☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ..."גלילות"...!

..."גלילות"...!

102 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14779
בלאט: 1 2 3

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 5:36 pm

· #480117
מצפצף
וואלווי
א חסיד פון ווילנא
וואלווי


רעדענדיג פון אני אמלוך, איז די פאקט אז אין וויליאמסבורג, ווי אויך אין גלילות פון קרית יואל, שוין געווען ארטאדאקסישער קהילות לאנג פאר ניו יארק האט געוויסט בכלל וואס דאס איז סאטמאר.

וועלעכע ארטאדאקסישע קהילות זענן דארט געווען? (נישט מאדערן ארטאדאקס)

און פארוואס האט דער הייליגער תורת מרדכי זצ"ל געזאגט אז סאטמארער רב איז רב אין וומסב"ג לגבי די איסור עירוב (אבער נישט לגבי ר"ת)?

חומרי המקום שהלך לשם...


אפילו מאדערן ארטאדאקס איז 100% ארטאדאקסיש. זיי זענען שומרי תורה ומצוות.

ברענגסט א ראי' פון וויזניצער רבי זצ"ל? דעמאָלט ברענג זיין שיטה בנוגע סאטמארער רב ביי זמנים אויך, האסט עס טאקע געברענגט ואין היקש למחצה

תורה ודעת , צעהלים, סטולין, וויען. ועוד


איך האב גערעדט פון קרית יואל נישט וומסב"ג,

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:36 pm

· #480121
די קעניג פין אמעריקע
היינטיגע צייטן האט יעדע קהילה פאר זיך אן הלכה פון א שטאט. היות זיי האבן אייגענע רבנים ישיבות סערוויסעס וכדו׳ איז דאס ממש ווי א שטאט פאר זיך. דערפאר אז איינער קומט דאווענען אין סאטמער ביהמ״ד אין טיט א מלכה ביים וויזניצער זמן, איז דאס א פירצה. די זעלבע פארקערט. אויב וועט א סאטמערער טין א מלכה אין וויזניצער ביהמ״ד ערב שבת ווען אין ויז’ניץ דאווענט מען שוין, איז דאס אויך א פירצה. אבער וואס מענטשען טיען אין די גאס אין די יונייטעד סטעיטס אף אמעריקע איז קיינעמס ביזנעס. בפרט ווען זיי טיען 100 % וויאזוי זייערע רבנים האלטן. חוץ פון דעם וואס די אלע ר״ת האלטערס בלאנגען סיי וויי אין שול דעמאלטס. סא איז דאס זיכער נישט זייער ביזנעס וואס אנדערע אידן טיען אויף פאבליק סטריטס.

די קעניג פון אמעריקע: אט דאס פרוביר איך מסביר צו זיין. דעם חילוק פון א שטאט אזוי ווי מאנסי, בארא פארק, לעיקוואוד אדער וויליאמסבורג, וועלכע האבן נישט קיין אפיציעללן מרא דאתרא און איז בבחינת ..."אינטערנאציאנאל"...! משא"כ קרית יואל אדער שיכון סקווירא וועלכע זענען געגרינדעט געווארן דורך איין ספעציפישן מענטש פאר זייער אייגענע קהילה. אויב ס'קומט א צווייטער יחיד אדער גרופ, מוזן זיי זיך אונטערווארפן צו די אפיציעלע זמנים וואס מ'האלט אין די שטאט.

אין דעם פאל פון בלומינג גראוו, א שטעטל געגרינדעט פאר און דורך סאטמאר'ע חסידים. (ארונים וזאלונים גם יחד). ווען ס'קומט א צווייטע גרופ וועלכע האבן אנדערע (פריער'דיגע) זמנים פאר מוצאי שבת, מוזן זיי זיך אונטערבייגן צו די זמנים וואס מ'האלט אין שטעטל. אפילו אן גלילות. כש"כ ווען ס'איז אין גלילות פון קרית יואל, וואו מ'האלט דעם זמן ר"ת.

מצפצף » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:25 am

· #480130
און אויב א חלק פון די גרינדער זאגן אז זיי זענען נישט מקפיד?

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 6:15 am

· #480145
אנאנים: דאס קען נאר ארבעטן אויף איין אופן. אויב די אריגינאלע אינוואוינער (די מייסדים) וועללן דערקלערן אז זיי זאגן זיך אפ פון האלטן דעם זמן ר"ת און זיי ווערן וויזשניצער חסידים. דאמאלס וועט טאקע זיין א שאלה איבער גלילות פון קר"י.

אבער דאס אלעס איז דאך שטותים. די (נייע) איינוואוינער, וויזשניצער חסידים וועללן זיך מוזן בייגן צום רצון פון די אריגינאלע איינוואוינער. און נישט טון א מלאכה בפרהסיא ביז נאכ'ן זמן ר"ת. והיה שלום...

