☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » הילף אין קאווע שטיבל - פאר מתחילים!

הילף אין קאווע שטיבל - פאר מתחילים!

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14645
בלאט: 1 2

סעגאל » פרייטאג מאי 21, 2021 5:32 pm

· #473453
הילף אין קאווע שטיבל - פאר מתחילים!
איך בין נאך ניי דא אין קאווע שטיבל. איך קוק מיר אזוי ארום און איך זע אז דער עולם איז זייער באקוועם דא, עס זעט אויס ווי מען קומט זיך זייער גוט אויס.
אזויווי איך ווייס נישט אלעס, וויל איך אז דער עולם זאל מיר ארויסהעלפן. קען זיין עס איז שוין דא א אשכול אויף דעם, איך האב נישט געטראפן.
וזה החלי:

סעגאל » פרייטאג מאי 21, 2021 5:35 pm

· #473454
לינקען???
וויזוי מאכט מען א לינק צי א ספעציפישע תגובה?
ווען איך האב פראבירט האב איך נאר געטראפן די לינק פאר די גאנצע בלאט.

הוגה » פרייטאג מאי 21, 2021 5:45 pm

· #473455
אויף די אויבערשטע רעכטע צייט איז דא א בילד פון אן איינגעקנייטשטע קליינעם פאפיר (פארנט פון די ווארט 'דורך'), יענץ איז די לינק פון יענע תגובה.
📎 mwMWzX6b9ZTl.png

כרם זית » זונטאג מאי 23, 2021 1:06 am

· #473465
איך האב קיינמאל נישט געוויסט פון די פשוטע וועג (און איך בין שוין דא א שטיק צייט...). ווען איך האב געווילט לינקן א תגובה פלעג איך גיין ביי "זיך א הודעה פון די באניצער", און אויסוועלן די תגובה. יישר כח הוגה.

טאמבל סאס » זונטאג מאי 23, 2021 2:06 am

· #473474
וויאזוי סוירטשד מען פאר ווערטער וואס פארמאגן שטרעכעלעך?

שמעקעדיג » זונטאג מאי 23, 2021 5:30 pm

· #473546
טאמבל סאוס, ראנג אשכול. דאס איז נאר פאר מתחילים!
(נישט זיך טועה זיין מיט משכילים...)

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 24, 2021 5:53 am

· #473576
אה כ'האב געמיינט עס זאגט משכילים. אבער זאל שוין זיין מכסילים אבי זאל שוין איינער זאגן די ענטפער..

קהל'ס נער » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 7:29 pm

· #482616
מזל טוב, איך האב שוין געשריבען 50 תגובות, יא יא כ'בין א שר החמישים (פון די שערי קדושה אדער שערי טומאה?), אבעיה להו האט דער שר החמישים א איבעיה געפרעיגט, ווי אזוי באקום איך עקסעס צים מאחורי?

דערהויבענע איד » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 8:24 pm

· #482708
קהל'ס נער
מזל טוב, איך האב שוין געשריבען 50 תגובות, יא יא כ'בין א שר החמישים (פון די שערי קדושה אדער שערי טומאה?), אבעיה להו האט דער שר החמישים א איבעיה געפרעיגט, ווי אזוי באקום איך עקסעס צים מאחורי?

גא''מ

סעגאל » זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:58 pm

· #483004
אפיציעל דארף מען בעטן@סדרן אבער פין עקספיריענס ער איז זייער ביזי. ער קומט אריין אן עוורידש איינמאל אין דריי וואכן.

moody » זונטאג אקטאבער 10, 2021 11:00 pm

· #483005
איז שייך צו וויסן ווען איינער איז מגיב אויף מיין תגובה?

שמעון וואלף » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 12:23 am

· #483015
קהל'ס נער
מזל טוב, איך האב שוין געשריבען 50 תגובות, יא יא כ'בין א שר החמישים (פון די שערי קדושה אדער שערי טומאה?), אבעיה להו האט דער שר החמישים א איבעיה געפרעיגט, ווי אזוי באקום איך עקסעס צים מאחורי?

איך מיין לויט די תקנות דארף זיין 50 "זאכליכע" תגובות.

Nanach » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 4:57 am

· #483023
וויאזוי מאכט מען א לינק פון א אשכול?
נישט א viewtopic.... נאר אזא קוק דא לינק

סעגאל » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 9:30 am

· #483037
.

סעגאל » מאנטאג אקטאבער 11, 2021 9:34 am

· #483038
העכער די שרייב קעסטל קען מען דריקען url.
עס וועט ארויפקימען א קעסטל.
שרייב אריין די אמת'ע לינק.
דריק ok וועט ארויף קימען די קעסטל.
שרייב אריין וואס די ווילסט די ליינער זאל זען

תורה ודעת » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 4:50 am

· #484148
אפלאודען בילדער
קען מיר אינער מסביר זיין ביטע וויאזוי צי אפלאודען בילדער פון מייו stroage צי א תגובה ?

