☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה

מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14974
בלאט: 1 2

אבשלום בן מעכה » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 12:01 am

· #487601
מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
פאריגע וואך (אדער צוויי וואכן צוריק - נישט קיין נפקא-מינא), האט העניך געעפנט אן אשכול אונטערן נאמען "מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז לב טהור". דארט טענה'עט העניך אין קורצן, אז דאס גאנצע וואס פעלט פאר לב-טהור, איז משפחה קרבה'שאפט צו אדמורי"ם ורבנים, אזוי אז ער זאל זיך קענען שלומ'ען, געבן די הענט, און זיי זאלן מחויב זיין צו קומען צו זיינע שמחות, און אזוי ארום קענען אנגיין ווייטער מיט זיינע מעשים תעתועים.

אין אנדערע ווערטער, אויב לב טהור וואלט פארברענט ילד שעשועים, וואלט געווען א סקאנדאל, וואלטן זיי אונטגערצינדן הייזער, וואלט אויך געווען א סקאנדאל, אבער אז א ברענד נעים טוט עס, איז מען אים מוחל למחצה ולשליש, די בילדער מעגאזינען ברענגען ווייטער די בילדער, והכל על מקומו יבוא בשלום.

היינט איז געעפנט געווארן אן אשכול, אונטערן קעפל "וועט מענדעלע מצליח זיין". דאס איז געווען נאך א דרשה וואס ער האט געהאלטן, אז מען זאל אויסהונגערן די קינדער, נישט געבן קיין פלייש וכו', בלויז ווייל מ'דארף בויען א בית-המדרש, א קנאק פון א זאך וואס זאל קאסטן 250 מיליאן שקל (איר הערט? - פארוואס דארף מען עס???).

די הנהלה איז געקומען, און נישט געזען דעם קעפל בעין יפה, ווי אויך אין דער ארטיקל, טענה'ענדיג אז פון די יסודות אין קאווע שטיבל איז זיך צו באנוצן מיט א כבוד'דיגן טיטל פאר רבנים. איך פארשטיי די הנהלה און איך גיב זיי גערעכט 100%, איך שלאג זיך נישט מיט זיי. אבער גלייכצייטיג זעה איך אויך העניכ'ס נקודה - אז דו קענסט טון וואס דו ווילסט, אבער אויב ביסטו פון די עטליכע אויסגערופענע משפחות, וועט מען דיך ווייטער מקרב זיין און דיר מוחל זיין דיינע עבירות - גייט אויך אן ביי די הנהלה. ער וועט אלעמאל בלייבן "הרב", אפגעזען וואס ער טוט.

וויל איך פרעגן: וואו איז די רויטע ליניע, וואס אויב טוט מען עפעס, ווערט מען אויס "הרב" און מען הויבט אים אן מרחק זיין? - איך פרעג סיי אין די גאס, און סיי פאר די הנהלה. וואס דארף א רב טון, וואס אויב טוט מען דאס וועט די הנהלה מחליט זיין, אז מען דארף אים שוין נישט רופן "הרב" און נוהג כבוד זיין אין אים.

(אויב דער שאלה איז צו אפן, און ס'איז נישט ניחא פאר די הנהלה, זאל מען עס ביטע אוועקנעמען.)

ליב צו וויסן » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 6:27 am

· #487614
דער מנהל האט געלייקט, האלטן מיר שוין טאקע ערגעץ...

יאסל ראקאווער » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 7:50 am

· #487618
הרב ווייל ער פאנקציענירט ווי איינס. פשוט מ'זאל וויסען פון ווען מ'רעדט. מענדעלע סתם קען מיינען אסאך מענטשען און מענדעלע וויזניצער איז סתם נישט פאסיג. אבער קענסט שרייבען הרב מענדעלע די משוגענער.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 8:37 am

· #487621
איך קען נאר געבן מיין פשוט'ע דעת בעל עגלה. דאס אז די הנהלה דא אין קאווע שטיבל האט א תקנה אז מ'מוז געבן פאר א יעדן רב, אדמו"ר אדער אנדערע שיינער יוד דעם פולן טיטל, איז א גוטע פאליסי, ווייל ווער זענען מיר צו משפט'ן איבער יענעם'ס ווערד צו טראגן א טיטל פון כבוד. אויך די מאגאזינען זענען נישט אין א פאזיציע צו משפט'ן, ווייל אנישט וועט ווערן א מין הפקירות, און א יעדער וואס קען מעגליך האבן עפעס א "גראדזש"... אקעגן סיי וועלכן מענטש וואס איז אפן פאר'ן ציבור וועט איהם באגיסן מיט די גרעסטע בזיונות און צונעמען, ואין לדבר סוף. ווער רעדט נאך אז דאס שלעפט אריין אין איסורי דאורייתא פון לשה"ר, רכילות און הלבנת פנים ברבים.

אויסדרוקן א מיינונג קען א יעדער איבער סיי וועם, דאס איז א דעמאקראטישע רעכט וואס קיינער קען נישט אוועקנעמען, אבער ס'טאר זיך נישט דערקייקלען צו א מצב וואו מ'איז פערזענליך מבזה א מענטש.

נפה » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 10:59 am

· #487635
למשל דער קעפל שטייט ברלנד, עס דארף שטיין הרב?

פאלאצ'ינטא » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 4:26 pm

· #487659
די אמת איז אז לב טמא זענען טאקע רשעים. אבער די אנערע סיי די מלמדים מנהלים רעבנים אדמו"רים זענען אויך רשעים.

די רויטע ליניע איז "מיין" "דיין" אזוי ווי עס איז אלעמאהל געוועהן. איז עס מיין רבי, מעג ער און ער איז גאר א העלד און א צדיק און א קדוש וטהור און נאך טיטלען. איז עס יענעם'ס רעבאה איז ער שיגץ שוטה בהמה חי וכו וכו

קיין שום זאך טוישט זיך נישט. ליידער דאס אוועק מאכען יענעם און נישט פארגינען יענעם איז א מכה וואס מען ליידט שוין א לאנגע צייט. און איעדער (רבי, כמעט) ליידט פון דעם.

דאס נעמט אבער נישט אוועק פון דאס רשעות פון לב טמא וועליכע מאכען די נאציס אויסזעהן ווי צדיקים

ליב צו וויסן » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 6:27 pm

· #487664
פאלאצ'ינטא


דאס נעמט אבער נישט אוועק פון דאס רשעות פון לב טמא וועליכע מאכען די נאציס אויסזעהן ווי צדיקים


דו מיינסט אוודאי "די משטרה וואס מען רופט אן נאציס"...

ארי נוהם » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 8:42 pm

· #487676
[ציטאט אראפגענומען]

במחילה, געמאלן וואסער.


אבער איידער כ'וועל צענעמען דיינע ווערטער, איז צוערשט קודאס פאר אבשלומ'ען וואס האט געעפנט דעם אשכול.

