☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » טאמער וואלט סאטמארער רב נישט אנגעקומען קיין אמעריקא?

טאמער וואלט סאטמארער רב נישט אנגעקומען קיין אמעריקא?

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1490
בלאט: 1 2

מנשה לוסטיג » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:40 pm

· #35454
אינטערעסאנט אז איך האב געהערט פון עלטערע יודען - וואס האבן גארנישט מיט סקווער, אז דער אלטע סקווערע רבי האט דאס געטון, און צום סאטמארע רב זענען הערשט שפעטער אנגעהויבן צוגיין די מאסן ווער ער האט אנגעהויבן מיט זיין העץ קאמפיין אקעגן די מדינה וואס האט עהם געראטעוועט.
פון עטליכע האב איך געהערט, אז מוסדות סאטמאר האט זיך בכלל נישט אנגעזען אנהייב, נאר אלע האבן געשיקט קיין וויזשניץ און קלויזנבורג, ווען סאטמאר 'רב' האט אנגעהויבן מיט פראפאגאנדע האט ער געצויגן די מאסן מיטן שטורעם.
ביי ערענסטע פראבלעמען פלעגט מען גיין צום סקווערן 'רבין' און שאלות האט מען געפרעגט רבנים, א רבי האבן אלע געקענט סקווערע רבי, נאר ער האט נישט געוואלט הערן פון קיין פייטס פון קיין פאליטיק, האבן אסאך געזוכט סחורה ערגעץ אנדערש, און געטראפן.. אין ראדני אראוינד די קארנער.

DotCom » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:51 pm

· #35459
אוי מנשה'לע! ביסט אייזן שטארק, אפשר בארגסטו מיר אויך אביסעלע אמונה? אונז דראפען זיך נעבעך אויף די גראדע ווענט און ביי ענק איז דא אזא שפע.
עשרה קבים אמונה ירדו לעולם, חמשה עשר נטלו סקווער ואחת כל העולם כולו

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:52 pm

· #35460
מנשה לוסטיג
די חילוק איז, אז מיר גלייבן 'יא' און ענק גלייבן 'נישט'.
אז מיר טוהען אמאל עפעס וואס קוקט אויס פארן פויערישן קעפל רציחה, איז עס געטון מיטן מאטיוו פון שוינען עפעס וואס איז אנבאלאנגט אמונה און חיזוק אמונה, כאטש וואס דער פויערישע קעפל זעט נישט דערין קיין טובה, און האלט נאך פארקערט אז נישט דאס מיינט מען די אמת'ע אמונה, אבער ווי זאגט מען נאך פון חסידים הראשונים [וואס סאטמארע רב האט פארגעסן פון זיין..] עבירה גוררת עבירה, וועלכע עבירה אין די רייהע וועלכע שאול תחתית זעמער אנגעקומען, פון די כלומרשטע עבירה אינעם אויגן פון דעם פויערישער צייטונג לייענער.
ס'דרייען זיך אין ליובאוויטש אין סלאנים אין גער אין בעלז אין סקווער - תלמידי חכמים אין די הונדערטערס מורי הוראה אן קליפערלעך און בעקיטשלעך מיט א הויקער, וואס יעדע פון זיי וואלט געקענט פירן א קהילה קדושה, אין די צייט וואס ווען אין סאטמאר שפראצט ארויס עפעס א תלמיד חכמ'ל, מאכט מען א בראטל פון עהם, און ער ניצט עס אויס.. הו הא..
וואס איז אלץ געווען די כח אין סאטמארע רב, אז ער איז געווען א פאדעגאג? סקווערע רבי זצל האט אנע רעדן געטון און געמאכט.
ער האט געזאגט אמאל, ווען סאמארע 'רב' האט געכאפט צו מזל א סטראויק, 'מען דארף מתפלל זיין פאר עהם, ווייל אז ער וועט נישט זיין מיט זיי וועלן זיי זיך רייסן ביי די קעפ אין די גאסן'..
האט ער געוואוסט וואס ער רעדט?..

ווען גייט שוין דיין טעראריסטישע רעבע טווערסקי כאפן א סטראוק פאר א גוט יאר?

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:04 am

· #35462
ס'איז א מזל זאך..

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:07 am

· #35463
חברה, טעיק א טשיל פיל, איר ווייסט וויפיל איך האב ליב סקווערע רבי'ן אבער מ'ווינטשט נישט קיין סטראוק אויף קיין מענטשען, ס'ווייזט נישט אויף ציוויליזירטקייט צו שעלטען דיין אפאנענט אין א דיסקוסיע אפילו אויב ער האט געשריבן וואס ער האט געשריבן.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:08 am

· #35465
איך האב נישט געוואונטשען.

