נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
239 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14842
נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!
מיט גרויס פרייד נעמען חסידי באבוב אויף די גוטע בשורה אז די הנהלת הישיבות, איז ב"ה אריין אין קאנטראקט אויף א ריזיגען קאמפלעקס אין סטעטען איילענד פאר די אסטראנאמישע סכום פון 12 מיליאן דאללער, וואס וועט דינען אלץ אכסניא של תורה פאר ישיבה קטנה כרם שלמה פון בארא פארק.
מיין הארץ וואקסט!
ק"ק פני מנחם גור האט היינט געשלאסן מקח אויף א גרויסע שטח אין ירושלים אוועקצושטעלן די גרויסע צענטער וואס שטייט בנשיאות די גרויסע גאון און צדיק אדמו"ר רבי שאול שליט"א
סאיז היינט באשטעטיגט געווארן אז כ"ק מרן אדמו"ר רבי שאול אלתר מנהיג ק"ק פני מנחם גור שליט"א וועט ארויספארן אויף א גרויסע מסע הקודש קיין אמעריקא נאך סוכות צו באזיכן זיינע טויזענטע אנהענגער און חסידים פון איבער ניו יארק און ניו דזשערסי וואס קוקן שוין ארויס א לענגערע צייט אויף אזא וויזיט
דאס וועט זיין די ערשטע מסע הקודש וואס די מנהיג העדה פון ק"ק פני מנחם גור נעמט אינטער זייט די הקמת הקהילה
ב"ה באבוב 45 נעמט זיך אט אט צו בויען די ערשטע פאזע פון דריי פאזעס פאר די נייע שול ביים קארנער פון פערצענטער עוועניו און ניין און פערציגסטע גאס. די בולדאזער מיט די פיילס צו שטעלן א פאונדעישען ליגט שוין ביים ארום געצוימטע לאט.
מעמד הכנסת ספר תורה ע"י הנגיד רבי יעקב פעלדמאן בהשתתפות האדמורי"ם מוויזניץ וסאדיגורא
📎 IMG-20210914-WA0028.jpg 📎 IMG-20210914-WA0028.jpg
מלכות
📎 IMG-20210914-WA0029.jpg
א גרויסע מסע הקודש ווערט אינטערגעקומען דורך חסידי סאדיגורא ובראשם כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א צום רוזינער קלויז אין סאדיגורא וואס איז איבערגעמאכט געווארן דורך אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וואס די זיידע די עקבי אבירים האט ארויפגעלייגט אויף אים
📎 IMG_20210920_003704_542.jpg
וויפעל פשטות שרייט ארויס פון אזא בילד
📎 IMG_20210923_132848_953.jpg
אדמו"ר מסאדיגורא ביים כותל
📎 IMG_20210923_165447_341.jpg
בעל דרשןסאיז היינט באשטעטיגט געווארן אז כ"ק מרן אדמו"ר רבי שאול אלתר מנהיג ק"ק פני מנחם גור שליט"א וועט ארויספארן אויף א גרויסע מסע הקודש קיין אמעריקא נאך סוכות צו באזיכן זיינע טויזענטע אנהענגער און חסידים פון איבער ניו יארק און ניו דזשערסי וואס קוקן שוין ארויס א לענגערע צייט אויף אזא וויזיט
דאס וועט זיין די ערשטע מסע הקודש וואס די מנהיג העדה פון ק"ק פני מנחם גור נעמט אינטער זייט די הקמת הקהילה
איז דא מער פרטים? דעיטס? מקומות? וכו’
"א שבת און סאדיגורה":
