שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
151 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14598
שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
מה נאמר
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
שרעקליך שרעקליך!
א גרעסערע צאל פאטאליטעטן אויף דערווייל.
ה"י.
דאס איז אלס געווען איינע פון מיינע פחדים, אין סקווירא איז אויך אמאל צוזאמגעפאלן א פארענטשע ביי א חתונה ב"ה בניסי ניסים אן קיין פאטאליטעטן אדער ערנסט פארוואונדעטע. זייט דעמאלסט נוצן זיי אן אינזשעניר זאל באשטעטיגן אז אלס שטארק און גוט געבויעט.
שִׁיר הַמַּעֲלוֹת מִמַּעֲמַקִּים קְרָאתִיךָ ה':
אֲדֹנָי שִׁמְעָה בְקוֹלִי תִּהְיֶינָה אָזְנֶיךָ קַשֻּׁבוֹת לְקוֹל תַּחֲנוּנָי:
אִם־עֲוֺנוֹת תִּשְׁמָר־יָהּ אֲדֹנָי מִי יַעֲמֹד:
כִּי־עִמְּךָ הַסְּלִיחָה לְמַעַן תִּוָּרֵא:
קִוִּיתִי ה' קִוְּתָה נַפְשִׁי וְלִדְבָרוֹ הוֹחָלְתִּי:
נַפְשִׁי לַאדֹנָי מִשֹּׁמְרִים לַבֹּקֶר שֹׁמְרִים לַבֹּקֶר:
יַחֵל יִשְׂרָאֵל אֶל־ה' כִּי־עִם־ה' הַחֶסֶד וְהַרְבֵּה עִמּוֹ פְדוּת:
וְהוּא יִפְדֶּה אֶת־יִשְׂרָאֵל מִכֹּל עֲוֺנֹתָיו:
זאגן יעצט אז גארנישט איז צוזאמגעפאלן, נאר א צושטופעניש
וואס גייען זיי טוישן דעיס זאל נישט נאכאמאל געשעהן . אינטערסאנט מען האט זיך נישט אויסגעלערנט נאך הרב וואזנערס לוויה
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
ווי עס הייסט יעצט האט גארנישט צוזאמגעפאלן, נאר די צושטיפעניש איז געווען אין לשער, און דאס האט געפירט אז מענטשן זאלן אראפפאלן פון א פארענטשע (אזויווי א דאמינאו).
אין די ווידיאו קען מען זען עטליכע מינוטן בעפאר אז זאכן זענען נישט געווען מסודר, און די צושטיפעניש איז געווען גרויס.
https://streamable.com/bmnef4
דאס איז אפאר מינוט שפעטער, ווען זאכן זענען ארויס פון קאנטראל.
https://streamable.com/q900qb
די גרויס צושטיפעניש אין מירון (ס'הייסט אז א חלק פון די פאטאליטעטן איז געקומען פון איבערטרעטן)
https://streamable.com/dfv7qd
אפדעיט: גארנישט איז נישט צוזאמגעפאלן, נאר מענטשן האבן אראפגעפאלן די שיפע טרעפ, און פון גרויס געדרענגעניש האבן זיך אנגעזאמעלט מער מענטשן פון אויבן, צוקוועטשנדיג ליידער די אונטערשטע [ממש ווי ביי רב וואזנערס לויה]
https://streamable.com/gho7pv
די טרעפ ווי עס איז געשען.
📎 19177158633_status_08ab296388964e54b1a63497093abda8.jpg
די הארץ רייסט.
וואס האלט דער עולם מאכט סענס צו מאכן פייערס יעצט אין אמעריקא?
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
עטיש און מאראליש? כ'ווייס נישט אבער פון אינגאנצן קענסלן טוט מען נישט אויף, איך וואלט געמאכט מיט א שוואכערע טראסק, און בעיקר צוגעלייגט א מעמד תהילים / קדיש פאר די פארוואונדעטע און קרבנות.
אויך וואלט איך געענדיגט אביסל פריער און געקענסלט אלע זייטיגע 'איטערטעינמענט' ווי פאפקארן, אייס קריעם, שאוס, אד"ג.

קאצקע ציקערוואס האלט דער עולם מאכט סענס צו מאכן פייערס יעצט אין אמעריקא?
ניין.
אין חצר באבוב האט מען טאקע שוין געקענסעלט אלעס.
