שיינקייט פאר מענער
64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15092
שיינקייט פאר מענער
שלום עליכם,
איך עפען די אשכול צו אויסשמועסן אין זיך ארויסהעלפען איינער די אנדערע ווען עס קומט צו אונזער מענערישע געברויכען,
אנדערש ווי איבעראל אויפען וועלט וואס איז גאר צוגעשטעלט פאר ביידע דשענדערס סיי וועלכע געברויכען, איז ביי די חסידישע וועלט דא גרויסע דעמענט פאר מענער מיט שיינקייט פראדוקטען אין א גרויסען חלול ווי מ'וועט שוין אוסשמעוסן,
אזויווי איך וויל מיך האלטען פריש און יונג האב איך מיר אנגעשטויסען אין א אינטערעסאנטע מציעות, עס איז נישט דא קיין שום הילף, געשעפטען, סערוויסעס צו העלפען מענער
דאס רעכענט אריין
1)ווען איינער האט פיפלעך אויפען פנים אדער סיי וועלכע הויט פראבלעמען איז נישט ודא ווי צו גיין פאר קריעמס אדער א facial cleening- דאס האט מיך באמת געבאדערט פאר מיין חתונה
2) ווען די האר אויפען גוף פארמערט זיך איז נישט דא קיין אפשען פאר vexing אדער laser hair removal, דאס איז טאקע נישט נוגע קיין א יעדעם, אבער א פראצענט מענטשען מאכט עס זייער נערוועז
3) אויב איינער וויל א לייטישע חסידישע מלבוש וואס פיט גוט איז אים זייער שווער- מיינע עספיריענס מיט G&G, GB איז אלעמאל די זעלבע, מ'נעמט א יונגערמאן וואס האט אין זיין לעבען נאכנישט אנגערירט א נאדעל אין פאדים אין ער דארף זיכער מאכען די $350 רעקל פיט מיך ווי א הענטשקע...
ווייטער היימישע שניידער'קעס ווילען נישט מעסטען אויף די מענער.
איך בעט די טייערע ניקים צו אריינקומען אין אויסשמעוסען אויב איר האט אויך אזוי געטראכט.
אויך אויב האט איר סיי וועלכע עספיריענס מיט די אויבער דערמאנטע וואס קען העלפען סיי וועמען.
פאר #2 איז אן epilator די בעסטע לעהזונג וואס איך האב ביזדערווייל געטראפן, ווען די האר איז לאנג טוט עס שטארק וויי אבער אויב מ׳טוט עס רעגלמעסיג פאר די האר האט א שאנס צוריקצואוואקסן פילט מען עס ווייניגער. די מעלות דערפון זענען אז מ׳דארף עס נאר טון איינמאל אין צוויי וואכן און ס׳איז א נאריש מאשינקע וואס קאסט א נישטיגע פערציג טאללער, מ׳דארף אבער זייער געווארנט זיין צו טון exfoliating דערנאך מיט א pumice stone צו עפעס אנדערש, אנדערש קען מען באקומען ingrown hairs און פימפלס.
ישר כח
@קידוש פארן גיין פתיחה!
רביה''ק זי''עפאר #2 איז אן epilator די בעסטע לעהזונג וואס איך האב ביזדערווייל געטראפן, ווען די האר איז לאנג טוט עס שטארק וויי אבער אויב מ׳טוט עס רעגלמעסיג פאר די האר האט א שאנס צוריקצואוואקסן פילט מען עס ווייניגער. די מעלות דערפון זענען אז מ׳דארף עס נאר טון איינמאל אין צוויי וואכן און ס׳איז א נאריש מאשינקע וואס קאסט א נישטיגע פערציג טאללער, מ׳דארף אבער זייער געווארנט זיין צו טון exfoliating דערנאך מיט א pumice stone צו עפעס אנדערש, אנדערש קען מען באקומען ingrown hairs און פימפלס.
