ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?
106 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14525
אז דו ביזט דא, וויל איך דיך מחזק זיין יא ווייטער צו שרייבן וועגן וויזניץ, ס’איז זייער אינטערסאנט און באלערנד, אפילו איך בין ווייט פון א וויזניצער,
און אגב אז עטס רעדסט פון די מנח’’א, ער איז געווען א מוראדיגע בעל צדקה, ער האט געטיילט אסאך געלט און ער האט זיך פארחובותט צו קענען טיילן צדקה, מ’פארציילט אז ס’פלעגט אריינרעגענען ביי אים פון די דאך ווייל ער האט זיך נישט געקומערט עס צו פארעכטן, ווייל ער האט פארטיילט זיין געלט, מ’רעדט נישט פון זיין לב טוב ווייל ווען מ’רעדט פון אים פאקוסירט מען מער אויף זיין גדלות בתורה און זיין קנאות.
תרמבאז דו ביזט דא, וויל איך דיך מחזק זיין יא ווייטער צו שרייבן וועגן וויזניץ, ס’איז זייער אינטערסאנט און באלערנד, אפילו איך בין ווייט פון א וויזניצער,
און אגב אז עטס רעדסט פון די מנח’’א, ער איז געווען א מוראדיגע בעל צדקה, ער האט געטיילט אסאך געלט און ער האט זיך פארחובותט צו קענען טיילן צדקה, מ’פארציילט אז ס’פלעגט אריינרעגענען ביי אים פון די דאך ווייל ער האט זיך נישט געקומערט עס צו פארעכטן, ווייל ער האט פארטיילט זיין געלט, מ’רעדט נישט פון זיין לב טוב ווייל ווען מ’רעדט פון אים פאקוסירט מען מער אויף זיין גדלות בתורה און זיין קנאות.
איך האלט פון אים זייער שטארק. און איך האב אים זייער ליעב. נישט נאר ווייל ער האט גערופן דעם אהבת ישראל די “צדיק הדור” נאר ווייל ער איז געוועהן א גאון עולם, א געלונגענע מענטש, און ווי דו זאגסט א גרויסע בעל צדקה. אבער זאגן אויף אים א אמתע תלמיד פון בעש״ט? איך וואלט ענדערש געזאגט אז די מנחת אלעזר איז געוועהן פון די לעצטע חסידישע רביס וואס איז געוועהן א גאון אדיר. אבער נישט קיין תלמיד הבעש״ט. דו ווייסט אויף וועמען מ׳קען זאגן ער איז געוועהן א אמתע תלמיד הבעש״ט וואס האט געלעבט אין מיינע צייטן? לדעתי הרה״ק ר׳ נפתלי׳טשע באבובער. קלאר!
ר׳ מאטעלע האט אלץ פארציילט אז די מנח״א איז מלכתחילה געוועהן קעגן די אהבת ישראל. און וואס עלטער די אהבת ישראל איז געווארן האט ער מעהר און מעהר געטוישט זיין מיינוג.
ר׳ מאטעלע פארציילט:
איינמאל איז די מנחת אלעזר’ס איינציגסטע טאכטער שטערבליך קראנק געווארן. און די מנחת אלעזר האט געהייסן מ’זאל איר מזכיר זיין ביים אהבת ישראל. די אהבת ישראל איז דעמאלטס געוועהן אין א ווייטע שטאט סובראנץ. און למעשה פון ווען מ׳האט מזכיר געוועהן פאר די אהב״י איז די טאכטער געזונט געווארן. און די מנחת אלעזר איז פערזענליך אראפגעפארן קיין סובראנץ זיך באדאנקן פארן אהבת ישראל.
ווי אויך די מנח״א האט אמאל געפרעגט די אהב״י צי ער זאל אפלאזן די שידוך פון זיין טאכטער מיט ר׳ ברוכל ווייל ער איז געוואר געווארן אז ער איז א ציוניסט באהאלטערנהייט. און די אהב”י האט אים געזאגט וועסט נאך זעהן אסאך נחת פון דיינע אייניקלעך....
די שאלה הייבט זיך אן ווער די בעש’’ט הק’ איז געווען און נאכדעם איז די שאלה וואס מיינט א תלמיד פון אים, ווייל דו האסט געמאכט א פרעים וואס מיינט א תלמיד בעל שם און דארט פיט אריין נאר ר’ נפתלטשע און די אמרי חיים, אבער ס’איז נישט מוכרח אז דו האסט ארויס וואס מיינט א תלמיד בעל שם, גראדע די ספר שער יששכר פונעם מנח’’א מעטשט מער מיט די חסידישע ספרים וואס איז געשריבן געווארן דורך די בעל שם’ס תלמידים מער ווי די ספר אמרי חיים.
תרמבדי שאלה הייבט זיך אן ווער די בעש’’ט הק’ איז געווען און נאכדעם איז די שאלה וואס מיינט א תלמיד פון אים, ווייל דו האסט געמאכט א פרעים וואס מיינט א תלמיד בעל שם און דארט פיט אריין נאר ר’ נפתלטשע און די אמרי חיים, אבער ס’איז נישט מוכרח אז דו האסט ארויס וואס מיינט א תלמיד בעל שם, גראדע די ספר שער יששכר פונעם מנח’’א מעטשט מער מיט די חסידישע ספרים וואס איז געשריבן געווארן דורך די בעל שם’ס תלמידים מער ווי די ספר אמרי חיים.
איך ווייס נישט ווער דער בעשטה"ק איז געווען נאר אזויפיל האב איך געהערט און געליינט אז ער האט עקסעפטעט יעדער איד וואס האט א חלק אלוקי ממעל,
האסט גראדע צוגעטראפן הרה"ק ר’ חיים מאיר פון וויזניץ און ר’ נפתל’טשע זצ"ל וואס ביי זיי ביידע האט מען געזעהן וואס דאס מיינט ליב האבן א איד unconditional !!!!.
איך גלייב אז אנדערע גדולים האבן אויך ליעב געהאט א צווייטען איד - און ביי זיי האט מען עס געזעהן קלאר
אויב אהבת ישראל מיט תלמוד בעש"ט איז מוכרח וועל איך דארפן זאגן פארקערט אלע חסידישע רבי'ס האבען געהאט אהבת ישראל. זיי זענען דאך געווען רבי'ס.
וואס האט איין מיט די אנדערע?.
מען מיינט ארויסצוברענגן אז ביי די דאזיגע רבי'ס האט מען שטארק צוגעזעהן באופן בולט דעם דרך הבעש"ט מיט אהבה
איך מיין צו זאגן אז די בעל שם טוב האט פארקערפערט אין זיך אסאך חלקים, איינע פון די חלקים איז געווען אהבת ישראל און לכבוד דעם קענסטו רופן די אמרי חיים א תלמיד פון בעל שם טוב הקדוש, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון אנדערע תלמידי בעל שם וואס ענדלען אין די אנדערע חלקים.
@שבת
אגב אהבת ישראל (ואהבת לריך) איז איינס פין די תרי"ג מצות.
וואס אגב קימט נישט פון בעל שם טוב נאר פון זיין ג-ט
Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?
זייער שיין צו לייענען די מעשיות, פונעם אהבת ישראל האב איך שוין דורכגעאקערט דעם קדוש ישראל אלס בחור און איך האלט אויך אז דער אמרי חיים האא באמת ליב געהאט א יוד וכו׳
אבער ווען איר זאגט אז די אנדערע ווי סאטמארער ר2ס איז נישט קיין תלמיד בעש"ט ווייל ער איז געווען א קנאי, איז נישט צום זאך, דהמע"ה האט געזאגט אוהבי ד׳ שנאו רע, כשם שמצוה לאהוב הצדיקים כך מצוה לשנוא את הרשעים, סאטמאר רב האט נישט פיינט געהאט קיין יוד, זיין קנאות איז געווען קעגן די רע פון זיי, ער האט זיך געטראפן און פארברענגט מיט אלע גדולי ישראל, לשיטתו האבן זיי זיך טועה געווען און דאס האט אים וויי געטון, לשיטת האמ"ח איז נישט געווען קיין טעות האט עס אים נישט וויי געטון, בן גורין האט ער ליב געהאט? אוודאי נישט ווייל ער איז געווען א כופר, סאטמאר רב האט געגאנגען ווייטער און געהאלטן אז די אגודה איז אויך פארדרייט, אבער קיינמאל נישט מבזה געווען אדער אפילו דערמאנט א נאמען לגנאי ועוד
וועגן זיין צדקה, מיין איך איז איבעריג צו זאגן אז ער איז געווען א יחיד בדורו און עד היום זענן זיינע חסידים (פון) די גרעסטע עוסקים בצדקה וחסד, דאס זענן זאכן וואס מ׳ דארף נישט גלייבן דעים און יענעם, עס איז מפורסם איבעראל
ד"א מיימרות פון ר׳ יודעלע אויף סאטמאר רב איז דא גענוג אפילו ער איז נישט געווען משפחה מיט אים
נאך איין נקודה, יעדע מעשה ענדיגט איר אז יענער איז געווארן א חסיד נאך וואס דער אמ"ח האט אים געהאלפן, אויף סאטמאר רב קען מען דאס נישט זאגן, ער האט געהאלפן יעדן יוד אפילו זיי זענן נישט געבליבן זיינע חסידים, ער האט געגרינדעט ת"ת אין צענדליגער דערפער אין אר"י נאך די מלחמה, כמעט קיינער האט נישט קיין שייכות צו סאטמאר, ער האט געוואלט זאלן זיין יודן נישט מער (בעלזער רב איז אויך א סאטמארער תלמוד)
סך הכל, דער אהב"י איז זייער גרויס געווען ביי די וויזניצער חסידים, עס איז געווען א וועלט מיט לייבן ווי דער בעלזער רב , אמרי אמת, מנח"א, און נאך, זייערע חסידים האבן געהאלטן אז זייער רבי איז צדיק הדור און מיט רעכט
דאס זעלבע דער אמ"יח איז געווען אין איין דור מיט גדולי ישראל וואס זייערע חסידים האבן זיי געהאלטן פאר צדיק הדור און איר אלס געבוירענער וויזצניצער קענט האלטן אז דער אמ"ח איז צדיק הדור
הצלחה
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
ווילנע חסיד.