מערערע איזראעילי טוויטער אקאונטס זאגן אז ס'איז געקומען פון א פלוצלונדיגע בלאקעדזש פון די פאליציי וואס האט גורם געווען א מאסן אוואלאנדזש פון מענטשן.
(נישט קאנפירמעד)
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
פאליטיקאנטווי עס הייסט יעצט האט גארנישט צוזאמגעפאלן, נאר די צושטיפעניש איז געווען אין לשער, און דאס האט געפירט אז מענטשן זאלן אראפפאלן פון א פארענטשע (אזויווי א דאמינאו).
אין די ווידיאו קען מען זען עטליכע מינוטן בעפאר אז זאכן זענען נישט געווען מסודר, און די צושטיפעניש איז געווען גרויס.
https://streamable.com/bmnef4
דאס איז אפאר מינוט שפעטער, ווען זאכן זענען ארויס פון קאנטראל.
https://streamable.com/q900qb
די גרויס צושטיפעניש אין מירון (ס'הייסט אז א חלק פון די פאטאליטעטן איז געקומען פון איבערטרעטן)
https://streamable.com/dfv7qd
אפדעיט: גארנישט איז נישט צוזאמגעפאלן, נאר מענטשן האבן אראפגעפאלן די שיפע טרעפ, און פון גרויס געדרענגעניש האבן זיך אנגעזאמעלט מער מענטשן פון אויבן, צוקוועטשנדיג ליידער די אונטערשטע [ממש ווי ביי רב וואזנערס לויה]
https://streamable.com/gho7pv
אפדעיטעד מיט וואס איז געשען.
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
ערוץ 13 זאגט 38 הרוגים
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
וויאזוי סהאט פאסירט פון
מני שווארץ:
This is how the Meron disaster occurred, according to what I collected from several sources in the field:
The Toldot Aharon plaza is located behind the tomb of Rabbi Shimon Bar Yochai, many thousands gathered there tonight.
Three years ago, infrastructure work was done in that area and a road was paved which descends to a lower level and bypasses the structure of the Zion from below and to the left (on the wadi side).
This end of the road, which as mentioned is downhill, was blocked by a group of policemen (there is documentation).
It is not clear why.
It is possible that they had a legitimate reason for doing so but this blockage made it extremely crowded, more and more people who wanted to get out of the crowded extension joined this road, which according to evidence was also wet.
And this is where the disaster happened.
Hundreds and probably thousands of people under pressure, on a “downhill” road with no way out, no ability to move backwards, were trapped.
I am not attaching the video documentation, since it is possible that some of those photographed in it are also among the victims, hopefully not. In any event, already in this 40-second video documentation, an unusually dense crowd can be seen, with their hands stretched in the air in an attempt to get out of the hustle and bustle.
In another horrific and chilling video, seconds after the disaster, a pile of people can be seen lying on top of each other in every possible and catastrophic configuration.
This video is making the rounds on WhatsApp and is extremely appalling but it helps us understand how from being so crowded and compressed, a disaster of such magnitude occurred.
Why was the road out of the extension closed?
Did the main police command not communicate and synchronize with the officers on the ground?
It happened towards 1 o'clock when Toldot Aharon was to end its hadlakah proceeding which as mentioned attracts tens of thousands of people every year.
Usually, the Toldot Aharon hadlakah takes place the second night at the end of Lag B’Omer. This year, because of Shabbat, it took place a night earlier, on the eve of Lag B’Omer.
Apart from the main hadlakah event (Boyan), this is the second largest event in Meron. It is known and clear to everyone that there will be thousands and perhaps even 15,000 people there, how and why did they block one of the exits??
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
א בילד וואס רעדט!
📎 19177158633_status_9f0be63125804032b8efe907b805ab7a.jpg
[ציטאט אראפגענומען]
חת"ם סופר: די הדלקה אין קרית יואל איז גוט אויספלאנירט פון פאראויס און ס'איז בעז"ה מיט אלע סעיפטי מאסנאמען גענומען אין באטראכט.
לגבי מיטשפירן דעם צער פון די טראגעדיע אין מירון. ביניך זיכער אז דער אדמו"ר מהר"א שליט"א וועט זאגן א ביסל דברי תוכחה לאור המצב...! אבער איך זעה נישט קין שום תועלת אין מבטל זיין די הדלקה אינגאנצן...!
