☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?

ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?

106 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14525
בלאט: 1 2 3

שבת אחים » מאנטאג מערץ 22, 2021 4:59 am

· #468811
ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?
לכבוד די יארצייט ט׳ ניסן וויל איך נעמען די מוה צושרייבן א ארטיקל אויף מיין רבי׳ן דער הייליגער “אמרי חיים” מ׳וויזניץ וואס איז לדעתי געוועהן א העכערע מענטש, א “קודש וטהור” פון די לעצטע אמת׳ע רבי׳ס און פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט.

א שטיקל צייט צוריק האט איינער געשריבן דא אז ווען הרה״ג ר׳ עובדי׳ יוסף איז נפטר געווארן האט איינער געזאגט פאר די תולדות אברהם יצחק רבי בשם עפעס א רב אז “אזא גאון ווי ר׳ עובדי׳ איז שוין נישט געוועהן זינט די רמב״ם!” האט אים די תולדות אברהם יצחק רבי געפרעגט “און פון די אמרי חיים האט ער קיינמאל נישט געהערט?”

פארשטייט זיך אז דאס ווערט פארציילט מיט א געלעכטער, א וויץ און לכה״פ וועלן רוב מענטשען מודה זיין אז דאס איז א ריזיגע גוזמא און שטארק איבערגעטריבן. אבער למעשה איז דער תולדות אברהם יצחק רבי ווייט נישט דער איינציגסטער וואס האט געהאלטן אז די אמרי חיים איז געוועהן א גרויסע גאון און א צדיק. און ווען מ׳זאגט עס נאך פון זיי איז עס שוין גארנישט קיין געלעכטער. נאר יעדער טראכט נאכמאל אפשר טאקע איז ער געוועהן א גרויסע מענטש און נישט סתם א איד וואס האט גערייכערט צוגערעטלעך און געזינגען “רומענישער פאלקס לידער” מיט “זיידל רובנער”....

פאר די אלע וואס האבן געקענט די אמרי חיים פון דער נאנט איז עס געוועהן א דבר פשוט אז ער איז געוועהן א גאון. אפשר טאקע נישט אזא גרויסע גאון ווי ר׳ עובדי׳ אבער דאך א הייליגער איד וואס האט גוט געקענט לערנען, א עובד השם, און אלע מעלות וואס א מענטש קען נאר האבן.

די אמרי חיים איז געוועהן א באהאלטענע מענטש. און אנדערש פון זיין עלטערע ברודער דער ווישעווער רב וואס האט ארויסגעוויזן זיין גאונות, בקיאות און אלץ גערעדט תורה, דרוש מיט פלפול. האט די אמרי חיים כאטש ער איז געוועהן א גאון בתורה האט ער עס קיינמאל נישט ארויסגעוויזן ברבים. ער איז געוועהן א געוואלדיגע עניו. ער האט שטרענג אנגעזאגט אז מזאל גארנישט שרייבן וועגן אים אין די וויזניצער גליונות. און נאר שרייבן וועגן זיין גרויסען פאטער דער אהבת ישראל זצ״ל און די פריערדיגע רבי’ס. און מהאי טעמא האט טאקע זיין זוהן דער תורת מרדכי פון וויזניץ- מאנסי קיינמאל נישט גערעדט פון זיין גרויסקייט ברבים. ער האט געזאגט ביי די ערשטע ט׳ ניסן טיש אז דער טאטע האט קיינמאל נישט געוואלט מ׳זאל רעדן פון זיין גרויסקייט, און ווי חז״ל זאגן “ת״ר מכבדו בחייו ומכבדו במותו” און זינט דאן האט ער נאר גערעדט פון די גרויסקייט פון זיין זיידען דער אהבת ישראל זצ״ל אפילו ביי זיין טאטענס יארצייט.

אבער פאר די גאר נאנטע מענטשען וואס האבן גוט געקענט דעם אמרי חיים פון דער נאנט איז עס נישט געלונגען צו באהאלטן. און אויף אסאך פלעצער האט עס ארויסגערינען.
א באוואוסטע מעשה ווערט געברענגט אין ספר “מאור החיים” און אויף אסאך אנדערע פלעצער וואס האבן אים באשריבן.

די אמרי חיים איז געוועהן א איידעם ביי הרה״ק ר׳ וועלוועל מ׳ראחמסטריווקא זצ״ל. איינמאל אלץ יונגערמאן איז ער געוועהן ביי זיין שווער אויף א שבת סעודה. און ס׳האט זיך געמאכט א שמועס אין לערנען צווישן די ראחמסטריווקער רבי און זיינע קינדער. און זיי האבן זיך מפלפל געוועהן און ארומגעטענה׳ט אין א סוגיא פאר א לענגערע צייט, בשעת אלע האבן זיך הויך געטענהט, איז די אמרי חיים געזיצן שטול און גארנישט אריינגערעדט.

נאכן בענטשען רופט זיך ר׳ וועלוועל ראחמאסטריווקער אן צו זיין איידעם, די אמרי חיים “און איר האט גארנישט אריינצורעדן אין די סוגיא?”

האט די אמרי חיים געזאגט די קשיא וואס ער פרעגט רעדט דאך שוין די ר״ן ארום באריכות און ער האט פאר א לענגערע צייט געווארפן בקיאות און מסביר געוועהן די גאנצע סוגיא און פארענטפערט אלע קשיות ארום.

האט זיך דערנאך די ראחמאסטריווקער רבי אנגערופן:

“איך וואונדער מיך אויף דיר, נישט אז דו האסט געדענקט די ר״ן און די אלע אנדערע ראשונים און אחרונים. נאר איך וואונדער זיך אז דו האסט שוין יא געוואוסט די תירוץ וויאזוי האסטו געקענט זיצן אזוי שטול א גאנצע צייט און זיך גארנישט אנגערופן?”

א צווייטע מעשה ווערט פארציילט אז די אמרי חיים איז אמאל געוועהן מיט זיין סערטער ברודער ביי א אסיפות הרבנים און ס׳האט זיך געמאכט א לענגערע שמועס איבער עפעס א שווערע שאלה אין הלכה. דער סערטער איז כיודע געוועהן א גאון אדיר און זיך מפלפל געוועהן א לענגערע צייט מיט די רבנים, ווידער די אמרי חיים איז געזיצן שטול. נאך די אסיפה ווען די אמרי חיים מיטן סערטער האבן גערעדט פריוואט האט אים די אמרי חיים געפרעגט היתכן האסט נישט דערמאנט די און די תשובה און זיך גענומען ווארפן בקיאות.

די אהבת ישראל האט גערופן די אמרי חיים “דער שווארצער גנב” ווייל ער האט געהאט יונגערהייט א שטארקע שווארצע בארד, און גנב מלשון “גניבת דעת”

די גרעסטע חסיד פון די אמרי חיים איז געוועהן אסאך א גרעסערע רבי ווי הרה״צ ר׳ שמואל יענקל קאהן. ער איז געוועהן ר׳ שמואל יענקל׳ס רבי. און א רבי וואס אלע היימישע קרייזן האבן אנגענומען אלץ א “קדוש וטהור” און א “גאון עולם” און דאס איז געוועהן די אמרי חיים׳ס איידעם און נעפיו הרה״ק ר׳ יהודא׳לע האראוויץ מדזיקוב זצ״ל. און אויב מיינט איר אז דער תולדות איז דער גרעסטע חסיד פון די אמרי חיים האט איר א גרויסען טעות. דער גרעסטער חסיד פון די אמרי חיים איז געוועהן ר׳ יהודא׳לע זצ״ל און לדעתי די גרעסטע וויזניצער חסיד זינט הרה״צ ר׳ מרדכי חנא פוקס זצ״ל מ׳ווילחאוויץ. (ווער עס גלייבט נישט זאל ליינען די ספר “יהודה לקדשו” וואס וויזניץ האט ארויסגעגעבן נישט לאנג צוריק וואס איז געשריבן דורך כמעט אלע נאנטע מענטשען פון ר׳ יהודא׳לע, אלעס וואס זיי האבן געהערט פון ר׳ יהודא׳לע וועגן זיין שווער און זיין רבין דעם אמרי חיים. אריינגערעכענט זיינע גרויסע תלמידים ווי הגה״צ ר׳ אליעזר דוד פרידמאן זצ״ל. הגה״צ ר׳ מנחם מונדערער מקאסוב זצ״ל. די תולדות אברהם יצחק רבי און אפאר פון נישט קיין וויזניצער מקורות נאר נאנטע אידן צו ר׳ יהודא׳לע)

אפילו נאכדעם וואס ר׳ יהודא׳לע האט זיך געגט פון די אמרי חיים׳ס טאכטער און אפילו נאכן זיך אריבעציען קיין ירושלים און זיך דערווייטערן פון וויזניץ. בשעת אסאך מורדים האבן זיך געדרייט ביי אים, איז ער אייביג געבליבן א פייערדיגע חסיד פון זיין שווער ביז זיין לעצטע טאג פון זיין לעבן.
יעדער ספר, ארטיקל, גליון, וואס האט באשריבן ר׳ יהודא׳לע שרייבט דאס. כאטש ער האט באלאנגט צו די קנאים און ער האט זיך געגט פון זיין טאכטער איז ער געבליבן א גרויסע חסיד פון זיין שווער.
אפילו אויף זיין וויקיפידע בלאט שרייבן זיי דאס:
“למרות דעותיו הקנאיות, ועל אף גירושיו, היה חסידו של חמיו רבי חיים מאיר הגר האגודאי”
ר׳ יהודא׳לע איז געוועהן נישט סתם א חסיד פון די אמרי חיים נאר ער האט אים ממש צוגעגליכן צו פרידערדיגע צדיקים ווי דער בעש״ט און ווי ר׳ לוי יצחק מבארדישוב
און ער האט געלערנט פשט אין יעדע איינציגע ווארט וואס זיין שווער האט געזאגט. אפגערעדט פון זיין תורה. אפילו פון זיינע שיחות חולין!

ר׳ יהודא׳לע איז געוועהן א גאון עצום א עובד השם און א גאר א קלוגער מענטש. ער האט אלעס געקענט אין יהדות. יעדע מעשה פון יעדע חסידישע רבי האט ער געדענקט אויסווענדיג. יעדע תוספות, יעדע פרי מגדים און אפגערעדט חתם סופר. ער האט געשריבן גאנצע חיבורים אויפן חתם סופר מ׳האט נאך אפילו נישט געדריקט קיין צעהן פראצענט דערווייל וואס ער האט געשריבן אין זיין לעבן.

נישט געוועהן קיין גדול וואס האט זיך נישט אויפגעשטעלט פאר אים. אפילו די הייליגער חזון איש וואס האט אים גאר גוט געקענט -ר׳ יהודא׳לע איז דאך געוועהן פון זיינע נאנטע תלמידים און זיך אסאך געדרייט ביי אים. אמאל איז א איד געקומען זאגן פארן חזו״א אז מ׳טראגט אים אן א בחור וואס דרייט זיך ביי ר׳ יהודא׳לע האט ער געזאגט “יהודא׳לע איז א אדם השלם” (א גאנצער מענטש).
א איד איז אמאל געקומען פרעגן א קאמפליצירטע שאלה פארן חזון איש האט ער געזאגט “רעדט זיך דורך מיט יהודא׳לע. די וועלט זאגט ער איז א צדיק, איך זאג אז ער איז נישט נאר א צדיק נאר א חכם אויך”

ר׳ יהודא׳לע האט קיינמאל נישט געוואלט זיין קיין רבי. געוויסע רייכע אידן וואס האבן געשטאמט פון דזיקובער חסידים בתוכם משפחת הנגיד ר׳ געציל בערגער פון לאנדאן וואס האבן אים געוואלט בויען מוסדות. און געוואלט אז ער זאל ממשיך זיין די דזיקובער הויף. אבער ער האט נישט געוואלט הערן דערפון. זיי פלעגן אים אלץ זאגן און וואס איז מיט דזיקוב? ווער וועט ממשיך זיין די דזיקובער חסידות? האט ר׳ יהודא׳לע געזאגט “איר ווילט דזיקוב? די שווער איז דאך א שטיק דזיקוב!?” (די אמרי חיים האט גענומען פון זיין דזיקובער זיידע, נוסח, תנועות און מנהגים און אריינגעמישט אין וויזניץ) א צווייטע מאל האט ער געזאגט “ביים שווער וועט איר טרעפן אלעס, דזיקוב, וויזניץ, קאסוב”. ער האט זיך ממש געוואונדערט ווען מ׳האט אים געזאגט אז ער זאל זיין רבי. דא האט איר אזא גרויסע צדיק ווי דער שווער און איר ווילט איך זאל ווערן א רבי?

ער פלעגט זאגן אלע מענטשען וואס האבן זיך געדרייט ביי אים אין ירושלים אז זיי זאלן פארן צום שווער אויף שבתים און בפרט ימים טובים, ספעציעל פסח האט ער אנגעזאגט אלע וואס האבן זיך געדרייט ביי אים אז זיי זאלן פארן צום שווער אויף יו״ט. איינע פון די בחורים האבן אים אמאל געפרעגט וואס עפעס איז די רבי מקפיד אז יעדער זאל פארן קיין וויזניץ אויפן סדר האט זיך ר׳ יהודא׳לע אנגערופן “מצות תאכל במקום קדוש!”

ווען די בחורים און אינגעלייט וואס האבן זיך געדרייט ביי אים פלעגן אהיימקומען פון בני ברק ווען זיי זענען געפארן אויף שבתים צום אמרי חיים פלעגט ר׳ יהודא׳לע זיי אויספרעגן פאר א לענגערע צייט וויאזוי פונקטליך די שבת איז דורך. ווען די רבי איז אריינגעקומען צום טיש, ווען מהאט גענעדיגט, וואס האט די רבי געזאגט ביי די תורה. און אסאך מאל האט ער דורכגערעדט די תורה פונעם שווער און אריינגעלערענט טיעף פשט אין די תורה פון די שווער. אסאך מאל איז ער אינגאנצן צוקאכט געווארן ווען ער האט געהערט די תורה פונעם שווער. און ער האט געזאגט גאנצע פשטים פארוואס די שווער קאכט זיך לעצטענס אין יענער און יענע ענין און פארוואס ער דערמאנט לעצטענס מעהר די און די מידות וכו׳

הגה״צ ר׳ אליעזר דוד פרידמאן זצ״ל שרייבט אז ווען די ספה״ק “אמרי חיים” איז ארויסגעקומען לאור עולם האט רבי יהודא׳לע מעיין געוועהן אין דעם פאר וואכן לאנג. און צוגעשריבן גאנצע פירושים, קשיות, און הגהות דערויף.

דער “בית ישראל” מגור זצ״ל וואס האט גאר שטארק געהאלטן פון די אמרי חיים זצ״ל. (ער האט גערופן די אמרי חיים “רבי לעבן” אדער סתם “רבי”) האט געבעטן אז מזאל אים ברענגען די תורת פונעם אמרי חיים יעדער וואך און ער פלעגט ארייבליקן דערינען.

און די מעשה גייט אזוי:

גלייך נאכן אויפשטעלן שיכון וויזניץ האט וויזניץ נאכנישט געהאט ארויסגעגעבן קיין גליונות פון די רבי׳ס תורת. לעבן שיכון וויזניץ האט געוואוינט א גורער חסיד א ת״ח און א שרייבער ער פלעגט קומען יעדע וואך צום טיש און זייער הנאה געהאט פון די אמרי חיים׳ס טישן און ספעציעל פון די ווארימע דברי תורה. ער האט ממש נישט פארשטאנען וויאזוי ס׳קען זיין אז מ׳דרוקט נישט די תורה לאור עולם. איז ער דאן געגעאנגען רעדן מיט אפאר אנדערע וויזניצער חסידים און ער האט זיי פארגעשלאגן אז ער וועט אראפשרייבן די תורה צוזאמען מיט צוויי אנדערע וויזניצער חסידים און זיי וועלן ארויסגעגעבן א קונטרס פונעם רבין׳ס תורה יעדע וואך.

