קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
103 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14983
קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
איך ווייס נישט וויפיל פון דעם עולם דא הערט נאך אמאל קול מבשר, אבער לעצטנס איז דא א שטארקע שינוי לטובה אויף קולמא,
די קרעדיט קומט זיך לכאורה פאר וועלוול שמעלצער, וואס קומט לעצטנס אריין זייער אפען און קלאר אויפן ליין.
סיי אינעם נייעם אפטיילונג 'צוויי אידן דריי דיעות' ווי ס'איז לעצטנס געגאנגען פעטש ווען מ'האט ארויפגעברענגט ר' טובי' מאיר ניימאן פאר אן אינטערוויו וועגן זיינע נערווירענדע ראבאו קאלס, ער האט ארויפגעברענגט מענדל אונגאר און שמעון ראלניצקי צו דעבאטירן טובי' מאיר'ן, און הגם זיי האבן אים געהענדלט מיט זיידענע הענטשיך, איז ר' וועלוול אריינגעקומען גאנץ אפן און אטאקירנד, בפרט פאר די ביז איצטיגע 'הויכע' פארמאכטע קול מבשר סטאנדארטן,
אויך שפילט זיך אפ אין די טעג א דראמא וואס האלט שוין אן א שטיק צייט, מיט א דעבאטע פון ר' וועלוול מיט ר' אליעזר קרויס איבער די נושא, צו מוזיק איז מותר צו הערן בזמן הזה אדער נישט,
אנגעהויבן האט זיך עס פון א פשוט'ע אינטערוויו וואס וועלוול האט געמאכט מיט לעיזער וועגן די נייע קינדער סידי וואס ער האט ארויסגעגעבן 'די פארשטויסענע שיף' און ס'איז געווארן א שמועס פארוואס די סידי פארמאגט נישט קיין מוזיק, און לעיזער האט גע'טענה'ט אז ס'איז נישט דא קיין היתר צו הערן מוזיק בזמן הזה, און האט גע'אפערט צען אלפים פאר ווער ס'ברענגט א היתר
א וואך שפעטער האבן וועלוול און י''ש דרעזנער ביי זייער ליל ששי פראגראם אראפגעריסן ר' לעיזער און געברענגט התירים, און אז פוק חזי מאי עמא דבר, וכדומה, און זיי האבן געזאגט אז לעיזער איז סתם א אויבער חכם וואס זוכט צו טון מאדנע זאכן, און י''ש האט פארציילט אז 'מען זאגט' אז אלץ בחור האט ער געמאכט קידוש אויף א פאום קאפ פון קאלא אין ביה''כ (חמר מדינה, און ביה''כ שלנו אין להם דין ביה''כ...)
לעיזער איז נישט שולדיג געבליבן און געגעבן א גאנצע שמועס דערוועגן, לייקענענדיג דערביי די גאנצע מעשה און געזאגט אז ס'איז סתם אן אויסגעטראכטע מעשה בלי שום סרך אמת, און דערביי געזאגט אז ביים קומענדיגן ליל שישי פראגראם וועט ער ארויפגיין און אויסגראדן זאכן.
וכך הוה לעצטע וואך איז ער ארויפגעקומען ביים ליל שישי פראגראם, אבער אין די צייט וואס דרעזנער האט נאר געזוכט אראפצוקריכן פון בוים, איז וועלוול אנגעקומען ווי א פראפעסיאנאלער פראקוראר, און פארגעלייגט א קעיס אז מוזיק איז מותר און דערביי שטארק צעפראסקעט ר' לעיזער, אזש די יודעי דבר געדענקען נישט אז ער זאל אזוי בלייבן צעפאטשט און מיט די צונג אינדרויסן
דא האלט עס יעצט, זונטאג גייט פארקומען א לייוו טעלעקאנפרענס מיט לעיזער קרויס איבער די נושא פון מוזיק, און לעיזער האט שוין אויך געלאזט וויסן אז ס'שוין געווען א שעה לאנג פאלו-אפ שמועס מיט וועלוול וואס מען דארף נאך אסאך עדיטען, והבן, און האט שוין געלאזט וויסן אז ער גייט זיך נישט לאזן, און ס'גייט נאך גיין שטארקע פעטש.