התרגשות בחצה"ק סאדיגורה לקראת מסע הקודש שבת התאחדות היסטורית בראשות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א שתתקיים בג' חשוון - הילולת הס"ק מרוזי'ן זיע"א בקלויז קדישא סאדיגורה שבאוקראינה, שבהנהגת הרבי שליט"א
לראשונה בחצר הקודש סטריקוב יתקיים מסע הקודש 'ליבא בעי' לקברי צדיקים בפולין ואוקראינה בחודש חשוון תשפ"ב
לתורמים מ32.000 שקל לקרן הבנין של ביהמ"ד הגדול בב"ב
במרכז המסע יתקיים לראשונה בראשות האדמו"ר מעמד תפילה בציון האדמו"ר הזקן מסטריקוב בביה"ח גענשא בווארשה
מעמד בציון הרה"ק מליזענסק זי"ע
זה פעם ראשונה שהאדמו"ר שהוא כהן נוסע לקברי צדיקים באירופה
ושבת פרשת לך לך בעיר מעזבוז'
עימיצער קעו ביטע לייגן קליפס אין בילדער פין הקפות שניות אין פרעמישלאן
Nanachבעל דרשןסאיז היינט באשטעטיגט געווארן אז כ"ק מרן אדמו"ר רבי שאול אלתר מנהיג ק"ק פני מנחם גור שליט"א וועט ארויספארן אויף א גרויסע מסע הקודש קיין אמעריקא נאך סוכות צו באזיכן זיינע טויזענטע אנהענגער און חסידים פון איבער ניו יארק און ניו דזשערסי וואס קוקן שוין ארויס א לענגערע צייט אויף אזא וויזיט
דאס וועט זיין די ערשטע מסע הקודש וואס די מנהיג העדה פון ק"ק פני מנחם גור נעמט אינטער זייט די הקמת הקהילה
איז דא מער פרטים? דעיטס? מקומות? וכו’
עפעס פרטים?
איך מיין ח"ו נישט צו טשעפען קיינעם אבער איך האב געהערט פון איטליכע אז דער סאדיגורה ירושלים רעבאה איז שוין געזיצען אין תפיסה.
איך וויל נישט טשעפען אבער איינער ווייסט עפעס וועגען דעם ?
קיינמאל נישט געזיצן אין תפיסה ס'איז ווי אלע שקרים וואס די בני ברקע כת פרובירט ארויסצולייגן אויף אים
א שבת אין סאדיגורא!
כ"ק האדמורי"ם מסאדיגורא שליט"א יצאו הבוקר עם מאות חסידי סאדיגורא מרחבי תבל למסע הקודש לאוקראינה, לקראת שבת היסטורית בקלויז הרוז'ינאי לרגל הילולת הס"ק מרוז'ין זיע"א בית המדרש ששופץ ע"י כ"ק האדמו"ר מסאדיגורא שליט"א מירושלים נחנך ע"י האדמורי"ם העקבי אבירים והעטרת ישראל זצ''ל
כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא בני ברק שליט"א ישבות בבני ברק יחד עם בני קהלתו
השבת נועם הנשמות
פאלאצ'ינטאאיך מיין ח"ו נישט צו טשעפען קיינעם אבער איך האב געהערט פון איטליכע אז דער סאדיגורה ירושלים רעבאה איז שוין געזיצען אין תפיסה.
איך וויל נישט טשעפען אבער איינער ווייסט עפעס וועגען דעם ?
איז דאך גוט, אויב אזוי איז ער א פולקאמע רוזשענע ממלא מקום, די הייליגע ריזשינער איז דאך אויך געזעצן אין תפיסה.....
איך קען נאך עטליכע גרויסע רעבעס וועלכע זענען שוין געזיצן אדער גייען זיצן
berlbalagulehאיך קען נאך עטליכע גרויסע רעבעס וועלכע זענען שוין געזיצן אדער גייען זיצן
ווער גייט זיצן? גיב ארויס די סודות.
הוגהberlbalagulehאיך קען נאך עטליכע גרויסע רעבעס וועלכע זענען שוין געזיצן אדער גייען זיצן
ווער גייט זיצן? גיב ארויס די סודות.
ער...
