☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א רייד צום אוהל - ג' תמוז

א רייד צום אוהל - ג' תמוז

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14682
בלאט: 1 2

[NAMELESS] » דינסטאג יולי 16, 2024 3:09 pm

· #568183
Re: א גוטע חבר שרייבט מיר אין אישי
מנחם מנדל #
[ציטאט אראפגענומען]
מקור?
שוק באשה ערוה

יין שרף » דינסטאג יולי 16, 2024 3:27 pm

· #568186
Re: א גוטע חבר שרייבט מיר אין אישי
[ציטאט אראפגענומען]
יעצט קוק אין אלע אנדערע אשכולות בענין זה מהו השוק.

[NAMELESS] » דינסטאג יולי 16, 2024 6:22 pm

· #568204
Re: א גוטע חבר שרייבט מיר אין אישי
יין שרף #
[ציטאט אראפגענומען]
יעצט קוק אין אלע אנדערע אשכולות בענין זה מהו השוק.
די מגן אברהם דוכט זיך נעמט אן די מיטעלסטע חלק פון די פיס הגם עס איז דא חולקים איז עס נישט קיין 'סאטמערע חומרא'

צוויי » מיטוואך אוגוסט 7, 2024 4:33 pm

· #569318
Re: א גוטע חבר שרייבט מיר אין אישי
בְּתוֹךְ עַמִּי #
איך קום יעצט פין די אהל הרבי אין קווינס...

אהא.... הייליג!!

א געפיל וואס מען קען נישט באשרייבן, קודש קדשים!! 🔥🔥

ווי נאר מען שפאצירט דארט אריין זעהט מען די אהבה זיך גיסן, עס גיסט זיך חיבוקים ווי וואסער נאך די הקפות,

אין איין ווינקל זיצט א עלטערע משפיע מיט א חבורה אין קאכט אריין אין א מאמר פינעם רבי'ן.

דארט זיצט א אינג בחור'ל אין דערציילט פאר א פארווארפענע נשמה מיט א קליין קאפל, סיפורים פינעם רבי'ן....
דא שטייט א אינגערמאן אין איז זיך מתבודד לאנגע מינוטן אין א תפילת מנחה...

עס הערשט דארט אזא ליכטיקייט!!

עס איז נישט דא די פארמאלער געפיל וואס אונז האבן, עס איז נישט קאט קלער, יעדער גייט מיט אנדערע שיך, דער מיט ווייסע סניקערס, די אנדערער מיט ברוינע.

אוי מיט יתן אבר כיונה.

די סארט אידישקייט רעדט צו מיר...

פארשטייצעך דארט איז נישטא די טאליבאנער צוגעלייגט געזעצן, פאר די נשים צדקניות, דארט קוקן די פרויען אויס ווי עס פאסט פאר א בת מלך, נישטא די בולעט פרוף שטרימפ...
ועוד משוגעתן, די צודרייטע הפרדה עקזעסטירט דארט אויכעט נישט די אהבה איז פורץ גבילים....

עניוועי שוין למעשה זעמיר דא צירוק אין בארא פארק אין די סיסטעם. ביי.
וועלכע סארטן קליידונג פאסט פאר א בת מלך?
קום אריין קלאר
בלאט: 1 2