טאמער וואלט סאטמארער רב נישט אנגעקומען קיין אמעריקא?
74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1490
טאמער וואלט סאטמארער רב נישט אנגעקומען קיין אמעריקא?
וואס וואלט געווארן מיט כלל ישראל, טאמער וואלט סאטמארער רב נישט אנגעקומען קיין אמעריקא?
וואס האלט איר, וואלט נישט געווען קיין כלל ישראל?
ס'וואלט אפשר יא געווען, אבער איך וואלט אפשר געגאנגען מיט שטיוול שבת, און דאס בין איך בשו"א נישט מסכים!!
פארוואס נישט? איז דען ווייסע זאקן בעסער? איז דען אנדערע טפיל'רישע חיצוניות'דיגע זאכן ווייניגער פאני?
זר זהבס'וואלט אפשר יא געווען, אבער איך וואלט אפשר געגאנגען מיט שטיוול שבת, און דאס בין איך בשו"א נישט מסכים!!
אדער מיט
דעפרעסטע שווארצע זאקן!
ווייסע זאקן איז נארמאל. שטיוול אין א הייסן זומערדיגן שבת דערמאנט מיר פון א משוגעים הויז.
איז דען א שטריימל ווייניגער פאני אין חדשי תמוז אב?
אין אוקריינא איז מען בכלל נישט געגאנגען שבת מיט א שטריימל, שטיוול יא
וואס האביך מיט אוקריינע, איך וואוין אין אמעריקע. אז יעדער חסיד גייט מיט א שטריימל איז עס אויטאמאטיש נארמאל.
זר, איך מיין דו מאכסט א שטיקל טעות.
א שטריימל וואלט פונקט אזוי נישט געווען נארמאל.
סאטמאר רב האט דאס אדורכגעבראכן ביי זיין עולם, און אויטאמאטיש אין ניו יארק.
ווען נישט אים וואלט עס געווען פונקט אזוי מאדנע ווי שטיוול. אפשר נאך מער, ווייל די פוס באטראכט מען נישט אזוי שטארק ווי דעם קאפ!
דאס מיינט דען, אז כלל ישראל וואלט נישט עקזעסטירט? און דאס מיינט נישט אז א שטריימל איז נארמאלער ווי א בענד דאוין און ווי א ספאדיק, און ווי שטיוול און ווי אנדערע חומרות אדער קולות
שמעקי, דו זאגסט אז שטיוול וואלט געווען פונקט אזוי נארמאל ווי א שטריימל ווען נישט דעם רבי'ן?
זיכער אזוי, סאטמארע רבי האט געלייגט א דגוש אויף מינדערוויכטיגע זאכן, ער האט פון די צווייטע זייט אפגעלאכט בפה מלא פון אנדערע זאכן וואס איז עהם נישט געווען אין גאנג
דאגעגן אנדערע מנהיגים האבן נישט געמאכט אזעלכע איבערקערענישן, נישט חוזק געמאכט און נישט אוועקגעמאכט, און האבן לפי ידיעתי - נאך עני טיים אוועקגעשטעלט מאסן עובדי השם. און ממילא קומט אויס... פיר אליינס אויס
זר זהבשמעקי, דו זאגסט אז שטיוול וואלט געווען פונקט אזוי נארמאל ווי א שטריימל ווען נישט דעם רבי'ן?
יא. פארוואס נישט?
דו ווייסט ווי מאדנע א שטריימל האט אויסגעקוקט אין די "בראשית יארן"?
.
=======
און לגבי דיין שאלה, איך האלט קלאר אז ס'וואלט געווען א כלל ישראל, אבער דער סאטמאר רב מיט זיין עקסטרעמע שטרענגקייט און עקשנות, אפילו אויף זאכן וואס קען אויסקוקן עכט עקסטרעם פאר רוב מענטשן, האט געהאלפן אויפשטעלן א עכט-היימישע אידישע כלל ישראל.
עס וואלט קיינמאל נישט געווען די זעלבע אן אים. לכאורה. קען זיין אז השי"ת וואלט געשיקט א צווייטן, אפשר דעם סקווירא'ר רבי'ן, אבער למעשה איז ער געווען דער שליח איבערצופלאנצן אייראפע אין אמעריקע.
צוריק געעפנט, נאכן רעדיגירן אייניגע תגובות.
מ'קען ווייטער אנהאלטן די שמועס, אבער ביטע אכט געבן צו שרייבן בכבוד הראוי.
מנשה לוסטיגוואס וואלט געווארן מיט כלל ישראל, טאמער וואלט סאטמארער רב נישט אנגעקומען קיין אמעריקא?
וואס האלט איר, וואלט נישט געווען קיין כלל ישראל?
כלל ישראל וואלט געוועהן מער פאראייניגט. ארטאדאקסישע יידן וואלטן פה אחד געשטיצט די נייע מדינת ישראל און מ׳וואלט אפשר שוין האבן געבויט דעם בית המקדש.
שטיוועל איז קיינמאל נישט געווען א חסידישע לבוש וואס חסידים זענען געגאנגען א גאנץ יאר,
מ'האב עס געניצט אין די ווינטער,
דער פריערדיגע סקווערער רבי האט עס אנגעטוהן א גאנץ יאר, אין דער היינטיגער האט איינגעפירט אז די חסידים זאלען גיין דערמיט שבת,
סאו ס'איז בכלל נישט קיין פארגלייך מיט א שטריימעל וואס איז א חסידישע לבוש מקדמת דנא, משא"כ שטיוועל איז א נייע זאך, ס'נישט קיין חסידישע לבוש, ס'איז א סקווערער לבוש,
שמעקעדיגאבער למעשה איז ער געווען דער שליח איבערצופלאנצן אייראפע אין אמעריקע.