האמת אגיד, אז ווען כ'האב געזען אז דער מנהל האט צוגעלייגט דעם טיטל הרב צו מענדעלע האגער פון מרכז השוואנצונעס (כ'האב עס אויפגעכאפט זעענדיג א מאדנעם טיטל אינעם קעפל. דאן ביים ענדע האב איך געזען אז דער מנהל האט צוגעלייגט דעם טיטל, ודו"ק), איז מיר ארויפגעקומען בלוט אין קאפ.

די ערשטע זאך וואס כ'האב געקענט טראכטן איז, אז העניך האט אזוי שיין מסביר געווען די חזיריי ביי היימישע צייטונגען און מאגאזינען, און אויב אזוי פארוואס זאל קאווע שטיבל נישט זיין די ערשטע נארמאלע פלאץ וואו מ'זאל שרייבן ווי עס פאסט באמת, אנשטאט ווי עס פאסט לשם "עס פאסט".

כ'האב אפילו געקלערט פון עפענען אן אשכול דערפון, אבער כ'האב מיך אפגעהאלטן דערפון וויבאלד עס וואלט אריינגעגאנגען אינעם סוב-פארום "בחצרות הקודש", און פאר ווער עס האט נאר פארגעסן האב איך אויסגעדרוקט גאר א שארפע קעגנערשאפט צום טיטל בחצרות הקודש פאר רבי'שע הויפן. בשעתו, האב איך שוין מוחה געווען אז אזא טיטל פאסט פאר אייוועלט - און טאקע פאר אלע מאגאזינען אויף וועמען העניך האקט אזוי שטארק - אבער נישט פאר ק"ש.
דאן האט די הנהלה - מיטן אור-אלטן בת היענה מענטאליטעט - באשלאסן אז מ'זאל יא לאזן דעם נאמען, און טאקע ווי דער "הרב" אקט, איז עס א "פרינציפ" פון שרייבן רעספעקטפול-ענד-בלא-בלא-בלא.
איך האב ווידעראמאל מוחה געווען און מציע געווען א פארעווע טיטל, צולייגנדיג אז כ'זע מיך נישט באשרייבן קיין רבי'שע נושאים אין אזא פארום ווי "בחצרות הקודש", אבער עס איז געווען אין קול ואין עונה.
איך האב טאקע מקיים פסק געווען, און זינט דאן האב איך נישט געעפנט קיין איין אשכול איבער רבי'שע אנגעלעגנהייטן (און דערפאר נישט באשריבן רבי שאול'ס נסיעה, גערער פאליטיק, מענדעלע שוואנצונעס, ינוקא מסאדיגורא, א.א.וו.)

אלנפאלס, האט מיר דערפרייט צו זען אז אבשלום האט בארירט די זעלבע פונקטן.



אצינד, צו די פרישע נארישע קאפ-אין-וואנט מהלך פונעם מנהל:


1. אויב מיר זענען אלע מסכים אז עס וואלט געפאסט אויפצוהערן קויפן מאגאזינען וואס דעקן דעם שוואנצונישן אייזל, דאן האבן מיר א חזקת חברי קאווע שטיבל אויף דעם פארשוין און קולט פירער פון מרכז. איז פארוואס זיך עקשנ'ען אויפן טיטל הרב, מיטן תירוץ אז אויב נישט וועט מען נישט וויסן וואו צו ציען די רויטע ליניע? מ'זעט דאך קלאר די רויטע ליניע, והוא: א פארשוין וואס חברי הק"ש האבן זעלבסט באשלאסן אז ער איז "אנדערש" פון אלע אנדערע אנגעבליכע "הרב'ס" למיניהם.

וזה לך האות: העלבראנץ און בערלאנד קריגן נישט קיין הרב ביי קיינעם - סיידן, מעגליך, דער מנהל ופלארעליסטן בדומה לו (ווי ערווענט שפעטער) - וויבאלד זיי זענען אפגעפרעגט ביי אלעמען. אמת טאקע אז דארט זענען זיי אפגעפרעגט אויך אין גאס, אבער הא גופא קא אמרינן: מ'קען באשליסן אז פלוני איז א שייגעץ, א מנוול און נישט קיין הרב, און אויב מיר באשליסן דאס אויפן איינגעשרימפענעם בויך און מח פון מרכז, דאן היינו הך.


2. ווער בעט פון די הנהלה צו זיין די arbiters of truth? נאכמער, ווער גלייבט אז ענק זענען טאקע די arbiters of truth? פארקערט גאר, אויב ענק וואלטן זיך פאררעכנט אלס די arbiters of truth וואלט מען געדארפט אפפוצן פון ק"ש, ווייל אט דאס טוט דאך די הנהלה אויף א"וו וואס האלטן זיך יא פאר די arbiters of truth (און דערפאר קענען זיי חוסם זיין, מעקן, צענזורירן, באשמוצן און טון וואס אימער זייערע הייליגע אויגן און שכל דיקטירט).

אדרבה, מיר בעטן אז ענק זאלן ניטאמאל זיין די וואס זאלן באשליסן אז עס קומט זיך די טיטל הרב פאר יעדן מנהיג בישראל. דער אמת - truth איז, אז פאר אזא בריה משונה ווי מענדעלע קומט זיך נישט דער טיטל הרב, און אויב שרייבט מען אויף אים הרב איז עס היפך האמת און טאקע אזא עולם השקר ווי דער מאגאזין וואס דעקט מענדעלע נעבן אן אמת'ער ערליכער איד.

והיה כי ישאלך המנהל, ווער באשליסט וואס איז דער אמת? ואף אתה אמור לו כהלכות אינשין גובראין, אז מ'זעט וויאזוי די ניקס זעלבסט באציען זיך צו די פארשוינען, און דאס פסק'נט אויס ווער זיי זענען (וכמובן מיט באגרעניצונגען, למשל די סאטמארע ברידער קענען נישט אויסגע'פסק'נט ווערן דורך די חסידים פונעם אנדערן ברודער...)


3. נאכמער קלאפט דאס אויס ביים קומענדיגן זאץ: "דערפאר טאקע זענען מיר מקפיד אז יעדער רב/רבי ממש, אפילו גאר עקסטרעמע און גאר ליבעראלע, זאלן באקומען א טיטול". אין אנדערע ווערטער, אויב אבי ווייס איז א רב אין ריווערדעיל דאן קומט זיך אים דער טיטל הרב - אפגעזען אז צוליב זיינע ליבעראלע מיינונגען זענען רוב ארטאדאקסישע רבנים ארויסגעקומען גאר שארף קעגן אים, און אים אויסגעשלאסן פונעם אנגענומענעם ארטאדאקסיע. אויב איך וועל נישט שרייבן הרב, באגיי איך אן אומרעכט לויט די הארבע פארהייליגטע כללים פון ק"ש.
ומכלל זה אתה שומע אז אפילו מושחתים און טעראריסטן, מוזן קריגן דעם טיטל, כדי שלא להבחין בין דם לדם ובין דין לדין, בין נגע לפגע ובין מצורע למנורה הטהורה.

