☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש

נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש

239 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14842
בלאט: 1 2 3 4 5

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:39 pm

· #485692
ארי נוהם
בעל דרשן
נעכטן איז פארגעקומען די גרויסע אסיפה אין באבוב ווי די רבי שליט"א האט ארומגערעדט איבער די נייע בנינים וואס בויט זיך אצינד אין באבוב און געבעטן די עולם אנטייל נעמען אינעם הייליגן פראיעקט

בחצר באבוב45 וועט מארגן פארקומען א אסיפה אין בעפארברייטונג צו די אויפבוי פון זייער שול א רייכע פראגראם ווערט צוגעגרייט עס ווערט ערווארטעט א דרשה פון זייער פירער הגה"צ רמ"ד אונגאר שליט"א נכד הדברי שלמה

נעכטן איז פארגעקומען די גרויסע אסיפה אין באבוב48, וואו זייער פירער הרבצא"ל שליט"א בן הדברי שלמה האט ארומגערעדט איבער די נייע בנינים וואס בויט זיך אצינד אין באבוב48 און געבעטן די עולם אנטייל נעמען אינעם הייליגן פראיעקט [דורכן מאכן יעדע חסיד צאלן צען אלפים אויב מ'האט איין קינד, און פיר און צוואנציג אלפים אויב מ'האט צוויי קינדער!]

בחצר באבוב וועט מארגן פארקומען א אסיפה אין בעפארברייטונג צו די אויפבוי פון זייער שול א רייכע פראגראם ווערט צוגעגרייט עס ווערט ערווארטעט א דרשה פון דער רבי שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצ"ל.

#דער-אידיאטישער-בעל-דרשן-דרשנ'ט-נישט-גוט.

האלא, גיב אכטונג דארט, ער האט דעם שכל הישר 😂

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 3, 2022 12:39 am

· #494018
דהיינו שוואנצאנות
📎 FKh9P9LXwAYOFBt.jpeg

בענבען » מאנטאג פעברואר 7, 2022 1:27 am

· #494319
ס'איז היינט פארגעקומען א גרויסע מעמד אין נו יארק פאר חסידי ויזניץ עניוואן מיט פרטים אויף וואס ס'איז געווען?
נייע תקנות?

אלבערט איינשטיין » מאנטאג פעברואר 7, 2022 6:57 am

· #494324
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
בענבען
ס'איז היינט פארגעקומען א גרויסע מעמד אין נו יארק פאר חסידי ויזניץ עניוואן מיט פרטים אויף וואס ס'איז געווען?
נייע תקנות?
עס איז נישט געווען נייע תקנות לויט וואס איך האב געהערט. פשוט מחזק געווען די אלטע זאכן מער בגדר קדושות הבית וצנועות. בחורים נישט געווען ערלויבט צו קומען

יין שרף » מאנטאג פעברואר 7, 2022 9:48 am

· #494330
אז מען זאל שניידן די ביז יעצדיגע קורצע שייטלעך נאך מער. און ב"ה מען האט שוין א צרה צו רייטן דעראויף, אז מען זאל עס טוהן לרפואת די רבי פון לאנדאן.. זאל דער וואס טוט עס נישט פילן גילטי. אה, און א נגיד פון די קהילה וועט ספאנסארן די free cut..

בענבען » מאנטאג פעברואר 7, 2022 10:09 am

· #494334
יעצט געהערט אז מען האט גערעדט
אז מען דארף זיך שערן אינגאנצן
שייטליך ביז די אקסעל
די זעלבע איז האר ביי מיידליך
נישט קיין געפאסטע קליידער פאר די קינדער
אויך בעהט מען ווער ס'קען זאל זיך צודעקן די שייטל

ס'איז א גרויסע קידוש השם אז א חסידות מיט אזויפיהל ברענטשעס קען מאכען איין שיינע זאך צוזאמען אהן קיין מי בראש משוגאסען

