קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
103 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14983
די וואך ביי די ליל שיש שמועס, האט דרעזנער גערעדט געפערליכע דברי כפירה רח"ל.
ער האט גערעדט וועגן די באקאנטע מעשה פון הלל הזקן וואס איז ארויף אויפן דאך לערנען תורה. ער האט געפרעגט א קשיא אז אין די גמרא יומא לה: וואו עס ווערט געברענגט די מעשה שטייט אזוי;
אמרו, אותו היום ערב שבת היה, ותקופת טבת היתה.
קומט דאך אויס אז יענע נאכט איז געווען תקופת טבת- איז עס דאך געווען ניטל! טא וויאזוי קען זיין אז שמעיה ואבטליון האבן אפן געלאזט די ביהמ"ד און הלל האט גאר זיך געדראפעט אויפן פענסטער אין די שניי צו הערן דברי תורה, שומו שמים! עס איז דאך געווען ניטל!
א געוואלדיגע קשיא מרפסן איגרי!
האט דרעזנער געזאגט אז ער האט אנגעפרעגט ביים ידען הרב סיני מאליוויצקי, און ער האט אים געזאגט אז קשיא מעיקרא ליתא, ווייל די גאנצע זאך אז מען לערנט נישט ניטל איז א לעצטערע זאך, בערך 400 יאר אלט. און עס שטאמט פשוט פון דעם אז די גוים האבן זיך אנגע'שיכור'ט צוליב זייער חגאות, און עס איז געווען א פחד צו גיין אין גאס, איז מען פשוט געבליבן אינדערהיים און נישט געלערנט!
רח"ל אזעלכע דברי כפירה צו לאזן פאלן.... איך בין מוחה בכל התוקף!
שמן למאורדי וואך ביי די ליל שיש שמועס, האט דרעזנער גערעדט געפערליכע דברי כפירה רח"ל.

וועגן דעם קען מען נישט לערנען אינדערהיים?
הלל הזקן איז געווען פאר קריסטנטום.
קאצקע ציקער שמן למאורדי וואך ביי די ליל שיש שמועס, האט דרעזנער גערעדט געפערליכע דברי כפירה רח"ל.
ער האט גערעדט וועגן די באקאנטע מעשה פון הלל הזקן וואס איז ארויף אויפן דאך לערנען תורה. ער האט געפרעגט א קשיא אז אין די גמרא יומא לה: וואו עס ווערט געברענגט די מעשה שטייט אזוי;
אמרו, אותו היום ערב שבת היה, ותקופת טבת היתה.
קומט דאך אויס אז יענע נאכט איז געווען תקופת טבת- איז עס דאך געווען ניטל! טא וויאזוי קען זיין אז שמעיה ואבטליון האבן אפן געלאזט די ביהמ"ד און הלל האט גאר זיך געדראפעט אויפן פענסטער אין די שניי צו הערן דברי תורה, שומו שמים! עס איז דאך געווען ניטל!
א געוואלדיגע קשיא מרפסן איגרי!
האט דרעזנער געזאגט אז ער האט אנגעפרעגט ביים ידען הרב סיני מאליוויצקי, און ער האט אים געזאגט אז קשיא מעיקרא ליתא, ווייל די גאנצע זאך אז מען לערנט נישט ניטל איז א לעצטערע זאך, בערך 400 יאר אלט. און עס שטאמט פשוט פון דעם אז די גוים האבן זיך אנגע'שיכור'ט צוליב זייער חגאות, און עס איז געווען א פחד צו גיין אין גאס, איז מען פשוט געבליבן אינדערהיים און נישט געלערנט!
רח"ל אזעלכע דברי כפירה צו לאזן פאלן.... איך בין מוחה בכל התוקף!
וועגן דעם קען מען נישט לערנען אינדערהיים?
אמאל האט מען נישט געהאט קיין ספרים אינדערהיים.
פון
דא.
400 יאר איז שוין אויך א גרויסע גוזמא.