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/14864">viewtopic.php?f=3&t=14864</a><!-- l -->
מצפצף: דאמאלס וועןלן זיי אויך האבן א טראדיציע פון רעבעס וועלכע זענען געגאנגען זיצן. אזוי ווי דער בעל חשק שלמה (השני) זצוק"ל תמ"ל. דער מייסד פון די קולט...!
פרבר ב'בחדרי': הרב אהרון קוטלר נשיא ישיבת בית מדרש גבוה בלייקווד, הודיע כי הוא פורש מתפקידו לאחר 27 שנה.
במסגרת קמפיין גיוס כספים שערכו בקהילת גור באשדוד לפני תקופה, נערכה הגרלה בין התורמים על ספר תורה.
מי שזכה בספר התורה היה יהודי בן עדות המזרח שתרם סכום נכבד. כשנשאל הזוכה להיכן הוא מעוניין להכניס את ספר התורה, הוא הפתיע והודיע כי בחר להכניסו אל בית הכנסת של קהילת הגר"ש אלתר באשדוד.
לאור החלטתו המפתיעה, לקחת ספר תורה מ'גור' ולהעבירו לקהילה שפרשה מהם, היה מי שניסה לשכנעו לתרום את הספר לבתי כנסת אחרים, ואף הסכימו לרכוש עבור כך ספר תורה ספרדי, אך הזוכה התעקש - וניצח.
הערב, יום רביעי, יחגגו בני קהילה הגר"ש אלתר את הכנסת ספר התורה לשטיבלך שלהם, ובקהילת חסידי גור המקומית, ביקשו מההורים לילדי החיידר כי בשעות הערב, בין 16:00 ל-20:00, יערכו פעילות מיוחדות לתלמידים, וזאת ככל-הנראה כדי למנוע מהתלמידים לשהות בסמיכות להכנסת ספר התורה לקהילה השניה.
במכתב נוסף שנשלח, נדרשו הורי התלמידים לאשר כי אם התלמיד אינו יכול להגיע אל תלמוד התורה בשעות הערב, על ההורים להתחייב כי הוא ישהה אך ורק בביתו זאת "מטעמי שמירת החינוך הטהור".
מודעה איבער די הכנסת ספר תורה
📎 IMG_20211013_102538_664.jpg
כעת במעמד הקבלת פנים בשמחת בית צאנז הכתיר מרן האדמו''ר מצאנז בהפתעה את בנו הגרימ''ד האלברשטאם לרב חסידי צאנז בארה''ב
צום צווייטן מאל א באבובע ביזנעס עקספא
📎 IMG_20211013_172031_268.jpg
די קומענדיגע וואכן וועט די יהדות החרדית אין ניו יארק מקבל פנים זיין עטליכע פון די רבי'ס לבית רושין
זקן האדמורי"ם לבית רושין אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א
כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא בני ברק שליט"א
קאפיטשניץ
📎 IMG_20211014_105054_482.jpg
בעל דרשןכ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א
ער גייט פירן שבת פרשת תולדות אין די עמינענס זאל אין בארא פארק.
פון וועלכע סאדיגורא רעדסטי ?
בעל דרשןפון וועלכע סאדיגורא רעדסטי ?
נאר דא איינס 😃
לאל
באבוב
📎 IMG_20211014_190731_695.jpg
האדמו"ר מלעלוב שהמריא היום לארה"ב לביקור של 3 שבועות ישבות השבת בבארא פארק התפילות והשולחנות יהיה בבית המדרש בית דוד לעלוב.