גאלד » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 9:07 am

· #480149
מס' פסחים פרק ד' משנה א'

מקום שנהגו לעשות מלאכה בערבי פסחים עד חצות עושין, מקום שנהגו שלא לעשות אין עושין, ההולך ממקום שעושין למקום שאין עושין, או ממקום שאין עושין למקום שעושין, נותנין עליו חומרי מקום שיצא משם וחומרי מקום שהלך לשם, ואל ישנה אדם מפני המחלוקת

לענינינו, קרית יואל וכל הגלילות זענען 99.99% סאטמארע חסידים,
דער סאטמאר רבי זצ"ל האט מקפיד געווען אויפן זמן ר"ת,
בכגון דא קומען אונזער חז"ל מפורשת אז "נותנין עליו חומרי מקום שהלך לשם ואל ישנה אדם מפני המחלוקת"

האט גארנישט מיט קיין מרא דאתרא
האט גארנישט מיט קיין גלילות
האט גארנישט מיט קיין אהרונים
האט גארנישט מיט קיין זלונים
האט גארנישט מיט קיין סידור קידושין

איין זאך: מנהג המקום.

nespresso » פרייטאג אוגוסט 20, 2021 6:39 pm

· #480213
קערט אייך איבער, נישט דא מער אזא זאך ווי מנהג המקום אויב עס איז דא מער ווי איין שול!
99.9% מאכט נישט קיין נפק''מ.

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 21, 2021 11:03 pm

· #480230
גאלד: דו ביסט 100% גערעכט. אבער ווער וועט זיך אנרופן, און ווער האט א רעכט זיך אנצורופן איבער איינהאלטן די חומרי המקום שהלך לשם. דאס איז די שאלה דא. אייגנטליך איז דאס א שאלה פון 2 חלקים. איינס, אויב די נייע גרופ (די מיעוט) קענן האלטן זייערע אייגענע זמנים און טון מלאכות בפרהסיא; 2. ווער האט א רעכט אריינצורעדן און ענפארסן (במקום הצריך) די זמנים וואס רוב תושבי המקום האלטן...!

אבער רבותיי, נישט דאס איז געווען די מטרה פון אויפמאכן דעם אשכול. די רינגס-און-ארום דיסקוסיעס זענען גוט ווען מ'האט נישט עפעס בעסער צו טון מיט די צייט. אבער איך מיין אז ס'איז שוין גענוג געווען מיט דעם.

איך בעט נאכאמאל בכל לשון של בקשה. ווער ס'ווייסט עפעס פון תשובה ספרים אדער היסטארישע פרעצעדענטן וואו מ'האט (ערנסט) דן געווען איבער גלילות. און די רעכטן פון א רב אדער קהילה אריינצורעדן אין די ענינים פון א צווייטע, שכינות'דיגע קהילה. זאל ברענגען אדער א קאפיע אדער א לינק.

איך רעד נישט דא צו די קרומע קעפ און פארקרומטע מוחות אזוי ווי ------ --- ------- וואס זיי קענען העכסטנס געבן א לייק לקנתר. אבער פיהרן א ויכוח אדער ברענגען א ראיה אויף א גראדן מהלך איז נישט ביכולתם. נאר צו די תלמידי חכמים און אינטעלעקטואלן בתוכנו. ואין צורך לפרט שמותם. אנא מכם. נוצט אויס אייערע ג-ט געבענטשטע חושים וכוחות און ברענגטס אריין א חיות אין דעם (לכאורה) אינטרעסאנטן אשכול... יישר כח למפרע...!

מפיל קינד » מוצ"ש אוגוסט 21, 2021 11:09 pm

· #480231
תוהו ובוהו
אישתישבי
עס איז א דבר ידוע אז ר' יואל פין סאטמאר איז געפארען מיט זיין קאר אין ירושלים גענוג שפעט אז מען האט אים פארשטיינערט די קאר


און גענוג פרי מ'זאל נאך מעגן ווארפן שטיינער..

ערענסט גערעדט דאכצעך גייט די סיפור אפיציעל אז ער איז געפארן נאכן ירושלים'ער זמן וואס איז 40 מינוט פארן שקיעה

40 מינוט פאר די שקיעה אין ירושלים איז שטערקער ווי די זמן ר"ת אין קרית יואל. ס'איז נקבע געווארן דורכן בית דין הג' און מרא דאתרא.

מפיל קינד » מוצ"ש אוגוסט 21, 2021 11:13 pm

· #480232
גאלד
בכגון דא קומען אונזער חז"ל מפורשת אז "נותנין עליו חומרי מקום שהלך לשם ואל ישנה אדם מפני המחלוקת".

די גאנצע "ואל ישנה אדם" איז דאך נאר "מפני המחלוקת", וואס איז נישט נוגע אין קרית יואל והגלילות וואו מ'האט מען קיינמאל נישט חושש געווען אויף מחלוקת...

מפיל קינד » מוצ"ש אוגוסט 21, 2021 11:24 pm

· #480233
אינטערעסאנט אז דער עולם דערמאנט בכלל נישט די מחלוקת צווישן סאטמאר רב און דער מנחת אלעזר בנוגע די גלילות פון ארשיווא. סאטמאר רב איז געווען דער מקיל אז ס'איז נישט שייך גלילות, אבער דער מרא דאתרא פון קרית יואל וויל נישט וויסן פון אזא פסק...

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 22, 2021 12:19 am

· #480235
מפיל קינד: ייש"כ. אדרבה. זיי מרחיב את הדיבור. ברענג א קאפיע פון א בריוו אדער קול קורא.אויב דו קענסט.