איך נוץ יעצט א פשוט׳ע צוואנציג דאלערדיגע body hair trimmer, מ׳דארף טאקע זיך שערן אפטער, אפשר ברויך איך טאקע טוישן. אויכעט דוכט זיך מיר אז ס׳וויכטיג צו האלטען גאר ריין די כלים וואס מ׳נוצט אויפן גוף, אז נישט טראגט מען ארום פונגיי וכדו׳ פון איין פלאץ צום אנדערן.
Re: שיינקייט פאר מענער
וועגן די חסידישע לבוש געדענק איך איך בין איינמאל אריין אין איינער פון די געשעפטן. גראדע מער א פריוואטע מיט בעסערע קוואליטעט און עפעס בין איך נישט צופרידן געווען פון די וועג וויאזוי די רעקל איז געווען צוגעפאסט האט ער מיר געענטפערט וואס זאל איך טוהן דו האסט נישט א יודישע געבוי. א יודישע געבוי איז שמאל ביי די אקסלן און ברייט ביים בייכל נישט אז די אקסלן זאלן זיין געבויעט און די בויך דאר. זאגט ער מיר אז דו גייסט אין דזשים וועלן די היימישע קליידער געשעפטן דיר נישט קענען צופרידן שטעלן
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
Re: שיינקייט פאר מענער
אגב איז שערן די האר אויפן גוף אן הלכה פון לא תלבש? איך האב נאכנישט געזען אן אשכול רעדן דערוועגן
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
אלבערט איינשטייןאגב איז שערן די האר אויפן גוף אן הלכה פון לא תלבש? איך האב נאכנישט געזען אן אשכול רעדן דערוועגן
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
אז עס שטייט נאר אן איסור אויף שער בית השחי ובית הערוה איז דאך לכאורה אז די איבריגע חלק גוף איז נישט קיין פראבלעם.
אלבערט איינשטייןזאגט ער מיר אז דו גייסט אין דזשים וועלן די היימישע קליידער געשעפטן דיר נישט קענען צופרידן שטעלן
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
המחלל ש"ש בסתר מפריעין ממנו בגלוי..
Re: שיינקייט פאר מענער
וואס מיינט דעיס?
ברוינשטיין: אז ווען איינער איז א געפאפטער. ער מאכט דעם פנים פון א שיינער איד. וואס א יעדער קוקט ארויף אויף איהם. אבער עכט איז ער א שייגעץ. אזוי ווי דער מענטש וואס האט מכשיל געווען די אידן מיט טריפה פלייש. ער האט געהאט א פנים פון א שיינעם איד. ער האט דאך אויך געגעבן א שיעור אין דף היומי. (פארדעים לערנען אונז ערליכע אידן טאקע נישט קיין דף היומי, רח"ל). און נאכדעים איז נתגלה געווארן זיין אמת'דיגער פרצוף...וואס איז אן אינטרעסאנטע געשיכטע פאר זיך...! וויאזוי. דורך א ..."צופאל"... (וואס איז נישט זייער שטארק באוואוסט) איז נתגלה קלונו געווארן ברבים...!
ברוינשטייןוואס מיינט דעיס?
'דעיס' איז א אויסדריק וואס מניצט ביים רעדן אנשטאט 'דאס'.
Re: שיינקייט פאר מענער
דברי ברוינשטיין כלשון בני אדם
Re: שיינקייט פאר מענער
געדאנקןאלבערט איינשטייןזאגט ער מיר אז דו גייסט אין דזשים וועלן די היימישע קליידער געשעפטן דיר נישט קענען צופרידן שטעלן
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
המחלל ש"ש בסתר מפריעין ממנו בגלוי..
אה דאס מיינסטו. אז ווען איך גיי אין דזשים בין איך מחלל שם שמים בסתר.
