☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » חומש פשוטו של מקרא

חומש פשוטו של מקרא

91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14989
בלאט: 1 2

בר גיורא » מיטוואך יאנואר 4, 2023 7:46 pm

· #515055
Re: חומש פשוטו של מקרא
דארט איז די שיעור פארגעקומען.

Sent from my Pixel using Tapatalk

עסקן בדברים » מיטוואך יאנואר 4, 2023 9:13 pm

· #515061
אינטערסאנטער
בר גיורא
שיעור מהרב יחיאל גולדהבר בעניין "פשוטו של מקרא",
https://drive.google.com/drive/folders/1PjxAM5meW1l1y4BH357OX13h6vxI7GeG?usp=share_link
וואס האט די שיעור מיט קירלהאזא שוהל (אויפ'ן צעטל שטייט אז עס קומט פאר אין בית המדרש ברכת מנחם). אויך די ווידיאו שטייט די ווארט "דף קירלהאזא" און מען זעט דארט פון אנפאג שיעור הרה"ג ר' אהרן מאיר מייזליש ראש הכולל קירלהאזא.
דער שיעור אויפ׳ן צעטל איז געוווען מוצ״ש. דער שיעור אין די ווידיאו איז קלאר נישט מוצ״ש (נאר זעהט אויס 2 טעג צוריק).

עסקן בדברים » מיטוואך יאנואר 4, 2023 10:11 pm

· #515066
בר גיורא
שיעור מהרב יחיאל גולדהבר בעניין "פשוטו של מקרא",
https://drive.google.com/drive/folders/1PjxAM5meW1l1y4BH357OX13h6vxI7GeG?usp=share_link
הפלא ופלא

ששון ושמחה » מיטוואך יאנואר 25, 2023 7:07 pm

· #516245
גאר שטארקע בריוון ארויסגעקומען
📎 IMG-20230125-WA0007.jpg

תרמב » מיטוואך יאנואר 25, 2023 8:57 pm

· #516250
איינער האט מיר לעצטנס געזאגט אז עוז והדר העלפט אונטערצינדן די מערכה קעגן די פשוטו של מקרא חומש, ווייל זיי פלאנען ארויסצוקומען מיט עפעס א חומש וואס דאס קען שטערן די סעילס, זינט איך האב דאס געהערט גרוילט מיר די מערכה, אמאל האב איך געהאלטן אז די חברה זענען סתם אנטי'ס און אונטערייסערס פון יעדע גוטע זאך, יעצט קוק איך עס אן ווי א שלעכטיקייט וויל אונטערברענגען א צווייטן מיט גרויליגע אופנים.

דערמאנט מיר די מעשה פון דער איד וואס האט נישט געקענט פארשטיין וואס סאטמארע רבי האט קעגן די ארץ ישראלדיגע אתרוגים, ביז ער האט געהערט אז יוסל אשכנזי איז א אתרוג סוחר, ער מיינט ביזנעס... איז ער דאך גערעכט...

אינטערסאנטער » מיטוואך יאנואר 25, 2023 9:40 pm

· #516257
תרמב

ווייל איינער האט דיר געזאגט גרוילט דיר שוין די מערכה? די גלייבסט יעדע זאך וואס איינער זאגט דיר? איך זאג דיר אז עס האט נישט מיט עוז והדר גארנישט.

תרמב » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 1:06 am

· #516266
אויפן צד אז ס'איז אמת גרוילט מיר עס געפערלעך, אז ס'איז נישט אמת שמעקט עס מיר נישט סתם אזוי...

כוואליעס » דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 11:09 pm

· #516325
לדעתי איז די גאנצע מערכה אויף דעם חומש אזא ענין ווי די מתנגדים אויף די בעש"ט, עס איז באוויסט אז יעדע גרויסע התגלות איז מעורר קיטרוגים, איך קען אסאך אידן, פון פשוט'ע ביז גרויסע ת"ח וואס זייט די חומש איז ארויסגעקומען האבן זיי זיך געזעצט לערנען חומש רש"י יעדע וואך, איז דאך פשוט אז דער שטן האלט דאס נישט אויס

ששון ושמחה » מאנטאג פעברואר 13, 2023 8:06 pm

· #516991
נייע בריוו
📎 IMG_20230213_191914_259.jpg

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג פעברואר 13, 2023 9:18 pm

· #516997
ששון ושמחה
נייע בריוו
טעראר געווינט שוין ווייטער!

