☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שוידערליכע מארד וואס ברלנד האט פארארדענט

שוידערליכע מארד וואס ברלנד האט פארארדענט

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14972

לאנגע הויזן » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 6:06 pm

· #487545
שוידערליכע מארד וואס ברלנד האט פארארדענט
די לעצטע פאר וואכן טוט זיך אין ארץ ישראל נאך דעם וואס ס'איז קלאר געווארן פאר אויספארשער אז ברלנד האט פארארדענט מיט א ערך פון 30 יאר צירוק צו הארגענען אחד מאנשיו.

אין די שפעטערע 80'ער יארן איז א בחור מיטן נאמען ניסים שיטרית פארשווינדן געווארן פון ירושלים און ביז לעצטענס האט מען גארנישט געוויסט ווי ער איז פארשווינדן געווארן.

לעצטענס האבן אויספארשער אויפגעדעקט אז ברלנד האט פארארדענט זיין וועד הצניעות אים אפציווישן נאכדעם וואס ס'איז באקאנט געווארן אז דער ניסים האט געטוהן עבירות מיט נשים.

לויט די פאליציי האבן עטליכע בחורים פארכאפט ניסים און אים געהארגעט און באגראבן לעבן די קבר פון דן בן יעקב.

ראש העיר פון ביתר מאיר רובינשטיין וואס איז אלץ בחור געווען אין די וועד הצניעות פון ברלנד, ווערט לויט די אויספארשער באשילדיגט אין זיך פארשטעלן ווי א פרוי און אריין נארן ניסים צו קומען צו א הויז אין ירושלים טוהן עבירות, און דארט האט מען אים אפגעווארט און מבער געווען.

די מעשה פארמאגט נאך אסאך פרטים, אבער איך האב נישט קיין צייט צו אויסברייטערן.

ברלנד האט לעצטענס געמאלדן פאר די ברידער פון ניסים אז ער דארף זיצן שבעה, און אז זיין ברידער איז טאקע טויט.

אסאך אידן זענען לעצטענס ארעסטירט געווארן אין פארבינדונג פונעם מארד, אריינגערעכנט ברלנד'ס ווייב און איידעם.

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 8:05 pm

· #487562
צוויי מארדן, שיטרית און אדרי.

ליב צו וויסן » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 8:52 pm

· #487567
בערלאנד הארגעט איינעם פאר עבירות מיט נשים.... נישט געוואוסט אז פאר גיין אין קאמפעטישן איז מען חייב מיתה.

לאנגע הויזן » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 8:58 pm

· #487569
ברלנד זאגט אז ער האט נישט פארארדענט די מארד, אבער עטליכע חסידים האבן זיך געבראכן פאר די אויספארשער און געזאגט אז ברלנד האט אלעס פלאנירט.

זיין איידעם הרב צוקער איז שוין לאנג צוקריגט מיטן שווער, אבער ווערט יעצט באשילדיגט מיטן מארד.

מצפצף » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 8:58 pm

· #487570
ליב צו וויסן
בערלאנד הארגעט איינעם פאר עבירות מיט נשים.... נישט געוואוסט אז פאר גיין אין קאמפעטישן איז מען חייב מיתה.

פון די מערסטע קאממאן מאטיוון פאר א מארד איז טשיטן און קאמפעטישן!...

נפה » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 11:24 pm

· #487585
לאנגע הויזן
ברלנד זאגט אז ער האט נישט פארארדענט די מארד, אבער עטליכע חסידים האבן זיך געבראכן פאר די אויספארשער און געזאגט אז ברלנד האט אלעס פלאנירט.

זיין איידעם הרב צוקער איז שוין לאנג צוקריגט מיטן שווער, אבער ווערט יעצט באשילדיגט מיטן מארד.

בערלאנד זאגט אז ער האט ׳נאר׳ געהייסען שלאגן וואס אויף דעם איז דא התיישנות

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 11:28 pm

· #487587
אינטרעסאנט, ווי אזוי איז מען יעצט נאך 30 יאר ארויפגעקומען דערויף? האט איינער אנגעהויבן זינגען?

נפה » דינסטאג דעצעמבער 7, 2021 11:31 pm

· #487588
עס איז געווען א תחקיר פון ״כאן״ וואס האט גערעדט צו די משפחה און געוועזענע ברלנד אנהענגער וואס צוליב דעם האבן זיך די משטרה אריינגעלייגט אין די פרשה

ליב צו וויסן » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 6:31 am

· #487615
נפה
עס איז געווען א תחקיר פון ״כאן״ וואס האט גערעדט צו די משפחה און געוועזענע ברלנד אנהענגער וואס צוליב דעם האבן זיך די משטרה אריינגעלייגט אין די פרשה

אויב דאס איז די סיבה איז עס פשוט Mind boggling.
די פאליציי דארף צוקומען צו א מידיע אוטלעט אויסצופארשן א מארד...