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:10 am

· #35468
און טאמער האסטו יא? אין סאטמאר איז דאס די דרך

פראפעסאר שפירא » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:11 am

· #35469
מנשה לוסטיג
די חילוק איז, אז מיר גלייבן 'יא' און ענק גלייבן 'נישט'.

די חילוק איז אז מיר גלייבען אין גאט אין ענק גלייבען אין "רעבין",

מנשה לוסטיג
אז מיר טוהען אמאל עפעס וואס קוקט אויס פארן פויערישן קעפל רציחה, איז עס געטון מיטן מאטיוו פון שוינען עפעס וואס איז אנבאלאנגט אמונה און חיזוק אמונה,


אהא, סאו ענק מעגען טוהן כל דבר אסור ווייל ענק זענען דעם אייבערשטען'ס פאליס, אבער סאטמאר וואס איז "סתם א גענג", "זיי" טארען נישט,

אין אגב ביסטע הייסטע מודה אז סקווער האט עס געטוהן אין נישט סתם א בחור איז ארויס פין די גלייזען,

אין ביי דע וועי קענסט ארויס געבען א תשובה ספר אז ווען מען וויל מחזק זיין די אמונה אין א טווערסקי רבי מעג מען פארברענען מענטשען, אין ווער ס'האלט דערגעגען איז מסתם א "פויערישע קעפל"

מנשה לוסטיג
כאטש וואס דער פויערישע קעפל זעט נישט דערין קיין טובה,



מנשה לוסטיג
ס'דרייען זיך (אין ליובאוויטש אין סלאנים אין גער אין בעלז) אין סקווער - תלמידי חכמים אין די הונדערטערס מורי הוראה אן קליפערלעך און בעקיטשלעך מיט א הויקער, וואס יעדע פון זיי וואלט געקענט פירן א קהילה קדושה, אין די צייט וואס ווען אין סאטמאר שפראצט ארויס עפעס א תלמיד חכמ'ל, מאכט מען א בראטל פון עהם, און ער ניצט עס אויס.. הו הא..


קודם ס'נישט אמת אז אין סאטמאר מאכט מען א "גאנצע בראטעל" פין יעדע תלמיד חכם, איך קען סאטמארע יונגעלייט אין אפילו בעלי בתים גרויסע תלמידי חכמים אין שייף עייל שייף נפיק זיי מאכען גארנישט פין זיך, אין גייען אפילו מיט א בלויע רעקעל אין א שטאפענעם היט,

נאר אין סקווער איז מען זייער ווייניג מחשיב תורה, איינער וואס הייסט טווערסקי איז חשובער ווי איינער וואס קען ש"ס,
מנשה לוסטיג
וואס איז אלץ געווען די כח אין סאטמארע רב, אז ער איז געווען א פאדעגאג? סקווערע רבי זצל האט אנע רעדן געטון און געמאכט.


זיי מוחל נעם א מנין אין גיי אויף דעם סטמאר'ע רב ציון אין בעט אים איבער, ער האט דיר גארנישט קיין שלעכטס געטוהן אז די זאלסט אויף אים אזוי רעדען ברבים, שעם דיר !

מנשה לוסטיג
ווען סאמארע 'רב' האט געכאפט צו מזל א סטראויק,


מנשה מיטען שרייבען אזוי ווי א נאריש קינד פארשעמסטע מער סקווער ווי סאטמער, וואס פאר א מין געשרייבעכץ איז דאס, 🙄

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:12 am

· #35470
מנשה לוסטיג
און טאמער האסטו יא? אין סאטמאר איז דאס די דרך

נעה אונדז שעלט מיר נישט קיין לוזערס מיט בוטסעס

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:13 am

· #35472
ווען איז די אשכול געווארן א פייט ציווישן סאטמער און סקווער? איך האב ביידע נישט ליב, איך ווייס נישט וועלכע זייט צו נעמען... האט איינער אן עצה?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:14 am

· #35473
לייג דיך שלאפן, צופריה וועט עס שוין סיי ווי זיין פארמעקט

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:16 am

· #35474
נאך צו פרי (אין מיין טיים זאון).

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:20 am

· #35476
אויב סאטמאר באשטייט פון דיי שיטה, קענסטו זיכער זיין, אז די שטריק לאזט זיך אויס.
אויב האבן זיי זיך צוגעכאפט צו רעביסטעווע - אולי יש תקוה בלייב דעמאלטס דארט..
סקווער האט ב''ה נישט די שכחה, מיר האבן איין לאנגע קשר אשר לא ינתק, רוף עס וועלכע אמונה דו ווילסט. מיר זענען אויפגעקומען מיט שיטות, דאס איז מסורה אנגעהויבן פון שטיוועל ביז די דקות'דיגע מנהגים

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:21 am

· #35478
מנשה'ן באדערט איין זאך. ווען ס'קומט כ"ו אב ווייסט יעדער איד אז ס'עפעס א גרויסער יארצייט היינט.
ער האט אפילו נישט פארגעסן צו עפענען אן אשכול לכבודו...
ווען ס'קומט די סקווירער רבי'ס ז"ל יארצייט ווייסט קיינער נישט אז ס'עפעס אנדערש פון אן אנדערן טאג.
(אגב ווען איז טאקע סקווירא רבי'ס יארצייט? אמת'דיג, כ'ווייס נישט!)