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 7:07 am

· #484151
זעה דא:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/60372">viewtopic.php?p=60372#p60372</a><!-- l -->

בכלל איז רעקאמענדירט אדורכצוליינען יענעם אשכול, ווי אנדערע מתחילים האבן שוין געפרעגט כמעט אלע סארט שאלות.

נפה » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 12:29 am

· #486276
פארוואס ווען בערל לייקט איז עס אין ענגליש מה שאין כן אנדערע📎 8282DD39-3D1E-4631-8617-EC7F7CEE12CD.jpeg

פאליטיקאנט » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 12:55 am

· #486280
Re: הילף אין קאווע שטיבל! פאר מתחילים!!!
ווייל בערל'ס ניק איז אין ענגליש.

טאקע איינע פון די גרויסע פאראדאקסן דא אין שטיבל, א שרייבער וואס איז שטארק באהאווענט און פארנומען מיט'ן אידישן שפראך, אבער זיין ניק איז אין ענגליש.

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 7:01 am

· #486292
פאליטיקאנט
ווייל בערל'ס ניק איז אין ענגליש.

טאקע איינע פון די גרויסע פאראדאקסן דא אין שטיבל, א שרייבער וואס איז שטארק באהאווענט און פארנומען מיט'ן אידישן שפראך, אבער זיין ניק איז אין ענגליש.


האסט פארגעסן ער קען פראנסאזיש און ספאניש אויך?

נפה » זונטאג נאוועמבער 21, 2021 12:34 pm

· #486332
ווי אזוי לייגט מען א לינק וואס האט יודישע ווערטער ווי למשל ברכות דף ב א לינק פון וויקי טעקסט קומט אזוי אויס מה שאין כן א לינק מיט בלויה a b c און נומבערס ברכות דף ב גייט געהעריג

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 28, 2022 5:37 am

· #503157
איך גלייב נישט אז דאס בין איך דער ערשטער צו פרעגן צום ערשטן מאל אבער איז דא נאך א וועג ווי אזוי צו שרייבן אין ענגליש און טוישן צו די ענגלישע פארמאט, פון רעכטס און לינקס, חוץ עס איינוויקלן אין Code tag?

איך רעד נישט פון טוישן מיין גלאבאלע שפראך פון די סייט צו ענגליש, אין די באנוצער קאנטראל פאנעל.. איך וויל קענען סוויטשן פון אידיש צו ענגליש אין די זעלבע תגובה און נישט דארפן זארגן איבער די פול סטאָפּ ביים ענדע זאץ למשל.

אגב, איך זע אז די BBCode פריפארמאטעד ([pre][/pre] ) טעגס ארבעטן נישט.. אבער כ'בין נישט זיכער דאס וואלט עס געלעזט סייווי סיי?!

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 29, 2022 9:32 am

· #503248
ווען דו דרוקסט left העכערן קעסטל ווערט אלעס פון לינקס אויף רעכטס, זייער געאייגענט פאר ענגליש.

די פראבלעם איז נאר, ווי דו שרייבסט, אז די לעצטע פינטל אדער שטרעכל אין א פאראגראף בלייבט אויף די ראנג זייט, אבער חוץ מזה איז עס גוט.

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 30, 2022 8:43 am

· #503305
דאס ווייס איך. אבער ס'איז בשעתן שרייבן ווען סאיז א ריעל פעין. ספעציעל ווען סאיז ענגליש געמישט מיט אידיש.
כוואונדער מיך ווי שווער סוואלט געווען צומאכן א קאסטום טעג פארדעם.

איך הער.. » מיטוואך יולי 5, 2023 4:28 pm

· #530571
Re: הילף אין קאווע שטיבל! פאר מתחילים!!!
סעגאל
העכער די שרייב קעסטל קען מען דריקען url.
עס וועט ארויפקימען א קעסטל.
שרייב אריין די אמת'ע לינק.
דריק ok וועט ארויף קימען די קעסטל.
שרייב אריין וואס די ווילסט די ליינער זאל זען
פארוואס ביי מיר קימט נאך אלס ארויף א גאנצע ליין מיט code ?

אלפא » מיטוואך יולי 5, 2023 4:43 pm

· #530580
וויאזוי עפענט מען א נייע אשכול?
קען מיר איינע ביטע אנצייגן אין פלעין אידיש?!

איז דא צוימונגען פאר נייערע מעמבערס אין דעם תחום?