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 8:14 am

· #487619
פארדעם איז די מידיא דא, ס'נישט קיין נייע זאך, פיל מיט אויספארשונגען אפילו אין אמעריקע איז באזירט אויף מידיא אינטעריוויוס און אנטדעקונגען.

ליב צו וויסן » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 6:41 pm

· #487669
דער גאלדענער אדלער
פארדעם איז די מידיא דא, ס'נישט קיין נייע זאך, פיל מיט אויספארשונגען אפילו אין אמעריקע איז באזירט אויף מידיא אינטעריוויוס און אנטדעקונגען.

יעדעס מאל אזא זאך פאסירט איז טייטש אז Law enforcement איז דורכגעפאלן.

לאנגע הויזן » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:09 am

· #488113
ברלנד איז היינט אינדערפרי באפרייט געווארן פון תפיסה.

📎 qazx_autoOrient_i.jpg

לאנגע הויזן » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:12 am

· #488114
טויזענטער חסידים ביים אפווארטן זייער רבי וואס איז באשילדיגט אין מארד.

📎 hmkiiomb.jpeg

תפארת » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 12:50 pm

· #488125
נישט צו גלייבן דער מענטש האט א היסטערי פון גילוי עריות, שפיכת דמים, און ער אליינס איז ע"ז.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 1:56 pm

· #488127
ווען ס׳האבן אנגעפאנגען ארויסקומען די גילוי עריות מעשיות אויף בערלאנד האט רצ״ח געזאגט אז ער האט אלץ געוואוסט אז בערלאנד איז חשוד אויף עבודה זרה און שפיכות דמים, יעצט איז ער געוואויר געווארן אז ער איז חשוד אויף גילוי עריות אויך...

כלבאשבוע » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 2:13 pm

· #488129
רביה''ק זי''ע
ווען ס׳האבן אנגעפאנגען ארויסקומען די גילוי עריות מעשיות אויף בערלאנד האט רצ״ח געזאגט אז ער האט אלץ געוואוסט אז בערלאנד איז חשוד אויף עבודה זרה און שפיכות דמים, יעצט איז ער געוואויר געווארן אז ער איז חשוד אויף גילוי עריות אויך...

רצ״ח?

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 2:14 pm

· #488130
רבי צבי חשין

שמן למאור » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 6:23 pm

· #488135
פארוואס האט מען אים ארויסגעלאזט פון תפיסה?

נפה » מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 6:58 pm

· #488139
מחוסר מקום

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 12:38 am

· #488164
עצי שטים
פארוואס האט מען אים ארויסגעלאזט פון תפיסה?

צוליב געזונטהייט סיבות. סך הכל 2 חדשים פריער. ער האט געדארפט ארויסקומען אין פעברואר.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 8:37 am

· #488175
שיינע מעשה. פתי יאמין לכל דבר.

זבולון » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:32 am

· #488188
[ציטאט אראפגענומען]

קען זיין עס איז שוין געקומען די צייט צו פושט זיין @הציץ ונפגע'ס איבעיא

זופ מיט מאנדלען » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:01 pm

· #488225
לויט ווי איך האב פארשטאנען שטייט ער נישט אויס קיין רציחה קלאגעס.

די מעשה איז געווען אז צוקערס משמרת הצניעות האט יענעם גענומען און געוואלט אנברעכן די ביינער און נאכן שלאגן צו סאך איז יענער אוועק פון די וואונדן. אזוי איז יעצט אנגענומען אין די פרעסע, יעצט פאר דעם אליינס קען מען גיין זיצן אבער דא קומט אריין א עקסטערע שאלה ווי ווייט ברלנד איז געווען אינוואלווד אין די משמרת הצניעות, סאיז בכלל נישט אזוי פשוט אז יעדע מאל וואס מהאט איינעם אנגעהאקט די ביינער איז מען אים געגאנגען פרעגן, נאר צוקער וואס איז צוקריגט מיט ברלנד טענהט אז פארט וואס ער האט עס געטון האט עס ברלנד פאראדענט, סלאזט זיך אריינקלערן אז צוקערס עדות איז בלויז צוליב זיינע פריוואטע חשבונות מיטן שווער אדער צו באקומען א בעסערע דיל מיט די אינסטאנצן.

אבער דער אמת ווייסט נאר גאט, איך זאג בלויז אז אין דעם פאל איז עס גארנישט אזוי שווארץ אויף ווייס.