ווען ער איז אמאל אריין מיט א קוויטל צו זיין רבי דער בית ישראל האט ער פארציילט פארן בית ישראל אז ער האלט מיט די טישן פון די וויזניצער רבי און ער האט באמת זייער הנאה פון זיינע געדאנקן און זיינע תורת און אז ער האט זיך אינטער גענומען צו דריקן די תורה יעדע וואך. האט זיך דער בית ישראל אנגערופן “נו פארוואס שווייגט מען? זאל מען מיר אויך ברענגען די דברי תורה!”
און פון דעמאלטס אן פלעגט דער גורער חסיד שיקן יעדע וואך די תורה פון די אמרי חיים פאר זיין רבין דער בית ישראל.

ווען די ספר “ליקוטי אמרי חיים” (געקליבענע קורצע ווערטלעך און געדאנקען) איז ארויסגעקומען איז די גורער חסיד אריינגעגאנגען צום בית ישראל און אים געוויזן די ספר. האט די בית ישראל מעיין געוועהן דערינען און זיך הויך אנגערופן מיט וואונדער “קאצקער ווערטלעך!?”

(וועגן די קשר צווישן די בית ישראל און די אמרי חיים האף איך צושרייבן איין טאג א באזונדערע ארטיקל בלי נדר אין די אשכול)

אין זיינע תורת וואס זענען מתוק מדבש קען מען זעהן אז ער איז געוועהן א אמתער תלמיד הבעש״ט.

איינע פון די תורת וואס ווייזט אויף זיין כאראקטאר און לדעתי זייער א הערליך ווארט איז:

מ׳זינגט שבת ביי זמירות
וזכינו לקבל שבתות מתוך שמחה וכו׳ ומתוך ״מעוט עונות״
פארוואס בעט מען דעם אייבערשטען מ׳זאל האבן “ווייניג עבירות” מוואלט דאך געקענט בעטן דעם אייבערשטען אז מ׳זאל מקבל שבת זיין ריין אן קיין זינד?

זאגט די הייליגער אמרי חיים:

”אז א איד זאגט דיר אמאל דעם איד איז עבירה צו געבן געלט, דעם איד איז עבירה צוהעלפן- זאלט איר וויסן אז אט די עבירות איז באמת א מצוה!
אלזא בעטן מיר דעם אייבערשטען אז מ׳זאלן מקבל זיין דעם שבת מיט אזעלעכע מינע עבירות וואס זענען באמת מצות״

“די זעלבע זאך זאגט ער ווען א איד זאגט, יענעם איז א מצוה צובאגראבן זאלט איר וויסן אז דאס איז באמת א עבירה!”

ווען ר׳ יהודא׳לע פלעגט פארן צום שווער אויף שבתים און ימים טובים פלעגט ער זיצן אויסגעדרייט צו זיין שווער און נישט אראפגענומען קיין אויג פון אים די גאנצע צייט.
די היינטיגע וויזניצער רבי פון בני ברק מרן ר’ ישראל וואס האלט זיך פאר א תלמיד פון ר׳ יהודא׳לע שרייבט אין ספר “יהודה לקדשו” אז פסח ביים סדר פלעגט רבי יהודא׳לע האלטן די הגדה פארנט פון זיינע אויגן און פון די זייט א גאנצע צייט ארויסגעקוקט אויף זיין שווער. און ווען ער האט געקוקט אויפן שווער פלעגט ער אלץ וויינען מרוב התרגשות!
הרה״ח המפורסם ר׳ מנחם אליעזר מאזעס משב״ק. שרייבט אין זיין ספר “לפני ולפנים” אז פורים ווען ר׳ יהודא׳לע איז געקומען פון ירושלים צום שווער׳ס טיש איז ער געזיצן א גאנצע צייט אויסגעדרייט צום שווער. און אפילו ווען מ׳האט געשפילט דעם “פורים שפיל” און יעדער האט געקוקט אויפן שפיל איז ר׳ יהודא׳לע געזעצן אויסגעדרייט צום שווער און קיין סעקונדע נישט אראפגענומען די אויגן פון זיין שווער און אינגאנצן צייט איז אים גערינען טרערן פון די אויגן...

ר׳ יהודא׳לע האט זיך ממש געשוואוירן אז דער שווער איז געוועהן פון די אמאליגע צדיקים. ער פלעגט אלץ פארציילן די מעשיות פון רבי לוי יצחק מבארדישוב וויאזוי ער פלעגט זיך קאכן אין א מצוה ווי לולב און מצה און חדשים פאר דעם האט ער זיך שוין אנגעגערייט פאר די מצוה. און גאנצע נאכט ביפאר די ערשטע טאג יו״ט האט ער נישט געקענט שלאפן און איז געשטאנען ביי די שאנק גרייט אז ווען די סעקונדע מ׳קען שוין מאכן די ברכה אויפן לולב האט ער געגעבן א שפרונג אויף און געמאכט די ברבה און ווען ער פלעגט ענדיגן די מעשיות פון ר׳ לוי יצחק בארדישובער פלעגט ער אלץ צולייגן “ווען איך וואלט נישט געקענט דעם שווער וואלט איך קיינמאל נישט פארשטאנען די מעשיות”
און אמאל האט ער זיך אנגערופן “די שווער איז טאקע געוועהן דער ר׳ לוי יצחק בארדישובער אין אונזער דור”

וועגן די גרויס דביקות פונעם אמרי חיים אין א מצוה און ווי ער האט זיך געקאכט אין שב״ק פלעגט ר׳ יהודא׳לע אלץ פארציילן פון די געהויבנע שבתים וואס ער האט זוכה געוועהן צו זיין ביים שווער ווען זיי זענען ליידער אנטלויפן ביי די נאציס ימ״ש.

יענע שבתים האט די אמרי חיים נישט געפירט קיין טישן פארשטייט זיך און ער איז געוועהן באהאלטן צוזאמען מיט א חלק פון זיינע קינדער בתוכם ר׳ יהודא׳לע מיט זיין רביצין (די אמרי חיים׳ס טאכטער).

ער פארציילט אז כאטש ס׳איז געוועהן מוראדיגע אנגעצויגענע צייטן. שווארצע וואלקענס. יעדער האט געציטערט מי יחיה ומי ימות. און נאכדערצו די נאציס האבן ספעציעל געלאקערט צו כאפן גרויסע רבנים ווי די אמרי חיים זצ״ל. האט זיך די שווער קיינמאל אין קיין שום מצב נישט פארלוירן, און קיינמאל נישט געווארן אין כעס! ספעציעל שבת האט ער געפירט די גאנצע שבת פונקט ווי ס׳וואלט געוועהן טויזנטער געסט ביים טיש. און א גאנץ שבת איז ער געוועהן ווי א פלאם פייער זיך געקאכט אין שבת.

ער פארציילט אז איינמאל נאכן ענדיגן טיש טיש פרייטיג שפעט ביינאכט. ווי נאר ער מיט די תורת מרדכי האבן זיך באטייליגט האט אים די שווער געבעטן אז ער זאל אים אויפוועקן פארטאגס (ר׳ יהודא׳לע פלעגט אלץ אויפשטיין פרי שבת און לערנען אפאר שעה פארן דאווענען). זיי האבן דעמאלטס געוואוינט אין איין דירה ווען זיי האבן זיך באהאלטן פון די נאציס.

למעשה ווען ער איז אויפגעשטאנען אזוי פינף פארטאגס האט ער געזעהן ווי זיין שווער זיצט נאכאלץ אויפן זעלבען פלאץ אינגאנצן פארקאכט און פארדביקהט און זינגט צו זיך ניגוני שבת מיט א ברען.

דערנאך האט ער געמיינט אז די שווער וועט זיך אביסל צולייגן פארן דאווענען. אבער ער האט געזאגט ברכת התורה און זיך געזעצט לערנען אפאר שעה פארן דאווענען. נאכמיטאג האט ער געמיינט די שווער וועט זיך אביסל אראפלייגן אבער די שווער האט געלערנט פרקי אבות מיט חסידישע ספרים. און במשך די שבתים האט רבי יהודא׳לע באמערקט אז ער איז ממש כמעט נישט געשלאפן גאנץ שבת נאר געלערנט, געזינגען און געדינט דעם אייבערשטען.

און פון ר׳ יהודא׳לע איז א גרויסע ראי׳ ווייל ער האט זייער גוט געקענט דעם שווער. ער איז געוועהן ממש ווי א קינד דארטן. ער האט געקענט די פעטער פון אלץ קליין קינד. ר׳ יהודא׳לע איז געוועהן זייער א ברייטע מענטש ער האט אפגעלאכט פון רביסטיווע בעצם. ער האט געקענט אוועקמאכן גדולים וואס יעדער האט אנגענומען. גדולים וואס האבן געלעבט הונדערטער יאהרן פריער ווי זיין שווער. ער פלעגט כסדר אוועקמאכן געוויסע מעשיות פון צדיקים. און אסאך מאל נאך איינער האט אים פארציילט געוויסע מעשיות פון רביס פלעגט ער זאגן “באבע מעשיות” ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם אויב מ׳האט גערעדט אויף וויזניץ. אויף זיינע שוואגערס. אבער נישט אויף זיין שווער אדער זיין זיידע.

ווען די אמרי חיים איז נסתלק געווארן איז רבי יהודא׳לע געוועהן אויס מענטש ממש! אין ספר “יהודה לקדשו” ברענגן זיי אראפ א בריוו וואס די נענטסטע מענטש צו ר׳ יהודא׳לע הגה״צ ר׳ מנחם מונדערער זצ״ל האט דאן געשריבן פאר הנגיד המפואר ר׳ חיים משה פעלדמאן.

“ר׳ יהודה’לע זעהט נישט אויס גוט, ער האט שוין א וואך צייט נישט גערעדט מיט קיינעם קיין איין ווארט!”

אין די קומענדיגע ארטיקלן וויל איך שרייבן וועגן אנדערע גרויסע תלמידים פון די אמרי חיים ווי למשל הגה״צ ר׳ אליעזר דוד פרידמאן וואס האט נישט געשטאמט פון קיין וויזניצער משפחה און איז געוועהן א גאון עצום און געהאלטן אז די אמרי חיים איז געוועהן פון די אמאליגע צדיקים און פון די לעצטע אמתע תלמידי הבעש״ט. ווי אויך וואלט איך געוואלט שרייבן וואס די מורדים האבן געהאלטן וועגן די הייליגע אמרי חיים. וויפל איך ווייס און וויפל איך האב געהערט האבן זיי אלע געהאלטן אז ער איז געוועהן א קדוש!

בלייבט שווער די ווערסיע אז ער האט סתם געזינגען פאלקס לידער?

זינט ווען איז נגינה אפגעפרעגט ביי חסידות?

איר האט אמאל געהערט פון הרה״ק ר׳ אהרן הגדול מקארלין און הרה״ק ר׳ אייזיקל קאלובער? דער ערשטער רבי על אדמת אונגארן וואס האט פארשפרייט די תורת הבעש״ט?

נגינה איז א מעלה! נישט קיין חסרון! די תורת מרדכי האט געזאגט “איך וואלט אוועקגעבן האלב פון מיין תורה צוקענען זינגען ווי דער טאטע”
און אויף די הייליגע ניגונים וואס די אמרי חיים האט מחבר געוועהן ווי דער באוואוסטער וויזניצער ניגונים ווי “אודה” און “מזמור לדוד” קען מען זעהן די אינערליכע קנייטשן פון די הייליגער אמרי חיים וואס האט אפגעשפיגעלט אלטע ווארימע רומענישע תנועות וואס ארימע אידן אויף די קארפאטן בערג האבן געזינגען פאר דורת און זיך אנגעווארימט און מחזק געוועהן מיט א הייליגע וויזניצער ניגון! וואס האבן זיי געהאט דאן? קיין סמארטפאון׳ס האבן זיי נישט געהאט. א נייע ניגון פון ר׳ ניסן יוסט דאס האט זיי מחזק געוועהן און געהאלפן איבערלעבן אין ארימקייט און אין די שווערע מצבים.

המשך יבא בעז״ה

תרמב » מאנטאג מערץ 22, 2021 7:50 pm

· #468840
הערליך שיין געשריבן.

אמת וצדק » מאנטאג מערץ 22, 2021 9:32 pm

· #468846
Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?
דאס חסידישע/וויזשניצע פלאם ברעננט אין @שבת אחים, זייער שיין געשריבען און מלא תוכן!

שאראש-פאטאק » מאנטאג מערץ 22, 2021 11:11 pm

· #468849
האסט אמאל געזען א רבי וואס זיינע חסידים האלט אז ער איז נישוי

אישתישבי » דינסטאג מערץ 23, 2021 10:40 am

· #468862
זייער א שיינע ארטיקל וועגן דער אמרי חיים.

עס פעלט אין דער ארטיקעל דער גרויסקייט פון דער מענטש.

חוץ אז ער איז נישט געשלאפן איין שבת, נאר געלערנט און געזינגען, און ר' יודעלע האט עדות געזאגט.
געוועהן א גאון אין נגלה, נאר זיך נישט באוויזן.
און אז ר' יודעלע האט זייער געהאלטן פין שווער, און אז דער חזון איש האט זיך אויפגעשטעלט פאר ר' יודעלע, איז דאך א קל וחומר ר' חיים מאיר'ל.
זיין גרויסע תלמיד ר' אליעזר דוד פרידמאן האט גאר שטארק געהאלטען פין אים.
און לאמיר נישט פארגעסן, שבת אחים האלט אויך פין אים.

און דאס אלעס מאכט אים דער לעצטע אמת'ער תלמיד פין בעל שם טוב.

פליז.......

און אפילו אויב מאכט עס עפעס יא סענס, קען נישט אפיר קומען א נייע צדיק און זיין א תלמיד פין בעל שם טוב? ר' צבי מאיר זילבערבערג פאקט איין אלע רבי'ס פין די לעצטע 50-100 יאר סיי מיט תורה און עבודה. גמילות חסדים ווייס איך נישט.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 23, 2021 1:14 pm

· #468871
אישתישבי

שוין. גוט מארגן יונה!

קודם כל. איך האב געזאגט די לעצטע ממש? קענסט נישט ליינען? פון די לעצטע און די לעצטע איז א גרויסע חילוק.

צווייטענס איך האלט ביי מיין ערשטע ארטיקל וועגן די אמרי חיים

ווען איך גיי ענדיגן גייסטו זעהן אז נישט נאר זילבערבערג קומט נישט צו צו שפיץ פינגער פון די פוס פונעם הייליגען אמרי חיים נאר נעם צאם אלע היינטיגע רביס און משפיעים צוזאמען קומען זיי נישט צו, צו די גרויסקייט פון די אמרי חיים. ער האט געהאט אלע מעלות וואס א מענטש קען האבן. געוועהן א חכם, א ערליכער, א פיינער, א גאון, א עניו, א גאון אין מידות, פארשטאנען צו יעדעמס נשמה. איך האב נישט קיין שום ספק שבעולם אז אלע מעלות פון אלע היינטיגע רביס צוזאמען קומען נישט אן צו די גרויסקייט פון די איין מענטש.

איך פלאן צושרייבן נאך אסאך ארטיקלען איבער אים. ווען איך וועל ענדיגן קענסטו זאגן וואס דו ווילסט.

תרמב » דינסטאג מערץ 23, 2021 2:20 pm

· #468873
דו שרייב ווייטער! מאך דיך נישט וויסנדיג פון די חברה.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 23, 2021 4:17 pm

· #468883
תרמב
דו שרייב ווייטער! מאך דיך נישט וויסנדיג פון די חברה.

אוואדי גיי איך שרייבן ווייטער. ווייל ווייניג מענטשען ווייסן בכלל וואס סהאט געמיינט א אמתע רבי, א אמתע מענטש, און א ריכטיגע חסיד- א תלמיד פון בעש״ט. סאיז ממש א געלעכטער צו צוגלייכן הרב זילבערבערג צום אמרי חיים. (נישט אז איך האב עפעס קעגן אים) נאר די אמרי חיים איז געוועהן א רבי וואס האט געהאט אלעס אין זיך! אלעס ממש! אזויווי איך גיי שרייבן ווייטער אין די קומענדיגע קאפיטלעך.

