..."גלילות"...!
102 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14779
..."גלילות"...!
ליינענדיג דאס קעפל אין ..."דער בלאט"... פון די פארגאנגענע וואך (פ' שופטים, תשפ"א לפ"ק) האביך באמערקט ווי ווייט מהר"א שליט"א האט מדגיש געווען די אויטאריטעט פון זיין קהילה מיט אלע איהרע תקנות ומנהגים אויף די ארומיגע, שכנות'דיגע יישובים פון קרית יואל.
שטעלט זיך איצט א שאלה. ווי ווייט גייט די השפעה פון א קהילה ארויס פון זייערע גרעניצן. און וועלכע שטעט און יישובים זענען מחוייב זיך אונטערצווארפן אונטער די תקנות פון דער (הויפט) שטאט.
אזוי ווי ס'זענען דא (ב"ה) צווישן אונז גרויסע תלמידי חכמים און היסטארישע ידענים, וויל איך בעטן אז ווער ס'קען און ווייסט פון הלכה'דיגע און היסטארישע פרעצעדענטן וואו א קהילה און זייער מרא דאתרא האבן אויסגעשפרייט זייער השפעה און כח אויף די ארומיגע שטעט. אנגעהויבן פון די תקופת התלמוד. דורך די צייטן פון די ראשונים וגדולי הפוסקים פון די אחרונים. אזוי ווי די גמ' ברענגט אזא אויסדרוק..."באתריה דמר"...! אויך די אגדתא (אין אנהייב מס' פסחים) וואו די גמ' פארציילט די מעשה מיט דעם גוי וואס האט געוואוינט אין נציבין און ער איז א יעדעס יאר געגאנגען קיין ירושלים. און ר'האט זיך געציילט מיט א חבורה צו עסן פון דעם קרבן פסח. ביז ר' יהודה בן בתירא האט איהם אריינגענארט און מ'האט אויפגעדעקט זיין אמת'ע פנים אלס גוי...!
אין די שפעטערע יארן איז אויך געווען גרויסע קהילות (אדער גלילות פון קהילות) אזוי ווי שו"ם (שפייערן, ווירמיזא, מאינץ) און אה"ו (אלטונא, המבורג, ואנדסבעק.) וואו ר' יעקב עמדין איז געווען דער רב.
נאך איין בקשה. ביטע נישט שרייבן קיין ליצנות אדער סארקאסטישע באמערקונגען. אזוי ווי געוויסע פון אונז קענען ב"ה זייער גוט. ווייל דער ציל פון דעם אשכול איז מברר צו זיין די הלכה'שע און היסטארישע עפעקטן פון די ארומיגע שטעט פון א קהילה. און ווי ווייט ס'איז נוגע היינטיגע צייטן...!
ר' יעקב עמדין איז נישט געווען רב אין אה"ו.
ר' יהונתן איז געווען דער רב דארטן, דער יעב"ץ איז געווען א פשוטע תושב דארט.
אז די דערמאנסט דער יעב"ץ, איז דא א ספר פין יעב"ץ ווי ער שרייבט א גאנצע אריכות זיך צו פארענטפערן וועגן א דין תורה וואס האט גענומען זייער לאנג (אפאר יאר) וואס ער איז געוועהן דער שליש, און ער שרייבט דער מעשה כהוויתו פארוואס עס האט גענומען לאנג, נישט צוליב זיין שולד.
וואס איז געוועהן דער דין תורה? גלילות!! צוויי גרויסע שטעט האבן זיך געשלאגן בנוגע גלילות וכו'. ווער עס האט צייט צו זוכן אויף היברובוקס און לינקען איז געבעטן צו לייגן. אויב איך וועל האבן צייט וועל איך עס אפיר זוכן.
מצפצףר' יעקב עמדין איז נישט געווען רב אין אה"ו.
ר' יהונתן איז געווען דער רב דארטן, דער יעב"ץ איז געווען א פשוטע תושב דארט.
מצפצף: ייש"כ. לויט ווי איך בין אינפארמירט איז ר' יעקב עמדין, דער יעב"ץ יא געווען א געוויסע תקופה רב אין אה"ו. דער צונאמען ..."עמדין"... וואס דער פולער נאמען איז ..."מ'עמדין/פאן עמדין"...זאגט אונז נאר פון וואו ער האט געשטאמט.
איך וועל יעצט נישט אריינגיין בעובי הקורה אין דעם ויכוח אויב ער איז יא , אדער נישט געווען רב אין די שטעט אה"ו. איך האב עס נאר געברענגט אלס משל פון שטעט וועלכע זענען היסטאריש געווען אין די זעלבע גלילות...!
מען קען זעהן דער גלילות דין תורה
דאלפי זכרוני איז ער קיינמאל נישט געווארען רב, ער שרייבט וועגען דעם, ער האט יא געוואלט נישט געוואלט, זיי האבען אביסל יא געוואלט, און אסאך נישט געוואלט. ער איז געוועהן וואס ער איז געוועהן.
אין דער לינק וואס איך געב אהן, קען מען גראדע זעהן, אז דער יעב"ץ איז טאקע געוועהן א קארעקט מענטש, און דאס איז אים געשטאנען פאר אלעס, און די חברה האבען פין אים דא געמאכט א חוזק אויף א גרויסע פארנעם, און זייענדיג דער טיפ מענטש וואס ער איז געוועהן, האט ער נישט געוויסט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבען מיט זיי.
אישתישביאז די דערמאנסט דער יעב"ץ, איז דא א ספר פין יעב"ץ ווי ער שרייבט א גאנצע אריכות זיך צו פארענטפערן וועגן א דין תורה וואס האט גענומען זייער לאנג (אפאר יאר) וואס ער איז געוועהן דער שליש, און ער שרייבט דער מעשה כהוויתו פארוואס עס האט גענומען לאנג, נישט צוליב זיין שולד.
וואס איז געוועהן דער דין תורה? גלילות!! צוויי גרויסע שטעט האבן זיך געשלאגן בנוגע גלילות וכו'. ווער עס האט צייט צו זוכן אויף היברובוקס און לינקען איז געבעטן צו לייגן. אויב איך וועל האבן צייט וועל איך עס אפיר זוכן.
אישתישבי: ייש"כ. אדרבה. אויב דו קענסט צו לינקן און ברענגען נאך פון מערערע מקורות און היסטארישע פרעצעדענטן וואו מ'האט דן געווען איבערן דעם כח פון א רב אדער קהילה צו זיין אויסגעשפרייט אין מערערע שטעט.
נאך א שאלה, וועלכע האט מעגליך גאר שטארקע אימפליקאציעס פאר אונז אין די היינטיגע טעג איז, אויב דער שטח און תחום פון גלילות איז נאכמער אויסגעשפרייט ווי אמאל. ווייל היינט פארט מען מער פון איין שטאט צו די צווייטע און ממילא זענען די מענטשן פון די (ווייטערע) שטעט מער אויסגעשטעלט צו די כח און השפעה פון די (הויפט) געגנט...!
איך גלייב נישט אז ר' אהרן איז גערעכט מיט זיין גלילות טענה הלכה'דיג, אמאהל איז געוועהן גלילות דער פשט אז דער קליינער שטאט האט באקומען סערוויסעס פין דער גרויסע, און דאס האט געמיינט גלילות, און ממילא האט דער רב געדארפט פסק'נן די שאלות פין די מענטשען פין די קליינע שטאט, אדער אנדערע רבני'שע הצטרכות, און דער קהל געלט פין די מענטשען פין די קליינע שטאט איז געגאנגען צו די גרויסע. ר' אהרן רעדט זיך איין אז וויבאלט א שטאט איז אין די גלילות פין קרית יואל טארען זיי נישט מאכען קיין סידור קדושין וכו', און זיינע כח תקנות זענען חל אויף די קליינע שטאט בעל כרחם. זיי האבען גארנישט פין ר' אהרן'ס רבנות חוץ עגמת נפש, מאן יימר זיי זענען משועבד צו זיינע פסקים און קוריאזען?