די אהבת ישראל איז נאר געוועהן גרויס ביי וויזניצער חסידים???
ווען די אהבת ישראל איז געוועהן אין זיינע עלטערע יאהרן איז נישט געוועהן קיין איין רבי אויף די וועלט וואס האט זיך נישט אויפגעשטעלט פאר אים!
קיין איינס נישט! זיי האבן אלע געהאלטן ער איז געוועהן די צדיק הדור! פאקט!
ער איז נאר געוועהן גרויס אין וויזניץ?
פארדעם האט טאקע די מנחת אלעזר וואס איז געוועהן א אגודיסט? אים גערופן די צדיק הדור?
פארדעם האט סאטמארער רב אים גערופן א צדיק, און אים אפילו איינמאל גערופן “מיין רבי”?
הרב דשונסקי איז געוועהן א וויזניצער חסיד?
סאלקער רב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?
די גאלאנטער רב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?
די באר מנחם פון קאלוב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?
ר׳ ישכר דב בעלזער איז געוועהן א וויזניצער?
די טשימפער רב איז געוועהן לכתחילה א מונקאטשער. זיין גאנצע משפחה (משפחת אסטרייכער) איז א באוואוסטע מונקאטשער משפחה. וויאזוי איז ער געווארן אזוי פאר׳וויזשניץ׳ט?
רבי אהרלע ראטה שרייבט איך האב נישט געהאט קיין טאטע זאל מיך מחנך זיין בין איך אלץ בחור ארומגעפארן צו אלע רביס. און די אהבת ישראל האט ער גערופן די “זיסע צדיק” ווייל חוץ וואס ער איז געוועהן א צדיק איז ער געוועהן א זיסע מענטש.
סאטמארע רבי זי"ע האט דאך געהאלטן אז ס'איז נשתכח תורת הבעל שם טוב, לכאורה האט ער געהאלטן אויף זיך אז ער איז נישט מתלמידי בעל שם, חוץ מזה איז דא א מימרא פון אים אז צאנזע רב איז די לעצטע פון די תלמידי בעל שם און שינאווא רב האט זיך נאך מיטגעכאפט מיט די וואגן, עפעס אזוי.
תרמבסאטמארע רבי זי"ע האט דאך געהאלטן אז ס'איז נשתכח תורת הבעל שם טוב, לכאורה האט ער געהאלטן אויף זיך אז ער איז נישט מתלמידי בעל שם, חוץ מזה איז דא א מימרא פון אים אז צאנזע רב איז די לעצטע פון די תלמידי בעל שם און שינאווא רב האט זיך נאך מיטגעכאפט מיט די וואגן, עפעס אזוי.
איה״נ סאטמארער רב האט זיך נישט געקאכט אין די דרך הבעש״ט.
איך צוטייל חסידים, און חסידישע רביס אין צוויי קאטאגאריעס.
צאנז און רוזין.
צאנז דרך איז “יראה” און רוזין איז “אהבה”.
די סקולענער רבי (עכ״פ די ערשטע) איז געוועהן א רוזינער רבי. ליב געהאט יעדען איד. נישט קיין חילוק צי ער איז א מזרחי אדער א קנאי.
די זעלבע איז ר׳ שלמה באבובער און זיין זוהן ר׳ נפתלי׳טשע- אפילו זיי זענען געוועהן “צאנזער אייניקלעך” איז זייער כאראקטאר געוועהן “רוזין”
רוזין האט געמיינט ליב האבן א יעדער איד נישט קיין חילוק וואס ער איז, ווער ער איז, אויב איז ער “מזרע ישראל” אפילו ער האלט א אנדערע וועג אין אידשקייט פון מיר, איז ער “מיין ברודער”
און ווער סקען די היסטאריע. ווייסט וואס די אלע רוזשינער רביס האבן געטוהן פאר אידן. די קאפישניצער רביס און אנדערע רוזשינער רביס האבן ביי די צייטן פון די קריג. זיך מוסר נפש געוועהן פאר א יעדען איד. זיי האבן זיך אליינס אריינגעלייגט אין א סכנה צו ראטעווען אנדערע אידן!
ווידער די תורת מרדכי פון וויזניץ אפילו ער איז געוועהן א רוזשינער אייניקל. איז זיין דרך געוועהן קלאר “צאנז”...
איך בין א חסיד פון די רוזשינער דרך. ליב האבן א יעדער איד. קיינמאל נישט דן זיין א צווייטן איד. אפילו ער האלט נישט קיין שבת. מ׳דארף יעדען דן זיין לכף זכות.
דאס איז מיין דרך.
Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?
שבת אחיםווילנע חסיד.
די אהבת ישראל איז נאר געוועהן גרויס ביי וויזניצער חסידים???
ווען די אהבת ישראל איז געוועהן אין זיינע עלטערע יאהרן איז נישט געוועהן קיין איין רבי אויף די וועלט וואס האט זיך נישט אויפגעשטעלט פאר אים!
קיין איינס נישט! זיי האבן אלע געהאלטן ער איז געוועהן די צדיק הדור! פאקט!
ער איז נאר געוועהן גרויס אין וויזניץ?
פארדעם האט טאקע די מנחת אלעזר וואס איז געוועהן א אגודיסט? אים גערופן די צדיק הדור?
פארדעם האט סאטמארער רב אים גערופן א צדיק, און אים אפילו איינמאל גערופן “מיין רבי”?
הרב דשונסקי איז געוועהן א וויזניצער חסיד?
סאלקער רב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?
די גאלאנטער רב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?
די באר מנחם פון קאלוב איז געוועהן א וויזניצער חסיד?
ר׳ ישכר דב בעלזער איז געוועהן א וויזניצער?
די טשימפער רב איז געוועהן לכתחילה א מונקאטשער. זיין גאנצע משפחה (משפחת אסטרייכער) איז א באוואוסטע מונקאטשער משפחה. וויאזוי איז ער געווארן אזוי פאר׳וויזשניץ׳ט?
רבי אהרלע ראטה שרייבט איך האב נישט געהאט קיין טאטע זאל מיך מחנך זיין בין איך אלץ בחור ארומגעפארן צו אלע רביס. און די אהבת ישראל האט ער גערופן די “זיסע צדיק” ווייל חוץ וואס ער איז געוועהן א צדיק איז ער געוועהן א זיסע מענטש.
זייטס נישט ברוגז
די אלע מיימרות, צדיק הדור, מיין רבי (קלאר אז ער האט עס נישט געזאגט) און נאך איז לופט מעשיות וואס מ׳ פארציילט אין יעדע חסידות
באקאנט איז אז די גרעסטע גדו"י זענן געפארן קיין בעלז, גער וכדומה, קיינמאל נישט געווען קיין געפארעכטס אויף וויזניץ וואס מ׳ ווייסט
יא מ׳ האט געהאלטן פון אים, אבער די אלע געזאגעכצער זענן האלבע אמת׳ן וואס די ווילסט גלייבן, די גאס קויפט עס נישט אפ
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?
שבת אחיםתרמבסאטמארע רבי זי"ע האט דאך געהאלטן אז ס'איז נשתכח תורת הבעל שם טוב, לכאורה האט ער געהאלטן אויף זיך אז ער איז נישט מתלמידי בעל שם, חוץ מזה איז דא א מימרא פון אים אז צאנזע רב איז די לעצטע פון די תלמידי בעל שם און שינאווא רב האט זיך נאך מיטגעכאפט מיט די וואגן, עפעס אזוי.
איה״נ סאטמארער רב האט זיך נישט געקאכט אין די דרך הבעש״ט.
איך צוטייל חסידים, און חסידישע רביס אין צוויי קאטאגאריעס.
צאנז און רוזין.
צאנז דרך איז “יראה” און רוזין איז “אהבה”.
די סקולענער רבי (עכ״פ די ערשטע) איז געוועהן א רוזינער רבי. ליב געהאט יעדען איד. נישט קיין חילוק צי ער איז א מזרחי אדער א קנאי.
די זעלבע איז ר׳ שלמה באבובער און זיין זוהן ר׳ נפתלי׳טשע- אפילו זיי זענען געוועהן “צאנזער אייניקלעך” איז זייער כאראקטאר געוועהן “רוזין”
רוזין האט געמיינט ליב האבן א יעדער איד נישט קיין חילוק וואס ער איז, ווער ער איז, אויב איז ער “מזרע ישראל” אפילו ער האלט א אנדערע וועג אין אידשקייט פון מיר, איז ער “מיין ברודער”
און ווער סקען די היסטאריע. ווייסט וואס די אלע רוזשינער רביס האבן געטוהן פאר אידן. די קאפישניצער רביס און אנדערע רוזשינער רביס האבן ביי די צייטן פון די קריג. זיך מוסר נפש געוועהן פאר א יעדען איד. זיי האבן זיך אליינס אריינגעלייגט אין א סכנה צו ראטעווען אנדערע אידן!
ווידער די תורת מרדכי פון וויזניץ אפילו ער איז געוועהן א רוזשינער אייניקל. איז זיין דרך געוועהן קלאר “צאנז”...
איך בין א חסיד פון די רוזשינער דרך. ליב האבן א יעדער איד. קיינמאל נישט דן זיין א צווייטן איד. אפילו ער האלט נישט קיין שבת. מ׳דארף יעדען דן זיין לכף זכות.
דאס איז מיין דרך.
פון ווי נעמט איר אז דער הייליגער ריזשינער האט ליב געהאט א מחלל שבת?
נאר א מסור האט אים געבאדערט? חס מלהזכיר תו תולה זיין בוקי סרוקי אויף אזעלעכע צדיקים
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
רעדסט שטותים מיט הבלים.
מונקאטשער רב האט געזאגט צדיק הדור ברבים. ער האט מספיד געוועהן.
הרב דשונסקי האט גערעדט פון אים ברבים. אין ירושלים. יאהרן שפעטער.
ער האט געזאגט איך בין קיין חסיד אבער אויב סאיז דא א אמתע רבי איז עס די אהבת ישראך
ער האט אמאל געזאגט ביי א דרשה ברבים אז ער וואלט קיינמאל נישט פארשטאנען די פסוק “ואנכי תולעת ולא איש”, וויאזוי האט אזא גרויסע מענטש ווי דוד המלך געזאגט איך בין ממש א ווארים? אבער היות כהאב געקענט די אהבת ישראל, וואס ער איז דאך געוועהן אזא גרויסע מענטש און ער האט זיך געהאלטן פאר גארנישט. פארשטיי איך שוין זייער גוט די פסוק.
