☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס מיינט ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צו דעם

וואס מיינט ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צו דעם

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14917

קהל'ס נער » דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:00 pm

· #485406
וואס מיינט ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צו דעם
כ'האב דעס געשריבן אלס א תגובה אין די אשכול, איך האלט אבער דעיס איז זייער א וויכטיגע נושא, און ס'קומט אין א באזינדערע אשכול.
די עולם איז געלאדענט צי קומען מיט פירכא'ס, טענות, הערות, תיובתא'ס, עצות, וכו'

קהל'ס נער

שוין כ'זעי אז אויב וועל איך עס נישט יעצט שרייבן וועל איך עס קיינמאל נישט שרייבן סא...

והנה, ליבע אויב פארשטייסטו נישט וואס איז ליבע, איז א גרויסע פראבלעים (ליידער אין אונזער קאמיוניטי זענען אסאך געשלאגן אין דעים, מאנכע באשולדיגן היטלער, אזוי צי אזוי איז עס א גרויסע פראבלעם ביי אונזער קאמיוניטי).

לאמיר ערשט זעהן וואס ליבע איז נישט.

תאווה. מען קען האבן תאוות אויף א שונא, ווען איינער רעיפט איינעם איז קלאר אז ער האט איר נישט ליב, ווען יא וואלט ער עס נישט געטון.

ראמאנטיקע. אין די אלגעמיינע גאס רופט מען "מען פאלט אריין אין ליבע" דאס איז נישט תאווה, דאס איז א ליבשאפט געבויט אויף חיצוניות, למשל גלייך נאכן חתונה ווען מען איז נאך עקסייטעד מיט א נייע ווייב, אדער מען גייט אויף א דעיט אדער אויף וועקעישען, הצד השווה שבהן מען האט א גוד טיים און ס'דא א נקבה צו דיין זייט.

געלט כבוד יחוס וכו'. כ'מיין אז דאס דארף מען נישט מסביר זיין, אבער ס'ליידער דא מענטשן וואס מיינען אז דאס איז ליבע.

אז מען ווייסט שוין וואס ס'איז נישט, שטעלט זיך די פראגע, וואס איז עס יא?

דאס איז א געפיל פון א מענטש צי א צווייטע (לאו דוקא מאן און ווייב), נישט געבויעט אויף גארנישט און אן קיין תנאים, מען קען דאס נישט מסביר זיין ווייל ס'איז ריין רגש, אן קיין הסברים אן קיין חיצוניות, דעיס איז זייער א געשמאקע זאך סיי צו געבן און סיי צו באקומען, ווען איינער קומט אן צי דעם זעיט ער אז ס'איז נישטא קיין בעסערע זאך אויפן וועלט ווי דעם.

וויל דאך יעדער וויסן וויאזוי קומט מען אן צי דעם.

מ'דארף ארבעטען אויף דעם שלא על מנת אז מען וועט עפעס צוריק באקומען דערפאר, מען פרובירט יענעם צי פרייליך מאכן, מחזק זיין, געבן עטענטשן, געבן קאמפלימענטן (זייער א שטארקע כלי), מיטפילן מיט יענעמ'ס שמחה און מיט יענעמ'ס צער, זיך נאכפרעגן אויפן טאג טעגליכן סדר היום וויאזוי איז אדורך, און אויך אויפן פערזענליכן לעבן, קויפן מתנות (ס'דארף נישט זיין טייער, די נקודה איז אז דו האסט יענעם אינזין געהאט), אפשרייבן שיינע בריוון מיט געפיל ווערטער, שמועסן געשמאק (מענטשן כאפן נישט אז סתם שמועסן מיט די ווייב איז זייער א וויכטיגע זאך), ארויסהעלפן ווען יענער איז אין א פראבלעם, האגן יענעם אדער סתם אזוי געבן די הענט מיט א ווארימע קוועטש אדער א באקוועמע קלאפ אין ריקן, און פארשטייט זיך שמייכלען צי יענעם.

כמים פנים אל פנים, גייט יענער דיך צוריק ליב האבן, דעיס געשעט נישט איבער נאכט אבער ס'נעמט אויכט נישט צי לאנג, ווען יענער האט דיך ליב האסטו עים צוריק ליב כגלגל החוזר.

מען דארף אבער אכטונג געיבן ס'זאל נישט ווערן קיין קא-דעפענדענסי, (עוד חזון אויף די נושא, די נקודה איז אז עס קען ווערן א אנגעהאנגענקייט אנטשטאט ליבע, וואס דאס איז זייער נישט קיין גיטע זאך, אויב דעיס געשעיט וועסטו פילן אז עפעס איז ווראנג מיט דיין רילעישענשיפ, און מיר וועלן דעמאלטס ווייטער רעדן).