רבותיי: נאך א נקודה וואס מ'דארף ברייטער אויסשמועסן דא, איז אויב געוויסע ..."אינטערנאציאנאלע"... שטעט אזוי ווי מאנסי, וויליאמסבורג און בארא פארק וכדומה. אויב ס'איז ביי זיי שייך בכלל דאס ענין פון גלילות. משא"כ קרית יואל אדער שיכון סקווירא. וועלכע זענען דייקא יא שטעט וועלכע זענען נתייסד געווארן דורך איין קהילה אדער חסידות...!
אישתישביאיך גלייב נישט אז ר' אהרן איז גערעכט מיט זיין גלילות טענה הלכה'דיג, אמאהל איז געוועהן גלילות דער פשט אז דער קליינער שטאט האט באקומען סערוויסעס פין דער גרויסע, און דאס האט געמיינט גלילות, און ממילא האט דער רב געדארפט פסק'נן די שאלות פין די מענטשען פין די קליינע שטאט, אדער אנדערע רבני'שע הצטרכות, און דער קהל געלט פין די מענטשען פין די קליינע שטאט איז געגאנגען צו די גרויסע. ר' אהרן רעדט זיך איין אז וויבאלט א שטאט איז אין די גלילות פין קרית יואל טארען זיי נישט מאכען קיין סידור קדושין וכו', און זיינע כח תקנות זענען חל אויף די קליינע שטאט בעל כרחם. זיי האבען גארנישט פין ר' אהרן'ס רבנות חוץ עגמת נפש, מאן יימר זיי זענען משועבד צו זיינע פסקים און קוריאזען?
אישתישבי: לאמיר יעצט לייגן אין א זייט דאס ענין פון סידור קידושין (וואס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן לאורכה ולרחבה אין א צווייטן אשכול.). נאר די עיקר מערכה אויף וואס ר' אהרן האטציך פארלייגט אין די לעצטע וואכן און חדשים איז דער פאקט אז עטליכע יונגעלייט וועלכע טענה'ן אז זיי באלאנגען צו קהילת וויזשניץ/מאנסי. און זיי וואוינען אין די "אויטסקוירטס"... פון קרית יואל וואס פארן ארום מיט קארס און טוען אנדערע מלאכות בפרהסיא פאר דעם זמן מוצאי שבת עפ"י שיטת ר"ת, וועלכע מ'האלט אין קרית יואל. אויב ער (ר"א) האט א רעכט זיי צוריקצוהאלטן פון טון מלאכות בפרהסיא אין זייער געגנט, נוצנדיג דעם כח פון "גלילות"... ווייל דאס קען האבן שטארקע (נעגאטיווע) רעזולטאטן פאר זיין אייגענע שטאט.
הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש איבער גלילות בתוך דבריו
📎 גלילות.mp3
קאנטראווערסולהרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש איבער גלילות בתוך דבריו
📎 גלילות.mp3
ברוך שכוונתי
berlbalagulehאישתישבי: לאמיר יעצט לייגן אין א זייט דאס ענין פון סידור קידושין (וואס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן לאורכה ולרחבה אין א צווייטן אשכול.). נאר די עיקר מערכה אויף וואס ר' אהרן האטציך פארלייגט אין די לעצטע וואכן און חדשים איז דער פאקט אז עטליכע יונגעלייט וועלכע טענה'ן אז זיי באלאנגען צו קהילת וויזשניץ/מאנסי. און זיי וואוינען אין די "אויטסקוירטס"... פון קרית יואל וואס פארן ארום מיט קארס און טוען אנדערע מלאכות בפרהסיא פאר דעם זמן מוצאי שבת עפ"י שיטת ר"ת, וועלכע מ'האלט אין קרית יואל. אויב ער (ר"א) האט א רעכט זיי צוריקצוהאלטן פון טון מלאכות בפרהסיא אין זייער געגנט, נוצנדיג דעם כח פון "גלילות"... ווייל דאס קען האבן שטארקע (נעגאטיווע) רעזולטאטן פאר זיין אייגענע שטאט
דאס וואס דו שרייבסט:
וואס פארן ארום מיט קארס און טוען אנדערע מלאכות בפרהסיא פאר דעם זמן מוצאי שבת עפ"י שיטת ר"ת, וועלכע מ'האלט אין קרית יואל.
פון ווי ווייסטו דאס?
מען רעדט פון קארגע 10 מינוט פריער, ווילאנג זיי ענדיגן מעריב איז שוין 72.
אישתישבידאס וואס דו שרייבסט:
וואס פארן ארום מיט קארס און טוען אנדערע מלאכות בפרהסיא פאר דעם זמן מוצאי שבת עפ"י שיטת ר"ת, וועלכע מ'האלט אין קרית יואל.
פון ווי ווייסטו דאס?
אישתישבי: אזוי האט מען רעפארטעד. סיי אין צייטונגען. און דא אויף קאווע שטיבל.
מאנימיינדעד: דער זמן מוצ"ש פון קהילת וויזשניץ איז בערך 15 מינוט פאר'ן זמן ר"ת וועלכע איז איינגעפיהרט אין קרית יואל. און ס'זענען דא "געשיקטע"... אינגעלייט וועלכע פארן מיט די קארס תיכף ומיד ווען זייער זמן ערלויבט. און זיי פארן (פאטענציאל) אריין/אדורך קרית יואל מיט פייפערייען און גערודער בעת מ'האלט נאך אינמיטן זמירות לשבת.
דאס איז מעגליך דער אנהייב פון צוברעכן די שמירת זמן ר"ת. ווייל לאקאלע אינגעלייט וועלן זיך אויך ערלויבן צו טון די זעלבע. אויך, מ'קען נישט בעטן ביי איינער וואס פארט מיט א קאר פאר דעם אפיציעלן זמן מוצ"ש זיין איי. די. אויב ער איז א וויזשניצער אדער א סאטמאר'ער.
ועוד. מדינא ד'גמרא איז דא אזא זאך ווי "נותנין עליו חומרי המקום שהלך לשם"...!
ווי איז עס געוועהן ריפארטעד?
איך געדענק אז די האסט געזאגט אזוי מדעתא דנפשך.
ר' אהרן האט אויך נישט גערעדט וועגן דעם, שמע מינה אז דאס געשעהט נישט.
אישתישבי: ס'איז געווען א שטארקע דיסקאשן אויף קאווע שטיבל...!
צי די וויזשניצע יונגעלייט פארן ביי זיך אין דרייוו וועי אדער זיי פארן אריין קיין קר"י איז שוין א קליינע נפק"מ...!
פארוואס איז עס א קליינע נפק"מ?
מצפצף: ווייל די נושא איז דא ..."גלילות"...! אויב מהר"א קען נוצן דעם כח פון גלילות...!
ועוד. אויב זיי פארן ביי זיך אין דרייוו וועי איז עס א מלאכה בפרהסיא. נאכדעם וועללן זיי אריינפארן אדער אדורכפארן קרית יואל אליינס...!
berlbalagulehמאנימיינדעד: דער זמן מוצ"ש פון קהילת וויזשניץ איז בערך 15 מינוט פאר'ן זמן ר"ת וועלכע איז איינגעפיהרט אין קרית יואל. און ס'זענען דא ..."געשיקטע"...אינגעלייט וועלכע פארן מיט די קארס תיכף ומיד ווען זייער זמן ערלויבט. און זיי פארן (פאטענציאל) אריין/אדורך קרית יואל מיט פייפערייען און גערודער בעת מ'האלט נאך אינמיטן זמירות לשבת.