עס בלייבט נאר איבער צו וויסן אויב פרויען ראבייס - נישט רעפארמער ח"ו נאר היימישע נסמכות דורך אבי ווייס - דארפן אויך קריגן דעם טיטל הראביי/רבנית, אדער מ'קען מקיל זיין? ווייל ליידער ליידער איז די הנהלה נישט די arbiters of truth, און אפשר דארף מען זיי אויך באטיטלען אלס הרב? ואימא איפכא, אז ענדליך האט מען געטראפן א "לאך" אין חוקת בית הקפה, וויבאלד זי איז נישט קיין "הרב" נאר א "הרבנית", און אויף איר איז נישט גילטיג דער פארהייליגטער כלל.

בקיצור, אם אין דעת הבדלה מנין.

ואם יש דעת - ברור שיש להבדיל בין קודש לחול ובין טמא לטהור ובין שוואנצונעס לסתם כבוד שמעקער.


4. דאס פרובירן איינצופעדימען די זעלבע הנהגה אפילו ביי העלבראנץ, איז עפעס וואס דער מנהל דארף זאגן מיט א געבויגענעם קאפ, קריעה-געריסענעם העמד, ועל שפם יעטה וטמא טמא יקרא. א שאנדע און א בושה. דאס איז עפעס א "הנהגה"? א מנהג טוב? א שכל'דיגע זאך? א מענטשליכע זאך? עפעס וואס מאכט סענס? עפעס וואס פאסט? עפעס וואס פארענטפערט גאר די קאפ-אין-וואנט קו ביי שוואנצונעס צי סיי וועלכע מושחת?

והוא לפלא, אז אנשטאט איינגראבן דעם פנים און ווארטן אז א צווייטער זאל אויסגראבן דעם פלעק פון העלבראנץ, צו צייגן אז מ'מוז אליינס באשליסן ווער עס איז א הרב און ווער עס איז א ימ"ש, אפגעזען צי מ'איז א "מנהיג בישראל", גייט גאר דער מנהל און פארטיידיגט זיין אומגליקליכער באשלוס מיטן צייגן אז "אפילו" העלבראנץ קריגט א הרב מטעמם?

שעים אן יו פיפל!

נאכדעם גייט העניך דארפן מאכן צד השוה'ס און קרעכצערייען, אז אונזער פארשאלטענע סיסטעם האט נישט ארויסגעשטויסן דעם מושחת און יענעם קולט פירער, אזויווי מ'האט געטון מיט די רשעים פון לב טהור. הנהלה הנהלה, וואו זענט עטס?! עטס זענטס נאך ערגער פון די היימישע מאגאזינען! זיי וואלטן נישט געדעקט העלבראנץ, און דו שרייבסט אז אפילו העלבראנץ דארף קריגן דעם פארשמייליגטן "הרב", למען לא יחסר המזג.


5. אין א זייטיגן נאטיץ, פארשטיי איך נישט פארוואס פונקט דעם סעיף קטן מתקנות ק"ש דארף מען אזוי שטרענג אינפארסירן, און אנדערע תקנות ווערן שטענדיג אויסגעמיטן און אפילו איבערגעטראטן בריש גלי. איך געדענק אז צווישן די תקנות זענען געווען שטרענגע אינפארסירונגען קעגן א טראלל; נישט רעדן קעגן ארטאדאקסישער מהלך אין אידישקייט ואמונה; נישט לייגן בילדער פון פרויען, און נאך.

גראדע בין איך צופרידן פון רוב זאכן וואס מ'פייפט אריין אין די תקנות, אבער למען ה' פארוואס פונקט ביי דעם צודרייטקייט פון באטיטלען מטורפים אלס "הרב" צוליב דאס זיין א מנהיג, לויפט מען גלייך אריין אינעם שולחן ערוך הלכות ק"ש, צו זען ווי דער מחבר אסר'ט דאס שרייבן א נאמען אן א טיטל? לאז געמאכט! אין עברית זאגט מען "הציבור אמר את דברו", און אין אראמיש זאגט מען "פוק חזי מאי עמא דבר".

ולא תהא כהנת כפונדקאית, אויב מעג מען טאדלען ארטאדאקסיע מעג מען באטיטלען א שוואנץ בשמו הטוב ההולך לפניו.


6. לעסט באט נאט ליעסט: נאר א גולם וועט נישט שמעקן אז דאס איז דער זעלבער קו פון פארשאלטענע פלארעליזם במעטה של צדק. לאמר, אזוי צו זאגן - יעדער וואס "איז א מנהיג" דארף א טיטל. פערטיג. גיי קראך ניסלעך.

ס'איז אזא דין אזא, אזויווי צו זאגן אז יעדער דארף קריגן די זעלבע געריכט סיסטעם (אויך טעראריסטן), יעדער דארף ווערן די זעלבע באטראכט אין גאס דורך פאליציי און אין לופטפעלד דורך אויפזעער (ראסע-פראפילינג און איסלאמאפאביע איז חזיר-טרייף), יעדער פליט פון יעדע לאנד דארף ווערן אריינגענומען (אויך פון טעראר געשלאגענע לענדער). עס איז אן אויטאפישן וועלט אויסקוק וואו אלס איז שיין און גלאנציג, און יעדער איז וואויל און א הרב. רעכט און לינק זענען צענטעריסטן, וגר זאב עם כבש ושוואנצונעס עם חובבי תורה מריווערדעיל.

מ'פארמאכט די אויגן ווי א בת היענה, מ'פארקויפט זיך אלס צדיק וואס וויל ח"ו נישט זיין בגדר arbiter of truth, מ'סקרוט וואוילע אידן מיט כבוד לעקערס, און צדיקים מיט רשעות'דיגע ימח-שמו'ניקעס, העיקר - איך בין בעסער, קלוגער, אריסטאקראטישער, אינטעלעקטואלער, ווי דער עמך-איד וואס באטיטלט דעם אלס מושחת און יענעם אלס מנוול. איך האב וועליוס, איך האב שיטות, איך האב מיינונגען, איך געב א הרב פאר יעדער בן בליעל (תרתי משמע) וואס פירט א קהילה.

והוא הוא אשר אמרנו מיטן גרויליגן טיטל בחצרות הקודש אויף רבי'שע הויפן. אין בין בחצרות הקודש לבין החול ולא כלום, מ'דארף גאר מאכן הבדלה בין בחצרות הקודש לקודש, אבער דער עיקר איז אז איך בין "קלאסיש", מענטשליך, אינטעליגענט. איך האב א פלארעליסטישע סיסטעם און איך אינפארסיר נישט קיין שארפע החלטות ווייל איך בין העכער פון אלעס. איך בין ח"ו נישט קיין arbiter of truth!

