שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
151 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14598
זעקעלמפיל קינדשרעקעדיג!!
טייל פון זיי זענען שוין נישט דא.
<a class="postlink" href="https://twitter.com/iairLevy/status/1388737693991976960?s=19">https://twitter.com/iairLevy/status/138 ... 76960?s=19</a>
פון די קליפ קוקט יא אויס ווי סאיז דא א געיט וואס בלאקט די ארויסגאנג
Sent from my iPhone using Tapatalk
אין דער קליפ ביי סעקונדע 27 זעהט מען א בחור שרייט איי.
דאס איז אפשר דער וואס איז אוועק?
בכלל איז אינטרעסאנט צו פארשטיין, ווען איז דאס? דאס איז ממש בשעת דער סטעמפיד לכאורה. עס זעהט אויס מען פראבירט צו מאכען עפעס פלאץ,
עס מוז זיין אז עס איז געוועהן געבלאקט, אנדרעש וואס וואלט געשעהן איז, אפאר מענטשן פאלען אראפ, און ווערען ל"ע צוטרויטען פון אנדערע, די אנדערע גייען ווייטער און גייען ארויס, דא זעהט מען אז דער מצב איז א גענצליכער אפשטעל, מען קען זיך נישט רירן.
פערציג גופים איז נישט לייכט אריבערצווואקן און זיך גיין ווייטער...
איבערהויפט ווען עס האלטן אין איין קומען נאך און די וואס פרובירן אויפצוהייבן/אוועקנעמען די גופים (אדער די וואס זענען אין די פארנט פון די שורה און זעען די בראך) דארפן אויכעט אפהאלטן די שטראם פון מענטשן.
אישתישביזעקעלמפיל קינדשרעקעדיג!!
טייל פון זיי זענען שוין נישט דא.
<a class="postlink" href="https://twitter.com/iairLevy/status/1388737693991976960?s=19">https://twitter.com/iairLevy/status/138 ... 76960?s=19</a>
פון די קליפ קוקט יא אויס ווי סאיז דא א געיט וואס בלאקט די ארויסגאנג
Sent from my iPhone using Tapatalk
אין דער קליפ ביי סעקונדע 27 זעהט מען א בחור שרייט איי.
דאס איז אפשר דער וואס איז אוועק?
בכלל איז אינטרעסאנט צו פארשטיין, ווען איז דאס? דאס איז ממש בשעת דער סטעמפיד לכאורה. עס זעהט אויס מען פראבירט צו מאכען עפעס פלאץ,
עס מוז זיין אז עס איז געוועהן געבלאקט, אנדרעש וואס וואלט געשעהן איז, אפאר מענטשן פאלען אראפ, און ווערען ל"ע צוטרויטען פון אנדערע, די אנדערע גייען ווייטער און גייען ארויס, דא זעהט מען אז דער מצב איז א גענצליכער אפשטעל, מען קען זיך נישט רירן.
דאס איז פאר די סטעמפיד!
מענטשן זענען געפאלן - ווי מען זעט דארט. פאליציי האט בלאקירט זיי אויפצוהייבן און בשעת מעשה אויפגעהאלטן אלע אנדערע מענטשן וואס שטייען דארט האלב טויט. דערנאך האט פאסירט די סטעמפיד וואס האט צוגעענדיגט דעם קריזיס.
אסאך וואס זענען אוועק שטייען נישט דארט אויף די סטעפס, נאר מער העכער אויף די רעמפ. אסאך זענען שוין אוועק נאך פאר מ'האט געעפנט. אזוי פארציילן די וואס זענען ארויס פון דארט.
די דעבאטע איז נאר וואס איז געווען נאך פריער, א געיט אדער סתם אפאר געפאלענע.
עמי און משפחה
📎 E0ju1gfXIAo10e4.jpg 📎 E0kOXpOXMAAkfm2.jpg
מפיל קינד
דאס איז פאר די סטעמפיד!
מענטשן זענען געפאלן - ווי מען זעט דארט. פאליציי האט בלאקירט זיי אויפצוהייבן און בשעת מעשה אויפגעהאלטן אלע אנדערע מענטשן וואס שטייען דארט האלב טויט. דערנאך האט פאסירט די סטעמפיד וואס האט צוגעענדיגט דעם קריזיס.
אסאך וואס זענען אוועק שטייען נישט דארט אויף די סטעפס, נאר מער העכער אויף די רעמפ. אסאך זענען שוין אוועק נאך פאר מ'האט געעפנט. אזוי פארציילן די וואס זענען ארויס פון דארט.
די דעבאטע איז נאר וואס איז געווען נאך פריער, א געיט אדער סתם אפאר געפאלענע.
רעב איד, ס'איז זייער שווער דיך צו לייענען. "פאליציי האט בלאקירט זיי אויפצוהייבן" דו קענסט מיר זאגן וואס דאס מיינט? וואס הייסט 'בלאקירט'? "נישט געלאזט"? פארוואס זוכסטו נוצן פענסי ווערטער ווען ס'איז נישט אין פלאץ? "אסאך וואס זענען אוועק שטייען נישט דארט אויף די סטעפס" וואס איז דאס 'אוועק' אוועק פון דער ארט? אוועק פון די וועלט?