שבת אחים » מאנטאג פעברואר 7, 2022 10:22 am

· #494337
בענבען
יעצט געהערט אז מען האט גערעדט
אז מען דארף זיך שערן אינגאנצן
שייטליך ביז די אקסעל
די זעלבע איז האר ביי מיידליך
נישט קיין געפאסטע קליידער פאר די קינדער
אויך בעהט מען ווער ס'קען זאל זיך צודעקן די שייטל

ס'איז א גרויסע קידוש השם אז א חסידות מיט אזויפיהל ברענטשעס קען מאכען איין שיינע זאך צוזאמען אהן קיין מי בראש משוגאסען

וויזניצער חסידים אינדערהיים זינט די גרינדונג פון חסידות, האבן נישט געהאט די פראבלעמען... ווען די היינטיגע וויזניצער חסידים וואלטן זיך געטראפן מיט זייערע אור-עלטערן וואלטן זיי נישט געגלייבט וויאזוי זיי זענען געגעאנגען אנגעטוהן, און זיי וואלטן נישט Approved זייער לייפסטייל.

וואס איז געשעהן אז נאך די מלחמה זענען אלע חסידות׳ן געווארן טאליבאנער?

איז א גוטע קשיא.

בענבען » מאנטאג פעברואר 7, 2022 9:00 pm

· #494403
קען איינר אביסל אויסקלארן די נושא?
דער תולדות מרדכי רבי פון לעיקוואד איז א רבי מיט קאלירטע בעקיטשעס וכו' פארוואס איז ער געקומען מיט א שווארצע בעקיטשע און פארוואס איז ער געווען אזוי באזייטיגט?

קהל'ס נער » מאנטאג פעברואר 7, 2022 10:56 pm

· #494419
שבת אחים
בענבען
יעצט געהערט אז מען האט גערעדט
אז מען דארף זיך שערן אינגאנצן
שייטליך ביז די אקסעל
די זעלבע איז האר ביי מיידליך
נישט קיין געפאסטע קליידער פאר די קינדער
אויך בעהט מען ווער ס'קען זאל זיך צודעקן די שייטל

ס'איז א גרויסע קידוש השם אז א חסידות מיט אזויפיהל ברענטשעס קען מאכען איין שיינע זאך צוזאמען אהן קיין מי בראש משוגאסען

וויזניצער חסידים אינדערהיים זינט די גרינדונג פון חסידות, האבן נישט געהאט די פראבלעמען... ווען די היינטיגע וויזניצער חסידים וואלטן זיך געטראפן מיט זייערע אור-עלטערן וואלטן זיי נישט געגלייבט וויאזוי זיי זענען געגעאנגען אנגעטוהן, און זיי וואלטן נישט Approved זייער לייפסטייל.

וואס איז געשעהן אז נאך די מלחמה זענען אלע חסידות׳ן געווארן טאליבאנער?

איז א גוטע קשיא.

פארשטייסט טאקע נישט?
חסידות האט מיט קיין חסידות גארנישט ציטין היינט, וויפיל חסידים ווייסן בכלל וואס חסידות מיינט, היינט איז חסידות א קאמיוניטי לייפסטייל, ס'האט נישט ציטין וואס איז געוועין חסידות אינדערהיים, נישט מיט יודישקייט און נישט מיט הלכה, יעדער טיט וואס שמעקט עים, איך האב מיינע תאוות שאי אפשר לפורטם כי רבים הם און די רעביס תאוות איז צי דרייען די גאנצע קאמיוניטי אויפן פינגער ברצותו מייישר וברצותו מעקם, כן אנחנו בידך העיליגע רבי, לברית אל תביט....

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 8, 2022 12:22 am

· #494423
זיכער אזוי, אבער @שבת ברענגט ארויס די היפאקריטיזם פון די וואס האקן כסדר אז מ'טאר נישט משנה זיין פון מסורת אבותינו, און ווען ס'שמעקט זיי וועט מען איינפירן תקנות אשר לא שערום אבותינו.

