☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » נייער פארום: בחצרות הקודש

נייער פארום: בחצרות הקודש

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14151

סדרן » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 6:18 pm

· #457898
נייער פארום: בחצרות הקודש
טייערע חברים,
צייטן האבן זיך געטוישט, און חסידישע פאליטיק דארף היינטיגע צייטן ווערן אנגעקוקט, אויסגעשמועסט, און אנאליזירט אויף אן ערוואקסענעם און אביעקטיוון אופן. מיר דארפן מער נישט די צימעס אפטיילונג, און אלע אידישע נייעס קענען באשריבן און אויסגעשמועסט ווערן אינעם נייעם געהעריגן פארום "בחצרות הקודש" — פארשטייט זיך מיט'ן זיך האלטן צו די סטאנדארטן פון קאווע שטיבל: שרייבן קלאר, אויפריכטיג, בדרך כבוד וכו'. די צימעס אפטיילונג ווערט געשלאסן.

אויב איר האלט אז אן אשכול פון "צימעס" באלאנגט אין בחצרות הקודש, ביטע לאזט וויסן א מנהל.

כרם זית » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 6:21 pm

· #457899
א גרויסע יישר כח הנהלת @קאווע שטיבל פארן זיכן צו פארשענערן אונזער הייליגע שטיבל!

יין שרף » מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 9:32 pm

· #457901
בחצרות מילא, אבער פארוואס הקודש? (אפשר חצרות ודי זהב..)

אינגערמאנטשיקל » מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 9:50 pm

· #457902
יישר כח פאר דיין הייליגע ארבעט!

פאליטיקאנט » מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 10:34 pm

· #457905
Re: נייער פארום: בחצרות הקודש
וואס וועט זיין מיט אלע צימעס אשכולות?

וועט כאטש זיין ארכיוון ווי נאכצוקוקן?

ארי נוהם » זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:00 am

· #457914
צוערשט, קודאס פארן געדאנק.
ס'איז נישט מער ווי פאסיג אז מיר גייען א שטאפל העכער מיט אויפריכטיגקייט, און עפעס וואס מיר האבן באוויזן איינצופעדימען אינעם וועקער - אלס אויפריכטיגער ארט פון זשורנאליזם, זאל מען אויך איינפעדימען אויף ק"ש - אלס אויפריכטיגער ארט פון ווירטואלער שמועסעריי.



כ'וויל אבער יא רעדן פון איין פונקט, וואס איז שוין אויבן דערמאנט געווארן:
יין שרף
בחצרות מילא, אבער פארוואס הקודש? (אפשר חצרות ודי זהב..)

ס'זעט אויס ווי יין שרף זאגט עס אלס ווערטל בעלמא, אבער איך מיין עס ערנסט.

ביים זען אז מ'האט עס א נאמען געגעבן "בחצרות הקודש" האט מיר אנגעכאפט אן עקל פונעם נאמען. מ'שטיינץ, כ'זע עס נישט אלס קודש נאר אלס פאליטישער הויף, ולא זו אף זו אז מ'גייט טאקע [אביעקטיווערהייט] דערציילן דעם גאנצן אמת איבער אט די הויפן, וואס א שווארץ יאר איז דאס בחצרות "הקודש"?!
דער בחצרות הקודש דערמאנט מיר פון די שמועסן פונעם סקווערן גאט ב"ה וואס מיט זיין גרויס קדושה איז ער אנגעקומען צום דרגת שרף השורף כל עוף הפורח, וד"ל, און עס ענדלט אין די שמועסן פונעם עפרא לפומיה זאגער.


ס'זעט אויס ווי א נארישקייט, אבער אויב שוין אביעקטיוו - זאל זיין א מער פאסיגער טיטל ווי עפעס וואס איז דורכאויס פאלש און איז מער צוגעפאסט פאר א"וו מיט זייער בת היענה מענטאליטעט.

כ'בעט באמת צו טוישן דעם נאמען צו עפעס וואס גריצלט נישט אזוי שטארק אין די אויערן.
אפשר קען מען עס רופן "היימישע הויפן"? אד"ג.