בכלל עפעס שטימט גאר נישט מיט דיין סיפור. פארוואס האט דער מענטש וואס האט געכאפט די דאזיגע ווידיאו (ער שטייט דאך אין פארנט פון די קיו) נישט געקענט אויפכאפן ווען ס'איז נאך פארמאכט? פארוואס האט קיינער נישט אויפגעכאפט די דאזיגע מינוטן?? פארוואס זאל פאליציי נישט לאזן העלפן די געפאלענע אויפשטיין? דאס איז שוין א שטארקערע באשילדיגונג ווי סתם מאכן א טעות.
ל''ג בעומר מעוכין!
די גמרא זאגט אין מסכת פסחים, אז ביים מקריב זיין דעם קרבן פסח אין בית המקדש איז קיינער קיינמאל נישט צוטרעטן געווארן, אפגעזען פון דעם אז שווערע מיליאנען אידן זענען געווען אנוועזן אין די עזרה. אויסער איין מאל אין די טעג פון הלל, איז אן אַן אַלטיטשקן אידל צודרוקט געווארן, און מ'האט טאקע גערופן יענעם פסח: פסח מעוכין!
פארוואס טאקע איז קיינער נישט צודרוק געווארן?
האַרט בּיים טויער אינדרויסן פון די עזרה, זענען געשטאנען צוועלף לווים־סדרנים, זעקס קעגן זעקס, מיט לאַנגע זילבּערנע נאַגייקעס אין די הענט, און געבעטן דעם עולם זיך צו האַלטן "אין די ראַמען", און נישט צו שטופּן זיך און צו פאָׁלגן די אָׁנווייזונגען! ווי ס'שיינט האבן די לוים געמאכט א בעסערע ארבייט ווי די ציוניסטישע משטרה!
ל''ג בעומר תשפ''א וועט אנגערופן ווערן אויף גענעראציעס צו קומען ל''ג בעומר מעוכין.
די גאנצע טענעהריי דא צו ס'איז יא געווען א געיט צו נישט, איז נישט נוגע צו סאך...
אפילו אהן די געיט איז די מצב געווען ארויס פון קאנטראל אויף א שרעקליכע פארנעם.
איך בין דארט געווען!! און בעיני ראיתי די שוידערליכע טראגעדיע!!
אינגאנצען פופצען מינוט פארדעם בין איך געשטאנען אויף די רעמ"פ און זיך אנגערופן צו א חבר אז 'ס'איז שרעקליך! פאר יעדע מענטש וואס גייט ארויס, קומען אריין 50!'
כ'האב נישט געהאט קיין כח זיך צו שטיפען ביים הדלקה בכלל, בין איך ארויס צען מינוט פאר די טראגעדיע איז געשען...
אלס אן ער ראי' קען איך זאגן בפה מלא: ווען איך בין ארויס איז נישט געווען קיין שום געיט!!
אויב זעהט מען אויף די בילדער א געיט האבן זיי עס געלייגט און די צען מינוט פאר ס'געשען, איך בין א דורך די רעמפ און סטעפ'ס און ס'איז גארנישט געווען געבלאקט!
הכלל, איך קען נישט צו סאך שרייבן ווייל איך בין נאך אביסל טרומאטיזירט, אבער פטור בלי כלום אי אפשר.
אויפן קליפ זעהט מען מענטשן בעטן זיך נעמטס מיר אוועק פון דא וואס פונקטליך האט זיי אפגעהאלטן פון ג'יין אז נישט קיין געיט?
טאמבל סאסמפיל קינד
דאס איז פאר די סטעמפיד!
מענטשן זענען געפאלן - ווי מען זעט דארט. פאליציי האט בלאקירט זיי אויפצוהייבן און בשעת מעשה אויפגעהאלטן אלע אנדערע מענטשן וואס שטייען דארט האלב טויט. דערנאך האט פאסירט די סטעמפיד וואס האט צוגעענדיגט דעם קריזיס.
אסאך וואס זענען אוועק שטייען נישט דארט אויף די סטעפס, נאר מער העכער אויף די רעמפ. אסאך זענען שוין אוועק נאך פאר מ'האט געעפנט. אזוי פארציילן די וואס זענען ארויס פון דארט.
די דעבאטע איז נאר וואס איז געווען נאך פריער, א געיט אדער סתם אפאר געפאלענע.
רעב איד, ס'איז זייער שווער דיך צו לייענען. "פאליציי האט בלאקירט זיי אויפצוהייבן" דו קענסט מיר זאגן וואס דאס מיינט? וואס הייסט 'בלאקירט'? "נישט געלאזט"? פארוואס זוכסטו נוצן פענסי ווערטער ווען ס'איז נישט אין פלאץ? "אסאך וואס זענען אוועק שטייען נישט דארט אויף די סטעפס" וואס איז דאס 'אוועק' אוועק פון דער ארט? אוועק פון די וועלט?