עס איז טאקע נישט כדי צו פארדרייען די אשכול איבער די "פאקטן" פון וויזשניץ אין גלילות קרית יואל, עס איז דא אן עקסטרע אשכול דערפאר.
לויט ווי איך פארשטיי איז דער ציל דא נאר אויסצשמועסן די חלק הלכה צו "בלומינגראוו" געהערט צו "קרית יואל" אלץ גלילות. אזוי אויך צו איז בכלל שייך צו זאגן אין קרית יואל "גלילות".
אבער אזוי ווי איך זעה האסט געשריבן פשוטע שקר וויל איך דיר דאס אויפקלערן אלץ מילתא דעבודא לאגלויי. (זעט אויס אז די וואוינסט נישט אין קרית יואל אדער א פשוטע שקרן)
עס זענען נישט פארהאן קיין ...געישקטע... אינגעלייט וואס פארן אין קרית יואל בעפאר זמן ר"ת.
נאכמער עס איז בכלל נישט קיין וויזניצע ...אינגעלייט... וואס וואוינען כעת אין בלומינג-גראוו אדער בכלל ארום קרית יואל. ער האט בס"ה א ישיבה מיט בחורים וואס דרייון נישט, אלע איינגעשטעלטע קומען צו פארן טעגליך פון מאנסי וכדו'. אדער זענען דאס סאטמארע אידן וואס וואוינען אין קרית יואל.
עס איז בלויז פארהאן איין איינציגער וויזשניצער וואס וואוינט יא דא הרה"ג ר' חיים מאיר האגער שליט"א דער ראש ישיבה בן כ"ק אדמו"ר ר' יצחק יוחנן האגער שליט"א מוויזשניץ וומ"ס. (אגב זיינע זון שיקט ער אין מוסדות סאטאר מהרז"ל. וע"ז יתא הקצף).
לפי ידיעתי דרייווט ער נישט. און אוודאי נישט פון די ...געשיקטע...
יא! פלענער האבן זיי אסאך. אבער דערווייל וואוינט מען נישט דא.
נישטא פייפערייען און גערודער בעפאר זמן ר"ת.
עס זענען יא דא וויזניצע יונגעלייט וואס וואוינען דארט.
און נאך וואס קלערן זיך אהין צו ציען.
ער וויל עווענטועל האבן א שטיקל שטעטל דארט.
וואסער: דו קענסט מיך רופן שקרן אדער סיי וואס. אבער די מציאות בלייבט אז אויב דער זמן מוצ"ש איז אנדערש (פריער) ווי דער זמן מוצ"ש וואס מ'האלט אין קר"י איז א קליינע חילוק אויב כהיום פארט מען יא אדער נישט. אבער מ'קען פארן. ווייל אויב א מענטש אדער א גרופ האלטן א פריער'דיגן זמן וועללן זיי טון סיי וועלכע מלאכה וואס מ'טאר נישט טון אום שבת. רייכערן ציגארעטלעך איז פונקט אזוי אסור לשיטת די וואס האלטן א שפעטער'דיגן זמן...!
אין וומסב"ג האט יעדער געקענט זען אלע יארן ווי דער באס דרייווער ל... פארט אראפ ליע עוועניו מיט זיין באס ווען אין אלע שולן (וואס בענטשן ביי 72) זינגט מען נאך זמירות
איך גלייב אז זיי וועלן עס טון אין קר"י אויךת דאס איז א פרינציפ ביי זיי
איך האב נישא געזאגט אז עס "גייט" נישט זיין אזוי.
נאר דאס וואס בערל שרייבט פאר א "פאקט" אז 'זענען דא ..."געשיקטע"...אינגעלייט וועלכע פארן מיט די קארס. איז פשוט שקר במילתא דעבודא לאיגלויי...
יא איך ווייס אויך אז זיי "פלאנען" זיך דא צו באזעצן. אבער זאגן אז עס גייט שוין אן יעצט רופט זיך בלשונינו
"ליגענט!"berlbalagulehמאנימיינדעד: דער זמן מוצ"ש פון קהילת וויזשניץ איז בערך 15 מינוט פאר'ן זמן ר"ת וועלכע איז איינגעפיהרט אין קרית יואל. און ס'זענען דא ..."געשיקטע"...אינגעלייט וועלכע פארן מיט די קארס תיכף ומיד ווען זייער זמן ערלויבט. און זיי פארן (פאטענציאל) אריין/אדורך קרית יואל מיט פייפערייען און גערודער בעת מ'האלט נאך אינמיטן זמירות לשבת.
איך מיין אז די אשכל האט מען געעפענט פאר א אנדערע סיבה. סתם שמיציג צי מאכען זייטן איז דא א אנדערע אשכול.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/14752">viewtopic.php?f=55&t=14752</a><!-- l -->
אדער קען מען עפענען צימעס..
Re: ..."גלילות"...!
berlbalagulehמאנימיינדעד: דער זמן מוצ"ש פון קהילת וויזשניץ איז בערך 15 מינוט פאר'ן זמן ר"ת וועלכע איז איינגעפיהרט אין קרית יואל. און ס'זענען דא ..."געשיקטע"...אינגעלייט וועלכע פארן מיט די קארס תיכף ומיד ווען זייער זמן ערלויבט. און זיי פארן (פאטענציאל) אריין/אדורך קרית יואל מיט פייפערייען און גערודער בעת מ'האלט נאך אינמיטן זמירות לשבת.
דאס איז מעגליך דער אנהייב פון צוברעכן די שמירת זמן ר"ת. ווייל לאקאלע אינגעלייט וועללן זיך אויך ערלויבן צו טון די זעלבע. אויך. מ'קען נישט בעטן ביי איינער וואס פארט מיט א קאר פאר דעם אפיציעלן זמן מוצ"ש זיין איי. די. אויב ער איז א וויזשניצער אדער א סאטמאר'ער.
ועוד. מדינא ד'גמרא איז דא אזא זאך ווי ..."נותנין עליו חומרי המקום שהלך לשם"...!
די מיינסט עס ערענסט אדער ביזט סארקאסטיש?
איך בין אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג, און איך בין געווען צוויי שבתים אין קרית יואל די זומער טאקע לעבן וויזניץ און קיינמאל געזען קיין פייפערייען אדער קארס פארן, עניוועי 15 מינוט פארן זמן איז כמעט נישט דא קיין נברא אויפן גאס, דעמאלס גיי איך געווענליך דאווענען
Re: ..."גלילות"...!
מצפצףעס זענען יא דא וויזניצע יונגעלייט וואס וואוינען דארט.
און נאך וואס קלערן זיך אהין צו ציען.
ער וויל עווענטועל האבן א שטיקל שטעטל דארט.
עס איז דא כעת 3 אינגעלייט / 3 משפחות וואס קיין איינער פון זיי האבן ניטאמאל קיין דרייווער לייסענס , גראדע ליטווישע אידן זע איך שוין יארן טין מלאכות אסאך פאר די 60 אין קרית יואל, עס זענען דא שוין אפאר יאר 4 ישיבות אין די גלילות קרית יואל , מיט אפאר הונדערט בחורים מיט איינגעשטעלטע וואס האלטן נישט אפיציעל קיין זמן ר"ת ,נאך מער.. עס וואינען דא עטליכע ליטווישע איינגעשטעלטע א גאנץ יאר, שוין אפאר יאר מיט זייער משפחה וואס האלטן נישט זמן ר"ת
מאנימיינדעד: איך וועלל דיר געבן איין תשובה צו דיינע 2 תגובות. איך וואוין נישט אין קרית יואל האביך נישט אלייינס געזעהן די מציאות, סיי פון די וויזשניצער יונגעלייט און סיי פון די ליטווישע משפחות וועלכע וואוינען אין קרית יואל.