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
קאצקע ציקערוואס האלט דער עולם מאכט סענס צו מאכן פייערס יעצט אין אמעריקא?
ס'מאכט קיינמאל נישט קיין סענס, די גאנצע הדלקה האט קײן מקור נישט, און ס'ליידער נישט די ערשטע פאטאליטעיט וואס ס'האט פאסירט לכבוד די ל"ג בעומר פייערן! אבער דער פראבלעם אין מירון איז נישט געווען די פייער, ווייל אפילו ס'וואלט נישט געווען קיין פייער נאר אזויפיל מענטשן וואלטן זיך צוזאמען געקומען צו פייערן דעם חגיגת ל"ג בעומר דארט אין מירון צו סיי וואו, און צום ביישפיל אין מירון וואו יעדער רבי און רביסטעווע זוכט צו זיין ווי נענטער און אינטער די שאטן פון רבי שמעון, וואלט געקענט געשען די זעלבע, השם ירחם!
כ'מיין דיין קשיא ברויך ענדערש זיין צו מ'ברויך זיך אזוי שטופן לכבוד די רביס??
די טראגעדיע איז נעקסט לעוועל. אוי מה הי' לנו. נהפך לאבל מחולינו....
נישטא קיין ווערטער, אבער יא ליידער צופיל קשיות, והמשכיל ידום בעת ההיא.
Andrew YangMy heart goes out for the Jewish community in New York and around the world in wake of the mass tragedy in Miron, during Lag Buomer.
@אנאנים
קאצקע ציקערוואס האלט דער עולם מאכט סענס צו מאכן פייערס יעצט אין אמעריקא?
ניין. מ'דארף האבן א הארץ פון פאטעיטעס צו טאנצן היינט.
איי געס געוויסע זענען יא געמאכט פון ראבער.
איך האב נאכנישט אויפגעהערט צו וויינען פאר 2 שעה. איך קען נישט קומען צו מיך. דאס איז די טראגעדיע פון כלל ישראל זינט די מלחמה.
איך ווייס נישט וויאזוי די רבי'ס מאכן זיך די פיאות און קומען פירן טישן און צינדן פייערן. איך פארשטיי עס נישט. נישט אין דעם גלגול.
נישט קיין צוגלייך, עפעס וואס די גאנצע וועלט האט געליטן, צו א טראגעדיע וואס האט באטראפן דירעקט אונז, און נאכדערצו אין אזא גרויסע טאג און פלאץ.
א טראגעדיע וואס וואלט געקענט פארמיטן ווערן, מהאט שוין געווארענט אויף דעם צוויי דריי יאר צוריק
📎 18EBE846-93D3-4EFB-8F65-6732B10EB742.jpeg 📎 057652E6-C336-454B-8B1C-DCC9B342C929.jpeg
זענען די משטרה שולדיג?
אויך האב איך נישט יעצט קיין כח ווייל איך האב שוין יעצט געהערט מענטשן זאגן א קאנספיראציע אז זיי האבן עס געטוען פאר דוקא.
קנדהזענען די משטרה שולדיג?
הונדערט פראצענט די משטרה זענען שולדיג!
קאצקע ציקערקנדהזענען די משטרה שולדיג?
הונדערט פראצענט די משטרה זענען שולדיג!
די משטרה ווארפט שוין אפ די טענה אז סאיז זייער שולד, שטייטציך
https://www.haaretz.co.il/news/law/1.9760881
די ארטיקל דערמאנט צום סוף אז פאליס טשיף שמעון לביא וואס איז געווען ריספאנסיביל היינט אין מירון איז דער זעלבער וואס אונטער זיין אחריות איז געווען רב וואזנערס לוי׳

moments before, you can see what's about to happen.
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
דער גאלדענער אדלערקאצקע ציקערוואס האלט דער עולם מאכט סענס צו מאכן פייערס יעצט אין אמעריקא?
ס'מאכט קיינמאל נישט קיין סענס, די גאנצע הדלקה האט קײן מקור נישט, און ס'ליידער נישט די ערשטע פאטאליטעיט וואס ס'האט פאסירט לכבוד די ל"ג בעומר פייערן! אבער דער פראבלעם אין מירון איז נישט געווען די פייער, ווייל אפילו ס'וואלט נישט געווען קיין פייער נאר אזויפיל מענטשן וואלטן זיך צוזאמען געקומען צו פייערן דעם חגיגת ל"ג בעומר דארט אין מירון צו סיי וואו, און צום ביישפיל אין מירון וואו יעדער רבי און רביסטעווע זוכט צו זיין ווי נענטער און אינטער די שאטן פון רבי שמעון, וואלט געקענט געשען די זעלבע, השם ירחם!