בכלל עפעס שטימט גאר נישט מיט דיין סיפור. פארוואס האט דער מענטש וואס האט געכאפט די דאזיגע ווידיאו (ער שטייט דאך אין פארנט פון די קיו) נישט געקענט אויפכאפן ווען ס'איז נאך פארמאכט? פארוואס האט קיינער נישט אויפגעכאפט די דאזיגע מינוטן?? פארוואס זאל פאליציי נישט לאזן העלפן די געפאלענע אויפשטיין? דאס איז שוין א שטארקערע באשילדיגונג ווי סתם מאכן א טעות.
די פאליציי האט געבלאקט די וועג
כדי צו קענען אויפהייבן די געפאלענע.
אוועק מיינט געשטארבן. יא. סארי פארן שרייבן אידיש.
יעצט איז קלאר?
@טאמבל סאסRe: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
בעיני ראיתי. די פאליציי האט אנגעהאלטען כדי מענטשן זאלן נישט וואקען אויף די ג’יפאלענע אין הצלה אין משטרה זאל קענען ארויסציען מענטשן. דאס איז א וועג ווי אזוי מראווועט אנדערע.
רב בציונות הדתית תוקף: "במחנה החרדי יש תרבות דחיפות"
הרב עמיחי גורדין, מהמגזר הדתי-לאומי טוען כי מה שהרג את הקורבנות במירון הוא "התרבות" של החרדים: "בתוך המחנה החרדי יש תרבות של דחיפות באירועים המוניים" | בנוסף כתב כי עד שלא יפסקו בדחיפות צריך "להימנע מלהגיע לאירועים המוניים כאלו"
<a class="postlink" href="https://www.bhol.co.il/news/1215961">https://www.bhol.co.il/news/1215961</a>
די איזראעלישי בילדער אויסגאבעס
📎 WhatsApp Image 2021-05-05 at 8.06.43 AM.jpeg 📎 WhatsApp Image 2021-05-05 at 8.13.00 AM.jpeg
דער בלאט און דער איד
📎 WhatsApp Image 2021-05-05 at 6.58.33 AM.jpeg 📎 WhatsApp Image 2021-05-05 at 6.58.43 AM.jpeg 📎 WhatsApp Image 2021-05-05 at 6.56.17 AM.jpeg 📎 WhatsApp Image 2021-05-05 at 6.56.42 AM.jpeg
Hadasimרב בציונות הדתית תוקף: "במחנה החרדי יש תרבות דחיפות"
הרב עמיחי גורדין, מהמגזר הדתי-לאומי טוען כי מה שהרג את הקורבנות במירון הוא "התרבות" של החרדים: "בתוך המחנה החרדי יש תרבות של דחיפות באירועים המוניים" | בנוסף כתב כי עד שלא יפסקו בדחיפות צריך "להימנע מלהגיע לאירועים המוניים כאלו"
<a class="postlink" href="https://www.bhol.co.il/news/1215961">https://www.bhol.co.il/news/1215961</a>
די פסק הלכה פון הרב עמיחי גורדין איז אויך ביי בלעק פריידעי. אדער נאר ביי הדלקות אין רבישע טישען ?
דאכט זיך מיר אז מער מענטשן זענען שוין געשטארבן פון וווינען אין די שטחים ווי אין מירון.
גיב א שמייכעלדי גאנצע טענעהריי דא צו ס'איז יא געווען א געיט צו נישט, איז נישט נוגע צו סאך...
אפילו אהן די געיט איז די מצב געווען ארויס פון קאנטראל אויף א שרעקליכע פארנעם.
איך בין דארט געווען!! און בעיני ראיתי די שוידערליכע טראגעדיע!!
אינגאנצען פופצען מינוט פארדעם בין איך געשטאנען אויף די רעמ"פ און זיך אנגערופן צו א חבר אז 'ס'איז שרעקליך! פאר יעדע מענטש וואס גייט ארויס, קומען אריין 50!'
כ'האב נישט געהאט קיין כח זיך צו שטיפען ביים הדלקה בכלל, בין איך ארויס צען מינוט פאר די טראגעדיע איז געשען...
אלס אן ער ראי' קען איך זאגן בפה מלא: ווען איך בין ארויס איז נישט געווען קיין שום געיט!!
אויב זעהט מען אויף די בילדער א געיט האבן זיי עס געלייגט און די צען מינוט פאר ס'געשען, איך בין א דורך די רעמפ און סטעפ'ס און ס'איז גארנישט געווען געבלאקט!
הכלל, איך קען נישט צו סאך שרייבן ווייל איך בין נאך אביסל טרומאטיזירט, אבער פטור בלי כלום אי אפשר.
זאגסטו דאך יא אז צופיל מענטשן זענען אריין, און זיי האבן געוואלט נישט אריין לאזן מער מענטשן, און נישט געכאפט אונטען אז באלט קומט דער עולם ארויס, און פאר יעדער איינס אריין קומען ארויס פופציג.