ששון ושמחה » מאנטאג פעברואר 13, 2023 11:11 pm

· #517005
פארוואס זאגסטו אזוי? זיי קומען דאך ארויס קעגן די טעראר!

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג פעברואר 13, 2023 11:40 pm

· #517009
קוק וואס ס'שטייט אינעם בריוו אין די גרויסע אותיות.

ששון ושמחה » פרייטאג פעברואר 17, 2023 10:51 am

· #517173
פרישע שטארקע בריוו לטובת פשוטו של מקרא
📎 מכתב הרב ברנדסדורפר על פשוטו של מקרא שבט תשפ''ג (1).pdf

מי ימצא » פרייטאג פעברואר 17, 2023 10:57 am

· #517174
ששון ושמחה
פרישע שטארקע בריוו לטובת פשוטו של מקרא
דעיס איז בכלל נישט קיין ריאה, אז אנדערע וועלן יעצט טוישן זייער מיינדסעט לגבי דעם. ר' משה ב. איז נישט די טיפיקעל רב. און עדה החרדית אין א'י רעכנט זיך בכלל נישט מיט זיין מיינונג.

ער איז זייער א אויפען מיינדעט רב, און סאיז פשוט, אז ער שטיצט עס.

בעל אחריות » דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:30 pm

· #517398
קארעקט מי איף אי עם וראנג, ער (ר משה בראנדסדארפער) איז אבער נישט אפגעפרעגט ביי די עוורידזש מאה שערים איד, ממילא איז זיין בריוו א שטארקע זאך.

תרמב » דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:58 pm

· #517435
מיין בליק אויף ר' משה בראנסדארפער איז אז ער איז א שטיקל פורים רב, איך האב געגעסן ביי אים סעודות בשעת איך האב געלערנט אין ארץ ישראל, ער האט זיך אויפגעפירט זייער פאני, ער האט ליב צו זיין אין די נייעס, די עמי האט אים אויפן דעקל ווען זיי האבן נישט וואס אנצופילן די בלעטער, ער שטעלט אלס צו סחורה, אמאל איז עס בראקל טשיקן אמאל איז עס זיין גרויסע סוכה געבויעט אויף אייזענעס אויף די פערדע שטאק, און אמאל איז עפעס אנדערש, ער מאכט זיכער אז ער זאל אלס זיין אין די נייעס, ס'קען אבער נאך אלס זיין אז ער איז א גרויסע תלמיד חכם.

קאנטראווערסול » זונטאג יולי 23, 2023 12:31 pm

· #531998
הער איז עס איז ארויס א נייע קול קורא מיט חתימות פון יצחק שטערן'ס רבנים

שיח ושיג » זונטאג יולי 23, 2023 11:53 pm

· #532045
קול קורא
דא
📎 קול קורא פשוטו של מקרא.pdf

שיח ושיג » זונטאג יולי 23, 2023 11:55 pm

· #532046
דא איז דא נאך איין נאמען
📎 דעת תורה הברורה מגדו''י אודות החומש פשוטו של מקרא 'לא תגע בו יד' קריאת קודש -השלם.pdf

צקון לחש » מאנטאג יולי 24, 2023 4:12 pm

· #532108
😂

חיים'ס ישיבה » דאנערשטאג יולי 27, 2023 5:41 pm

· #532382
הרב הגאון מוואודרידזש: בענין חתימות של תלמידי חכמים על הקול קורא נגד החומש פשוטו של מקרא - ובענין הגאון וחכם בישראל ואיש צדיק רבי שמשון רפאל הירש ז"ל
https://www2.kolhalashon.com/#/regularSite/playShiur/35644415/-1/0/false

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:55 pm

· #532404
חיים'ס ישיבה
הרב הגאון מוואודרידזש: בענין חתימות של תלמידי חכמים על הקול קורא נגד החומש פשוטו של מקרא - ובענין הגאון וחכם בישראל ואיש צדיק רבי שמשון רפאל הירש ז"ל
למעשה וואס זאגט ער דארט??