📎 Screenshot_20230108_005522_Chrome.jpg
די ראיה פון דעם וואס מ'האט נישט מבטל געווען תפלה בציבור קען מען גאר פשוט פארענטפערן אז מ'פלעגט דרך דאווענען מעריב בעוד היום גדול כמבואר בכל הפוסקים, ממילא האט נישט אויסגעפעלט.
פריי דיר נאכנישט קול מבשר ווי קאנטרעווערסאל עס זאל נאר זיין איז עס נאך אלס גענוג צענזורירט
שמן למאורדי וואך ביי די ליל שיש שמועס, האט דרעזנער גערעדט געפערליכע דברי כפירה רח"ל.
ער האט גערעדט וועגן די באקאנטע מעשה פון הלל הזקן וואס איז ארויף אויפן דאך לערנען תורה. ער האט געפרעגט א קשיא אז אין די גמרא יומא לה: וואו עס ווערט געברענגט די מעשה שטייט אזוי;
אמרו, אותו היום ערב שבת היה, ותקופת טבת היתה.
קומט דאך אויס אז יענע נאכט איז געווען תקופת טבת- איז עס דאך געווען ניטל! טא וויאזוי קען זיין אז שמעיה ואבטליון האבן אפן געלאזט די ביהמ"ד און הלל האט גאר זיך געדראפעט אויפן פענסטער אין די שניי צו הערן דברי תורה, שומו שמים! עס איז דאך געווען ניטל!
א געוואלדיגע קשיא מרפסן איגרי!
האט דרעזנער געזאגט אז ער האט אנגעפרעגט ביים ידען הרב סיני מאליוויצקי, און ער האט אים געזאגט אז קשיא מעיקרא ליתא, ווייל די גאנצע זאך אז מען לערנט נישט ניטל איז א לעצטערע זאך, בערך 400 יאר אלט. און עס שטאמט פשוט פון דעם אז די גוים האבן זיך אנגע'שיכור'ט צוליב זייער חגאות, און עס איז געווען א פחד צו גיין אין גאס, איז מען פשוט געבליבן אינדערהיים און נישט געלערנט!
רח"ל אזעלכע דברי כפירה צו לאזן פאלן.... איך בין מוחה בכל התוקף!
אדער קען מען ענטפערן אז ער האט געהאלטן א אנדערע ניטל וואס אפילו היינט איז נישט אלע קהילות האלטן די זעלבע טאג ניטל ווי צום ביישפיל עס איז דא וואס האלטן דעצמבער 25 און עס איז דא וואס האלטן יענער 7
איך פארשטיי נישט בכלל די קשיא. די גאנצע זאך פון ניטל איז דאך וועגן די יאשקע. הלל הזקן איז לכאורה נאך געווען פאר זיינע צייטן, און אפילו ער איז שוין געווען נאכדעם, איז ער זיכער געווען פאר די נוצרים האבן דאס געמאכט פאר א גלויבן הערשט נאך חורבן בית שני. אויב אזוי וואס איז די קשיא בכלל.
אינטערסאנטעראיך פארשטיי נישט בכלל די קשיא. די גאנצע זאך פון ניטל איז דאך וועגן די יאשקע. הלל הזקן איז לכאורה נאך געווען פאר זיינע צייטן, און אפילו ער איז שוין געווען נאכדעם, איז ער זיכער געווען פאר די נוצרים האבן דאס געמאכט פאר א גלויבן הערשט נאך חורבן בית שני. אויב אזוי וואס איז די קשיא בכלל.
דא האסטו די שמועס והתירוצים.
לייבל שטילערדי ראיה פון דעם וואס מ'האט נישט מבטל געווען תפלה בציבור קען מען גאר פשוט פארענטפערן אז מ'פלעגט דרך דאווענען מעריב בעוד היום גדול כמבואר בכל הפוסקים, ממילא האט נישט אויסגעפעלט.
מקור? מי הוא כל הפוסקים? אם אתה מכוון להתרומת הדשן, הוא מדבר מהימים הארוכים ולא מתקופת טבת.
לייבל שטילערהלל הזקן איז געווען פאר קריסטנטום.