מען דארף אויך האבן שכל נישט צי זיין קיין פעיגער, און איבער ציען די שטריק, פון אנפאנג גייט מען קליינע בעבי סטעפס, און ווי מער די ליבע דעוועלאפט זיך קען מען טין מער געוואגטע זאכן אן זיין קיין פעיגער.

לענינינו, ווען מאן אין ווייב זענען אין ליבע וועלן זיי ווילן ציפרידן שטעלן איינער די אנדערע, זי וועט זיך וועלן אנטין וויאזוי די האסט ליב, און זי וועט דיך ווילן צופרידן שטעלן אין בעט און בכלל א גאנצע טאג צי מיט קאכן גיטע עסן, פירן די שטיב און סיי וואס ס'פעילט אויס.

אבער מען דארף ניצן די שכל, אסאך מאל וויל דיין ווייב דיך ציפרידן שטעלן אבער זי טיט עס נישט, למשל לבוש וועט זי נישט וועלן טוישן צוליב פעיר פרעשור, איז קודם דארפסטו זיין אפען מיט איר און זאגן וואס די ווילסט (נישט אייביג ווייסט זי וואס די ווילסט, די מימרא "ווען די וואלסט מיך באמת ליב געהאט וואלסטו געוויסט וואס איך וויל" איז טיפשות, כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז אהבה זאל ברעניגען רוח הקודש).

נאכדעים קענסטו עס געיבן א ווארף אריין פון צייט צי צייט, אן פייניגען, זייער אסאך מאל וועט די אהבה גובר זיין אויף די פיער פרעשור.

און צומאל טאקע נישט, און אז די האסט איר ליב רודף איר נישט פאר דעים ס'נישט ווערט צי פארלירן די ליבשאפט פאר דעים, דא קען מען ניצען עצה'ס אזוי ווי @יעקב מעקסוועל זאגט אז מען זאל אנהייבן נאר אינדערהיים אזוי וועט זי זיך צעביסלעך ציגוואוינען און פילן באקוועם מיט דעים, אויב איז עס מיט מצווה עניינים זאל מען ריפן א נערמאלע כלה טיטשער זאל מסביר זיין די ווייב אז די אלע חומרות זענען טאקע נאר חומרות, און זענען נישט געמאכט פארן המון עם, פון דא און ווייטער קען מען טרעפן א עצה אויף כמעט יעדע זאך, אויב נישט איעדע.

 

רביה''ק זי''ע » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 12:15 am

· #485421
אין בעצוג צום לעצטן שורה. ס׳איז אויך דא א לעוועל פון ליעבע וואס מ׳האט יענעם אזוי ליעב אז מ׳וואונטשט איהם אקוראט די זעלבע וואס מ׳וואונטשט פאר זיך, איך וויל נישט מ׳זאל אויף מיר לייגן דרוק צו טוהן זאכן וואס איך האב נישט אויסגעוועלט פון מיין אייגענעם ווילן דערפאר וועל איך נישט לייגן דרוק אויף יענעם צו טוהן זאכן וואס ער האט נישט אויסגעוועלט פון זיין אייגן ווילן. פון אזא אהבה קומט אויך ארויס א געוואלדיגע יראת הכבוד און רעספעקט צום געליעבטן, איך וויל אז מ׳זאל רעספעקטירן מיינע לעבנסבאשלוסן און מיר נישט פארקויפן אז מ׳פארשטייט בעסער פון מיר און מ׳מיינט מיין טובה דערפאר וועל איך רעספעקטירן יענעמ׳ס לעבנסבאשלוסן. ס׳איז אויך מרומז אין די ווערטער ווי באקאנט אז ווען מ׳שטעלט ארויף דאס ווארט ״יראה״ אויפ׳ן ווארט ״אהבה״ קען מען ליינען ביידע ווערטער איינס אינעם צווייטן [זעה בילד], ווייל עכטע אהבה און עכטע יראה זענען בעצם צוויי זייטן פון איין מטבע.

תרמב » פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 12:24 am

· #485422
זייער שיינע נקודות, אויף יעדע פאראגראף וואלט מען געדארפט מאכן א עקסטערע אשכול....

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:01 pm

· #485685
קהל'ס נער: איין נקודה וואס דו האסט ארויסגעברענגט האב איך זייער שטארק ליעב. און איך בין מסכים מיט דיר 100%. בי. עסס'ן. מיט די די ווייב. איך פלעג דאס טון א סאך. פארשטייצעך. נאך פאר קאווע שטיבל איז געבוירן. (איך ווייס וואס די ליצני הדור (ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. אפשר איינער אדער צוויי קענמען יא ארויסשרייבן.) טראכטן..

