשען מיט א יעדע מין סארט מחלה, emotional and physical, און דאס מאכט זיי נישט immoral.

דאס שרייבן אויף טרענס און קוויר אז זייער מיינד איז טוויסטעד דומה לחמור וואס קענען נישט מאכן דעסיזשאנס, איז homophobic בהדרו, ווייל א יעדער פארשטייט אז א straight קען זיין immoral נאך מער ווי trans און א טרענס מער מאראל, ממילא איז אזא דזשאדזשמענט אליינס שוין איינמאל אימאראל.


די מישט אויס דזאדזמענט מיט פאריקטקייט.
איך האב נישט פיינט קיין טרענס זכרים, איך האלט נאר אז זיי זענען צידרייט און גרויסע רחמנות'ן, און אנשטאט זיי שטיפן צי גיין פאר הילף, זאגט מען זיי, ניין ס'גיט אזוי זיי משוגע, אבער נישט א פלעינע טיפיקעל בארינג משיגענער, נאר א משיגענער מיט א שיטה, א פאן, מיט א מארטש, און א פארטיי.
ס'איס פינקט אזוי ווי איינער וואס האט OCD, אנשטאט עים צי שטיפן צי גיין פאר הילף, איז מען עים מחזק צי זיין שטאלץ מיט זיין מחלה, און ווער ס'עקסעפט נישט אז ער האט OCD איז "אוסעדעפאביק"

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 12:51 am

· #493055
די מדובר דא איז דען די געזונטהייט פון טרענס? מיין פאונט איז געווען אז ס'האט נישט מיט מאראלס. נישט קיין חילוק די אריענטאציע פון דער מענטש קען ער זיין מאראל אדער אימאראל. מאראלס איז נישט אויסלישסלעך בנוגע פערזענליכע בעהעיוויאר כלפי זיך, סאו פארוואס זאל "פארוקטע" התנהגות (אויב ס'איז בכלל פאריקט) האבן א אן עפעקט אויף די מאראל קאנשיענס פון א מענטש כלפי אנדערע מענטשען?

אפשר באצוהסטו זיך צו די נושא פון לגב"ט אין דזשענעראל.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 8:02 am

· #493079
וואלווי: דו ביסט גערעכט. כמו שאמרתי. נאר די הויפט פראבלעם (מיט די אלע מענטשן) איז אז, שטאטס ווי אין די אמאליגע צייטן האט א יעדער זיך ערלעדיגט זיינע פראבלעמען אויף א פריוואטן, דיסקרעטן וועג, איז היינט געווארן א גאנצע מאוומענט מיט רעכטן און מארטשעס. און אך און וויי איז פאר א יחיד אדער גרופ וואס רעדט ארויס א ווארט וואס קען אויסגעטייטשט ווערן אז ס'איז נישט אין איינקלאנג (בהסכמה) מיט זייער שיטה. מ'האט אויפגעבויעט א נייע אינדוסטרי. צוזאמען מיט דעם טעראר וואס ס'קומט...!

יאסל ראקאווער » זונטאג יאנואר 30, 2022 9:37 am

· #493400
פרעגסט עס פון א מוסלמענער אינגעל אין טורקיי וועט ער אוודאי ענטפערן די זעלבע ווי א היימישע וויליאמסבורגע אינגעל; זיכער נישט!

אבער אונז ווייס מיר אז זייער געטליכע מאראלן זענען קיין מאראלן. די גאנצע וועלט ווייסט דאס אויך, מוסלעמענישע מאראלן זענען קיין מאראלן.

בלייבט אונז איבער צו זיין אמת'דיג מיט זיך אליין אויב איז אידישע רעגליעזע מאראלן טאקע ערליכע מאראלןַ איז אזוינע הלכות ווי טעות עכו"ם. ירושת הבן. היתר עסקא. וכו' וכו' מאראליש?

איך מיין מאראלן דארף קומען אדער 1. פון די נשמה. דאס הייסט פון די gut פון אינעווייניג מיט א געזונטע חינוך אדער 2. פון מורא. אבער לאמיר זיין honest יראת השם איז פונקט ווי אלמלא מורא של מלכות איש את רעהו חיים בלעהו. טראכט איך טאקע אז די צווייטע איז נוטריקן מאראל.

Western Morals איז פון די זעלבע פלאץ ווי די תורה. דאס הייסט מורא. יראת השם איז פונקט אזא מאראלישע foundation ווי מורא של מלכות.

די גרויסע פראבלעם איז אז די תורה איז פארשפארט און canonization פארמאכט און נארישע מענטשען זיכען מאראלן ממש פון די אותיות התורה.