איך האלט שטארק פון אלעס וואס מ'האט גערעדט ביים וויזניצע אסיפה לב און ס'איז דא אסאך וואס מ'דארף פארבעסערן, אבער דאס קען מען נישט טון מיט פארדרייען היסטארי. זאג קלאר אז מ'דארף זיין פרומער ווי די עלטערן און די אור עלטערן. אבער ניין, דאס וועט מען נישט זאגן ווייל טאמער יא איז זייער גאנצע רביסטיווע אין זשעפערדי.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 8, 2022 5:29 am

· #494443
זיי האבן די חוצפה צושרייבן אז אין וויזניץ און ווילחאוויץ אינדערהיים האט מען נישט אריינגעלאזט אין שול נאר מיט א צוגעדעקטע שייטל...

און אין גרויסווארדיין ביים סבא קדישא? אין אנטוניע ביים אנטוניער רבי? אין בארשע, ביים בארשער רבי? און אין ווישעווע ביים ווישעווער רב? אין סערט? און אין די אנדערע הונדערטער שטעטלעך אין בוקאווינע, מארמארוש, טראנסליוואניע, וואו עס איז געוועהן וויזניצער שטיבלעך?

זיי האבן זיך אנגעכאפט אויף די פרומסטע פלאץ אין מארמארוש?
זיי טשערי פיקען וועלכע תקנות פון וועלכע פלאץ זיי ווילן און דאס ווערט די מסורה???

און לאמיר אפילו זאגן אז סאיז געוועהן אזוי אין אלע וויזניצער שטיבלעך. זאלן זיי בלייבן מיט די זעלבע תקנה- אז נאר ווען מ׳גייט אין שול זאל מען דארפן צודעקן די שייטל?

זאלן זיי בלייבן מיט אלעס וואס איז געוועהן אינדערהיים, און לאזן די איין תקנה?

דאס הייסט ביי מיר- פארדרייט א קאפ!

בענבען » דינסטאג פעברואר 8, 2022 10:21 am

· #494454

@שבת אחים די פרוי אייערע דארף זיך קויפן א נייע שייטל? וואס ווערט איהר אזוי איבערגענומען?

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 8, 2022 10:31 am

· #494456
בענבען: ס'זעהט אויס אז דו וועיסט (נאך) נישט...! שבת אחים דארף (דערווייל) נישט קויפן קיין שייטל פאר זיין (געוועזענע) ווייב...!

בענבען » דינסטאג פעברואר 8, 2022 10:37 am

· #494458
berlbalaguleh
בענבען: ס'זעהט אויס אז דו וועיסט (נאך) נישט...! שבת אחים דארף (דערווייל) נישט קויפן קיין שייטל פאר זיין (געוועזענע) ווייב...!

.

וואלווי » דינסטאג פעברואר 8, 2022 11:00 am

· #494459
בענבען
berlbalaguleh
בענבען: ס'זעהט אויס אז דו וועיסט (נאך) נישט...! שבת אחים דארף (דערווייל) נישט קויפן קיין שייטל פאר זיין (געוועזענע) ווייב...!

זי גייט אראפגעבינדען?

זיך נעמען איבער א מענטש פערזענליך איז נישט part of the discussion

וואלווי » דינסטאג פעברואר 8, 2022 11:04 am

· #494460
שבת אחים
זיי האבן די חוצפה צושרייבן אז אין וויזניץ און ווילחאוויץ אינדערהיים האט מען נישט אריינגעלאזט אין שול נאר מיט א צוגעדעקטע שייטל...

די זיי איז נישט קיין אנדערער נאר די בעל תורת מרדכי אליינס

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 8, 2022 3:37 pm

· #494485
וואלווי
שבת אחים
זיי האבן די חוצפה צושרייבן אז אין וויזניץ און ווילחאוויץ אינדערהיים האט מען נישט אריינגעלאזט אין שול נאר מיט א צוגעדעקטע שייטל...