דער פאקט אז ר' אהרן האט גארנישט רעאגירט איבער די זמנים פון די ליטווישע משפחות איז גאנץ זיכער ווייל זיי זענען דיסקרעט. זיי מאכן נישט קיין רעש און טומל. און די זמנים וואס זיי האלטן און טוען מלאכות פריער ווי דער זמן ר"ת איז אלס יחידים.
משא"כ ווען ס'קומט א גרופ פון חסיד'ישע יונגעלייט און זיי האלטן אפיציעל א פריער'דיגן זמן האט ר' אהרן א רעכט מוחה צו זיין אקעגן דעם. ווייל ס'קען זיין א מצב וואס דאס וועט צושטערן דעם זמן ר"ת ביי די סאטמאר'ע יונגעלייט אויך...!
יש"כ ר' בערל פאר עפענען די אשכול. איך האף אז איצט איז שוין קלאר די אלע זייטיגע זאכן און מ'קען אנהייבן דיסקוסירן די חלק הלכה.
נאר אביסול קריטיק.
ס'קוקט אויס אז די האסט אנגענומען פאר א פשטות אז א רב פון א שטאט קען איינטיילן פאר איינוואינער פון גלילות וויאזוי זיך צו פירן, דיין שאלה איז נאר ווי ווייט די גלילות מיט זיך. אבער הא גופא דארף מען קודם מברר זיין. מהיכי תיתי א רב קען אריינרעדן אפילו א גאס אוועק פון ווי מ'האט אים אויפגענומען?
איך מיין אז לתועלת הענין לאמיר אוועקפירן די שמועס פון קרית יואל און מ'עמיר ניצן נייטרא אלץ עקזעמפל. איינער וויל זיך אריבערציען קיין מאונט קיסקא און וויל וויסן טאמער ער וועט אויטאמאטיש זיין אינטער געווארפן אינטער נייטרא רב. וואס איז די הלכה?
מיינסט אוודאי צו פרעגן אויב ער וועט מוזן זאגן די קינה פין ר' מיכאל בער אויף תשעה באב?
אישתישבי: הלואי זאלל איך האבן די דאגה, אדער שאלה. יא צו זאגן ר' מיכאל בער'ס קינה אדער נישט.
אויך. וואסי מיט באבוב'ער רב'ס קינה/קינות...?!
שמעון וואלףיש"כ ר' בערל פאר עפענען די אשכול. איך האף אז איצט איז שוין קלאר די אלע זייטיגע זאכן און מ'קען אנהייבן דיסקוסירן די חלק הלכה.
נאר אביסול קריטיק.
ס'קוקט אויס אז די האסט אנגענומען פאר א פשטות אז א רב פון א שטאט קען איינטיילן פאר איינוואינער פון גלילות וויאזוי זיך צו פירן, דיין שאלה איז נאר ווי ווייט די גלילות מיט זיך. אבער הא גופא דארף מען קודם מברר זיין. מהיכי תיתי א רב קען אריינרעדן אפילו א גאס אוועק פון ווי מ'האט אים אויפגענומען?
איך מיין אז לתועלת הענין לאמיר אוועקפירן די שמועס פון קרית יואל און מ'עמיר ניצן נייטרא אלץ עקזעמפל. איינער וויל זיך אריבערציען קיין מאונט קיסקא און וויל וויסן טאמער ער וועט אויטאמאטיש זיין אינטער געווארפן אינטער נייטרא רב. וואס איז די הלכה?
שמעון וואלף: ייש"כ. ווען איך וועלל (אי"ה) .(כ'ווייס נישט אין דעם גילגול אדער אין נעקסטן) מאוון קיין נייטרא. וועלל איך מיך מוזן אונטערוווארפן צו די זמנים פון ערב שב"ק ומוצש"ק וואס דער לאקאלער מרא דאתרא און די קהילה וועללן באשליסן.
זיכער. דער רב וועט מיר (האפנטליך) נישט זאגן קיין דיעות וועלכע מצה מעהל איך זאלל ניצן אין די קניידלעך. אבער ער וועט און קען מיר יא זאגן א דיעה צו וועלכע זמנים איך מוז מיך האלטן. אויך. אויב איך האב עפעס א קאנסערוואטיוון ראביי וואס איך ווילל מכבד זיין מיט סידור קידושין וואס ס'איז א ספק אויב ער איז בקי בטיב גיטין וקידושין. אבער ער גייט א שיינע בוי-טיי מיט גלאנצעדיגע (ברוינע) שיך. וועט דער מרא דאתרא קענען מיך צוריקהאלטן פון עס טון.
יעצט צוריק צו קרית יואל והגלילות. איך מיין אז בלומינג גראוו איז א סאטמאר'ע שטעטל. געגרינדעט דורך סאטמאר'ע חסידים. וואס אלע סאטמאר'ע תלמידים וחסידים האלטן דעם זמן מוצש"ק ר"ת. אויך. ס'איז סמוך ונראה צו קר"י. קען נישט קומען א צווייטע גרופ פון לאמיר זאגן וויזשניצער חסידים וועלכע האבן אן אנדער'ן, פריער'דיגן זמן מוצ"ש. און איינפיהרן דעם נייעם זמן. אפילו נאר פאר זייערע חסידים.
אפילו ווען ס'וואלטן געווען נאך פראקציעס פון אנדערע חסידים. לאמיר זאגן בעלזא און סאדיגור. וועלכע האבן אן אנדער'ן זמן. מוזן זיי זיך צושטעללן צו דעם אפיציעללן, שטאטישן זמן. וואס אין דעם פאל איז עס ר"ת .איינגעפיהרט דורך דעם מייסד הקריה וגלילותיה...! ר' אהרן האט נישט געמאכט די תקנות פון זמן ר"ת. ער איז נאר א נאכפאלגער פונ'ם מייסד הקריה...!
אויב א וויזשניצער חסיד וועלכער האט שוין געדאוונט מעריב און געמאכט הבדלה וועט אנצינדן זיין (געפילטערטן) סמארט פאון ביי זיך אינדערהיים, וועלל איך (בלי"נ) גיין רעדן צו מהר"א אז ער זאלל נישט שיקן די וועד משמרת הצניעות והשבת צו איהם...!
berlbalagulehאישתישבי: הלואי זאלל איך האבן די דאגה, אדער שאלה. יא צו זאגן ר' מיכאל בער'ס קינה אדער נישט.
אויך. וואסי מיט באבוב'ער רב'ס קינה/קינות...?!
דערווייל האט באבוב נישט קיין גלילות.
berlbalagulehשמעון וואלףיש"כ ר' בערל פאר עפענען די אשכול. איך האף אז איצט איז שוין קלאר די אלע זייטיגע זאכן און מ'קען אנהייבן דיסקוסירן די חלק הלכה.
נאר אביסול קריטיק.
ס'קוקט אויס אז די האסט אנגענומען פאר א פשטות אז א רב פון א שטאט קען איינטיילן פאר איינוואינער פון גלילות וויאזוי זיך צו פירן, דיין שאלה איז נאר ווי ווייט די גלילות מיט זיך. אבער הא גופא דארף מען קודם מברר זיין. מהיכי תיתי א רב קען אריינרעדן אפילו א גאס אוועק פון ווי מ'האט אים אויפגענומען?