חיים'ס ישיבה » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 11:40 am

· #532701

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 1:37 pm

· #532704
Re: חומש פשוטו של מקרא
חיים'ס ישיבה
א ווינדער אז די רבנים זענען אזוי וויניג געטראסט ביים עולם?! זיי מאכן זיך צו שאנד און שפאט!

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

כרם זית » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 11:17 pm

· #532781
@אנאנים עס איז נישט אינגאנצן ריכטיג. וועגן המצאת הדפוס איז פארהאן פארשידנ'ע רעאקציע'ס פון רבנים. טייל האבן טאקע געשריבן אז אלמלא דפוס השתכח תורה מישראל (כר''י עמדין, וועלכער האט אליין פארמאגט א בית דפוס). און טייל האבן געהאלטן אז עס איז הרוס הדת, טאקע צוליב די סיבה אז די המון עם וועט האבן גרינג'ע צוטריט צו הלכה און אטעמאטיש מזלזל זיין אין די רבניש'ע אינצטיטאציע (כך ראיתי לאחרונה -כמדומה ב'ספרים בלוג'- ושכחתי מקומה כעת). אויך דער חתם סופר האט זיך אפגערעדט אויף המצאת הדפוס צוליב די גרינגקייט פון פארשפרייטן סיי וואס דורך סיי וועם, וידוע דהוא בעצמו לא רצה לדפוס ספריו.

אבער מיט דעם ביסטו הייליג גערעכט אז אין אונזער צייט די עפאכע פון אינפארמאציע, האט נישט קיין שום זון צו פראבירן באהאלטן סיי וואס פון די המון עם. און יא, עס מאכט אויסקוקן די רבנים ווי א באנדע פארנאטיקער וועלכע קענען נישט פארטיידיגן זייער אלטע מסורה, נאר ווי די טאכטער פון יענה איז מען מתן די עינים בעפר און מ'האפט אז אולי יש תקוה. די חילול השם איז איום ונורא!

ברוך שפינוזה » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 11:23 pm

· #532783
כרם זית
אבער מיט דעם ביסטו הייליג גערעכט אז אין אונזער צייט די עפאכע פון אינפארמאציע, האט נישט קיין שום זון צו פראבירן באהאלטן סיי וואס פון די המון עם. און יא, עס מאכט אויסקוקן די רבנים ווי א באנדע פארנאטיקער וועלכע קענען נישט פארטיידיגן זייער אלטע מסורה, נאר ווי די טאכטער פון יענה איז מען מתן די עינים בעפר און מ'האפט אז אולי יש תקוה. די חילול השם איז איום ונורא!
ליסען האסט א בעסערע וועג?

כרם זית » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 12:15 am

· #532791
ברוך שפינוזה
כרם זית
אבער מיט דעם ביסטו הייליג גערעכט אז אין אונזער צייט די עפאכע פון אינפארמאציע, האט נישט קיין שום זון צו פראבירן באהאלטן סיי וואס פון די המון עם. און יא, עס מאכט אויסקוקן די רבנים ווי א באנדע פארנאטיקער וועלכע קענען נישט פארטיידיגן זייער אלטע מסורה, נאר ווי די טאכטער פון יענה איז מען מתן די עינים בעפר און מ'האפט אז אולי יש תקוה. די חילול השם איז איום ונורא!
ליסען האסט א בעסערע וועג?
אודאי איז דא א בעסער'ע וועג.

קודם שב ואל תעשה. זיי נישט קיין אסר בשביל שתתעשר ווען די אישו איז אוט אוו א טישו. אודאי מעגן רבנים זאגן זייער מיינונג ווען זיי טוען דורך א נושא, אבער סתם אסר'ן א חומש ''מלוקט מראשונים'' נאר וויבאלד עס שטומט נישט מיט דיין קינדערגארטן אידישקייט טוט נישט קיינעם קיין טובה. והעד אז אפילו אויף איי וועלט פארשטייט מען נישט די איסור (נאר זייער תירוץ איז אז די רבנים זענען 'איינגערעדט' ווען אונז ווייסן אז די רבנים האבן 'איינגעמאכט' נ''ב, 'גדולים' החותמים עצמם 'קטנים').