ר׳ ישעילע טשחויבער האט געזאגט ווען כהאב אים געהערט זאגן תהילים. האב איך געשפירט איך גיי אויס פאר מתיקות.
הרב דשונסקי מיטן גאלאנטער רב האבן ביידע געזאגט אז ווען כהאב געהערט די אהבת ישראל זאגן תהילים. האב איך געטראכט ס’מוז זיין ער איז ניצוץ פון דוד המלך.
די גאלאנטער רב האט אים אפאר מאל גערופן די צדיק הדור ברבים. זיין משפחה זענען געווארן גרויסע וויזניצער חסידים. זיין נעפיו הרה”ח ר׳ יוסף בוקסבוים (וואס האט געוואוינט שפעטער אין וויליאמסבורג איז געווארן א פייערדיגע וויזניצער חסיד. זיינע זוהן ר׳ בנימין איז א מאנסי וויזניצער און די אנדערער א סקווירער)
די גאלאנטער רב איז אמאל געזיצן אין קארלסבאד אויף א באנק מיט אפאר פון זיינע תלמידים. און ער האט באמערקט די אהבת ישראל קומט צוגיין. האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט ס׳שטייט אין משלי “הולך את חכמים יחכם”. לכאורה איז שווער פארוואס שטייט א לשון רבים חכמים מ’קען דאך קלוגער ווערן פון איין חכם אויך. נאר די פסוק רעדט פון די “צדיק הדור” וואס האט כולל געוועהן אלע “חכמי הדור”...
די נייטרא רב האט געשריבן א גאנצע הספד אויפן אהבת ישראל. לייען עס. ער שרייבט סאיז נישט מעגליך אפילו צו באשרייבן זיין גרויסקייט.
א חסיד פון ווילנאשבת אחיםתרמבסאטמארע רבי זי"ע האט דאך געהאלטן אז ס'איז נשתכח תורת הבעל שם טוב, לכאורה האט ער געהאלטן אויף זיך אז ער איז נישט מתלמידי בעל שם, חוץ מזה איז דא א מימרא פון אים אז צאנזע רב איז די לעצטע פון די תלמידי בעל שם און שינאווא רב האט זיך נאך מיטגעכאפט מיט די וואגן, עפעס אזוי.
איה״נ סאטמארער רב האט זיך נישט געקאכט אין די דרך הבעש״ט.
איך צוטייל חסידים, און חסידישע רביס אין צוויי קאטאגאריעס.
צאנז און רוזין.
צאנז דרך איז “יראה” און רוזין איז “אהבה”.
די סקולענער רבי (עכ״פ די ערשטע) איז געוועהן א רוזינער רבי. ליב געהאט יעדען איד. נישט קיין חילוק צי ער איז א מזרחי אדער א קנאי.
די זעלבע איז ר׳ שלמה באבובער און זיין זוהן ר׳ נפתלי׳טשע- אפילו זיי זענען געוועהן “צאנזער אייניקלעך” איז זייער כאראקטאר געוועהן “רוזין”
רוזין האט געמיינט ליב האבן א יעדער איד נישט קיין חילוק וואס ער איז, ווער ער איז, אויב איז ער “מזרע ישראל” אפילו ער האלט א אנדערע וועג אין אידשקייט פון מיר, איז ער “מיין ברודער”
און ווער סקען די היסטאריע. ווייסט וואס די אלע רוזשינער רביס האבן געטוהן פאר אידן. די קאפישניצער רביס און אנדערע רוזשינער רביס האבן ביי די צייטן פון די קריג. זיך מוסר נפש געוועהן פאר א יעדען איד. זיי האבן זיך אליינס אריינגעלייגט אין א סכנה צו ראטעווען אנדערע אידן!
ווידער די תורת מרדכי פון וויזניץ אפילו ער איז געוועהן א רוזשינער אייניקל. איז זיין דרך געוועהן קלאר “צאנז”...
איך בין א חסיד פון די רוזשינער דרך. ליב האבן א יעדער איד. קיינמאל נישט דן זיין א צווייטן איד. אפילו ער האלט נישט קיין שבת. מ׳דארף יעדען דן זיין לכף זכות.
דאס איז מיין דרך.
פון ווי נעמט איר אז דער הייליגער ריזשינער האט ליב געהאט א מחלל שבת?
נאר א מסור האט אים געבאדערט? חס מלהזכיר תו תולה זיין בוקי סרוקי אויף אזעלעכע צדיקים
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
איך רעדט נישט פון די רוזשינער. איך ווייס נישט וואס די רוזשינער האט געהאלטן. איך ווייס די רוזישנער דרך. בתוכם די אהבת ישראל׳ס דרך.
דאס איז א לענגערע שמועס. נעקסט טיים בלי נדר.
Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?
שבת אחיםרעדסט שטותים מיט הבלים.
מונקאטשער רב האט געזאגט צדיק הדור ברבים. ער האט מספיד געוועהן.
הרב דשונסקי האט גערעדט פון אים ברבים. אין ירושלים. יאהרן שפעטער.
ער האט געזאגט איך בין קיין חסיד אבער אויב סאיז דא א אמתע רבי איז עס די אהבת ישראך
ער האט אמאל געזאגט ביי א דרשה ברבים אז ער וואלט קיינמאל נישט פארשטאנען די פסוק “ואנכי תולעת ולא איש”, וויאזוי האט אזא גרויסע מענטש ווי דוד המלך געזאגט איך בין ממש א ווארים? אבער היות כהאב געקענט די אהבת ישראל, וואס ער איז דאך געוועהן אזא גרויסע מענטש און ער האט זיך געהאלטן פאר גארנישט. פארשטיי איך שוין זייער גוט די פסוק.
ר׳ ישעילע טשחויבער האט געזאגט ווען כהאב אים געהערט זאגן תהילים. האב איך געשפירט איך גיי אויס פאר מתיקות.
הרב דשונסקי מיטן גאלאנטער רב האבן ביידע געזאגט אז ווען כהאב געהערט די אהבת ישראל זאגן תהילים. האב איך געטראכט ס’מוז זיין ער איז ניצוץ פון דוד המלך.
די גאלאנטער רב האט אים אפאר מאל גערופן די צדיק הדור ברבים. זיין משפחה זענען געווארן גרויסע וויזניצער חסידים. זיין נעפיו הרה”ח ר׳ יוסף בוקסבוים (וואס האט געוואוינט שפעטער אין וויליאמסבורג איז געווארן א פייערדיגע וויזניצער חסיד. זיינע זוהן ר׳ בנימין איז א מאנסי וויזניצער און די אנדערער א סקווירער)
די גאלאנטער רב איז אמאל געזיצן אין קארלסבאד אויף א באנק מיט אפאר פון זיינע תלמידים. און ער האט באמערקט די אהבת ישראל קומט צוגיין. האט ער זיך אויפגעשטעלט און געזאגט ס׳שטייט אין משלי “הולך את חכמים יחכם”. לכאורה איז שווער פארוואס שטייט א לשון רבים חכמים מ’קען דאך קלוגער ווערן פון איין חכם אויך. נאר די פסוק רעדט פון די “צדיק הדור” וואס האט כולל געוועהן אלע “חכמי הדור”...
די נייטרא רב האט געשריבן א גאנצע הספד אויפן אהבת ישראל. לייען עס. ער שרייבט סאיז נישט מעגליך אפילו צו באשרייבן זיין גרויסקייט.
איך רעד שטותים והבלים?
די קייסט איבער, דער האט געזאגט, יענער האט געזאגט, ווער האט עס געהערט? איך פארשטיי אז די גלייבסט עס, אבער די וועלט קויפט עס נישט
נאך אזאך, די ערליכע רבנים האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צו משבח זיין אנדערע צדיקים, אבער ווילאנג די זעסט נישט אז זיי זענן געפארן אלס חסידים מיינט עס גארנישט
דער ויגד יעקב זצ"ל איז געפארן קיין בעלז
ר׳ שאול בראך איז געפארן קיין סיגעט, בעלז, און נאך, נישט צום אהב"י
ווילסט איך זאל דיר נאכזאגן וואס צדיקים האבן געזאגט אויף סאטמארער רב? אנגעהויבן ביי מונקאטשער רב (יכול לטהר מדן עד באר שבע) נאסאדער רב (ווער עס זאגט אנדערש איז א אפיקורס) דיין ר׳ יודעלע (געשיקט א שליח זען אויב רימניצער איז א ערליכער יוד און איין סחמן אויב ער האלט פון סאטמאר רב, דאס זעלבע ר׳ יעקב פשעווארסקער מיט באבי סאלי און נאך און נאך
איך גלייב נישט אלעס וואס איך וויל הערן אבער איך וויל גלייבן
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
איה״נ. ר׳ שאול בראך איז געפארן קיין בעלזא. אבער ער האט אויך געשיקט קוויטלעך צום אהבת ישראל.
איך האב עפעס געזאגט אז די אהבת ישראל איז געוועהן די איינציגסטער גרויסע מענטש? פלוז. ביסט א קינד?
איך זאג עפעס אנדערש
סאיז נישט געוועהן קיין גרויסע רבי וואס האט נישט געהאלטן פון די אהב״י אויף זיינע עלטערע יאהרן. קיינער נישט!
אפילו די מנח״א וואס האט יעדען אגודיסט געשאלטן האט געזאגט אויף אים “צדיק הדור”
דאס וואס דו שרייבסט אויף ר׳ יהודא׳לע אז ער איז געוועהן א חסיד פון סאטמארער רב און ער איז געוועהן א פייערדיגע וויזניצער חסיד ווייל ער איז געוועהן משפחה איז ממש שטותים מיט הבלים. טוה מיר א טובה?!
ר׳ יהודא׳לע האט געהאלטן די סאטמארער רב איז געוועהן א ערליכער איד, א גרויסע מענטש. אבער קוק אריין אין די הגהות וואס ער האט געשריבן אויף סאטמארער רבס ספרים. ער האט די חוצפה זיך צוקריגן מיט אים אין געוויסע זאכן....