מוטה פראנקס מיינונגען איבער ברלנד זענען אפיציעל געלופטערט געווארן און ער האט גאנצעטע הסברים פארוואס ער האלט אזוי, סאיז נישט קיין נייע זאך אז ער נעמט זיך אן פאר אים.

היסטאריע » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:25 pm

· #488232
ער איז כמעט אזא צדיק ווי ר' דוד סקווירא וואס האט נישט דווקא געהייסן פארברענען ראטענבערג.

זופ מיט מאנדלען » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:41 pm

· #488234
סאיז זייער גרינג צו טייטלען א שולד פינגער, פארוואס נישט? העיט איז מילא בחינם.

אבער באטראכטנדיג די מעשה מיט א ניכטערן בליק זעה איך נישט פארוואס צוקערס עדות זאל ווערן פאררעכנט ווי קראנט, מילא ווען מען וואלט אים מתחילה געוואלט מארדן איז איין זאך, די אנגענומענע דעה איז אז מען האט אים בלויז געוואלט אנזעצן די ביינער, א זאך וואס איז מעשים בכל יום ביי איעדן משמרת הצניעות, איז בכלל נישט מוכרח און אפילו נישט מסתבר אז אליעזר זאל האבן געוואוסט דערפון.

שמן למאור » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 3:02 pm

· #488238
זופ מיט מאנדלען
מוטה פראנקס מיינונגען איבער ברלנד זענען אפיציעל געלופטערט געווארן און ער האט גאנצעטע הסברים פארוואס ער האלט אזוי, סאיז נישט קיין נייע זאך אז ער נעמט זיך אן פאר אים.

וואס איז טאקע זיין שיטה? אז ער איז נישט גאגענגען מיט אשת איש'עס? אז אלעס איז בלויז א בולבל? און אז ער האט זיך מודה געווען אויף.די אלע זאכן פאר פאן?
כ'פרעג ווייל כ'וויל וויסן...

זופ מיט מאנדלען » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 3:20 pm

· #488240
מוטה פראנק גלייבט אין אז רב ברלנד האט גאר אנגעדרייט די גאנצע זאך כדי צו נעמען אויף זיך יסורים און אזוי ארויף מקרב זיין די גאולה. ווען בעצם האט ער גארנישט געטון און האט גאר אליינס פארבריצירט אלע עדותער און הודאות.

נאנסענס? דארפסט מיר נישט זאגן, כווייס אליין.

נפה » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 3:22 pm

· #488242
זופ מיט מאנדלען
סאיז זייער גרינג צו טייטלען א שולד פינגער, פארוואס נישט? העיט איז מילא בחינם.

אבער באטראכטנדיג די מעשה מיט א ניכטערן בליק זעה איך נישט פארוואס צוקערס עדות זאל ווערן פאררעכנט ווי קראנט, מילא ווען מען וואלט אים מתחילה געוואלט מארדן איז איין זאך, די אנגענומענע דעה איז אז מען האט אים בלויז געוואלט אנזעצן די ביינער, א זאך וואס איז מעשים בכל יום ביי איעדן משמרת הצניעות, איז בכלל נישט מוכרח און אפילו נישט מסתבר אז אליעזר זאל האבן געוואוסט דערפון.

לויט די פרעסע האט ער מודה געווען אז ער האט געהייסען אנברעכן די ביינער ווי אויך האט ער געזאגט פאר א ברודער פון איינער פון די קרבנות אז ער קען זיצן שבעה, נאר סתם אויף הייסען שלאגן איז דא התישנות וויבאלד עס איז שוין 25 יאר אלט, אגב לפי די חשדות האבן זיי געוואלט אים מסרס זיין

זופ מיט מאנדלען » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 3:35 pm

· #488248

סאיז זיכער אז נאך די מעשה האט ער געוואוסט דערפון, ער איז זיכער געווען אינוואלווד אין גרויסע אפעראציעס פון משמרת, נאר צוזאגן אז פאר איינעם אנקלאפן די ביינער האט מען אים געדארפט פרעגן איז לאו דוקא מסתבר.

בנוגע זיינע הודאות, למעשה איז גאר מאדנע מיט אים, איך האלט אז ער איז גייסטיש צורוקט. ווי למשל אז ער האט געהייסן אייינעם זיך מודה זיין און ווייזן דעם קבר בעת יענער האט עס נישט געקענט געפינען, בכל אופן איז פון הייסן אנהאקן ביינער ביזן ווערן א מערדער [פיזיש, גייסטישע מארד איז באשטעטיגט נאך פון די אביוז קלאגעס] דא א שטיקל מהלך צו גיין.