איך מיין אז לתועלת הענין לאמיר אוועקפירן די שמועס פון קרית יואל און מ'עמיר ניצן נייטרא אלץ עקזעמפל. איינער וויל זיך אריבערציען קיין מאונט קיסקא און וויל וויסן טאמער ער וועט אויטאמאטיש זיין אינטער געווארפן אינטער נייטרא רב. וואס איז די הלכה?
שמעון וואלף: ייש"כ. ווען איך וועלל (אי"ה) .(כ'ווייס נישט אין דעם גילגול אדער אין נעקסטן) מאוון קיין נייטרא. וועלל איך מיך מוזן אונטערוווארפן צו די זמנים פון ערב שב"ק ומוצש"ק וואס דער לאקאלער מרא דאתרא און די קהילה וועללן באשליסן.
זיכער. דער רב וועט מיר (האפנטליך) נישט זאגן קיין דיעות וועלכע מצה מעהל איך זאלל ניצן אין די קניידלעך. אבער ער וועט און קען מיר יא זאגן א דיעה צו וועלכע זמנים איך מוז מיך האלטן. אויך. אויב איך האב עפעס א קאנסערוואטיוון ראביי וואס איך ווילל מכבד זיין מיט סידור קידושין וואס ס'איז א ספק אויב ער איז בקי בטיב גיטין וקידושין. אבער ער גייט א שיינע בוי-טיי מיט גלאנצעדיגע (ברוינע) שיך. וועט דער מרא דאתרא קענען מיך צוריקהאלטן פון עס טון.
יעצט צוריק צו קרית יואל והגלילות. איך מיין אז בלומינג גראוו איז א סאטמאר'ע שטעטל. געגרינדעט דורך סאטמאר'ע חסידים. וואס אלע סאטמאר'ע תלמידים וחסידים האלטן דעם זמן מוצש"ק ר"ת. אויך. ס'איז סמוך ונראה צו קר"י. קען נישט קומען א צווייטע גרופ פון לאמיר זאגן וויזשניצער חסידים וועלכע האבן אן אנדער'ן, פריער'דיגן זמן מוצ"ש. און איינפיהרן דעם נייעם זמן. אפילו נאר פאר זייערע חסידים.
אפילו ווען ס'וואלטן געווען נאך פראקציעס פון אנדערע חסידים. לאמיר זאג בעלזא און סאדיגור. וועלכע האבן אן אנדער'ן זמן. מוזן זיי זיך צושטעללן צו דעם אפיציעללן, שטאטישן זמן. וואס אין דעם פאל איז עס ר"ת .איינגעפיהרט דורך דעם מייסד הקריה וגלילותיה...! ר' אהרן האט נישט געמאכט די תקנות פון זמן ר"ת. ער איז נאר א נאכפאלגער פונ'ם מייסד הקריה...!
אויב א וויזשניצער חסיד וועלכער האט שוין געדאוונט מעריב און געמאכט הבדלה וועט אנצינדן זיין (געפילטערטן) סמארט פאון ביי זיך אינדערהיים, וועלל איך (בלי"נ) גיין רעדן צו מהר"א אז ער זאלל נישט שיקן די וועד משמרת הצניעות והשבת צו איהם...!
די חזר'סט איבער דער זעלבער דעמאגאגיע.
ווער זאגט ביסט גערעכט.
פארוואס דארף א איד וואס איז א שומר תורה ומצוות האלטען דער סאטמערע זמן?
א גוי דארף אויך האלטען דער סאטמערע זמן?
ער האט עס נישט מקבל געוועהן, און געגאנגען ווייטער.
מנהג המקום?
אפשר דארף דער וויזניצער שרייען פוי אויף ר' זלמן לייב אלץ מנהג המקום? אפשר דארף ער איינהאלטן די שלש שבועות אויך?
אישתישבי: ווען דו האסט מיך באשולדיגט אין דעמאגאגיע האביך מיך א ביסל דערשראקן. אבער לאמיר באטראכטן דעם מצב מיט א ביסל רואיגקייט.
שמירת (און חילול) שבת איז א זאך איבער וואס דאס גאנצע אידישקייט דרייט זיך. שטעל דיר פאר ווען א איד וואס וואוינט אין קרית יואל וועט זאגן 3 אזייגער נאכמיטאג אום שב"ק. לויט די שיטה פון מיין ..."ראביי"... איז שוין מוצאי שבת. איך גיי פארן מיט מיין קאר. וועט מען איהם פארשטיינערן. משא"כ ווען דער זעלבער מענטש וואוינט אין , לאמיר זאגן, בארא פארק. און ער פארט 3 אזייגער אום שבת קודש מיט זיין קאר וועט איהם קיינער גארנישט זאגן. דאס איז דער יסודות'דיגער חילוק פון וואוינען אין אן אינטערנאציאנאלע שטאט און וואוינען אין א שטאט (אדער געגנט) וועלכע איז נתייסד געווארן דורך א געוויסע גרופ. און זיי האבן א זמן ווען ס'ווערט שבת און ווען ס'ווערט מוצאי שבת. קען נישט קומען די נייע גרופ און מאכן א נייעם, פריער'דיגן זמן. ווייל צו היטן שבת איז א בפרהסיא'דיגע זאך. און אויב איך בין אנדערש. איך ווילל יא פארן מיט א קאר אדער רייכערן א ציגארעטל ווען ביי יענע גרופ (די אריגינאלע תושבים. די מייסדים.) איז נאך שבת. הייסט דאס חילול שבת. און זיי קענען מיך שטערן דאס צו טון...!
פארשטייצעך אז דאס מיינט נישט אז די לאקאלע קהילה און זייער מרא דאתרא קענען מיר זאגן אויף א יעדע זאך וואס צו טון. אבער ביי שבת און נאך עטליכע יסודות'דיגע זאכן וואס קען האבן אן עפעקט אויף דעם גאנצן ציבור, מוז איך מיך בייגן לטובת הרבים...!
לאמיר פרובירן מסדר זיין וואס די זאגסט,
א. א היתר פין א ראביי צו פארן אין שבת קודש וועט מען פארשטיינערען. (עס איז משמע אז די האלטסט עס איז ריכטיג).
ב. מיט דער תנאי אז עס געשעהט אין קרית יואל, אין בארא פארק קען מיר קיינער נישט זאגן גארנישט.
ג. נאר אויף עטליכע יסודות'דיגע זאכען, שבת און ??? מוז מען זיך בייגן לטובת הרבים.
עד כאן דבריך הגדושים.
א. זייט בית דין איז נישט דן קיין דיני נפשות, פארשטיינערט מען נישט. אבער אפילו חובת מחאה, כל זמן איינער האט נישט דער כוונה צו מחלל זיין שבת איז נישטא קיין חובת מחאה. בפרט ווען מען רעדט וועגן זמנים וואס איז דער מחלוקת איז שוין טויזענט יאר אלט, און די מנהגים האבן זיך ביי דעם אייביג געטוישט. דער בעל התניא האט געמעגט טוישען דער זמן אויף גאונים? איז עס גענוג ראיה אז דער זאך איז נישט בכלל חובת מחאה כלל. און איז בכלל נישט דומה צו איינער וואס דרייווט א קאר אין שבת מיט א היתר פין קאנסערוואטיוו.
און אפילו דעמאלטס, א איד וואס איז קאנסערוואטיוו מאכט נישט קיין סענס מוחה צו זיין ווען ער טוט עפעס וואס קאנסערוואטיווע רבנים זענען מתיר, הגם אין דער פרט פארשטיי איך טאמער איינער האלט פארקערט.
ב. נאר אין קרית יואל דארף מען האלטען די תורה? ביסט שוגע געווארן?
ג. יסודות'דיגע זאכען דווקא? פארוואס? אלע מצוות זענען בכלל מחאה. נישטא קיין חילוק.