די זיי איז נישט קיין אנדערער נאר די בעל תורת מרדכי אליינס

ווען מ׳פלעגט אים פארשטעלן אזעלכע קשיות ווי פארוואס היינט איז עס אנדערש ווי אמאל, אינדערהיים? פלעגט ער ענטפערן “דו רעדסט דאך פון א אנדערע וועלט?”...

לשיטתו, איז אמאל פשוט נישט געוועהן קיין אנדערע ברירה. די קליינע שטעטלעך, די ארימקייט, די דחקות, נישט געוועהן קיין מלמדים, וכו׳ ממילא איז אמאל האט מען געהאט א גוטע תירוץ צוזיין א פויער, אבער היינטיגע צייטן ווען סאיז יא מעגליך אז יעדער זאל באקומען א געהריגע חינוך האט ער געהאלטן דארף יעדער זיין אנדערש.

אבער סאיז נישט ממש אזוי. סהאט צוטוהן מיט די כאראקטאר פון די מענטש. ווען די אהבת ישראל וואלט געלעבט היינט וואלט ער זיך נישט געשטעלט אויף קיין שייטלעך. נאר צו מקרב זיין און ליב האבן די “שוואכע אידן” א שטייגער ווי זיין אייניקל די וויזניצער רבי פון לאנדאן לרפו״ש. ער איז געוועהן א אנדערע מענטש. נישט קיין קנאי ווי די תורת מרדכי. האט קיינמאל נישט מוחה געוועהן אויף קיינעם, קיינמאל נישט מקפיד געוועהן אויף קיין בילדער, קיינמאל נישט אוועקגעמאכט מאדערנע-אידן נישט קיין חילוק צי זיי האבן געוואוינט אין וויען און געגעאנגען שטודירן אין די יוניווערסטיס. ער איז געוועהן פשוט א אנדערע מענטש.

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 8, 2022 4:09 pm

· #494491
berlbalaguleh
בענבען: ס'זעהט אויס אז דו וועיסט (נאך) נישט...! שבת אחים דארף (דערווייל) נישט קויפן קיין שייטל פאר זיין (געוועזענע) ווייב...!

איך פלאן נישט נאכאמל צו חתונה האבן, אבער אויב וואלט איך יא געדארפט באצאלן אפאר טויזענט דאללער פאר שייטלעך. וואלט איך געהאט א פשוטע קשיא:

ממה נפשך, אויב מעג מען גייען מיט האר פארוואס טאר מען נישט גייען מיט די אייגענע האר? אויב מעג מען נישט טראגן קיין האר, פארוואס יענעמס האר מעג מען יא?

בענבען » דינסטאג פעברואר 8, 2022 4:32 pm

· #494498
שבת אחים
berlbalaguleh
בענבען: ס'זעהט אויס אז דו וועיסט (נאך) נישט...! שבת אחים דארף (דערווייל) נישט קויפן קיין שייטל פאר זיין (געוועזענע) ווייב...!

איך פלאן נישט נאכאמל צו חתונה האבן, אבער אויב וואלט איך יא געדארפט באצאלן אפאר טויזענט דאללער פאר שייטלעך. וואלט איך געהאט א פשוטע קשיא:

ממה נפשך, אויב מעג מען גייען מיט האר פארוואס טאר מען נישט גייען מיט די אייגענע האר? אויב מעג מען נישט טראגן קיין האר, פארוואס יענעמס האר מעג מען יא?

ווייל יענעמ'ס האר ווערט נישט ווייס

שבת אחים » דינסטאג פעברואר 8, 2022 6:20 pm

· #494510
בענבען
שבת אחים
berlbalaguleh
בענבען: ס'זעהט אויס אז דו וועיסט (נאך) נישט...! שבת אחים דארף (דערווייל) נישט קויפן קיין שייטל פאר זיין (געוועזענע) ווייב...!