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
סעגאלHadasimרב בציונות הדתית תוקף: "במחנה החרדי יש תרבות דחיפות"
הרב עמיחי גורדין, מהמגזר הדתי-לאומי טוען כי מה שהרג את הקורבנות במירון הוא "התרבות" של החרדים: "בתוך המחנה החרדי יש תרבות של דחיפות באירועים המוניים" | בנוסף כתב כי עד שלא יפסקו בדחיפות צריך "להימנע מלהגיע לאירועים המוניים כאלו"
<a class="postlink" href="https://www.bhol.co.il/news/1215961">https://www.bhol.co.il/news/1215961</a>
די פסק הלכה פון הרב עמיחי גורדין איז אויך ביי בלעק פריידעי. אדער נאר ביי הדלקות אין רבישע טישען ?
דאכט זיך מיר אז מער מענטשן זענען שוין געשטארבן פון וווינען אין די שטחים ווי אין מירון.
סארא מין דמיון!!! די וואס גייען וואוינען אין די שטחים גייען אהין בכוונה צו מקיים זיין א מצוה פון ישוב הארץ, און א הדלקה אין מירון איז צום בעסטן פאל ריינע יודישע קאלטור פון די מאדערנע תקופה, קײן שום מצוה נישט, סתם יודישע אינטערטעינמענט, חוץ מזה האט עס גארנישט מיט יודישקייט איינגעשטעקט און דאס איז נאר צום בעסטן פאל.
אישתישבי
עס מוז זיין אז עס איז געוועהן געבלאקט, אנדרעש וואס וואלט געשעהן איז, אפאר מענטשן פאלען אראפ, און ווערען ל"ע צוטרויטען פון אנדערע, די אנדערע גייען ווייטער און גייען ארויס, דא זעהט מען אז דער מצב איז א גענצליכער אפשטעל, מען קען זיך נישט רירן.
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1a4Ova7O3eHUc2xCyV0mL_AZX26bdaxr-/view?usp=drivesdk">https://drive.google.com/file/d/1a4Ova7 ... p=drivesdk</a>
דער גאלדענער אדלערסעגאלHadasimרב בציונות הדתית תוקף: "במחנה החרדי יש תרבות דחיפות"
הרב עמיחי גורדין, מהמגזר הדתי-לאומי טוען כי מה שהרג את הקורבנות במירון הוא "התרבות" של החרדים: "בתוך המחנה החרדי יש תרבות של דחיפות באירועים המוניים" | בנוסף כתב כי עד שלא יפסקו בדחיפות צריך "להימנע מלהגיע לאירועים המוניים כאלו"
<a class="postlink" href="https://www.bhol.co.il/news/1215961">https://www.bhol.co.il/news/1215961</a>
די פסק הלכה פון הרב עמיחי גורדין איז אויך ביי בלעק פריידעי. אדער נאר ביי הדלקות אין רבישע טישען ?
דאכט זיך מיר אז מער מענטשן זענען שוין געשטארבן פון וווינען אין די שטחים ווי אין מירון.
סארא מין דמיון!!! די וואס גייען וואוינען אין די שטחים גייען אהין בכוונה צו מקיים זיין א מצוה פון ישוב הארץ, און א הדלקה אין מירון איז צום בעסטן פאל ריינע יודישע קאלטור פון די מאדערנע תקופה, קײן שום מצוה נישט, סתם יודישע אינטערטעינמענט, חוץ מזה האט עס גארנישט מיט יודישקייט איינגעשטעקט און דאס איז נאר צום בעסטן פאל.
די וואס גייען זיך שטופן אין מירון האלטן אז דאס איז א מצווה און זיך מוסר נפש זיין צו וואוינען אין די שטחים איז א עבירה, יעדער האט זיך זיינע מצוות און זיינע עבירות.
תרמבדי וואס גייען זיך שטופן אין מירון האלטן אז דאס איז א מצווה און זיך מוסר נפש זיין צו וואוינען אין די שטחים איז א עבירה, יעדער האט זיך זיינע מצוות און זיינע עבירות.
נישט קיין שום דמיון.
וואוינען אין די שטחים איז לויט זיי יישוב א"י "און זיי טוען אלעס נויטיג זיך צו באשיצן". יא נישט אלץ געלונגט עס אבער אין ירושלים און אין חיפה זענען אויך דא אטאקעס און פאטאליטעטן.
זיך שטופן סתם אין מירון אדער מאכן אן 'אירוע המוני' אן קיין פארזיכערונג, גייט קלאר קעגן ונשמרתם [און מענטשליכקייט], אפי' אויב וועסט זאגן עס איז בגדר מצוה.
עונג שבת דעקל.
