בן גוריון (די ימ"ש,שר"י און עפ"ל עמיר איבערלאזן פאר הרב ישראל מ. סופר) האט אמאל געזאגט..."פארוואס האביך פיינט די אראבער? ווייל זיי זעהען אויס ווי די פרענקן...לאל...!
פלאפלערייען!
77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15021
בלאט: 1 2
berlbalagulehבן גוריון (די ימ"ש,שר"י און עפ"ל עמיר איבערלאזן פאר הרב ישראל מ. סופר) האט אמאל געזאגט..."פארוואס האביך פיינט די אראבער? ווייל זיי זעהען אויס ווי די פרענקן...לאל...!
מ'זאגט דאס נאך בשם חיים נחמן ביאליק, און ס'איז באמת א טעות און ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט (עיין כאן)
תוהו ובוהו: אבער בן גוריון האט עס יא געזאגט. מער ווי איינמאל. ער איז געווען באוואוסט מיט זיין לויזע צונג. ער האט (טראץ זיין אזוי גערופענע חכמה) גערעדט א סאך שטותים. ספעציעל בענייני אמונה וכפירה. למשל ער האט געזאגט אז די ניסים פון מדינת ישראל זענען געווען גרעסער ווי די ניסים פון יציאת מצרים... רבי ישראל מעם וואלט שוין געזאגט עפרא לפומיה. אבער אין אמת'ן איז עס דאך הוילע שטותים. ער אליין האט דאך אויך נישט געהאלטן אזוי... נאר זיין לויזע צונג האט איהם געמאכט א שם פאר אן אפיקורס און להכעיס'ניק. א סאך ערגער ווי ער איז באמת געווען...!
מ'זאגט נאך אויף משה דיין דער הויפט גענעראל ביי די זעקס טאג מלחמה. אז ווען מ'האט איהם געפרעגט..."האלוקים היה בצד שלכם?"... האט ער ברוב טיפשותו געענטפערט..."אנחנו היינו בצד האלוקים"...! מ'קען אבער מלמד זכות זיין אז ער איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין א פרייען, להכעיס'דיגן קיבוץ, דגניה ב' וואו די מעמבערס האבן זיך בארימט אז זיי זענען די ערשטע וואו מ'האט נישט געמאכט קיין ברית מילה פאר די יונגלעך וועלכע זענען געבוירן דארט.

Re: פלאפלערייען!
איינער ווייסט פון א עפפ פאר א פאון, וואס איז געמאכט צי שרייבן ארטיקלען וכדו'?
איך זיך איינס וואס איז סיי פריי פון אפצאל, און סיי די דאקומענטן האלטן זיך אויף מיין אי מעיל. (גוגל דאַקס וואלט געווען גוט?) שכוח
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
איך זיך איינס וואס איז סיי פריי פון אפצאל, און סיי די דאקומענטן האלטן זיך אויף מיין אי מעיל. (גוגל דאַקס וואלט געווען גוט?) שכוח
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
איך זע נישט קיין פראבלעם מיט גוגל דאקס
פארוואס הייסט פערדקראפט (horsepower), פערדקראפט?
די פשוטע ענטפער איז ווייל אזויפיל קראפט האט א פערד.
אבער ס'איז נישט אמת, א פערד האט אין אלגעמיין 15 פערדקראפט.
און נאך איז שווער, א אלגעמיינע מענטש האט איין פערדקראפט (1.2 למען הפונקטליכקייט) מילא וואלט עס געדארפט צי הייסן מענטשקראפט (humanpower)?