אויב נעמען מיר אן אז ישו די מייסד הנוצרות איז געווען א תלמיד פון יהושע בן פרחיה, (אנדערש ווי די תוס' הראש און יעב"ץ וואס האלטן אז עס איז צוויי באזונדערע מענטשן) דאן האט ער יא געלעבט פאר הלל הזקן.
שמן למאור לייבל שטילערהלל הזקן איז געווען פאר קריסטנטום.
אויב נעמען מיר אן אז ישו די מייסד הנוצרות איז געווען א תלמיד פון יהושע בן פרחיה, (אנדערש ווי די תוס' הראש און יעב"ץ וואס האלטן אז עס איז צוויי באזונדערע מענטשן) דאן האט ער יא געלעבט פאר הלל הזקן.
אפילו אויב ישו האט געלעבט פריער האט זיך די רעליגיע און דאס פארהייליגן יום לידתו אנגעהויבן סאך שפעטער.
איך ווייס נישט ווען די ענין פון ניטל האט זיך אנגעהויבן, זיכער נישט בזמן פון הלל.
ווי איז אבער געווארן דער טויש פון דעם אז מען קען נישט גיין לערנען צוליב פחד, צי דעם אז מען טאר בכלל נישט לערנען וועגן די טומאה איז גובר אויף די קדושה יענעם טאג.
#וועקעראלערט עס קען זיין א גאנץ גוטע ארטיקל פארן וועקער.
די ערשטע מקור איז די בני יששכר אין רגל ישרה.
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
דאכצעך אז קול מבשר האט גאנץ שוואך געדעקט דאס פטירה פון ר' מיכאל שניצלער ע"ה. זייער ווייניג אינטערוויוס. נאך איינער האט דאס באמערקט?
שמן למאורדי וואך ביי די ליל שיש שמועס, האט דרעזנער גערעדט געפערליכע דברי כפירה רח"ל.
ער האט גערעדט וועגן די באקאנטע מעשה פון הלל הזקן וואס איז ארויף אויפן דאך לערנען תורה. ער האט געפרעגט א קשיא אז אין די גמרא יומא לה: וואו עס ווערט געברענגט די מעשה שטייט אזוי;
אמרו, אותו היום ערב שבת היה, ותקופת טבת היתה.
קומט דאך אויס אז יענע נאכט איז געווען תקופת טבת- איז עס דאך געווען ניטל! טא וויאזוי קען זיין אז שמעיה ואבטליון האבן אפן געלאזט די ביהמ"ד און הלל האט גאר זיך געדראפעט אויפן פענסטער אין די שניי צו הערן דברי תורה, שומו שמים! עס איז דאך געווען ניטל!
א געוואלדיגע קשיא מרפסן איגרי!
האט דרעזנער געזאגט אז ער האט אנגעפרעגט ביים ידען הרב סיני מאליוויצקי, און ער האט אים געזאגט אז קשיא מעיקרא ליתא, ווייל די גאנצע זאך אז מען לערנט נישט ניטל איז א לעצטערע זאך, בערך 400 יאר אלט. און עס שטאמט פשוט פון דעם אז די גוים האבן זיך אנגע'שיכור'ט צוליב זייער חגאות, און עס איז געווען א פחד צו גיין אין גאס, איז מען פשוט געבליבן אינדערהיים און נישט געלערנט!
רח"ל אזעלכע דברי כפירה צו לאזן פאלן.... איך בין מוחה בכל התוקף!
שמן למאור: די תגובה וואלט (ענדערש) אריינגעפאסט אין די שמייכל אפטיילונג...!
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
שמעלצער ציעט שוין איבער דאס שטריקל מיטן פארגעטערן די היימישע מוזיקאנטן
צוזאמגעדרייטדאכצעך אז קול מבשר האט גאנץ שוואך געדעקט דאס פטירה פון ר' מיכאל שניצלער ע"ה. זייער ווייניג אינטערוויוס. נאך איינער האט דאס באמערקט?
6 אינטערוויוס איז ווייניג??
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
ס'איז גראדע נישט קיין סאך.