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:33 am

· #35483
מיר שטערט באמת, זייענדיג א אפשטאמיגער פון סאטמאר, אז מ'לעבט אין עפעס א דמיון, מ'צילט ערגעץ. ס'האט דאך נישט קיין הענט און קיין פיס.
ווי הייליג סאטמארע רב איז געווען, האלט מען אין סקווער מער פון עהם, ווי ענק קענען חלומ'ן צו האלטן פון א מנהיג בישראל.
מיר האבן אלץ א לעבעדיגע רבי וואס ווייזט די וועג און מיר זעמער נישט קיין אויבער חכמים, ווייל אויב יא זעמער אטאמאטיש נישט סקווער. סקווער איז מסורה אמונה און פון עפעס וויל מען נישט וויסן.
איך זע נישט פון ווי סאטמאר האט זיך אנגעהויבן און ס'האט זיך שוין לאנג אויסגעלאזט.
ממילא, יעדער שטיק צייט טוישט מען גלויבן דארט, רבינו סר מן הדרך, רבינו נשתכח רבינו רבינו רבינו, זכותו יגן עלינו.. ער לעבט מער נישט און נעמטס ענק א פירער, און פארגעסטט פון אומאקטואלע זאכן.
מיר שטערט באמת, אז מ'האט פארגעטערט דעם סאטמארע רב אלץ ציל ברעט פאר אלע סארט כפירה רייד אקעגן יעדע מנהיג בישראל יעדע מנהג בישראל יעדע עדה בישראל, טאמער איז ער נישט אין שפאן מיט רבינו.
אז סקווער למשל, האט זיך זייער דרך, ממילא אז ביי זיי אין שטעטל פירן זיי זיך ווי זיי ווילן. אבער סאטמאר האט 'אקופירט' די וועלט - זיי האבן זייער געוואלט, און ס'האט זיך אויסגעלאזט א זייפן בלאז..
קאווע שטיבל שרייבט זיך איינער זיינע געפילן, און מ'הייבט אן שעלטן ווי כאילו ער האט גערעדט אקעגן דעם אייבירשטן.
וואס נאך געהערט פאר די אפגאט סאטמאר? מיינע גאטשעס אויכעט?
מיין זיידע איז געווען פארגעטערט פאר סאטמארע רב, כל הכבוד ער האט מיר נישט געצווינגען עס נאכצוטאנצן, און איך בין העכסט צופרידן אז ער האט געהאלטן זיין רביס שיטה.
מה כל הרעש הזאת? מנשה ביסט דאס ביסט יענס.. איך בין עפעס נישט בארעכטיגט צו זאגן אויפריכטיגע ווערטער?
זייט מוחל זייטס מיר מסביר, מיט וועלכע דעת תורה איז סאטמארע רבי דער מושיען של ישראל, דער רשכבה''ג דער 'אויפבויער' פון כלל ישראל. איין זיידע האט זיך געהאלטן ביי מיר סאטמאר די אנדערע דריי זיידעס גראדע אנדערע, איינער סקווער איינער פאפא און איינער עפעס אנדערש.
וואלט טאקע כלל ישראל נישט געהאט קיין תקנה, ווען נישט די לעגענדעס וואס ענק פראבירן שוין צו פרעדיגן די לעצטע יובל פופציג?

פריינדליך » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:34 am

· #35484
מנשה פארטרעט נישט סקווער, עס איז דא היבש וואס צו ענטפערן פאר מנשה אזאש אז עס זאל אים פארגיין די אפעטיט,
אבער פארוואס פעלט עס דען אויס? ער פארטרעט נישט קיינעם נאר זיין אייגענע היט און רעקעל! פארוואס זיך צוטיען מאכען?!

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:36 am

· #35485
מנשה לוסטיג

מיין זיידע איז געווען פארגעטערט פאר סאטמארע רב, כל הכבוד ער האט מיר נישט געצווינגען עס נאכצוטאנצן

דא האסטע גוט ארויסגעברענגט די חילוק צווישן סאטמאר און סקווירא.
דיין זיידע האט דיר נישט אונטערגעצינדען!