איך פלאן נישט נאכאמל צו חתונה האבן, אבער אויב וואלט איך יא געדארפט באצאלן אפאר טויזענט דאללער פאר שייטלעך. וואלט איך געהאט א פשוטע קשיא:

ממה נפשך, אויב מעג מען גייען מיט האר פארוואס טאר מען נישט גייען מיט די אייגענע האר? אויב מעג מען נישט טראגן קיין האר, פארוואס יענעמס האר מעג מען יא?

ווייל יענעמ'ס האר ווערט נישט ווייס

גאנץ א גוטע תירוץ. און פארדעם טאקע איז געמאכט געווארן א שייטל, פאר עלטערע פרויען וואס ווערן ווייס אדער פארלירן די האר. אבער א יונגע פרוי וואס האט אייגענע שיינע האר פארוואזשע זאלן זיי דארפן באצאלן טויזענטער פאר “יענעמס האר” ווען זיי האבן אייגענע? אדער גייען זיי אינגאנצן צוגעדעקט אדער אייגענע האר. יענעמס האר וואס קוקט אויס פונקט ווי די אייגענע- און דעמאלטס ווערט עס מותר? דאס פארשטיי איך שוין נישט!

יענקל מיללער זאגט אז ווען מ׳ווערט אלט פארלירט מען נישט די האר, ס׳ווערט נאר arranged אנדערש- ס׳גייט אין די אויער און אין די נאז... 😂

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 9, 2022 8:50 pm

· #494642
שבת אחים: ששש... איכ'ל דיר אויסזאגן א סוד. (איך האף קיינער הערט נישט.) די מערסטע פרויען זעהען אויס א סאך בעסער און שענער מיט א שייטל. ווי מיט די אייגענע האר...!

ס'איז דא פאר וועמען ס'העלפט נישט. אבער דאס איז זייער א קליינער פראצענט...!

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 9, 2022 10:41 pm

· #494649
berlbalaguleh
שבת אחים: ששש... איכ'ל דיר אויסזאגן א סוד. (איך האף קיינער הערט נישט.) די מערסטע פרויען זעהען אויס א סאך בעסער און שענער מיט א שייטל. ווי מיט די אייגענע האר...!

ס'איז דא פאר וועמען ס'העלפט נישט. אבער דאס איז זייער א קליינער פראצענט...!

גערעכט, אבער אויב זעיט מען די אפגעשוירענע האר פארלירט מען די תאוןה פאר די נעקסטע דריי חדשים.

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 9, 2022 10:54 pm

· #494652
קהל'ס נער: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. ביי מיר ברענגט עס צוריק זיכרונות (פון פיקטשערס) ווי די נאציס, ימ"ש (להבדיל אלף אלפי הבדלות) האבן אפגעשוירן די האר פון די אידישע מיידלעך אין קאנצענטראציע לאגער...!

לך לך » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 5:28 pm

· #512914
BOOM
📎 NS.png

Nanach » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 6:00 pm

· #512917
[ציטאט אראפגענומען]
ער איז געווען א אלמן?

צוזאמגעדרייט » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 6:01 pm

· #512918
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
ּ

שמן למאור » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 6:32 pm

· #512921
Nanach
[ציטאט אראפגענומען]
ער איז געווען א אלמן?
א גרוש, זיין ווייב (טאכטער פון טשערנאבלער רבי) איז אפגעפארן... א גאנצע פרשה געווען...

לאכעדיג » מיטוואך מערץ 20, 2024 1:43 am

· #555536
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
רבי אהרן מרדכי רוקח וועט פראווען א שבת פאר ל"ג בעומר ווי אויך ל"ג בעומר זעלבסט אין ניו יארק.