איך הער.. » מיטוואך יולי 5, 2023 4:49 pm

· #530582
Re: הילף אין קאווע שטיבל! פאר מתחילים!!!
אלפא
וויאזוי עפענט מען א נייע אשכול?
קען מיר איינע ביטע אנצייגן אין פלעין אידיש?!

איז דא צוימונגען פאר נייערע מעמבערס אין דעם תחום?
יא, מ'דארף האבן א 25 הודעות פאר מ'קען עפענען א נייע אשכול.

אלפא » מיטוואך יולי 5, 2023 5:09 pm

· #530591
יישר כח!

כאטש נאך א תגובה... 🙂

נחבא » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 1:59 pm

· #532885
וויאזוי טעגט מען א ניק?
@נחבא

אלפא » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 2:10 pm

· #532886
וואס מיינט בכלל 'טעגן'?

נחבא » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 7:08 pm

· #532894
אלפא
וואס מיינט בכלל 'טעגן'?
כרם זית
@berlbalaguleh @איך ווייס נישט אלעס ממילא אפשר קענסטו מרחיב זיין אויף דיין באשולדיגונג אז טייל בריוו'ן אין איגרת מהרי''ט זענען פאלטש?
דאס

שעפטאל » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 9:13 pm

· #532911
1. מ'שרייבט דעם ניק נאמען (פינקטלעך ווי אזוי ער שרייבט עס, למשל ביי הרב בתוך עמי דארף מען צולייגן נקודות. מ'קען אויך מאכן קאפי פעיסט..)

2. סעלעקט עס (אז ס'ווערט בלוי)

3. דריקט דעם tag קנעפל (מקומו: גלייך העכער דעם קעסטל אין וואס מ'שרייבט אויף די לינקע זייט.)

(4. ווען מ'דריקט "אויסקוק פון פאראויס" קען מען זעהן אויב ס'איז בלוי. אויב נישט, קוק איבער דעם ניק נאמען און טוה עס איבער)

טעגט'ס און האט'ס הנאה...

נחבא » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 9:41 pm

· #532914
@נחבא
טעסטינג

אלפא » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 6:25 pm

· #533666
איז דא א מפתח, אדער אן אשכול, וואו מ'קען זען אדער אנפרעגן איבער וועלכע ארטיקלען/אשכולות/נושאים עס זענען שוין דא דורכגעטון געווארן, און וואו?

איך בין נייגעריג צו ליינען אדער שמועסן איבער געוויסע נושאים דא אין שטיבל, קיין נערוון דורכצוליינען אלע אלטע פארומען האב איך נישט אייביג, ברויך מען דאך אזא פלאטפארמע צו מברר זיין ביי די מבינים און אלט-געזעסענע - אזוי בדרך שאלה ותשובה - אויב די ספעציפישע סוביעקט איז שוין צוקייט געווארן ערגעץ אין שטעטל...

אלס קריינא דאיגרתא פרעג איך אויב אזא אשכול עקזיסטירט שוין. טאמער נישט קען איך גיין פתיחה דערויף, און באזעטיגן מיין הונגער איבער אינטרעסאנטע סחורה.

וואלווי » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 6:32 pm

· #533667

אלפא » מיטוואך אוגוסט 16, 2023 6:41 pm

· #533669
געוואלדיג!

יישר כח.

אלפא » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 2:50 am

· #533712
ליין איך מיר אזוי איין אשכול נאכן צווייטן, בלאט נאך בלאט תגובה נאך תגובה. א גאלד גרוב ליגט מיר דא אונטערן אויוון, מ'דארף נאר האבן די קאפ, מח, און אסאך צייט דאס דורכצושווימען!

ווי איך סטראגל איז מיטן (לכאו' באקאנטע) דילעמע ווען איך באגעגן א לינק צו א צווייטן אשכול, זאל איך עס קליקן? נאר אויף צו שמעקן וואס דארט שטייט און פארשטיין די קאנטעקסט. אדער זאל איך ווייטער ליינען, און האפענטליך איין טאג אנצוקומען צו יענעם אשכול פערזענליך? איי וואס וועט זיין מיטן קאנטעקסט פון דעם שמועס? פארפאלן! מ'קען דאך נישט אריינפאלן אינעם ענדלאזן קייט פון לינק גוררת לינק - אם השמאל ואשמאילה..

ערענסט גערעדט וואס ראט דער עולם, איז בעסער איינצוהאלטן די נייגער און גיין אויף א סדר (-וועלכע?)
אדער זאל מען לינקען טאמער עס איז ציענד, און ריסקן די המשך פון דעם יעצטיגן אשכול?