און אויפן פאזעטיוו'ן וועג קען מען אויך טון א געוואלד. זאג שיעורים און געב ארויס ספרים מסביר צו זיין אונזער מסורה. קענסט גיין מיט apologetic מהלכים ווי דער מלבי''ם און נצי''ב אז די דרש איז פשט. אדער קענסטו אפילו זאגן די אמת (שאקס!) ווי דער גר''א ולמעלה בקודש ביז די משנה און גמרא אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו. איי די דרשת חז''ל? קען מען מסביר זיין ווי דער ריטב''א (ר''ה טז.) אז נמסרה הדבר לחכמים, אדער ווי ר' זכריה פרנקל אז מען בייגט די הלכה צו די מנהג אין כלל ישראל וויבאלד בני נבואים הם וזה רצון הבורא.
איך בין בכלל נישט קיין רב (שלא עשנו אב''ד) און איך האב נישט די אחריות אז מיינ'ע אנהענגער זאלן האבן א אידישקייט מיט וואס זיי פילן זיך שטאלץ און מיט וואס זיי קענען פעיסן די מאדערנ'ער וועלט, און יא כהאב דא אויסגערעכנט עטליכע געדאנקען פאר פרעדיגער ווי אזוי צו פירן זייער'ע שאף. על אחת כמה וכמה א רב וועלכער דארף צו זיין א געלערנטער פעדעגאג זאל קענען פירן זיין קהילה אן קיין מורא אז די אמת וועט אים באזיגן, און אויב קענסטו נישט דאן זיי נישט קיין רב אין די איין אין צוואנציג'סטע סענס-סטריט!

כרם זית » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 10:07 am

· #532817
ביסט גערעכט, כ'האב עס נאר געשריבן בדרך אגב.

פונדאַמענטאַל » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 8:47 pm

· #532853
Re: חומש פשוטו של מקרא
כרם זית
@אנאנים עס איז נישט אינגאנצן ריכטיג. וועגן המצאת הדפוס איז פארהאן פארשידנ'ע רעאקציע'ס פון רבנים. טייל האבן טאקע געשריבן אז אלמלא דפוס השתכח תורה מישראל (כר''י עמדין, וועלכער האט אליין פארמאגט א בית דפוס). און טייל האבן געהאלטן אז עס איז הרוס הדת, טאקע צוליב די סיבה אז די המון עם וועט האבן גרינג'ע צוטריט צו הלכה און אטעמאטיש מזלזל זיין אין די רבניש'ע אינצטיטאציע (כך ראיתי לאחרונה -כמדומה ב'ספרים בלוג'- ושכחתי מקומה כעת). אויך דער חתם סופר האט זיך אפגערעדט אויף המצאת הדפוס צוליב די גרינגקייט פון פארשפרייטן סיי וואס דורך סיי וועם, וידוע דהוא בעצמו לא רצה לדפוס ספריו.

אבער מיט דעם ביסטו הייליג גערעכט אז אין אונזער צייט די עפאכע פון אינפארמאציע, האט נישט קיין שום זון צו פראבירן באהאלטן סיי וואס פון די המון עם. און יא, עס מאכט אויסקוקן די רבנים ווי א באנדע פארנאטיקער וועלכע קענען נישט פארטיידיגן זייער אלטע מסורה, נאר ווי די טאכטער פון יענה איז מען מתן די עינים בעפר און מ'האפט אז אולי יש תקוה. די חילול השם איז איום ונורא!
מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה הוא שיעשה ואין כל חדש תחת השמש.
שוין דאן געווען אזעלכע רבנים. די מהלך פון חרד'ישע אידישקייט האט שוין געשלאגן ווארצלען אין יענע צייטן. נאכדערצו רעדנדיג פון חת''ס וד''ל.

כרם זית » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 9:20 pm

· #532855
ביסט גערעכט אז אזוי איז אייביג געווען, עכ''פ פון די גמרא'ס צייטן (הלכה ואין מורין כן) ולמטה בקודש (אמונה הכרחית) וכדו', מיין פוינט איז אבער אז היינטיגע צייטן מיט די אפנקייט פון אינפארמאציע און די צוזאמפאל פון די כח הקהילות איז די מעטאד קאונטער-פראדאקטיוו. די אלע וואס האבן אמאל באהאלטן אינפארמאציע האבן עס געמיינט מיט אן אחריות אז די המון עם זאל זיך האלטן אין די ראמען, היינט אבער אויב וועט מען גיין מיט אזא מהלך וועט די המון עם אנקוקן די רבנים ווי ליגנער און פארפירער, און די אויסגאנג וועט זיין הזנחת מצוות ה'.