ער האט געהאט אסאך געהויבנע חסידים וואס זענען אליינס זענען געוועהן ראוי צוזיין גרויסע רביס. ווי הגה״צ ר׳ אברהם הערש בעק גאב״ד מעלבוירן. הגה״צ ר׳ ישראל אברהם שטיין. הגה״צ ר׳ מענדל שנעבאלג גאב״ד מאנטשעסטער. הגה״צ ר׳ אליעזר דוד פרידמאן. הגה״צ ר׳ מנחם מונדערער מקאסוב ירושלים. הגה״צ ר׳ משה שנעבאלג -טשערנאוויצער רבי, אדמור מתולדות אברהם יצחק. הגה״צ ר׳ אשר יונה וויינבערגער. צייסלהיימער רב. הגה״צ ר׳ דוד לייב שווארץ און הרה״ק ר׳ יהודא׳לע וכו׳ וכו׳

זיי זענען נישט געוועהן משוגע. וואס האבן זיי געזעהן אין אים? אין די קומענדיגע קאפיטלעך וועט איר זעהן א קלארע בילד ווער די אמרי חיים איז געוועהן בעז״ה.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 23, 2021 10:58 pm

· #468906
אישתישבי
זייער א שיינע ארטיקל וועגן דער אמרי חיים.

עס פעלט אין דער ארטיקעל דער גרויסקייט פון דער מענטש.

חוץ אז ער איז נישט געשלאפן איין שבת, נאר געלערנט און געזינגען, און ר' יודעלע האט עדות געזאגט.
געוועהן א גאון אין נגלה, נאר זיך נישט באוויזן.
און אז ר' יודעלע האט זייער געהאלטן פין שווער, און אז דער חזון איש האט זיך אויפגעשטעלט פאר ר' יודעלע, איז דאך א קל וחומר ר' חיים מאיר'ל.
זיין גרויסע תלמיד ר' אליעזר דוד פרידמאן האט גאר שטארק געהאלטען פין אים.
און לאמיר נישט פארגעסן, שבת אחים האלט אויך פין אים.

און דאס אלעס מאכט אים דער לעצטע אמת'ער תלמיד פין בעל שם טוב.

פליז.......

און אפילו אויב מאכט עס עפעס יא סענס, קען נישט אפיר קומען א נייע צדיק און זיין א תלמיד פין בעל שם טוב? ר' צבי מאיר זילבערבערג פאקט איין אלע רבי'ס פין די לעצטע 50-100 יאר סיי מיט תורה און עבודה. גמילות חסדים ווייס איך נישט.

נאכמאל ר׳ זילבערבערג פאקט איין אלע רביס וואס האבן געלעבט די לעצטע 100 יאר

וואס? און דו שרייבסט פלוז...???

דו האסט בכלל געקענט רביס די לעצטע 20 יאהר?

האסט געקענט דעם אהבת ישראל? די ווישעווער רב? זאג נאכמאל איבער? זילבערבערג האט געקענט מעהר לערנען ווי ווישעווער רב און רבי יהודא׳לע???

דו האסט א אהנונג וואס א גאון בתורה די ווישעווער רב איז געוועהן? - פון די גרעסטע גאונים וואס די וועלט האט נאר אמאל פראדוצירט- זינט די וועלט שטייט!
זילבערבערג איז געוועהן גרעסער ווי ר׳ אהרן בעלזער, סאטמארער רב, קלויזנבורגער רב, מנחת אלעזר, חקל יצחק. האדמו"ר מפיאסצנה (חובת התלמידים- ער איז געוועהן א גאון אדיר!) ווישעווער רב, אמרי חיים, די דמשק אליעזר, די אמרי אמת, די בית ישראל, די חבדסקער, פאפער רב, צעלימער רב, די ריבניצער, די סקולענער, ר׳ יעקב יוסף מסקווירא, ר׳ שלום אליעזר׳ל ראצפערטער, ר׳ ישעילע טשחויבער, ר׳ בנציון באבובער.

ביסט געפאלן אויף דיין גראגער?

אישתישבי » מיטוואך מערץ 24, 2021 1:08 am

· #468908
די ווערסט ווילד אין דער עולם האט הנאה, וגם אני בתוכם.

מיט וואס איז דער אמרי חיים מער ווי ר' צבי מאיר?

זאגסט גאונות!!!

ווען איינער איז א גאון ווייסט מען. נישטא קיין טענות אהן און צוריק אויף דעם.

לויט דעם חשבון אז מען מעסט מיט גאונות קומט אויס אז דער ראגאטשאווער איז געוועהן דער גרעסטע און לעצטע תלמיד פין בעל שם טוב. נישטא ווער עס זאל לאכן.

און באלט וועסטו נאך זאגן אז דער ראגאטשאווער קומט נישט צו דער קנעכל פין דער גאונות פין אמרי חיים אדער דער ווישיווער.

די אלע גרויסע תלמידים וואס די רעכענסט אויס, אויס פאר איין סיבה, נישט געוועהן קיין אנדערע חסידישע מוסדות ווי צו גיין.

און די מרידה ווילסטו נישט רעדן, איך פארשטיי.

דער אמרי חיים איז זיכער געווען א גרויסע איד, אבער די שרייבסט דערווייל שטחים והבלים, גאונות לאז פאר גאונים וואס זענען גאונים.

איך ווארט אויך צו זעהן פין דיר דער גדלות פין אמרי חיים, און דערנאך וועל איך דיר מוחל זיין פאר מגזם זיין כאילו ער און זיינע תלמידים זענען די גרעסטע גאונים וואס כלל ישראל האט אמאל פארמאגט.

און לגבי ר' צבי מאיר, ער איז גאון עצום וואס רעדט, און מען הערט עס פין אים, אדרבה קוק אין זיינע ספרים וועסטו זעהן זיינע טיפע מושגים אין חסידות, און זיין עבודה איז איינס אין דער וועלט, מן הסתם נישטא נאך אזאנס היינט בדורנו, און ר' חיים מאיר'ל מיט זיין גאנצע גרויסקייט האט נישט אראפגעלייגט און עבודת התפילה ווי ר' צבי מאיר לייגט אראפ היינט.

מען קען אויך נעמען ר' מאטיל זילבער פאר א משל, זיין גאונות אין חסידות און תורת בעל שם טוב איז אויך אויסנאם גרויס און שטארק.

און די נעמסט ר' חיים מאיר'ל און די טענה'סט אז ער איז געוועהן א גאון!! איה גבורותיו ואיה נוראותיו? אה, א עניו!! באלט וועסטו זאגן אז די ביסט אויך א גאון נאר די ביסט א עניו.

שבת אחים » מיטוואך מערץ 24, 2021 1:46 am

· #468910

אקעי שטייט!
סקוקט בכלל נישט אויס ווי דו האסט געליינט מיין ארטיקל.
די פוינט איז נישט געוועהן וויפל לערנען ער קען. און צי ער איז געוועהן א גרויסער גאון.

נאכמאל בקיצור:
סאיז דא צוויי ווערסיעס אויפן אמרי חיים.

איינס- געוועהן סתם א מענטש וואס האט גערייכערט צוגרעטלעך געזינגען ניגונים און גערעדט צו מענשטען ווארים און שיין. נישט קיין גרויסער בעל צדקה. איבערגעלאזט אפאר מיליאן דאללער ירושה. קוים געקענט אפלערנען א בלאט גמרא אליינס.(לשיטת סאטמאר)

צוויי-א גאון בתורה, במידות, א עובד השם, א פארצייטישע רבי. געשטארבן א בעל חוב, געוועהן א גרויסע בעל צדקה.

וועלכע ווערסיע איז אמת?

איך טענה נומבער צוויי. און קוק קלאר אין מיין תגובה איך שרייב נישט אז ער איז געוועהן א אויסגערופענע גאון. נאר ער האט געהאט אלע מעלות וואס א מענטש קען האבן. איך האב דיר דעס פריער געשריבן. אלע זיינע מעלות צוזאמען קומט אויס אז ער איז געוועהן פון די לעצטע תלמידי הבעש״ט.

אויפווייזן? איך בין דא צו דערציילן פון מענשטען וואס האבן אים געקענט. כהאב אנגעפאנגען מיט הרה״ק ר׳ יהודא׳לע ווילסט נישט גלייבן וואס ער זאגט איז נישט. איך גיי ברענגן נאך מענטשען.

איך האב עפעס געשריבן אז זיינע חסידים זענען געוועהן די גרעסטע מענטשען אויף די וועלט? ניין קיינמאל נישט געשריבן אזאנס. ביסט א קליין קינד?

איך האב געשריבן אז ער האט געהאט אסאך געהויבענע חסידים וואס זענען אליינס רבנים, דיינים און מרביצי תורה. און אסאך פון זיי שטאמען נישט פון מארמארוש און בוקעווינע. און זיי זענען געוועהן “געהויבענע אידן״ פארוואס האבן זיי געהאלטן פון די אמרי חיים?

ר׳ אליעזר דוד פרידמאן האט געקענט כל התורה כולה. מיט חסידות. אלעס! ער האט נישט געהאט וואס צוטוהן נאר זיך דרייען ביי איינער וואס האט גערייכערט צוגרעטלעך און געמאכט ווערטלעך? וואס??? קענסט זאגן גלייבסט אים נישט. איז נישט! קיינער צווינגט דיך נישט!

איך בין דא צו דערציילן וועלכע ווערסיע סאיז אמת לויט אלע מענטשען וואס האבן אים געקענט אריינגערעכענט די מורדים
כהאב קלאר געשריבן אין מיין תגובה איז איך גיי שרייבן וואס כהאב געהערט פון די מורדים.
איך האב נישט געזאגט ער איז א ראגעטשוואער. וואס כהאב יא געזאגט ער האט געהאט אלע מעלות וואס א מענטש קען נאר האבן. און אין דעם איז כולל אז ער האט געקענט גוט לערנען אויך

נעקסט קעיס.

שבת אחים » מיטוואך מערץ 24, 2021 2:02 am

· #468911
דאס וואס דו שרייבסט אז ר׳ אליעזר דוד פרידמאן און אנדערע זענען געוועהן זיינע חסידים ווייל סאיז נישט געוועהן קיין אנדערע ישיבה:

לשיטתך איז אביסל שווער. פערציג יאהר נאך אמרי חיים׳ס פטירה האט ר׳ אליעזר דוד נאכאלץ געהאלטן דרשות ברבים און גערעדט וועגן זיין גרויסקייט. און אלעס ווייל ר׳ חיים מאירל האט אים אריינגענומען אין ישיבה ווייל סאיז נישט געוועהן וואו צוגיין? פשוט אלץ הכרת הטוב האט ר׳ אליעזר דוד א גאנץ לעבן גערעדט פון זיין גרויסקייט!!! פארן אים ארייננעמען אין ישיבה....האהא...

נישט ווייל ער האט זיך געדרייט ביי די מענטש און געזעהן זיין גרויסקייט נאר פשוט ווייל ער האט אים אריינגענומען אין ישיבה...

דאכצעך ער איז שוין געוועהן א אינגערמאן. אבער מיינסט צו זאגן ער האט אים אריינגעלאזט אין זיין ביהמ״ד???
און ר׳ יהודא׳לע האט פשוט געהאט הכרות הטוב ווייל ער האט אים געגעבן זיין טאכטער? ער איז געוועהן נעבעך א אלטע בחור פון א צובראכענע משפחה, קיינער האט אים נישט געוואלט נעמען פאר קיין איידעם. האבן זיי געמאכט א דיעל. איך וועל דיר געבן מיין טאכטער און דו וועסט ארומגיין זאגן פאר די גאנצע וועלט אז איך בין אזוי הייליג ווי ר׳ לוי יצחק בארדישובער.
און ער האט עס געזאגט אזוי לאנג. אז אפילו ער האט זיך שוין געהאט געגט פון זיין טאכטער האט ער ער נאכאלץ געזאגט אלץ געוואוינהייט... אלעס שטימט...

בד״וו האלב פון די ליסטע האבן בכלל נישט געלערנט אין ישיבה נאר זענען שוין געוועהן אינגעלייט דעמאלטס נאכן קריג.

אקעי צבי מאיר זילבערבערג איז געוועהן גרעסער ווי אלע רביס די לעצטע הונדערט יאהר איך בין מודה! קען מען גייען ווייטער? דו גייסט במילא שרייען אלעס פארקערט פון וואס איך זאג.

שבת אחים » מיטוואך מערץ 24, 2021 2:57 am

· #468912
ווען די אמרי חיים האט אויפגעשטעלט די שיכון איז געוועהן דריי אידן וואס האבן אים גרויס געמאכט. און געשלעפט אסאך פרעמדער מענטשען אריין קיין שיכון וויזניץ. די דריי גרעסטע משפיעים וואס האבן געפאמפט די אמרי חיים צוויי פון זיי זענען געוועהן אונגארישע, נישט קיין וויזניצער פארן קריג.

די דריי אידן האבן ממש געשריגן אין אלע גאסן “אונז האבן דא אזא גרויסע צדיק ווי דער בעש״ט, און ר׳ לוי יצחק בארדישובער”

ווי איך וועל שריייבן שפעטער באריכות (ער וויל דאך הארטע באווייזן)

די דריי זענען

הרה״צ ר׳ אליעזר דוד פרידמאן

הרה״צ ר׳ דוד לייב שווארץ

הרה״ק ר׳ יהודא׳לע האראוויץ.

אזעלכע הייסע חסידים וואס זיי זענען געוועהן פון אמרי חיים איז נישטא היינט אין וויזניץ! ביטע לאזט מיך ענדיגן אלע ארטיקלען איר וועט האבן א א קלארער בילד.

שבת אחים » מיטוואך מערץ 24, 2021 3:33 am

· #468913
אישת אויב ביסטו גוט מיט אים פערזענליך ביטע פרעג ר’ צבי מאיר זילבערבערג זיין מיינוג אויפן אמרי חיים, ר׳ יהודא׳לע און ר׳ אליעזר דוד פרידמאן. צי ער האט געקענט איינע פון די דריי מענטשען. אז נישט אפשר וועל איך אים פרעגן אין א געלגענהייט. איך טוה דאס שוין יאהרן לאנג. יעדען איד וואס איך טראכט נאר אמאל אז ער האט געזעהן די אמרי חיים פרעג איך זיי. א איד וואס איז העכער זעכציג און אז איך כאפ א שמועס אדער א היטש אמאל פרעג איך זיי.

איך האב אסאך גערעדט מיט מענטשען. איך טוה דאס שוין יאהרן לאנג. איך האב גערעדט מיט אסאך מורדים. בתוכם אין מיין אייגענע משפחה איז דא פון זיי. איך האב דאס א לאנגע צייט שטודירט. איך בין נישט קיין פאטריאט פאר היינטיגע וויזניץ. איך האב מיט זיי גאר ווייניג שייכות (חוץ די ניגונים גלייך איך זייער) נאר איך
בין א חסיד פון די אהבת ישראל און זיינע קינדער בעיקר פון די אמרי חיים מיטן דמשק. ווייל זיי זענען געוועהן באמת העכערע מענטשען. אויסגעארבעט אין יעדע מדה. געשמאקע מענטשען, ווארימע מענטשען, קלוגע מענטשען. זיי האבן געקענט פארטארגן אלע מיני אידן נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב.
צוזאמען האט די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער אויפגעשטעלט צענדליגער טויזנטער תלמידים. געהויבן די אידן אינדעהיים. און אויסגעטיילט צענדליגער מיליאנען פאר צדקה נאך אינדערהיים ווי איך האף צו שרייבן שפעטער באריכות בל״נ.

סאיז געבליבן אסאך עווידענס פון זיין צדקה וחסד נאך פון אינדעהיים ווען די אמרי חיים איז געוועהן רבי אין גרויסווארדיין נאך זיין טאטענס פטירה. אמאל פאר די צייטן פון קוויקפע״י ווען מהאט געשיקט געלט האט מען געשיקט א בריוו פון וואו די געלט קומט. און ווען מהאט ערהאלטן די געלט האט מען געדארפט צוריק באקומען א בריוו, א רעסיפט כאילו אז מהאט טאקע ערהאלטן די געלט און אז סאיז אנגעקומען אויפן ריכטיגן פלאץ. סאיז געבליבן פיהל מיט אזעלכע דאקומענטן און קאפיס איז געדרוקט אין ספר מאור החיים. מיליאנען לעי פאר אלע אידישע צוועקן, פלטים, ארימלייט וכו׳ אסאך מאל איז די אמרי חיים׳ס איידעם ר׳ יהודא׳לע געוועהן די שליח צו טראגן די געלט. און אינטערסאנט ער פלעגט זיך דאן אינטערשרייבן יהודה האגער דיין בקלויזנבורג. א שטיקל צייט האט ער זיך געטוישט זיין לעצטע נאמען צו זיין מאמע׳ס משפחה נאמען. דערווייל האב איך נאך נישט געטראפן קיין תירוץ פארוואס ער האט זיך אזוי גערופן דעמאלטס. עכ״פ סאיז געבליבן באווייזן. איבער א מיליאן לעי א חודש פלעגט די אמרי חיים פארטיילן. און סאיז כמעט נישט געוועהן קיין רייכע אידן דעמאלטס. אידן זענען געוועהן זייער לימיטעט, מהאט נישט געלאזט די אידן מאכן קיין ביזנעס, סאיז געוועהן אלע מיני גזירות מיט די אויפשטייג פון נאציזים.