כ'מיין דיין קשיא ברויך ענדערש זיין צו מ'ברויך זיך אזוי שטופן לכבוד די רביס??
ענדגילטיג איז די איזרעלי גאווערמענט פאראנפארטליך. מענטשן וועלן זיך זאמלען צי יעדען אייטלעט אין צענזאציע. די פאליס ברויך מאכן זיכער אז עס איז דא סדר. כבר היה סטעמפידן אין מירון אין האבן זיך נישט געטארט לאזן פין די פרומע.
כלבאשבועקאצקע ציקערקנדהזענען די משטרה שולדיג?
הונדערט פראצענט די משטרה זענען שולדיג!
די משטרה ווארפט שוין אפ די טענה אז סאיז זייער שולד, שטייטציך
https://www.haaretz.co.il/news/law/1.9760881
די ארטיקל דערמאנט צום סוף אז פאליס טשיף שמעון לביא וואס איז געווען ריספאנסיביל היינט אין מירון איז דער זעלבער וואס אונטער זיין אחריות איז געווען רב וואזנערס לוי׳
אה יא, ווייל ביי יעדע חרדישע צוזאמקום שטעלט מען דוקא דער פאליציי טשיף כדי ער זאל ארעינדזשען די מצבים פאר א סטעמפיד. דער געלעגנהייט פון רב וואזנער'ס לויה ביז יעצט איז נאכנישט אונטערגעקומען. ביי די אלע חרדישע צוזאמקומען צווישן וואזנער'ס לויה האבן די מצבים וואס ער האט אויסגעשטעלט יעדע מאל נאך זיך נישט איינגעגעבן..
וואספארא נארישקייטן צו רעדן. וואס קען די פאליציי טוהן אויב מענטשן פאלגן נישט אדער אויב די ארגאניזירער קאפערירן נישט פולערהייט? שיסן אפאר מענטשן?
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
שוין 7 פארטאגס און כ'קען פשוט נישט איינשלאפן, שוין מערערע מאל מיטגעהאלטן טראגעדיעס פון דערנאנט, און ווען איך הער פון א טראגעדיע פון סיי וועלכע סארט, טוט מיר עס באנג, אבער יעצט קען איך זיך נישט בארואיגן.
45 טויטע און נאך צענדליגע קריטיש פארוואונדעטע אן קיין שום בייזוויליגע אקט, ניטאמאל קיין נאטירליכע געשעעניש, בלויז התרשלות! ברודער האבן זיך פשוט צוטרויטן נישט ווילנדיג.
דאס אלעס האט מען געקענט פארמיידן מיטן פשוט צו בויען נאך אן ארויסגאנג? ריבונו דעלמא, ווי איז ר' שמעון? איז עס נישט גענוג שעת ה'דחק'?
כ'געדענק נישט כ'זאל האבן אמאל געוויינט מיט פיזישע טרערן אויף א טראגעדיע. כ'קען נישט עסן. איך בין אויסגעטריקנט אבער כ'עקל מיך פון טרינקן.
א בחור קומט צו א"י צום ערשטן מאל פראווען א זמן, און א וואך אריין איז ער וואס? צוקוועטש?!!?!?. וואס איז די פלאן? יעצט דארף איך ווײטער טונקן חלה היינט נאכט?
איך דארף הילף! כ'האלט עס נישט אויס!
ניטאמאל קיין לויה גייען די משפחות האבן!
איייייייייייי
📎 לויה.jpg
קאצקע ציקערקנדהזענען די משטרה שולדיג?
הונדערט פראצענט די משטרה זענען שולדיג!
מער שולדיג ווי דער גערער טאטע?
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
פאליטיקאנטשוין 7 פארטאגס און כ'קען פשוט נישט איינשלאפן, שוין מערערע מאל מיטגעהאלטן טראגעדיעס פון דערנאנט, און ווען איך הער פון א טראגעדיע פון סיי וועלכע סארט, טוט מיר עס באנג, אבער יעצט קען איך זיך נישט בארואיגן.