@סדרן, א דאנק.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:07 am

· #457916
איך שטים ס'זאל בלייבן מיט'ן נאמען "קודש", יא, ס'דא אידן וואס חוש'ן אריין אז דאס איז הייליג, וואס גייט עס דיר אן? און אנטשולדיגט מיר, די נאמען "גאט" איז אינגאנצן נישט אין פלאץ, וויאזוי וואלט דיר געפאלן ווען איך רוף דיינע העלדן געטשקעס? ווען איך קלעב ארויף שפעט נעמען אויפ'ן רס"ג אדער רמב"ם למשל וואלסטו עס ליעב געהאט, אדער דא וואלסטו שוין אויך פארשטאנען אז ס'איז נישט אין פלאץ?

כרם זית » זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:27 am

· #457918
די וועלט זאגט א ווערטל: כאטש וואס אסאך מעשיות וואס מליינט אין אמאליגע חסידישע ביכער זענען נישט היסטאריש אמת, דאך פארמאגט עס א היסטארישע ווערט צו ארויסהאבן די געדאנקענגאנג פון א חסיד.
לענינינו, יא קודש צי נישט קודש. ווען משרייבט שוין יא איבער חסידות (כאטש וואס איך האב שוין דא געשריבן, וואס מיין דעה איז בכלל וועגן זיך אפגעבען מיט אזעלכע זאכן. און ווי מזאגט, כהאב בעסערע דאגות וועלכע האלטן מיר אויף ביינאכט), דארף עס קומען אין די מצב פון א חסיד, וואס דאס איז בחצרות הקודש, פשוט כדי ארויסצוהאבן און ליגן אין וואס משרייבט. כנלפע''ד נכון.

תרמב » זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:57 am

· #457924
איך כאפ נישט וואס א חילוק ציווישן צימעס און בחצרות הקודש, חוץ די נאמען?

קורקלענד » זונטאג אוגוסט 30, 2020 3:28 am

· #457927
מיר איז די גאנצע מינוס נישט געווען אזוי נוגע. חוץ איין וויכטיגע אשכול וואס איך האף שטארק אז ס'וועט זיין איינער פון די פאר געקליבענע אשכולות וואס גייען אריבערגעפירט ווערן. @סדרן ביטע זעהן אז די וויכטיגע אשכול אויף בּעלעד זאל ווייטער אנגיין.

סדרן » זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:58 pm

· #457959
תרמב
איך כאפ נישט וואס א חילוק ציווישן צימעס און בחצרות הקודש, חוץ די נאמען?

צימעס איז נישט ארויפגעקומען אין אקטיווע אשכולות און מנהלים האבן גאר ווייניג דארטן באזוכט און ס'איז געווען א שטיקל הפקר וועלט. די גאנצע מושג אז היימישע פאליטיק באלאנגט אין א ספעציעלע אפגעזונדערטע פארום איז גוט געווען פאר תשע"ב ווען היימישע פאליטיק איז געווען אסאך היציגער און ווילדער און ס'איז כמעט נישט געוועהן שייך אז מ'זאל שרייבן אויף א נארמאלן סטאנדארט. היינט איז דער עולם רואיגער דערוועגן, און מיר האפן אז מיר זענען גערעכט אז די עולם קען זיך צושטעלן צו שרייבן וועגן היימישע פאליטיק נארמאל, און בדרך כבוד.

מנחם ציון » זונטאג אוגוסט 30, 2020 2:04 pm

· #457960
סדרן
טייערע חברים,
צייטן האבן זיך געטוישט, און חסידישע פאליטיק דארף היינטיגע צייטן ווערן אנגעקוקט, אויסגעשמועסט, און אנאליזירט אויף אן ערוואקסענעם און אביעקטיוון אופן. מיר דארפן מער נישט די צימעס אפטיילונג, און אלע אידישע נייעס קענען באשריבן און אויסגעשמועסט ווערן אינעם נייעם געהעריגן פארום "בחצרות הקודש" — פארשטייט זיך מיט'ן זיך האלטן צו די סטאנדארטן פון קאווע שטיבל: שרייבן קלאר, אויפריכטיג, בדרך כבוד וכו'. די צימעס אפטיילונג ווערט געשלאסן.