ער האט שוין נישט געפירט א שבת אין אמעריקע פאר 12 יאר.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 20, 2024 1:53 am

· #555537
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
איך האב איהם שוין "איינגערינגלט". איך ווארט שוין צו זעהן זיין זון (אייניקל פונ'ם רב שליט"א) נוהג זיין בנשיאות. ווייל ער קומט מיר פאר אז ער האט נישט גענימען די חכמה און געשליפנקייט פונ'ם זיידן מיט א שעפ לעפל. נאר ענדערש מיט א גאפל.

לאכעדיג » מיטוואך מערץ 20, 2024 2:44 am

· #555538
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
berlbalaguleh #
איך האב איהם שוין "איינגערינגלט". איך ווארט שוין צו זעהן זיין זון (אייניקל פונ'ם רב שליט"א) נוהג זיין בנשיאות. ווייל ער קומט מיר פאר אז ער האט נישט גענימען די חכמה און געשליפנקייט פונ'ם זיידן מיט א שעפ לעפל. נאר ענדערש מיט א גאפל.
רבי אהרן מרדכי האט אסאך קינדער.

זיי האבן אלע די נאטארען פון א בנש"ק,
אוי וועט מען זיך דארט רייסן ביי די קעפ.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 20, 2024 4:15 pm

· #555577
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
לאכעדיג #
berlbalaguleh #
איך האב איהם שוין "איינגערינגלט". איך ווארט שוין צו זעהן זיין זון (אייניקל פונ'ם רב שליט"א) נוהג זיין בנשיאות. ווייל ער קומט מיר פאר אז ער האט נישט גענימען די חכמה און געשליפנקייט פונ'ם זיידן מיט א שעפ לעפל. נאר ענדערש מיט א גאפל.
רבי אהרן מרדכי האט אסאך קינדער.

זיי האבן אלע די נאטארען פון א בנש"ק,
אוי וועט מען זיך דארט רייסן ביי די קעפ.
נאר דער עלטסטער אייניקל האט אמאל געשפיעלט "רבי". ער האט עס זייער גוט געהענדלט. כזקן ורגיל.

דא זעהט מיר אויס צו זיין דער מצב פון יפה כח הבן מכח האב.

לאכעדיג » מיטוואך מערץ 20, 2024 5:01 pm

· #555584
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
berlbalaguleh #
נאר דער עלטסטער אייניקל האט אמאל געשפיעלט "רבי". ער האט עס זייער גוט געהענדלט. כזקן ורגיל.

דא זעהט מיר אויס צו זיין דער מצב פון יפה כח הבן מכח האב.
אלע אייניקלעך שפילן שוין היינטצוטאס רבי.

איך אויך » מיטוואך מערץ 20, 2024 6:33 pm

· #555598
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
[ציטאט אראפגענומען]
ווי געווענליך קומען די אלע גוטע ווערטער מהרה"ק מיארמא שליט"א. וכך היה לשה"ק "אמאל אז מען האט געוואלט איינעם וואוינטשען אריכות ימים האט מען געזאגט זאלסט דערלעבן די בעלזער מחלוקת- אבער היינט הערט מען שוין די מאטארן פון די בעלזע טאנקען"!

בני אהרן » מיטוואך מערץ 20, 2024 11:53 pm

· #555630
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
ר' אהרן מרדכי האט גיהאט א וויכוח מיטן טאטען די בעלזא רב, האט אים די רב גיזאגט הער אויף ווייל איך וועל ריפען הרב קושלבסקי פין הר נוף (די 88 איד וואס האט גיהאט א קינד)

היכי דמי » פרייטאג יוני 7, 2024 11:39 am

· #564586
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
📎 WhatsApp Image 2024-06-07 at 11.12.03 AM.jpeg

נחום הסופר » זונטאג יוני 9, 2024 8:18 am

· #564651
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
לאכעדיג #
berlbalaguleh #
נאר דער עלטסטער אייניקל האט אמאל געשפיעלט "רבי". ער האט עס זייער גוט געהענדלט. כזקן ורגיל.