45 טויטע און נאך צענדליגע קריטיש פארוואונדעטע אן קיין שום בייזוויליגע אקט, ניטאמאל קיין נאטירליכע געשעעניש, בלויז התרשלות! ברודער האבן זיך פשוט צוטרויטן נישט ווילנדיג.
דאס אלעס האט מען געקענט פארמיידן מיטן פשוט צו בויען נאך אן ארויסגאנג? ריבונו דעלמא, ווי איז ר' שמעון? איז עס נישט גענוג שעת ה'דחק'?
כ'געדענק נישט כ'זאל האבן אמאל געוויינט מיט פיזישע טרערן אויף א טראגעדיע. כ'קען נישט עסן. איך בין אויסגעטריקנט אבער כ'עקל מיך פון טרינקן.
א בחור קומט צו א"י צום ערשטן מאל פראווען א זמן, און א וואך אריין איז ער וואס? צוקוועטש?!!?!?. וואס איז די פלאן? יעצט דארף איך ווײטער טונקן חלה היינט נאכט?
איך דארף הילף! כ'האלט עס נישט אויס!
פלגי מים ירדו עינינו, אוי דוה ליבנו.
דיין אלע קשיות איז סעיפים אין די גרויסע קשיא מה תכליתו בבראשית ברא?
וידום אהרן איז א תירץ, נישט ווי מלערנט פשוט אהרן האט באגראבען די געפילען פין א טאטע, וואס פארלירט זיין בכור אין זיין ברידער באמצעות פין טון אן עבודה וואס זאל מעלה זיין די בריאה, אין איר באלאנסירן פאר זייערע ברידער אין אומות העולם. נאר ער האט מיט די צער דערגרייכט א טיפערע הכרה א שטערקער קשר מיטן מי שאמר והיה עולם וואס קען מיט ווערטער נישט ארויסגעברעגט ווערן.
אישתישביקאצקע ציקערקנדהזענען די משטרה שולדיג?
הונדערט פראצענט די משטרה זענען שולדיג!
מער שולדיג ווי דער גערער טאטע?
אביסל מער שולדיג ווי דער טאטע, אביסל ווייניגער פון ספייקי....
וואט די העק?
פוי!
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
פאליטיקאנטניטאמאל קיין לויה גייען די משפחות האבן!
איייייייייייי
נעבעך.
די משפחה ווייסט נעבעך נישט, אבער דאס קען זיי שפעטער זייער ציפן און באנג טון אז זיי האבן אים נישט געקענט באגלייטן. זאל דער אייבירשטער זיי געבן די כוחות עס איבערצוטראגן.
ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו.
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
או אינודי פאליס ברויך מאכן זיכער אז עס איז דא סדר. כבר היה סטעמפידן אין מירון אין האבן זיך נישט געטארט לאזן פין די פרומע.
אפשר ביסטו בעסער מסביר וואס פונקטליך מען האט זיך נישט געטארט לאזן פון די פרומע?
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
פון א קאמענט אויף אידישער ווינקל. לויט דעם הייסט עס ליטערלי א מאסן שחיטה דורך די פאליציי.
In an interview with someone who saw the whole thing start, he says that their was a constant stream of people going through when suddenly everything stopped. Their was nowhere to go. People were piling up one onto the other. He picked up his head and saw a group of police officers blocking the way, not letting anyone pass. They screamed at the police to let them pass, people are dying here.
Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
דער איש תישבי איז עפעס א געמיש פון די ערגסטע סארט וואס איך האב נאר אמאל בייגעוואוינט אין מיין לעבן. קענסט זיך נישט איינהאלטן? די נפטרים זענען נאך ווארעם. ווי פראדאצירט מען אזא שטייןהארץ????????????????????????????????
ווייטער די רבנים....
איך בין זיכער אז באיאנער רבי און תולדות אהרן רבי האבן נישט געזען דעם טוויט פון עהרליך און דעם דו"ח פון דעם מבקר המדינה.
לאזט שוין די רבנים לעבן.
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
אוי @שמעקעדיג ממש די נקודה האב איך געטראכט צו ענטפערן, מיט נאך א שמיץ אריבער. ברוך שכוונתי.
[ציטאט אראפגענומען]
פארט ארום א קליפ פון הרב אמנון יצחק אז מען זאל נישט פארן לג בעומר צוליב די געדרענג נאר מען זאל לערנען א שטיקל זוהר אדער פארן א פאר טעג פריער
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
שמעקעדיגווייטער די רבנים....