איך מיין אז דער סלע המחלוקת צווישן סאטמאר'ע רב און דער מנחת אלעזר איז געווען איבער א שוחט. וואס דער מנח"א האט געאסר'ט און סאטמאר'ע רב האט מתיר געווען.

ס'וואלט געווען זייער שטארק אינטרעסאנט צו ברענגען מער פרטים...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 3:06 pm

· #480522
ק-ל מלא רחמים שוכן במרומים. המצא מנוחה נכונה על כנפי השכינה לאשכול שפתח בעל העגלה. שהלך לעולמו בלא עת, כמו כל האשכולות האחרים שפתח אותו האיש. (לא ממש. אלא אחרים. . מאן אחרים...!)

רבותיי. דאס איז געווען א (בייזער) חלום. ווי איך שטיי, ערגעץ אין א בית החיים און איך גארגל מיך מיט דעם מלא"".

איך בעט נאכמאל און איך האף אז ס'וועט נישט זיין מער ווי א חלום יעוף, אז דער אשכול האט זיך (ל"ע) אויסגעשטרעקט פריצייטיג. אזוי ווי אלע אנדערע אשכולות וואס איך האב אויפגעמאכט.

מיין כונה מיט אויפמאכן דעם אשכול איז געווען אהערצוברענגען אלע ידיעות, פון שו"ת ספרים אדער סתם היסטארישע פארצייכענונגען וואו מ'האט דן געווען איבער די רעכטן פון א מרא דאתרא אדער קהילה אריינצורעדן אין די עניינים פון א צווייטע, שכינות'דיגע, שפעטערע קהילה. אבער, ליידער האט זיך קיינער (כמעט) קיינער נישט אנגערופן מיט ערנסטע מקורות. וואס וואלט זייער אינטרעסאנט געווען פון א היסטארישן שטאנדפונקט.

אין אונזער פאל איז עס (דערווייל) נישט נוגע למעשה. ווייל הרה"צ מ'וויזשניץ שליט"א האט ארויסגעגעבן א פארארדענונג פאר זיינע יונגעלייט אז זיי זאללן איינהאלטן דעם זמן מוצש"ק ר"ת וואס די גאנצע אומגעגנט האלט. כבקשת כ"ק מהר"א מ'סאטמאר שליט"א. אבער ס'האט נאכאלץ א היסטארישע ווערד.

אשר על כן בעט איך (מיין האלז איז שוין הייזעריג) בכל לשון של בקשה אז די תלמידי חכמים וידענים וועלכע שמעקן אריין אין קאווע שטיבל זאללן בטובם הגדול מוחל זיין און ברענגען פארשידענע היסטארישע און הלכה'דיגע פרעצעדענטן וואו ס'האטציך געטון איבער גלילות...! ייש"כ למפרע.
איך רעד דא נישט צו די וועלכע זענען (נאר) דא לקנתר. אפילו צו זיי אויך...אנא...!

חיימ שמעונ » זונטאג אוגוסט 29, 2021 1:00 pm

· #480642
איך וויס נישט צו עס האט שייכות אהער אבער ביי הלכות סוכה זעהט מען אזא זאך אז מען האט רשות פון די שטאטישע באמטע הייסט עס דיין ,קען זיין אז אמאל ווען א רב האט געהאט ליגאלע רעכט האט ער געהאט א כח אבער היינט איז נישט אזוי .

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:54 pm

· #480684
חיימ שמעונ: נישט איבעראל. אבער אין געוויסע שטעט אזוי ווי קר"י וואו ס'איז דא א מרא דאתרא און א בית דין גייט עס יא אן. זיכער. מ'דארף נישט פרעגן רשות ווען מ'ווילל גיין אין ביהכ"ס. אבער אין גרויסע און ערנסטע עניינים אזוי ווי כשרות און סידור קידושין דארף מען בעטן רשות פונ'ם מרא דאתרא ובית דינו...! נאר ס'איז היינט ליידער געווארן אזא וועלט אז מ'מאכט חוזק און ליצנות פון אלץ און אלעמען.

אבער אונזער עיקר אינטרעסע איז איבער גלילות. אויב א רב האט א רעכט אריינצורעדן אין די שכינות'דיגע שטאט. נאר לאמיר א ביסל מרחיב את הדיבור זיין איבער דעם ענין. לו יצוייר אז אזא שטאט ווי מאנסי וואלט געווען דירעקט בשכינות מיט קרית יואל. וואלט דער מרא דאתרא פון קר"י זיכער נישט געהאט קיין רעכט אריינצורעדן אין זייערע עניינים. ופשוט הוא. ווייל מאנסי (למשל) איז אן אינטערנאציאנאלע שטאט וואו ס'איז נישט דא קיין מרא דאתרא. און א יעדער רב איז בעה"ב אין זיין קהילה. און א יעדער פיהרט זיך לויט זיינע מנהגים. משא"כ בלומינג גראוו איז א סאטמאר'ע שטעטל. און איבער אלע עניינים וואס גאנץ סאטמאר איז פאראייניגט איבער דעם קען נישט קומען א נייע גרופ און משנה זיין...!

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 12:04 am

· #480687
berlbalaguleh
מפיל קינד: ייש"כ. אדרבה. זיי מרחיב את הדיבור. ברענג א קאפיע פון א בריוו אדער קול קורא.אויב דו קענסט.