פארדעם טאקע איז דער ווישעווער רב געפארן קיין אמעריקע נאך פארן קריג. ער האט געהאט א גרויסע ישיבה מיט א דארמיטארי (געוועהן ממש פון די ערשטע ישיבות דעמאלטס ווי די בחורים האבן געקענט שלאפן אין ישיבה) פאר הונדערטער בחורים. נישט געוועהן קיין גאווערמענט פראגראמען. כמעט קיינער האט זיך נישט געקענט ערלויבן צו באצאלן קיין שכ״ל. וואס האט ווישעווער רב געטוהן? ער האט בלית ברירה געמוזט פארן קיין ענגלאנד, בעלגיע אמעריקע, אפילו ער איז נישט געזונט געוועהן און שטארק געליטן אויף צוקער. און איז ארומגעגעאנגען נאך געלט דא אין אמעריקע האבן די אידן יא געמעגט מאכן ביזנעס. ער האט געהאלטן אין יעדע פלאץ א דרשה פאר בערך פיר שעה אין א לאנגע סוגיא. ער האט קיינמאל נישט איבערגעזאגט די זעלבע דרשה. אפילו אויב ער האט געזאגט צוויי דרשות אין די זעלבע טאג. ער איז געוועהן א מוראדיגער בעל דרשן. מאיז זייער נתפעל געווארן דאהי פון אים. מהאט אים געבעטן ער זאל בלייבן אין אמעריקע, מהאט אים צוגעזאגט גאלד אבער האט בשום אופן נישט געוואלט אפלאזן זיין ישיבה.מאיז אים נאכגעלויפן אין אלע גאסן דא. מענטשען האבן נישט געגעלייבט וואס א גאון ער איז. נישט אלעס איז אראפגעשריבן געווארן. סאיז נישט געוועהן ווי היינט. ער פלעגט ארומלויפן אין די גאנצע וועלט שאפן געלט ממילא האט ער כמעט נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן חידושי תורה. הגם אסאך איז יא אראפגעשריבן געווארן. די ווישעווער רב איז געשטארבן ליידער זייער יונג נאר פינף יאהר נאך זיין טאטעס פטירה אין די עלטער פון 55. המשבק ר׳ יעקל ראזענפעלד (בן החסיד ר׳ חיים שמואל בן החסיד הנודע הנגיד המפואר ר׳ משה טעטשער) האט געקענט נאכזאגן איין דרשה וואס ער האט געהערט פון ווישעווער רב. ער האט עס אפאר מאל אין זיין לעבן נאכגעזאגט. די דרשה האט גענומען פיר און האלב שעה נאכצוזאגן!!!

מיט דעם אלעמען בין איך גרעסערע חסיד פון די אמרי חיים. אפילו די ווישעווער רב איז לכאורה געוועהן אסאך אסאך א גרעסערע גאון ווי אים. וויבאלד ווישעווער רב האט נאר געקענט זאגן תורה. ער האט נישט פארשטאנען צו קיין פשוטע איד. ער האט נישט געהאט קיין שפראך מיט יעדען איינעם! נישט געקענט זינגען און פירן קיין טישן, ער איז געוועהן מעהר ווי א ראש ישיבה ווי א רבי. וויזניץ האט געהאט אסאך פשוטע אידן. די אמרי חיים מיט די דמשק האבן געקענט ביידע. סיי רעדן צו געהויבענע אידן ווי ר׳ יהודא׳לע און ר׳ אליעזר דוד זייער שפראך, און סיי רעדן צו פשוטע אידן און זיך אראפלאזן צוזיי. און טאקע דערפאר איז די אמרי חיים געווארן וויזניצער רבי אפילו איז געוועהן יונגער און אפילו ער איז נישט געוועהן אזא אויסגערופענע גאון ווי דער ווישעווער רב. די אמרי חיים האט געהאט אלע מעלות אינאיינעם. סיי לערנען און סיי פירן א חסידות און פארשטיין יעדען איינעם.ווען זיין פאטער איז אוועק האבן די געהויבענע וויזניצער חסידים פון ווילחאוויץ (ר׳ יהודא׳לע פלעגט זיי רופן די “אלטע געווירדע” און זיך
געהאלטן פאר א תלמיד פון אפאר פון זיי) געקומען צו פארן קיין גרויסווארדיין און אויפגענומען די אמרי חיים פאר רבי. די גרעסטע חסידים, די סמעטענע פון וויזניץ. זיי זענען געפארן צום ווישעווער רב אויך אין געוויסע גלעגענהייטן אבער “רבי”, אויף דעם טאטענס פלאץ האבן זיי אלע געהאלטן די אמרי חיים דארף זיצן ווייל ער האט געהאט אלעס אין זיך נישט נאר תורה. געוועהן א מוראדיגע געלונגענע מענטש. און ווישעווער רב איז געבליבן “ווישעווער רב” קיינער רופט אים נישט אן רבי. ער איז געבליבן א רב.

אישתישבי » מיטוואך מערץ 24, 2021 8:38 am

· #468920
האסט אנגעהויבן שרייבן אביסל מער צו דער זאך.

שרייב מעלות פין אמרי חיים, דאס ברענגט ארויס עפעס, און נישט דמיונות, א מעשה אז ער האט געהאלפען אידן, געהויבן אידן, געהאט טיפע אידיאלאגיע, און וואס איז עס געוועהן, איז אינטערעסאנט, מעשה'לעך אז ער האט געהאט גרויסע תלמידים ממילא איז מוכרח, קען אמאהל צוקומען פאר קאמפאט, אבער כשלעצמו מיינט עס גארנישט.

למשל דער געדאנק חזר'ט זיך איבער אין דיינע ווערטער אסאך, דער האט געזאגט יענער האט געזאגט, און די שרייבסט אז איך זאל פרעגן ר' צבי מאיר וואס ער האלט פין אמרי חיים. ר' שבת, מיר גייט גאנץ ווייניג אהן די גוזמאות פין ר' צבי מאיר, איך בין נישט זיין חסיד, איך טוה נישט זיינע הדרכות, און גלייב נישט זיינע באבע מעשיות אויך נישט. וואס יא? ער דינט דער אויבערשטער יומם ולילה, און איז א גאון, א שטארקע טעאלאג אין תורה וחסידות, א עניו און אסאך מעלות.

וואס קענסטו ברענגען אויף דער אמרי חיים חוץ דעמאגאגיע?

די אלע וואס האבן געלערנט אין זיין ישיבה זענען חסידים, ווייל אזוי גייט עס, נישט אלץ הכרת הטוב, די זעלבע סיבה די ביסט א חסיד שוטה פין אלע וויזניצער רבי'ס, ווייל די ביסט אויפגעצויגן געווארן אין וויזניץ. ווען די וואלסט אויפגעצויגן געווארען אין סאטמאר, וואלט געוועהן א נחת צו ליינען דיינע אשכולות ווי די האקסט אז מען טאר נישט גיין צו די בחירות הטמאות.

yn.NY » מיטוואך מערץ 24, 2021 9:58 am

· #468922
שבת אחים
[
נאכמאל בקיצור:
סאיז דא צוויי ווערסיעס אויפן אמרי חיים.

איינס- געוועהן סתם א מענטש וואס האט גערייכערט צוגרעטלעך געזינגען ניגונים און גערעדט צו מענשטען ווארים און שיין. נישט קיין גרויסער בעל צדקה. איבערגעלאזט אפאר מיליאן דאללער ירושה. קוים געקענט אפלערנען א בלאט גמרא אליינס.(לשיטת סאטמאר)

צוויי-א גאון בתורה, במידות, א עובד השם, א פארצייטישע רבי. געשטארבן א בעל חוב, געוועהן א גרויסע בעל צדקה.

וועלכע ווערסיע איז אמת?

קיינער (אפילו די סאטמורים אליין) דערשרעקט זיך נישט פון די וועג וויאזוי סאטמאר שאצט אפ א גדול בישראל; נישט היינטיגע און נישט אמאליגע...

גראדע זייער שיינע ארטיקל אויף'ן אמרי חיים ז"ל, מיט שיינע ידיעות וואס כ'האב נאכנישט געהערט.

סאוי כ'האף אז די ציל פון די ארטיקלען דא איז נישט מיט'ן ציל אויפצוווייזן אז "די סאטמארע ווערסיע איז נישט גערעכט".

שבת אחים » מיטוואך מערץ 24, 2021 1:54 pm

· #468930
אישתישבי
האסט אנגעהויבן שרייבן אביסל מער צו דער זאך.

שרייב מעלות פין אמרי חיים, דאס ברענגט ארויס עפעס, און נישט דמיונות, א מעשה אז ער האט געהאלפען אידן, געהויבן אידן, געהאט טיפע אידיאלאגיע, און וואס איז עס געוועהן, איז אינטערעסאנט, מעשה'לעך אז ער האט געהאט גרויסע תלמידים ממילא איז מוכרח, קען אמאהל צוקומען פאר קאמפאט, אבער כשלעצמו מיינט עס גארנישט.

למשל דער געדאנק חזר'ט זיך איבער אין דיינע ווערטער אסאך, דער האט געזאגט יענער האט געזאגט, און די שרייבסט אז איך זאל פרעגן ר' צבי מאיר וואס ער האלט פין אמרי חיים. ר' שבת, מיר גייט גאנץ ווייניג אהן די גוזמאות פין ר' צבי מאיר, איך בין נישט זיין חסיד, איך טוה נישט זיינע הדרכות, און גלייב נישט זיינע באבע מעשיות אויך נישט. וואס יא? ער דינט דער אויבערשטער יומם ולילה, און איז א גאון, א שטארקע טעאלאג אין תורה וחסידות, א עניו און אסאך מעלות.

וואס קענסטו ברענגען אויף דער אמרי חיים חוץ דעמאגאגיע?

די אלע וואס האבן געלערנט אין זיין ישיבה זענען חסידים, ווייל אזוי גייט עס, נישט אלץ הכרת הטוב, די זעלבע סיבה די ביסט א חסיד שוטה פין אלע וויזניצער רבי'ס, ווייל די ביסט אויפגעצויגן געווארן אין וויזניץ. ווען די וואלסט אויפגעצויגן געווארען אין סאטמאר, וואלט געוועהן א נחת צו ליינען דיינע אשכולות ווי די האקסט אז מען טאר נישט גיין צו די בחירות הטמאות.

זייער אסאך שטותים הבלים, און זייער קינדעריש רעדסטו שוין ווייטער. קריכסט אויף
די גראדע ווענט ווי אייביג.

1)יא איך שרייב דער האט געזאגט און יענער האט געזאגט. איך שרייב פון מענטשען וואס האבן אים געקענט. און וואס איז שלעכט מיט דעם? נאכדערצו איך האב געגעבן א מקור רוב פון די מעשיות וואס איך האב דא דערציילט שטייט געדרוקט אין ספר “יהודה לקדשו” געשריבן דורך אלע נאנטע מענטשען צו רבי יהודא׳לע.

וואס איז שלעכט מיט נאכזאגן פון געהויבענע און נאנטע חסידים. גלייבסט נישט ר׳ יהודא׳לע ר׳ אליעזר דוד פרידמאן, תולדות אברהם יצחק רבי. ר׳ אברהם הערש בעק איז נישט... האסט א בחירה. קענסט טוהן וואס דו ווילסט.

2)איך האב אלעס אנגענומען וויאזוי איך בין אויפגעוואקסן? איך
בין אויפגעוואקסן אז ר׳ מאטעלע פליט אין הימל און איז געוועהן א מלאך. למעשה האלט איך נישט אזוי. איך האלט אז ער איז געוועהן א אמתע מענטש אבער כהאב אסאך זאכן וואס כ׳האלט נישט פון אים ווי איך האב דא געשריבן אויף ק״ש. איך
בין א חסיד שוטה פון אלע וויזניצער רביס? ליגענט! איך בין נישט קיין חסיד פון די היינטיגע וויזניצער רביס. איך האלט אז ר׳ ישראל ב״ב און געוויסע פון ר׳ מאטעלע׳ס קינדער זענען פיינער מענטשען, מיינען עס ערענסט. אבער כבין נישט קיין חסיד פון זיי! איך בין א חסיד פון די אהבת ישראל מיטן אמרי חיים. נאכן אמרי חיים און ר׳ יהודא׳לע I’m out!

גענוג און נאך זאכן מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן אז סאיז הייליג לאך איך דערפון.

א חסיד שוטה מיינט ווען איינער איז בלינדערהייט א חסיד פון עפעס. איך
בין א חסיד פון די אהב״י און די אמרי חיים אפילו כהאב זיי קיינמאל נישט געזעהן פונקט ווי די חסידים פון ר׳ נחמן מברסלב. איך בין א חסיד פון זייער כאראקטאר און פערזענליכקייט. איך האב
געליינט אלעס וואס מהאט געשריבן אויף זיי, געלערנט זייערע תורות, געהערט זייערע ווערטלעך. און פון די כאראקטאר און פערזענליכקייט בין איך
א חסיד.

די אהבת ישראל מיטן אמרי חיים זענען מיינע וועגווייזערס. איך וויל האבן אזעלכע מידות ווי זיי. זיי האבן געלעבט א העכערע לעבן. איך טראכט אלץ
צו מיר ווען איך האנדל מיט מענטשן. וויאזוי וואלט זיך מיין רבי אויפגעפירט. און דאס טוה איך. די אהבת ישראל, די אמרי חיים איז מיין guru, איך גלייך יעדע ווארט וואס די מענטש האט געזאגט וואס כהאב דערווייל געהערט. כ׳זעה נאכנישט דיין פראבלעם.

קאך_לעפל » מיטוואך מערץ 24, 2021 2:13 pm

· #468931

צו מיר ווען איך האנדל מיט מענטשן. וויאזוי וואלט זיך מיין רבי אויפגעפירט.
און דאס טוה איך. די אהבת ישראל, די אמרי חיים איז מיין guru, איך גלייך יעדע ווארט וואס די מענטש האט געזאגט וואס כהאב דערווייל געהערט. כ׳זעה נאכנישט דיין פראבלעם.

אה מיי גודנעס...

שבת אחים » מיטוואך מערץ 24, 2021 2:18 pm

· #468932
עניוועי דו האסט מיר נמאס געמאכט פון שרייבן ווייטער. יעדע מאל איך קום אריין דא אין שטיבל
און איך שרייב עני טינג קומסטו גלייך מיט עפעס א נערישע אטאקע. ממש די לעצטע אכט מאל איך
בין אריינגעקומען דא. ווען איך האב געשריבן מיין מיינוג וועגן סאדיגור ווען איך האב געשריבן וועגן די אויפשטייג פון רעכטע נאציזים וכו׳ וכו׳ סקוקט אויס ווי דו ביסט דא לקנטר אדער עפעס. קיין איין זאכליכער זאך נישט געשריבן דא. קודם האסטו זיך געשוואוירן ביי דעם זילבערבערג בארד צוויי תגובות שפעטער שרייבסטו ער איז א פשוטער בעל דמיון און דו האלטס בכלל נישט פון אים.

האלטס שוין ביי די עלעפטע סיבה פארוואס ר׳ אליעזר דוד פרידמאן איז געוועהן א פייערדיגע חסיד פונעם אמרי חיים. (מיין פעיוועירט איז ווייל
ער האט אים אריינגענומען אין ישיבה 😂 איך
גיי דאס פארציילן פאר הגה״צ ר׳ משה שנעבאלג נעקסטע מאל
איך רעדט צו אים. ער האט שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטס. פאר איינער וואס האט געקענט ר׳ אליעזר דוד און די היסטאריע פון שיכון וויזניץ איז דאס אזא מין געלעכטער.