קהל'ס נער » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 8:59 pm

· #487678
ר' ארי: זאגסט זייער גיט אידיעלאגיש, למעשה קענסטו נישט אנהייבן מבחין זיין בין דם לדם, אז יא וועט גאנץ ק"ש ווערן א צימעס, מען וועט זיך רייסן וועימעס רבי איז הייליגער און פארוועים ס'קומט זיך וועלכע טיטל און מען וועט קענען טוישן די נאמען פין ק"ש צי צימעס שטיבעל.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 9:45 pm

· #487681
קהל'ס נער: ס'איז נישט דא וואס מוסיף צו זיין אויף דיינע ווערטער...You summed it up very well...Thank You...!

כוכב » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 11:21 pm

· #487688
ר' אהרן טייטלבוים איז אויך א רשע א בלוט צאפער וואס לאזט נישט אנדערע מענטשן מסדר קידושין זיין און פארשעמט פארפעלקער.
גערער רבי איז א רשע ווייל ער טעראריזירט די מענטשהייט און כאפט אוועק קינד.
ר' בנציון איז אן אני ואפסי שארלאטאן, א געלטגייציגער הונט וואס ווייסט נאר פון זעך זעך זעך און באהאנדלט זיין עולם ווי קליינע קינדער.
סקווירער רבי איז א מאנסטער.
קלויזנבורגער רבי איז פסיכאפאט וואס קאקט אויף זיין עולם און פארגינט נישט אז זיין ברודער אטעמט.
ינוקא מסאדיגורה איז א תינוק ואפרוח שלא נפתחו עיניו.
בעלזער רבי איז א קאמפאלסיוו משוגענער וואס אין בו לא תורה ולא יראת שמים.. אלא גאווה ואנוכיות.
רחמיסטריווקא רבי פון ארה"ק איז אן אומבאלאנסירטער מענטש וואס באלאנגט אין אן אינסטיטוציע.

אזוי קען מען אויסרעכענען נאך און נאך פון אונזערע צדיקים וקדושים וואס א באדייטנדע טייל פון זיי זענען מענטשן וואס סקומט זיך נישט קיין רעספעקט צוליב זייער ערך עצמי נאר צוליב דעם פאקט אז זיי פארטרעטן א קהילה. פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען מ'איז מכבד דעם אמעריקאנער פרעזידענט גיט מען נישט כבוד פאר דעם ספעציפישן מענטש נאר מ'איז מכבד דעם אמעריקאנער פאלק. ברייטער גערעדט, זע איך ניש בעקרון אז הרב מענדעלע זאל זיין צופיל אנדערש, ער איז פשוט אביסל מער משוגע און וויינגער געפילטערט און מער קאמפאלסיוו.

מיט אלע טענות און מענות איז נאך אלץ זייער אין פלאץ קאווע שטיבל'ס תקנה אז מ'זאל שרייבן הרב אפילו אויף מענטשן פון וועמען מ'האלט נישט, פשוט צו קענען פירן ציוויליזירטע שמועסן און באהאנדלען מיט מינימאלע רעספעקט מענטשן וואס האבן אפיציעלע פאזיציעס בקרב מחנינו, ווי אויך אז מיטגלידער פון די ספעציפישע קהלות זאלן קענען שפירן זיך דא באקוועם און א סקווירער חסיד זאל נישט דארפן ליינען "דודל" אויף זיין רבי און א וויזשניצער חסיד זאל נישט דארפן ליינען "מענדעלע" אויף זיין רבי.

דערפאר ווייס איך נישט על מה יצא הקצף פון אונזער ארי החי, יא, מ'קען טרעפן פעלער ווי ס'ווערט נישט קלאר אויב די הלכה אפעלירט און מ'קען פירן א דעבאטע צי מ'דארף שרייבן הרב אבי שטיין אדער הרבנית אבי שטיין, אבער זיך ארויפכאפן אויף יוצא מן הדופנ'דיגע פעלער איז אינו מן החכמה ווען די תקנה דינט א גוטע און נארמאלע צוועק.

וועגן בחצרות הקודש, מיך שטערט עס נישט ווייל יעדער ווייסט אז ס'מיינט ביי קיינעם גארנישט און זיכער נישט אויף קאווע שטיבל. ס'איז פשוט א פארעם פון אידענטיטעט גענוי ווי מ'שרייבט אויף א רבי כ"ק אדמו"ר שליט"א וואס מיינט גארנישט באשיינפערליך נאר א סארט אידענטיפיקאציע אז יענער שפילט רביסטעווע. אז דו ווילסט דוקא קענסטו זאגן ס'איז מלשון איה הקדישה. צו גוזר תענית דיבור זיין זעט מיר אויס ווי אן איבערגעטריבענע רעאקציע און א שיינעם שטורעם אין א גלעזל קאווע.

בכל אופן, אז פאר'ן ארי החי באדערט עס אזוי שטארק זע איך נישט פארוואס מ'זאל זיך עקשנען דערויף אויך נישט. ס'איז בכלל נישט וויכטיג און מ'קען רואיג טוישן מצידי דעם פארעם צו בחצרות החסידים אדער בחצרות האדמורי"ם אדער בחצרות הקהלות וכדו'.

יאסל ראקאווער » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 12:09 am

· #487693
די טעות (און כעס) קומט פון דעם אז מ'מיינט אז הרב מיינט א ערענסטע מענטש. הרב איז א טיטעל פונקט ווי איינער זאל זאגען פרעזידענט (טראמפ) אדער דאקטאר (קארקאווין) אדער דער שופט (אש) אדער דער בית דין (התאחדותַ) דער מקובל (פינטא) וכו' וכו'

ס'איז א פאקטישע טיטעל. ער איז א רב. א משוגענע רב. פונקט ווי מטורף סאסיעפעט פרעזידענט טראמפ, אדער א דאקטאר death קארקאווין אדער די Judge Ash וואס איז אינדייטעד יעצט אדער א בית דין פון התאחדותַ וואס איז בפומבי מכיר פנים במשפט אדער א סקעם ארטיסט מקובל פינטא אדער א משוגענע הרב מענדעלע. מ'פאלירט נישט טיטעל ווייל מ'איז נישט מער ראוי דערצו. ס'איז א פאקט. דער גראבער קאני. ער קען זיין א צדיק אדער א רשע. ער איז א גראבער.

הרב מענדעלע האגער השם ישלח לו רפואת הנפש בקרוב ממש

און יא, ווען רב\רביצן שטיין האט פארענטשעס מיט מענטשען וואס קלאפן און פאטשן פאר אים\איר קען מען אויך זאגן הרב\רבנית. ווענט זיך וואס די קהלה באקרוינט עס מיט.

ווען מענדעלע איז א משוגענער וואס וואוינט אין פתח תקווה און נאר דארט קלאטש מען פאר אים, שרייבט מען נישט דא הרב אויף אים. נאר אין די המספיק גאזעט.