וועט ער מוחה זיין אויב קלויזענבורגער קומען צו קרית יואל און טוט א מלאכה נאך די שקיעה?
עס איז א דבר ידוע אז ר' יואל פין סאטמאר איז געפארען מיט זיין קאר אין ירושלים גענוג שפעט אז מען האט אים פארשטיינערט די קאר, זאל זיין נעפיו נישט האקען אין טשייניק.
אישתישבי: איך קען דיר ענטפערן אויף א יעדע נקודה וואס דו האסט דא ארויסגעברענגט. נאר איך האב פשוט נישט קיין נערוון דערצו לעת עתה. (לעסאטעה).
אבער נישט דאס איז געווען די כוונה מיט אויפמאכן דעם אשכול. אז ס'זאלל זיך דערקייקלען צו רינגס און ארום פוסטע דיסקוסיעס פון זה אומר בכה. וזה אומר בכה. אזוי ווי דער אנדערער אשכול. מיין כונה איז געווען. און איז נאכאלץ. אז מענטשן וועלכע האבן ידיעות סיי לינקס אדער קאפיעס פון ספרים און שמועסן וואו רבנים האבן דן געווען איבער דעם מציאות פון גלילות פון א געגנט.
וואס ס'איז נוגע פאר אונז אין א פראקטישן וועג איז אויב ר' אהרן ובית דינו האבן א רעכט צו זאגן פאר א צווייטע קהילה/חסידות אין א שכינות'דיגן שטעטל וועלכע זמנים לשבת און מוצאי שבת זיי זאללן האלטן...!
Re: ..."גלילות"...!
אישתישבי עס איז א דבר ידוע אז ר' יואל פין סאטמאר איז געפארען מיט זיין קאר אין ירושלים גענוג שפעט אז מען האט אים פארשטיינערט די קאר
און גענוג פרי מ'זאל נאך מעגן ווארפן שטיינער..
ערענסט גערעדט דאכצעך גייט די סיפור אפיציעל אז ער איז געפארן נאכן ירושלים'ער זמן וואס איז 40 מינוט פארן שקיעה
היינטיגע צייטן האט יעדע קהילה פאר זיך אן הלכה פון א שטאט. היות זיי האבן אייגענע רבנים ישיבות סערוויסעס וכדו׳ איז דאס ממש ווי א שטאט פאר זיך. דערפאר אז איינער קומט דאווענען אין סאטמער ביהמ״ד אין טיט א מלכה ביים וויזניצער זמן, איז דאס א פירצה. די זעלבע פארקערט. אויב וועט א סאטמערער טין א מלכה אין וויזניצער ביהמ״ד ערב שבת ווען אין ויז’ניץ דאווענט מען שוין, איז דאס אויך א פירצה. אבער וואס מענטשען טיען אין די גאס אין די יונייטעד סטעיטס אף אמעריקע איז קיינעמס ביזנעס. בפרט ווען זיי טיען 100 % וויאזוי זייערע רבנים האלטן. חוץ פון דעם וואס די אלע ר״ת האלטערס בלאנגען סיי וויי אין שול דעמאלטס. סא איז דאס זיכער נישט זייער ביזנעס וואס אנדערע אידן טיען אויף פאבליק סטריטס.
berlbalagulehשמעון וואלףיש"כ ר' בערל פאר עפענען די אשכול. איך האף אז איצט איז שוין קלאר די אלע זייטיגע זאכן און מ'קען אנהייבן דיסקוסירן די חלק הלכה.
נאר אביסול קריטיק.
ס'קוקט אויס אז די האסט אנגענומען פאר א פשטות אז א רב פון א שטאט קען איינטיילן פאר איינוואינער פון גלילות וויאזוי זיך צו פירן, דיין שאלה איז נאר ווי ווייט די גלילות מיט זיך. אבער הא גופא דארף מען קודם מברר זיין. מהיכי תיתי א רב קען אריינרעדן אפילו א גאס אוועק פון ווי מ'האט אים אויפגענומען?
איך מיין אז לתועלת הענין לאמיר אוועקפירן די שמועס פון קרית יואל און מ'עמיר ניצן נייטרא אלץ עקזעמפל. איינער וויל זיך אריבערציען קיין מאונט קיסקא און וויל וויסן טאמער ער וועט אויטאמאטיש זיין אינטער געווארפן אינטער נייטרא רב. וואס איז די הלכה?
שמעון וואלף: ייש"כ. ווען איך וועלל (אי"ה) .(כ'ווייס נישט אין דעם גילגול אדער אין נעקסטן) מאוון קיין נייטרא. וועלל איך מיך מוזן אונטערוווארפן צו די זמנים פון ערב שב"ק ומוצש"ק וואס דער לאקאלער מרא דאתרא און די קהילה וועללן באשליסן.
זיכער. דער רב וועט מיר (האפנטליך) נישט זאגן קיין דיעות וועלכע מצה מעהל איך זאלל ניצן אין די קניידלעך. אבער ער וועט און קען מיר יא זאגן א דיעה צו וועלכע זמנים איך מוז מיך האלטן. אויך. אויב איך האב עפעס א קאנסערוואטיוון ראביי וואס איך ווילל מכבד זיין מיט סידור קידושין וואס ס'איז א ספק אויב ער איז בקי בטיב גיטין וקידושין. אבער ער גייט א שיינע בוי-טיי מיט גלאנצעדיגע (ברוינע) שיך. וועט דער מרא דאתרא קענען מיך צוריקהאלטן פון עס טון.
יעצט צוריק צו קרית יואל והגלילות. איך מיין אז בלומינג גראוו איז א סאטמאר'ע שטעטל. געגרינדעט דורך סאטמאר'ע חסידים. וואס אלע סאטמאר'ע תלמידים וחסידים האלטן דעם זמן מוצש"ק ר"ת. אויך. ס'איז סמוך ונראה צו קר"י. קען נישט קומען א צווייטע גרופ פון לאמיר זאגן וויזשניצער חסידים וועלכע האבן אן אנדער'ן, פריער'דיגן זמן מוצ"ש. און איינפיהרן דעם נייעם זמן. אפילו נאר פאר זייערע חסידים.
אפילו ווען ס'וואלטן געווען נאך פראקציעס פון אנדערע חסידים. לאמיר זאג בעלזא און סאדיגור. וועלכע האבן אן אנדער'ן זמן. מוזן זיי זיך צושטעללן צו דעם אפיציעללן, שטאטישן זמן. וואס אין דעם פאל איז עס ר"ת .איינגעפיהרט דורך דעם מייסד הקריה וגלילותיה...! ר' אהרן האט נישט געמאכט די תקנות פון זמן ר"ת. ער איז נאר א נאכפאלגער פונ'ם מייסד הקריה...!
אויב א וויזשניצער חסיד וועלכער האט שוין געדאוונט מעריב און געמאכט הבדלה וועט אנצינדן זיין (געפילטערטן) סמארט פאון ביי זיך אינדערהיים, וועלל איך (בלי"נ) גיין רעדן צו מהר"א אז ער זאלל נישט שיקן די וועד משמרת הצניעות והשבת צו איהם...!
אקעי, מעיק אפ יור מיינד, וועגן וואס ווילסטי רעדן דא? האסט אנגעהויבן אז די ווילסט טרעפן מקורות אין הלכה בנוגע גלילות. געגאנגן!
שאלה א' - קען א רב אדער א קהילה איינטיילן פאר איינער וואס וואינט אויסער די שטאט אפילו א גאס אוועק?
שאלה ב' - א"ל אז יא, ביז ווי ווייט אוועק פון די עקזעסטירענדע קהילה איז מען אינטערגעווארפן אדער דארף מען זיך רעכענען מיט די עקזעסטירענדע קהילה / רב?