שכויעך פאר די לאך, אבער ערענסט גערעדט, דו רעדסט זיך טאקע איין אז אזוי האט כלל ישראל אויסגעזען פארן קריג?
כבודו במקומו מונח, אבער איך מיין אז היסטארי גייט צייגן אז זיין עקסטרעמע צוגאנג צו פרומקייט, און די יוניפארם, מאסן פראדוקציע, וואן סייז פיטס אלל אידישקייט האט נישט אויפגעטוהן, נאר דאס פארקערטע.
און איך זאג דאס מיטן פולסטען מאס ריספעקט צו א ערליכע איד, א מנהיג פון א גרעסטע עדה אידן בדורו.
John Doeמנשה לוסטיגוואס וואלט געווארן מיט כלל ישראל, טאמער וואלט סאטמארער רב נישט אנגעקומען קיין אמעריקא?
וואס האלט איר, וואלט נישט געווען קיין כלל ישראל?
כלל ישראל וואלט געוועהן מער פאראייניגט. ארטאדאקסישע יידן וואלטן פה אחד געשטיצט די נייע מדינת ישראל און מ׳וואלט אפשר שוין האבן געבויט דעם בית המקדש.
פארגעס נישט אז די מדינה האט מיט צוואנג אפגעשמדט טויזענעטער ספרדישע קינדער סאו וויזוי פינקליך העלפט דאס בויען דעם בית המקדש,
פארוואס זאל מען שטיצען א מדינה וואס האט געוואלט אויסרייסען די הייליגע תורה, טאקע נאר ווייל סאטמארער רב זי"ע איז געווען דערקעגען ?!
געפילטע פישאיך מיין אז היסטארי גייט צייגן אז זיין עקסטרעמע צוגאנג צו פרומקייט, און די יוניפארם, מאסן פראדוקציע, וואן סייז פיטס אלל אידישקייט האט נישט אויפגעטוהן, נאר דאס פארקערטע.
מעגליך אז עס וועט ווייזן אזוי אויף עטליכע עקסטרעמע סאטמארע. אבער לכבוד אים האבן זיך אפילו די נישט-אזוי-עקסטרעמע געהאלטן אויף א העכערע סטאנדארד.
איך בין דאך נישט דער איינציגסטער וואס זאגט דאס. איך האב אפילו נישט די חוצפה צו דיאגנאזירן די זאכן.
גדולים וטובים ממני האבן עס שוין געזאגט.
און בכלל איז מיר שווער, יוניפארם? בכלל נישט! וואן סייז פיטס אלל? וואס מיינסטו?
דער מציאות ווייזט דאך אז עס איז געווען שווער אידישקייט אין אמעריקע, און אפילו סאטמאר רבי אליין האט נישט געוואלט קומען קיין אמעריקע צוליב די נידריגע אטמאספערע וואס האט געהערשט דא.
אבער במתי מעט האט ער אנגעהויבן בויען מוסדות און אידישקייט, פארלאנגט תורה און קדושה אן קיין פשרות, געווען א גברא דמארי סייעיה, גאון הגאונים אין תורה ויר"ש וצדקה וחסד, אויפגעשטעלט הערליכע דורות.
מיט א מציאות קען מען זיך נישט שלאגן.
סאטמאר רב זי"ע האט קיינמאל נישט געזוכט צו הייסן אין די גאס אלס איינער וואס האט געבויעט אידישקייט אין אמעריקא, זיין ציל איז בלויז געווען אז אלע זיינע חסידים פון דערהיים זאלן ווייטער זיך האלטן ביים אידישקייט און אזוי אויך די קינדער, זיינע יסודות זענען געווען אז עס דארף זיין א חדר און יעדע קינד זאל ווערן אנגענומען טראץ דעם וואס עס איז שווער פארן טאטע צו באצאלן דעם פולן שכר לימוד, ווי אויך אז קיינער זאל זיך נישט שעמען צו גיין מיטן חסיד'ישן לבוש, פונקט ווי דער גוי קען גיין ווי אזוי איהם שמעקט זאל דער איד אויך קענען גיין ווי אזוי איהם שמעקט. ער פלעגט כסדר זאגן אז די סיבה פארוואס ר' יעקב יוסף האט נישט מצליח געווען איז ווייל ער האט געזוכט איבערצודרייען גאנץ אמעריקע.
סאטמאר איז קיינמאל נישט ארויס אין פאבליק אויפקלערענדיג פארן המון עם אז עס דא א באשעפער אויפן וועלט.
קודם כל, א רב מיט א רבי זענען צוויי אנדערע כוחות, ווייסטו דערפון?
כלל ישראל באשטייט נישט נאר פון וויליאמסבורג, און וויליאמסבורג איז נישט די סימבאל פון כלל ישראל
סך הכל, זענען היינט פארהאנען אין 770, שומרי תורה ומצוות, און מחמירים בקלה כבחמורה - כפי הוראת רבותיהם לבית חב''ד, מער ווי ס'דא אין סאטמאר
סך הכל איז דא היינט אין וויזשניץ, בני ברק, סרט וויזשניץ, און אלע תלמידים ותלמידי תלמידים, נאך אזוי פראצענטיש פעלזן שטארקע יסודות וואס וואלט געהאלטן אפילו אן סאטמאר, נאכן קרוג
סך הכל איז סקווער די סימבאל פון תורה ומסורה און חסידות אין די אויגן פון יעדן היסטאריקער, וואס לייענט נישט די פארטייאישע בלעטער, נאר וואס קוקט אויבנאויף בכללות בהיסטוריית ימי ישראל
סך הכל איז גער בראשם פונעם הייליגן בית ישראל, געווען 'דער' וואס האט געהאלטן זיין ריזן ציבור אין די האנט איבער יענע שווערע תקופות.