קען זיין איך בין מער "אובסעסט" מיט מיכאל ווי סתם מענטשן סא ווייסעך נישט.
[ציטאט אראפגענומען]
אויב אזוי איז דא אכט ... אכט איז בכלל נישט ווייניג .
אבער איך פארשטיי מענטשן אז זיי זענען אזוי בצער למעשה איז מיכאל געווען א לעג'ענד סאיז נישט אז ער זינגט שיין , סאיז סך מער פון דעם דערמאן דיך די גוד טיימס און די נ'יארן וואסערע פייער און ענערדזי ער האט געזינגען ביי חתונות און ער האט אנגעהויבן די גאנצע זאך פון זינגען ביי חתונות ועוד'
איך מיין ביסט אינגאנצן פאריקט?
אזוי רעדט מען?
[ציטאט אראפגענומען]
טאקע דאס איז זיין גרויסקייט אז ער איז געוועהן א וואוילע מענטש, משא"כ די א.ג. גדולי הדור.......
דער עולם איז נישט אבסעסד מיט זיין זינגען, נאר ענדערש מיט זיין פריינדליכקייט, צוגעלאזנקייט, גוט הארץ, חסד, און שמייכל פאר יעדן איד.
[ציטאט אראפגענומען]
מען האלט שוין ביי 9
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
איך מיין אז דאס האבן שלוימי זייענס אלס אפיציעלער רעדנער איז אויך היבש א שריט ווייטער
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
טיפער #
איך מיין אז דאס האבן שלוימי זייענס אלס אפיציעלער רעדנער איז אויך היבש א שריט ווייטער
גראדע מיר געווען א חידוש צו הערן ווי שלומי זאגט די וואך אויף א קליפ אז ער האט אויף קול מבשר יעדע וואך ציווישן 30 און 40 טויזענט צוהערערס! איך מיין סאיז א שטיקל נאמבער
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
אגב, וויפיל צוהערער האט קול מבשר? זיי געבן ארויס די נומבערס?
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
קול מבשר האט ארויף געלייגט אויף 1 3 לכבוד חודש אדר זייער א שיינער אינטערויו מיט א בדחן ר' ישראל קריימאן זייער א שיינער אינטערויו
ווייסט איינער מער איבער אים?
ער הערט זיך אויס צו זיין גאר א געלונגע בדחן
און אויך צו ווייסט איינער צו וועלכע גור ער באלאנגט?
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
פוילישע פעפער #

ר' יעקב
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
הער איך אביסל די אינטערוויא בארימט ער זיך מיט א מוראדיגע חידוש אז ער האט שוין אמאל אויסגעגראמט א גוי צו מצוה טאנץ ביי א חתונה פון א גר וואס די טאטע די גוי האצעך צוגעכאפט צו א מצוה טענצל...
אבער אויב אזוי אז ער באלאנגט ביי גור נדל''ן מיינעך וועט זיין סאך א גרעסערע חידוש אויב ער וועט פארציילין אז ער האט אויסגעגראמט א טאטע וואס באלאנגט ביי ר' שאול צו א מצוה טאנץ...
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
איך וואלט אייך מציע געוועהן אביסל מער אויסצופארשען פאר מ'איז מחליט
איך האב געטראפען א חבר מיינע א גערע חסיד וואס באלאגנט צו ר' שאול און ער האט מיך געזאגט אז ישראל קריימאן איז פון די באקאנטע חסידים פון ר' שאול
און שוין יארן וואס די גערע נעמען אים נישט אויף קיין מצוה טאנץ ווייל ער האט אלע יארן געהאט שייכות מיט די ראש ישיבה,
איז ביטע נישט סתם מחליט זיין קיין אייגענע החלטות.
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
פון אונזערע #
גור נדל''ן
וואס מיינט דאס (נדל''ן) ?
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
לעיזער קרויס האט זיך דעוואגט צו גיין
דעם מאנטאג א טריט ווייטער און אדרעסירן די נושא פון אינטערנעט, פארוואס עס איז 'מותר לצורך פרנסה' און צו פרנסה איז בכלל א שליסל דא.