דא זעהט מיר אויס צו זיין דער מצב פון יפה כח הבן מכח האב.
אלע אייניקלעך שפילן שוין היינטצוטאס רבי.
א פאר יאר צוריק האט מען אפיציעל איינגעטיילט עטליכע אייניקלעך מיט פאזיציעס איבער די וועלט, ד.ה. זיי זענען אפיציעל אחראי פאר יענע קהלות, איינער האט באקומען בעלזא ב"פ, איינער לאנדאן, איינער אנטווערפן, וכן הלאה, קען זיין אז דאס איז מיט'ן ציל אז בבוא הימים זאלן זיי זיך דארט באזעצן און עפענען חצרות.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 10, 2024 4:36 am

· #564711
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
ס'הייסט זייער טאטע גייט ריטייערן נאך פאר ער גייט אנהייבן. ער וועט נאר זיין דער אדמו"ר הכבוד. ווייל צו דעם איז ער זייער גוט געאייגנט. ער מאכט א שטארקן רושם (פאר די פיקטשערס) ווען ער ערשיינט במלוא כבודו והדרו מיט זיין פעלץ. ס'שטייט איהם זייער גוט.

נ.ב.: ער איז נאכנישט רבי, און איך בין שוין זיין מתנגד. ח"ו. נאר איך האלט אז ער וועט נישט ברענגען קיין סאך כבוד פאר די חסידות. ער איז נישט באוואוסט מיט זיין גרויס בקיאות אין ש"ס. אויך אין חריפות און דברי חכמה.

נחום הסופר » מאנטאג יוני 10, 2024 11:02 am

· #564739

כ'פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו זאגסט. פאר וועלכן בעלזער חסיד גייט אנגיין וויפיל בקיאות אדער חריפות זייער רב פארמאגט? זיי גייען אלע זיין געשוואוירענע חסידים און זעהן מופתים ביי אים! און דיסקוסירן פסח ביינאכט צי דער רב האט גילוי אליהו! (באזני שמעתי אזא שמועס צווישן אפאר בעלזער יונגעלייט פסח ביינאכט גייענדיג אויף א שפאציר)

א גוט יאר » מאנטאג יוני 10, 2024 12:06 pm

· #564751
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
berlbalaguleh #
ס'הייסט זייער טאטע גייט ריטייערן נאך פאר ער גייט אנהייבן. ער וועט נאר זיין דער אדמו"ר הכבוד. ווייל צו דעם איז ער זייער גוט געאייגנט. ער מאכט א שטארקן רושם (פאר די פיקטשערס) ווען ער ערשיינט במלוא כבודו והדרו מיט זיין פעלץ. ס'שטייט איהם זייער גוט.

נ.ב.: ער איז נאכנישט רבי, און איך בין שוין זיין מתנגד. ח"ו. נאר איך האלט אז ער וועט נישט ברענגען קיין סאך כבוד פאר די חסידות. ער איז נישט באוואוסט מיט זיין גרויס בקיאות אין ש"ס. אויך אין חריפות און דברי חכמה.
ער איז טאקע נישט ווערד אין קיין איין תחום?

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 10, 2024 12:13 pm

· #564753
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
ער איז יא ווערד: מסתמא אין מגידות איז ער זייער גוט. נאכזאגן די תורות פון די בעלזער זיידעס, זי"ע. נאר ער קומט מיר נישט פאר ווי דער גרעסטער חריף ובקי. אדער איז ער א גרויסער ת"ח און עניו. ער ווייזט נישט ארויס זיין גדלות.

א גוט יאר » מאנטאג יוני 10, 2024 12:15 pm

· #564755
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
berlbalaguleh #
ער איז יא ווערד: מסתמא אין מגידות איז ער זייער גוט. נאכזאגן די תורות פון די בעלזער זיידעס, זי"ע. נאר ער קומט מיר נישט פאר ווי דער גרעסטער חריף ובקי. אדער איז ער א גרויסער ת"ח און עניו. ער ווייזט נישט ארויס זיין גדלות.
בלויז מגידות איז היינט אויך גוט...