גראדע בין איך נישט מסופק אז די הייליגע תנאים וואלטן אנגענומען רוב פון אונזערע היינטיגע מאראלן אלץ הלכות מיט א שמיץ אריבער אויף אזוינע אישוס ווען סקומט צו האבן קנעכט, ראסיזם, וכו' וכו'. או לה לספינה שאבדו קברניטא. מאראלן דארף זיין fluid און updated שטענדיג. אבער די שיף האט מער נישט קיין מנהיגים.

קאמארנער » דינסטאג פעברואר 1, 2022 9:02 pm

· #493879
די שאלה הייבט זיך אן פריער, וואס איז דאס בכלל ווואס מ'רופט אין די גאס 'מאראל' ?

ספוילער: ס'איז נישט דא קיין עכטע קלארע תשובה דערויף.
ס'איז דא אזויפיהל שיטות און טעאריעס וואס איז דאס מאראל און וואס זענען אירע כללים, און בכלל איז דאס א זאך וואס טוישט זיך צווישן איין קולטור אין אנדערן, איין מדינה אין אנדערן און פון איין עפאכע צום אנדערן,
ווייל וואס פאר בלויז 30 יאר צוריק האט יעדע מודה געווען איז אוממאראל איז היינט פול מאראל און אזוי אויך פארקערט. און וואס ביי דער קולטור הייסט מאראל איז עס ביי אן אנדער קולטור די גרעסטע תועבה.
אזויפיהל קעגנזייטיגע שיטות, השקפות, לענדער, פעלקער און רעליגיעס שווערן זיך אז זיי זענען מאראל אזש די גאנצע 'מאראלקייט' שוועבט אויף א האר און איז ברעקלדיג ביז גאר.

למעשה דאס וואס מ'רופט 'מאראל' איז געבויט בלויז אויף אינטואיציע און אינערליכע הרגשים. יא, אפילו די הארבסטע אוממאראלישע טהאטן וואס יעדער נארמאלע מענטש וועט פארשטיין אז מען טאר עס נישט טון ווי
הארגענען א מענטש וכדומה קען מען נישט עקלערן אויף א 'ראצינאליסטישע' וועג. פארוואס זאל איך נישט הארגענען א מענטש אויב שטייט ער מיר אין וועג? ווייל ס'טוט אים וויי? נא, איז וואס? מ'טאר נישט וויי טון א מענטש? פארוואס? געב מיר א ראצינאליסטישע הסבר. נישטא. אזוי ווי די מעשה וואס עצי שיטים האט געברענגט.
די איינציגסטע הסבר וואס קען אנגעגעבן ווערן איז אן עגאיסטישע חשבון 'טוה עס נישט ווייל די ווילסט נישט אז מען זאל עס טון פאר דיר'. טא, אויב אזוי וואס אין א מצב וואס איך בין פארזיכערט אז מען קען מיר נישט צוריקטוהן, ווי למשל אויב איך האב אסאך מאכט, דעמאלט פאלט אוועק די סיבה.
אלא מאי, פארוואס ווייסט יעדער אז הארגענען א מענטש אדער וויי טון א מענטש איז אן עוולה? ווייל די אינערליכע הרגשים , די אינערליכע געוויסן זאגן אזוי. דעטס איט.

דער פראבלעם איז אבער אז מיט הרגשים קענסטו נישט גיין אין גראסערי, ווייל חוץ פון די גרויסע גראבע ליינס וואס יעדער איז מסכים צו דעם ווי נישט וויי טון א מענטש וכדומה הייבט יעדער אן מאכן שבת פאר זיך, ס'איז דא אזויפוהל נושאים און מצבים וואס מען הארגעט זיך דערויף צו ס'איז מאראל צו נישט. ס'איז דא אזויפוהל קאמפליצירטע מצבים וואס איז נישט שווארץ אדער ווייס און ס'שווער צו זאגן וואס איז מאראל. אפגערעדט פון דעם אז ס'איז אריינגעמישט אסאך אויסערליכע זאכן ווי דע אייגענע עגא, די חינוך, סביבה און דעות קדומות ווי אונז זענען אויפגעוואקסן וואס זענען משפיע אויף אונזערע געפילען ווען אונז קומען דעסיידן וואס איז מאראל צו נישט.

ולכן, ווען איך הער די טענות אז אידישקייט איז נישט מאראל טראכט איך ביי מיר קודם גיי דיר מגדיר זיין וואס איז בכלל מאראל און שפעטער העסטו קומען זאגן מוסר..

מאטי » דינסטאג פעברואר 1, 2022 9:27 pm

· #493883
רעליגיע איז אויך אנגעוואנדן מ'זאל גלייבן אין איר. השתא דאתית להכי, וואס טויג מיר צו דעבאטירן צו מ'קען זיין מאראליש אן גלייבן אין רעליגיע? ערבך עורבא צריך
בלאט: 1 2 3