📎 IMG_20210505_233334_463.jpg
סעגאלHadasimרב בציונות הדתית תוקף: "במחנה החרדי יש תרבות דחיפות"
הרב עמיחי גורדין, מהמגזר הדתי-לאומי טוען כי מה שהרג את הקורבנות במירון הוא "התרבות" של החרדים: "בתוך המחנה החרדי יש תרבות של דחיפות באירועים המוניים" | בנוסף כתב כי עד שלא יפסקו בדחיפות צריך "להימנע מלהגיע לאירועים המוניים כאלו"
<a class="postlink" href="https://www.bhol.co.il/news/1215961">https://www.bhol.co.il/news/1215961</a>
די פסק הלכה פון הרב עמיחי גורדין איז אויך ביי בלעק פריידעי. אדער נאר ביי הדלקות אין רבישע טישען ?
דאכט זיך מיר אז מער מענטשן זענען שוין געשטארבן פון וווינען אין די שטחים ווי אין מירון.
די מתנחלים האלטן אז מיט'ן וואינען אין די שטחים האלטן זיי אפ די אראבער פון אטאקירן טיפער אין לאנד. בנוסף האלטן זיי אז צוריקגיבן שטחים איז א סכנה ווייל דאס ערלויבט די רוצחים זיך צו בויען און מיט דעם וואס זיי באזעצן זיך אין די שטחים איז ער שווערער צוריק צו גיבן פאר די אראבער.
אקיצור, דיין צושטעל צו שטחים איז זייער שוואך
די עונג שבת קומט נאך ארויס?
און איך האלט אז דורך מתפלל זיין אין מירון אין זכות פין אזא גרויסע צדיק טו איך א גרעסערע טובה פאר מיר אין כלל ישראל ווי זיי דורך וואוינען דארט.
100% גערעכט.
דא אין שטיבעל איז זייער אינטערסאנט,
די מתנחלים/ פאליציי/ מזרחי/ און אלע פארטייען (וואס איך האב ליב זיי און זייער מיינונג) מעגן טון וואס זיי ווילן און *האלטן* וויאזוי עס געפעלט זיי,
אבער תו"א רבי טאר נישט האלטן אז יעצט איז בעסער ער זאל בלייבן אין צפת, מהר"א און די אנדערע טארן נישט האלטן אז לתועלת הציבור און ע"פ הלכה דארף מען יא מאכן א הדלקה,
בכלל ביי אפאר ניקים האט נאך מהר"א קיינמאל נישט געטון א גוטע/גערעכטע זאך, ער וואלט געדארפט זיך איינשרייבן דא (אפשר איז ער) און זען וואס די מיינונג פון די שרייבערס איז נאכצוטון,
געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער..........................................
פארוואס דארף ר' אהרן א ניק, ווען ער האט גענוג און נאך וואס טון זיין ארבעט פאר אים?
א חסיד פון ווילנאע"פ הלכה דארף מען יא מאכן א הדלקה
וואט דע העלל איז ראנג מיט דיר?
החסיד מווילנא, דו וועסט באמערקן א אינטערסאנטע זאך אז דו וועסט קוקן, רוב פון די וואס קריטיקירן די רביס וכדומה קריטיקירן יעדן איינעם ווען סקומט זיך, אפילו אויף די וואס זיי קוקן ארויף, אבער די אלע וואס זענען דא מיט אגענדעס זיך אנצונעמען פאר געוויסע, וועלן נישט קענען הערן קיין שום קריטיק אויף זיי, אפילו די עוולה אדער היפאקריטסווע שרייעט עד לב השמים, סאיז אלץ דא אויסנאמען, אבער אזוי איז עס בערך, דוק ותשכח.
איך האב יעצט געענדיגט א ביסל דורכליינען אין דעם אוצר אפטיילונג פון דער בלאט די דברי תוכחה וחיזוק פון רבנים און אדמורי"ם נאכפאלגנדיג די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון ביים ציון הרשב"י.
אלע רבנים, אריינגערעכנט הרה"ג ר' מענדל טייטלבוים שליט"א אב"ד סאטמאר, וויליאמסבורג האבן געזאגט זייער שיינע דרשות. און שטארק מעורר געווען דעם עולם צו תיקון המעשים. סי בין אדם למקום. און סיי בין אדם לחבירו.
אט די אלע רבנים האבן צוגעגעבן אז אונז זעמיר נישט אין הימל און אונז האמיר נישט קיין בעלי רוח הקודש אין דעם דור. וועלכע זאללן קענען אנווייזן פונקטליך ..."על מה עשה ה' ככה"...!
אויסער 2 פאבליק פערזענליכקייטן. איין רב פון א קהילה. און איין אדמו"ר. ה"ה. וויזשניצער רבי פון מאנסי און ווינער רב...!
צוערשט וויזשניצער רבי: ער האט געזאגט אז די טראגעדיע איז געקומען צוליעב דעם חטא וואס מ'(ר' אליעזר נייהויז וסייעתו הי"ו) האט ארויפגעלייגט אויפ'ן אינטערנעט איינס אדער עטליכע פון די ..."אונטער'ן"... שפיעלן. ער רעכנט דערביי אויס וויפיל חטאים דאס האט גורם געווען...!