ווי ער טענה'ט איז די היתר אויף אינטערנעט 'לצורך' און פרנסה איז נאר א דוגמא דערפאר, ער זאגט אז פאר זיך האט ער געפרעגט א דיין (נישט קיין ליבעראלע דיין - בלשונו, נאר איינער וואס איז אינוואלווד מיט די השומרים ארגעניזאציע), דער דיין האט אים געגעבן פונקטליכע גיידליינס וואס ער מעג און וואס ער מעג נישט נוצן זיין אינטערנעט פאר, און באשטעלן וואקאציעס וכדו' איז יא גענוג צורך פאר אים עס צו מעגן נוצן.
ער ברענגט ארויס וויאזוי עס איז דא איין כת אין כלל ישראל וואס האט זיך אינגאנצן מתנזר געווען פון די אינטערנעט מכל וכל, אבער לויט אים איז עס נישט קיין הלכה'דיגע חיוב און בכלל נישט דוקא געוואונטשן צו גיין קאפ אין וואנט. יעו"ש.
דא אויף זיין אייוועלט אשכול שטומט ער אפי' צו מיט איינער וואס זאגט אז די רבנים אין אמעריקע האבן לכתחילה נישט מסכים געווען מיט הרב וואזנער'ס איסור. און בכלל שיינט פון זיינע ווערטער אז ער איז מגלה טפח ומכסה טפחיים.
עס איז נאר צום האפן אז עס גייט נישט ווערן אראפגעפליקט פון קול מבשר פארן זיין צו אפען..
און באמת רעדט ער פשוט עפעס וואס יעדער טראכט, יעדער ווייסט אז קול מבשר אפערירט כמעט נאר דורכ'ן אינטערנעט, פון זלמן'ס נייעס, ביז פנחס גלויבער'ס תשובות, און פון יוסי געשטעטנער'ס 'וואויס מעסעדזשעס', ביז וועלוול שמעלצער'ס 'ידיעות', קומט אלעס דיירעקט פון די אינטערנעט און פון די טריפה'נע כלים. ס'רוב פון זיי דרייען זיך אפען מיטן סמארטפאן בפני קהל ועדה נישט נאר אין אפיס 'לצורך פרנסה'.. נאר וואס, מ'חזר'ט כסדר איבער דעם לחש פון לצורך פרנסה, מ'שטעלט דעם דיסקלעימער אז מ'זאל פארשטייט זיך פרעגן דעם 'לאקאלע רב', און מ'צענזורירט יעדער וואס האט יא בטעות געזאגט דעם ווארט טוויטער ברבים... עס איז שוין העכסט צייט צו זיין אפען מיט זיך אליין און מיט די מאסן אז אייוועלט האט גארנישט מיט פרנסה איינגעשטויסן - ניטאמאל איז עס אן אויסלופטערונג 'לצורך פרנסה' צו ארבייטן בעסער וכדו'... נאר די איסור איז א שיינע פיקציע פון רבנים (אן קיין געהעריגע
הלכה'דיגע תוקף) זיכער צו מאכן אז די עולם פארט נישט צו שנעל אראפ פון די רעלסן...
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
עמרם #
פון אונזערע #
גור נדל''ן
וואס מיינט דאס (נדל''ן) ?
נדל"ן מיינט
real estate
דאס איז געווארן די אפעצילע וועג ביי יהדות החרדות וויאזוי אנצורופען די גערע'ס
דאס קומט נאך דעם וואס זיי זענען נאר פארנומען מיט real estate א גאנצע טאג
די קהילה פון די ראש הישיבה רופט מען אן גור תורה וד"ל...
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
Yiddish 24/קול מבשר האט זיך ריברענעד איגאנצען מיט ווידיאס און פאדקעסטס וואלט געווען אינטערסאנט צי הערן די עולם׳ס מיינונג אויף דעם?