סך הכל האט קלויזנבורגער רב געהאט אויף זיינע פלייצעס דאס שארית הפליטה יודנטום, יונגווארג און עלטערע, פונעם רגע וואס די נאציזעם איז געפאלן, ביז ביז..
פאפא רב, צעלימער רב, וואס האבן אינוועסטירט אין יהדות החרדית, האבן ארויפגעארבעט דאס ניווא פון ערליכקייט אויף הויעכע שטיפעס,
אויך איז געווען עטליכע יאר נאכן קריג, א צדיק וקדוש ר' יואל טייטלבוים, וואס האט אסאך משקיע געווען אין די מאסן אויפן נושא פון קנאות קעגן פרעמדע ווינטן.
כלל ישראל האט געהאט א צדיק ווי דער בעלזער רב זצוק''ל וואס האט מגין געווען אויפן דור ברוב פרישותו וקדושתו, און זיינע ברכות און אנווייזונגען האבן ערהאלטן כלל ישראל.
האלט איינער אנדערש?
אז דו רעדסט פון הייליגע צדיקים וועלכע האבן מגין געווען אויפן דור ברוב קדושתם אפילו זיצנדיג אין ארץ ישראל, איז דאס א באזונדערע נושא.
מען רעדט דא פון מנהיגים וועלכע האבן זיך ארויפגעשארצט די ארבל און אויפגעטון דא אין ניו יארק פאר אידישקייט.
לענ"ד בעלזא און גור און נאך עטליכע קומען נישט אריין דא אינעם בילד.
שמעקעדיגאז דו רעדסט פון הייליגע צדיקים וועלכע האבן מגין געווען אויפן דור ברוב קדושתם אפילו זיצנדיג אין ארץ ישראל, איז דאס א באזונדערע נושא.
מען רעדט דא פון מנהיגים וועלכע האבן זיך ארויפגעשארצט די ארבל און אויפגעטון דא אין ניו יארק פאר אידישקייט.
לענ"ד בעלזא און גור און נאך עטליכע קומען נישט אריין דא אינעם בילד.
פארוואס נישט? ווייל די פראפאגנדע האט דיר אזוי פארקויפט? דער הייליגר בית ישראל האט גארנישט ווייניגער כוח און מח אריינגעלייגט אויפצובויען יודישקייט אין א"י נאכן קריג ווי סאטמאר רב האט אין אמעריקא.
ס'לאזט זיך זאגן אז א געוויסער שטאפל פרומקייט וואלט זיך נישט איינגעגעבן צווישן המון עם אין אמעריקא ווען נישט סאטמאר רבי ז"ל. ניין, קיינער וואלט זיך נישט אפגע'שמד'ט, ס'וואלטן אוודאי געווען פילע אידן שומרי תורה ומצוות מדקדקים בקלה כבחמורה, אבער אויף א גרויסע פארנעם וואס דער נארם איז צו גיין מיט אראפגעלאזטע פיאות און א שטריימל, איז שטארק יתכן אז ס'וואלט זיך נישט איינגעגעבן.
און אוודאי לאזט זיך זאגן אז די באוועגונג פון די ערליכע ריינע שיטה קעגן די מדינת של שמד וואלט לכאורה קיינמאל נישט צושטאנדגעקומען אז עס זאל פאררעכנט ווערן אלס א מעין-סטרים שיטה, ועל זה אנו מודים ומשבחים.
איך אויךשמעקעדיגאז דו רעדסט פון הייליגע צדיקים וועלכע האבן מגין געווען אויפן דור ברוב קדושתם אפילו זיצנדיג אין ארץ ישראל, איז דאס א באזונדערע נושא.
מען רעדט דא פון מנהיגים וועלכע האבן זיך ארויפגעשארצט די ארבל און אויפגעטון דא אין ניו יארק פאר אידישקייט.
לענ"ד בעלזא און גור און נאך עטליכע קומען נישט אריין דא אינעם בילד.
פארוואס נישט? ווייל די פראפאגנדע האט דיר אזוי פארקויפט? דער הייליגר בית ישראל האט גארנישט ווייניגער כוח און מח אריינגעלייגט אויפצובויען יודישקייט אין א"י נאכן קריג ווי סאטמאר רב האט אין אמעריקא.
די סיבה איז ווייל דער אשכול רעדט נאר פון אמעריקע. קוק דעם קעפל.
דער אלטע סקווערע רבי וואלט עני טיים געמאכט אזא איבערקערעניש, ווען ער וואלט געהאלטן אז מ'ברויך דאס מאכן.
ער האט לחלוטין נישט געהאלטן פון דעם.
ער האט קלאר געזאגט, ווען אין סאטמאר רודערט זיך טישן אויף בענק, זאל זיך ביי מיר א בענקל ניט רירן..