איי געס מדארף קומען פון זייער א פארמאכטע בעקגראונד צו כאפן די דשאוק [emoji3]
מפריען ממנו בגלוי קען אויך מיינען אז ווען דער דזשים אוינער געט איבער די ליסט פון זיינע קאסטומערס פאר די מנהלים פון די ישיבה וואו דיין זון אדער טאכטער גייט...!
Re: שיינקייט פאר מענער
אגב א שיינקייט פאר א מאן איז א ביינערדיגע געבויטע געשטעל און איך מיין אז עס עפנט זיך מער און מער דזשימ׳ס אין די היימישע געגנטער.
אכשר דרא.
און דעם ענין פון שיינקייט ביי מענער, ליגט איינער פון די גרעסטע סאקסעס סטאריס פון היימישע אידענטום.
איך ווייס נישט אויב עס איז דא נאך א געמיינדע אויף די וועלט ווי אזוי פול שיכטען אוטערעסירט בכלל נישט די אויסערליכע אויזעהן פונעם גוף!
מיר האבן ווירקליך מצליח געווען אויסצורייען אן אלוועלטליכע מענטשליכע נאטור.
גיי אריין אין ראדני צו אין פאפא און קוק זיך אום. צושרויבעלטע בערד, פארפלעקטע רעקלעך און ווער רעדט נאך פונעם טלית קטן. און א חלק עולם גייט עס ביזען חוש הריח.
איך מיין נישט צו זיין אפענסיוו איך צייג נאר אן אויף אן אינטרסאנטען פאנאמינאן
אלבערט איינשטייןאגב איז שערן די האר אויפן גוף אן הלכה פון לא תלבש? איך האב נאכנישט געזען אן אשכול רעדן דערוועגן
לא תלבש ווענדט זיך אויפ׳ן מנהג לויט׳ן פלאץ און צייט, אין שולחן ערוך שטייט אז א מאן טאר נישט קוקן אין שפיגל אלץ לא תלבש אבער קיין איין ארטאדאקסישער פוסק האלט נישט אז ס׳איז טאקע אן איסור דאורייתא, ס׳דא אנדערע ענינים על פי קבלה נישט צו קוקן אין שפיגל אבער א דאורייתא איז עס נישט און דער היתר איז אז היינטיגע צייטן איז עס נישט דווקא א פרויערישע זאך. היינטיגע צייטן איז א נארמאלע זאך פאר מענער זיך צו שערן די body hair, כ׳האב אמאל געזעהן ערגעץ שטיין אז 90% מענער היינטיגע צייטן שערן זיך די body hair למחצה לשליש ולרביע. דערנאך איז דא אן ענין פון בל תשקצו, די וואס לאזן וואקסן די armpit האר לאזן זיך אריין אין אן ערנסטן שאלה, ווי אויך קען עס זיין א חציצה פאר די מקוה, והמחמיר תבוא עליו מרדעת.
רביה''ק זי''עדערנאך איז דא אן ענין פון בל תשקצו, די וואס לאזן וואקסן די armpit האר לאזן זיך אריין אין אן ערנסטן שאלה, ווי אויך קען עס זיין א חציצה פאר די מקוה, והמחמיר תבוא עליו מרדעת.
סאיז דא אסאך היימישע וואס שערן עס אינגאנצן?
Re: שיינקייט פאר מענער
אלבערט איינשטייןוועגן די חסידישע לבוש געדענק איך איך בין איינמאל אריין אין איינער פון די געשעפטן. גראדע מער א פריוואטע מיט בעסערע קוואליטעט און עפעס בין איך נישט צופרידן געווען פון די וועג וויאזוי די רעקל איז געווען צוגעפאסט האט ער מיר געענטפערט וואס זאל איך טוהן דו האסט נישט א יודישע געבוי. א יודישע געבוי איז שמאל ביי די אקסלן און ברייט ביים בייכל נישט אז די אקסלן זאלן זיין געבויעט און די בויך דאר. זאגט ער מיר אז דו גייסט אין דזשים וועלן די היימישע קליידער געשעפטן דיר נישט קענען צופרידן שטעלן
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
קען זיין די קלענערע געשעפטן איז עס אנדערש, אבער ביי די גלויבער געשעפטן איז דער פראבלעם אייביג פארקערט, אדער נעמט מען צוויי סייזעס גרעסער ווי מען איז, אדער שטעקט זיך דאס בייכל ארויס.