קהל'ס נער: למען הידיעה. 746 וואטטס איז א הארספאוער. די גרויסע מאטארן אין די פאבריקן ווערן געמאסטן לויט הארס פאוער...!
סאיז דא א מעשה וואס איך קלער אז ס'קומט דא אין די אשכול, אלץ אין די צייט פון פסח פארציילט מען די מעשה מיטן בארדיטשובער זי"ע אז ער האט געזוכט א שטיקל חמץ און נישט געקענט טרעפן אבער פון די קאנטראבאנד האט ער געטראפן איבער גענוג, און מ'פירט אלץ אויס די מעשה אז ברוך ה' ביי אונז אידן וועט מען נישט טרעפן קיין ברעקל חמץ, די אויספיר פלעגט מיר אלץ נערוועז מאכן, וואס הייסט מ'טרעפט נישט, ס'איז דאך דא מיליאנען אידן וואס ווייסן נישט פון קיין פסח צו זאגן, און מ'קען נישט טרעפן קיין ברעקל חמץ, אתמהה...?
די מעשה'לעך פון בארדיטשוב ער רב זענען נישט literally, זיי זענען מליצות אויף כלל ישראל. אפילו אם תאמר אז ס'איז עכטע מעשיות, דאך איז זיין קאמענט באופן מליצה, און נישט מ'זאל פסק'נען דערפון צו מ'מעג יא אדער נישט שמירן רעדער מיט טו"ת. די זעלבע איז מיט רוב נישט שומתו"מ, ס'פרעגט נישט אפ די מליצה וואס איז געזאגט געווערן אין עפעס א פארקינג לאט אין בערדיטשעוו.
איך פארשטיי נישט דיין קשיא, אז מען ווייסט נישט ווייסט מען דאך נישט! ביודעה ומכירה קאמינא... מען רעדט דאך אויב ווייסט מען יא, איז מען מורא'דיג נזהר אפילו פון א משהו חמץ, משא"כ קאנטראבאנד טוט מען במזיד פארלעצן.
אבל אי קשיא הכי קשיא. קאנטראבאנד האסטו געקענט טרעפן ביי אידן אויכעט... זעהט אויס עס איז א חילוק צו דער באשעפער אסר'ט עפעס צו די רעגירונג, איינס איז הייליג און די צווייטע פייפט מען אריין...
נאר ווי וואלווי האט שוין מסביר געווען בטוב טעם, עס מיינט נישט אלץ ליטערעלי, עס איז מער די לימוד זכות און כוונה אונטער דעם, ווי אידן זענען ערליך און דינען השי"ת בלב שלם אן קיין דריידעלעך.

קהל'ס נערפארוואס הייסט פערדקראפט (horsepower), פערדקראפט?
די פשוטע ענטפער איז ווייל אזויפיל קראפט האט א פערד.
אבער ס'איז נישט אמת, א פערד האט אין אלגעמיין 15 פערדקראפט.
און נאך איז שווער, א אלגעמיינע מענטש האט איין פערדקראפט (1.2 למען הפונקטליכקייט) מילא וואלט עס געדארפט צי הייסן מענטשקראפט (humanpower)?
איז דער תירוץ זייער פשוט.
א מענטש האט שכל, און מיט שכל קען נוצען הונדרעטער פערד צו טוהן זאכען פין כח, קומט אויס אז מענטשען קראפט איז ענדלאזע, נאר דער מענטש וואס האט שכל ווי א פערד, ער ארבעט מיט כח אהן שכל, איז ממילא זיין שיעור פין כח ווערט אנגערופען פערד-קראפט. ודוק
נאך מער פשוטער תירוץ:
א מענטש איז נישט קיין מאשין. די קאר איז געווען די ערשטע פאפולאר מאשין, האט מען עס געמאסטן בעיסד אויף די יוניטס פון די לעצטע פאפולאר פאוער פאר דעם, וואס דאס געווען א פערד.
א מענטש איז נישט קיין מאשין. די קאר איז געווען די ערשטע פאפולאר מאשין, האט מען עס געמאסטן בעיסד אויף די יוניטס פון די לעצטע פאפולאר פאוער פאר דעם, וואס דאס געווען א פערד.
וואלווינאך מער פשוטער תירוץ:
א מענטש איז נישט קיין מאשין. די קאר איז געווען די ערשטע פאפולאר מאשין, האט מען עס געמאסטן בעיסד אויף די יוניטס פון די לעצטע פאפולאר פאוער פאר דעם, וואס דאס געווען א פערד.
גייט אבער צוריק צו די קשיא. פארוואס ווען די קאר וואס מ'האט ערפינדן וואס האט געהאט 120 hp גערופן הונדערט צוואנציג פערדן קראפט ווען מ'וואלט עס רואיג געקענט רופן 8 פערדן קראפט?
גערעכט, כ'האב נישט גוט אפגעלערנט די שאלה.
אבער נאכ'ן גוגעל'ן, זעה איך אז די פופצען פערד-קראפט איז מאקסימום פערדקראפ פער פערד, דאס מיינט אז די בעיסיס פאר מעסטן פערד-קראפט קען נאך אלס זיין איינס פאר איינס.
@אלבערט איינשטיין וואלט דאס געמעגט וויסען אן גוגל...😉

איך וואלט מיר נישט צו געגליכן צו אלבערט איינשטיין מיט קלוגשאפט. אפשר מיט די שיינקייט.
ווי די באקאנטע לעגענדע פון א שיינע מיידל א סלעב איז צוגעגאנגען צו אלבערט איינשטיין און געפרעגט צי ער וויל חתונה האבן מיט איר אזוי וועט מען בויען קלוגע און שיינע קינדער (ווייל זי איז שיין און ער קלוג),
האט ער צוריק געענטפערט. וויאזוי ביסטו זיכער. אפשר וועט זיין קינדער אזוי שיין ווי מיר און קלוג ווי דיר.