די מח פון א סקווערע קינד זאל נישט זיין אנגעפילט מיט היסטאריע פון בן גוריון, און וואס מיינט ציונות, נאר גארנישט.. תורה תורה תורה
ווי האלט סאטמאר מיט דעם? ווי אנגעפאטשקעט זענען די קעפ מיט אלע אלע היסטאריע פון אלע משכילישע יארן.
עשה טוב! ורע לא אדע.. ווייס נישט וועגן שלעכטס.
בכלל, איך זע נאך נישט ווי שלעכט גער און בעלז און וויזניץ זענען אנגעקומען מיטן 'נישט' גיין מיטן שיטה הקדושה.
און סקווערע רבי זצוק''ל האט איינגעפירט אינעם געביט פון עשה טוב, וואס קיינער האט נישט געוואגט צו טוהן. אייגעפירט כוללים, וואס סאטמאר רב האט עפעס נישט זיך ארויפגעכאפט דערויף, און מאכן א שטעטל, וואס סאטמאר רב האט זיך עפעס נישט ארויפגעכאפט דערויף, און איינפירן חדר און לימודים אין אלע ימי המועד וואס סאטמארע רב האט זיך עפעס נישט ארויפגעכאפט דערויף.
ווען זאל ווען דער אלטע סקווערער רבי זאגן איין ווארט,וואלט ער געפירט א מאוומענט. ער האט געהאלטן אז 'עס קומט נישט אזוי'. און וויאזוי ס'קומט יא, האט ער היבש מצליח געווען.
ממילא, ווי קומט אריין אינעם טיטול רשכבה''ג און דאס גלייכן, ווען כל הגולה איז צעטיילט אין נאך פינעף שטיקער. איין פינפטל איז סאטמאר
מנשה לוסטיגקודם כל, א רב מיט א רבי זענען צוויי אנדערע כוחות, ווייסטו דערפון?
כלל ישראל באשטייט נישט נאר פון וויליאמסבורג, און וויליאמסבורג איז נישט די סימבאל פון כלל ישראל
סך הכל, זענען היינט פארהאנען אין 770, שומרי תורה ומצוות, און מחמירים בקלה כבחמורה - כפי הוראת רבותיהם לבית חב''ד, מער ווי ס'דא אין סאטמאר
סך הכל איז דא היינט אין וויזשניץ, בני ברק, סרט וויזשניץ, און אלע תלמידים ותלמידי תלמידים, נאך אזוי פראצענטיש פעלזן שטארקע יסודות וואס וואלט געהאלטן אפילו אן סאטמאר, נאכן קרוג
סך הכל איז סקווער די סימבאל פון תורה ומסורה און חסידות אין די אויגן פון יעדן היסטאריקער, וואס לייענט נישט די פארטייאישע בלעטער, נאר וואס קוקט אויבנאויף בכללות בהיסטוריית ימי ישראל
סך הכל איז גער בראשם פונעם הייליגן בית ישראל, געווען 'דער' וואס האט געהאלטן זיין ריזן ציבור אין די האנט איבער יענע שווערע תקופות.
סך הכל האט קלויזנבורגער רב געהאט אויף זיינע פלייצעס דאס שארית הפליטה יודנטום, יונגווארג און עלטערע, פונעם רגע וואס די נאציזעם איז געפאלן, ביז ביז..
פאפא רב, צעלימער רב, וואס האבן אינוועסטירט אין יהדות החרדית, האבן ארויפגעארבעט דאס ניווא פון ערליכקייט אויף הויעכע שטיפעס,
אויך איז געווען עטליכע יאר נאכן קריג, א צדיק וקדוש ר' יואל טייטלבוים, וואס האט אסאך משקיע געווען אין די מאסן אויפן נושא פון קנאות קעגן פרעמדע ווינטן.
כלל ישראל האט געהאט א צדיק ווי דער בעלזער רב זצוק''ל וואס האט מגין געווען אויפן דור ברוב פרישותו וקדושתו, און זיינע ברכות און אנווייזונגען האבן ערהאלטן כלל ישראל.
האלט איינער אנדערש?
די חילוק איז אזוי, די סאטמארער רב ז"ל איז געווען פון אונגארן, און פון אונגארן איז געבליבן א גרעסערע מערהייט, ממילא האט ער געוואוסט וואו אזוי קעיר צו נעמען פון זיי.
מנשה לוסטיגדער אלטע סקווערע רבי וואלט עני טיים געמאכט אזא איבערקערעניש, ווען ער וואלט געהאלטן אז מ'ברויך דאס מאכן.
ער האט לחלוטין נישט געהאלטן פון דעם.
ער האט קלאר געזאגט, ווען אין סאטמאר רודערט זיך טישן אויף בענק, זאל זיך ביי מיר א בענקל ניט רירן..
אלעס איז יתכן, אבער היות מ'רעד מיר דאך דא פון "העטעך פעטעך" הייפיטעטיק"ל בלע"ז, איז כל זמן ס'דא א סברה המתקבל לכאן או לכאן האט יעדער די רעכט עס צו קלעימען, ולא פליגי
מנשה לוסטיג
די מח פון א סקווערע קינד זאל נישט זיין אנגעפילט מיט היסטאריע פון בן גוריון, און וואס מיינט ציונות, נאר גארנישט.. תורה תורה תורה
ווי האלט סאטמאר מיט דעם? ווי אנגעפאטשקעט זענען די קעפ מיט אלע אלע היסטאריע פון אלע משכילישע יארן.
עשה טוב! ורע לא אדע.. ווייס נישט וועגן שלעכטס.