Re: שיינקייט פאר מענער
אונטער חכםאלבערט איינשטייןוועגן די חסידישע לבוש געדענק איך איך בין איינמאל אריין אין איינער פון די געשעפטן. גראדע מער א פריוואטע מיט בעסערע קוואליטעט און עפעס בין איך נישט צופרידן געווען פון די וועג וויאזוי די רעקל איז געווען צוגעפאסט האט ער מיר געענטפערט וואס זאל איך טוהן דו האסט נישט א יודישע געבוי. א יודישע געבוי איז שמאל ביי די אקסלן און ברייט ביים בייכל נישט אז די אקסלן זאלן זיין געבויעט און די בויך דאר. זאגט ער מיר אז דו גייסט אין דזשים וועלן די היימישע קליידער געשעפטן דיר נישט קענען צופרידן שטעלן
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
קען זיין די קלענערע געשעפטן איז עס אנדערש, אבער ביי די גלויבער געשעפטן איז דער פראבלעם אייביג פארקערט, אדער נעמט מען צוויי סייזעס גרעסער ווי מען איז, אדער שטעקט זיך דאס בייכל ארויס.
ביי די גלויבער געשעפטן וועט די מערסטע ליידן איינער מיט א ברייט ביינערדיגע טשעסט. אויב ער דארף עס זאל זיין צוגעפאסט. ביי די קלענערע איז געווען בעסער די מצב. אבער עס האט מיר נישט צופרידן געשטעלט. קאסטעם מעיד איז צו טייער פאר מיר.
ביי די אלגעמיינע קליידער געשעפטן טוה איך אן אן דאס אנצונג איז אויסגעגאסן.. וואס זאל איך טוהן ווען איך וויל משיח זאל קומען בזכות שלא שינו....
רביה''ק זי''עפאר #2 איז אן epilator די בעסטע לעהזונג וואס איך האב ביזדערווייל געטראפן, ווען די האר איז לאנג טוט עס שטארק וויי אבער אויב מ׳טוט עס רעגלמעסיג פאר די האר האט א שאנס צוריקצואוואקסן פילט מען עס ווייניגער. די מעלות דערפון זענען אז מ׳דארף עס נאר טון איינמאל אין צוויי וואכן און ס׳איז א נאריש מאשינקע וואס קאסט א נישטיגע פערציג טאללער, מ׳דארף אבער זייער געווארנט זיין צו טון exfoliating דערנאך מיט א pumice stone צו עפעס אנדערש, אנדערש קען מען באקומען ingrown hairs און פימפלס.
דאס איז נישט קיין פערמאנאנטע לייזונג, אויב עמיצער דא האט געמאכט Laser hair removal זאל זיך ביטע אנרופען אדער קומען אין אישי
אלבערט איינשטייןאגב א שיינקייט פאר א מאן איז א ביינערדיגע געבויטע געשטעל און איך מיין אז עס עפנט זיך מער און מער דזשימ׳ס אין די היימישע געגנטער.
אכשר דרא.