אבער דאס איז איינמאל זיכער אז ס'טוט זיך טישן אויף בענק אויפן האטליין, און ס'עפענט זיך מער און מער, און פון א האטליין וואס פלעגט בלויז איינמעלדן ווען און ווי מען האט געטראפן א האקנקרייץ, ווערט ציבי5סלעך א מקוה שמעלצטאפ.
זעט אויס זיי ווילן אביסל אוועקשלעפן די מאמענט קלייענטיל צו זייער האטליין
לא תהיה לו כנושה 😃
זעענדיג די שטורעם אויף איי וועלט בין איך געגאנגען הערן די דעבאטע, און וועלוול האט אים גוט צולייגט ספעציעל ווען ער האט אויפגעוויזן אז אליעזר האט אויסגעדרייט א פסק הלכה פון הרב וואזנער
נחמדזעט אויס זיי ווילן אביסל אוועקשלעפן די מאמענט קלייענטיל צו זייער האטליין
פארפאלן, ס'איז היינט א אפענע וועלט, דאס איז וואס די עולם פארלאנגט
מאך זיכערעצי שטים'מען זאגט' אז אלץ בחור האט ער געמאכט קידוש אויף א פואם קאפ פון קאלא און ביה''כ (חמר מדינה, און ביה''כ שלנו אין להם דין ביה''כ...)
אויב אזוי גיב איך אים אפ מיין שטימע...
ווי געשריבן האט ער דאס געלייקנט, אבער ער האט יא מודה געווען, אז און די פארצימער פונעם ביה''כ וואס איז געווען אפען צום ביה''כ, (ס'געווען איין גרויסע צימער, זעהט אויס) האט ער געמאכט א צירת הפתח מיט סקאטש טעיפ, (ווייל צורת הפתח במשהו איז אויך גוט) און מיט דעם האט ער אפגעטיילט די צוויי שטיבער, (כדי די סינקס זאלן זיין אינדרויסן פונעם ביה''כ) און ער האט אפילו געפראוועט דארטן מלוה מלכה,
אויך האט ער פארציילט אז ער פלעגט זיך ארימדרייען שבת מיט א סעלפאון אן קיין סערוויס בלויז פאר די זייגער
איך אויך ( די צורת הפתח)
סעלפאון איז ער גערעכט על פי הלכה אבער אך און וויי אויב איינער זעט אים
אבער אויף מוזיק האט ער ממש נישט געקענט טרעפן קיין היתר, א בפירושע טור און רמ״א האט ער פארזעהן, פלוצלונג איז ער מיר א פרענק געווארן, א רפואה שלימה בקרוב.
וואס איז דער היתר פין מוזיק?
נערווען? כמעט אזא היתר ווי בורט קאנטראל!!
היסטאריעוואס איז דער היתר פין מוזיק?
נערווען? כמעט אזא היתר ווי בורט קאנטראל!!
מיוזיק: גזירה שאין הציבור יכולה לעמוד בה ווערט בטל.
בורטה קאנטראל: ביז צוויי יאר נאכן געיבן געבורט איז נישטא קיין איסור בכלל.
עצי שטים
סיי אונעם נייעם אפטיילונג 'צוויי אידן דריי דיעות' ווי ס'איז לעצטנס געגאנגען פעטש ווען מ'האט ארויפגעברענגט ר' טובי' מאיר ניימאן פאר אן אינטערוויו וועגן זיינע נערווירענדע רובאו קאלס, ער האט ארויפגעברענגט מענדל אונגאר און שמעון ראלניצקי צו דעבאטירן טובי' מאיר'ן, און הגם זיי האבן אים געהענדלט מיט זיידענע הענטשיך, איז ר' וועלוול אריינגעקומען גאנץ אפען און אטאקירנד, בפרט פאר די ביז איצטיגע 'הויעכע' פארמאכטע קול מבשר סטאנדארטן,
גראדע איז טובי מאיר זעהר שיין מסביר די גאנצע נושא.