דו רעדסט אייביג אריין די העכסטע אין זאכן וואס דו ווייסט זייער ווייניג. און ווען מזאגט דיר סאיז דא מענטשען וואס ווייסן יא- זיי זענען דארט געוועהן און לאמיר הערן פון זיי- שרייסטו דו זאגסט אלץ דער זאגט יענער זאגט... מוראדיג!

איך האב געשריבן א הערליכע ארטיקל וועגן די אמרי חיים. פרובירט מסביר זיינע מעלות און פארוואס איך בין נתפעל געווארן פון אים. כהאב פרובירט ארויס צולאזן פאליטיק און חאזעריי. אבער מקען נישט מיט דיר.

זיי געזונט. איך עקעל מיך אריינצוקומען דא. איך
בין נישט קיין באצאלטע שרייבער. איך האב בעסער וואס צוטוהן מיט די צייט. איך האב געמיינט איך רעדט דא צו ערוואקסענע מענטשען.

קאך_לעפל » מיטוואך מערץ 24, 2021 2:23 pm

· #468933
שבת אחים
עניוועי דו האסט מיר נמאס געמאכט פון שרייבן ווייטער. יעדע מאל איך קום אריין דא אין שטיבל
און איך שרייב עני טינג קומסטו גלייך מיט עפעס א נערישע אטאקע. ממש די לעצטע אכט מאל איך
בין אריינגעקומען דא. ווען איך האב געשריבן מיין מיינוג וועגן סאדיגור ווען איך האב געשריבן וועגן די אויפשטייג פון רעכטע נאציזים וכו׳ וכו׳ סקוקט אויס ווי דו ביסט דא לקנטר אדער עפעס. קיין איין זאכליכער זאך נישט געשריבן דא. קודם האסטו זיך געשוואוירן ביי דעם זילבערבערג בארד צוויי תגובות שפעטער שרייבסטו ער איז א פשוטער בעל דמיון און דו האלטס בכלל נישט פון אים.

האלטס שוין ביי די עלעפטע סיבה פארוואס ר׳ אליעזר דוד פרידמאן איז געוועהן א פייערדיגע חסיד פונעם אמרי חיים. (מיין פעיוועירט איז ווייל
ער האט אים אריינגענומען אין ישיבה 😂 איך
גיי דאס פארציילן פאר הגה״צ ר׳ משה שנעבאלג נעקסטע מאל
איך רעדט צו אים. ער האט שוין לאנג נישט געהערט אזא גוטס. פאר איינער וואס האט געקענט ר׳ אליעזר דוד און די היסטאריע פון שיכון וויזניץ איז דאס אזא מין געלעכטער.

דו רעדסט אייביג אריין די העכסטע אין זאכן וואס דו ווייסט זייער ווייניג. און ווען מזאגט דיר סאיז דא מענטשען וואס ווייסן יא- זיי זענען דארט געוועהן און לאמיר הערן פון זיי- שרייסטו דא זאגסט אלץ דער זאגט יענער זאגט... מוראדיג!

איך האב געשריבן א הערליכע ארטיקל וועגן די אמרי חיים. פרובירט מסביר זיינע מעלות און פארוואס איך בין נתפעל געווארן פון אים. כהאב פרובירט ארויס צולאזן פאליטיק און חאזעריי. אבער מקען נישט מיט דיר.

זיי געזונט. איך עקעל מיך אריינצוקומען דא. איך
בין נישט קיין באצאלטע שרייבער. איך האב בעסער וואס צוטוהן מיט די צייט. איך האב געמיינט איך רעדט דא צו ערוואקסענע מענטשען.

סארי, מיר געבן נישט קיין הכנות אויף וואס איר גרעפסט....
שרייבט ווייטער פונעם העיליגען אמרי חיים זצוקלל'ה.

אישתישבי » מיטוואך מערץ 24, 2021 3:18 pm

· #468935
ר' שבת
עס איז נישט נארמאל פין דער ווי די ווערסט פערסאנעל, מען טאר זיך נישט דינגען אויף וואס די שרייבסט? ביסט עפעס תורת משה? אביסעל טשעלענדזש קענט איר נישט פארנעמען אהן צוריק שיסן פעך און שוועבל?

האסט געשריבן

איך בין א חסיד פון זייער כאראקטאר און פערזענליכקייט. איך האב
געליינט אלעס וואס מהאט געשריבן אויף זיי, געלערנט זייערע תורות, געהערט זייערע ווערטלעך. און פון די כאראקטאר און פערזענליכקייט בין איך
א חסיד.

איך ווארט טאקע צו זעהן פין דיר כאראקטער און פערזעהנליכקייט, תורות און ווערטלעך.

דערווייל האסטו גארנישט געברענגט. אפשר דארפט איר הילף אין פארשטיין וואס מיינט כאראקטער אדער פערזענליכקייט, תורות און ווערטלעך?
תורות מיינט נישט אז דער און יענער חסיד האט מעיד געוועהן אז דער אמרי חיים האט געקענט מער פין ווישיווער. דאס מיינט לדאבונינו גארנישט. ווייל אפילו עס זאל זיין אמת, וואס האט מען דערפין?

דורש אמת » מיטוואך מערץ 24, 2021 11:55 pm

· #468953
Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?
ס׳קוקט דא אויס ווי א קינדערגארטן

Sent from my iPad using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מיטוואך מערץ 24, 2021 11:57 pm

· #468954
ווייל ס'איז.

אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 25, 2021 12:10 am

· #468956
דורש אמת
ס׳קוקט דא אויס ווי א קינדערגארטן

Sent from my iPad using Tapatalk

די ביסט דער וואס שרייט קינדער ארויס פרייטאג אין מקוה?

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 25, 2021 2:56 pm

· #468986
איך גיי ווייטער שרייבן נאך פסח בל״נ. איך בעט קיינער זאל נישט אנחאזערן די אשכול. איך גיי מיך נישט וויסענדיג מאכן פון קיין טראללס.

איך גיי שרייבן וועגן די מרידה און די נדחים פון וואס איך האב געהערט
אויב איינער האט עני אינפארמאציע וועגן די וויזניצער מורדים, זייערע מיינונגען אויפן אמרי חיים, ישועות משה וכו׳ זייער עקספירענס אין וויזניצער ישיבה פאר די מרידה ביטע שיקט מיר א אישי אויב זענט איר גרייט צו שעירן.

שבת אחים » מאנטאג אפריל 5, 2021 7:52 pm

· #469265
אינטערסאנט צו באמערקן דאס וואס איך האב געשריבן אז אין יענע צייטן האט מען בכלל נישט אראפגעשריבן די דרשות און תורה פון ווישעווער רב. איז אבער יא געוועהן איין גרויסע תלמיד פון ווישעווער רב וואס האט יא געהאט שכל און ער האט אראפגעשריבן אסאך פון זיין תורה. און א דאנק אים איז געבליבן אסאך דברי תורה פון ווישעווער רב. דער איד האב איך גוט געקענט. ער האט געהייסן הרה״ח ר׳ משה הערש ראזענבערג באקאנט אלץ “ר׳ משה שותק” (פאטער פון נחום ראזענבערג פון די האטליין) די איד האט געוואוינט אין וויליאמסבורג נעקסטע הויז צו מיין פאטער. ער האט קיין איין רגע נישט מסיח דעת געוועהן פונעם אייבערשטן און פון זיין רבי דער “אהבת ישראל”. ער פלעגט גיין נאך געלט (ווי אויך זיין ברודער הרה״ח ר׳ יודל עביר ז”ל) טאג און נאכט פאר ארימלייט, אלמנות און יתומים. בשעת ער איז געגאנגען נאך געלט האט ער געמורמעלט משניות אדער תהילים.
מ’האט אים גערופן “ר׳ משה שותק” ווייל ער פלעגט קיינמאל נישט אויסרעדן. אלץ געזאגט תהילים און געלערענט. אבער נאר איינמאל פלעגט ער אויסרעדן, אויב מהאט גערעדט פון די אהבת ישראל און זיינע קינדער. ווען מיין פאטער פלעגט פארן צום “תורת מרדכי” פלעגט ער אלץ כאפן א היטש מיט אים. ספעציעל יעדע יאהר הושענה רבה. אויפן וועג האט ער געזאגט תהילים א גאנצע צייט. ער האט זיך קיינמאל נישט צוטוהן געמאכט וואס טוט זיך ארום זיך. קיינמאל נישט אריינגערעדט אין קיין שמועסן וואס מ׳האט גערעדט. אבער מיין פאטער פלעגט אויפן וועג אנפאנגן צורעדן פונעם אהבת ישראל. האט ער זיך פלוצינג גענומען רעדן און ס׳האט געפליסט פון אים מעשיות און גערעדט א גאנצע וועג. אויב מהאט אנגעהויבן רעדן פון עפעס אנדערש האט ער גלייך זיך גענומען ווייטער מורמלען תהילים. דער איד האט אין זיין לעבן נישט גערעדט אויף קיין דריטער מענטש! אין זיין לעבן נישט גערעדט קיין לשה״ר. (ליידער איינע פון זיינע קינדער רעדן שטאטס אים...) זיינע קינדער האט ער געשיקט לערנען צום אמרי חיים בתוכם נחום.

צוויי פון זיינע קינדער זענען געווארן שפעטער סאטמארער חסידים (נחום מיט זיין ברודער יצחק) איין ברודער אנטשיל פון מאנסי איז א מאנסי-וויזניצער. זיי שטאמען פון די גרויסע באוואוסטער וויזניצער חסיד הרה״ח ר׳ יהודא’ל עביר ראזענבערג פון ביטשקוב מגודלי חסידי וויזניץ.

ווען נישט ר׳ משה הערש ראזענבערג וואלט מעהר ווי האלב פון ווישעווער רב׳ס תורת וואס מ׳האט היינט צוטאגס פארלוירן געווארן.

אישתישבי » מאנטאג אפריל 5, 2021 8:36 pm

· #469266
ווי אזוי הייסט דער ספר פין ווישיווער רב?

אמת וצדק » מאנטאג אפריל 5, 2021 8:58 pm

· #469269
Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?
אישתישבי
ווי אזוי הייסט דער ספר פין ווישיווער רב?
שארית מנחם

שבת אחים » מיטוואך אפריל 7, 2021 5:01 am

· #469369
אמת וצדק
אישתישבי
ווי אזוי הייסט דער ספר פין ווישיווער רב?
שארית מנחם

“שארית מנחם” איז א חסידישע ספר. נישט ממש זיינע שיעורים אדער דרשות. הגם סאיז דא דארט אויך שו”ת.

ווי אויך איז דא באזונדערע ספר “שארית מנחם” אויף תהילים (עוועלעיבל אויף היברובוקס)

די היינטיגע ווישעווער רב’ס אייניקלעך האבן א געפענט “מכון ברכת נפתלי ווישווא” און זיי געבן כסדר ארויס נאך דרשות, עובדות, סיפורים און תורה פון ווישעווער רב. יענע ספר הייסט “גאון ישראל וקדושו” (ס׳האלט שוין ביי די אכטע חלק דאכצעך)
(געוויסע חלקים איז עוועלעיבל אנליין).

ווי אויך איז געוויסע דרשות פון ווישעווער רב געדרוקט געווארן אין קובץ “דגל התורה”. און פארשידנע געקליבענע ווערטער אין קונטרס “תורת מנחם”.

גאון ישראל וקדושו (חלק חמישי):

<a class="postlink" href="https://yiddishevinkel.com/wp-content/uploads/2020/12/%D7%92%D7%90%D7%95%D7%9F-%D7%99%D7%A9%D7%A8%D7%90%D7%9C-%D7%95%D7%A7%D7%93%D7%95%D7%A9%D7%95-%D7%97%D7%9C%D7%A7-%D7%94.pdf">https://yiddishevinkel.com/wp-content/u ... %D7%94.pdf</a>

שארית מנחם (חלק שני):
<a class="postlink" href="https://www.hebrewbooks.org/61423">https://www.hebrewbooks.org/61423</a>

שארית מנחם על תהילים:
<a class="postlink" href="https://download.hebrewbooks.org/downloadhandler.ashx?req=61428">https://download.hebrewbooks.org/downlo ... ?req=61428</a>

שבת אחים » מיטוואך אפריל 7, 2021 6:13 am

· #469370
די היינטיגע סאטמארע יונגען מיינען אז רביה״ק האט געהאלטן אז וויזניץ איז עפעס אפגעפרעגט. און דאס איז א ריזיגע טעות. ער האט גאר שטארק געהאלטן פון די אהבת ישראל און פון ווישעווער רב, די דמשק אליעזר. פון די אמרי חיים האט ער נישט געהאלטן ווייל ער איז געוועהן א אגודיסט. אבער דאך שרייבט ר׳ משה שנעבאלג אז ער האט זייער הנאה געהאט ווען ער האט זיך געטראפן מיט אים און אפאר מאל געזאגט “ער איז א קלוגער איד”
און אמאל נאכן זיך טרעפן מיט אים האט ער געזאגט “א חכם איז ער אבער נאכאלץ נישט ווי זיין טאטן”. ר׳ משה שנעבאלג שרייבט אז די איינציגסטער מאל וואס סאטמארער רב האט זיך געטראפן מיט א רב פארן דאווענען שחרית, און די איינציגסטער מאל וואס ער האט געטרינקן א קאווע פארן דאווענען איז געוועהן נאך א ברית פון איינע פון די קינדער פון די פאליטשאנער רב הגה”צ ר’ ישראל אברהם שטיין. די אמרי חיים איז פונקט דעמאלטס געוועהן אין אמעריקע און די פאליטשאנער רב האט מכבד געוועהן זיין רבי’ן דעם אמרי חיים מיט סנדקאות אבער ער איז אויך געוועהן זייער נאנט מיט סאטמארער רב. איז אריין צו סאטמארער רב און געזאגט אז לעולם האט ער געפלאנט צו געבן סנדקאות פאר סאטמארער רב ווייל די אמרי חיים איז נאר דא געקומען פאר א קורצע באזוך אבער איז למעשה געבליבן דא פאר א יאהר צייט. האט ער געפרעגט סאטמארער רב צי ער וואלט געקומען צו וויזנצער רבי’ס ביהמ”ד און ער וועט מכבד זיין די אמרי חיים מיט סנדקאות און סאטאמער רב מיט די ברכות. און סאטמארער רב האט געזאגט אז ער וועט קומען. און נאכן ברית האט די אמרי חיים געפרעגט סאטמארער רב צי ער וויל אריינקומען צו אים אין שטוב אויף א באזוך. סאטמארער רב האט מסכים געוועהן אפילו ער האט נאך געהאלטן פארן דאווענען. די אמרי חיים האט אים געמאכט א קאווע און די סאטמארער רב האט געטרונקען. און געזיצן און פארברענגט מיט אים כמעט א שעה צייט. נאכן ארויסגיין האט זיך אנגעזעהן אז סאטמארער רב האט זייער הנאה געהאט.

פון די ווישעווער רב האט ער גאר שטארק געהאלטן און געהאט פאר אים אסאך רעספעקט.

ער האט אזוי שטארק געהאלטן פון אים אז ער האט זיך אייביג גערעכענט מיט די מיינוג פון ווישעווער רב ביי די אסיפות הרבנים אינדערהיים און אפילו געזאגט אמאל בנוגע א געוויסע ענין וואס מ׳האט דורכגערעדט ביי א אסיפה “איך האלט אנדערש אבער קעגן ווישעווער רב וועל איך נישט גיין”. הגה״ק ר׳ יהודא׳לע האראוויץ מדזיקוב האט אלץ פארציילט אז ביי די מיטונגען אינדערהיים פלעגט אלץ סאטמארער רב מיטן ווישעווער פעטער ארויסגיין פונעם צימער, געכאפט א שפאציר און זיך דורכגעשמוסט וואס צוזאגן, און וויאזוי צוגיין ווייטער מחזק צוזיין אידישקייט, תורה און דת.
ווען ווישעווער רב איז קראנק געווארן נאך פארן קריג האט סאטמארער רב געהייסן זיינע תלמידים זאלן זאגן תהילים פאר אים. און ער איז אים געגעאנגען באזוכן אין שפיטאל. און ווען ער איז נפטר געווארן האט ער זיך באטייליגט אין די לוי’.