📎 IMG_20211015_014432_908.jpg
גרויס פרייד נעמט ארום די חסידים פון הרמ"ד אונגאר שליט"א מבאבוב45 נכד הגה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצוק"ל ווען בשטומ"צ האט מען אנגעהויבן די בוי ארבעט פאר'ן נייעם ביהמ"ד
נאך יארן פון ארויסקוק און דינגען די בית יעקב סקול יעדע וואך האט די ציבור אין קהילת באבוב45 אויפגענומען די בשורה מרנינה אז בשטומ"צ האט מען אנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבעט, אויפצובויען דעם נייעם ביהמ"ד וועלכער וועט דינען אלס דער צענטער פאר'ן 45 קרעמעל
מיט עטליכע חדשים צוריק האט די פירער הרמ"ד אונגאר פארופן א דרינגענדע אסיפה פאר די חסידים פון גאנץ ניו יארק, און אויפגעפאדערט די חסידים זיך אונטערצונעמען גרויסע סכומים כדי צו קענען אריינשפרינגען אינעם מאסיוון פראיעקט. אויף זיין רוף איז טאקע אין דער נאכט פונעם אסיפה געשאפן געווארן די היסטארישן און פאנטאסטישן סומע פון אריבער 18 מיליאן דאלער
אין די לעצטע חדשים האבן די עסקנים אינעם וועד קרן הבנין געארבעט אומערמידלעך אויף אלע פראנטן. קודם מיט שאפן נאך נדבות ביי די נדיבים בעם צו קענען אנהייבן דעם פראיקט. און דאן מיט'ן פאראויסרוקן די דעטאלירטע פלענער, און פארזיכערן אז דער בנין דינט יעדן צוועק פון דער קהילה און פונעם חצר.
באזונדער האבן א שטאב פון עסקנים זיך אפגעגעבן מיט'ן ערלעדיגן די נויטיגע פערמיטן צו קענען אנהייבן די בוי ארבעט, און בס"ד איז עלתה בידם, אינעם פארלאפענעם זומער תשפ"א, צו קריגן די ערלויבענישן פון רעגירונג צו קענען צוטרעטן צום חלק המעשי, און בשטומ"צ זענען די טראקטארן אנגעקומען צום שטח און אנגעהויבן מיט דער פאקטישע ארבעט אנצוהייבן בויען דעם בית המדרש
אין די יעצטיגע טעג האט דער וועד קרן הבנין ארויסגעשטעלט פאר'ן ציבור - וואס פאלגט נאך נאך די בוי ארבעט מיט אינטערעסע און גרויס פרייד - א ספעציעלער לוח וואס טוט אנצייגן דער סדר פון דער ארבעט פאר די קומענדיגע 11 חדשים טריט ביי טריט.
די 45 חסידים פאלגן נאך די פארשריט, און געבן א שבח והודיה פאר הקב"ה וויסנדיג אז מיט יעדן פארבייגייענדן טאג ווערן זיי נענטער צום טאג וואס זיי קוקן שוין יארן לאנג ארויס, צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה, און קענען מיטהאלטן די תפילות, די טישן און מעמדים אין א אייגענע בנין
אין טאהש גרייט מען זיך אויף א געהויבענע שבת
📎 IMG_20211014_214051_414.jpg
אין א היסטארישע שריט האט מען היינט געמאלדן פון הנהלת כולל זכרון חיים ד'באבוב, אז מען וועט געבן א העכערונג פון 25 פראצענט פאר די בני כולל וועלכע לערנען שוין דארט א שיינע צאל יארן!!
דאס איז גאר א שטארקע פינאנציעלע און נאכמער מוראלישע שטיצע פאר די עלטערע בני כולל וועלכע לערנען שוין דארט יארן, וואס ווי באקאנט קאסט דאס אסאך כוחות און אויפגעבן אויף באקוועמליכקייטן אין שטוב כדי צו קענען זיצן באהלה של תורה.