דער צווייטער בעל מימרא. ווינער רב שליט"א: ער ווייסט גאנץ זיכער אז די טראגעדיע איז געקומען איבער די טמא'נע כלים. אויך די ..."פריצות'דיגע" סטייל פון די ..."לעיס טאפ"... שייטלעך...!
ספעציעל הר"ר מנחם מענדל טייטלבוים, האט , אזוי ווי זיין טאטע כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א ארויסגעהויבן די שלעכטע זייט פון די אלע פארשידענע וואטסעפפ גרופס. וואו מ'איז עובר אויף די הארבסטע עבירות פון לשון הרע , רכילות און מ'איז גורם הלבנת פנים פאר א סאך יחידים און משפחות. ער האט צוגעגעבן אז כאטש מיר ווייסן נישט פארוואס די טראגעדיע איז געקומען. אבער די זאכן דארפן זיכער א תיקון...!
אבער די 2 אויבנדערמאנטע רבנים (אדמו"ר מ'וויזשניץ-מאנסי ואדמו"ר מ'וויען שליט"א) האבן זיך נישט געקענט ארויסהייבן פון די געוויינליכע, איבערגעקייעטע פוסטע שטותים והבלים מיט וואס זיי פארברענגען א גאנץ יאר. אפילו נישט אין אזא ערנסטן זמן ווי יעצט. וואס דער עולם זוכט א ביסל דברי חיזוק. זיי ווייסן גאנץ זיכער על מה עשה ה' ככה...!
אויפ'ן אדמו"ר מ' וויען שליט"א (אזוי ווי זיינע חסידים האבן אים ליעב אנצורופן) פרעג איך נישט קיין קשיות. ער האט אייביג ליעב צו זיין ..."פאליטיקלי קארעקט"... אזוי צו זאגן. ער ווילל אין א יעדן מצב ארויסקומען אלס דער גרעסטער און גלעצענדסטער קנאי. אויך ווען הרב שטיינמאן זצ"ל איז נפטר געווארן, און ער האט געהאלטן זיין יערליכע ז' אדר דרשה וואו ער האט דערמאנט אלע צדיקים וועלכע זענען נפטר געווארן אין דעם יאר. האט ער בכיוון אויסגעלאזט הרב שטיינמאן. פארוואס?! ווייל ער האט געוואלט געפעללן פאר די קנאים אין סאטמאר. און די נטורי קרתא...!
אבער דער אדמו"ר מ'וויזשניץ מאנסי האטציך שטארק באנארישט. און ר'האט פארלוירן דעם רעספעקט און חשיבות ביים עולם...! מיט זיינע נארישע דיבורים אין אזא ערנסטן זמן...!
איך געדענק אז הרב עובדי' האט ער יא מספיד געווען
קומט איהם א יישר כח (אדער א קוש אין פיסקל. ווי מ'האט געזאגט ביי אונז.). הרב עובדי יוסף איז נישט געווען אריינגעמישט אין אזויפיהל קאנטראווערסיעס מיט די קנאים אין סאטמאר. און די נטורי קרתא.
משום איזו סיבה לא נודעת האבן זיך די גרופס נישט פארלייגט אויף איהם. אויסער ..."דער איד"... וואס האט בשעתו געשריבן אויף איהם ..."הרב" אין קוואוטעישן מארקס...!
זיי האבן נישט גענוצט זייערע זיסע און איידעלע לשונות וועלכע זיי האבן גענוצט אויף הרב שטיינמאן, זצ"ל. א איד וואס האט מרביץ תורה געווען פאר איבער פערציג יאר. און פאר זיך האט ער גארנישט געדארפט. נאר א ביסל פת במלח ומים במשורה...! אזוי ווי..."עפרא לפומיה, ימח שמו, אפיקורס, וכו'...! און זיי האבן נאך געמאכט א ..."לחיים"... מיט א רקידה'לע ווען זיי האבן געהערט די בשורה אז ער איז נפטר געווארן...!
דא קען מען הערן דברי כבושין פין דער גרויסע מקובל הרב יעקב הלל, ווי ער שרעקט זיך נישט צו זאגן אז פין דער צייט ווען עס איז געשעהן ווייזט עס אויף לא נהגו כבוד זה בזה, מען קען זיין מחולק אבער אונטער רייסען אנדערע איז נישט גוט.
מיט א ווערטעל זאגט ער, מחלוקת וואס איז נישט לשם שמים איז נישט אזוי געפערלעך, עס וועט צום סוף בטל ווערן, אין סופה להתקיים, אבער א מחלוקת לשם שמים, איז נאך ערגער, ווייל עס גייט אהן אויף אייביג. השם ירחם.
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
berlbalaguleh אויך ווען הרב שטיינמאן זצ"ל איז נפטר געווארן, און ער האט געהאלטן זיין יערליכע ז' אדר דרשה וואו ער האט דערמאנט אלע צדיקים וועלכע זענען נפטר געווארן אין דעם יאר. האט ער בכיוון אויסגעלאזט הרב שטיינמאן. פארוואס?! ווייל ער האט געוואלט געפעללן פאר די קנאים אין סאטמאר. און די נטורי קרתא...!