יהודי פשוט » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 5:00 pm

· #488253
Re: שוידערליכע מארד וואס ברלנד האט פארארדענט
זופ מיט מאנדלען
מוטה פראנק גלייבט אין אז רב ברלנד האט גאר אנגעדרייט די גאנצע זאך כדי צו נעמען אויף זיך יסורים און אזוי ארויף מקרב זיין די גאולה. ווען בעצם האט ער גארנישט געטון און האט גאר אליינס פארבריצירט אלע עדותער און הודאות.

נאנסענס? דארפסט מיר נישט זאגן, כווייס אליין.
ועדיין בן דוד לא בא...

זעהט אויס אז מ'האט רב ברלנד נאכנישט גע'רודפ'ט גענוג.

ווער קען זעהן - למען משיח צדקנו - אים צוריק צו לייגן אין תפיסה, און נישט ארויסלאזן ביז ער פועל'ט נישט די גאולה השלימה?

אלץ די ציונים שולדיג, זיי גלייבן נישט אין ביאת משיח, האבן זיי אים ארויסגענומען פון תפיסה...

בן נון » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 5:39 pm

· #488254
דער עולם דא דארף קענען שובו בנים עס איז נישט קיין חסידות עס איז א קאלטבלוטיגע קולט ווי קיינער טוט נישט גארנישט אהן א הראה פון ”הצדיק” זיי גלייבן אז ער איז גאט אליין

ר’ צבי צוקער איז א ערנסטע תלמד חכם א ערליכער יוד ער איז מיר מער באגלייבט ווי בערלאנד און פראנק צזאמען

זופ מיט מאנדלען » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 8:26 am

· #488364
צוקער איז למעשה געשטאנען אין שפיץ פון משמרת הצניעות און איז געווען דער הויפט אינציאטיוו אונטערן מארד, דאס איז א זאך וואס ער לייקנט נישט. ער טענהט נאר אז היינט איז ער אנדערשט און בעצם וואלט ער ווען געגאנגען זיצן ווען נישט ער האט מיטגעארבעט מיט די אינסטאנצן.

דאס וואס די זאגסט אז לפי שובו בניםס קולטור וואלט ברלנד יא געוואוסט איז מעגליך אבער פארט א שיינע סברה.

בכל אופן צו ער האט יא געוואוסט צו נישט געוואוסט איז עפעס אויף וואס מען קען דן זיין כ"ש ווען ברלנד האט מודה געווען, אבער עס מאכט אים פארט נישט פאר קיין מערדער בעת ווען כולי עלמא מודי אז ער האט נאר געוואלט מען זאל שטארק שלאגן, שולדיג זענען די שלעגער וועלכע האבן אויסגעגעבן זייער תאוות הרציחה. ווי אויך דאס עצם עקזיסטענץ פון אזא ארגאניזאציע אין וואס צוקער האט געהאט דעם חלק הארי.

היסטאריע » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 10:53 am

· #488380
וואס געשעהט ווען ברלנד שטארבט. ער האט א נחמן וואס גייט איבערנעמען זיין רשעות?

שמן למאור » פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:09 pm

· #488395
יהודי פשוט
זופ מיט מאנדלען
מוטה פראנק גלייבט אין אז רב ברלנד האט גאר אנגעדרייט די גאנצע זאך כדי צו נעמען אויף זיך יסורים און אזוי ארויף מקרב זיין די גאולה. ווען בעצם האט ער גארנישט געטון און האט גאר אליינס פארבריצירט אלע עדותער און הודאות.

נאנסענס? דארפסט מיר נישט זאגן, כווייס אליין.
ועדיין בן דוד לא בא...

זעהט אויס אז מ'האט רב ברלנד נאכנישט גע'רודפ'ט גענוג.

ווער קען זעהן - למען משיח צדקנו - אים צוריק צו לייגן אין תפיסה, און נישט ארויסלאזן ביז ער פועל'ט נישט די גאולה השלימה?

אלץ די ציונים שולדיג, זיי גלייבן נישט אין ביאת משיח, האבן זיי אים ארויסגענומען פון תפיסה...

לכאורה וועגן דעם האט ער יעצט 'אינטערגעשטעלט' א נייע מארד מעשה, צו קענען 'נעמען אויף זיך' נאך יסורים, אבער היות ס'איז נאכנישט די זמן גאולה האט מען אים ארויסגעלאזט פון תפיסה,
אבער ס'זעט נישט אויס ווי ער האט און פלאן אויפציהערן צו מדחיק זיין דעם קץ, עמער זיצן און ווארטן צו זעהן וואס נאך ער וועט 'אינטערשטעלן' קעגן זיך און די ציקומפט...

לאנגע הויזן » דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 10:12 am

· #488752
מאיר רובנשטיין ברעכט די שטילקייט, און לייקענט אז ער האט געהאט שייכת מיטן מארד.

📎 15.PNG