איך געב איהם קרעדיט אבער ער זאל פליז דיליטען מיין נומבער
מענין לענין באותו קנין
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=135&t=51550&sid=af41223b06a637194013420cd8bec316">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0cd8bec316</a>
ער זאגט קלאר אז מען מעג ארויס נעמען געלט פון יענעמ'ס טאש אין מקווה
קאצקע ציקערמענין לענין באותו קנין
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=135&t=51550&sid=af41223b06a637194013420cd8bec316">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0cd8bec316</a>
שוין לאנג אויסגעמעקט...
📎 unnamed (1).pngאיז דאס דער זעלבער אליעזר קרויס וואס האט אין א שמועס מיט יאסי געשטעטנער נישט געדענקט ווי אלט ער איז און געזאגט אז ער מוז פרעגן זיין ווייב?
קויפעראיז דאס דער זעלבער אליעזר קרויס וואס האט אין א שמועס מיט יאסי געשטעטנער נישט געדענקט ווי אלט ער איז און געזאגט אז ער מוז פרעגן זיין ווייב?
Could be
קאצקע ציקערקויפעראיז דאס דער זעלבער אליעזר קרויס וואס האט אין א שמועס מיט יאסי געשטעטנער נישט געדענקט ווי אלט ער איז און געזאגט אז ער מוז פרעגן זיין ווייב?
Could be
לעיזער קרויס/ישעי' איצקאוויטש איז נישט אזא בהמה, ער איז א פיינע חברהמן, ער האט נישט געוואלט אנטפלעקן זיין עידזש האט ער געגעיבן אזא באבע תירוץ.
איך הער עים אויס יעדע שני וחמישי, קענסט עים פיינט האבן, ער איז א אידיאלאג וואס האלט זיך פאר א פראגמאט, (אנטשילדיגט כ'ווייסס נישט וויאזוי מען ריפט אן אידיאלאגישער און א פראגעמאטישער מענטש, אידיאלאגאנער/פראגמעטאנער? אידיאלאגיסט/פראגמאטיסט? ) אבער איז א געריבענע חברהמן, ער דערמאנט אביסל פון טראמפ יר"ה/יש"ה ער האלט אינטער די עולם צי מען איז מסכים מיט עים צי נישט.
זיין אפטיילונג האט מן הסתם די מערסטע ציהערער פער קאפצאל פון עני אנדערע אפטיילונג, וועיגן דעים האט (ר') זלמן אויך גענימען די ליניע פין קאנטראווארסיע, ווייל דאס הייבט די רעיטינגס.
yn.NYקאצקע ציקערמענין לענין באותו קנין
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=135&t=51550&sid=af41223b06a637194013420cd8bec316">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0cd8bec316</a>
שוין לאנג אויסגעמעקט...
📎 unnamed (1).png
וואס איז טאקע פשט פון מעקן די אשכול? אינטרעסאנט.
גראדע איז א נייע זאך אז מען לאזט אים זיין קאנטערווערשעל נישט לאנג ציריק האט מען אשראפגענימען אשמיעס פון אים פארן רעדן אנטקעג שומרlם .
אויך האט ער גערעדט אנפאנג קאוויד אז מען מאכט סתם א פאניק און זלמן האט עס אראפגענימען
איי וועלט פארט אויף רעדער. זעט אויס ווי עס איז נישטא קיין כולל היינט.
שוין לאנג נישט געווען אזעלכע דראמע דארט
היכי דמיאיי וועלט פארט אויף רעדער. זעט אויס ווי עס איז נישטא קיין כולל היינט.