ס'דא א גרויסע חילוק פון 'געפעלן' און פון זיך 'פארמיידן קאפוויי',
קענענדיג אים פון דער נאנט איז ער אסאך מער עוסק אינעם צווייטן בחינה..
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
אינגערמאנטשיקלא חסיד פון ווילנאע"פ הלכה דארף מען יא מאכן א הדלקה
וואט דע העלל איז ראנג מיט דיר?
אויב האלטן אנדערש ווי דיר איז ראנג, דאן איז עפעס ראנג.
תרמבהחסיד מווילנא, דו וועסט באמערקן א אינטערסאנטע זאך אז דו וועסט קוקן, רוב פון די וואס קריטיקירן די רביס וכדומה קריטיקירן יעדן איינעם ווען סקומט זיך, אפילו אויף די וואס זיי קוקן ארויף, אבער די אלע וואס זענען דא מיט אגענדעס זיך אנצונעמען פאר געוויסע, וועלן נישט קענען הערן קיין שום קריטיק אויף זיי, אפילו די עוולה אדער היפאקריטסווע שרייעט עד לב השמים, סאיז אלץ דא אויסנאמען, אבער אזוי איז עס בערך, דוק ותשכח.
איך האב אפאר זאכן וואס מהר"א איז נישט גערעכט, למשל לעצטענס זיין מערכה קעגן אורלי שבת (כ'זע נישט די עוולה דערין נאר מעלות אויב איז עס כפי ההלכה), אדער קעגן פארן אויף שבתון'ס (וואס ער אליין טוט).
אבער ביי אסאך דא איז יעדע זאך וואס ער טוט ראנג, כמעט מ'רעדט נישט דא פון אנדערע (אפילו נישט פון די אנדערע סאטמארער רבי).
דאס קען איך נישט צוקוקן און געקומען פון ווילנא צו מבטל זיין די סטיגמא.
פארשטאנען?
זייער שווער צו פארשטיין........
א חסיד פון ווילנא: מהר"א קר"י שליט"א פארט נישט אויף קיין שבתון'ס דאס איז א ציוניסטישע זאך. אזוי ווי עסן דיפס אום שב"ק האבן אויך די ציונים איינגעפיהרט. ביים רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע האט מען דאס קיינמאל נישט געזעהן. ווייל ער איז געווען אן אונגערישער איד...!
נייערט אין סאטמאר פארט מען אויף שבת התוועדות'ן. און מ'טינקט איין חלה אין קאטשאניא. וואס איז זייער א גוט מאכל. ווייל איך בין אויכעט אן אונגערישער איד...! נאר איך בין אויך א ציוני. ממילא עס איך אויך פארשידענע ערליי דיפס לכבוד שב"ק. אויך זאג איך 3 מאל א טאג..."ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים"...!
א חסיד פון ווילנאאינגערמאנטשיקלא חסיד פון ווילנאע"פ הלכה דארף מען יא מאכן א הדלקה
וואט דע העלל איז ראנג מיט דיר?
אויב האלטן אנדערש ווי דיר איז ראנג, דאן איז עפעס ראנג.
איך בין גרייט צו צאלן שיין אויב קענסטו מיר אראפשרייבן די ביאור ע"פ הלכה אז עס ליגט א חיוב אויף הגה"ק מהר"א שליט"א צו פייערן אן הדלקה אום ל"ג בעומר.
רבותי, ביטע זיך האלטן צום טעמע פון אשכול.
די המודיע האט שוין גערעדט איבער די מירון סכנה אפאר יאר צוריק, אבער גלייך בארואיגט אז "בזכות ר' שמעון" און "בדרך נס" איז אלעס פיין און גוט!
(גענומען פון
דא)
📎 MeronHaModia.jpeg
[ציטאט אראפגענומען]
קומט אריין באריכטען אז פארענטשעס זענען צוזאמגעפאלן אין סטאלין יעצט שבועות ביינאכט.
די פארש-קאמיסיע איבער דער אומגליג אין מירון האט די פאריגע וואך אויסגעהערט עדות-זאגן פון א צאל פונקציאנארן וואס זענען
געווען פאראנטווארטלעך אויפן ציון און אויפן ארגאניזירונג פון ל"ג בעומר.
די צעלייגערס וואס האבן זיך געפלעגט שטאלצירן מיט זייערע שטעלעס, האבן זיך דא געמאכט טאמעוואטע. דער פאליציי קאמאנדיר
שמעון לביא, הרב שמואל רבינוביץ, אלי פריינד, הרב ישראל פרויליך, יוסף שווינגער, ישראל דרעי, יעדערער פון זיי האט געווארפן
דעם שולד אויפן צווייטן.