איך מיין אז דער סלע המחלוקת צווישן סאטמאר'ע רב און דער מנחת אלעזר איז געווען איבער א שוחט. וואס דער מנח"א האט געאסר'ט און סאטמאר'ע רב האט מתיר געווען.

ס'וואלט געווען זייער שטארק אינטרעסאנט צו ברענגען מער פרטים...!

קיינמאל נישט געהערט דערפון. איך מיין ס'געווען פארקערט, ר' שבתי ליפשיץ איז געווען די שוחט אין אלץ מונקאטש'ע חסיד האט ער נישט געהאלטן ביים ווייזן די חלף פאר'ן סאטמאר רב. עפעס געדענק איך האלבוועגס. געווען א דארף "בילקא" און איבער דעם האט מען זיך געשלאגן

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 12:06 am

· #480688
מפיל קינד
גאלד
בכגון דא קומען אונזער חז"ל מפורשת אז "נותנין עליו חומרי מקום שהלך לשם ואל ישנה אדם מפני המחלוקת".

די גאנצע "ואל ישנה אדם" איז דאך נאר "מפני המחלוקת", וואס איז נישט נוגע אין קרית יואל והגלילות וואו מ'האט מען קיינמאל נישט חושש געווען אויף מחלוקת...

אולי קען מען צולייגן אז די מנהג המקום אין קרית יואל איז דאך צו מאכן מחלוקת...

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 12:24 am

· #480691
שמעון וואלף
berlbalaguleh
מפיל קינד: ייש"כ. אדרבה. זיי מרחיב את הדיבור. ברענג א קאפיע פון א בריוו אדער קול קורא.אויב דו קענסט.

איך מיין אז דער סלע המחלוקת צווישן סאטמאר'ע רב און דער מנחת אלעזר איז געווען איבער א שוחט. וואס דער מנח"א האט געאסר'ט און סאטמאר'ע רב האט מתיר געווען.
שמעון וואלף: איך האב אויך געהערט עפעס אז מ'אטציך געשלאגן איבער א בילקע. כ'האב אייביג געמיינט אז מ'רעדט דא פון א בילקע ביי שעלעשידעס...לאל...!
ס'וואלט געווען זייער שטארק אינטרעסאנט צו ברענגען מער פרטים...!

קיינמאל נישט געהערט דערפון. איך מיין ס'געווען פארקערט, ר' שבתי ליפשיץ איז געווען די שוחט אין אלץ מונקאטש'ע חסיד האט ער נישט געהאלטן ביים ווייזן די חלף פאר'ן סאטמאר רב. עפעס געדענק איך האלבוועגס. געווען א דארף "בילקא" און איבער דעם האט מען זיך געשלאגן

חיימ שמעונ » מאנטאג אוגוסט 30, 2021 10:41 am

· #480711
berlbalaguleh
חיימ שמעונ: נישט איבעראל. אבער אין געוויסע שטעט אזוי ווי קר"י וואו ס'איז דא א מרא דאתרא און א בית דין גייט עס יא אן. זיכער. מ'דארף נישט פרעגן רשות ווען מ'ווילל גיין אין ביהכ"ס. אבער אין גרויסע און ערנסטע עניינים אזוי ווי כשרות און סידור קידושין דארף מען בעטן רשות פונ'ם מרא דאתרא ובית דינו...! נאר ס'איז היינט ליידער געווארן אזא וועלט אז מ'מאכט חוזק און ליצנות פון אלץ און אלעמען.

אבער אונזער עיקר אינטרעסע איז איבער גלילות. אויב א רב האט א רעכט אריינצורעדן אין די שכינות'דיגע שטאט. נאר לאמיר א ביסל מרחיב את הדיבור זיין איבער דעם ענין. לו יצוייר אז אזא שטאט ווי מאנסי וואלט געווען דירעקט בשכינות מיט קרית יואל. וואלט דער מרא דאתרא פון קר"י זיכער נישט געהאט קיין רעכט אריינצורעדן אין זייערע עניינים. ופשוט הוא. ווייל מאנסי (למשל) איז אן אינטערנאציאנאלע שטאט וואו ס'איז נישט דא קיין מרא דאתרא. און א יעדער רב איז בעה"ב אין זיין קהילה. און א יעדער פיהרט זיך לויט זיינע מנהגים. משא"כ בלומינג גראוו איז א סאטמאר'ע שטעטל. און איבער אלע עניינים וואס גאנץ סאטמאר איז פאראייניגט איבער דעם קען נישט קומען א נייע גרופ און משנה זיין...!