איך בין זיכער אז באיאנער רבי און תולדות אהרן רבי האבן נישט געזען דעם טוויט פון עהרליך און דעם דו"ח פון דעם מבקר המדינה.
לאזט שוין די רבנים לעבן.
עס איז טאקע נישט די "שולד" פון די רבנים, ווייל זיי האבן נישט קיין טוויטער וכו'. נאר די אלע וואס ברענגן די אנדערע נייעס פאר די רבנים, די אלע פרישע פירצות, קענען אויך אפירברענגן די וויכטיגע און ברענעדיגע אפדעיטס.
ווער זענען די נייעס ברענגער? איך און דו. ווען עס באדערט אונז באמת הצלת נפשות, און מען שמעקט סכנות פאראויס דארפן אונז אלע זיך לאזן הערן. ועל הכלל כולו יצא.
[ציטאט אראפגענומען]
וואס האבן די רבנים געזאלט טון, נישט לאזן פארן ל"ג בעומר? ווער וואלט זיי געפאלגט?
איך מיין אז דאס באלאנגט פאר עסקנים ווי די חברי הכנסת וכדומה,
אויף זיי דארף מען טייטלען מיט די פינגער!
[ציטאט אראפגענומען]
Wow
קוקט אויס זייער א איידעלע מענטש געווען
ווי אלט איז ער געווען ?
Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון
מילך טראק[ציטאט אראפגענומען]
Wow
קוקט אויס זייער א איידעלע מענטש געווען
ווי אלט איז ער געווען ?
זיי זאגן 33.
פון לעצטיגע בילדער זעט אויס אביסל אנדערש, און ארויסגעלאזטע בארד וכו'. אנדערע זאגן אז ער האט אפגעלאזט דאס זינגעריי צוליב די חינוך פון זיינע קינדער.
תנצב"ה.
did someone chap that the name of the police chief is שמעון לביא? spooky
טמירפון א קאמענט אויף אידישער ווינקל. לויט דעם הייסט עס ליטערלי א מאסן שחיטה דורך די פאליציי.
In an interview with someone who saw the whole thing start, he says that their was a constant stream of people going through when suddenly everything stopped. Their was nowhere to go. People were piling up one onto the other. He picked up his head and saw a group of police officers blocking the way, not letting anyone pass. They screamed at the police to let them pass, people are dying here.
Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
עפעס איז נישט מסודר מיט דעם, ווען עס קומט גענוג א גרויסע עולם קען אפאר פאליס נישט צוריק האלטען.
עס איז יתכן זיי האבן פארמאכט א טיר און פארשלאסן, אבער דאס איז נישט וואס דער מענטש זעהט. לכאורה זעהט ער אין דמיון.
ווי אויך שטימט עס נישט מיט וואס ערליך האט געזעהן צוויי יאר צוריק.
אלא מאי, פשט איז, אז דער דורכגאנג ווערט שמעלער ביים סוף, בין וועג ארויס, און עס מאכט א שטיפעניש פריער, עס איז פשוט נישט גוט געמאכט.
אדער פשוט ווייל די סטעפס. נעמען לענגער אראפ צו גיין, און ממילא האלט עס צוריק מענטשן פין גיין שנעל,
אדער ווייל די סטעפס זענען געוועהן גליטשיג און עס האט געמאכט איינער זאל זיך אויסגליטשען, און נאך איינער, ביז עס איז שוין געוועהן א הןיפען מענטשען ל"ע, דורך דעם וואס זיי זענען געשטיפט געווארען פין אינטען.
וואס איך פארשטיי נישט, די וואוסנאט פין דער הצלה זאגט ער, אז ער איז געוועהן אין דער מתחם פין תולדות, און ער איז אנגענומען צו דער הויפען מענטשען, וויאזוי איז ער אנגעקומען אהין דורך דער גאנצע עולם? אפשר האט ער עפעס א הונטערוועג?
איך בין נייגיריג צו סקימט שוין ארויס א נביאות פון הרב פינטער אז ער האט שוין געזאגט חדשים ציריק אז סגייט פאסירן...
קאצקע ציקעראיך בין נייגיריג צו סקימט שוין ארויס א נביאות פון הרב פינטער אז ער האט שוין געזאגט חדשים ציריק אז סגייט פאסירן...
עס איז דא נביאות פין הרב ערליך