די פארש-קאמיסיע וועט זיך נישט אפשטעלן ביי די דאזיקע פארשוינען. זי וועט ארויף גיין העכער, גאר העכער, ביז צו די געוועזענע
מיניסטארן אריה דרעי און אמיר אוחנה און אפשר אויך דערגיין ביז בנימין נתניהו וואס האט זיך זייער שטארק באמיט אז די דאזיקע
קאמיסיע זאל נישט אויפגעשטעלט ווערן. ווייסט אויס אז אויך אויף זיין היטל ברענט דאס פייער.
איך האב געלייענט פון אלי ביתאן א באריכט איבער די אויספארשונג, ער פארציילט אז יעדער איינער וואס שטעלט זיך צום פארהער זאגט אז זיי האבן געווארנט בעפאר אז ס’קען זיין א סכנה, און מ’האט נישט אויסגעהערט, למעשה ווען מ’הייבט אן צו פרעגן קשיות בלייבן זיי אלע שטום, צו וועם האסטו גערעדט? פאר וועם האבן די זאכן געדארפט געזאגט ווערן? וכדומה, א אינטערסאנטע מאמענט ביי די פארהערן דארט איז פארגעקומען ווען הרב פרויליך א מיטגליד אין די וועד החמישה מטעם די פרומע וואס אפיציעל פארפיגט אויף מירון, האט געפערליך אונטערגעריסן און חוזק געמאכט פון תולדות אהרן רבי, זאגנדיג בתוך הדברים אז ס’דא רבי’ס וואס זיי טרעפן זיך מיט מלאכים דארט אין מירון, און זיי שפילן זיך מיט וואטע..... די שטוב פון די גאב’’ד ירושלים האט געדארפט ארויס געבן א התנצלות אז דער פרויליך רעדט נישט אין זייער נאמען, ביתאן איז משער צום סוף אז די שולד פון די טראגעדיע וועט ארויפגעווארפן ווערן אויף די מענטשן אן פאוער, און די אלע מיט די פאזיציעס גייען זיך ארויסדרייען, איך האב געהערט אז תולדות אהרן האט זיך ערלעדיגט טייערע לויערס.
די ועדת החמישה איז נישט געגרינדעט געווארן צו פארמיידן הפקעה, נאר שלום צו מאכן צווישן 4 הקדישות. און די פינפטער און יו"ר הועדה איז מטעם המדינה.
למעשה האט עס גארנישט געהאלפן, נישט קיין שלום און קיין שום פארשריט, איז די מדינה אריין אין בג"ץ גענצליך מפקיע צו זיין מירון.
די בג"ץ האט שוין לאנג געאורטיילט אז די מדינה קען עס קאמפלעט מפקיע זיין, נאר ס'שלעפט זיך ארום מיט פשרות און לעזונגען. יעצט גייט עס לכאורה אויפגעלעזט ווערן.
יעדער פארשטייער פון וועדת החמישה פירט אן "זיין חלקה" קיינער פון זיי איז נישט ערלויבט אנקלאפן א נאגל אין דער וואנט ביי יענעמס חלקה.
דאס ארט פון תולדות אהרן-הדלקה ווערט גערופן חלקה 70, און דער דורך-גאנג "שביל דב", וואו די טראגישע טרעפן געפונען זיך, איז חלקה 12.
פרישע וידיאו ווייזט אז סאיז דארט למעשה יא געווען א געיט געוויסע צייטן
<a class="postlink" href="https://twitter.com/menishwartz/status/1446056245706825730?s=21">https://twitter.com/menishwartz/status/ ... 25730?s=21</a>
דאס פארענטפערט די עדות וואס האבן זיך געשואוירן אז זיי האבן געזען די פאליציי מיט א געיט דורכאויס די נאכט
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
'המקור' פון רביב דרוקר, איבער די אנארכיע אין מירון במשך די יארן.
<a class="postlink" href="http://www.sdarot.tv/watch/3895-hamakor-%D7%94%D7%9E%D7%A7%D7%95%D7%A8/season/6/episode/14">http://www.sdarot.tv/watch/3895-hamakor ... episode/14</a>
בחדרי חרדים סקופ מיט א פולע האלבע שעה וידיאו פונעם אומגליק
<a class="postlink" href="https://www.bhol.co.il/news/1287693">https://www.bhol.co.il/news/1287693</a>
first, warning this video can traumatize you
as you can see no gate at all, the flow is moving
Looks like the problem was ppl going up and down at the same time, and ppl stopping and shmozzing on the way ,
תוהו ובוהו'המקור' פון רביב דרוקר, איבער די אנארכיע אין מירון במשך די יארן.
<a class="postlink" href="http://www.sdarot.tv/watch/3895-hamakor-%D7%94%D7%9E%D7%A7%D7%95%D7%A8/season/6/episode/14">http://www.sdarot.tv/watch/3895-hamakor ... episode/14</a>
שרעקעדיג ווי אזוי אלע וואס זענען געווען פארמישט במשך די יארן צו נארמאליזירן דעם פלאץ זאגן אז זיי זענען נישט געווען איבערראשט ווען די טראגעדיע האט פאסירט, הכתובת היתה על הקיר,