שוין לאנג נישט געווען אזעלכע דראמע דארט
ווי זעסטו עס?
היכי דמיאיי וועלט פארט אויף רעדער. זעט אויס ווי עס איז נישטא קיין כולל היינט.
שוין לאנג נישט געווען אזעלכע דראמע דארט
יא,יא, זייט די טורנהיים נביאות סאמעטוכע איז נישט געווען אזוי לעבעדיג דארט
מרדכי מרדכיהיכי דמיאיי וועלט פארט אויף רעדער. זעט אויס ווי עס איז נישטא קיין כולל היינט.
שוין לאנג נישט געווען אזעלכע דראמע דארט
ווי זעסטו עס?
קוק ביי 'היימישע אויסגאבן און נייעס קוועלער', עס טוט זיך לעבעדיג סיי ביים לעיזער קרויס אשכול, סיי ביים דרעזנער-שמעלצער אשכול, און בעיקר ביים נייעם אשכול, 'ווער האט געוואנען די קרויס שמעלצער דעבאטע'
וילמדו ממעשיהם. דאס איז א סאפיסטיקירטע לעוועל אין בוסטן רעיטינגס וועלכע אנדערע מידיא ביזנעסער און צעלעברעטיס האבן שוין פערפעקטעט איבער די לעצטע צענדליגע יארן. אזוי געריפענע אנגייענדע חילוקי דעות און rivalries שדשו בה רבים איז אן אלטן טריק צו אריינשלעפן די אודיענץ מיט אן עמאשיאנאל אינוועסטמענט. ביידע צדדים ווי אויך די פלאטפארמעס גייען ארויס מיט לויטער רווח. היינטצוטאגס איז יעדער שמויגער פארמישט אין א מכלומרשטע celebrity feud אלס א פי אר סטאנט. אט וועלן מיר האבן אן אפטיילונג אויף קול מבשר פאר diss songs, ווי מוזיקאנטן און לידער שרייבער וועלן זיך קיצלען איינער דעם צווייטען צו די שפאנונג און הנאה פון די צוהערער; קול מבשר'ס רעיטינגס און רעקלאמע איינקופטן וועלן ארויפקריכן צום שפיץ, ווי א בחור'ל אויף די סאמע העכסטע שטאק אויף די פארענצעס ביים רבי'ס נענונים.
📎 7.PNG
...
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
היינט איז קול מבשר געגאנגען א ווייטע טריט פאראויס ווען די היסטאריקער שמואל פוקס ברענגט ארויף אויפן ליין א דרוזישער פראפעסאר פון חיפה, ארומרעדנדיג איבער די דרוזישע רעליגיע און געמיינדע און ווי אויך רעדנדיג פון זייער זיידע יתרו וועלכע מיר קענען פון די תורה אלץ יתרו חותן משה.
פאר די דרוזים איז יתרו זייער הויפט נביא, ( מעגליך אפילו מער ווי א נביא, אבער איך בין נישט קלאר אין דעם) ווען שמואל פוקס האט אים געפרעגט וועגן יתרו'ס קבר האט דער דרוזישער פראפעסאר געענטפערט אז מען שפירט דארט עפעס א מוראדיגע הייליגקייט מען פילט ווי מען איז אויסגעטון פון די וועלט! חוץ וואס דאס איז קאנטראווערסיאל ( פאר די אלגעמיינע חרדישע עולם, בפרט קול מבשר) צו ווערן אינספירירט אויף עפעס דורך א מיינונג פון אן אנדערע רעליגיע איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז קבר יתרו איז נישט אזוי פשוט אויב מען מעג דארט אהין גיין און עס איז אויך נישט קלאר די מסורה אויב יתרו ליגט טאקע דארט ( ביידע פאקטארן דערציילט שמואל פוקס ביים אריינפיר צום אינטערוויו) און מיט דעם אלעם לאזט מען אז ער זאל שילדערן די געפילן וואס מען שפירט ביי "נבי שועייב".