אויפן אמרי חיים מיטן אהבת ישראל האט ער נישט נאר זיך נישט געקריגט וואס זיי האבן געזאגט נאר יעדעס ווארט ממש האט ער אריינגעלערנט פשט אין דעם.
ער איז געוועהן א וויזניצער ווייל משפחה? און די ישועות משה איז נישט געוועהן זיין משפחה? ער האט ממש אינגאנצן אוועקגעמאכט!
סאיז נישט געוועהן אזא גרויסע חסיד פון די אמרי חיים אויף די וועלט ווי ר׳ יהודא׳לע!!! א פייערדיגע חסיד! פרעג יעדען איינעם.
אלעס וועגן משפחה? ווייסט וואספארא ליצנות דאס איז פאר א יעדע מענטש וואס האט געקענט ר׳ יהודא׳לע...
דו ווייסט ר׳ יהודא’לע האט זיך געשעמט מיט וויזניץ א שטיק צייט, ווייסטו? אבער אפילו אין די צייטן האט ער א גאנצע צייט גערעדט וועגן די שווער און די אהבת ישראל. טאג און נאכט. ער האט געחלמט פון זיי!
נישט געוועהן אזא גרויסע וויזניצער חסיד זינט די חסידות שטייט. אויסער ר׳ מרדכי חנא. נישט געוועהן!
מיין טאטע האט אסאך א לענגערע פאסיק ווי דיינע.
שבת אחים
ווי אויך די מנח״א האט אמאל געפרעגט די אהב״י צי ער זאל אפלאזן די שידוך פון זיין טאכטער מיט ר׳ ברוכל ווייל ער איז געוואר געווארן אז ער איז א ציוניסט באהאלטערנהייט. און די אהב”י האט אים געזאגט וועסט נאך זעהן אסאך נחת פון דיינע אייניקלעך....
דאס האט דער וויזשניצער רבי פארציילט?
הרב שיףשבת אחים

ניין!
נישט וואס איך ווייס.
די תורת מרדכי האט פארציילט די מעשה מיט זיין טאכטער וואס איז קראנק געווארן. און אז די מנח״א איז געפארן ביז די ווייטע שטאט סובראנץ. און ער פלעגט פארציילן אסאך אנדערע זאכן וועגן זייער קשר.
דאס האב איך געהערט פון א מונקאטשער חסיד אין ב״פ וואס האט עס געהערט פון די באוואוסטען מונקאטשער גבאי ר׳ חיים בער. און איך האב עס געהערט פון נאך מענטשען.
דרך אגב מיין פאטער האט געוואוינט אין זיין ערשטע דירה נאך זיין חתונה טיר ביי טיר לעבן ר׳ חיים בער
ער האט געזאגט פאר מיין פאטער “די יראת הכבוד וואס די מנח”א האט געהאט פארן אהבת ישראל האב איך נישט געזעהן ביי קיינעם”
א חסיד פון ווילנאזייער שיין
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
הנאה געהאט פון אייערע תגובה אבער דאס וואס איר ברענגט א ראיה פון דוד המלך פארשטיי איך נישט, דוד המלך איז אויכט נישט געווען פון די תלמידי בעש"ט, האט ער געהאט א תלמיד ר' שמואל יענקל?
אברהם אבינו דער גרעסטער און חסד ואהבה. אויכט נישט קיין בלמיד הבעשט לא מבעי וואס ער האט גענפערט פאר זיין טאטען און נישט געשוויגען ווי די דרך הבעש"ט האט ער נאך זיך צושלאגען מיט לוט א פרומער איד מיט אנדערע השקפות (איה"נ אז ער איז אים געקומען ראטווען אבער דאס איז שוין א סאמארע הנהגה).
און דער בעש"ט איז אויכעט נישט געווען קיין תלמיד הבעש"ט ווייל ער האט געפירט מלחמה מיט תלמידי ש"צ.
מרעדט דא פון א געוויסע מין מהות וואס ער איז עס מיחס [אומריכטיג] צו דרך הבעשט וואס דער אמרי חיים איז געווען א יחיד און אלע דורות.
הרב שיףא חסיד פון ווילנאזייער שיין

ביי מיר איז ארגינעלע חסידות און די בעש״ט זייער הייליג. ווייל איך פארשטיי זייער שיטה, זייער אידאלאגיעס איז געקומען ווייל אידישקייט אין אוקריינא, רומעניע אין די דערפלעך איז ממש אלעס צופאלן. אידן האבן גארנישט געהאט קיין שום פארטיי, קיין שום אידאלאגיע, נאר ווער סאיז געוועהן א געלערנטע מענטש און געקענט גוט לערנען האט געהייסן א איד.
איז געקומען די הייליגער בעש״ט און געזאגט ניין! יעדע איד איז חשוב! יעדער קלייניקייט פארן אייבערשטען איז חשוב! אפילו א פויער! אפילו א פארמער!
דאס האט געטוישט אידישקייט פאר אייביג! דאס האט געראטעוועט אידישקייט אין א געוויסע וועג!
לייען אלע ביכלעך פון די אידישיסטן, די גרויסער חזן קווארטין, (אין זיין בוך “מיין לעבן”) נאובעל פרייז געווינער, שרייבער, דזשורנאליסט, אלי (אליעזר) וויזל, ביז אלפסי, ביז אלע גאר פרומע חוקרי החסידות וואס האט געמיינט ווען די רבי איז געקומען אויף שבת אין שטאט אריין, יאהרן לאנג האבן זיי דאס געדענקט. סאיז געוועהן יום טוב אין די וואכן.
די רוזשינער דרך מיט די גאלדענע פערד איז געוועהן צו הייבן די מאראל פון די אידן אין די בחינה פון היינטיגער nationalism.
די אידן אין דערפלעך זענען געראטעוועט געווארן וועגן חסידות!
יעדע ליטוואק וואס שרייט אנדערש לייקענט פשוטע היסטאריע.
זייטס געזונט. יעדער קען האלטן וואס זיי ווילן. ווער ס׳וויל וויסן די אמת האט עס שוין געהערט. און ווער נישט גייט קיינמאל נישט מקבל זיין די אמת. ווייל זיי זענען בייעסט. לכאורה. קיין אנדערע סיבה זעה איך נישט!
קאך_לעפלמיין טאטע האט אסאך א לענגערע פאסיק ווי דיינע.
און וואס פונקטליך זאל איך דיר גלייבן? 😂
איך זאג איבער נאך איינמאל און דאס איז עס! איך זאג נישט אז די אמרי חיים איז נישט פון די תלמידי בעל שם טוב, איך זאג אז ער איז נישט דער איינציגסטער, ער האט שטארק געהאט די ענין פון אהבת ישראל, א צווייטער האט געהאט מער די תורה חלק און דריטער האט געהאט מער א דגוש אויף אהבת ארץ ישראל, און א פערטער אויף תפילה בהתלהבות, יעדער האט געפאוקעסט מער אויף עפעס אנדערש וואס זיין תכונת הנפש האט מער געצויגן, דאס איז מער ווייניגער וואס איך ברענג ארויס, ס’גייט מיר שווער אריין אין קאפ אז פון די אלע תלמידי בעל שם וואס איז געווען אלע דורות בלייבט מען נאר מיט די אמרי חיים און ר’ נפתלטשי, און נאך צוויי דריי וואס וועט דיר נאך באלד בייפאלן צוצולייגן צו די ליסטע.
ר' אלימלך בידערמאן פאקט איין ר' חיים מאיר'ל אין לינקע טאש.
סיי מיט תורה סיי מיט עבודה, סיי מיט גמילות חסדים.
אישתישביר' אלימלך בידערמאן פאקט איין ר' חיים מאיר'ל אין לינקע טאש.
סיי מיט תורה סיי מיט עבודה, סיי מיט גמילות חסדים.
ער רייכערט?
פאר ווער סהאט געזאגט דא אז וויזניץ איז נאר געוועהן גרויס אין די תחום
אישתישביר' אלימלך בידערמאן פאקט איין ר' חיים מאיר'ל אין לינקע טאש.
סיי מיט תורה סיי מיט עבודה, סיי מיט גמילות חסדים.
דיין חכמה און פקחות האב איך שוין געהערט. קודם איז עס געוועהן זילבערבערג און דערנאך איז עס געווארן א צווייטער.
האסט זיך צוקריגט מיט זילבערבערג???
איך
גיי דיר נישט ענטפערן מעהר ווייל מיין צייט איז ווערט מעהר.
אבער פאר איך ענדיגט מיט דיר האב איך א קשיא צו דיר. פון וואו ווייסטו ווי גרויס ר׳ חיים מאירל איז געוועהן? האסט אים געקענט? האסט א געליינט איין ביכל וואס האט אים באשריבן? איך פארשטיי דו קענסט בידערמאן. ווייל ער לעבט נאך. אבער פון וואו קענסטו זאגן אז איינער גרעסער ווען דו האסט יענעם בכלל נישט געקענט.
פון וואו ווייסטו מיט אזא זיכערקייט?
דער וואס האט געשריבן אז די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער זענען נאר געוועהן גרויס אין די תחום מארמארוש און בוקענווינע, און זייער חסידים.
כ׳פארשטיי סאטמאר מיינט אייביג אז זיי זענען די איינציגסטע. און אז ווען נישט סאטמארער רב וואלט נישט געוועהן קיין פרומע אידן אויף די וועלט.
דער וואס האט דאס געשריבן איז א נער, א גראבער שקרן, און קען נישט קיין טראפ היסטאריע.
יעדער ווייסט וואס די אהבת ישראל און זיינע קינדער האבן אויפגעטוהן אינדערהיים. פאר צענדליגער טויזנטער אידן. גארנישט קיין וויזניצער חסידים.