אויב איר האלט אז אן אשכול פון "צימעס" באלאנגט אין בחצרות הקודש, ביטע לאזט וויסן א מנהל.

מען האט פשוט געטוישט די נאמען?
#חיים\משה שטינקאוויטש

מנחם ציון » זונטאג אוגוסט 30, 2020 2:10 pm

· #457963
מנחם ציון
סדרן
טייערע חברים,
צייטן האבן זיך געטוישט, און חסידישע פאליטיק דארף היינטיגע צייטן ווערן אנגעקוקט, אויסגעשמועסט, און אנאליזירט אויף אן ערוואקסענעם און אביעקטיוון אופן. מיר דארפן מער נישט די צימעס אפטיילונג, און אלע אידישע נייעס קענען באשריבן און אויסגעשמועסט ווערן אינעם נייעם געהעריגן פארום "בחצרות הקודש" — פארשטייט זיך מיט'ן זיך האלטן צו די סטאנדארטן פון קאווע שטיבל: שרייבן קלאר, אויפריכטיג, בדרך כבוד וכו'. די צימעס אפטיילונג ווערט געשלאסן.

אויב איר האלט אז אן אשכול פון "צימעס" באלאנגט אין בחצרות הקודש, ביטע לאזט וויסן א מנהל.

מען האט פשוט געטוישט די נאמען?
#חיים\משה שטינקאוויטש

סארי נישט געזעהן די פריערדיגע תגובה

פאליטיקאנט » זונטאג אוגוסט 30, 2020 7:22 pm

· #457982
Re: נייער פארום: בחצרות הקודש
סדרן
תרמב
איך כאפ נישט וואס א חילוק ציווישן צימעס און בחצרות הקודש, חוץ די נאמען?

צימעס איז נישט ארויפגעקומען אין אקטיווע אשכולות און מנהלים האבן גאר ווייניג דארטן באזוכט און ס'איז געווען א שטיקל הפקר וועלט. די גאנצע מושג אז היימישע פאליטיק באלאנגט אין א ספעציעלע אפגעזונדערטע פארום איז גוט געווען פאר תשע"ב ווען היימישע פאליטיק איז געווען אסאך היציגער און ווילדער און ס'איז כמעט נישט געוועהן שייך אז מ'זאל שרייבן אויף א נארמאלן סטאנדארט. היינט איז דער עולם רואיגער דערוועגן, און מיר האפן אז מיר זענען גערעכט אז די עולם קען זיך צושטעלן צו שרייבן וועגן היימישע פאליטיק נארמאל, און בדרך כבוד.
כ'האב נישט געוויסט אז צימעס איז געווען הפקר!

נא לאמיר אריינפאקן אלע מנשה'ס ניקס דארט.......

ארי נוהם » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 2:54 am

· #458002
[ציטאט אראפגענומען]

און טאקע מהאי טעמא בעט איך, פאדער איך, און ווידערהאל איך: ביטע טוישט דעם נאמען פון "בחצרות הקודש" צו עפעס מער פארווע.
מאך די זעלבע פוינט אן נוצן דעם שארפן אויסדרוק "הקודש".

איך מיין עס מיטן גאנצן ערנסטקייט. כ'זע מיך נישט עפענען אן אשכול אונטערן קלונגענדן טיטל בחצרות הקודש.

ליפא » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 2:59 am

· #458003
אפשר בחצרות החסידים אדער בחצרות הרבנים

פאליטיקאנט » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:32 am

· #458004
Re: נייער פארום: בחצרות הקודש
פארוואס נישט 'חסיד'ישע הויף'?

חכמה גדולה » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:12 am

· #458010
זאגט נאר חברה! ווי זענט עטס ווען אונזער "סדרן" נעמט אויף נייע חברים אין דעם "חבורה קדושה", יעמאלט ווערט איר אויך אזוי ווילד?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/457643">viewtopic.php?p=457643#p457643</a><!-- l -->

calculator » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 10:32 am

· #458016
יין שרף
בחצרות מילא, אבער פארוואס הקודש? (אפשר חצרות ודי זהב..)