איך פערסאנלי גיי נישט פאר דעם וועגן ווידיאס קוק איך ערגעץ אנדערש ווען איך גיי ארויף דארטן וויל איך נאר הערן און נישט זיין אויסגעשטעלט צי זעהן,
על טעם וריח…..
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
תבוא עליהם ברכה
יודיש 24 איז די סאמע איינציגסטע עפפ וועלכע פארמאגט ווידעא'ס (א שטייגער ווי פאדקעסטס פון שמואלי אונגאר, עזרא באדאנסקי און נאך, ווי אויך אלע ניי ערשינענע מוזיק ווידעא'ס) און איז פארט (דערווייל) ערלויבט ביי אלע ראדיקאלע פילטערס (ווי משומר וכדומה), נעם די 24/6 עפפ פאר א ביישפיל, משומר בלאקט עס, דעריבער שטעלט זיך ארויס אז די איינציגסטע ערלויבטע ווידעא סטרימינג עפפ איז יודיש 24, איז דען דאס נישט א דערלייכטערונג פאר אלע יושבי חושך?
📎 WhatsApp Image 2024-03-07 at 1.31.56 PM.jpeg
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
Ah Blick איז אויך אפן ביי אלעס היימישע פילטערס..
ווי אויך איז אינטערסאנט וואס זיי שרייבן אז אידיש24 איז אריבער צו א נייער פירערשאפט. איז עס ריכטיג אבער נאר א וועג זיך צו אפטיילן פון די אלטרא- צענזירטע קול מבשר?
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
לאל
ס׳איז נאר א טריק אז מען זאל נישט קענען בויקאטן קאלמע, זאגן זיי אז די עפפ האט גארנישט מיט זיי.
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
אויפריכטיג #
Ah Blick איז אויך אפן ביי אלעס היימישע פילטערס..
ווי אויך איז אינטערסאנט וואס זיי שרייבן אז אידיש24 איז אריבער צו א נייער פירערשאפט. איז עס ריכטיג אבער נאר א וועג זיך צו אפטיילן פון די אלטרא- צענזירטע קול מבשר?
איך רעד פון עפפ'ס, ווי ווייט איך ווייס פארמאגט 'א בליק' נישט קיין עפפ, און as a matter of fact: משומר בלאקט יא א בליק (by default)
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
אפטימיסטיש #

מיט איין ריקוועסט איז עס אפען, און געב עס אפאר טאג און זיי וועלען דעיס אויכעט צימאכן בי דיפאלט
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
מיר האט משומר געזאגט אז זיי עפענען נישט א בליק לייו ווייל ס'איז ציונות געשטימט.
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
לאכעדיג #
מיר האט משומר געזאגט אז זיי עפענען נישט א בליק לייו ווייל ס'איז ציונות געשטימט.
'קנאים' האבן אנגעדרייט א געשיכטע אז ס'איז ציוניסטיש וועגן קליפס פון IDF סאלדאטן נאך די שמח''ת שחיטות
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
אויכעט וועגן זיי לייגן בילדער פון מהר"א...
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
אידיש 24 (צו סאיז קול מבשר אדער א צווייטן) האט א ליניע ביז ווי ער גייט, און וועלעכע ווידיאוס ער וועט יא אדער נישט לייגן.
נעם למשל די 24/6 און גיי דורך וואס זיי לייגן און נאך דעם קוק וואס 24/6 לייגט.
(נישט אז 24/6 איז א פראבלעם, נאר די פילטער קאמפעניס פילן זיך מער פארזיכערט מיט איינער וואס האט א רויטע לינע).
א בליקס וועבסייט, נעמען זיי נישט אפיציעל קיין אחריות. זיי זאגן אז עס האט נישט מיט זיי.
מיינס א באקאנטע וואס האט געהאט עפעס א פראבלעם מיט עפעס וואס איז דארט געווען, האט זיך פארבינדען מיט די אימעל וואס שטייט דארט, האבן זיי געזאגט אז עס איז א סעטעינג וואס לייגט אטעמאטיש ארויף געוויסע זאכן. (וועטעווער יענץ מיינט) ממילא האבן די פילטער קאמפעניס א פראבלעם.