וואס יא? ליידער זענען זיינע חסידים בלינד צו פארשטיין אז ער באלאנגט אין ברידערהיים ביי המספיק און ס'איז א גרויסע רחמנות אויף זיי.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 1:18 am

· #487700
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
איך האלט ס'איז גאר א מעלה אז מ'נוצט רב פאר יעדן משוגענער, אזוי וויסט מען אז די אלע מיטן טיטל רב מיינט נישט גארנישט.

איי וואס איז מיט די וואס זענען באמת ראוי צום אריגינעלען באדייט פונעם כינוי? אזא איינער איז שוין גדול מרבן שמו ושמו הולך לפניו און דארף נישט קיינע טיטלען (למשל שאול אלטער).

פלאנטעליי » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 7:23 am

· #487711
איך בין מיט די הנהלה, עס מיז זיין רעספעקט פאר עני מנהיג וואס האט מער ווי 10 מענטשען!

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 8:06 am

· #487712
פלאנטע (מארעיטוס) ליי, כצ"ל: איך בין מיט דיר 100%...!

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 9:24 am

· #487715
פלאנטעליי
איך בין מיט די הנהלה, עס מיז זיין רעספעקט פאר עני מנהיג וואס האט מער ווי 10 מענטשען!

און וואס טוט זיך מיט 9 מענטשן?

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 9:27 am

· #487716
יאסל ראקאווער
די טעות (און כעס) קומט פון דעם אז מ'מיינט אז הרב מיינט א ערענסטע מענטש. הרב איז א טיטעל פונקט ווי איינער זאל זאגען פרעזידענט (טראמפ) אדער דאקטאר (קארקאווין) אדער דער שופט (אש) אדער דער בית דין (התאחדותַ) דער מקובל (פינטא) וכו' וכו'

ס'איז א פאקטישע טיטעל. ער איז א רב. א משוגענע רב. פונקט ווי מטורף סאסיעפעט פרעזידענט טראמפ, אדער א דאקטאר death קארקאווין אדער די Judge Ash וואס איז אינדייטעד יעצט אדער א בית דין פון התאחדותַ וואס איז בפומבי מכיר פנים במשפט אדער א סקעם ארטיסט מקובל פינטא אדער א משוגענע הרב מענדעלע. מ'פאלירט נישט טיטעל ווייל מ'איז נישט מער ראוי דערצו. ס'איז א פאקט. דער גראבער קאני. ער קען זיין א צדיק אדער א רשע. ער איז א גראבער.

זייער א שיינע הסבר, וואס טוט זיך אבער אויב איינער שרייבט נאר טראמפ, און נישט צוגעלייגט דעם ווארט פרעזידענט בעפאר? דארף מען דאס מתקן זיין? אדער קען זיין אז די הנהלה איז נאר מקפיד אויף אידישע טיטלען?

אגב איך בין מוחה אויף די משל פון קאני. פאסט נישט.

פלאנטעליי » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 9:31 am

· #487717
שמעקעדיג
פלאנטעליי
איך בין מיט די הנהלה, עס מיז זיין רעספעקט פאר עני מנהיג וואס האט מער ווי 10 מענטשען!

און וואס טוט זיך מיט 9 מענטשן?

תפסת מרובה לא תפסת... און די 10 מענטשן איז נישט קינדער און איידימער….

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 9:32 am

· #487718
איך גלייב אז א גרויס חלק פון די טענה דא איז אלס די אינהערענט עמבּיגיוּאיטי אינעם באדייט פונעם טיטל ״(ה)רב״:

1) צי עס איז פשוט אזוי ווי א דעניגרעישאן פון א אידישע רעליגיעזע ״מנהיג/מורה דרך״

2) אדער איז עס אן האנאריפיק פון עפעס וואס צייגט אויף די קוואליפיקאציעס פונעם אינדיווידואל און זיין זיין ראוי און געבט לעדזשיטימיסי.

עס איז אבער בעצם א שילוב פון זיי צוויי און פון דעם וואקסט ארויס די קאנטראווערסיע.

והיינו, עס איז נישט נאר ״מנהיג״, וואס דאן איז די הנהלה כמובן גערעכט, ווייל דאן דארף מען עס דאך געבן אפילו צו רעפארמער - זיי זענען למעשה ״וואליד״ אידישע רעליגיעזע מנהיגים כנ״ל עפ״י הרב דר. לאם ז״ל. ואפילו אויך צו ״מנהיגים״ פון אידישע רעליגיעזע קולטס. ואלא מאי אז דאס מיינט נאר א ״מנהיג״ ביי ארטאדאקסן [עכ״פ איינמאל מען איז טאקע מגדיר ווער און וואס איז (נאך) ארטאדאקס משני הצדדים], א ״לעגיטים״ מנהיג וכנ״ל. אבער דאן איז דאך דאס שוין לכאורה אטאמאטיש כולל ״לעגיטים״ אלס א קריטעריאן מיניה וביה און צי דער אינדיווידואל איז ראוי דערצו; די צווייטע דעפיניציע פונעם טיטל.

ליב צו וויסן » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 9:56 am

· #487719
בראווא!!!
(אן נעמען דא א דירעקטע זייט אין די מחלוקת צווישן ארי און דער מנהל)
מיר האבן דערלעבט!!
מיר האבן א היימיש וועבזייטל -וואס נישט נאר קען מען שרייבן וואס מען וויל- נאר מען קען אפילו "אטאקירן דעם מנהל" פערזענדליך אן קיין קאנסעקווענצן און צענזור.
קודאס פאר קאווע שטיבל!

חסיד פון ליטא » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 11:21 am

· #487724
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
לענ"ד זאל יעדער מעגן שרייבן וועלכע טיטל ער וויל אדער נישט שרייבן קיין שום טיטל אויף וועם אימער.

ממה נפשך, אויב זענען טיטלען מוכיח עפעס, דאן וויזוי מעגסטו צולאזן אז א שוטה ורשע זאל קריגן א טיטל וואס וועט אים באשיינען?
אלא מאי איז עס גארנישט, אי משום הא וואסארא נפק"מ וועט אויסמאכן וועלכע טיטל (גארנישט) דו גיבסט אדער גיבסט נישט פאר סיי וועם?

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 11:52 am

· #487726
ליב צו וויסן
בראווא!!!
מיר האבן א היימיש וועבזייטל -וואס נישט נאר קען מען שרייבן וואס מען וויל- נאר מען קען אפילו "אטאקירן דעם מנהל" פערזענדליך אן קיין קאנסעקווענצן און צענזור.
קודאס פאר קאווע שטיבל!

רעדט דיך איין אז עס הערשט נישט דא קיינע עליטע פריווילעגיעס. כקען דיר ווייזן מער פון איין אישי פונעם מנהל/סדרן אז ער וועט מיך אויסשפארן טאמער איך שרייב קעגן עם ברבים.