די סיבה פארן עפענען די אשכול איז נישט געווען צו הייסען די עולם גיין אין דזשים אין בויען שטארקע מוסקלען ( כאטש איך אליין גיי גאנץ ערליך)
פשוט זיך ארויסצוהעלפען אויסזעהן נארמאל
טראכט: איר גייט אין שול אין זעהט אייער ישיבה חבר מיט א פאראייטערטע פנים פון א געקראכטע פימפעל אדער מיט גרויסע שווארצע פלעקען אויפען נאז,
און איר (אדער זיין אשת חיל)ווילט אים העלפען אבער ווייסט נישט וויאזוי
קידוש
דאס איז נישט קיין פערמאנאנטע לייזונג, אויב עמיצער דא האט געמאכט Laser hair removal זאל זיך ביטע אנרופען אדער קומען אין אישי
יש להשיג לעיזער העיר רעמאָוועל פאר היימישע מענער. עכ''פ מיט צוויי יאר צוריק געדענק איך פון א אינגערמאן וואס האט דאס געטוהן פאר פרנסה און עטליכע וואס איך קען האבן עס אויספרובירט. און גראדע געדענק איך אז ס'איז אויך נישט געווען אזא פערמענאנטע לעזונג.
צום קעפל:
איך האב דיע וואך זונטאג אריינשפאצירט אין די נייע געשעפט Fino וואס האט זיך געפענט אין מאנסי נעבען Bingo,
וואס זאל איך אייך זאגען טייערע יודען, די חסידישע עולם האט געווארט אויף די געשעפט פאר צענדליגע יארען.
איך האב מיר געשפירט ווי א קליין קינד אין א קענדי סטאר, צום ערשטע מאל האב געקענט אויסוועלען מיינע אייגענע סחורה אין דיזיינס פאר א בעקיטשע, נאכען פאסען מיין באשלוס האט א העפטליכע איינגעשטעלטע אנגעמאסטען די בעקיטשע ווי א הענטעשקע אויפען האנט
קידושצום קעפל:

מה יקר?
קידושרביה''ק זי''עפאר #2 איז אן epilator די בעסטע לעהזונג וואס איך האב ביזדערווייל געטראפן, ווען די האר איז לאנג טוט עס שטארק וויי אבער אויב מ׳טוט עס רעגלמעסיג פאר די האר האט א שאנס צוריקצואוואקסן פילט מען עס ווייניגער. די מעלות דערפון זענען אז מ׳דארף עס נאר טון איינמאל אין צוויי וואכן און ס׳איז א נאריש מאשינקע וואס קאסט א נישטיגע פערציג טאללער, מ׳דארף אבער זייער געווארנט זיין צו טון exfoliating דערנאך מיט א pumice stone צו עפעס אנדערש, אנדערש קען מען באקומען ingrown hairs און פימפלס.
דאס איז נישט קיין פערמאנאנטע לייזונג, אויב עמיצער דא האט געמאכט Laser hair removal זאל זיך ביטע אנרופען אדער קומען אין אישי
אויב כמעג פרעגן, פון וועלכע האר רעדסטו?
קהל'ס נערקידושצום קעפל:
איך האב דיע וואך זונטאג אריינשפאצירט אין די נייע געשעפט Fino וואס האט זיך געפענט אין מאנסי נעבען Bingo,
וואס זאל איך אייך זאגען טייערע יודען, די חסידישע עולם האט געווארט אויף די געשעפט פאר צענדליגע יארען.
איך האב מיר געשפירט ווי א קליין קינד אין א קענדי סטאר, צום ערשטע מאל האב געקענט אויסוועלען מיינע אייגענע סחורה אין דיזיינס פאר א בעקיטשע, נאכען פאסען מיין באשלוס האט א העפטליכע איינגעשטעלטע אנגעמאסטען די בעקיטשע ווי א הענטעשקע אויפען האנט
מה יקר?