ועוד, א חלק פון די אינטערוויו איז ארויסגעשניטן און ווער עס וויל דאס הערן קען זיך ווענדן פריוואט אין אימעיל ווי מען וועט דאס ערהאלטן. (נאכנישט געהערט\באקומען די גאנצע אינטערוויו, אלץ וואס געשריבן איז אויף קול מבשר זעלבסט)
ברוינשטיין: איך בין נישט מסכים מיט דיר. דער פאקט אז מ'ברענגט אמאל ארויף א מענטש מיט אן אנדערע מיינונג ווי די וואס אונז זעמיר צוגעוואוינט איז נישט קיין חיסרון. אדרבה. ס'איז א מעלה. די צוהערערס מעגן אמאל הערן אן אנדערע מיינונג אויך. ווילאנג ס'איז נישט געזאגט געווארן מיט שנאה. אדער דיסקרימינאציע צו אן אנדער טייל פון די באפעלקערונג...! אנישט וועט מען אויסזעהן זייער פלאטשיג און אומבאוואוסטזיניג...! אזוי ווי די הנהגה אין א געוויסן קלעין שעטיעטעלע (אין ראקלענד קאונטי) ווילל...!
איך בין אויף דיין זייַט לגמרי, איך זאג נאר אז פאר קול מבשר איז דאס אביסל ארויס פון זייער געווענליכע ליניע.
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ווען קול מבשר רעד פון פרויען למשל גאווערנער האקעל רעד ער בלשון זכר ??
למשל "די גאווערנער זאגט אז "ער" האט אינטערגעשריבען די ביל בלא בלא בלא" ?!
בר גיורא: וואס איז דיין וואונדער? ווייל לויט די היינטיגע סטענדערדס פון (פאלשע) פרומקייט איז אלעס בלשון זכר. נקיבות עקזיסטירן נישט. ס'איז נאר א שאד. אז מ'האט געגעבן די תורה 3000 יאר צוריק. לויט די היינטיגע פארדרייטע משוגעת'ן דארף מען זאגן..."תורה'ער מה יהא עליו.?... דער בלאט שרייבט טאקע לויט דעם נוסח. דער תורה....! אויך. זיי וועללן ארויסנעמען פון חומש אלע נישט פאסענדע מעשיות. ווי יעקב האט דערקענט רחל. און משה רבינו האט זיך באקענט מיט די טעכטער פון יתרו...!
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
בר גיוראקען מיר איינער מסביר זיין פארוואס ווען קול מבשר רעד פון פרויען למשל גאווערנער האקעל רעד ער בלשון זכר ??
למשל "די גאווערנער זאגט אז "ער" האט אינטערגעשריבען די ביל בלא בלא בלא" ?!
פארוואס סתם שרייבט ליגענט??? בפרט במילתא דעבידא לאיגלויי בלויז אין א מינוט...
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
כהאב עס שוין קלאר געהערט און איבערגעהערט אפאר מאל
Sent from my Pixel using Tapatalk
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
בר גיוראכהאב עס שוין קלאר געהערט און איבערגעהערט אפאר מאל
<a class="postlink" href="https://www.yiddish24.com/news/bulletin/54451">https://www.yiddish24.com/news/bulletin/54451</a>
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
דו קענסט קלאר הערן טוען ער רעד זאגט ער נישט "פרוי" האקעל ...סשטייט נאר אויף די עפפ....
און געווענטליך זאגט ער "ער" אנשטאט "זי"
Sent from my Pixel using Tapatalk
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
בר גיוראדו קענסט קלאר הערן טוען ער רעד זאגט ער נישט "פרוי" האקעל ...סשטייט נאר אויף די עפפ....