סאיז נישט געוועהן קיין שום גרויסע מיטינג פון רבנים אין מזרח אייראפע וואס א האגער איז נישט געוועהן דארט. זיי האבן געפירט אגוד״י אין רומעניע. כהאב געהערט פערזענליך פון צענדליגער מאדרענער אידן במשך פון מיין לעבן. אידן וואס איר וואלט נישט געחלומט אז זיי האבן בכלל א שייכות מיט חסידים. כהאב געטראפן א איד אין מיאמי אמאל. מיך געפרעגט וועלכע חסיד איך בין. ווען ער האט געהערט וויזניץ. זאגט ער אונז קומען פון גרויסווארדיין. אוי איז דאס געוועהן א רבי דער ר׳ ישראלטשע. ער האט אסאך געטוהן פאר אידן. אונז אלע זענען געגעאנגען צו אים. איך האב איבערגעהערט דאס אסאך מאל אין מאל לעבן במשך די יאהרן פון אסאך פרעמדע. אה, אונז זענען נישט קיין וויזניצער אבער מיין טאטע האט געוואוינט אין תל אביב לעבן די דמשק און פלעגט אלץ רעדן פון אים. פון די חיזוק וואס ער האט געגעבן פאר יעדעם נאכן קריג. די וויזניצער רביס האבן אויסגעטיילט צענדליגער מיליאנען פאר אלע אידישע צדקה צוועקן אינדערהיים! פאר א יעדע אידישע צוועק. ווי למשל העלפן “פוילישע אידן” פלטים ביי די קריג! די אמרי חיים האט זיי געשיקט ״שווערע געלטער״ סאיז געבליבן די דאקומענטן דערפון. פאר פוילישע אידן גאר!
איך קען אנפילן גאנצע אשכולות פון זאכן וואס וויזניץ האט געטוישט אין אנדערע חסידות. א שטייגער ווי נגינה אין בעלזא. בעלזא אינדערהיים איז נישט געוועהן גרויס אין נגינה. איינער קען א בעלזע ניגון פין אינדערהיים? זיי זענען געוועהן קעגן זיידל רובנער און נגינה, סאיז געוועהן צי מאדערן. ר׳ מנחם אליעזר מאזעס האט א גאנצע חלק אין זיין בוך. וועגן די שייכות פון דעם בעלזער רב מיט זיין זיידע. און וויאזוי וויזניץ האט געטוישט בעלזא נאך וואס די רב איז אינספירירט געווארן פון זיין זיידע.
תולדות אהרן פלעגט נישט פירן קיין טישן. נאך וואס רבי שמואל יענקל האט געלערענט אין וויזניץ האט ער איבערגערעדט זיין טאטען אז היינטיגע צייטן איז עס זייער וויכטיג.
בכלל די גאנצע חסידות תולדות אברהם יצחק באשטייט פון וויזניץ. ווי אויך סקולען.
די סקולענער רבי די ערשטע פלעגט זיך אויפשטעלן ווען ער האט גערעדט צו ר׳ משהלע אדער ר׳ מאטעלע אויפן טעלעפאן!!!
ער האט עס נישט געטוהן צו קיינעם נאר וויזניץ.
אזא רעספעקט האט ער געהאט פאר וויזניץ.
מהאט אים געבעטן ער זאל עפענען אייגענע מוסדות. האט ער געזאגט איך עפען נאר מוסדות פאר קירוב. פאר מיינע קינדער איז דאך שוין דא וויזניץ.
די ערשטע צוויי ישיבות אויף די וועלט מיט א דארמעטארי האט אויפגעשטעלט די אהבת ישראל. איינס אין ווישעווע, די צווייטע ר׳ מאיר שפירא׳ס ישיבה. ער איז געוועהן א וויזניצער חסיד פון בוקעווינע פאר דורת, א קרוב משפחה.
פאר ער האט געפענט די ישיבה האט ער זיך אלעס איבערגערעדט מיט די אהבת ישראל.
סאיז אפילו דא א באוואסטע מימרא וואס ער האט געזאגט נאכדעם וואס ער איז ארויסגעקומען פון די אהבת ישראל
“די וויזניצער רבי איז נישט קיין איד פון די היינטיגער וועלט”
די אהבת ישראל האט געהאלפן אויפשטעלן צענדליגער “בית יעקב” שולן פאר מיידלעך אין רומעניע. פאר טויזנטער קינדער- נישט קיין וויזניצער חסידים. ער האט אסאך צייט, כח, און געלט אוועגעגעבן פאר דעם.
הונדערטער משפחות היינט אין וויזניץ וואס איך קען זענען באמת נישט קיין אפשטאמיגער פון מארמארוש און בוקענווינע. שווערע הונדערטער גאנצע משפחות פון אונגארישע אידן, פוילישע וכו׳ וואס האבן ערגעץ זיך אנגעקלאפט נאכן קריג, פארן קריג מיט די אהב״י אדער זיינע קינדער.
יא יא וויזניץ איז נאר געוועהן גרויס אין ווילחאוויץ. דריי א קאפ פאר דיין באבען.
זייטס געזונט.
איך האב נישט קיין כח צו די סאטמערער שטותים. ענקער רבי איז געוועהן גרויס. אבער סאיז געוועהן אנדערע גרויסע מענטשען אויך!
תרמבאיך זאג איבער נאך איינמאל און דאס איז עס! איך זאג נישט אז די אמרי חיים איז נישט פון די תלמידי בעל שם טוב, איך זאג אז ער איז נישט דער איינציגסטער, ער האט שטארק געהאט די ענין פון אהבת ישראל, א צווייטער האט געהאט מער די תורה חלק און דריטער האט געהאט מער א דגוש אויף אהבת ארץ ישראל, און א פערטער אויף תפילה בהתלהבות, יעדער האט געפאוקעסט מער אויף עפעס אנדערש וואס זיין תכונת הנפש האט מער געצויגן, דאס איז מער ווייניגער וואס איך ברענג ארויס, ס’גייט מיר שווער אריין אין קאפ אז פון די אלע תלמידי בעל שם וואס איז געווען אלע דורות בלייבט מען נאר מיט די אמרי חיים און ר’ נפתלטשי, און נאך צוויי דריי וואס וועט דיר נאך באלד בייפאלן צוצולייגן צו די ליסטע.
כ׳ווייס נישט וואו אין מיינע ווערטער האסט געהערט אז סאיז נאר געוועהן דריי תלמידי הבעש״ט.
איך בין נאר נישט מסכים אז די מנחת אלזער מיטן דברי יואל זענען געוועהן תלמידי הבעש״ט מיט דעם קריג איך מיך. זיי זענען געוועהן גרויס אין אנדערע זאכן. אבער די טיטל א תלמיד הבעש״ט מיינט דירעקט איינער וואס נעמט אן יעדען איד נישט קיין חילוק וואס פארא פאלטיקס ער האט. א “קנאי” און א “תלמיד הבעש״ט” איז א אפענע סתירה.
אבער אלע רוזינער רביס אינדעהיים זענען געוועהן אמתע תלמידי הבעש״ט. די טאהשער רבי, די באבובער רביס, סקולען, ריבניץ, ספינקא, דזיקוב, ר׳ ישעי בן ר׳ משה וכו׳
אין די אשכול האב איך פרובירט ארויסצוברענגן אז די אמרי חיים האט געהאט אלע מעלות וואס א מענטש קען נאר האבן. פרעג יעדען וואס האט אים אפילו נאר איינמאל געטראפן. בתוכם די מורדים.
זייטס געזונט. גענוג געוועהן מיט די שטותים.
Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?
שבת אחיםדער וואס האט געשריבן אז די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער זענען נאר געוועהן גרויס אין די תחום מארמארוש און בוקענווינע, און זייער חסידים.
כ׳פארשטיי סאטמאר מיינט אייביג אז זיי זענען די איינציגסטע. און אז ווען נישט סאטמארער רב וואלט נישט געוועהן קיין פרומע אידן אויף די וועלט.
דער וואס האט דאס געשריבן איז א נער, א גראבער שקרן, און קען נישט קיין טראפ היסטאריע.
יעדער ווייסט וואס די אהבת ישראל און זיינע קינדער האבן אויפגעטוהן אינדערהיים. פאר צענדליגער טויזנטער אידן. גארנישט קיין וויזניצער חסידים.
סאיז נישט געוועהן קיין שום גרויסע מיטינג פון רבנים אין מזרח אייראפע וואס א האגער איז נישט געוועהן דארט. זיי האבן געפירט אגוד״י אין רומעניע. כהאב געהערט פערזענליך פון צענדליגער מאדרענער אידן במשך פון מיין לעבן. אידן וואס איר וואלט נישט געחלומט אז זיי האבן בכלל א שייכות מיט חסידים. כהאב געטראפן א איד אין מיאמי אמאל. מיך געפרעגט וועלכע חסיד איך בין. ווען ער האט געהערט וויזניץ. זאגט ער אונז קומען פון גרויסווארדיין. אוי איז דאס געוועהן א רבי דער ר׳ ישראלטשע. ער האט אסאך געטוהן פאר אידן. אונז אלע זענען געגעאנגען צו אים. איך האב איבערגעהערט דאס אסאך מאל אין מאל לעבן במשך די יאהרן פון אסאך פרעמדע. אה, אונז זענען נישט קיין וויזניצער אבער מיין טאטע האט געוואוינט אין תל אביב לעבן די דמשק און פלעגט אלץ רעדן פון אים. פון די חיזוק וואס ער האט געגעבן פאר יעדעם נאכן קריג. די וויזניצער רביס האבן אויסגעטיילט צענדליגער מיליאנען פאר אלע אידישע צדקה צוועקן אינדערהיים! פאר א יעדע אידישע צוועק. ווי למשל העלפן “פוילישע אידן” פלטים ביי די קריג! די אמרי חיים האט זיי געשיקט ״שווערע געלטער״ סאיז געבליבן די דאקומענטן דערפון. פאר פוילישע אידן גאר!
איך קען אנפילן גאנצע אשכולות פון זאכן וואס וויזניץ האט געטוישט אין אנדערע חסידות. א שטייגער ווי נגינה אין בעלזא. בעלזא אינדערהיים איז נישט געוועהן גרויס אין נגינה. איינער קען א בעלזע ניגון פין אינדערהיים? זיי זענען געוועהן קעגן זיידל רובנער און נגינה, סאיז געוועהן צי מאדערן. ר׳ מנחם אליעזר מאזעס האט א גאנצע חלק אין זיין בוך. וועגן די שייכות פון דעם בעלזער רב מיט זיין זיידע. און וויאזוי וויזניץ האט געטוישט בעלזא נאך וואס די רב איז אינספירירט געווארן פון זיין זיידע.