אויפן סערטער האט ער שוין יא געלאזט פאלן ווערטער.

די סערטער איז געוועהן א גאון און חריף אבער איז געווארן א מזרחיסט מעהר ווייניגער נאכן קריג. געהאלטן פון שיטת הרב קוק. און ער האט געפירט מעהר א מאדערנע- חסידות.
אינטערסאנט נאר וויאזוי ער איז געווארן אריינגעכאפט אין די שיטה. וואס איז קלאר קעגן זיין טאטע’ס שיטה. ער איז געוועהן א איידעם ביי הרה”ק ר׳ ישכר דב מבעלזא פון די גרעסטע קנאים. און ער האט זיך געגעט ווייל זיין ווייב מיט זיין זוהן ר׳ מעכלע חלוץ האגער זענען געווארן מאדנערזירט און אריינגעכאפט אין ציונת. ער האט א גאנץ לעבן גערעדט וועגן זיין געוועזענע שווער ער פלעגט אים רופן “די רב”. אבער דאך איז ער געוועהן א מזרחיסט. אבער אזויווי אלע קינדער פון די אהבת ישראל האט ער ליב געהאט יעדען איד אן קיין שום חשבונות. ווער ס׳האט אים געקענט וועט אייך דאס זאגן. ער איז געוועהן א זיסע איד!

די “תורת מרדכי” האט אים ארויסגעווארפן פון זיין ביהמ”ד. ער פלעגט קומען יערליך קיין אמעריקע נאך געלט פאר זיינע מוסדות, האלטן דרשות. און ער פלעגט רעדן פון די גרויסקייט פון שטיצן תורה אין די נייע מדינה. ער האט אויך גערעדט ברמיזה קעגן סאטמאר רב. האט אים די תורת מרדכי געזאגט אז אין זיין ביהמ”ד ווי ער איז רב קען מען נישט רעדן וועגן די גרויסקייט פון די מדינה אדער ציונת. און נעקסטע יאהר האט ער ווייטער גערעדט די זעלבע. האט אים די תורת מרדכי ארויסגעווארפן.

ווען די תורת מרדכי איז געקומען צופארן חודש תשרי צום טאטן דער אמרי חיים (ער פלעגט פארן יערליך אויף גאנץ תשרי) האט אים זיין פאטער געבעטן ער זאל גיין איבערבעטן די פעטער און פארן צו אים אויף א שבת. די תורת מרדכי האט געפאלגט אבער ער האט מיטגעברענגט זיינע אייגענע עסען און נישט געוואלט גארנישט עסען פון די פעטער...

מחצה''ק » פרייטאג אפריל 9, 2021 4:21 am

· #469558

אלעס פיין אין וואויל אבער סאטמאר רב פלעגט גראדע יא טרינקען קאווע פארן דאווענען
אין נאך א זאך די האסט טענות אז די סאטמורים האלטן נישט פון עם איז אפי' די וועסט שרייבען הונדערט ארטיקלעך וועלן זיי נישט חלומ'ן פון אנהייבן טראכטן אז ער איז געווען פון די לעצטע תלמידי בעל שם
איז לגבי עם באשרייבען מאכסטי זייער א פיינעם דזשאב

שבת אחים » מוצ"ש אפריל 10, 2021 9:26 pm

· #469616
הרב ר׳ חיים מאיר שנעבאלג שרייבט דאס בשם זיין פאטער ר׳ משה שנעבאלג מ’טשערנאוויץ. פון וואו ער נעמט אז דאס איז געוועהן די איינציגסטער מאל ער האט געטרונקען קאווע פארן דאווענען ווייס איך נישט. איך וועל בל”נ פרעגן דעם טשערנאוויצער רבי אין די נעקסטע גלעגענהייט.

תרמב » זונטאג אפריל 11, 2021 10:11 am

· #469669
די טשערנאוויצער זיצט יעצט שבעה נאך זיין טאטע, קענסט אים גיין מנחם אבל זיין, און אנפרעגן דיינע שאלות.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:13 pm

· #470193
תרמב
די טשערנאוויצער זיצט יעצט שבעה נאך זיין טאטע, קענסט אים גיין מנחם אבל זיין, און אנפרעגן דיינע שאלות.

יעצט האט ער צופיל מענטשען וואס דרייען אים קאפ. גיי איך אים קיין שאלות נישט פרעגן. איך וואלט אים אפשר געדארפט רופן מנחם אבל זיין אבער דרייען א קאפ מיט קשיות וועל איך א צווייט מאל. איך גיי שפאצירן מיט אים אסאך מאל. ער איז א שטיקל רבי מיינער. ער איז זייער ענדליך צו די אמרי חיים. א ריכטיגע ווזיניצער תלמיד. איך גלייך אים זייער. איך האלט ער איז פון חשובסטע אידן אין די היינטיגע דור.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:18 pm

· #470194
איך קוק איבער די בילדער פון די אמרי חיים.

כהאב באמערקט א אינטערסאנטע אבזערוואציע.

די אמרי חיים אויף די עלטער נאכן סטראוק האט שוין נישט געקענט גיין אויף די פוס. און מ’האט אים געשלעפט מיט א בענקל (וואו איז געוועהן בענקלעך מיט רעדער?)
מ׳האט אים געדארפט שלעפן אפאר מאל א טאג ארויף די שטיגן און אראפ די שטיגן. פאר א שיינע פאר יאהר.
און דאס איז געוועהן גאר א שווערע עבודה.

און אויב מיינט איר אז ס’זענען זיך צאמגעלויפן אלע פויערן פון מארמארוש און בוקעווינע, און סאיז געקומען צו לויפן די גיבורים פון פאליען ריסקווע, דראגמירעשט, בארשע, ביטשקוב, סיגוט, סקערניצע, הארינטש, אויבער רינא, אינטער רינא, אויבער ווישעווע, אינטר ווישעווע, ווילחאוויץ, אינטער אפשא וואס האבן געהייסן וויזעל, ניימאן, פעלדמאן, פליגמאן, פישמאן, איינהארן, טאבאק, שעכטער, פערל, פראמאוויטש, שלאמאוויטש, דאסקאל, ראזענבערג, ראזענפעלד, קינד, טעסלער, אפעל, אדלער, שטיין, שטיינמעץ, ווערטהיימער, ווערצבערגער, וויינבערגער, גרינבערגער, ברעטלער, ברעכער, פרוכטער, וואלצער, וויזניצער, פוקס, ציג, קנאל, שארף, לאקס, זיידא, סימקאוויטש, לעבאוויטש, שלעפן דעם רעבאו האט ער א מיאוסן טעות.

“דריי אונגארישע אידן” איינע פון זיי האט גאר געהייסן “טייטלבוים” נישט קיין אפשטאמיגע פון וויזניצער חסידים האבן זיך אפגעגעבן בלב ובנפש פאר הייליגער אמרי חיים. די זעלבע אידן האבן אים געשלעפט אפאר מאל טאג פאר יאהרן. די אידן האבן זיך באקענט מיטן אמרי חיים נאכן קריג.
הרה”ח ר’ אחיהוד (חיא) דאוודאוויטש זיין ברודער הרה”ח ר׳ יצחק דאווידאוויטש זייער שוואגער הרה”ח ר’ אורי טייטלבוים -משב”ק.

נאך די אמרי חיים איז נסתלק געווארן האט די ישועות משה זייער שטארק געוואלט אז הרה”ח ר׳ אורי זאל בלייבן פון די גבאים ביי אים אויך. אבער ר׳ אורי האט נישט געוואלט. ר’ מוישעלע האט אים אפאר מאל געבעטן . איינמאל האט אים ר’ אורי געזאגט
‎“רבי איך וויל בלייבן א חסיד...”

איך זאג נישט אז סאיז נישט געוועהן קיין אפשטאמיגער פון וויזניצער חסידים וואס האבן באדינט די אמרי חיים.

די אלע אנדערע גבאים האבן יא געשטאמט פון וויזניץ פאר דורי דורת ווי הרה”ח ר’ מנחם אליעזר מאזעס, ש”ב הרה”ח ר׳ יצחק דוד רעזעמאוויטש, הרה”ח ר’ זלמן לייב ווייס, הרה”ח ר’ שמואל בערגער. אבער פונקט די גיבורים זענען געוועהן די דאווידאוויטש ברודער, און טייטלבוים היינט זענען זיי פון די גרעסטע און שענסטע משפחות אין וויזניץ בני ברק, צענדליגער אייניקלעך און איר אייניקלעך.

די אמרי חיים וואו ער איז געגעאנגען און געשטאנען האט ער זיך איינגעקויפט פייערדיגע חסידים. ווייל ער איז געוועהן א מוראדיגע מענטש. א אמתע מענטש. א ערליכע מענטש, א זיסע מענטש, א געהויבענע מענטש. און א צדיק.

קל וחומר » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:28 pm

· #470198
Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?
ייש"כ שבת פאר די אלע שיינע באשרייבונגען אויף דעם צדיק!
ס'איז כדאי צו באמערקן אן אינטערעסאנטן צופאל, אז די גרעסטע מושלם איז פונקט געבוירן געווארן ביי דעם אהבת ישראל!
אבער ס'איז אויך יתכן אז דער אהבת ישראל האט אים מחנך געווען אזוי אז ער זאל האבן די אלע מעלות.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:33 pm

· #470199
קל וחומר
ייש"כ שבת פאר די אלע שיינע באשרייבונגען אויף דעם צדיק!
ס'איז כדאי צו באמערקן אן אינטערעסאנטן צופאל, אז די גרעסטע מושלם איז פונקט געבוירן געווארן ביי דעם אהבת ישראל!
אבער ס'איז אויך יתכן אז דער אהבת ישראל האט אים מחנך געווען אזוי אז ער זאל האבן די אלע מעלות.

סתירה? די אהבת ישראל איז געוועהן א מושלם און זיינע קינדער זענען געוועהן ענדליך צו אים. געווענטליך אין נאטור ארבעט עס אזוי...

אלע קינדער פון די אהבת ישראל זענען געוועהן גרויסע מענטשען. די מערסטע ענדליך צו אים איז געוועהן די הייליגע דמשק. אויפן דמשק האט מען געזאגט אז ער איז אוועק יונג ווייל ער האט נישט געהאט קיין איין קעגענער.

די דמשק איז געוועהן די רבי פון די סקולענער רביס און גאב״ד מאנטשעסטער. וכו׳ וכו׳ ער האט אויפגעשטעלט טויזנטער תלמידים אין זיין לעבן און געהויבן די אידן אין בוקעווינע און געוועהן פארעכענט פון די חשובסטע רבנים דארט.

נאכן די דמשק איז די אמרי חיים געוועהן די מערסטע ענדליך צום טאטן.

די ווישעווער רב און די סערטער זענען אויך געוועהן געהויבענע צדיקים וקדושים אבער אנדערש ווי זייער טאטן אין אסאך וועגן.

מחצה''ק » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:09 pm

· #470203
יא דער ווישעווער איז געווען א גאון הגאונים די אהבת ישראל דאכט זיך מיר פלעגט עם ריפן מיין ספרים שאנק

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 5:56 pm

· #470209
מחצה''ק
יא דער ווישעווער איז געווען א גאון הגאונים די אהבת ישראל דאכט זיך מיר פלעגט עם ריפן מיין ספרים שאנק

ער האט געהאט עפעס א משוגענע מוח. ער האט ממש געדענקט כל התורה כולה אויסווענדיג. מ’קען שרייבן וועגן זיין גדלות בתורה און אנפילן גאנצע ביכער. נישט געוועהן קיין גדול בישראל אפילו די ליטווישע גדולים וואס זענען נישט ארויס פון התפעלות פאר זיין גאונת. ער איז אוועק ביי די 55. ווען ער לעבט ווען לענגער און ווען ער וואלט נישט געדארפט ארומלויפן אין די גאנצע וועלט נאך געלט פאר זיין ישיבה וואלט ער מסתם געשריבן די מערסטע ספרים פון אלע חסידישע רביס.

ער איז אמאל געוועהן אין דעטרויט. די רב איז געוועהן א ליטוואק. ווען ער איז אריינגעקומען האט ער זיך נישט אויפגעשטעלט פאר אים. נאך די לאנגע דרשה פון ווישעווער רב האט זיך יענע רב אויפגעשטעלט און אויסגעקלאפט “לכתחילה ווען די רב איז אריינגעקומען האבן זיך נישט אלע אידן אויפגעשטעלט פאר אים, אבער נאך אזא דרשה בעט איך אלע מתפללים מ׳זאל זיך דריי מאל אויפשטעלן לכבודו!” און דער רב האט זיך אויפגעשטעלט דריי מאל.

יונגערהייט האט מען אים געוואלט ארייננעמען אין די קאנצליי פון רבנים. אבער דארטן האבן די עלטערע רבנים פארהערט יעדען רב פארדעם. ווען זיי האבן פארהערט די ווישעווער רב. זענען זיי נתפעל געווארן פון זיין ברייטע קענטעניס אין תורה און איינער פון די רבנים האבן זיך אנגערופן “ער קען אונז פארהערן...”

ער האט אמאל באזוכט א רב דא אין אמעריקע און פארן באזוך האט ער געדארפט ווארטן אפאר מינוט אין א פאדער צימער. דארט איז געליגן א ספר וואס איינער האט געבערענגט צו יענע אמריקאנער רב, אז ער זאל אים געבן א הסכמה. ווישעווער רב האט אריינגעקוקט דערין פאר ממש אפאר מינוט. און בשעת די באזוך ביים רב האט ער געזאגט כהאב געזעהן די ספר דא ביי אייך. און אנגעפאנגן צו געבן הערות אויף די “גאנצע ספר” יענע רב איז געוועהן געשטוינט. ווי האט איר געהאט צייט צו לערנען אזא גרויסע ספר אין אפאר מינוט???

בד”וו איך האלט מיך ביי מיינס אז די אמרי חיים איז אויך געוועהן א גרויסער גאון.
ער נאך געוועהן מעהר ווי ווישעווער רב ווייל ער איז געוועהן סיי א גאון און סיי ער האט עס באהאלטן פון רוב מענטשען. ווייל ווי רבי יהודא׳לע האט געזאגט אז די אמרי חיים מיט די אהבת ישראל האבן א גאנץ לעבן געארבעט אויף
תיקון המידות.

די אמרי חיים האט געהאט א ישיבה נאך אין גרויסווארדיין פאר א שיינע פאר יאהר ווי ער פלעגט אליינס פאר לערנען טעגליך די שיעורים פאר די בחורים. אין יענע ישיבה האט געלערנט איינע פון זיינע גרעסטע תלמידים הגה”צ ר׳ אליעזר דוד פרידמאן זצ”ל. אלט זייענדיג 16 יאהר אלט. און זינט דאן פארבליבן מקושר צו אים ביז די לעצטע רגע פון זיין לעבן. ער האט געברענגט גאנצע משפחות קיין וויזניץ!

נאך די מרידה איז ער געווארן די משגיח און די ראש הישיבה און האט פאר אפאר יאהר געארבעט שווער צוריק צן בויען די וויזניצער ישיבה. ער איז געוועהן א גענעראל פארן הייליגען אמרי חיים.

מיין פאטער פארציילט א ליטווישע איד פון בני ברק האט אמאל געזאגט פאר ר׳ אליעזר דוד “אבער דיין רבי איז דאך א גרויסער עם הארץ!” האט ר׳ אליעזר דוד גענטפערט מיט א שמייכל “ס’מוז זיין אונז רעדן פון צוויי באזונדערע מענטשן, ווייל איך האב נאך געלערנט תורה ביי אים אין גרויסווארדיין און אסאך קונה געוועהן פון אים!”

הרה”ק ר׳ יהודא׳לע איז נישט געוועהן קיין נער. ער איז געוועהן גאר א גרויסער חכם און א מבין אויף מענטשען ער האט זיך געשוואוירן איז די אמרי חיים איז געוועהן די גרעסטע פון אלע קינדער פון די אהבת ישראל און אז ער איז געוועהן א גאון עצום. אן ער האט אים צוגעגליכן צו די בעש״ט און די קדושת לוי. ער האט אים געקענט פון אלץ קליין קינד. ער איז ממש אויפגעוואקסן ביי אים. געוועהן זיין מאמעס ברודער. זיי זענען ביידע אויפגעוואקסן אין שטוב פון די אהבת ישראל. ר’ יהודא’לע האט בעסער געקענט די אמרי חיים ווי זיינע זוהן ספעציעל ר׳ מאטעלע. (אפשר ר׳ מוישעלע טאקע נישט)
ר׳ יהודא׳לע האט גערעדט מיט אים אין לערנען גענוג און נאך אין זיין לעבן.