סמבטיון » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 12:31 pm

· #487729
כוכב, איך קען פארשטיין דיין פוינט אן דו זאלסט דארפן עפענען דיין גרויליגע פיסק און אזוי רעדן אויף גרויסע און חשובע רעבעס פון די היינטיגע דור.
איך וואלט דיר געראטן עס אויסצימעקן, אבער אויב דיין וויסטע שנאה קעגן די אלע אדמורים שטייגט איבער דאן לאז עס.

און צום עצם דיבעיט דא, זעה איך נישט פארוואס מען דארף זיך פארעקשנן צו זאגן הרב אויף העלברנץ , פאר וועם מאכט עס אויס? די חילוק פון איינער וואס איז א קלענערע רבי אדער גרעסער איז גאר ווייט ווי איינער ווי העלבראנץ למשל וואס איז אפגעפרעגט ביי יעדע רעכטדענקינדע מענטש.

אבשלום בן מעכה » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 1:30 pm

· #487732
ארי נוהם; וואס איז די הלכה מיט "מורינו ורבינו" פון קאווע שטיבל. קומט אים א "הרב", אדער אים מעג מען רופן "מורינו ורבינו" אליין?

עה, סתם א דזשאוק.

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 5:16 pm

· #487744
אבשלום בן מעכה
ארי נוהם; וואס איז די הלכה מיט "מורינו ורבינו" פון קאווע שטיבל. קומט אים א "הרב", אדער אים מעג מען רופן "מורינו ורבינו" אליין?

עה, סתם א דזשאוק.
טיפע קאמבעק.

נחמד » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 5:42 pm

· #487747
דער פותח האט געמיינט צו שרייבן מיר זענען ''נישט'' אויפגעשוידערט, לכאורה? בין איך גערעכט?

ליב צו וויסן » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 6:34 pm

· #487752
איך אויך
ליב צו וויסן
בראווא!!!
מיר האבן א היימיש וועבזייטל -וואס נישט נאר קען מען שרייבן וואס מען וויל- נאר מען קען אפילו "אטאקירן דעם מנהל" פערזענדליך אן קיין קאנסעקווענצן און צענזור.
קודאס פאר קאווע שטיבל!

רעדט דיך איין אז עס הערשט נישט דא קיינע עליטע פריווילעגיעס. כקען דיר ווייזן מער פון איין אישי פונעם מנהל/סדרן אז ער וועט מיך אויסשפארן טאמער איך שרייב קעגן עם ברבים.


אין לו ל.... אלא מה שעיניו רואות...

yn.NY » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 10:18 pm

· #487766
מאך זיכער
פאליטיקאנט
איך האלט ס'איז גאר א מעלה אז מ'נוצט רב פאר יעדן משוגענער, אזוי וויסט מען אז די אלע מיטן טיטל רב מיינט נישט גארנישט.

איי וואס איז מיט די וואס זענען באמת ראוי צום אריגינעלען באדייט פונעם כינוי? אזא איינער איז שוין גדול מרבן שמו ושמו הולך לפניו און דארף נישט קיינע טיטלען (למשל שאול אלטער).

למשל שאול אלתר... ארויסגעברענגט אין איין נאמען. #איילייקדעט.

מיין רבי און חדר פלעגט זאגן אז די תנאים ואמוראים וואס מ'רופט ביים נאמען אן א טיטל, זענען אסאך הייליגער! למשל אביי, רבא וכו'...

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג דעצעמבער 9, 2021 11:05 pm

· #487772
איך וועל צולייגן מיינע צוויי צענט. קודם דארף מען עפרישיעיטן די פלאץ אז מען קען שרייבן וואס מען וויל איבער אלע הייליגע און אומהייליגע צדיקים. אפגעזען וועלכע טיטל מען געבט, איז דער עיקר מען זאל וויסן דער אמת וואס זיי זאגן און טוען, און דאס מאכט אסאך מער אויס. פארשטייט זיך אויב די בילדער אויסגאבעס וואלטן געברענגט די הייליגע ווערטער פון די הייליגע רבי למשל, וואלט קיינער נישט געהאט קיין פראבלעם אויב זיי שרייבן שיינע טיטלען, ווייל יעדער וואלט געקענט אליין זען זיין חשיבות, און מחליט זיין אויף וועם ער וויל ארויפקוקן.

למעשה דארף די הנהלה אראפלייגן עפעס א ליניע וויאזוי צו באטיטלען אנדערע. איך וואלט געזאגט אזוי, וויבאלד די עיקר סיבה פארוואס אזא תקנה פעלט זיך אויס, איז צוליב די ווייטאג וואס עס קען שאפן צו געוויסע מיטגלידער אינעם שטיבל, ווען זיי ליינען די וועג וויאזוי מען באציט זיך צו זייער מנהיג. דארף מען מקפיד זיין אויף די תקנה נאר אין אזעלכע פעלער ווען עס איז דא א מעגליכקייט אז די אנהענגער פון די מנהיג דרייען זיך דא. און דאס איז לכאורה גילטיג פאר אלע וואס ווערן געדעקט דורך די היימישע פאפוראצי.

צפור בודד » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 2:47 am

· #487775
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
אין @ארי נוהם אלא מתוך חצרות הקודש וואס איז דאך למעשה סך הכל א קופה של בשר. איך האב אים געלייקט נישט ווייל איך בין מסכים מיט יעדער ווארט (כאטש אויף "בחצרות הקודש" בין איך טויזנט פראצענט מיט אים) נאר ווייל איך האב הנאה פון זיין פאשען און ברען און די שעה צוויי וואס ער האט אוועקגעגעבן צו שרייבן זיין מיינונג.

למעשה איז דער כלל צו קאנצענטרירן אויף די ארגומענטן און נישט אויף נארישע פוינטס צו קענען זאגן בערעלע אדער דוד'ל רוצח און סתם אויפברויזן מענטשן. איך האלט אז א נאמען אליין איז כשר כל זמן סאיז נישט בזלזול וגדול מרבן שמו. מיר זענען דאך פארט א קאווע שטיבל און "מענדעלע" זאגט מען אין ק"ש ברחבי העולם. ס'איז שווער צו געבן א כלל ווייל עס ווענדט זיך אויך אין לשון בני אדם. אפילו מיט א טיטל שטעל איך מיך פאר אז ר' יואלי'ש איז כשר, ר' יואל'י נישט אאז"וו.

עס איז אויך לאו דווקא רבי'ס. מיך האט געפיקעוועט פיר יאר צו זען כסדר דער אשכול "טראמפ יר"ה" און ס'האט זיך מיר געגלוסט אויפצומאכן אן אשכול "טראמפ ימ"ש" צו זען צי מ'וועט עס צושליסן. איך האב מיך איינגעהאלטן און דאכט זיך מיר אז קיינער האט נישט דערלייגט.