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:04 am

· #533724
כ'בין שוין דא עטליכע יאר אבער כהאב מיך אלס געשעמט צו פרעגן, בבחינת איינעם וואס איך קען שוין לאנג אבער איך ווייס נישט זיין נאמען און איך שעם מיך צו פרעגן.
אבער לא הביישן למד איז נאדיר.
איז דא ערגעץ אין שטיבל ווי עס שטייט וואס די אלע סימבאלן מיינען?
איך ווייס נאר אז רויט מיינט נישט געליינט און ווייס מיינט יא געליינט.
📎 Screenshot_20230817_100014_Chrome.jpg

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 20, 2023 4:58 am

· #533877

מרדכי מרדכי » זונטאג אוגוסט 20, 2023 8:00 am

· #533879
ישר כח

אלפא » מיטוואך אוגוסט 30, 2023 7:59 pm

· #534920
קען מען טוישן די קעפל פון אן אשכול נאכן עס פאוסטן? וויאזוי?

קאצקער » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 7:33 pm

· #535057
איינער האט אפשר אן אנונג אויב ס'איז דא א קאווע שטיבל עפפ וואס ארבעט אויף א פליפ פאון?

תרמב » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 3:56 pm

· #535705
אלפא
קען מען טוישן די קעפל פון אן אשכול נאכן עס פאוסטן? וויאזוי?
איך ווייס נישט צו עס איז דיר נאך נוגע

אבער מ'דארף צו קענען טוישן, ווען דו דרוקסט די קנעפל רעדאגיר קענסטו רעדאגירן די גאנצע תגובה אריינגערעכנט די קעפל

לעפטאפ » מאנטאג פעברואר 5, 2024 9:56 am

· #548187
Re: הילף אין קאווע שטיבל - פאר מתחילים!
בין איך א מתחיל דא אויפן שטיבל, וואלט כ'געוואלט וויסן וויאזוי מ'לייגט ארויף א פראפייל?

סקעפטיקער » מאנטאג פעברואר 5, 2024 1:09 pm

· #548212
Re: הילף אין קאווע שטיבל - פאר מתחילים!
לעפטאפ #
בין איך א מתחיל דא אויפן שטיבל, וואלט כ'געוואלט וויסן וויאזוי מ'לייגט ארויף א פראפייל?

http://kaveshtiebel.com/ucp.php?i=173

לעפטאפ » מאנטאג פעברואר 5, 2024 1:39 pm

· #548218
Re: הילף אין קאווע שטיבל - פאר מתחילים!
סקעפטיקער #
געזען די לינק, אבער כ'בין נאכנישט זעכער וויאזוי מ'קען עדדען א פיקטשער, פליז געב אביסל מער דיטעילס

ברוך שפינוזה » זונטאג מערץ 10, 2024 10:49 pm

· #554210
ווי סיינט מען זיך ארויס פון אן אשכול? ס'דא א צאל אשכולות אין וואס איך האב קאממענטירט איין מאל און ס'האט זייט דעמאלטס גענומען אן אנדערן ריכטונג און ס'אינטערעסירט מיר שוין נישט אבער איך באקום נאכאלץ די מעלדונגען אז פלוני בן פלוני האט קאממענטירט אין אשכול פלוני (איך מיין טאקע די פלעטבוש גירל גט אשכול וואס ווי ס'זעהט אויס גייט עס איבערוואקסן די וועבערמאן אשכול בקרוב), העלפ עניבאדי?

סקעפטיקער » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:15 am

· #554246
Re: הילף אין קאווע שטיבל - פאר מתחילים!
ביים עראו נעבן דעם צווענגל (אויבן אדער אונטן פון די פעידזש)

דיכטער » מאנטאג מערץ 11, 2024 10:33 am

· #554334
Re: הילף אין קאווע שטיבל - פאר מתחילים!
איין וועג. גיי צו:
1 באניצער'ס קאנטראל פאנעל (נעבן דעם אוואטאר)
2 איבערזיכט
3 קאנטראלירט סובסקריפשענס
4 צייכן אן וועלכע דו ווילסט אוועקנעמען
5 גיי ביז אונטן פונעם בלאט
6 דרוק אויף "הפסק לעקוב אחר מסומנים"
Done

נאך א וועג:
אויבן פונעם אשכול וואס דו ווילסט אַנסובסקרייבן, קליק אויף דעם צייכן: 📎 Screenshot 2024-03-11 142739.png אנטשעק דער אפציע: "אנוליר אייער אבנאנס צו דעם אשכול". די ווערטער מיינען אין אידיש: אַנסובסקרייב פון דעם אשכול.
Done

כספי » מאנטאג מערץ 18, 2024 7:25 am

· #555287
Re: הילף אין קאווע שטיבל - פאר מתחילים!
וואו קען מען אנשטעלן, אז יעדע אשכול וואס איך בין מגיב, זאל איך אויטאמאטיש ווערן סוסקרייבד
ייש"כ
בלאט: 1 2