תרמבער האט שוין געוויסט אז ער גייט ווערן גדול הדור? ער האט דאך נאך נישט געוויסט, וואס האסטו טענות?
נו, אפילו ער האט נישט געוואוסט דאמאלס. אבער אזוי צו רעדן צו א בחור וואס האט דיר גארנישט געטון...! און אין קעמפ איז כמעט א יעדן טאג געווען קולות וברקים און געשרייען. ס'איז שיער געפלויגן פעטש. ער האט א יעדן טאג אויסגעטראכט עפעס א מעשה רישעות צו פייניגן די עלטערע בחורים. ער האט אויך געטון אנדערע מעשי רישעות וואס האט אפעקטעד אלע בחורים פון קעמפ. עד כדי כך אז די בחורים האבן ארגאניזירט א באס וואס זאלל אהיימפיהרן די בחורים פון קעמפ. אויב ער וועט זיך נישט בייגן.
ומעשה שהיה כך היה. די ברויט דעליווערי האט געשפעטיגט. ער האט נאר געהאט א ביסל ברויט. וואס ער האט אוועקגעלייגט פאר די משפחות וואס האבן דארט געדינגען א באנגעלוי. שטאטס ער זאלל אויסזאגן דעם אמת. אז די ברויט איז נישט געווארן דעליווערט האט ער אויסגעטראכט א מעשה אז מ'געט נישט קיין לאנטש ווייל די שטיבער/באנקס זענען שמוציג. ער האט געהייסן אלע בחורים גיין און אויפקלינען די רומס. די בחורים דארט אין קאשוי זענען נישט געווען קיין בטלנים. האבן זיי ארגאניזירט 2 באסעס פון די ..."רעד ענד טען"... באס קאמפאני. זיי זענען ארומגעגאנגען פרעגן ביי אלע בחורים אויב זיי זענען מסכים אהיימצופארן אויב מ'וועט נישט געבן קיין לאנטש. אויך מיר האבן זיי געפרעגט. איך האב געזאגט אז איך בין מסכים...! זענען זיי געגאנגען רעדן צו דעם חיה אליעזר חיים. אויך האבן זיי אריינגעלייגט א צעטל אין די גמרא פון רעבי'ן. מיט די חתימות פון אלע בחורים וואס זענען מסכים אהיימצופארן...!
ערשט שפעטער. בערך ארום 5 אזייגער נאכמיטאג איז אנגעקומען די ווען מיט די ברויט דעליווערי. דאמאלס איז שוין געווען צייט פאר סאפפער...!
אונז פון אונזער זייט וגם אני בתוכם זענען נישט צוריקגעגאנגען לערנען. נאר אונז האבן ארומגעווילדעוועט. געקראכן אויף די ביימער און געריסן ווילדע עפל וואס זענען דארט געוואקסן. אונז האבן אויך אויפגעריסן פרידזשידעירס וואס זענען געווען פול מיט קאנטעינערס פון מילעך. רעזערווירט פאר ..."די משפחות".... מ'האטציך געלאזט וואוילגיין. א יעדער בחור האט גענומען א גאנצן קאנטעינער. א ביסל געטרונקען. און די איבעריגע אויסגעפאטשקעט.
סוכ"ס האט ער (דער חיה רעה) שוין ערלויבט מ'זאלל געבן צו עסן פאר די בחורים. נאר דאמאלס איז שוין געווען צו שפעט פאר לאנטש. האמיר כאטש געגעסן סאפפער מיט מער אפעטיט...!