מ'זאגט נאך דאס ווערטל (געזעהן אין אידישן אוצר). אז א רב וואס האט געהאט א זוהן וועלכער איז געווען אן עילוי. אבער פיזיש זייער שוואך. ער האט אייביג אוועקגעחלש'ט. האט געטון א שידוך מיט א פראסטן מענטשנ'ס טאכטער. אויף די פארוואונדערונג פון א יעדן האט ער געזאגט..."לאמיר צו ווארטן א ביסל"... ווען ס'איז למזל געבוירן א יונגל האט מען תיכף געזעהן אז דאס קינד איז זייער שוואך, פיזיש. און א חכם ווי די מאמע. האטציך אמאל, דער זיידע (אין פארביטערטקייט) אויסגעדרוקט..."ווען איך האב געטון דעם שידוך האביך געמיינט אז דאס קינד וועט האבן די מאמע'ס כח און דעם טאטנ'ס מח. דערווייל זעה איך פארקערט. ער האט דעם טאטנ'ס כח. און די מאמע'ס מח...!
היסטאריעאיז דער תירוץ זייער פשוט.
א מענטש האט שכל, און מיט שכל קען נוצען הונדערטער פערד צו טוהן זאכען פון כח, קומט אויס אז מענטשן קראפט איז ענדלאז, נאר דער מענטש וואס האט שכל ווי א פערד, ער ארבעט מיט כח אהן שכל, איז ממילא זיין שיעור פין כח ווערט אנגערופען פערד-קראפט. ודו"ק
היסטאריע: דאס גייט אריין אין די חקירה פון גברא אדער חפצא. די אנדערע מאן דאמרים (דא) האלטן אז ס'איז "חפצא", און דו זאגסט אז ס'איז "גברא" (דשזשאברא, אויף אראביש)...!
עפעס ענדליך איז צו די סוגיא פון ידו און כוחו און כוחו כוחו. למשל געהאט איינמאל געווען שבת ביינאכט ביי א שלום זכר געווען עטליכע אנגעטרינקע חברים און די לעקטער האט זיך אויסגעלאשן בטעות. זייער 'שנעל איז עס געווארן צוריק אנגעצינדן מיט די היתר פון כוחו כוחו פטור, ווען א מענטשליכע דאמינא עפעקט האט גורם געווען די לייט זאל זיך אנצינדן...
וואלווינאך מער פשוטער תירוץ:
א מענטש איז נישט קיין מאשין. די קאר איז געווען די ערשטע פאפולאר מאשין, האט מען עס געמאסטן בעיסד אויף די יוניטס פון די לעצטע פאפולאר פאוער פאר דעם, וואס דאס געווען א פערד.
ועוד. אמאל האט מען געטון ארבעט מיט בהמות, אקסן און אייזלען, אבער די פערד זענען געווען דער "קעדילעק" פון די בהמות. זיי האבן געארבעט שנעל און מיט כח, נישט אזוי ווי אקסן, וועלכע ארבעטן זייער שטאאט, אדער אייזלעך, וועלכע האבן נישט קיין סאך כח...!
berlbalaguleh

והועד בבעליו וגו'
יבא בעל הפערד ויעמוד על פערדו....
איך האב מיך דערשראקן די וואך. אלע בעקישע אנטוערס (מאדעלס) ביי דזשי. ענד דזשי. האבן פלוצלינג (ל"ע) פארלוירן זייערע קעפ...!
ביז היינט פלעגט צו זיין די אנטוערס, סיי בחורים, יונגלעך, יונגעלייט אדער גאר אלטע מענטשן מיט די לעצטע סטייל געקרייזלטע אדער גאר צופלאשעטע פיאות אדער גאר יואלי פיאות .סזעהט אויס אז די רבנים (וועלכע האבן שוין נישט געהאט קיין אנדערע דאגות. ווייל ריעל עסטעיט איז א ביסל שוואך.) האבן מעורר געוועהן אז ס'פאסט נישט אז מ'זאלל ברענגען פיקטשערס פון לעבעדיגע מענטשן (מיט קעפ)...!