דאס איז איין דעטאל וואס איך האב פארגעסען צו שרייבען, די פרייזען זענען גאנץ טייער וויבאלד אלעס איז קאסטום מעיד
געדאנקןקידושרביה''ק זי''עפאר #2 איז אן epilator די בעסטע לעהזונג וואס איך האב ביזדערווייל געטראפן, ווען די האר איז לאנג טוט עס שטארק וויי אבער אויב מ׳טוט עס רעגלמעסיג פאר די האר האט א שאנס צוריקצואוואקסן פילט מען עס ווייניגער. די מעלות דערפון זענען אז מ׳דארף עס נאר טון איינמאל אין צוויי וואכן און ס׳איז א נאריש מאשינקע וואס קאסט א נישטיגע פערציג טאללער, מ׳דארף אבער זייער געווארנט זיין צו טון exfoliating דערנאך מיט א pumice stone צו עפעס אנדערש, אנדערש קען מען באקומען ingrown hairs און פימפלס.
דאס איז נישט קיין פערמאנאנטע לייזונג, אויב עמיצער דא האט געמאכט Laser hair removal זאל זיך ביטע אנרופען אדער קומען אין אישי
אויב כמעג פרעגן, פון וועלכע האר רעדסטו?
איך האב מיר באצוגען צו האר סיי ווי אויפען גוף, בויך, פיס וכו,
עס איז דא אסאך מענטשען וואס עס מאכט זיי זייער נערוועז
Re: שיינקייט פאר מענער
איך ניץ דערווייל א פשוטע שעיווער מיט די ספעציעלע קרים און סאיז פערפעקט פאר שארט טוירם
יא, סקומט מיט אביסל נאך ווייען און קראצענישן, באט ביז מהאנדלט זיך איין דו נויטיגע מאשינען (לעיזער וכדו') איז עס אויך גוט
Sent from my iPhone using Tapatalk
איז דא עפעס וואס מקען טוהן צי פארמיידן אדער אפצישטיפן די ווייסע האר ?
ב"ה איך האב איך נישט, אבער איך האב חברים וואס הייבן אהן ווייס צי ווערן, און איך קען נאך באשטיין צי ווארטן א 10 15 יאר.. געזונטערהייט..
קאמען סענסאיז דא עפעס וואס מקען טוהן צי פארמיידן אדער אפצישטיפן די ווייסע האר ?
ב"ה איך האב איך נישט, אבער איך האב חברים וואס הייבן אהן ווייס צי ווערן, און איך קען נאך באשטיין צי ווארטן א 10 15 יאר.. געזונטערהייט..
קענסט עס דייען.
קידושצום קעפל:
איך האב דיע וואך זונטאג אריינשפאצירט אין די נייע געשעפט Fino וואס האט זיך געפענט אין מאנסי נעבען Bingo,
וואס זאל איך אייך זאגען טייערע יודען, די חסידישע עולם האט געווארט אויף די געשעפט פאר צענדליגע יארען.
איך האב מיר געשפירט ווי א קליין קינד אין א קענדי סטאר, צום ערשטע מאל האב געקענט אויסוועלען מיינע אייגענע סחורה אין דיזיינס פאר א בעקיטשע, נאכען פאסען מיין באשלוס האט א העפטליכע איינגעשטעלטע אנגעמאסטען די בעקיטשע ווי א הענטעשקע אויפען האנט
מיט וואס איז עס אנדערש ווי כתר/מעדיסאן/רואיל/זינגערס ועוד?
קלוגע יודלמיט וואס איז עס אנדערש ווי כתר/מעדיסאן/רואיל/זינגערס ועוד?
ווייל ער האט נישט עפעס א חסידישן צונאמען נאר עפעס א איטאליענישן קלינגעדיגן נאמען אויף זיין געשעפט! כ'בין ברור כשמש אז די אלע מענער קליידער געשעפטן וואס דו האסט אויסגערעכנט קענען פונקט אזוי גוט, נאר וואזשע דען... #מארקעטינג!
ווייסט איינער פון האר וואס וואקסט אין די נאז וויאזוי פטור צו ווערן דערפון?
איך האב געקויפט א Panasonic nose trimmer אויף עמעזאן, פאר אפאר דולער, און ניץ עס א יעדע פאר וואכן ווען ס'פעלט אויס.
האסט א לינק?