זה לשון רש"י (דברים כב ט) פן תקדש - כתרגומו תסתאב כל דבר הנתעב על האדם בין לשבח כגון הקדש בין לגנאי כגון איסור נופל בו ל' קדש כמו (ישעיהו סה) אל תגע בי כי קדשתיך

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:24 am

· #458017
Re: נייער פארום: בחצרות הקודש
נאך מקורות?
איה הקדשה הוא בעינים
לא תהי׳ קדשה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נײגעריגער » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 7:21 pm

· #458073
חכמה גדולה
זאגט נאר חברה! ווי זענט עטס ווען אונזער "סדרן" נעמט אויף נייע חברים אין דעם "חבורה קדושה", יעמאלט ווערט איר אויך אזוי ווילד?
<a class="postlink" href="/post/457643">https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 43#p457643</a>

לפענ"ד אינו דומה סתּם תגובה לקעפּל רשמי

אױב מיין רייכע מיינונג ציילט, בין איך זיך מצרף צו ארי נוהם'ס בקשה צו טוישן דעם טיטל ל"היימישע הויפן"
ארי נוהם

כ'בעט באמת צו טוישן דעם נאמען צו עפעס וואס גריצלט נישט אזוי שטארק אין די אויערן.
אפשר קען מען עס רופן "היימישע הויפן"? אד"ג

מאַכן אן אנקעטע איבערן נאמען, זעהט אויס ריכטיג בעיני

צפור בודד » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2020 11:55 am

· #458102
דער נאמען איז אויך נישט אויסגעהאלטן גראמאטיש. אדער בחצרות קודש אדער בחצרות הקדושות.

די מגיבים זענען אבער גערעכט און ס'איז סתם נאכגעטאנצן בחדרי חרדים וואס איז מער ווייניגער א פראפאגאנדא פלאטפארם. בחצרות החסידים איז מער אן אביעקטיווער און נוטראלער נאמען.

כרם זית » זונטאג סעפטעמבער 6, 2020 7:11 pm

· #458364
ליפא
אפשר בחצרות החסידים אדער בחצרות הרבנים


פאליטיקאנט
פארוואס נישט 'חסיד'ישע הויף'?


איך מיין אז בפאצרות הקודש וואלט געווען די בעסטע. 😉

חיים יואל » מאנטאג אקטאבער 19, 2020 12:33 pm

· #460764
סדרן
טייערע חברים,
צייטן האבן זיך געטוישט, און חסידישע פאליטיק דארף היינטיגע צייטן ווערן אנגעקוקט, אויסגעשמועסט, און אנאליזירט אויף אן ערוואקסענעם און אביעקטיוון אופן. מיר דארפן מער נישט די צימעס אפטיילונג, און אלע אידישע נייעס קענען באשריבן און אויסגעשמועסט ווערן אינעם נייעם געהעריגן פארום "בחצרות הקודש" — פארשטייט זיך מיט'ן זיך האלטן צו די סטאנדארטן פון קאווע שטיבל: שרייבן קלאר, אויפריכטיג, בדרך כבוד וכו'. די צימעס אפטיילונג ווערט געשלאסן.

אויב איר האלט אז אן אשכול פון "צימעס" באלאנגט אין בחצרות הקודש, ביטע לאזט וויסן א מנהל.

פארוואס איז די דאזיגע אשכול פארשפארט?

''ויז'ניץ מרכז צורעדט זיך ווידער''
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/12377">viewtopic.php?f=33&t=12377</a><!-- l -->

אויך, איך מיין מזאל אהערברענגן יענער אשכול דא אין 'בחצרות הקודש'.

בן ישי » זונטאג נאוועמבער 7, 2021 7:08 pm

· #484977
אפשר ברענגט מען צוריק צימעס און די אלע וויכטיגע ברוינע אשכולות זאלן צוריקגיין למקומם הראוי למטה מעשרה טפחים?