נחום הסופר » מאנטאג יוני 10, 2024 2:48 pm

· #564776
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
א גוט יאר #
berlbalaguleh #
ער איז יא ווערד: מסתמא אין מגידות איז ער זייער גוט. נאכזאגן די תורות פון די בעלזער זיידעס, זי"ע. נאר ער קומט מיר נישט פאר ווי דער גרעסטער חריף ובקי. אדער איז ער א גרויסער ת"ח און עניו. ער ווייזט נישט ארויס זיין גדלות.
בלויז מגידות איז היינט אויך גוט...
פאר זיינע חסידים דארף ער ניטאמאל זיין א מגיד. ער באקומט די גאנצע זאך אויף א גאלדענעם טאץ, און ער האט נישט קיין קאמפעטישן, ויאכלו ענוים וישבעו.

רב חאצאצאק הקטן » דינסטאג יוני 11, 2024 3:24 pm

· #564856
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
היכי דמי #
WhatsApp Image 2024-06-07 at 11.12.03 AM.jpeg
פארוואס לייגן זיי א בילד אויב וויזשניצע רבי פון ירושלים\לעייקוואד זאגט נישט לייגן בילדער???!!!

משהאהרן » דינסטאג יוני 11, 2024 3:56 pm

· #564857
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
📎 IMG-20240611-WA0016.jpg

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג יוני 11, 2024 4:26 pm

· #564859
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
משהאהרן #
IMG-20240611-WA0016.jpg
אמת'דיג אדער א דזשאוק?? 😂 😂 😂

משהאהרן » דינסטאג יוני 11, 2024 4:40 pm

· #564861
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
סוף טוב הכל טוב #
משהאהרן #
IMG-20240611-WA0016.jpg
אמת'דיג אדער א דזשאוק?? 😂 😂 😂
No idea

בני אהרן » פרייטאג יוני 14, 2024 4:11 pm

· #564927
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
סוף טוב הכל טוב #
משהאהרן #
IMG-20240611-WA0016.jpg
אמת'דיג אדער א דזשאוק?? 😂 😂 😂
Joke
עס איז געוועהן ביי די ר' מאיר בעל הנס דינער איז א רב פין ב"פ על פי טעות אהיים מיט די באבוב רב שטעקן אין רעשוואולקע, מען האט בייקוקט די קעמראס אין באלד צוריק גיברענגט. אבער די צעטל איז קיינמאל נישט גיהאנגען.

סוף טוב הכל טוב » פרייטאג יוני 14, 2024 4:56 pm

· #564929
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
בני אהרן #
סוף טוב הכל טוב #
משהאהרן #
IMG-20240611-WA0016.jpg
אמת'דיג אדער א דזשאוק?? 😂 😂 😂
Joke
עס איז געוועהן ביי די ר' מאיר בעל הנס דינער איז א רב פין ב"פ על פי טעות אהיים מיט די באבוב רב שטעקן אין רעשוואולקע, מען האט בייקוקט די קעמראס אין באלד צוריק גיברענגט. אבער די צעטל איז קיינמאל נישט גיהאנגען.
ווער איז דער רב?

עמרם » פרייטאג יוני 14, 2024 5:21 pm

· #564930
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
בני אהרן #
אבער די צעטל איז קיינמאל נישט גיהאנגען.
אבער קהל האט עס געמאכט?

בני אהרן » פרייטאג יוני 14, 2024 6:34 pm

· #564941

עמרם #
בני אהרן #
אבער די צעטל איז קיינמאל נישט גיהאנגען.
אבער קהל האט עס געמאכט?
ניין
בלאט: 1 2 3 4 5