שאלה ג' - א געגענט וואס האט עטליכע קהילות און אויף געוויסע זאכן פירן זיך אלע די זעלבע חומרא, מעג קומען איינער אין זיך פירן אנדערש?
שאלה ד' - את"ל אז שאלה ב' איז אסור, וואס וועט זיין ווען ס'קומט א נייע קהילה מיט אן אייגענע שול, מעגן זיי זיך פירן אנדערש?
שמעון וואלף: אט דאס איז געווען מיין כונה תחילה. צו ברענגען (איך און אנדערע) הלכה'דיגע און היסטארישע פרעצעדענטן וואו מ'האט דן געווען איבער דעם כח פון א מרא דאתרא און א קהילה אין דעם גלילות פון זיין שטאט. נאר אויב איינער (אדער מערערע) זענען זיך מתוכח איבער געוויסע פרטים. און זיי זאגן ארויס זייער מיינונג קען איך דאס נישט איגנארירן און איך מוז ענטפערן כיד ה' הטובה עלי.
נאכדעם איז דא א פונדאמענטאלער (יסודות'דיג'ער) חילוק פון א שטאט וואו ס'איז נישט דא קיין אפיציעלער מרא דאתרא. אזוי ווי רוב שטעט אין אמעריקע . אויסער קר"י און שיכון סקווירא. אויף די 2 איז נישט קיין שאלה אויב דער מרא דאתרא האט א כח צו זאגן פאר ..."אלע"... איינוואוינערס וועלכע זמנים פון שבת און מוצאי שבת זיי זאללן האלטן. די אקטועלע שאלה איז נאר אויף די גלילות. אויך וואספארא מין שטאט דאס איז. אן אינטערנאציאנאלע (נייטראלע) שטאט אדער א שטאט וואו די מייסדים געהערן צו איין גרופ און זענען פאראייניגט איבער געוויסע זאכן.למשל. אויב בלומינג גראוו וואלט געווען אזא שטאט ווי מאנסי אדער לעיקוואוד (וואו איעדער ..."מאכט שבת פאר זיך"...) וואלט נישט געווען קיין שום שאלה אז ר' אהרן אדער רז"ל האבן נישט קיין שום כח צו זאגן דיעות פאר סיי וועלכע גרופ וועלכע זמנים פון שבת צו האלטן. משא"כ בלומינג גראוו איז אפיציעל א סאטמאר'ע שטעטל און ..."אלע"...איינוואוינערס האלטן פון זמן ר"ת מוצאי שבת, קען נישט קומען א צווייטע גרופ און האלטן א פריער'דיגן זמן...!
berlbalagulehשמעון וואלף: אט דאס איז געווען מיין כונה תחילה. צו ברענגען (איך און אנדערע) הלכה'דיגע און היסטארישע פרעצעדענטן וואו מ'האט דן געווען איבער דעם כח פון א מרא דאתרא און א קהילה אין דעם גלילות פון זיין שטאט. נאר אויב איינער (אדער מערערע) זענען זיך מתוכח איבער געוויסע פרטים. און זיי זאגן ארויס זייער מיינונג קען איך דאס נישט איגנארירן און איך מוז ענטפערן כיד ה' הטובה עלי.
נאכדעם איז דא א פונדאמענטאלער (יסודות'דיג'ער) חילוק פון א שטאט וואו ס'איז נישט דא קיין אפיציעלער מרא דאתרא. אזוי ווי רוב שטעט אין אמעריקע . אויסער קר"י און שיכון סקווירא. אויף די 2 איז נישט קיין שאלה אויב דער מרא דאתרא האט א כח צו זאגן פאר ..."אלע"... איינוואוינערס וועלכע זמנים פון שבת און מוצאי שבת זיי זאללן האלטן. די אקטועלע שאלה איז נאר אויף די גלילות. אויך וואספארא מין שטאט דאס איז. אן אינטערנאציאנאלע (נייטראלע) שטאט אדער א שטאט וואו די מייסדים געהערן צו איין גרופ און זענען פאראייניגט איבער געוויסע זאכן.למשל. אויב בלומינג גראוו וואלט געווען אזא שטאט ווי מאנסי אדער לעיקוואוד (וואו איעדער ..."מאכט שבת פאר זיך"...) וואלט נישט געווען קיין שום שאלה אז ר' אהרן אדער רז"ל האבן נישט קיין שום כח צו זאגן דיעות פאר סיי וועלכע גרופ וועלכע זמנים פון שבת צו האלטן. משא"כ בלומינג גראוו איז "אפיציעל" א סאטמאר'ע שטעטל און ..."אלע"...איינוואוינערס האלטן פון זמן ר"ת מוצאי שבת, קען נישט קומען א צווייטע גרופ און האלטן א פריער'דיגן זמן...!
לויט דיין טענה אז מ'פירט זיך אין א נייע שטאט לפי מנהגי המייסדים (את"ל - וואס הייסט יסוד? אז מענטשען מופן אריין? האט מען מייסד געווען א קהילה? איז דא אייגענע שטאטישע שוחטים וכדו? איז א געגענט אין א "גרעסערע אלגעמיינע אמעריקאנער טאון אדער ווילעדזש" א שטאט כשלעצמו? קען וויזניץ אויך טענה'ען כ'האב מיין "אייגענע" געגענט?...) ווערט עס שוין אתרא דמר? ווערט ר"א ממלא מקום פון "אתרא" דמר? קען ער כופה זיין אלס "מרא דאתרא" ? איז ער בכלל בעל דברים דידי?
זאל ר"א זז"ג מוחל זיין אין לאזן די איינוואוינער זיך מסדר זיין צווישען זיך, חוץ אז די תובעים (איינער וויסט קלארערהייט ווער זיי זענען? האבן זיי תובע געווען מיט זייער נאמען במפורש? איז דא שייך א גדר זכין לאדם שלא בפניו? האבן זיי מקבל מרות געווען פונעם מר"ה דאתרא? זינגען אהבה רבה שבועות אדער געבן תיקון כ"ו אב הייסט א קבלה? זיך גיין בענטשן פאר די הייליגע טעג ביי א מעמבער ממשפחת ט"ב הייסט א קבלה?) צוזאמען מיט די נתבעים וועלען מקבל זיין א דרויסענדיגער דיין וואס האט "נישט" קיין נגיעות צו די נייע געגענט נישט צו דעם זייט און נישט צום צווייטען, אדער נאך בעסער, צו איינער וואס
האט א קאנסעס אדער האט געווינען די וויילען אין דעם נייעם געגענט, שטאט, אדער והגלילות...
אויש, כ'האב פארגעסען אז בלומינג גראוו איז
אפיציעל א סאטמאר'ע שטעטל...
תוהו ובוהואישתישבי עס איז א דבר ידוע אז ר' יואל פין סאטמאר איז געפארען מיט זיין קאר אין ירושלים גענוג שפעט אז מען האט אים פארשטיינערט די קאר
און גענוג פרי מ'זאל נאך מעגן ווארפן שטיינער..
ערענסט גערעדט דאכצעך גייט די סיפור אפיציעל אז ער איז געפארן נאכן ירושלים'ער זמן וואס איז 40 מינוט פארן שקיעה
פערציג מינוט פאר די שקיעה איז א סלאנימער מנהג? לעלוב? ראחמסטריווקא?
ס'איז שטאט'ס מנהג. פעריאד.
רעדענדיג פון אני אמלוך, איז די פאקט אז אין וויליאמסבורג, ווי אויך אין גלילות פון קרית יואל, שוין געווען ארטאדאקסישער קהילות לאנג פאר ניו יארק האט געוויסט בכלל וואס דאס איז סאטמאר.
חומרי המקום שהלך לשם...