תולדות אהרן פלעגט נישט פירן קיין טישן. נאך וואס רבי שמואל יענקל האט געלערענט אין וויזניץ האט ער איבערגערעדט זיין טאטען אז היינטיגע צייטן איז עס זייער וויכטיג.
בכלל די גאנצע חסידות תולדות אברהם יצחק באשטייט פון וויזניץ. ווי אויך סקולען.
די סקולענער רבי די ערשטע פלעגט זיך אויפשטעלן ווען ער האט גערעדט צו ר׳ משהלע אדער ר׳ מאטעלע אויפן טעלעפאן!!!
ער האט עס נישט געטוהן צו קיינעם נאר וויזניץ.
אזא רעספעקט האט ער געהאט פאר וויזניץ.
מהאט אים געבעטן ער זאל עפענען אייגענע מוסדות. האט ער געזאגט איך עפען נאר מוסדות פאר קירוב. פאר מיינע קינדער איז דאך שוין דא וויזניץ.
די ערשטע צוויי ישיבות אויף די וועלט מיט א דארמעטארי האט אויפגעשטעלט די אהבת ישראל. איינס אין ווישעווע, די צווייטע ר׳ מאיר שפירא׳ס ישיבה. ער איז געוועהן א וויזניצער חסיד פון בוקעווינע פאר דורת, א קרוב משפחה.
פאר ער האט געפענט די ישיבה האט ער זיך אלעס איבערגערעדט מיט די אהבת ישראל.
סאיז אפילו דא א באוואסטע מימרא וואס ער האט געזאגט נאכדעם וואס ער איז ארויסגעקומען פון די אהבת ישראל
“די וויזניצער רבי איז נישט קיין איד פון די היינטיגער וועלט”
די אהבת ישראל האט געהאלפן אויפשטעלן צענדליגער “בית יעקב” שולן פאר מיידלעך אין רומעניע. פאר טויזנטער קינדער- נישט קיין וויזניצער חסידים. ער האט אסאך צייט, כח, און געלט אוועגעגעבן פאר דעם.
הונדערטער משפחות היינט אין וויזניץ וואס איך קען זענען באמת נישט קיין אפשטאמיגער פון מארמארוש און בוקענווינע. שווערע הונדערטער גאנצע משפחות פון אונגארישע אידן, פוילישע וכו׳ וואס האבן ערגעץ זיך אנגעקלאפט נאכן קריג, פארן קריג מיט די אהב״י אדער זיינע קינדער.
יא יא וויזניץ איז נאר געוועהן גרויס אין ווילחאוויץ. דריי א קאפ פאר דיין באבען.
זייטס געזונט.
איך האב נישט קיין כח צו די סאטמערער שטותים. ענקער רבי איז געוועהן גרויס. אבער סאיז געוועהן אנדערע גרויסע מענטשען אויך!
אלץ איז ער ביזי סאטמאר מיינט אייביג אז זיי זענן די איינציגע, דערווייל הערסטו נישט אויף צו שרייבן ווי וויזניץ איז די איינציגסטע
די ערשטע סקולענער רבי האט זיך אויפגעשטעלט יעדעס מאל וואס ער האט גערעדט טעלעפאניש מיט גדולי ישראל, בעיני ראיתי
דער לעצטער סקולענער רבי האט געשיקט די קינדער צו סאטמאר ב"פ
סא אין משם ראי׳
די מיליאנען צדקות האט קיינער נישט געוויסט אדער געשריבן דערפון, די זאגסט עס איז דא דאקומענטן אבער ווייזט קיין איינס נישט
דאס זעלבע מיט אלע מעשות וואס די האסט געהערט איז נישט קיין שום מקור, און אפילו יא יעדער חסיד טרעפט א יוד וועט אים יענער פארציילן זיחן שייכות אהין, א פשוטע גמ"ח
גוט שבת
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
ער מיינט די מיליאנען וואס ער האט איבערגעלאזט פאר זיינע קינדער ַ.
עושה צדקה בכל עת, זה הזן בניו ובנותיו
און בכלל איז א ליצנות ווי ער לייגט אראפ אז וויבאלד ער האט ליב די רוזינע רעביס, ממילא זענען די אנדערע נישט תלמידי בעל שם, ווי צ.ב.ש. די צאנזער רב וואס ער איז געוועהן יראה, הגם ער געטיילט מער ווי די ריזינער און אלע אייניקלעך צוזאמען.
און כאילו דער תולדות איז נישט געוועהן א תלמיד, כאטש ער איז דער וואס זיין ספר איז פארברענט געווארען ווייל עס איז דער דער יסוד פין חסידות הבעל שם.
מען רעדט פין א פאלנער מארמאראשעק עם הארץ, וואס האט גאות ווי ער וואלט געוועהן א וועלט טעאלאג. לא עלינו.
איך מיין עס איז נישט קיין יושר אז מען לאזט א וויזניצער אפמאכען וואס חסידת מיינט אין און דעם באקס נאר לאזען אריין פיטען נאר זיין רבי. ווי זענען די פאפא'נע אויף זייער רבי אין די מינקאטשע אויף זייער ?
נאכן דאס שרייבן האב איך מיר דערמאנט אז דאס איז דער זעלבער וואס שרייבט
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/14563">viewtopic.php?f=3&t=14563&start=100</a><!-- l -->
שבת אחיםזיי נישט בייז וואס איך גיי יעצט זאגן.
אבער לאמיר צונעמען די זאך.
יאשקע. הגם איך האב זייער פיינט רוב קריסטן. היינטיגע און אמאל, ווייל איך האלט זיי זענען פאלשע מענטשען. (חוץ אזעלכע מענטשען ווי די היינטיגע פויפסט. און Cornel West וואס זענען יא ערליכע מענטשען פערצופאל).
איך קען פארשטיין פארוואס ביליאנען מענטשען שרייען קדוש אויף יאשקע. אפילו איך האלט נישט פון אים.
א מענטש וואס האט געזאגט מ׳דארף יעדעם ליב האבן און מ׳טאר זיך נישט שלאגן מיט קיינעם. Turning the other cheek. ליב האבן דיין נעיבעאר. וכו׳ דאס איז געוועהן revolutionary אין יענע צייטן און געטוישט די וועלט אויף אייביג...!
גיי פארצייל די מעשה מיט יאשקע פאר עני מענטש אין די וועלט און נאכדעם פארצייל די מעשה מיט משה בער בעק וועט דיר יעדער נארמאלע מענטש זאגן אז משה בער איז געוועהן א עקעלדיגע מענטש אן קיין שום מענטשליכקייט און יאשקע אויב סאיז אמת וואס זיי זאגן איז געוועהן א גאלדענע מענטש!
האב איך מיר געפרייט פאר אלע אנדערע צדיקים וואס @שבת האלט נישט. ביי אים איז דער אמרי חיים מיט להבדיל דער פויבסט אין יאשקע. די איינציגסטע תלמידי בעל שם טוב. ווייל זיי האבען יעדעם ליב. ח"ו
דו מאכסט מיר לאכן! לויט שבת אחים איז יאשקע פון די תלמידי בעל שם..... איין פראבלעם, יאשקע האט אפשר געהאט אהבה אבער נישט קיין אהבת ישראל.......
שבת אחיםדער וואס האט געשריבן אז די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער זענען נאר געוועהן גרויס אין די תחום מארמארוש און בוקענווינע, און זייער חסידים.
כ׳פארשטיי סאטמאר מיינט אייביג אז זיי זענען די איינציגסטע. און אז ווען נישט סאטמארער רב וואלט נישט געוועהן קיין פרומע אידן אויף די וועלט.
דער וואס האט דאס געשריבן איז א נער, א גראבער שקרן, און קען נישט קיין טראפ היסטאריע.
יעדער ווייסט וואס די אהבת ישראל און זיינע קינדער האבן אויפגעטוהן אינדערהיים. פאר צענדליגער טויזנטער אידן. גארנישט קיין וויזניצער חסידים.
סאיז נישט געוועהן קיין שום גרויסע מיטינג פון רבנים אין מזרח אייראפע וואס א האגער איז נישט געוועהן דארט. זיי האבן געפירט אגוד״י אין רומעניע. כהאב געהערט פערזענליך פון צענדליגער מאדרענער אידן במשך פון מיין לעבן. אידן וואס איר וואלט נישט געחלומט אז זיי האבן בכלל א שייכות מיט חסידים. כהאב געטראפן א איד אין מיאמי אמאל. מיך געפרעגט וועלכע חסיד איך בין. ווען ער האט געהערט וויזניץ. זאגט ער אונז קומען פון גרויסווארדיין. אוי איז דאס געוועהן א רבי דער ר׳ ישראלטשע. ער האט אסאך געטוהן פאר אידן. אונז אלע זענען געגעאנגען צו אים. איך האב איבערגעהערט דאס אסאך מאל אין מאל לעבן במשך די יאהרן פון אסאך פרעמדע. אה, אונז זענען נישט קיין וויזניצער אבער מיין טאטע האט געוואוינט אין תל אביב לעבן די דמשק און פלעגט אלץ רעדן פון אים. פון די חיזוק וואס ער האט געגעבן פאר יעדעם נאכן קריג. די וויזניצער רביס האבן אויסגעטיילט צענדליגער מיליאנען פאר אלע אידישע צדקה צוועקן אינדערהיים! פאר א יעדע אידישע צוועק. ווי למשל העלפן “פוילישע אידן” פלטים ביי די קריג! די אמרי חיים האט זיי געשיקט ״שווערע געלטער״ סאיז געבליבן די דאקומענטן דערפון. פאר פוילישע אידן גאר!
איך קען אנפילן גאנצע אשכולות פון זאכן וואס וויזניץ האט געטוישט אין אנדערע חסידות. א שטייגער ווי נגינה אין בעלזא. בעלזא אינדערהיים איז נישט געוועהן גרויס אין נגינה. איינער קען א בעלזע ניגון פין אינדערהיים? זיי זענען געוועהן קעגן זיידל רובנער און נגינה, סאיז געוועהן צי מאדערן. ר׳ מנחם אליעזר מאזעס האט א גאנצע חלק אין זיין בוך. וועגן די שייכות פון דעם בעלזער רב מיט זיין זיידע. און וויאזוי וויזניץ האט געטוישט בעלזא נאך וואס די רב איז אינספירירט געווארן פון זיין זיידע.