ודברת בם » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 11:19 am

· #532879
הגאון רבי יונתן מארטאן שליט"א ביי זיין דף היומי שיעור אטאקירט שטארק די אוסרים אלץ מחרפים ומגדפים

קאצקער » מוצ"ש אוגוסט 12, 2023 11:25 pm

· #533364
[ציטאט אראפגענומען]
זיין פאטער רבי מאטל זאגט קלאר אין א שמועס אז ער האט נישט קיין אנונג

עמרם » פרייטאג מערץ 1, 2024 8:59 am

· #552237
Re: חומש פשוטו של מקרא
אוי וויי
ברוך דיין האמת
השם ינקום דמו
כאטש האט ער איבערגעלאזט אזא הערליכע חיבור
יהא זכרו ברוך

חקרן » זונטאג מערץ 3, 2024 11:38 pm

· #552605
Re: חומש פשוטו של מקרא
ברוך דיין האמת.

צפת » זונטאג מערץ 3, 2024 11:41 pm

· #552609
Re: חומש פשוטו של מקרא
איך פארשטיי אז ער איז קראנק געווארן אויף יענע מעשה. דאס האט עפעס צו טון מיט די רדיפות וואס מען האט אים גע'רודפ'ט?

אלצווייסער » מאנטאג מערץ 4, 2024 12:06 am

· #552614
Re: חומש פשוטו של מקרא
צפת #
איך פארשטיי אז ער איז קראנק געווארן אויף יענע מעשה. דאס האט עפעס צו טון מיט די רדיפות וואס מען האט אים גע'רודפ'ט?
איך האלט אז קלאר יא:
1) עס איז היינט אויפגעוויזן נאך יארן פון שטודיעס אז גאר אסאך מענטשן באקומען יענע מעשה וועגן א דרויסענדיגע גורם (אריינגערעכנט נפשיות'דיג) אין נישט נאר וועגן א אינערליכע געזונט פראבלעם.

2) נאכמער אפי' אזעלכע וואס באקומען עס פון א אלטע אינערליכע געזונט\אמיון שוואכקייט וועט עס א מענשט קענען שלעפען אסאך יארן אן עס זאל עכט עפעקטן זיין איצטיגע געזונט צושטאנד עס קומט געווענדליך ארויס וועגן א דרויסענדיגע פאסירונג, מיטמאכענישט א.ד.ג.

3) אין גאר אסאך פעלער איז די גורם דווקא א אויסערגעווענדליכע צער אדער מענטאל צוזאמבראך.

געוואגטער » מאנטאג מערץ 4, 2024 1:19 am

· #552630
Re: חומש פשוטו של מקרא
גערעכט,
עס איז ליידער א באוויסטע פאקט.

לאכעדיג » מאנטאג מערץ 4, 2024 2:51 am

· #552645
Re: חומש פשוטו של מקרא
@געוואגטער. ביי אייך אין בבל גלייב איך איז נישט דא צובאקומען די חומש פשוטו של מקרא

אסטראלאג » מאנטאג מערץ 4, 2024 6:51 am

· #552666
Re: חומש פשוטו של מקרא
געוואגטער #
גערעכט
עס איז ליידער א באוויסטע פאקט.

פאקט איז פאקט וואס קען מען טוהן..

Yesh » מאנטאג מערץ 4, 2024 10:50 am

· #552692
Re: חומש פשוטו של מקרא
יורד עמו לחייו, און פשטן זון פון ווארט, דאס איז וואס זיי האבן געטון.

Yesh » מיטוואך מערץ 6, 2024 2:51 pm

· #553311
Re: חומש פשוטו של מקרא
📎 WhatsApp Image 2024-03-06 at 2.46.31 PM.jpeg📎 WhatsApp Image 2024-03-06 at 2.46.32 PM.jpeg📎 WhatsApp Image 2024-03-06 at 2.46.32 PM (1).jpeg📎 WhatsApp Image 2024-03-06 at 2.46.32 PM (2).jpeg
בלאט: 1 2