פון ווי נעמסטו דאס צו זאגן אז היינט ווען א רב האט בכלל נישט קיין כח מטעם די שטאטישע טאטעס זאל ער האבן די מאכט איבער אנדערע מענטשן משא"כ אמאל ווען עס איז געווען די גאנצע כח ביי די רב און ער האט געהאט א כח וואס די טאטעס האבן אים געגעבן האט ער געהאט א אמתע בעלות צו קענען פארלאנגען וויאזוי מען זאל זיך פירן.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:22 pm

· #480901
חיימ שמעונ: (שוין צום וויפילטן מאל.) אזוי ווי איך האב שוין עטליכע מאל פריער געזאגט אז ס'ווענדט זיך וואו. אין וואספארא שטאט. אזא שטאט ווי מאנסי אדער בארא פארק למשל. דארט קען ער נישט אריינרעדן פאר קיינעם וואס צו טון. און וועלכע זמנים צו האלטן. משא"כ קר"י אדער בלומינג גראוו וואס איז מיסודו א סאטמאר'ע שטעטל, קען ער יא זאגן א דיעה אז די ניי צוגעקומענע גרופ זאללן זיך האלטן צו די זמנים וואס גאנץ סאטמאר האלט...!

nespresso » דינסטאג אוגוסט 31, 2021 8:15 pm

· #480910
Re: ..."גלילות"...!
berlbalaguleh
חיימ שמעונ: (שוין צום וויפילטן מאל.) אזוי ווי איך האב שוין עטליכע מאל פריער געזאגט אז ס'ווענדט זיך וואו. אין וואספארא שטאט. אזא שטאט ווי מאנסי אדער בארא פארק למשל. דארט קען ער נישט אריינרעדן פאר קיינעם וואס צו טון. און וועלכע זמנים צו האלטן. משא"כ קר"י אדער בלומינג גראוו וואס איז מיסודו א סאטמאר'ע שטעטל, קען ער יא זאגן א דיעה אז די ניי צוגעקומענע גרופ זאללן זיך האלטן צו די זמנים וואס גאנץ סאטמאר האלט...!
מצד הלכה? אדער מצד דיין סאטמערע געפיל?

חיימ שמעונ » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 12:59 am

· #480939
berlbalaguleh
חיימ שמעונ: (שוין צום וויפילטן מאל.) אזוי ווי איך האב שוין עטליכע מאל פריער געזאגט אז ס'ווענדט זיך וואו. אין וואספארא שטאט. אזא שטאט ווי מאנסי אדער בארא פארק למשל. דארט קען ער נישט אריינרעדן פאר קיינעם וואס צו טון. און וועלכע זמנים צו האלטן. משא"כ קר"י אדער בלומינג גראוו וואס איז מיסודו א סאטמאר'ע שטעטל[, קען ער יא זאגן א דיעה אז די ניי צוגעקומענע גרופ זאללן זיך האלטן צו די זמנים וואס גאנץ סאטמאר האלט...!

איך וויס נישט צו די האסט שוין מסביר געווען מצד הלכה

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 6:39 am

· #480946
איכ'ל ענטפערן פאר ביידע צדיקים מיט איין שאס. מצד ההלכה ווייס איך נישט אויף די מינוט. איך בין נישט אזא גרויסער גאון. דערפאר האביך געבעטן ביים עולם אז ווער ס'ווייסט פון הלכה'דיגע און היסטארישע מקורות וואו רבנים האבן זיך געמישט אין די עניינים פון שכינות'דיגע קהילות און שטעט זאללן זיך אנרופן. דערווייל האט זיך נאר איין מענטש אנגערופן. בראשית דרכנו. און אויך נאר מיט האלבע מקורות. אבער שוין. איך ווארט נאכאלץ אז איינער (אדער מער) וואס האט ידיעות איבער די היסטארישע פרעצעדענטן זאלל זיך אנרופן.

פון א פראקטישן שטאנדפונקט קען איך דיר זאגן אז ווען סיי ווער זאלל פרובירן צו זאגן דיעות פאר א גאנצע שטאט וועלכע האט זיך אנטוויקלט דורך פארשידענע גרופירונגען און קהילות, קען נישט קומען א יחיד אדער געוויסע קהילה און זאגן דיעות פאר די גאנצע שטאט וואס צו טון. און וויאזוי זיך צו פיהרן. משא"כ אין א שטעטל/שטאט וואס איז מיסודו געגרינדעט געווארן דורך איין קהילה אדער מענטש, קען נישט קומען א יחיד אדער גרופ און משנה זיין...!

מפיל קינד » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 6:46 am

· #480947
בלומינגראוו איז א גאנצע שטאט וואס באשטייט פון עטליכע קהילות, וואו איין יחיד וואס וואוינט ניטאמאל דארט, און האט ברבים אויסגערופן אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט קרית יואל, פרובירט צו זאגן דעות פאר יענע שטאט.

moneyminded » מיטוואך סעפטעמבער 1, 2021 6:38 pm

· #480992
Re: ..."גלילות"...!
מפיל קינד
בלומינגראוו איז א גאנצע שטאט וואס באשטייט פון עטליכע קהילות, וואו איין יחיד וואס וואוינט ניטאמאל דארט, און האט ברבים אויסגערופן אז מ'זאל נישט אהינגיין וואוינען ווייל ס'איז נישט קרית יואל, פרובירט צו זאגן דעות פאר יענע שטאט.
דאס איז וואס איז שריי שוין 5 יאר פאר געוויסע אידן אינוואלווד ביי מהר"א,כאב געוויינט צו זיי אז מען גייט עס ביטער באוויינען, געלעבט אין דענייעל

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

אייגענארטיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 1:41 am

· #481016
שלום עליכם אידן.... שוין נישטא געווען א שטיק צייט אבער דער אשכול דא איז מיר אינטערעסאנט פאר איטליכע סיבות העל איך שרייבן מיינע צוויי צענט און עטס זעטס אלע מכובד צו פלאשן דערנאך אויב עס געפעלט ענק נישט....