עס איז נאך א רינגעלע אינעם קייט פון אויפהייבן די כבוד פון כלי קודש אינעם קהילה, ווען כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט מיט עטליכע יארן צוריק געהעכערט די באצאלונג פאר אלע מלמדים אין תלמוד תורה און איז כסדר מוסיף והוליך זיי מחזק צו זיין מיט געלט און חיזוק. (אין מאמענט האט די מלמד דערמאנט אז פון זיין ריסערט"ש ווערן מלמדים אין באבוב באצאלט די מערסטע פון סיי וולעכע מוסד פון א קהילה, נאך די רב'ס ארבעט צו העכערן די געהאלטן. ואף גם זאת אז די טשעקס קראכן קיינמאל נישט און מ'באקומט עס אויפן טאג פון תחילת החודש)
ווי ס׳שיינט האט דער בעל דרשן אינגאנצן נישט קיין שייכות מיט באבוב, ער רעדט זיך פשוט איין אז איינער ווערט אונטערגעציפט פון אן אנאנימער ניק אויף א פארום נעמט זיך אן פאר די פארקערטע צד אין א מחלוקת ווי די גאס, א שטייגער ווי באבוב איבער באבוב-45 און מש״י איבער סאדיגורא (אינטערעסאנט טאקע אז איבער גור האט ער נאכנישט גענומען קיין שטעלונג, מעגליך אז יא נאר איך האב נישט באמערקט). זיין שרייבן סטיל דערמאנט אביסל קאך-לעפל זאל ווערן געזונט, צו ס׳איז טאקע דער זעלבער צו א צווייטער מיט אן ענליכע כאראקטער איז גאנץ קנאפ משנה, דער עיקר אז ס׳טוט זיך.
כבו"ק האדמו"ר מסאדיגורה שליט"א משתתף בשמחת הש"ב לבן מנהל הרוחני דת"ת סאדיגורה הרב שמעון יהודה שטיינברגר, שנערך ע"י הת"ת בהשתתפות כל צוות המלמדים, באולם 'לאמעט' שע"י ביהמ"ד הגדול.
📎 IMG_20211014_215153_490.jpg
אהרלה טירהויז ווערט געזעען אין די בארא פארקער גאסן לקראת די באזוך פון אדמו"ר מסאדיגורא בני ברק שליט"א די קומענדיגע חודש
📎 IMG_20211014_215556_976.jpg
הגאון האדיר רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א - חבר ביד"ץ העדה החרדית (וועלכע געפונט זיך די טעג אין ניו יארק), איז היינט געקומען קיין בארא פארק מיט-דאווענען במנין של כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, דערנאך איז דער גרויסע גאון שליט"א אריין אל הקודש פנימה מקבל זיין ברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, לרגל התמנותו לחבר הביד"ץ
בעל דרשןדי קומענדיגע וואכן וועט די יהדות החרדית אין ניו יארק מקבל פנים זיין עטליכע פון די רבי'ס לבית רושין
זקן האדמורי"ם לבית רושין אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א
כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא בני ברק שליט"א
איך וואלט צוגעלייגט "צעיר האדמורי"ם" ביי סאדיגור
בעל דרשןגרויס פרייד נעמט ארום די חסידים פון הרמ"ד אונגאר שליט"א מבאבוב45 נכד הגה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצוק"ל ווען בשטומ"צ האט מען אנגעהויבן די בוי ארבעט פאר'ן נייעם ביהמ"ד
נאך יארן פון ארויסקוק און דינגען די בית יעקב סקול יעדע וואך האט די ציבור אין קהילת באבוב45 אויפגענומען די בשורה מרנינה אז בשטומ"צ האט מען אנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבעט, אויפצובויען דעם נייעם ביהמ"ד וועלכער וועט דינען אלס דער צענטער פאר'ן 45 קרעמעל
מיט עטליכע חדשים צוריק האט די פירער הרמ"ד אונגאר פארופן א דרינגענדע אסיפה פאר די חסידים פון גאנץ ניו יארק, און אויפגעפאדערט די חסידים זיך אונטערצונעמען גרויסע סכומים כדי צו קענען אריינשפרינגען אינעם מאסיוון פראיעקט. אויף זיין רוף איז טאקע אין דער נאכט פונעם אסיפה געשאפן געווארן די היסטארישן און פאנטאסטישן סומע פון אריבער 18 מיליאן דאלער
אין די לעצטע חדשים האבן די עסקנים אינעם וועד קרן הבנין געארבעט אומערמידלעך אויף אלע פראנטן. קודם מיט שאפן נאך נדבות ביי די נדיבים בעם צו קענען אנהייבן דעם פראיקט. און דאן מיט'ן פאראויסרוקן די דעטאלירטע פלענער, און פארזיכערן אז דער בנין דינט יעדן צוועק פון דער קהילה און פונעם חצר.