און געווענטליך זאגט ער "ער" אנשטאט "זי"
ער זאגט אויך נישט "מאן" ווען ער רעדט פון א מאן...
איך האב אויסגעהערט עטליכע נייעס'ן איבער האקאול, ביי אלע זאגט ער "זי" "איר" וכדו'
קול מבשר ביים באריכטן איבערן 'דזשעימס וועב' טעלעסקאפ ארויסגעשאסן דורך נאסא אפאר וואכן צוריק:
"מ'ערווארט עס זאל קענען אויפכאפן ליכטיגקייט פון די עלטסטע שטערנס פון די יוניווערס"
<a class="postlink" href="https://www.yiddish24.com/news/59/52894">https://www.yiddish24.com/news/59/52894</a>
#אם בארזים נפלה שלהבת
תוהו ובוהוקול מבשר ביים באריכטן איבערן 'דזשעימס וועב' טעלעסקאפ ארויסגעשאסן דורך נאסא אפאר וואכן צוריק:
"מ'ערווארט עס זאל קענען אויפכאפן ליכטיגקייט פון די עלטסטע שטערנס פון די יוניווערס"
<a class="postlink" href="https://www.yiddish24.com/news/59/52894">https://www.yiddish24.com/news/59/52894</a>
#אם בארזים נפלה שלהבת
און אז מ'דערמאנט א מימרא פון מ"ק (דף כה:) לגבי דעם
דזשעימס וועבּ טעלעסקאפּ, קען מען אויך צושטעלן דאס וואס שטייט דארט פריער אין מסכת (דף טז.) לגבי יושבי מרוז וואס קען זיין א כוכב, ווייל די טעלעסקאפּ וועט אויך קוקן אויף
עקסאָפּלאנעטן... 😃
מי אניאון אז מ'דערמאנט א מימרא פון מ"ק (דף כה:) לגבי דעם
דזשעימס וועבּ טעלעסקאפּ, קען מען אויך צושטעלן דאס וואס שטייט דארט פריער אין מסכת (דף טז.) לגבי יושבי מרוז וואס קען זיין א כוכב, ווייל די טעלעסקאפּ וועט אויך קוקן אויף
עקסאָפּלאנעטן... 😃
😃
איבריג צו זאגן אז אלע ראשונים לערנען פשט אין יושביה - "די גרופע שטערנס ארום דעם אנגעבליכן כוכב".
אבער לפי די פשט, האב מיר גרייט א גמרא דזשאסט אין קעיס מ'טרעפט טאקע לייף אויף אן אנדער פלאנעט צו קענען אפלאגאטירן אז חז"ל האבן שוין געוואוסט דערפון סאך פאר די סייענטיסטן.. 😃
איך האב געהערט פון דעם מגי''ש רב רייזמאן רעדן פון די דרוזן ער זאגט אז בפשטות איז זייערע רעליגיע נישט א פראבלעם פאר אידן וויבאלד זיי גלייבן נישט אין קיין אנדערע נביא און זיי האלטן די שבע בני נח. אויך זאגט ער אז די ניגוני ל''ג בעומר שטאמען פון זיי.. די דרוזן פלעגן פארן ל''ג בעומר קיין מירון פאר הונדעטער יארן צוריק און אז די אידן פון יענע פלעצער פלעגן צוריקפארן צו זייערע האלידעיס ווען זיי האלטן יתרו'ס יארצייט ... ס'מיר געווען אינטערעסאנט דאס אלעס, דאס מערסטע אז די אלע הייליגע ל''ג בעומר טענער שטאמען מעגליך גאר פון זיי
נחמדאיך האב געהערט פון דעם מגי''ש רב רייזמאן רעדן פון די דרוזן ער זאגט אז בפשטות איז זייערע רעליגיע נישט א פראבלעם פאר אידן וויבאלד זיי גלייבן נישט אין קיין אנדערע נביא און זיי האלטן די שבע בני נח. אויך זאגט ער אז די ניגוני ל''ג בעומר שטאמען פון זיי.. די דרוזן פלעגן פארן ל''ג בעומר קיין מירון פאר הונדעטער יארן צוריק און אז די אידן פון יענע פלעצער פלעגן צוריקפארן צו זייערע חינגאות ווען זיי האלטן יתרו'ס יארצייט ... ס'מיר געווען אינטערעסאנט דאס אלעס, דאס מערסטע אז די אלע הייליגע ל''ג בעומר טענער שטאמען גאר פון זיי
אינטרעסאנט פון ווי האבן די דרוזים געוויסט די אלע שמות וואס איז מרומז אין די ניגונים 😂
קהל'ס נער: אויף דרוזיש שטימט עס אויך די חרוזים מיט'ן נאמען פון ר' שמעון בר יוחאי. און די שם הווי"ה...אלעס אויף די דרוזישע שפראך...זיכער. וואס ווילסטו? דו קענסט דאך נישט רעדן (אדער זינגען) דרוזיש...)...!