תולדות אהרן פלעגט נישט פירן קיין טישן. נאך וואס רבי שמואל יענקל האט געלערענט אין וויזניץ האט ער איבערגערעדט זיין טאטען אז היינטיגע צייטן איז עס זייער וויכטיג.
בכלל די גאנצע חסידות תולדות אברהם יצחק באשטייט פון וויזניץ. ווי אויך סקולען.
די סקולענער רבי די ערשטע פלעגט זיך אויפשטעלן ווען ער האט גערעדט צו ר׳ משהלע אדער ר׳ מאטעלע אויפן טעלעפאן!!!
ער האט עס נישט געטוהן צו קיינעם נאר וויזניץ.
אזא רעספעקט האט ער געהאט פאר וויזניץ.
מהאט אים געבעטן ער זאל עפענען אייגענע מוסדות. האט ער געזאגט איך עפען נאר מוסדות פאר קירוב. פאר מיינע קינדער איז דאך שוין דא וויזניץ.
די ערשטע צוויי ישיבות אויף די וועלט מיט א דארמעטארי האט אויפגעשטעלט די אהבת ישראל. איינס אין ווישעווע, די צווייטע ר׳ מאיר שפירא׳ס ישיבה. ער איז געוועהן א וויזניצער חסיד פון בוקעווינע פאר דורת, א קרוב משפחה.
פאר ער האט געפענט די ישיבה האט ער זיך אלעס איבערגערעדט מיט די אהבת ישראל.
סאיז אפילו דא א באוואסטע מימרא וואס ער האט געזאגט נאכדעם וואס ער איז ארויסגעקומען פון די אהבת ישראל
“די וויזניצער רבי איז נישט קיין איד פון די היינטיגער וועלט”
די אהבת ישראל האט געהאלפן אויפשטעלן צענדליגער “בית יעקב” שולן פאר מיידלעך אין רומעניע. פאר טויזנטער קינדער- נישט קיין וויזניצער חסידים. ער האט אסאך צייט, כח, און געלט אוועגעגעבן פאר דעם.
הונדערטער משפחות היינט אין וויזניץ וואס איך קען זענען באמת נישט קיין אפשטאמיגער פון מארמארוש און בוקענווינע. שווערע הונדערטער גאנצע משפחות פון אונגארישע אידן, פוילישע וכו׳ וואס האבן ערגעץ זיך אנגעקלאפט נאכן קריג, פארן קריג מיט די אהב״י אדער זיינע קינדער.
יא יא וויזניץ איז נאר געוועהן גרויס אין ווילחאוויץ. דריי א קאפ פאר דיין באבען.
זייטס געזונט.
איך האב נישט קיין כח צו די סאטמערער שטותים. ענקער רבי איז געוועהן גרויס. אבער סאיז געוועהן אנדערע גרויסע מענטשען אויך!
תולדות אהרן'ע רבי פלעגט פירן טיש קיק אין יוסף מאיר מארקאוויטש'ס ביכל ר' מאיר שפירא איז געווען א טשורטקוב'ע חסיד דארף קיינער נישט זאגן נאך א זאך א זייטיגע זאך ביי די מחלוקה פון די ר' מאיר בעל הנס צדקה איז דא א בריוו פונעם מנח''א אז די וויזניצע זאגן אין רעדן אז זיי זענען דא פאר שלום אבער אויף למעשה טיט מען גארנישט אזוי אויך הר''ר ברוך'ל מעזעבוש'ער איז לשיטתך נישט געווען א תלמיד בעל שם אזוי אויך הר''ר אלימלך ווייל בסוף ימיו האט ער נאר אריינגעלאזט צדיקים ביי זיך וכו' וכו'
מהאט שוין גערעדט דערוועגן דא אויף ק”ש (כגעדענק נישט וועלכע אשכול)
ר׳ מאיר שפירא איז געבוירן צו ר׳ יעקב שמשון שפירא א קאסובער-וויזניצער חסיד פון שאץ בוקעווינע, פון א משפחה פון קאסוב-וויזניצער חסידים פאר דורות. ווי אויך זענען זיי געוועהן קרובים, די וויזניצער רביס זענען אפאר מאל אייניקלעך פון ר’ פנחס שפירא מקוריץ (ר’ פנחס’ל קוריצער מתלמידי הבעש”ט) אלץ קינד און אלץ בחור איז ר׳ מאיר שפירא געפארן מיט זיין פאטער צום אמרי ברוך און שפעטער צו זיין זוהן די אהבת ישראל אויף ימים טובים. סאיז דא א באוואוסטע מעשה וואס די תורת מרדכי האט אלץ פארציילט אז אלץ קינד האט ר׳ מאיר שפירא געהאט polio רח”ל און איז געקומען מיט אים צום אמרי ברוך, די אמרי ברוך האט געבעטן זיין זוהן הרה”ק ר’ חיים, די אנטוניער רבי זאל גיין מיט אים שפאצירן און אים אויסלערנען צוגיין אויף די פוס (therapy). שפעטער ווען ר׳ מאיר איז געווארן צוגעצויגן צו טשארטקוב האט די אנטוניער רבי זיך אמאל אנגערופן פאר א ווערטל “איך האב אים טאקע אויסגעלערנט צו גיין אבער נישט אזוי ווייט...”
ר׳ מאיר אלץ בחור איז געוועהן א פולשטענדיגע וויזניצער חסיד, און זיך אסאך געדרייט ביים אהבת ישראל. נאך זיין חתונה איז ער געווארן צוגעצויגן צו טשורטקוב אויך, דורך זיין שווער וואס איז געוועהן א טשורטקובער חסיד. ער האט קיינמאל נישט אפגעלאזט אינגאנצן וויזניץ, די אהבת ישראל איז געבליבן איינע פון זיינע גרויסע רביס, ער האט געפרעגט יעדער זאך די אהבת ישראל, לויט ווי די תורת מרדכי פארציילט. ספעציעל האט ער זיך דורכגערעדט מיטן אהבת ישראל וועגן יעדע פרט אין זיין ישיבה. די אהבת ישראל איז געוועהן די ערשטע וואס האבן געהאלטן אז א ישיבה דארף האבן א דארמעטארי מיט א קוך און בחורים זאלן זיך נישט דארפן ארומוואלגערן. און ער האט דאס געזאגט פאר ר׳ מאיר שפירא אויך. די וויזניצער ישיבת פון די ווישעווער רב, דמשק, און די סערטער זענען געוועהן ממש פון די ערשטע וואס האבן געהאט א קוך און א דארמעטארי. קוק אריין אין יעדע ספר וואס האט שטודירט חסידישע ישיבות אין אייראפע. אלע שרייבן פונקטליך דאס וואס איך זאג בתוכם, חוקר היסטוריה חסידות הרב ד"ר יצחק אלפסי (חסיד גור) און חוקר היסטוריה חסידות הרב ד”ר מנחם מנדל ברייאר (פאטער פון די היינטיגע בויאנער רבי)
דא האט ער א לינק וואו ער באשרייבט אלע ישיבות אין רומעניע מיט אסאך דעטאלן, און וואו ער שרייבט אז די וויזניצער רביס מיט די רוזינער רביס האבן געהאט די גרעסטע השפעה אויף די אידן אין רומעניע, און זייערע ישיבות זענען געוועהן די גרעסטע צענטערן פאר תורה.
“הישיבות ברומניה”- הרב ד"ר מנחם מ. ברייאר
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/daat/chinuch/mosdot/romanya2-2.htm">http://www.daat.ac.il/daat/chinuch/mosd ... nya2-2.htm</a>
ר’ מאיר שפירא האט אלץ געשיקט שלוחים מיט קוויטלעך צום אהבת ישראל. ספעציעל ווען ער איז קראנק געווארן אמאל האט ער געשיקט א ספעציעלע שליח צום אהבת ישראל לויט ווי די תורת מרדכי האט פארציילט.
ער האט אפאר מאל געזאגט אין לעבן “תורה האב איך געלערענט אין גור, עבודה אין וויזניץ, חסידות אין טשורטקוב”
אין אמתן אריין איז טשורטקוב און וויזניץ ממש “היינו הך”... די אהבת ישראל, האט געהאט צוויי רביס און פון זיי האט ער גערעדט א גאנץ לעבן. זיין זיידע דער צמח צדיק (וואס איז געוועהן א רוזינער רבי, איידעם פון די סבא קדישא הרה”ק ר’ ישראל מרוזין זי”ע) און זיין פעטער הרה”ק ר' דוד משה מטשארטקוב בהרה”ק ר’ ישראל מרוזין. די אהבת ישראל האט זיך אליינס גערופן א “טשורטקובער חסיד”!
אלעס וואס איך האב געשריבן דא האב איך גענומען פון א קראנטע מקור. איך Challenge ענק “כאפטס מיך ביי א ליגענט”.
יעדער זאך וואס איך האב געשריבן דא. ווי למשל אז ר׳ יהודא׳לע איז געוועהן די גרעסטע חסיד פון די אמרי חיים. און אז ר׳ אליזער דוד איז געוועהן א פייערדיגע חסיד פון די אמרי חיים קענט איר ליינען אין אלע ביכער.
אלעס וואס כהאב געשריבן וועגן ר׳ יהודא׳לע שטייט אין ספר “יהודה לקדשו”
מיין פאטער האט מיר געקויפט א מתנה פאריגע וואך א נייע ספר פון שווערע הונדערטער בלעטער פון הגה”צ ר׳ אליעזר דוד פרידמאן אלעס וואס ער האט געזאגט אויפן אמרי חיים. יעדער קען עס אליינס ליינען וועט איר זעהן איך האב גארנישט איבערגעטריבן!!! קיין איין ווארט נישט!
דא האט איר א לינק צו קויפן די ספר
יזכור אהבתם - וויזניץ - ח"א - הגרא"ד פריעדמאן
<a class="postlink" href="https://zbermanbooks.com/%D7%99%D7%96%D7%9B%D7%95%D7%A8-%D7%90%D7%94%D7%91%D7%AA%D7%9D-%D7%95%D7%95%D7%99%D7%96%D7%A0%D7%99%D7%A5-%D7%97%D7%90-%D7%94%D7%92%D7%A8%D7%90%D7%93-%D7%A4%D7%A8%D7%99%D7%A2%D7%93%D7%9E%D7%90%D7%9F">https://zbermanbooks.com/%D7%99%D7%96%D ... 7%90%D7%9F</a>
מקען זאגן אויף מיר אסאך זאכן, אבער איין זאך בין איך נישט קיין ליגענער! דאס בין איך זיכער נישט, איך קען נישט סובל זיין קיין ליגענט!