די אמרי חיים האט באקומען סמיכה אלץ יונגערמאן פון פריערדיגע גדולים בתוכם הגאון ר׳ שלום מרדכי שוואדראן המהרש"ם מברעזאן זצ״ל.

גיי זאג פאר ר׳ משה שנעבאלג אדער ר׳ מאטל שטיין, ר׳ שמואל יעקב קאהן אז די אמרי חיים האט נישט געקענט קיין לערנען לאכן זיי פון דיר!

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 15, 2021 11:08 pm

· #470228
ווען סאטמארער רב איז געקומען קיין בני ברק האט ער געהאלטן א דרשה לעבן שיכון וויזניץ ווי ער האט בארעדט זייער שטארק אגודה און די אידן וואס גייען צו די בחירות.

וויזניצער חסידים זענען אריין צום אמרי חיים זאגן אז “מ׳דארף אים עפעס ענטפערן”. האט די אמרי חיים געזאגט “אונז וועלן ענטפערן מיטן שווייגן...”

האט איינער זיך אנגערופן אז ווען די רבי וועט אים גייען באזוכן וועט ער מסתם ארויפברענגען די נושא אין די שמועס. זאל אים כאטש די רבי דארט ענטפערן אויב די רבי וויל דוקא נישט ענטפערן ברבים.

האט די הייליגער אמרי חיים גענטפערט. “אפילו ער וועט מיר אראפנעמען דאס קאפעליטש וועל איך נישט ענטפערן!”

און טאקע ווען די אמרי חיים האט אים באזוכט האט ער געמאכט זיכער אז מ’גייט נישט אריין אין קיין פאליטיק וכו׳

וועגן די די אמרי חיים׳ס שיטה אין ציונת פלאן איך צושרייבן א באזונדערע ארטיקל. איין טאג. און איר וועט פונקטליך פארשטיין פארוואס אפילו די גרעסטע קנאים האבן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט אים.

די סערטער ווידער פלעגט זיך אסאך טענהן מיטן סאטמארער רב ווען ער איז דא געוועהן אין אמעריקע.

איין מאל איז פונקט געוועהן דאן די צייט ווען די ציונים האבן געזאגט אז זיי האבן געטראפן די קבר פון דוד המלך. און סאטמארער רב האט עס אוועקגעמאכט און געזאגט “ווייסט מען דען פונקטליך וואו ער ליגט?” האט אים די סערטער גענטפערט “ער ליגט א מעטער ארויף, א מעטער אראפ, אויף בעדפארד עוועניו ליגט ער זיכער נישט...!”

די סערטער האט געשריבן א גאנצע ספר אפ צו ווענדן די “ויואל משה” אז ציונות איז נישט קיין הלכה פראבלעם נאר א השקפה.

און די אמרי חיים איז געוואר געווארן דערפון און איז אראפגעפארן קיין חיפה צו אים. און אים געזאגט אז “דער טאטע וואלט בשום אופן נישט מסכים געוועהן אז וויזניץ זאל מתיר זיין ציונות” און ער האט אים געזאגט איך באפעל דיר מיט כיבוד אב (לרבות אחיך הגדול) אז דער ספר זאל קיינער מעהר קיינמאל נישט זעהן. און זינט דאן ליגט עס באהאלטן אין א סעיף.

מחצה''ק » זונטאג אפריל 18, 2021 8:20 pm

· #470570
שבת אחים
מחצה''ק
יא דער ווישעווער איז געווען א גאון הגאונים די אהבת ישראל דאכט זיך מיר פלעגט עם ריפן מיין ספרים שאנק

ער האט געהאט עפעס א משוגענע מוח. ער האט ממש געדענקט כל התורה כולה אויסווענדיג. מ’קען שרייבן וועגן זיין גדלות בתורה און אנפילן גאנצע ביכער. נישט געוועהן קיין גדול בישראל אפילו די ליטווישע גדולים וואס זענען נישט ארויס פון התפעלות פאר זיין גאונת. ער איז אוועק ביי די 55. ווען ער לעבט ווען לענגער און ווען ער וואלט נישט געדארפט ארומלויפן אין די גאנצע וועלט נאך געלט פאר זיין ישיבה וואלט ער מסתם געשריבן די מערסטע ספרים פון אלע חסידישע רביס.

ער איז אמאל געוועהן אין דעטרויט. די רב איז געוועהן א ליטוואק. ווען ער איז אריינגעקומען האט ער זיך נישט אויפגעשטעלט פאר אים. נאך די לאנגע דרשה פון ווישעווער רב האט זיך יענע רב אויפגעשטעלט און אויסגעקלאפט “לכתחילה ווען די רב איז אריינגעקומען האבן זיך נישט אלע אידן אויפגעשטעלט פאר אים, אבער נאך אזא דרשה בעט איך אלע מתפללים מ׳זאל זיך דריי מאל אויפשטעלן לכבודו!” און דער רב האט זיך אויפגעשטעלט דריי מאל.

יונגערהייט האט מען אים געוואלט ארייננעמען אין די קאנצליי פון רבנים. אבער דארטן האבן די עלטערע רבנים פארהערט יעדען רב פארדעם. ווען זיי האבן פארהערט די ווישעווער רב. זענען זיי נתפעל געווארן פון זיין ברייטע קענטעניס אין תורה און איינער פון די רבנים האבן זיך אנגערופן “ער קען אונז פארהערן...”

ער האט אמאל באזוכט א רב דא אין אמעריקע און פארן באזוך האט ער געדארפט ווארטן אפאר מינוט אין א פאדער צימער. דארט איז געליגן א ספר וואס איינער האט געבערענגט צו יענע אמריקאנער רב, אז ער זאל אים געבן א הסכמה. ווישעווער רב האט אריינגעקוקט דערין פאר ממש אפאר מינוט. און בשעת די באזוך ביים רב האט ער געזאגט כהאב געזעהן די ספר דא ביי אייך. און אנגעפאנגן צו געבן הערות אויף די “גאנצע ספר” יענע רב איז געוועהן געשטוינט. ווי האט איר געהאט צייט צו לערנען אזא גרויסע ספר אין אפאר מינוט???

בד”וו איך האלט מיך ביי מיינס אז די אמרי חיים איז אויך געוועהן א גרויסער גאון.
ער נאך געוועהן מעהר ווי ווישעווער רב ווייל ער איז געוועהן סיי א גאון און סיי ער האט עס באהאלטן פון רוב מענטשען. ווייל ווי רבי יהודא׳לע האט געזאגט אז די אמרי חיים מיט די אהבת ישראל האבן א גאנץ לעבן געארבעט אויף
תיקון המידות.

די אמרי חיים האט געהאט א ישיבה נאך אין גרויסווארדיין פאר א שיינע פאר יאהר ווי ער פלעגט אליינס פאר לערנען טעגליך די שיעורים פאר די בחורים. אין יענע ישיבה האט געלערנט איינע פון זיינע גרעסטע תלמידים הגה”צ ר׳ אליעזר דוד פרידמאן זצ”ל. אלט זייענדיג 16 יאהר אלט. און זינט דאן פארבליבן מקושר צו אים ביז די לעצטע רגע פון זיין לעבן. ער האט געברענגט גאנצע משפחות קיין וויזניץ!

נאך די מרידה איז ער געווארן די משגיח און די ראש הישיבה און האט פאר אפאר יאהר געארבעט שווער צוריק צן בויען די וויזניצער ישיבה. ער איז געוועהן א גענעראל פארן הייליגען אמרי חיים.

מיין פאטער פארציילט א ליטווישע איד פון בני ברק האט אמאל געזאגט פאר ר׳ אליעזר דוד “אבער דיין רבי איז דאך א גרויסער עם הארץ!” האט ר׳ אליעזר דוד גענטפערט מיט א שמייכל “ס’מוז זיין אונז רעדן פון צוויי באזונדערע מענטשן, ווייל איך האב נאך געלערנט תורה ביי אים אין גרויסווארדיין און אסאך קונה געוועהן פון אים!”

הרה”ק ר׳ יהודא׳לע איז נישט געוועהן קיין נער. ער איז געוועהן גאר א גרויסער חכם און א מבין אויף מענטשען ער האט זיך געשוואוירן איז די אמרי חיים איז געוועהן די גרעסטע פון אלע קינדער פון די אהבת ישראל און אז ער איז געוועהן א גאון עצום. אן ער האט אים צוגעגליכן צו די בעש״ט און די קדושת לוי. ער האט אים געקענט פון אלץ קליין קינד. ער איז ממש אויפגעוואקסן ביי אים. געוועהן זיין מאמעס ברודער. זיי זענען ביידע אויפגעוואקסן אין שטוב פון די אהבת ישראל. ר’ יהודא’לע האט בעסער געקענט די אמרי חיים ווי זיינע זוהן ספעציעל ר׳ מאטעלע. (אפשר ר׳ מוישעלע טאקע נישט)
ר׳ יהודא׳לע האט גערעדט מיט אים אין לערנען גענוג און נאך אין זיין לעבן.

די אמרי חיים האט באקומען סמיכה אלץ יונגערמאן פון פריערדיגע גדולים בתוכם הגאון ר׳ שלום מרדכי שוואדראן המהרש"ם מברעזאן זצ״ל.

גיי זאג פאר ר׳ משה שנעבאלג אדער ר׳ מאטל שטיין, ר׳ שמואל יעקב קאהן אז די אמרי חיים האט נישט געקענט קיין לערנען לאכן זיי פון דיר!

איך האב קיינמאל נישט פארהערט די אמרי חיים קענסט האלט'ן וואס די ווילסט אבער די ביסט ביזי אויף צי ווייזן די גאונות פונעם אמרי חיים א גאנצן צייט אבער דעם ווישעווערס גאונות דארף קיינער נישט אויפווייזען ססאונד אביסל אויב נישט אסאך שוואנצונעס
איך האלט אויך אז די אמרי חיים האט געקענט לערנען אבער מדארף נישט איבערטרייבען

שבת אחים » זונטאג מאי 2, 2021 1:20 am

· #472100
איך גיי ברעכן מיין נדר נישט צושרייבן וועגן וויזניץ פאר א מינוט.
כבין געוועהן ביי איינעם אין א אפיס. און דארט איז געוועהן נאך א איד אין די זיבעציגער יאהרן וואס כהאב קיינמאל נישט געזעהן. דער איד רופט זיך אן צו מיר, קענסט אים ער איז דאך פון דיינע מענטשען. א וויזניצער פון אלץ קינד.

זאגט יענער איך בין נישט ממש קיין וויזניצער. איך בין היינט א ברסלובער. איך וואוין דאהי אין פלעטבוש. אבער מיינע ברודערס פון ארץ ישראל און זייערע קינדער און אייניקלעך זענען פולשטענדיגע וויזניצער חסידים מיט ווייסע זאקן. איך מיט אלע מיינע געשוויסטער האבן אלץ קינד געלערנט אין שיכון וויזניץ. און גלייב מיר ווען נישט די אמרי חיים זענען זיי אלע היינט “פרייע אידן”

און דו ביסט נייגעריג וויאזוי אונז זעמיר אנגעקומען קיין וויזניץ וועל איך דיר פארציילן:
אונז זענען אוקריינישע. אונז קומען פון א שטעטל נעבן בארדישוב. און אונז זענען אייניקלעך פון די “קדושת לוי”
מיין פאטער איז ארויפגעקומען אין די זעכציגער יאהרן קיין ארץ ישראל ווען די רוסן האבן אנגעפאנגען ארויס צולאזן די אידן פון זייער קאמיוניסטישע גיהונים.

ווען מיין פאטער ר׳ משה ב....ן איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און ער האט נישט געהאט קיין שום משפחה. און קיין פריינד וואס זאלן אים העלפן. ער געהאט זעקס קינדער וואס האבן פארדעם נישט געלערנט אין קיין חדר. נאר אין פובליק סקול אין אוקריינא. זיי זענען געוועהן ווייט פון חסידיש און וויזניץ געשטימט...

מיין פאטער איז ארומגעגעאנגען צו אפאר רבנים בעטן מזאל ארייננעמען זיינע קינדער.

און ווען ער איז אנגעקומען צום אמרי חיים. און ער האט פארציילט פון וואו ער קומט. און אז ער איז א אייניקל פון ר׳ לוי יצחק בארדישובער (אין וועם די אמרי חיים האט זיך געקאכט זיין גאנץ לעבן, און פלעגט אלץ זאגן “איך בין א בארדישובער חסיד”).

די אמרי חיים האט גלייך אריינגענומען אלע זיינע זעקס קינדער אין זיינע מוסדות. ער האט געמאכט זיכער אז ער האט א גוטע דירה, פרנסה און זיך געזארגט פאר זיי אין אלע זייערע געברויכן.

ווען מייו פאטער פלעגט קומען צום טיש קיין ווזיניץ הגם ער איז געוועהן מעהר א מאדערנער רוסישע אידל. האט אים די אמרי חיים ארויפגערופן זיצן אויבנאן. און ער פלעגט אים שיקן שריים און הויעך ארויסרופן בלשון חיבה “ר’ משה’לע בארדישובער”. ער האט זייער שטארק מקרב געוועהן און מכבד געוועהן מיין טאטען.

איך מיט מיינע קינדער זענען געווארן שפעטער ברסלובער חסידים. אבער איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן די “הייליגע צורה” פון די אמרי חיים וואס איך קען זאגן אז כ’האב נאכנישט געזעהן א רבי אין מיין לעבן מיט אזא הייליגע צורה וואס האט אויסגעקוקט ווי א “מלאך אלקים” און האט זיך אזוי אראפגענידערט צו יעדען איינעם מיט אזא ליבשאפט פאר א יעדען איד!

מיין גאנצע משפחה זענען היינט פון די גרויסע מאכערס דארט אין ב”ב וויזניץ.

***
איך קען גראדע די משפחה, געהערט פון זיי. כהאב נאר נישט געוואסט וויאזוי זיי זענען אנגעקומען קיין וויזניץ.

לדעתי דאס האט געמיינט א חסידישע רבי! דאס מיינט די פסוק! די אמרי חיים איז געוועהן א אמתע תלמיד פון דעם בעשט הק׳!

א גוטע וואך. זאל מען נאר הערן גוטע בשורת.

שבת אחים » זונטאג מאי 2, 2021 6:23 am

· #472144
@מחצה”ק

איך בין נאר אריינגעקומען וועגן די פאריגע תגובה וואס איך האב געמוזט ארויסגעגעבן פון מיין סיסטעם.

אבער איך זעה אז מ’האט נאכאלץ נישט געכאפט וואס איך זאג. (די אונגארישע כאפן שפעט? )איך האב עס איבערגעזאגט אויף אלע מיני וועגן. איך גיי פרובירן נאך איין לעצטע מאל און איך בעט דיך לייג צו קאפ:

סאיז ברור כשמש אז די ווישעווער רב איז געוועהן א גרעסערע גאון ווי די אמרי חיים. נישט נאר פון די אמרי חיים נאר פון די אהבת ישראל אויך- ווייל די אהבת ישראל אליינס האט אזוי געזאגט. נאך א לאנגע דרשה פון אפאר שעה וואס די אהבת ישראל האט געהערט אמאל פון זיין זוהן, די ווישעווער רב. האט ער געזאגט אויפן וועג אהיים. א אינטערסאנטע משל. אזויווי א טאטע וואס ברענגט זיינע קינדער צו א ברונע צו טרינקן וואסער. אבער דער טאטע אליינס קען נישט טרונקען. איך האב נאר געברענגט די קינדער ביזן טייך...

ער איז לכאורה געוועהן א גרעסערע גאון ווי אלע קאסובער- וויזניצער רביס זינט הרה”ק ר’ יעקב קאפיל חסיד.

דאס מיינט די אהבת ישראל איז נישט געוועהן קיין גאון?