איינער האט פריער געשריבען אז עס איז נישטא קיין קארס אויף די ראוד אין ווער עס זאגט אז יא זאגט ליגענט
רבי לעבן איך בין דא און איך זעי דאס און מיינע קינדער זעען דאס.. שרייבן אינטער א ניק געבט דיר טאקע אנענימעטיע אבער וואס דעי וויזניצע האבן דא געטון איז געווען בפרהסיא ובגלי (ב"ה עס האט זיך שוין אפגעשטעלט)

איינער האט פריער געשריבען אז עס איז נישט קיין סאטמער שטעטעל... איך גיי ארויס פון מיין טיר איך קוק רעכטס און לינקס רוב רובם (חוץ געציילטע וואס קומען אהער פאר א יאר פארן 8טער און די איטליכע.. נישט 1 אדער 2 וויזניצע) זענען אלעס סאטמער. נישט אריינצוגיין און איבעריגע פאליטיקס נאר איין נקודה ביידע סאטמערע זענען ביי דעם מיט איין מיינונג.. און עס וואלט ווען געדארפט זיין די מערכה פון ביידע צדדים און סאטמער נאר צד מהרז"ל באט געזאגט פאר צד מהר"א אז היות ווען עס איז געווען די עירוב מערכה האט מהר"א געזאגט אז ער נעמט נישט קיין שטעלונג (לכאורה ווייל וומ"ס איז א שטח הפקר) זאל ער זיך יעצט ספראווענען מיט דעם אליינס (ווי קורצקעפיג קענען מענטשען זיין)

נאך א פינטל פון צד מהר"א לגבי די טענה אז דעס איז נישט קרית יואל,
זיי פרעגען וויזניץ פארוואס זעטס עטס געקומען קיין בלומינגראוו ? ווייל עס איז נאנט צו ק"י מיט אלע איסטעבלישמענטס... נא... האטס עטס ענק אליין צוגעטשעפעט צום שטאט.. זיי קענען גיין אביסעלע ווייטער לעבן מידעלטאון ווי פראפערטי איז סאך סאך ביליגער און טון וואס זיי ווילען.

למעשה האט אדמו"ר מוויזניץ געטון דאס קליגסטע זאך שייך און זיך אינטערגעווארפען אונטער מנהג המקום און ב"ה א פייערדיגע מחלוקה איז פארמיטען געווארן לכבוד זיין מסירות נפשדיגע אקט. ותבא עליו ברכת השם...

חיימ שמעונ » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 2:16 am

· #481017
אייגענארטיג
שלום עליכם אידן.... שוין נישטא געווען א שטיק צייט אבער דער אשכול דא איז מיר אינטערעסאנט פאר איטליכע סיבות העל איך שרייבן מיינע צוויי צענט און עטס זעטס אלע מכובד צו פלאשן דערנאך אויב עס געפעלט ענק נישט....

איינער האט פריער געשריבען אז עס איז נישטא קיין קארס אויף די ראוד אין ווער עס זאגט אז יא זאגט ליגענט
רבי לעבן איך בין דא און איך זעי דאס און מיינע קינדער זעען דאס.. שרייבן אינטער א ניק געבט דיר טאקע אנענימעטיע אבער וואס דעי וויזניצע האבן דא געטון איז געווען בפרהסיא ובגלי (ב"ה עס האט זיך שוין אפגעשטעלט)

איינער האט פריער געשריבען אז עס איז נישט קיין סאטמער שטעטעל... איך גיי ארויס פון מיין טיר איך קוק רעכטס און לינקס רוב רובם (חוץ געציילטע וואס קומען אהער פאר א יאר פארן 8טער און די איטליכע.. נישט 1 אדער 2 וויזניצע) זענען אלעס סאטמער. נישט אריינצוגיין און איבעריגע פאליטיקס נאר איין נקודה ביידע סאטמערע זענען ביי דעם מיט איין מיינונג.. און עס וואלט ווען געדארפט זיין די מערכה פון ביידע צדדים און סאטמער נאר צד מהרז"ל באט געזאגט פאר צד מהר"א אז היות ווען עס איז געווען די עירוב מערכה האט מהר"א געזאגט אז ער נעמט נישט קיין שטעלונג (לכאורה ווייל וומ"ס איז א שטח הפקר) זאל ער זיך יעצט ספראווענען מיט דעם אליינס (ווי קורצקעפיג קענען מענטשען זיין)

נאך א פינטל פון צד מהר"א לגבי די טענה אז דעס איז נישט קרית יואל,
זיי פרעגען וויזניץ פארוואס זעטס עטס געקומען קיין בלומינגראוו ? ווייל עס איז נאנט צו ק"י מיט אלע איסטעבלישמענטס... נא... האטס עטס ענק אליין צוגעטשעפעט צום שטאט.. זיי קענען גיין אביסעלע ווייטער לעבן מידעלטאון ווי פראפערטי איז סאך סאך ביליגער און טון וואס זיי ווילען.