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
היינט האט קול מבשר מיך שאקירט נאכדעם וואס זיי האבן געלאזט ליפטערן אן "עדד" אויף זייער "עפּפּ" ווי מען זעהט מושי מאיר פון וויין-קעלער זויפן פון א באטל וויין, (אָן קיין גלעזל)
כאטש עס איז נאר אויף די עפפ וועלכע איז אפיציעל געאייגענט פאר מער אפענע מענטשן, איז אזא "עדד" היפש אויפפאלנד און קאנטראווערסיאל, ספעציעל פאר קול מבשר וועלכע טראגט דעם נאמען פון די היימישע מידיע נעץ וועלכע איז דאס מערסטע איינגעהאלטן.
---
פערזענדליך בין איך גאנץ פרייליך אז זיי הויבן אָן ווערן לויזער, ווייל איך האף אז זיי וועלן אויך אנהייבן צו מעלדן וויכטיגע נייעס'ן וועלכע זענען אויפדערווייל באגראבן.
ווער ווייסט אפשר זענען זיי אויף די גוטע רעלסן...

טאקע וועגען דעם הייסט די עפפ אידיש 24 און נישט קול מבשר, אזוי קען מען נישט האבן קיין טענות צי עים היתכן ער האט א עפפ, און אז ער מאכט ווידיאו עדס.
#קליג
[.
טעות
ברוינשטיין
פערזענדליך בין איך גאנץ פרייליך אז זיי הויבן אָן ווערן לויזער, ווייל איך האף אז זיי וועלן אויך אנהייבן צו מעלדן וויכטיגע נייעס'ן וועלכע זענען אויפדערווייל באגראבן.
ווער ווייסט אפשר זענען זיי אויף די גוטע רעלסן...
נכנס יין יצא סוד.... ס'הייבט זיך מיט א ווידיאו ווי מ'זויפט ווי א שיכור פון דארט וועט עס גיין צו מעלדן זאכן וואס זענען באגראבן.....
טוט זיך די לעצטע פאר שמועסן א שטיקל פערזענליכע מלחמה צעווישן יוסי געשטעטנער אויף זיינע אנאליזן אויף 1-1-8 און שמעון ראלניצקי אויף זיין אפטיילונג "א טראפ טיפער" 3-9-6.
זיי שלאגן זיך ארום איבער ווי פארקויפט די טראמפ חברה זענען, און רעדן איין שטותים פאר זייערע ציהערערס.
די פייט האט זיך היינט אריבערגעריקט צו טוויטער...
📎 Screenshot_20220907-225822_Telegram.jpg
איך האב הנאה געהאט פון די סטעיטמענט וואס איינער האט געשריבן דארט אין רעספאנס, "א מחלוקת צווישן ר' יונתן אייבשיץ און מיט ר' יעקב עמדין, ומי יעמוד בסוד קדושים...!"