Lesser » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:37 pm

· #485691
עס ארבעט נישט מיט יעדע פרוי, לא כל הנשים שוות, אבער דאס איז זיכער א גיטע הנהגה זיך נישט צו קריגען.

קהל'ס נער » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:53 pm

· #485694
Lesser
עס ארבעט נישט מיט יעדע פרוי, לא כל הנשים שוות, אבער דאס איז זיכער א גיטע הנהגה זיך נישט צו קריגען.


די דרך הטבע איז אז עס ארבעט יא.

אויב ס'ארבעט נישט, דארף מען גיין פאר טעראפי, קען זיין זי אדער ער איז אריבער געגאנגען א טראומה אלס קינד (לאו דוקא א סעקסואלע).
אדער זענען איינע פון די צוויי געשלאגן מיט נארסעסיזעם, בי. פי. די. וכדו' וואס דעמאלט דארף מען א פסיכולוג אדער פסיכיאטאר.

געדאנקן » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 10:31 pm

· #485697
berlbalaguleh
קהל'ס נער: איין נקודה וואס דו האסט ארויסגעברענגט האב איך זייער שטארק ליעב. און איך בין מסכים מיט דיר 100%. בי. עסס'ן. מיט די די ווייב. איך פלעג דאס טון א סאך. פארשטייצעך. נאך פאר קאווע שטיבל איז געבוירן. (איך ווייס וואס די ליצני הדור (ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. אפשר איינער אדער צוויי קענמען יא ארויסשרייבן.) טראכטן..

וואס מיינט בי. עססן.?

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 11:00 pm

· #485698
berlbalaguleh
קהל'ס נער: איין נקודה וואס דו האסט ארויסגעברענגט האב איך זייער שטארק ליעב. און איך בין מסכים מיט דיר 100%. בי. עסס'ן. מיט די די ווייב. איך פלעג דאס טון א סאך. פארשטייצעך. נאך פאר קאווע שטיבל איז געבוירן. (איך ווייס וואס די ליצני הדור (ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. אפשר איינער אדער צוויי קענמען יא ארויסשרייבן.) טראכטן..

וואלווי: איך בין (בבחינת) א יודע מחשבות... איך ווייס וואס דו טראכטסט..לאל... אפשר רבינו הק' זי"ע אויך...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 11:03 pm

· #485699
געדאנקן
berlbalaguleh
קהל'ס נער: איין נקודה וואס דו האסט ארויסגעברענגט האב איך זייער שטארק ליעב. און איך בין מסכים מיט דיר 100%. בי. עסס'ן. מיט די די ווייב. איך פלעג דאס טון א סאך. פארשטייצעך. נאך פאר קאווע שטיבל איז געבוירן. (איך ווייס וואס די ליצני הדור (ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. אפשר איינער אדער צוויי קענמען יא ארויסשרייבן.) טראכטן..

וואס מיינט בי. עססן.?

געדאנקן: שמועסן. פלאפלען. סתם אין די וועלט אריין...! איך קען עס אבער נישט ארויסשרייבן ברחל בתך ה'נאק*טע...מפני הכיעור והדומה לו...אפשר א געוויסער גרויסער און הייליגער רבי. בג"ע תהא מנוחתו. ער האט ליעב געהאט אזעלכע סקאטאלאגישע דזשאוקס און מעשה'לעך...! זי"ע

Lesser » מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 2:14 pm

· #485742
הייליג געזאגט

נפה » דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 7:45 pm

· #485949
ווען איך בין געווען א קינד איז געווען אזא מין מאשינקע וואס האט געהאט א געים אז מען טראכט פון עפעס און דער כלי פרעגט אפאר שאלות און ער זאגט דיר וואס דו האסט געטראכט ווען ער האט געזען אז די ענפער אויף אלעס איז נא (ווי למשל עס איז א דומם? ניין. א צומח? ניין. וכדומה) האט ער געזאגט אז עס איז אן emotion.
אהבה איז אן emotion און עס קען נישט ווערן עקספלעינד געהעריג אבער ווי אזוי עס זאל זיין איז עס א געפיל צווישען צוויי מענטשען וואס זענען נאנט איינער צום צווייטען און שעצען זיך איינער דעם אנדערע ווערט אנטוויקלט אזא געפיל פאר מער דעטאלירט ווי אזוי צו אנטוויקלען דעם געפיל קוק דא
אבער דאס איז יא דא א וועג אויסצולערנען ווי אזוי צו מאכן אז מען זאל נישט ליב האבן ווי למשל דא און דאס איז דער פראבלעם ביי אסאך הייליגע חתן /כלה מדריכים/ות

געדאנקן » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 12:32 am

· #488946

חכמת שלמה » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 11:23 am

· #488975
ווען איך זעה דעם אשכול, בפרט די לעצטע לינק, דאנק איך דעם אויבערשטן אויף דעם פלאץ וואו איך געפין זיך.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 2:10 pm

· #488995
געדאנקן

געדנאקן: זייער שיין. און צום פינטל. געקאווערט אלע בעיסעס. אבער די באשריבענע סצענע איז זיך פארלאפן מיט א לאנגע צייט צוריק. פרעג וויפיהל (גאנץ) יונגע חברה ווייסן וואס א בלעקבעררי איז?