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

צפור בודד » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 3:06 am

· #487776
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
[ציטאט אראפגענומען]


הנה כמה הצעות:
רבי'שע נייעס
שטיבל נייעס
חסידים שמועסן
אין דעם רבי'נס הויף
רבי'שע פאליטיק
לעקיך און בראנפן
קהל חסידים
על הצדיקים


Sent from my SM-G981B using Tapatalk

פערינא » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 8:01 am

· #487782
שמעקעדיג
יאסל ראקאווער
די טעות (און כעס) קומט פון דעם אז מ'מיינט אז הרב מיינט א ערענסטע מענטש. הרב איז א טיטעל פונקט ווי איינער זאל זאגען פרעזידענט (טראמפ) אדער דאקטאר (קארקאווין) אדער דער שופט (אש) אדער דער בית דין (התאחדותַ) דער מקובל (פינטא) וכו' וכו'

ס'איז א פאקטישע טיטעל. ער איז א רב. א משוגענע רב. פונקט ווי מטורף סאסיעפעט פרעזידענט טראמפ, אדער א דאקטאר death קארקאווין אדער די Judge Ash וואס איז אינדייטעד יעצט אדער א בית דין פון התאחדותַ וואס איז בפומבי מכיר פנים במשפט אדער א סקעם ארטיסט מקובל פינטא אדער א משוגענע הרב מענדעלע. מ'פאלירט נישט טיטעל ווייל מ'איז נישט מער ראוי דערצו. ס'איז א פאקט. דער גראבער קאני. ער קען זיין א צדיק אדער א רשע. ער איז א גראבער.

זייער א שיינע הסבר, וואס טוט זיך אבער אויב איינער שרייבט נאר טראמפ, און נישט צוגעלייגט דעם ווארט פרעזידענט בעפאר? דארף מען דאס מתקן זיין? אדער קען זיין אז די הנהלה איז נאר מקפיד אויף אידישע טיטלען?

אגב איך בין מוחה אויף די משל פון קאני. פאסט נישט.


קאני ז"ל פלעגט זיך אליין רופען ביי די נאמען. "דער גראבער קאני האט ליב צי..." מיט א שם של חיבה.

איך גיב א נאמן איידיע פאר יענע אשכולות: בחצרות ישראל. ווייל ס'קאווערט פאליטיקס ביי ליטווישע און ספרדי'שע אויך. התאחדות החצרות.

פון מיין קוק ווינקל איז עס בחצרות הצאן און די פסוק רופט אונז אויך אן צאן. צאו לך בעקבי הצאן. אבער דא איז עס מער אויף א פשוט פשט אויך.

החוקר » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 9:40 am

· #487786
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
צפור בודד
מיך האט געפיקעוועט פיר יאר צו זען כסדר דער אשכול "טראמפ יר"ה" און ס'האט זיך מיר געגלוסט אויפצומאכן אן אשכול "טראמפ ימ"ש" צו זען צי מ'וועט עס צושליסן.


אויב איך האב נישט קיין טעות, האב איך אויפגעמאכט דעם אשכול "טראמפ יר"ה". אז די וועסט קוקן אויף מיינע תגובות וועסטו זעהן, אז איך בין ווייט נישט קיין טראמפ שטיצער. נאר נעכטן אין אפיס האב איך געפירט א קופקע קעגן א כאפטע קאלעגן, אים אראפצורייסן.

נאר וואס דען, פונקט ווי דא, האט ער פארדינט דעם טיטל אלס די שטעלע וואס ער האט פארנומען און נישט אלס זיין פערזענליכקייט.

החוקר » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 9:46 am

· #487787
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
@אנאנים פארוואס איז "אין דעם רבי'נס הויף" נישט די פארווע פון בחצרות הקודש?

החוקר » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 9:47 am

· #487788
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
וואס איז מיט "חסידישע הויפן"?

צפור בודד » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 9:51 am

· #487789
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
[ציטאט אראפגענומען]
אין "על הצדיקים" שטקט איראניע אויף א שטייגער וואס פעלט אין "בחצרות הקודש".

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

יין שרף » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 11:14 am

· #487791
[ציטאט אראפגענומען]

חצרות ודי זהב

פאליטיקאנט » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 11:32 am

· #487792
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
איינער האט שוין געטראכט פון "צימעס"?

א חסיד פון ווילנא » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 12:39 pm

· #487793
כוכב
ר' אהרן טייטלבוים איז אויך א רשע א בלוט צאפער וואס לאזט נישט אנדערע מענטשן מסדר קידושין זיין און פארשעמט פארפעלקער.
גערער רבי איז א רשע ווייל ער טעראריזירט די מענטשהייט און כאפט אוועק קינד.
ר' בנציון איז אן אני ואפסי שארלאטאן, א געלטגייציגער הונט וואס ווייסט נאר פון זעך זעך זעך און באהאנדלט זיין עולם ווי קליינע קינדער.
סקווירער רבי איז א מאנסטער.
קלויזנבורגער רבי איז פסיכאפאט וואס קאקט אויף זיין עולם און פארגינט נישט אז זיין ברודער אטעמט.
ינוקא מסאדיגורה איז א תינוק ואפרוח שלא נפתחו עיניו.
בעלזער רבי איז א קאמפאלסיוו משוגענער וואס אין בו לא תורה ולא יראת שמים.. אלא גאווה ואנוכיות.
רחמיסטריווקא רבי פון ארה"ק איז אן אומבאלאנסירטער מענטש וואס באלאנגט אין אן אינסטיטוציע. .

אינטערסאנט, באמערקט אז פון אפאר חסידות ווי עס איז דא צוויי רבי׳ס האט כוכב נאר דערמאנט איינע אין זיין משל

זעט אויס אז ער האט אויך זיינע רבי׳ס וועם ער האט ליב
אדער וועם ער האט נישט ליב.

תרמב » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 12:41 pm

· #487794
אינטערסאנט אז פונקט דו האסט זיך יעצט אויפגעוועקט.........

א חסיד פון ווילנא » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 pm

· #487795
תרמב
אינטערסאנט אז פונקט דו האסט זיך יעצט אויפגעוועקט.........