טאקע בהא קא-מיפלגי, דער סאטמאר רבי לשיטתו האלט אז צי גיין מיט פארבינדענע אויגן אן וויסן גארנישט נאר "תורה תורה תורה" קען מעגליך פארפירן דעם מענטש ביודעין או בלא יודעין צו שטיפן די וואגן פון כפירה ומינות, איך זאג חלילה אז סקווירא זענען כופרים, אדרבא זייער מעגליך אז זיי זענען אפגעשוינט געווארן פון די בייזע ווינטן ווייל סאטמאר האט געטאן די שמוציגע ארבעט פאר זיי, ממילא זאלן זיי ושאר קהילות החרדים פארדאנקען די סאטמאר רבי פארן אפשוינען זייער ענערגיע,
מנשה לוסטיגבכלל, איך זע נאך נישט ווי שלעכט גער און בעלז און וויזניץ זענען אנגעקומען מיטן 'נישט' גיין מיטן שיטה הקדושה.
כאפסט נישט, שיטת סאטמאר איז אז דער עצם דעות ציונית והתחברות לרשעים איז א פגם אין אידישקייט,
אין ציגאב צי דעם האט סקווירא רבי זצ"ל נישט געהאט קייין מסורה אין הנהגה, בעת סאטמארע רב יא, סאטמארע רב'ס טאטע אין זיידעס האבען זיך אפגעגעבען מיט פיהרען קהילות, בעת סקווירא רבי'ס טאטע אין זיידעס האבען געליינט קוויטלעך אין געטאנצען הקפות, אבער נישט געפירט קיין קהילות,
סקווירא רבי זצ"ל האט אנגעהויבען פיהרען א קהילה אויף דער עלטער נאך וואס ער האט געבויעט דעם שטעטעל, בעת סאטמאר'ע רב האט שוין משמש געווען ברבנות אלץ יונגערמאן נאך אין יוראפ, סאו עס לאזט זיך גלייבען אז סאטמאר'ע רב האט בעסער געוויסט וויזוי מען פירט א קהילה,
אין ווען כ'קוק אויף ביידע קהילות היינט מיט אלע חסרונות, זעה איך מער נארמאלקייט אין באלאנס אין א סאטמאר'ע קהילה ווי אין א סקווירא,
מנשה לוסטיגדער אלטע סקווערע רבי וואלט עני טיים געמאכט אזא איבערקערעניש, ווען ער וואלט געהאלטן אז מ'ברויך דאס מאכן.
שטותים, ער איז אינגאנצען נישט געווען אזא מענטש וואס האט געקענט אויפרידערען א וועלט דאס וואס סאטמאר'ע רב האט געקענט, די דרייסט סתם א קאפ,
סאטמאר'ע רב איז געווען א לייב, סקווערע רבי איז געווען א הייליגער איד אבער דאס וואס סאטמאר'ע רב האט געקענט האט ער נישט געקענט, סאטמאר'ע רב האט געקענט זאגען דרשות אין אויפשאקלען הערצער, סקווירא רבי האט נישט געהאט דעם כוח,
סאטמאר רבי האט געהאט וואס? א מסורה? מ'האט דאך אלעס פארגעסן..
סקווערע רבי אויסער קוויטלעך האט נישט געוואוסט וויאזוי צו פירן.. נאר א דאנק סאטמאר האט ער מצליח געווען.. יו מעיד מיי דעי!
מנשה לוסטיגסאטמאר רבי האט געהאט וואס? א מסורה? מ'האט דאך אלעס פארגעסן..
ער האט געהאלטען מיטען דברי חיים שיטה אז נשתכחה תורת הבע"ש, אבער אוודאי איז דא א מסורה, מיש נישט הודו מיט כוש,
מנשה לוסטיגסקווערע רבי אויסער קוויטלעך האט נישט געוואוסט וויאזוי צו פירן.. נאר א דאנק סאטמאר האט ער מצליח געווען..
ניין , אין אין מיין אפיניען האט סקווער טאקע נישט מצליח געווען, די וועג וויזוי זיי זענען געוואקסען איז צי בויען א שטעטעל אין נישט לאזען שיקען נאר אין זייער מוסדות אין ישיבות, אין ציטערען אז טאמער ס'וועט זיין נאך א שול אין די שטעטעל דאן גייט די גאנצע חסידות צאמפאלען, דאס הייסט "ארויף געצווינגענע ליבע"
סאטמאר'ע רב האט זיך געבויעט אן א שטעטעל, אין ער האט קיינעם נישט געצווינגען צי שיקען אין זיינע מוסדות,
סאו לאמיר זעהן סקווער זאל אראפנעמען די ארויף געצווינגענע ליבע, אין נאכדעם וועט מען זעהן צי זיי האבען מצליח געווען אדער נישט,
מנשה לוסטיג
די מח פון א סקווערע קינד זאל נישט זיין אנגעפילט מיט היסטאריע פון בן גוריון, און וואס מיינט ציונות, נאר גארנישט.. תורה תורה תורה
ווען ס'וואלט טאקע געווען אנגעפילט מיט תורה , נו מיילא, קענסטו טענה'ן אז מען דארף לעבען אין עולם התוהו אין מען טאר נישט קענען קיין שום היסטאריע,
אבער די פאקט ווייזט אז די מוח פין א סקווערע קינד איז אנגעפילט מיט ווי הייליג די "רבי" איז אין אז ער איז ממש אזוי גרויס ווי העלבראנץ, אין אזוי ווייטער,
סאו קאט די קרעפ, זאלען זיי ענדרעש לערנען אביסעל היסטאריע ווי זיין ביזי פארגעטערען א מענטש,
פראפעסאר שפיראמנשה לוסטיגסאטמאר רבי האט געהאט וואס? א מסורה? מ'האט דאך אלעס פארגעסן..