פיניע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 2:22 pm

· #488999
Re: וואס מיינט ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צו דעם
חכמת שלמה
ווען איך זעה דעם אשכול, בפרט די לעצטע לינק, דאנק איך דעם אויבערשטן אויף דעם פלאץ וואו איך געפין זיך.

קים דזשאנג און ווערט אויך זייער צופרידן ווען ער קומט אהער ליינען. ווייל אויב זאל א פרוי נאר זיך וואגן אים נישט געבן וואס ער ברויך...

נאר מענטשן אין די נארמאלע וועלט ברויכן זיין נייס, דיקטאטורן האבן נישט די פראבלעמען.

חכמת שלמה » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 2:37 pm

· #489001
האלטס ענק מיט ענקער א.ג. "ליבע" (זוכנדיג יעדע מינוט נאך עפעס, וד"ל), און אונז וועלן בלייבן געטריי און באליבט ביי אונזער טאטע אין הימל...

א בין אין חריין מיינט, אז זיסערס פון דעם איז נישט דא.

נעבעך...

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 2:52 pm

· #489003
טאקע נעבעך, אז מ׳באקומט נישט די אטענשאן/ליעבע אינדערהיים דארף מען עס גיין באקומען דורך טראללן אנליין, ירחם המרחם.

תרמב » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 3:10 pm

· #489005
דאס אז מדארף האבן ליבשאפט וכדומה, נעמט נישט אוועק פון דעם, אז דער שרייבער שרייבט ווי א בהמה און מנובל, כאילו א פרוי שרייבט עס, ווען למעשה איז עס געשריבן דורך א קראנקע זכר, וואס חלומט פון זיינע שוועגערינס אסאך......

ערבי נחל » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 5:19 pm

· #489023
דא איז נישט די פלאץ פאר שמוץ!
מנהל

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 6:26 pm

· #489027
ערבי נחל
.

מה ענין בוידעם אצל קלאץ??? דאס געהערט אפשר אינעם אשכול פון סיפורי צדיקים וואס מ׳דארף גלייבן אז ס׳וואלט ווען טעארעטיש געקענט פאסירן.

נפה » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 7:12 pm

· #489030
ערבי נחל

וואס גייט פאר מיט ענק?

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 7:48 pm

· #489033
נפה: ב"ה אז איך ווייס נישט וואס דאס איז...!

געדאנקן » דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 12:49 am

· #493054
berlbalaguleh
נפה: ב"ה אז איך ווייס נישט וואס דאס איז...!

הייסט האסט א פילטער?...

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 28, 2022 8:10 am

· #493212
געדאנקן

איך האב עס ערשט יעצט אפגעליינט.... אוי מיין גאט, עס קוקט אויס שרעקליך איבערגעטריבן, כאילו די פייגי האט 23 קינדער, און יעדע זאך וואס מעגליך גייט מיט די לינקע פוס, אבער די פוינט איז זייער קלאר.

געדאנקן » מוצ"ש יאנואר 29, 2022 9:00 pm

· #493307
וואו זעסטו זי האט אסאך קינדער? ס"ה האט זי א מאן וואס חלומ'ט א גאנצן טאג פון אנדערע נקבות אבער שטעלט איר נישט צו אירע מינימאלע געברויכן.

צוויי » מיטוואך מאי 8, 2024 10:33 pm

· #561370
Re:
געדאנקן #
מיין פילטער לאזט דאס נישט אדורך, וואס זעהט מען דארט אין די לינק?

געדאנקן » דאנערשטאג מאי 9, 2024 10:43 pm

· #561553
Re: Re:
צוויי #
געדאנקן #
מיין פילטער לאזט דאס נישט אדורך, וואס זעהט מען דארט אין די לינק?
סאיז שוין פארמעקט דארט, איך געדענק נישט וואס איז געשטאנען דארט.

סקעפטיקער » פרייטאג מאי 10, 2024 12:49 pm

· #561626
Re: וואס מיינט ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צו דעם

א קליגער זיידה » זונטאג מאי 12, 2024 3:30 pm

· #561764
Re: וואס מיינט ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צו דעם
Old stuff