פראפעסאר שפירא » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:38 am

· #35487
מנשה לוסטיג
אויב סאטמאר באשטייט פון דיי שיטה, קענסטו זיכער זיין, אז די שטריק לאזט זיך אויס.
אויב האבן זיי זיך צוגעכאפט צו רעביסטעווע - אולי יש תקוה בלייב דעמאלטס דארט..
סקווער האט ב''ה נישט די שכחה, מיר האבן איין לאנגע קשר אשר לא ינתק, רוף עס וועלכע אמונה דו ווילסט. מיר זענען אויפגעקומען מיט שיטות, דאס איז מסורה אנגעהויבן פון שטיוועל ביז די דקות'דיגע מנהגים


סקווער איז א קולט פין עבודה זרא, יעצט ביסטע ציפרידען , דאס האסטע געוואלט הערען ?

ס'איז ביי מיר קלאר אז די וועג וויזוי חסידות גייט צי אין סקווירא היינט איז זייער זייער נאנט צי עכטע עבודת גילולים,

דער בעל דבר קען באשטיין מען זאל גיין מיט שטיוועל אפילו אויפען קאפ אבי מען זאל דינען א געטשקעלע,

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:39 am

· #35489
איך פארטרעט איין איינפאכע קשיא.
וואס וואלט געווען ווען סאטמארע רבי גייט אין אוישוויץ ג''ע מיט אלע קדושים?
וואלט טאקע כלל ישראל נישט געווען ערליך?
וואלטן די אפגעפרעגטע ביי סאטמאר נישט מצליח געווען וואס זיי זענען דאנקן גאט היינט מצליח?
אדער פשוט, וואלט פאפא רב צעלימער רב לאנצהוטער רב, געקענט פירן זייער קהילה דאפעלט פעסטער און העכער.
און קלויזעבערגער רבי וויזשניצער רבי און סקווערע רבי וואלטן געקענט בלייבן וואוינען אין וויליאמסבורג.

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:43 am

· #35490
ניין, ס'וואלט נישט געטויגט. אויב סקווירא און בעלזא וואלטן געבליבן אין ווילי וואלט געווען צופיהל שווארצע זאקן מיט שווארצע בוטסעס אום שבת.
מיינע שבתים וואלטן געווען פארשווארצט!
פעח!

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:47 am

· #35491
און הערן פוי שייגעץ איז זיסער?
פון וועלכע עונג שבת רעדסטו פון לייענען די יוד און בלאט?
וואס וואלט שוין געווען ווען מ'מאכט א עירוב ווי דער שלמה המלך דער חכם מכל אדם האט מתקן געווען, און הקב''ה העיד עליו, אם חכם בני ישמח לבי גם אני. כ'פארשטיי אז סאטמאר איז א טראפ קלוגער.
און בוטסעס און שווארצע זאקן עקלט זיי.. וואס האבן זיי 'יא' ליב??? רעד רעד ביז דו ברעכסט עס אויס. לייג צו א שיטה קללה

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:51 am

· #35493
איך האב ליעב "לעכטיקייט" איך האב ליב צו זעהן שבת "ווייסע" זאקן נישט נאצישע שטיוול.
איך האב ליעב א ניגון אין שוהל ביים דאווענען.

נישט ווי אין סקווערע, פוי! - איך בין איינמאל בטעות אריינגעפאלן אין א סקויירא שיל פאר א קבלת שבת, נישט זיך געגלייבט אז ס'דא א פלאץ וואו מ'זאגט לכה דודי אנשטאט עס שיין אפזונגען.
איך האמיר גפיהלט ווי ביי איכה , דאס איז נישט א שבת! די שטיוול מיט די איכה, איך האב זיך אויפגעהויבן און געלאפן צום נענטסן אידישן ביהמ"ד.

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:56 am

· #35496
פארוואס ביסטו אנטלאפן פון סאטמאר?

קווארטין » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:15 am

· #35500
וואס וואלט געווען ווייסעך נישט, אבער די מציאות וואס מ'זעעט דאס ווייסעך יא, צו אלע אנדערע רבנים וואלטן אליינס געקאנט אזוי שיין אהערשטעלן אידישע שטובער, אין טאקע איינפלאנצן די ריכטיקע אמונה קעגן דעם ציוניסטישן ווינט, מיר זיינען נישטא צו מעסטן קיין צדיקים, אין בכלל ווער זענען מיר אריינצורעדן דערין. אבער דאס יא, אויסנוצען א צדיק'ס גרויסקייט דורך טעראריזירן אנדערע דאסיז נישט טאקע נישט גערעכט און ס'רעדט בכלל נישט און נאמען פונעם פשוט'ן עמך סאטמארען יוד. איך פערזענליך פלעג אפט זיך געפונען אין סקווער צוליב מיין ארבייט, און איך קאן אייך זאגן, וואט עי ביוטיפול שטעטל, איי רילי לייק איט, אידיש, חסידיש. און פארוועם ס'געפעלט נישט דארט צו וואוינען זאל זעך אפטראגן פון דארט, מאנסי איז נישט צו ווייט.
בלאט: 1 2