באזונדער האבן א שטאב פון עסקנים זיך אפגעגעבן מיט'ן ערלעדיגן די נויטיגע פערמיטן צו קענען אנהייבן די בוי ארבעט, און בס"ד איז עלתה בידם, אינעם פארלאפענעם זומער תשפ"א, צו קריגן די ערלויבענישן פון רעגירונג צו קענען צוטרעטן צום חלק המעשי, און בשטומ"צ זענען די טראקטארן אנגעקומען צום שטח און אנגעהויבן מיט דער פאקטישע ארבעט אנצוהייבן בויען דעם בית המדרש
אין די יעצטיגע טעג האט דער וועד קרן הבנין ארויסגעשטעלט פאר'ן ציבור - וואס פאלגט נאך נאך די בוי ארבעט מיט אינטערעסע און גרויס פרייד - א ספעציעלער לוח וואס טוט אנצייגן דער סדר פון דער ארבעט פאר די קומענדיגע 11 חדשים טריט ביי טריט.
די 45 חסידים פאלגן נאך די פארשריט, און געבן א שבח והודיה פאר הקב"ה וויסנדיג אז מיט יעדן פארבייגייענדן טאג ווערן זיי נענטער צום טאג וואס זיי קוקן שוין יארן לאנג ארויס, צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה, און קענען מיטהאלטן די תפילות, די טישן און מעמדים אין א אייגענע בנין
אויך הער איך אז הרבצא"ל האלבערשטאם מבאבוב48 אחי כ"ק הגה"ק מהרנ"צ מבאבוב זי"ע, האט אפגעקויפט א בנין אין סטעטען איילנד, דארט צו טראספירירן זיין ישיבה.
איז עס אמת?
אין קהילת באבוב48 האט מען גוט אויפגענומען די בשורה מרנינה? אדער זענען די 48 חסידים נישט אזוי אנטציקט פון דעם פלאן?
און אז מ'רעדט שוין, צי קומט די געלט פון הגה"צ הנה"ח המגולח שליט"א, יד ימינו פונעם פירער הרבצא"ל?
די ישיבה וועט זיין די פאסיגע 48 קרעמעל?
לוצק
📎 IMG_20211015_084534_380.jpg
די לשון קהל חסידי בעלזא איז קינדעריש.. נאכן מאכן שלום וואס פעלט עס אויס
עניוועי די ממחניווקא בעלזא רבי קומט קיין אמעריקע נעקסטע וואך
📎 IMG_20211015_084903_392.jpg
בעל דרשןהאדמו"ר מלעלוב שהמריא היום לארה"ב לביקור של 3 שבועות ישבות השבת בבארא פארק התפילות והשולחנות יהיה בבית המדרש בית דוד לעלוב.
וועלעכע לעלוב ? ס'דא ארים צוואנציק
בעל דרשןדי לשון קהל חסידי בעלזא איז קינדעריש.. נאכן מאכן שלום וואס פעלט עס אויס
קוק ווער ס'רעדט פון קינדערישקייטן...
טאהש'ער אייניקעלבעל דרשןהאדמו"ר מלעלוב שהמריא היום לארה"ב לביקור של 3 שבועות ישבות השבת בבארא פארק התפילות והשולחנות יהיה בבית המדרש בית דוד לעלוב.
וועלעכע לעלוב ? ס'דא ארים צוואנציק
די גרויסע לעלובער פון בית שמש הרה"צ רבי אהרן שליט"א בארימט אלץ א קדוש וטהור