למעשה האט אדמו"ר מוויזניץ געטון דאס קליגסטע זאך שייך און זיך אינטערגעווארפען אונטער מנהג המקום בפרהסיא און ב"ה א פייערדיגע מחלוקה איז פארמיטען געווארן לכבוד זיין מסירות נפשדיגע אקט. ותבא עליו ברכת השם...

וואס? רעד נישט סתם שקר ווען עס איז קוים דא צווי וויזניצע אידן מיט קארן דארט און בלומינג גראוו סטאפ מיט די שקר!!

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 5:23 am

· #481020
חיימ שמעונ: ייש"כ פאר דיינע קלוגע און אמת'דיגע רייד. מ'קען זאגן אויף דיר שפתיים ישק. איך האלט דאך דאס אין איין שרייען (פון פתיחת האשכול). נאר איך בין כקול קורא במדבר. פארשטייצעך צוליעב די ענגע פאליטיק. ב"ה אז איינער האטציך אויפגעוועקט און געזאגט א פאר שכל'דיגע און אמת'ע דיבורים...!

אייגענארטיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 2, 2021 2:44 pm

· #481071
חיימ שמעונ
וואס? רעד נישט סתם שקר ווען עס איז קוים דא צווי וויזניצע אידן מיט קארן דארט און בלומינג גראוו סטאפ מיט די שקר!!



איז אזוי... זיך מפלפל זיין אויף א מציאות איז דאך איבעריג. איך אינווייט ענק אלע בלומינגראווע ארויפצוקומען דא מיטן מציאות... שכנים זענען געווען דעי וואס זענען געגאנגען אנפרעגן דערוועגן און אזוי איז געווארן א שמועס דערוועגן, און ווי איך האב געהערט פון איינעם וואס ער איז אריין צו מהר"א און געהאט א שמועס דערוועגן. דאס גראדע ענטפערט אויך דיין פראגע צו וואס די שכנים ווילן... און ווי געשריבן פונעם ערשטן מינוט אז די גלייכסט נישט די מציאות קענסטע פלאשן.

חיימ שמעונ » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 2:44 am

· #481113
יא, איך בין געווען א שבת אין בלומינג גראוו האביך געוואלט זען וואס גייט דארט פאר, איז אזוי. בענטשן איז געווען ביי די 60 מעריב 65 ויהי נועם נאך שמ"ע ביי 71, נאך מעריב האט דער עולם געשמועסט, איין איד געכאפט א ציגארעטל פאר מעריב דארט טיף אין פארקינג לאט און טרעזע לן. יעצט אזוי, ווען דו קומסט זאגן מען האט זיך געוואלט באווארענען איז איין זאך, אבער אז עס איז שוין געווען איז עס סתם ליגענט.

און דאס אז מען זאל נישט טוהן מלאכות בפרהסיא האט וויזניץ געזאגט אז זיי זענען גרייט עס נאכצוגעבן נאך פאר די דרשה פון ר' אהרן און ער איז נישט געווען גרייט פאר דעם, ער האט געדארפט מען זאל אננעמען די זמן ר"ת, אבער נאך ווי ער /זיי האבן געזען אז מען קען אויך האנדלען מיט "אנדערע" האט ער/זיי פלוצלינג מסכים געווען אן קיין בריוו נאר גענוג אז זיי זאלן קענען שרייבן אין די "בלאט".

אייגענארטיג » פרייטאג סעפטעמבער 3, 2021 3:27 am

· #481114
און ווייטער זיך מתווכח זיין אויף א מציאות איז דאך נישט אינטערעסאנט... פריער געשריגן אז אזא זאך האט נישט פאסירט.. שוין מ'האלט מיר אז עס האט פאסירט נאר טיף אינעם פארקינג לאט.. נאך אביסל וועסטו שוין זאגן פונקט ווי איך אז זיי זענען געפארן און געקומען פארן זמן ר"ת... נו וואס'זשע זאל איך טענה'ען מיט דיר? כעל ציווארטן אביסעלע...
נישט פארגעסען אז דו רעדסט פון איין שבת וואס דו ביזט דארט געווען און איך וואס איך בין דא א תושב...

פאלאצ'ינטא » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 7:06 pm

· #481318
פארוואס ליגט ער אין די גללים ? איך מיין גלילות (די זעלעבע זאך)

שמעון וואלף » זונטאג סעפטעמבער 5, 2021 10:59 pm

· #481334
קוקט אויס מ'דינגט זיך דא אויף א מציאות ווען מ'דאווענט מעריב מוצ"ש אין וויזניץ.
@שבת, אלץ וויזניצער קענסטי אפשר דאס קלאר מאכן פאר אונז?

חיימ שמעונ » מאנטאג סעפטעמבער 6, 2021 12:16 am

· #481341
שמעון וואלף
קוקט אויס מ'דינגט זיך דא אויף א מציאות ווען מ'דאווענט מעריב מוצ"ש אין וויזניץ.
@שבת, אלץ וויזניצער קענסטי אפשר דאס קלאר מאכן פאר אונז?