דער בלאט (אין ..."ציבור" אפטיילונג די וואך (פ' פקודי)) ברענגט א העדליין וואו..."טויזנטער אידן זענען מקבל פנים פאר כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א"... און מ'זעהט קוים א מנין. אריינגערעכנט יונגלעך...!
berlbalagulehדער בלאט (אין ..."ציבור" אפטיילונג די וואך (פ' פקודי)) ברענגט א העדליין וואו..."טויזנטער אידן זענען מקבל פנים פאר כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א"... און מ'זעהט קוים א מנין. אריינגערעכנט יונגלעך...!
זעיט אויס אז דער עדיטער האט פארגעסן צי צישרייבן "חלק מהקהל"...
א געוויסער גרויסער, וועלט בארימטער אדמו"ר האט געהאט א..."קעפעידע"... נישט צו פארן מיט אל על. די איזראעלי עירליין. פאר דעים האביך נישט קיין טענות צו איהם. איך וואלט אויך נישט געפארן מיט זיי. ווען דו (סיי ווער) וואלסט געזעהן וואס איך האב געזעהן, מייניך אז דו וואלסט אויך נישט געפארן מיט זיי.
אויף וואס איך האב יא א טענה צו איהם אז ער האט געהאט א ..."קעפעידע"... דוקא צו פארן מיט לופטהאנזא. די דייטשע עירליין. מיט דעם איבערגעפארבטן האקנקרייץ...! פארשטייצעך אז ער איז געפארן פוירסט קלעס. די סטוארדעס. אנטשולדיגט. נישט קיין נשים, יא.דער סטוארד איז אריינגעקומען אין די קאבינע און געזאגט (זייער העפליך). הערר ראבינער. וויר זינד אנגעקאממען נאך אוישוויץ...ביטע אויסשטייגן...!

נאך א מעשה('לע) וואס איך האב מיך דערמאנט. פון אן אבסורדאלן מצב. און די תמימות פון אונזערע היימישע אידעלעך (פון דעם פריער'דיגן דור. בגן עדן תהא מנוחתם...!
ומעשה שהיה כך היה. איך בין געווען איינגעלאדנט צו א ..."מאדערנע"...חתונה אין א גרויסן האטעל. פארשטייצעך בתכלית הכשרות. נאר ס'איז געווען איין פראבלעם. אלטע פוילישע גוי'טעס האבן סערווירט ביי די מענער. אונזערע באטשי'ס האבן אויפגעהויבן א קול מחאה. היתכן ..."פרויען"... סערווירן ביי די מענער. דער קעיטערער האט געזאגט. גוט. איך וועל ענק צושטעללן ..."מענער"...די מענער וואס ער האט צוגעשטעלט האבן אלע געהאט פאני טעילס און אויעררינגלעך. א טייל אין די רעכטע אויער. און א טייל אין ביידע אויערן. א סימן מובהק וואס זייער אריענטעישן איז געווען. אבער די תמימות'דיגע באטשי'ס זענען געווען צופרידן...!

נאך א מעשה'לע: איך בין געפארן ערגעץ אין א געגנט צווישן בארא פארק און דאונטאון ברוקלין. כ'מיין פראספעקט הייטס. איך זעה א הארדוועיר סטאר. א חסיד'ישער איד מיט א טשולנט טאפ, איז דער אייגנטומער. נאר איין פראבלעים. פארנט פון סטאר האט געפלאטערט א ריזיגער פאן מיט אלע קאלירן פון רעגנבויגן. ער האט אויסעזעהן צו זיין א תמימות'דיגער איד וואס האט נישט געוויסט וואס דער פאן סימבאליזירט. אדער אפשר האט ער יא געוויסט. נאר ער האט געוואלט צוציען די רייכע (און געי) קאסטומערס...לאל
אלבערט איינשטייןוואלווינאך מער פשוטער תירוץ:
א מענטש איז נישט קיין מאשין. די קאר איז געווען די ערשטע פאפולאר מאשין, האט מען עס געמאסטן בעיסד אויף די יוניטס פון די לעצטע פאפולאר פאוער פאר דעם, וואס דאס געווען א פערד.
גייט אבער צוריק צו די קשיא. פארוואס ווען די קאר וואס מ'האט ערפינדן וואס האט געהאט 120 hp גערופן הונדערט צוואנציג פערדן קראפט ווען מ'וואלט עס רואיג געקענט רופן 8 פערדן קראפט?
פראפעסאר איינשטיין: דו דערמאנסט מיך א מעשה. אמאל. פאר עלעקטריציטעט איז געווען אין באנוץ, זענען מאשינען אין די גרויסע פאבריקן געלאפן מיט דאמף. סטיעם. מ'רופט עס אויך פארע. איז געקומען א תמימות'דיגער איד פון א קליין שטעטעלע אין די גרויסע שטאט לאדזש באזוכן ביי זיין יוגנט חבר. דער חבר האט געהאט א גרויסע פאבריק מיט א סאך דאמף מאשינען. ער האט ארומגעפיהרט דעם חבר אין זיין פאבריק. און ער האט באטראכט די אלע וואונדערליכע מאשינען מיט גרויס נייגער. ער האט געפרעגט זיין חבר...,וויאזוי לויפן די אלע מאשינען זאגט איהם דער חבר...מיט פארע. רופט ער זיך אן...אה, מיט פארעה. דו פרעה האסט שווער געארבעט מיט די אידן. יעצט איז מען זיך נוקם מיט דיר. דו דארפסט ארבעטן זייער שווער...!
בלאט: 1 2