ער האט געהאלטען מיטען דברי חיים שיטה אז נשתכחה תורת הבע"ש, אבער אוודאי איז דא א מסורה, מיש נישט הודו מיט כוש,
מנשה לוסטיגסקווערע רבי אויסער קוויטלעך האט נישט געוואוסט וויאזוי צו פירן.. נאר א דאנק סאטמאר האט ער מצליח געווען..
ניין , אין אין מיין אפיניען האט סקווער טאקע נישט מצליח געווען,
די וועג וויזוי זיי זענען געוואקסען איז צי בויען א שטעטעל אין נישט לאזען שיקען נאר אין זייער מוסדות אין ישיבות, אין
ציטערען אז טאמער ס'וועט זיין נאך א שול אין די שטעטעל דאן גייט די גאנצע חסידות צאמפאלען, דאס הייסט "ארויף געצווינגענע ליבע"סאטמאר'ע רב האט זיך געבויעט אן א שטעטעל,
אין ער האט קיינעם נישט געצווינגען צי שיקען אין זיינע מוסדות,
סאו לאמיר זעהן סקווער זאל אראפנעמען די ארויף געצווינגענע ליבע, אין נאכדעם וועט מען זעהן צי זיי האבען מצליח געווען אדער נישט,
WOWO WOWO WOWO
👍 👍 👍 👍 👍
מעכטיגער פוינט!!
ניין!
איבערמעכטיג!!!
פראפעסאר שפירא
סאטמאר'ע רב האט זיך געבויעט אן א שטעטעל, אין ער האט קיינעם נישט געצווינגען צי שיקען אין זיינע מוסדות,
גראדע למען הפונקטליכקייט דאס איז באנו למחלוקת הברך משה והבני יואל, ועוד חזון
גאלדאבער אויף א גרויסע פארנעם וואס דער נארם איז צו גיין מיט אראפגעלאזטע פיאות אין א שטראמל, איז שטארק יתכן אז ס'וואלט זיך נישט איינגעגעבן.
אזוי ווי יאנקל זאגט שוין, דאס איז מיר בכלל נישט קיין מעלה, און האט גאר ווייניג מיט אידישקייט און תורה צו טוהן.
גאלדאון אוואדי לאזט זיך זאגן אז די באוועגונג פון די ערליכע ריינע שיטה קעגן די מדינת של שמד וואלט לכאורה קיינמאל נישט צישטאנדגעקומען אז עס זאל פארעכנט ווערן אלס א מעין-סטרים שיטה, ועל זה אנו מודים ומשבחים,
דאס איז דאך די חורבן!
געפילטע פישגאלדאבער אויף א גרויסע פארנעם וואס דער נארם איז צו גיין מיט אראפגעלאזטע פיאות אין א שטראמל, איז שטארק יתכן אז ס'וואלט זיך נישט איינגעגעבן.
אזוי ווי יאנקל זאגט שוין,
דאס איז מיר בכלל נישט קיין מעלה, און האט גאר ווייניג מיט אידישקייט און תורה צו טוהן.גאלדאון אוואדי לאזט זיך זאגן אז די באוועגונג פון די ערליכע ריינע שיטה קעגן די מדינת של שמד וואלט לכאורה קיינמאל נישט צישטאנדגעקומען אז עס זאל פארעכנט ווערן אלס א מעין-סטרים שיטה, ועל זה אנו מודים ומשבחים,
דאס איז דאך די חורבן!
ס'האט שוין איימאל מיט אידישקייט צוטוהן!
ס'זינדיגט זיך שווערער מיט אראפגעלאזטע פיאות!
געפילטע פישגאלדאבער אויף א גרויסע פארנעם וואס דער נארם איז צו גיין מיט אראפגעלאזטע פיאות אין א שטראמל, איז שטארק יתכן אז ס'וואלט זיך נישט איינגעגעבן.
אזוי ווי יאנקל זאגט שוין, דאס איז מיר בכלל נישט קיין מעלה, און האט גאר ווייניג מיט אידישקייט און תורה צו טוהן.
מיט וואס האט עס צוטאן, מיט ספארטס? אוואדי איז עס נישט דער עיקר, אבער מיט וואס זאל עס האבן צו טאן אויב נישט אידישקייט, די חסידישע לבוש איז א גאר powerful גדר פאר אידישקייט, נישטא וואס זיך צו דינגען דערויף,
איך זע נאך נישט וואס סאטמארע רב האט אויפגעטון. איינער קען מיך מסביר זיין?
סך הכל זענען רוב יודען פושעים, און אלע צדיקים פון אמאל איז חלומות, האלב פארגעסן האלב פארקראכן, נאר די שיטה פון פוי שייגעץ ארויס איז חי וקים?
גדר, האלט צוריק פון זינדינגען וכו' אלעס שיינע תורות, אבער אין תורת משה שטייט דאס נישט.
כדי זיך צוריק צו האלטן פון זינד גיי איך מיט א פעיפער קליפ אויפן נאז. סא פאר העלפט עס זייער גוט.
אין תורת משה שטייט נישט אסאך זאכן וואס ערליכע אידן טוהן
געפילטע פיש
כדי זיך צוריק צו האלטן פון זינד גיי איך מיט א פעיפער קליפ אויפן נאז.