שוין פרובירט עטליכע קאמפאניס אבער סאיז גארנישט ווערד,
געטראכט טאמער מען קען עס מאגן לעזער.
moneyminded
האסט א לינק?
<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/Panasonic-Mens-Trimmer-Hypoallergenic-Blade/dp/B086RHFJJV/ref=zg_bs_234950011_7/132-0182197-6934600?pd_rd_i=B08GWDF8V5&th=1">https://www.amazon.com/Panasonic-Mens-T ... DF8V5&th=1</a>
[ציטאט אראפגענומען]
א דאנק.
האט דאס מיט ווייסע האר אויך צי נאר מיט פארלירן די האר?
איז דא אן עצה וויאזוי צו מאכן דעם שנאץ ווייניגער שטעכעדיג נאכ'ן עס שערן?
צקון לחש: יא. מאך עס רינדעכיג...לאל.
Re: שיינקייט פאר מענער
ווייסט איינער
א קלאודונג סטאר אין מאנסי וואס די רעקלעך האבען א גוטע פוט
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
מיין אמתווייסט איינער
א קלאודונג סטאר אין מאנסי וואס די רעקלעך האבען א גוטע פוט
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
Fino איז גאר גוט אויב די האלטס ביים צאלען, אז נישט קויף סיי ווי ,דערנאך נעם דאס רעקל צום שניידער אין מאך א לייט דערפון
Re: שיינקייט פאר מענער
מיין אמתווייסט איינער
א קלאודונג סטאר אין מאנסי וואס די רעקלעך האבען א גוטע פוט
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
איך פלעג גיין צו פרענקפורטער'ס בימים ההם און געצאלט רבי געלט פאר די "ספעשל" פיט, כ'האב טאקע געברויכט א ספעשל פיט. איינמאל האב איך מיך געטראפן מיט איינע פון די בעלי בתים פון GB Clothing האט ער געלאכט פון מיר און געזאגט אז די פיט קען ער צושטעלן פונקט ווי עם, סחורה טאקע נישט, אבער די פיט קיין שום חילוק נישט. בין איך אריבער צונעם, איינגעהאנדעלט אן אנצוג און די פיט איז געווען ווי געגאסן! און זייט דאמאלטס גיי איך טאקע נאר צו GB שוין מן הסתם פופצן יאר צוריק.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דער גאלדענער אדלער: אבער אזוי גוט צורעדן א קאסטומער ווי פראנקפורטער קען קיינער נישט. אט פאר דעים האט מען געצאלט א טייערן פרייז...!
מה יקר אצל FINO? קען איינער ביטע אריינקומען מיט פרייזן.
Re: שיינקייט פאר מענער
רומארס - אמת'ע צו פאלטשע - אויף יחידים זענען שטרענג פארבאטן!
מנהל
Re: שיינקייט פאר מענער
עס הערט זיך נישט ווי עפעס א נושא דיסקוסירט צו ווערן אין פובליק.
Re: שיינקייט פאר מענער
רומארס - אמת'ע צו פאלטשע - אויף יחידים זענען שטרענג פארבאטן!
מנהל
Re: שיינקייט פאר מענער
Disgusting to bring up other people private issues, If you want to wash your own clothing in public I would be happy to enjoy, don’t touch other lives.
Re: שיינקייט פאר מענער
רומארס - אמת'ע צו פאלטשע - אויף יחידים זענען שטרענג פארבאטן!
מנהל
Re:
געדאנקן #
אלבערט איינשטייןאגב איז שערן די האר אויפן גוף אן הלכה פון לא תלבש? איך האב נאכנישט געזען אן אשכול רעדן דערוועגן
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
אז עס שטייט נאר אן איסור אויף שער בית השחי ובית הערוה איז דאך לכאורה אז די איבריגע חלק גוף איז נישט קיין פראבלעם.
ווי ווערט געברענגט די איסור דערויף?