ווענטציך ווי די רבי זאגט תורה ביי 56 פאר בערך 10 מינוט דערנאך בענטשען נאכדעם מעריב בערך 72 מינוט נאך שקיעה
אנדערע פלעצער איז בענטשען ביי 56 נאכדעם מעריב בערך 60-62
און די גרויסע בתי מדרשים איז דא מנינים גלייך ביים זמן 56

הפלא ופלא » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 1:35 pm

· #541724
Re: ..."גלילות"...!
📎 95.jpg 📎 95.2 (2).jpg

הפלא ופלא » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:57 pm

· #541788
Re: ..."גלילות"...!
📎 1111111111.jpeg📎 2222222.jpeg📎 3333333.jpeg📎 4444444.jpeg📎 5555.jpeg

הפלא ופלא » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 6:36 pm

· #541841
Re: ..."גלילות"...!
📎 101.jpeg 📎 201.jpeg 📎 301.jpeg 📎 401.jpeg 📎 501.jpeg

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 7:22 pm

· #541844
Re: ...
nespresso #
berlbalaguleh
חיימ שמעונ: (שוין צום וויפילטן מאל.) אזוי ווי איך האב שוין עטליכע מאל פריער געזאגט אז ס'ווענדט זיך וואו. אין וואספארא שטאט. אזא שטאט ווי מאנסי אדער בארא פארק למשל. דארט קען ער נישט אריינרעדן פאר קיינעם וואס צו טון. און וועלכע זמנים צו האלטן. משא"כ קר"י אדער בלומינג גראוו וואס איז מיסודו א סאטמאר'ע שטעטל, קען ער יא זאגן א דיעה אז די ניי צוגעקומענע גרופ זאללן זיך האלטן צו די זמנים וואס גאנץ סאטמאר האלט...!
מצד הלכה? אדער מצד דיין סאטמערע געפיל?
מצד ההלכה: וואס איז א סאך עלטער פון מיין (און דיין) סאטמער'ע געפיהל.
עיין ריש פ' מקום שנהגו, מס' פסחים.

הפלא ופלא » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:40 am

· #541895
Re: ..."גלילות"...!
📎 WhatsApp Image 2023-12-15 at 11.54.34 AM.jpeg 📎 88.1.jpg

הפלא ופלא » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:10 pm

· #541939
Re: ..."גלילות"...!
📎 a2d4dab1-f467-4852-9d38-d0756481b98f.jpeg 📎 f5fdcb7b-217e-486a-94f0-a46fec4687b2.jpeg 📎 21e09e1b-b6d5-4b1d-87f0-a5ae0c2bacb2.jpeg 📎 85dbf292-d969-4804-bcc9-0c69d18ed154.jpeg

הפלא ופלא » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 3:46 pm

· #542018
Re: ..."גלילות"...!
📎 96.1.jpg 📎 96.2.jpg 📎 96.3.jpg 📎 96.4.jpg

הפלא ופלא » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 6:57 pm

· #542600
Re: ..."גלילות"...!
📎 a03f6ee7-7ba5-46ba-aab5-8573c5643f03.jpeg

חיים דער שרייבער » מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:43 pm

· #544347
נייעס און בלומינג גראוו
📎 104.jpg

חיים דער שרייבער » פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:00 pm

· #544608
Re: ..."גלילות"...!
📎 105.png

חיים דער שרייבער » פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:06 pm

· #544609
Re: ..."גלילות"...!
📎 106.png 📎 106.2.png

חיים דער שרייבער » פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:08 pm

· #545271
Re: ..."גלילות"...!
📎 28f1bc2a-0f99-4e36-8b41-03b77d47432a.jpeg 📎 a778c226-477e-4ff0-b7ea-b0d0c4090604.jpeg 📎 48eb51a4-5fed-466e-93c1-17b93fe6cd55.jpeg

חיים דער שרייבער » מאנטאג יאנואר 22, 2024 10:42 am

· #545747
Re: ..."גלילות"...!
📎 2536cf3f-b56b-4256-89ad-2277480451d8.jpeg

חיים דער שרייבער » מיטוואך יאנואר 31, 2024 5:40 pm

· #547527
Re: ..."גלילות"...!
📎 WhatsApp Image 2024-01-31 at 4.59.11 PM.jpeg 📎 WhatsApp Image 2024-01-31 at 5.33.51 PM.jpeg

חיים דער שרייבער » דאנערשטאג פעברואר 1, 2024 3:57 pm

· #547726
Re: ..."גלילות"...!
📎 WhatsApp Image 2024-01-31 at 5.01.54 PM (1).jpeg 📎 110.2.jpg

חיים דער שרייבער » פרייטאג פעברואר 2, 2024 4:04 pm

· #547913
Re: ..."גלילות"...!
📎 1821db51-487d-4d1d-a85f-f38303864b9f.jpeg 📎 f0c28f43-4011-421b-9df9-64c8b8f2906e.jpeg 📎 3333fd29-8084-4d75-9fb5-3df2d9a2ea34.jpeg📎 03e132ce-859f-448d-b149-36fb0fd492ff.jpeg

חיים דער שרייבער » זונטאג פעברואר 4, 2024 12:37 am

· #547969
Re: ..."גלילות"...!
📎 IMG_5913.jpeg 📎 IMG_5914.jpeg 📎 IMG_5915.jpeg 📎 IMG_5916.jpeg
בלאט: 1 2 3