בילד ביטע?
(דורעך געבען א לייק קען מען זיך מצטרף זיין צי די פעטיציע)
באקומען אין אימעיל:
אי לאו יומי:
לכבוד כו אב.
מיר סאטמארע אידן דארפן אפגעבן א שבח והודאה אין אזא הייליגע טאג פאר'ן אונז איבערלאזן דעם הייליגע רבי זצ"ל.
איך ווייס נישט צו דו האסט אמאל אריינגעטראכט דעם שבח והודאה מ'דארף געבן פאר'ן באשעפער פאר'ן אונז געבן אזא רבי. לאמיר זיך פארשטעלן ווי אזוי מיר וואלטן ווען אויסגעזעהן אן אים;
ווען נישט אים וואלסטו ח"ו געשפילט באלי מיט דיין אינגל,
ווען נישט אים וואלסטו ל"ע געלערנט דף היומי,
ווען נישט אים וואלט דיין אינגל (אויף קיין שום איד נישט געזאגט) געפארן אויף א שגץ בייק,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז די בעלזער'ס ביקן זיך עכט צום צלם פאר זיי גייען אין שיל,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז נאר אונז סאטמארע אידן זענען די אמת'ע פח שמן הטהור, און אלע אנדערע אידן זענען סתם אידן וואס ביקן זיך צום בעל און האבן נישט קיין חלק לעולם הבא!
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז מ'קען מלבש זיין שנאה אויף יעדע איד מיט א תורה'דיגע לבוש,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז די אלע וואס זענען גענאנגען צום כינוס כלל ישראל זענען נישט מזרע ישראל,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געהאט אזעלכע זאפטיגע מעשיות ווי אזוי ער האט אריינגעזאגט און אריינגעשניטן יעדע רב ביי יעדע אסיפה,
ווען נישט אים וואלט הלל טייטלבוים און דוד עקשטיין געוואוינט אין וויליאמסבורג,
ווען נישט אים וואלטן מיר נישט געהאט פרייטאג צו נאכטס ביים זמן 15 מינוט וואס מ'מעג נאר בדיעבד מחלל שבת זיין,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געהאט 16 דורות נוטר ברית (וואט עבער עס מיינט)
ווען נישט אים וואס וואלטן מיר געטוהן שובבים?
ווען נישט אים ווי אזוי וואלטן מיר געווארן אויס תלמיד ווען מיר האבן געמאכט א קראץ אויף א נכס פון ישיבה?
יעצט ווען עס קומט די גרויסע יארצייט, געדענקט אז 15 מינוט ביי גייקאו קען סעיוון 15 מינוט אדער מער!
און ווען נישט אים וואלט נישט געווען אזא זאך ווי א סקווירא שטעטל וואס האט ארויסגעגבן אזא גוטן אקטיאר ווי מנשה ליסטיג!
פראפעסאר שפיראגעפילטע פיש
כדי זיך צוריק צו האלטן פון זינד גיי איך מיט א פעיפער קליפ אויפן נאז.
בילד ביטע?
(דורעך געבען א לייק קען מען זיך מצטרף זיין צי די פעטיציע)

אמת טאקע אז איך שטאם פון סאטמאר פון איין זייט, אבער חסדי השם אז כ'בין אנגעקומען צום ריכטיגן לעכטיגקייט און נישט צום ווילי פעסטע שייגעץ ארויס גענג
געפילטע פישגדר, האלט צוריק פון זינדינגען וכו' אלעס שיינע תורות, אבער אין תורת משה שטייט דאס נישט.
כדי זיך צוריק צו האלטן פון זינד גיי איך מיט א פעיפער קליפ אויפן נאז. סא פאר העלפט עס זייער גוט.
למעשה גייסטו נישט מיט קיין פעפער-קליפ אויפן נאז, פארוואס ווייל דו קוקסט אויס ווי משוגענער, שעמסט זיך דערמיט,
מיין פריינד, 65 יאר צוריק אין אמעריקא האט גיין מיט שטיוול און קנאפ פיאות און א גארטל געהאט די זעלבע פנים ווי א פעפערקליפ אויפן נאז, דו וואס זענען געגאנעגען מיט אראפגלאזטע פיאות האט מען אנגעקוקט ווי צירידערטער נערוון קראנקע, זאג א שכוח פאר סאטמארע רבי אז אזוי פיל המון עם סקווירא חסידים שעמען זיך נישט צו גיין מיט זייער קנאפ פיאות אין די שטיוול,
מנשה לוסטיגאמת טאקע אז איך שטאם פון סאטמאר פון איין זייט, אבער חסדי השם אז כ'בין אנגעקומען צום ריכטיגן לעכטיגקייט און נישט צום ווילי פעסטע שייגעץ ארויס גענג
איי די סאטמארע שקצים, לאמיר פרעגען מיסטער ראטענבערג וואס סאטמאר האט אים געטוהן.... איין מינוט סקווער האט עס גאר געטוהן, סאו מיט וואס איז די "רוסישע אקריינישע מאפיא גענג" בעסער ווי די "ווילי פעסטע שייגעץ ארויס גענג", הא ? 😂
די חילוק איז, אז מיר גלייבן 'יא' און ענק גלייבן 'נישט'.