נישט געוויסט אז מ׳ דארף פון דיר בעטן רשות ווען צו שרייבן

קאצקע ציקער » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:22 pm

· #487796
איך וואלט געמאכט א פשרה אויב דו רופסט דער מענטש ביים געהעריגן נאמען דארפסטו אפשר נישט שרייבן הרב אדער ר' אבער אז דו שרייבסט א לשון כינו וגנאי אזוי ווי מענדעלע כאטש לייג צו אן הרב

קאצקע ציקער » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:27 pm

· #487797
צפור בודד
[ציטאט אראפגענומען]


הנה כמה הצעות:
רבי'שע נייעס
שטיבל נייעס
חסידים שמועסן
אין דעם רבי'נס הויף
רבי'שע פאליטיק
לעקיך און בראנפן
קהל חסידים
על הצדיקים


Sent from my SM-G981B using Tapatalk

אדער קינדערגארטן

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:38 pm

· #487798
קאצקע ציקער: אזוי ווי דער מו"מ חיימ'קע שאולזאן. נאכדעם וואס ער איז געווארן ארעסטירט און מ'האט איהם געברענגט אין קאורט. דער דזשאדזש איז געווען א איד. פאר וועם ס'האט וויי געטון דער חילול ה' אז אידן רייסן זיך ארום. און מ'איז זיך מבזה אייינער דעם אנדער'ן. האט ער געמאכט איינס פון די קאנדישאנס פאר חיימ'קע'ס בעיל, אז ער מוז שרייבן מיט רעספעקט ווען ער באשרייבט סאטמאר...! האט ער געשריבן כהאי לישנא...הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א האט געהייסן די בחורים זאללן שניידן רעדער פן קארס. און אויסברעכן שויבן...! אויפ'ן ברך משה האט ער געברענגט אזא מעשה... דער ברך האט אמאל אום יו"ט סוכות פארגעסן צו זאגן גאנץ הלל ווען ער האט געדאוונט שחרית פאר'ן עמוד. האט דער גאנצער עולם גענימען שרייען..."רבי, לא לנו. רבי, לא לנו...! דער מו"מ. (פרעגטס מיך נישט וואס די ראשי תיבות זענען.). האט געשריבן אי מיט רעספעקט און ער האט אויך געשריבן בזיונות, כדרכו...!

צפור בודד » מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 7:27 pm

· #487822
החוקר
צפור בודד
מיך האט געפיקעוועט פיר יאר צו זען כסדר דער אשכול "טראמפ יר"ה" און ס'האט זיך מיר געגלוסט אויפצומאכן אן אשכול "טראמפ ימ"ש" צו זען צי מ'וועט עס צושליסן.


אויב איך האב נישט קיין טעות, האב איך אויפגעמאכט דעם אשכול "טראמפ יר"ה". אז די וועסט קוקן אויף מיינע תגובות וועסטו זעהן, אז איך בין ווייט נישט קיין טראמפ שטיצער. נאר נעכטן אין אפיס האב איך געפירט א קופקע קעגן א כאפטע קאלעגן, אים אראפצורייסן.

נאר וואס דען, פונקט ווי דא, האט ער פארדינט דעם טיטל אלס די שטעלע וואס ער האט פארנומען און נישט אלס זיין פערזענליכקייט.

כאטש איך געדענק נישט אלע אשכולות ליגט מיר נישט אין קאפ צו האבן געזען אשכולות פון "אבאמא יר"ה" אדער "ביידן יר"ה".

ארי נוהם » מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:33 pm

· #487832
[ציטאט אראפגענומען]

דער טיטל "אין דעם רבי'נס הויף" שיינט גוט,
בעיקר צוליב דעם וואס עס ציט א פאראלעל צום אומפארגעסליכן יצחק אבן'ס בוך איבער די רוזשינער-צאנזער מחלוקה, מיט זיין גאר ענליכן נאמען,
און די גזירה-שוה איז גאר פאסיג.

ששון ושמחה » דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 10:44 pm

· #488095
[ציטאט אראפגענומען]

@איך אויך מ'ווארט מיט שפאנונג....!!

דורש אמת » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 5:10 pm

· #488408
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
יאסל ראקאווער
הרב ווייל ער פאנקציענירט ווי איינס. פשוט מ'זאל וויסען פון ווען מ'רעדט. מענדעלע סתם קען מיינען אסאך מענטשען און מענדעלע וויזניצער איז סתם נישט פאסיג. אבער קענסט שרייבען הרב מענדעלע די משוגענער.
ר׳ מענדעלע וויזשניצער וואלט געווען מיין איך פאסיג
אזוי פלעגט מען אויך שרייבן מיט א 200 יאר צוריק ווען מע האט געהאקט אויף רבנים און רביים. סע איז אפילו מער בייסיג און שטעכיג ווען מע לאזט ניט אויס דעם רי״ש …
ריש קען אויך מיינען רשע אדער רע (לב העיברי).
רבי יעקב עמדין למשל פלעגט שרייבן ׳רע יונתן אייבשיץ׳ אנשטאט רבי


Sent from my iPad using Tapatalk

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 6:46 pm

· #488413
דורש אמת: מאך נישט אויף קיין דעבאטע איבער ר' יעקב עמדין. ווייל דאס צינדט אן מיינע ראקעטס. און ער איז שוין דעבאטירט געווארן אין אנ'אנדער אשכול...!

ער איז געווען אבסעס'ד מיט טרעפן שבתאות און שבתאים. און ר'האטציך פארלייגט אויף אומשולדיגע מענטשן...!

דורש אמת » זונטאג דעצעמבער 19, 2021 7:44 am

· #488506
Re: מיר זענען אויפגעשוידערט - ווייל ס'איז די הנהלה
berlbalaguleh
דורש אמת: מאך נישט אויף קיין דעבאטע איבער ר' יעקב עמדין. ווייל דאס צינדט אן מיינע ראקעטס. און ער איז שוין דעבאטירט געווארן אין אנ'אנדער אשכול...!

ער איז געווען אבסעס'ד מיט טרעפן שבתאות און שבתאים. און ר'האטציך פארלייגט אויף אומשולדיגע מענטשן...!
געווען אָבסעסיוו? אמת. אומשולדיגע מענטשן ? ווענדט זיך אין דעם דעפיניציע פון שולד און אומשולד.
דער גאון טעם המלך האט שוין אנגעמערקט אז אפילו ווען סע קומט צו בעלי עבירה שבתיצביניקעס און אפיקורסים דארף מען האנדלען איידל און מענטשליך. ווי רמבמן פון בערלין האט אונז געלערנט.
לויט די אקאדעמיקער און די פארשונג איז רבי יהונתן אייבשיץ זל געווען א שבתיצביניק. דאס איז אויך געווען די מיינונג פון אסאך רבנים און יאָ … אויך פון נודע ביהודה…
ער האט געשריבן א קאבאליסטיש חיבור וואס פאָרעט זיך מיט קריסטנטום און איז עקסרעם פאָרנאָגראַפיש.
דרשות וואס דער גלח האט געגעבן זונטיג אין קירכע איז געווארן איבערגענוצט דורך ר יהונתן אום שבת!
אינטערעסאנט צו באמערקן אז די פארטיידיגער פון אייבעשיץ האבן זיך סומך געווען דווקא אויף זיין באליבטן תלמיד רבי נ. ה. ווייזל ״הנודע לשימצה״ (טעם המלך; תשובה מאהבה; גדולת יהונתן; שפ״ר)


Sent from my iPad using Tapatalk
בלאט: 1 2