די אהבת ישראל איז פון די גאר קליינע מיעוט פון חסידישע רביס אין היסטאריע וואס איז געבליבן געדרוקט תשובת בהלכה. און די גרויסער גאון עולם די טשימפער רב (אויף וועמען סאטמארער רב האט געזאגט ביי זיין לוי׳ ער איז געוועהן די לעצטע פוסק פון פאריגען דור) ברענגט אפאר מאל אראפ זיין רבין די אהבת ישראל אין זיין ספר (ווי אויך די אנטינער רבי) אין זיינע תשובת. נישט חסידישע מעשיות. נאר תורה. ער ברענגט אראפ געוויסע קשיות, תירוצים. ער שרייבט אויף איין פלאץ “שמעתי תירוץ על זה מהגה”ק מאור חיינו מ’וויזניצא” און אמאל שרייבט ער “עטרת ראשי” דאכצעך אויף די אנטינער רבי.

די אהבת ישראל איז געוועהן א באוואוסטע גאון. אבער די ווישעווער רב איז געוועהן אין די לעוועל פון די ראגעטשאווער, ר׳ עובדי וכו׳ ממש א עילוי.

ר׳ משה שנעבאלג איז א ריזיגער גאון אבער דאך וואלט איך אים קיינמאל נישט צוגעגליכן צום ווישעווער רב. די ווישעווער רב האט געהאט א אבנארמאלע מוח. א מוראדיגע שנעלע מוח. און וואו ער איז געגעאנגען און געשטאנען האט ער נאר גערעדט תורה.

די אמרי חיים ווידער איז געוועהן א גאון. אין די קאטאגאריע פון ר׳ משה שנעבאלג.
אבער ער האט אויך געהאט אלע אנדערע מעלות.

די ווישעווער רב אז א איד איז געקומען צו אים מיט א קוויטל און אים געזאגט זיין ווייב איז קראנק. האט ער נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן. ער האט געזאגט עפעס א גימטריא, א פסוק, א רמז. ער האט נישט געקענט זיין קיין חסידישע רבי אזויווי די אמרי חיים.

וואס האט א פויער אין מארמרוש וואס זיין ניי-מאשין האט אויפגעהערט צו ארבעטן און איז געלאפן צום רעבא. געהאט פון דעם איז ווישעווער רב האט אים געזאגט עפעס א תורה?

ער האט נישט געקענט זינגן, פירן קיין טישן, צאמשטעלן געלט פאר אלמנות און יתומים, העלפן צובראכנע אידן מיט א גוט ווארט. וכו׳ וכו׳

די אמרי חיים האט געהאט אלע מעלות אינאיינעם ווי די אהבת ישראל האט געזאגט “דער שווארצער-גנב איז שוקל כנגד כולם”

ער מיטן דמשק אליעזר האבן געהאט יעדע מעלה וואס א מענטש קען האבן.

וועגן די שוואנצענס וואס דו רעדסט דא. איז איך זאג נאר נאך וואס זיינע נענטסטע מענשטען האבן געזאגט אויף
אים.

לויט די אלע מעשיות איז רבי יהודא’לע געוועהן די שוואנץ. מיט ר׳ אליעזר דוד פרידמאן, ר׳ דוד לייב, ר׳ מנחם מונדרער, ר׳ מענדל שנעבאלג, ר׳ משה שנעבאלג, ר׳ אברהם הערש בעק, ר׳ ישראל אברהם שטיין, ר׳ אשר יונה, ר׳ שמואל יענקל וכו׳ וכו׳

זיי שרייען אלע אז ער איז יא געוועהן א גאון!

איז נאכמאל, לויט רבי יהודא׳לע וואס האט גערעדט אסאך אין לערנען מיט אמרי חיים איז ער געוועהן א גרויסע גאון
די אמרי חיים האט געהאט א אנדערע דרך אין עבודת השם ווי די ווישעווער רב און די סערטער, דמשק. ער האט געארבעט אויף זיינע מידות א גאנץ לעבן. און איינע פון די מידות איז געוועהן קיינמאל נישט ארויסווייזן ברבים אז איך בין עפעס א גרויסער מענטש. נאר ער האט גערעדט צו יעדען ווי ער איז עפעס א פשוטער מענטש וואס רייכערט צוגרעטלעך וכו׳ און גראדע די כאראקטער גלייך איך זייער.

איי וועסטו פרעגן פארוואס איך גלייב עס?

ווייל ס׳שטימט מיט אלע אנדערע זאכן ארום.

ס׳שטימט מיט די מעשיות וואס ראחמסטריווקער רביס קינדער האבן פארציילט (וואס איך האב געשריבן אויבן) ס׳שטימט מיט וואס ר׳ יהודא׳לע האט געזאגט. וואס די סערטער האט געזאגט. וואס ר׳ אליעזר דוד האט געזאגט. און מיט אלע זיינע שטוב מענטשן און גבאים וואס האבן געזאגט אז ער פלעגט לערנען שעות ארוכות יעדן טאג הויך אויפן קול אז מהאט עס ארויסגעהערט ביז די גבאי צימער.

ער איז געוועהן זייער א קלוגער מענטש. ער האט געלערנט זיין גאנץ לעבן יעדען טאג אפאר שעה. מיינסט אז ער איז געוועהן א עם הארץ? ניין!

ער האט געהאט אלע מעלות! און פארדעם בין איך זיין חסיד.

תרמב » מאנטאג מאי 3, 2021 4:24 pm

· #472302
ס’געפעלט מיר דיינע הגדרות, די ווישעווער איז אויפן לעוועל פונעם רוגאטשובער און עובדיה, און די אהבת ישראל ווי ר’ משה שנעבאלג...... גאנץ גוט, וועל מיר עס נעמען ווייטער, ר’ יצחק יוחנן איז אויפן דרגא פון ישראל דוד שלעזינגער און ר’ ישראל ווי מיילעך בידערמאן, און ר’ מנדל פון מרכז איז ווי באניע, וכן הלאה......

אישתישבי » מאנטאג מאי 3, 2021 4:56 pm

· #472303

איין מאל איז פונקט געוועהן דאן די צייט ווען די ציונים האבן געזאגט אז זיי האבן געטראפן די קבר פון דוד המלך. און סאטמארער רב האט עס אוועקגעמאכט און געזאגט “ווייסט מען דען פונקטליך וואו ער ליגט?” האט אים די סערטער גענטפערט “ער ליגט א מעטער ארויף, א מעטער אראפ, אויף בעדפארד עוועניו ליגט ער זיכער נישט...!

וועלכע קבר פין דוד המלך האבן ציונים געטראפן?

הרב שיף » מאנטאג מאי 3, 2021 5:39 pm

· #472305
@שבת אחים איך האב געוואלדיג הנאה פון אייערע באשרייבונגען, און איך וויל אייך מחזק זיין אויף ווייטער.

איך וואלט נאר געראטען צו מאכען א באזונדער ניק אויף די פארטיווע באשרייבונגען פון צדיקים וואס איר האט דורך געטוען זייער מהלך, און נישט שרייבען מיט דעם אלגעמיינעם ניק, ווייל נאכען זעהן אייער'ס אן אנדרע תגובה איבער דעם פרעזידענט בין איך קאלט געווארען און מיין אמונת אחרון תלמידי הבעש"ט. האסט מיר זייער געהאט אנגעווארעמט צו קוקען מיט א פאזעטיווער בליק אויף ר' חיים מאיר'ל זי"ע. און סאיז מיר א שאד אז סקילט זיך אפ.

גראדע האב איך נאך עטליכע קאנדיאטען פאר תלמידי בעש"ט לשיטתך און צב"ש דער סאטמערער רב, וואס איז געווען א קלוגער איד, טאקע נישט געהאט אזא זכרון ווי דער סיגוטער רב זיין ברידערו [ואס איז געווען ווי דער ראגעטשווער (לשיטתך אז יעדע בקי וקצת חריף ווערט א ראגעטשאווער)], אבער דער סאטמאר רב איז אויך געווען א גרויסער גאון טראץ דעם וואס קיינער ווייסט נישט [מוווייסט יא? נישט מיין שולד איך האב קיינעם נישט אויסגעזאגט] ווי אויך האט ער פארשטאנען צו פשוטי עם און מיטגעוויינט מיט יעדע אידיש קינד וואס האט פארלוירן א קו, געווען א פיקח עצום סאיז דא יל ווערטליך פונעם, און מקרב געווען אפי' פושעי ישראל. געפראוועט מופתים און אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר א רומענשיער רבי. ליב געהאט יעדע אידיש נפש אפי' די גרעסטע כופר און אפי די ראשים, און נישט געקוקט אפי' אויף זיין אייגענע שיטה ווען סאיז געקומען צו מיצר זיין בצרות ישראל. ווי אויך פירען טישען און געווען א שיינע בעל תפלה און מעורר געווען אלפים צי בכיות מיט זיין דאווענען און תורות.

ווי אויך דער מנחת אלעזר, אדער גאר ר' ברוכ'ל וואס כזעה נישט קיין איין מעלה ומדה נכונה וואס איר רעכנט אויס וואס זאל אים האבען געפעלט און די גוטע יאהרן.

די ליסטע איז ענדלס, איך האב נאר אנגעכאפט די עטליכע וואס מען קען נישט חושד זיין אז זיי האבען געהאלטען אז זיי זענען פון די תלמידי בעש"ט.

עניוועי גיי ווייטער אן מיר באלעקען זיך די פינגערס, טראץ כאטש וואס איך האלט אז סאיז דא זאכען וואס איר טרייבט איבער, דאך האט עס א חן.

הרב שיף » מאנטאג מאי 3, 2021 5:40 pm

· #472306
אישתישבי

איין מאל איז פונקט געוועהן דאן די צייט ווען די ציונים האבן געזאגט אז זיי האבן געטראפן די קבר פון דוד המלך. און סאטמארער רב האט עס אוועקגעמאכט און געזאגט “ווייסט מען דען פונקטליך וואו ער ליגט?” האט אים די סערטער גענטפערט “ער ליגט א מעטער ארויף, א מעטער אראפ, אויף בעדפארד עוועניו ליגט ער זיכער נישט...!

וועלכע קבר פין דוד המלך האבן ציונים געטראפן?

ווי האט יענער געזאגט ביי אונז און שטאט ליגט נישט דער שאגת אריה, ביי אונז און שטאט לעבט ער.

שבת אחים » מאנטאג מאי 3, 2021 6:27 pm

· #472309
תרמב
ס’געפעלט מיר דיינע הגדרות, די ווישעווער איז אויפן לעוועל פונעם רוגאטשובער און עובדיה, און די אהבת ישראל ווי ר’ משה שנעבאלג...... גאנץ גוט, וועל מיר עס נעמען ווייטער, ר’ יצחק יוחנן איז אויפן דרגא פון ישראל דוד שלעזינגער און ר’ ישראל ווי מיילעך בידערמאן, און ר’ מנדל פון מרכז איז ווי באניע, וכן הלאה......

איך האב נישט געזאגט אז די אהבת ישראל איז געוועהן אויפן לעוועל פון ר׳ משה שנעבאלג. דאס האב איך געזאגט אויפן אמרי חיים.

וועגן די היינטיגע וויזניצער רביס ווייס איך נישט. איך מיין אז קיינער פון זיי קומען נישט צו זייערע זיידעס. אבער זיי זענען דאך וויואלע אידן און מיינען גוטס לכאורה.

שבת אחים » מאנטאג מאי 3, 2021 6:46 pm

· #472312
הרב שיף.

יישר כח פארן מיך מחזק זיין.

1)איך זעה נישט די סתירה פון זיין א שונא צו א rotten aristocrat ווי טראמפ וואס איז לכל הדיעות געוועהן זיין גאנץ לעבן א גנב, slumlord, זיך ארויסגעדרייט פון צאלן טעקס (לויט זיינע אייגענע ווערטער) גערופן א גאנצע עטנישע גרופע “רעפיסט” (בשעת ווען אין היסטאריע זענען רוב רעיפיסט געוועהן “ווייסע מענטשען”), בשעת ווען ער האט נישט באצאלט די שפאנישע ארבייטארער וואס האבן געבויט “טראמפ טאוער” מעהר ווי פינף דאללער א שעה. און ער האט נאכדעם געמוזט סעטלן מיט זיי אין קאורט. ער האט ארויסגעלייגט צענדליגער מענשטען פון ביזנעס. ווען ער האט באנקראטירט אויף פאפיר, אבער למעשה איז ער געוועהן די איינציגסטער וואס האט געמאכט געלט. ער האט ארויסגעלייגט מענטשען פון ביזנעס, Family owned businesses וואס זענען געשטאנען פאר איבער פופציג יאהר! ער האט קיינמאל נישט באצאלט פאר כמעט קיינעם וואס האט געארבעט פאר אים ביזן סוף. יעדער האט אים געמוזט רופן אין קאורט! און רוב האבן ניטאמאל געהאט די געלט אים צורופן אין קאורט. אסאך מענטשען האבן געזאגט פאר 70-50 טויזנט דאללער לוינט זיך נישט ווייל ס׳גייט קאסטן מעהר. ער האט געהאט א פאלשע University ווי ער האט איינגערעדט מענטשען אז ער גייט זיי אויסלערנען וויאזוי צומאכן געלט. א שווינדלער זיין גאנץ לעבן, א ערשט קלאסיקער Crook, א קרימינאל וואס האט אליינס מודה געוועהן אז ער האט זיך ארויסגעדרייט פון צאלן שטייערן און פון די אנדערע זייט האט ער נישט אויפגעהערט צוזאגן אז ער איז גאר די רייכעסטע מענטש אויף די וועלט... ער דארף זיין די פרעזידענט?

חוץ מזה איז ער שוטה משוטה. הערט קיינמאל נישט אויס וואס די עקספערטן זאגן. ער איז אייביג קלוגער ווי א צווייטן.

טוה מיר א טובה?

ער האט נישט קייו שום עקספירענס אין גאווערמענט. ער האט נישט קיין שום קוואליפיקאציעס פאר די דזשאב.
זיך געחנפט צו אמריקעס גרעסטע שונאים, די גרעסטע דיקטעטארס אויף די וועלט אפענערהייט!!! ווען די גאנצע פרייע-וועלט איז געשטאנען און געקוקט מיט וואונדער. וואס איז געשעהן מיט אמעריקע???

ווייל ער האט געהאט א איידעם א פרומע איד. און ער האט געטוהן אפאר גוטע זאכן פאר אידן. מיינט נאכנישט גארנישט!

פון די אנדערע זייט האט ער באשמיצט די אידן. ווען אלע מענטשען האבן געזעהן ווי אזא נידערטרעכטיגע איד ווי סטיווען מיללער, וויאזוי זיי האבן זיך באנעמען מיט די ארימע שפאנישע אימגראנטן. בשעת דער קאפאו איז אליינס א קינד פון אימיגראנטן. און זיין אייגענע משפחה האבן געשריבן קעגן אים אין די צייטונגען אז לויט זיינע פאליסיס וואלט זיינע עלטערן קיינמאל נישט אנגעקומען קיין אמריקע...

וואס האט איינס מיטן צווייטן? אויב בין איך קעגן טראמפ און איך בין א דעמאקראט, א סאציאליסט, וואס האלט אז קאנדא׳ס סיסטעם איז בעסער ווי אמעריקע פארליר איך מיין נאמנות???

שבת אחים » מאנטאג מאי 3, 2021 6:55 pm

· #472314
די צווייטע זאך וואס דו שרייבסט אז די מנח״א מיטן סאטמארער רב זענען אמתע תלמידי הבעש״ט.

זיי נישט בייז. איך האלט פון זיי ביידע אין געוויסע זאכן. זיי זענען געוועהן קלוגער מענטשען. גוט געקענט לערנען. און געהאלפן אנדערע אידן. ספעציעל די סאטמארער רב איז געוועהן מוראדיג באוואסט אין צדקה און גמ״ח. איך האב געהערט פערזענליך פון מענטשען מוראדיגע מעשיות פון זיין צדקה וחסד.

אבער האסט גע׳missed די פוינט!

א חסיד פון בעש״ט מיינט איינער וואס נעמט אן א יעדען איד, מיט זייערע שיטות. א קנאי ספעציעל די מנח״א וואס האט געשאלטן ציונים און אגודיסטן איז א קלארע סתירה צום דרך הבעש״ט.
בלאט: 1 2 3