אז מיר טוהען אמאל עפעס וואס קוקט אויס פארן פויערישן קעפל רציחה, איז עס געטון מיטן מאטיוו פון שוינען עפעס וואס איז אנבאלאנגט אמונה און חיזוק אמונה, כאטש וואס דער פויערישע קעפל זעט נישט דערין קיין טובה, און האלט נאך פארקערט אז נישט דאס מיינט מען די אמת'ע אמונה, אבער ווי זאגט מען נאך פון חסידים הראשונים [וואס סאטמארע רב האט פארגעסן פון זיין..] עבירה גוררת עבירה, וועלכע עבירה אין די רייהע וועלכע שאול תחתית זעמער אנגעקומען, פון די כלומרשטע עבירה אינעם אויגן פון דעם פויערישער צייטונג לייענער.
ס'דרייען זיך אין ליובאוויטש אין סלאנים אין גער אין בעלז אין סקווער - תלמידי חכמים אין די הונדערטערס מורי הוראה אן קליפערלעך און בעקיטשלעך מיט א הויקער, וואס יעדע פון זיי וואלט געקענט פירן א קהילה קדושה, אין די צייט וואס ווען אין סאטמאר שפראצט ארויס עפעס א תלמיד חכמ'ל, מאכט מען א בראטל פון עהם, און ער ניצט עס אויס.. הו הא..
וואס איז אלץ געווען די כח אין סאטמארע רב, אז ער איז געווען א פאדעגאג? סקווערע רבי זצל האט אנע רעדן געטון און געמאכט.
ער האט געזאגט אמאל, ווען סאמארע 'רב' האט געכאפט צו מזל א סטראויק, 'מען דארף מתפלל זיין פאר עהם, ווייל אז ער וועט נישט זיין מיט זיי וועלן זיי זיך רייסן ביי די קעפ אין די גאסן'..
האט ער געוואוסט וואס ער רעדט?..
לאזט מיך צולייגן איין ווארט פון די יוניקנעסס פון סאטמארער רעבין זצ"ל, דעסיז הכל מודים אז דער צדיק האט אין דער אלטער היים בעפארן קריג, און אפי' נאכן קריג ווען ער האט געהאט צייט, זיך ממלא כריסו געוועזן מיט תורה ועבודה, טעג און נעכט איזער געזעסן און געהארוועט אויף תורה, געגעגסן האט ער גאר ווינציג, זיך מקדש ומטהר געוועזן מיט אזא מין פרישות, איך האב גערעדט מיט אן עלטערן יוד פון בארא פארק, א דזשולערי סוחר, וואס האט געלערנט אין נייטרא ווען דער סאטמארער רבי האט זיך דארט אויפגעהאלטן, דערציילט ער מיר אז ער איז געשלאפן העכערן רעבין, און א גאנצע נאכט האט ער געהערט דעם רעבין לערנען, די תנועל'ה קלינגט אים נאך אין די אויערן, אבער וואס איך וויל ארויסברענגן איז, אז ווי נאר דער עולם, די רעפיודזשיס האבן אנגעהויבן ארויסצוקימען קיין אמעריקע, מ'איז געווען צובראכן, אן טאטע אן מאמע, אדורכגעמאכט די לאגערן, מ'האט געזיכט א ליכטיקייט, א ליכטיגן שטראל, און מ'האט געפונען, דער סאטמארער רבי דער גרויסער גאון האט "צוגעמאכט" די גמרא און געזעסן ביזן נאכט אריין, אויסגעהערט מענטשן, אלע זייערע שאלות, אינקלודינג שאלות וואס א קינד פרעגט פון זיין/איר מאמע, און ער האט מיט אזא מין איבערגעגעבענקייט געענטפערט, אידן האבן זיך אויסגערעדט זייער ווייטאג, מ'האט זיך אויסגערעדט וואס מ'האט אלץ פארלוירן, און ער האט זיי פלעין פשוט מחזק געוועזן. כ'האב אמאל געהאט ביי זיך אין אוטו אן עלטערע אידענע, און אויפן גאנצן וועג האטזי מיר פארציילט, פון דער אלטער היים, מלחמה, נאכן קריג,א.א.וו. זאגט זי, "מ'זעמער אנגעקומען קיין אמעריקע, דא האמער געהאט דעם רעבין, יעדע קלייניקייט זעמער אים געגאנגען פרעגן, אן עצה א.א.וו.", און דאס זענען געווען נישט איין, נאר צענטליכע משפחות, דאסיז חוץ בריוון און טעלעפאון רופען, וואס ער איז געווען פארנומען צו ענטפערן, און איין ווארט, "וירד משה מן ההר אל העם" במלוא מובן המלה.
איה"נ ס'איז געוועזן נאך, א שטייגער ווי דער באבובער רב זצ"ל, און ר ' מיכאל בער זצ"ל פאר זיינע תלמידים, און נאך אנדערע צדיקים וגאונים. אבער ווי אנדערע ניקס האבן שוין פריער דא ארויסגעברענגט, זענען רוב רובם פון די שארית הפליטה דאהי אין אמעריקע געוועזן פון אונגארן, און רוב רובם האבן זיך געקלאמערט צום סאטמארער רעבין, און זיין רצון איז געווען דאהי אין אמעריקע אויפצושטעלן א דור פון "ערליכע בעלי בתים" טאקע מיט שטריימל און בעקיטשע, און נאר דורכן "וירד משה" מיטן זיך אראפלאזן אין באגלייטן די אלע אידן, האטער עס מיט סיעתד"ש באוויזן.
מנשה לוסטיגדי חילוק איז, אז מיר גלייבן 'יא' און ענק גלייבן 'נישט'.
אמת ויציב
איך גלייב טאקע נישט אין סקוויר'ן רעבען