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
גארטל #

וואס איז א סעטינג?
א בליק האט א סעטינג אז ס'לייגט זיך אליינס ארויף געוויסע זאכן?
געוויסע זאכן פון ווי? און וויאזוי לייגט זיך עס אליינס?
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
איך בין נישט קיין טעכנאלאגיע מבין, ממילא זאג איך נאר נאך.
איי געס עפעס א סיסטעם האבן זיי געבויט. למשל JDN האט יעצט געמאכט א נייע וועבסייט און ווי איך הער לאזן עס די פילטערס יא דורך ווייל עס מער געפילטערט וואס עס גייט ארויף.
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
אינטרעסאנט אז קיינער האט נאכנישט אויפגעמערקט.
לעיזער קרויס האט זיך גענומען שטופן די לימיטס אויף א מאסיווע פארנעם.
שוין נאכן רעדן פון אינטערנעט און אלעס אנדערש ביז אהער, האט ער זיך פאריגע וואך גענומען צום פראגע 'פארוואס מענטשן האבן קינדער'?! אן קיין דאגה איז ער אריינגעשפרינגען אין די הייסע ווארע און פשוט און גראד געצילט אין פינטל.
זיין אבזערוואציעס זענען גאנץ אינטרעסאנט - וואו ער שליסט אויס דאס אז מ'טוט עס בלויז ווייל עס איז א מצוה פער סע, אדער ווייל מ'וויל איבערלאזן א לעגעסי, ער פירט אויס אז עס איז ריין מכח די הבטחה פון ג-ט אז כלל ישראל וועט זיין א גרויס פאלק וכו'. ובאמת זענען זיינע אנאליזן און דעטאלן דעבעיטעבל איינס ביי איינס - בעיקר ווייל ער פארזעט די פשוט'ע פסיכאלאגישע מושגים דא. אבער די נושא ארויפצוברענגען פארלאנגט גאטץ.
אויב איז דאס נישט גענוג, האבן אים מאנכע פארגעהאלטן אז מ'טאר נישט פרעגן און אנרירן נושאים וועלכע האבן נישט קיין גוטע תשובה (- ווי אין זיינע אייגענע ווערטער איבער האבן קינדער), און דעם מאנטאג האט ער עס אפגעענטפערט מיט א מער ראדיקאלע סטעיטמענט (לשיטתם..) אז אין אידישקייט מעג מען אלעס פרעגן - חוץ פארשטייט זיך איבער אמונה וואס די פריערדיגע נעמען שוין אן אז נישט... עפענט ער די קארטן נאך מער..
היינט האט ער גענומען נאך א שטאפל, מיטן פארשלאגן אז אונזער שידוכים סיסטעם איז זייער פארנומען מיט די עלטערנס פרעפרענצן און דארף זיך אנשטאט מער אנהייבן צו רעכענען מיט די בחור/מיידל אליינס - וואס זיי דארפן באמת און זאל זיין מער צוגעפאסט צו זייער נאטור/געשמאק און סטאטוס. פארשטייט זיך ער זאגט נישט אז מ'זאל אנהייבן צו דעיטן ווי די מאדערנע, אבער......
איך הייב אן צו גלייבן אז ער האט באקומען דעם שם וואס מאכט זיין א רואה ואינו נראה - לויט די זאכן וואס ר' זלמן טאלערירט ביי אים...
קיפ איט אפ ר' אליעזר!!
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
שכוח פארן לאזן וויסן לאמיר עס שנעל דאונלוידן בעפאר זלמן נעמט עס אראפ....
נעקסט פאנגט ער אן צו פרעגן אמונה שאלות?
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
שפילער #
נעקסט פאנגט ער אן צו פרעגן אמונה שאלות?
אלפא #
דעם מאנטאג האט ער עס אפגעענטפערט מיט א מער ראדיקאלע סטעיטמענט (לשיטתם..) אז אין אידישקייט מעג מען אלעס פרעגן -
חוץ פארשטייט זיך איבער אמונה וואס די פריערדיגע נעמען שוין אן אז נישט