וואלווי
רעדענדיג פון אני אמלוך, איז די פאקט אז אין וויליאמסבורג, ווי אויך אין גלילות פון קרית יואל, שוין געווען ארטאדאקסישער קהילות לאנג פאר ניו יארק האט געוויסט בכלל וואס דאס איז סאטמאר.
וועלעכע ארטאדאקסישע קהילות זענן דארט געווען? (נישט מאדערן ארטאדאקס)
און פארוואס האט דער הייליגער תורת מרדכי זצ"ל געזאגט אז סאטמארער רב איז רב אין וומסב"ג לגבי די איסור עירוב (אבער נישט לגבי ר"ת)?
חומרי המקום שהלך לשם...
א חסיד פון ווילנאוואלווי

אפילו מאדערן ארטאדאקס איז 100% ארטאדאקסיש. זיי זענען שומרי תורה ומצוות.
ברענגסט א ראי' פון וויזניצער רבי זצ"ל? דעמאָלט ברענג זיין שיטה בנוגע סאטמארער רב ביי זמנים אויך, האסט עס טאקע געברענגט ואין היקש למחצה
berlbalagulehמאנימיינדעד: איך וועל דיר געבן איין תשובה צו דיינע 2 תגובות. איך וואוין נישט אין קרית יואל האביך נישט אלייינס געזעהן די מציאות, סיי פון די וויזשניצער יונגעלייט און סיי פון די ליטווישע משפחות וועלכע וואוינען אין קרית יואל.
דער פאקט אז ר' אהרן האט גארנישט רעאגירט איבער די זמנים פון די ליטווישע משפחות איז גאנץ זיכער ווייל זיי זענען דיסקרעט. זיי מאכן נישט קיין רעש און טומל. און די זמנים וואס זיי האלטן און טוען מלאכות פריער ווי דער זמן ר"ת איז אלס יחידים.
משא"כ ווען ס'קומט א גרופ פון חסיד'ישע יונגעלייט און זיי האלטן אפיציעל א פריער'דיגן זמן האט ר' אהרן א רעכט מוחה צו זיין אקעגן דעם. ווייל ס'קען זיין א מצב וואס דאס וועט צושטערן דעם זמן ר"ת ביי די סאטמאר'ע יונגעלייט אויך...!
בקיצור, איך שטוין פון דיין תמימות'דיגע נאאיווקייט פון אזא אפען מיינדעד מענטש ווי דו, איך האלט נאנט די גלילות עפאכע זייער נאנט פון צד מהר"א, איך קען אסאך נישט שרייבן, אבער אזוי ווי פישער וכת דיליה האט קיין אהנונג וואס לידערשיפ מיינט, איז ער ווי געווענליך פארפארן מיטן גיין אין קאפ אין וואנט און געלעבט אין דענייעל פאר 5 יאר, יעצט נאכן זיך דערזען מיטן פאקט אין פנים וואס מענטשן וויינען צו אים אז דו פארלירסט און ווארפסט אוועק די פיוטשער פון די גלילות איז געקומען די אויסברויך שרייען קאזאק הנגזל, די זעלבע בחינה ווי בני ברק וכדומה.. דער גבאי פישער לעבט נישט מיט'ן מציאות וואס רופט זיך רעאליטי!
אין כאן לא ר"ת ולא חילול שבת, אלא שרייען לוזער פאר די גאס אז איך בין שפעט און געלאזט לויפן די גאנצע גלילות עפאכע 5 יאר , והא ראיה זיי זענען שוין דא א יאר, ער איז געקומען בעטן רשות פאר די ישיבה, וואס האסטו זיך יעצט דערמאנט?
Re: ..."גלילות"...!
berlbalagulehשמעון וואלף: אט דאס איז געווען מיין כונה תחילה. צו ברענגען (איך און אנדערע) הלכה'דיגע און היסטארישע פרעצעדענטן וואו מ'האט דן געווען איבער דעם כח פון א מרא דאתרא און א קהילה אין דעם גלילות פון זיין שטאט. נאר אויב איינער (אדער מערערע) זענען זיך מתוכח איבער געוויסע פרטים. און זיי זאגן ארויס זייער מיינונג קען איך דאס נישט איגנארירן און איך מוז ענטפערן כיד ה' הטובה עלי.
נאכדעם איז דא א פונדאמענטאלער (יסודות'דיג'ער) חילוק פון א שטאט וואו ס'איז נישט דא קיין אפיציעלער מרא דאתרא. אזוי ווי רוב שטעט אין אמעריקע . אויסער קר"י און שיכון סקווירא. אויף די 2 איז נישט קיין שאלה אויב דער מרא דאתרא האט א כח צו זאגן פאר ..."אלע"... איינוואוינערס וועלכע זמנים פון שבת און מוצאי שבת זיי זאללן האלטן. די אקטועלע שאלה איז נאר אויף די גלילות. אויך וואספארא מין שטאט דאס איז. אן אינטערנאציאנאלע (נייטראלע) שטאט אדער א שטאט וואו די מייסדים געהערן צו איין גרופ און זענען פאראייניגט איבער געוויסע זאכן.למשל. אויב בלומינג גראוו וואלט געווען אזא שטאט ווי מאנסי אדער לעיקוואוד (וואו איעדער ..."מאכט שבת פאר זיך"...) וואלט נישט געווען קיין שום שאלה אז ר' אהרן אדער רז"ל האבן נישט קיין שום כח צו זאגן דיעות פאר סיי וועלכע גרופ וועלכע זמנים פון שבת צו האלטן. משא"כ בלומינג גראוו איז אפיציעל א סאטמאר'ע שטעטל און ..."אלע"...איינוואוינערס האלטן פון זמן ר"ת מוצאי שבת, קען נישט קומען א צווייטע גרופ און האלטן א פריער'דיגן זמן...!
די נייע שטעטל טשעסטער עקזיט 126 אויפן ניו יארק 17 איז אויך גלילות?
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
אויב וויל מען רעדן הלכות דאן איז דא א הערליכע ביאור פון הרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א איבער דעם ענין
ווי באקאנט איז הרב הנ"ל א מומחה עצום ווען עס קומט צו די נושא פון זמניםת ער האט ארויסגעגעבן עטליכע ספרים איבער די נושא פון שיטת הגאונים ור"ת.
📎 0EEF5908D8A70000A4300010-attachment-1-38014.jpeg.jpg
דא קענט איר אדורך לערנען די גאנצע תשובה.
<a class="postlink" href="https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=9693&st=&pgnum=551">https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=551</a>
וואלוויא חסיד פון ווילנאוואלווי
רעדענדיג פון אני אמלוך, איז די פאקט אז אין וויליאמסבורג, ווי אויך אין גלילות פון קרית יואל, שוין געווען ארטאדאקסישער קהילות לאנג פאר ניו יארק האט געוויסט בכלל וואס דאס איז סאטמאר.
וועלעכע ארטאדאקסישע קהילות זענן דארט געווען? (נישט מאדערן ארטאדאקס)
און פארוואס האט דער הייליגער תורת מרדכי זצ"ל געזאגט אז סאטמארער רב איז רב אין וומסב"ג לגבי די איסור עירוב (אבער נישט לגבי ר"ת)?
חומרי המקום שהלך לשם...
אפילו מאדערן ארטאדאקס איז 100% ארטאדאקסיש. זיי זענען שומרי תורה ומצוות.
ברענגסט א ראי' פון וויזניצער רבי זצ"ל? דעמאָלט ברענג זיין שיטה בנוגע סאטמארער רב ביי זמנים אויך, האסט עס טאקע געברענגט ואין היקש למחצה
תורה ודעת , צעהלים, סטולין, וויען. ועוד