***
וועגן תולדות אהרן פירן טישן- האב איך דאס געהערט פון ר׳ שמואל יענקל אליינס, ווען איך בין געוועהן א בחור און איך האב געלערנט אין ירושלים פלעג איך מיט נאך אסאך אנדערע אויסלענדישע וויזניצער בחורים עסען די סעודה ביי ר׳ שמואל יענקל, זיין פאטער האט נאך געלעבט דעמאלטס.
זיין פאטער פלעגט פירן אפשר א קליינע באטע אמאל אמאל, שבת מברכים וכדומה נישט קיין לאנגע טישן ווי וויזניץ.
סאטמאר רב זי"ע (פון די לעצטע אמת'ע תלמידי אר"י הק') שרייבט שוין אין ויוא"מ אז ווען מ'זעט א מעשה אין א ספר רעדט מען זיך איין אז דאס מוז זיין אמת כאילו כתוב בספר תורה...
נאכדערצו וואס דא רעדט מען פון מעשה ביכלעך געדרוקט מיט הארטע דעקלעך און ווייסע פאפיר. און די אידן זענען שוין נישט דא צו באשטעטיגן זייערע מימרות.
מפיל קינדסאטמאר רב זי"ע (פון די לעצטע אמת'ע תלמידי אר"י הק') שרייבט שוין אין ויוא"מ אז ווען מ'זעט א מעשה אין א ספר רעדט מען זיך איין אז דאס מוז זיין אמת כאילו כתוב בספר תורה...
נאכדערצו וואס דא רעדט מען פון מעשה ביכלעך געדרוקט מיט הארטע דעקלעך און ווייסע פאפיר. און די אידן זענען שוין נישט דא צו באשטעטיגן זייערע מימרות.
טוה מיר א טובה!
ער איז נישטא צו באשטעטיגן?
סאיז דא הונדערעטער טעיפס פון דרשות ברבים וואס ר׳ אליעזר דוד פרידמאן רעדט וועגן די אמרי חיים!
האסט געהערט איינע פון זיי?
סאיז דא הונדערעטער טעיפס פון שמועסן פון רבי יהודא’לע געבליבן!
און אסאך זאכן וואס ער האט אליינס געשריבן וועגן זיין שווער.
ר׳ שמואל יענקל קאהן מתולדות אברהם יצחק איז געוועהן איינע פון די נענטסטע מענטשען און פון די גרעסטע תלמידים פון רבי יהודא׳לע. ער האט זיך דארט געדרייט טאג און נאכט. סאיז נישטא קיין איין מענטש חוץ ר׳ מנחם מונדערער וואס איז געוועהן אזוי נאנט צו אים. און געשמוסט מיט אים הונדערטער שעות במשך זיין לעבן.
ר׳ שמואל יענקל האט ארויסגעבן אפאר ספרים פון זיינע שמועסן מיט רבי יהודא׳לע.
לשיטתך איז
ר׳ שמואל יענקל א ליגענער, ר׳ מנחם מונדערער א ליגענער, וכו׳ וכו׳ וכו יעדער איינער וואס זאגט נישט וואס דו ווילסט הערן איז א ליגענער!!?
הארטע דעקלעך? דיין מאמע הארטע דעקלעך!
איך נעם נישט קיין שטעלונג יעצט, אבער סתם לידיעה בעלמא, ר’ שמואל יענקל הייסט אין די וועלט פאר א גרויסע בעל דמיון.
און ס’געפעלט מיר די אויסדרוק וואס מפיל קינד האט צוגעטיילט צום סאטמארע רבי, פון די לעצטע תלמידי אריה’’ק, פון תלמידי בעל שם קען ער נישט זיין ווייל שבת אחים איז נישט מסכים.
Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?
תרמבאיך נעם נישט קיין שטעלונג יעצט, אבער סתם לידיעה בעלמא, ר’ שמואל יענקל הייסט אין די וועלט פאר א גרויסע בעל דמיון.
און ס’געפעלט מיר די אויסדרוק וואס מפיל קינד האט צוגעטיילט צום סאטמארע רבי, פון די לעצטע תלמידי אריה’’ק, פון תלמידי בעל שם קען ער נישט זיין ווייל שבת אחים איז נישט מסכים.
בכלל פארשטיי איך נישט, שבת ברענגט ראיות פון אמ"ח חסידים וואס זיי האבן געזאגט אויף אים
נעמט למשל סאטמארער רבי זצ ל, זאל איך אנהייבן צו רעכענען וואס צדיקים האבן געזאגט אויף אים, קודם זיינע תלמידים/חסידים און זיין קרייז
נאסאדער רב, מנחת אלעזר, פלאנטשער רב, בעלזער רב מהרי"ד, ר׳ שאול בראך, ביקסאדער רב, און רמ"א פריינד, תו"א רבי, בריסקער רב, ר"פ עפשטיין, קראסנער,שאפראנער (הראשון) פאפער שארמאשער רבנים
און נאך וואס איך דערמאן מיך נישט אויף די מינוט
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
כאילו די אלע מעשה'לעך מיינט אז ער איז פין די לעצטע אמת'ער תלמידי בעש"ט.
איך בין מסכים אז ער איז דער לעצטע אמת'ע וויזניצער רבי.
איך זיך איינער זאל דא איבער שרייבן מושען של ישראל אין ומשה היה רועה אפשר וועלען די סאטמערע רבי'ס ווערען גרויס.
סתם איבערשרייבן איז נישט אינטערסאנט, סדארף זיין אזוי אינטערסאנט ווי שבת אחים’ס שילדערונגען אויף די וויזניצע רביים.
שבת אחים
ר׳ שמואל יענקל קאהן
דער בעש"ט אידאך זיינס א תלמיד, געקומען צו אים ביים טיש און מעזביז אפשר א ביקור גומלין געווען.
אבער עכ"פ א תלמיד פון א תלמיד קען נישט זיין.
זעט אויס אז סאטמארע רבי האט פאראויס געזען אז שבת אחים וועט זאגען אז דאס מיינט א רבי📎 20210911_210402.jpg
יעצט אינעם קאמפיין סיזען דערמאן איך מיר א ווערטל פונעם הייליגן אמרי חיים זצ''ל: ער איז אמאל געווען אויף שבת אין רמת וויזניץ-חיפה אויף א שמחה, פאר עם האבען עולה אנדערע בני משפחת המלוכה און יעדער האט גע'שנאדערט ''צוה לברכם'', ווען עס איז געקומען זיין רייע רופט ער זיך אן צום גבאי ''איך זעה אז דא איז צוה לברכם א גאנגבארע מטבע, רוף אויס איך געב ח''י פעמים צוה לברכם''.
סעגאלזעט אויס אז סאטמארע רבי האט פאראויס געזען אז שבת אחים וועט זאגען אז דאס מיינט א רבי📎 20210911_210402.jpg
כהאב געהערט אז סאטמארער רב האט אמאל געזאגט אז אויב איך וועל עסען חזיר ביים טיש וועט די גאנצע וועלט שרייען, אויב רבי חיים מאירל וועט עסען חזיר וועט יעדער כאפן שיריים און זאגן אז משיח איז געקומען וכו׳
נישט זיכער צי סאיז אמת, אבער אזוי האב איך געהערט.
למעשה. איך פארשטיי אז ענק ווילן פארדרייען וואס איך האב געשריבן דא. אמת- די אמרי חיים איז געוועהן זייער א פיינע מענטש. אבער נישט דאס האב איך געשריבן דא.
ער איז נישט געוועהן בלויז א פיינער מענטש, נאר ער האט געהאט יעדע מעלה וואס א מענטש קען נאר האבן! ממש יעדער מעלה!
ער האט זייער גוט פארשטאנען צו מענטשען און דאס מענטשהייט, ער האט גערעדט צו יעדען לויט זייער שפראך. יעדע ווארט וואס איז ארויסגעקומען פון זיין מויל איז געוועהן צוקער-זיס. ער האט געהאט אסאך Emotional intelligence. ער איז געוועהן א מוראדיגע ווארימע געשמאקע, קלוגער מענטש. ער האט זיך פארשטאנען מיט א יעדער מענטש סיי א קנאי און סיי א מאדערנער- און דאס האט סאטמארער רב נישט געהאט. הגם איך האלט פון סאטמארער רב אין געוויסע זאכן, למשל זיין צדקה וחסד, אבער מיט געוויסע זאכן בין איך מחולק מיט אים, ספעציעל מיט זיינע שיטות אין אנטי-מאדערניזם.
שבת אחיםסעגאלזעט אויס אז סאטמארע רבי האט פאראויס געזען אז שבת אחים וועט זאגען אז דאס מיינט א רבי📎 20210911_210402.jpg
כהאב געהערט אז סאטמארער רב האט אמאל געזאגט אז אויב איך וועל עסען חזיר ביים טיש וועט די גאנצע וועלט שרייען, אויב רבי חיים מאירל וועט עסען חזיר וועט יעדער כאפן שיריים און זאגן אז משיח איז געקומען וכו׳
נישט זיכער צי סאיז אמת, אבער אזוי האב איך געהערט.
למעשה. איך פארשטיי אז ענק ווילן פארדרייען וואס איך האב געשריבן דא. אמת- די אמרי חיים איז געוועהן זייער א פיינע מענטש. אבער נישט דאס האב איך געשריבן דא.
ער איז נישט געוועהן בלויז א פיינער מענטש, נאר ער האט געהאט יעדע מעלה וואס א מענטש קען נאר האבן! ממש יעדער מעלה!
ער האט זייער גוט פארשטאנען צו מענטשען און דאס מענטשהייט, ער האט גערעדט צו יעדען לויט זייער שפראך. יעדע ווארט וואס איז ארויסגעקומען פון זיין מויל איז געוועהן צוקער-זיס. ער האט געהאט אסאך Emotional intelligence. ער איז געוועהן א מוראדיגע ווארימע געשמאקע, קלוגער מענטש. ער האט זיך פארשטאנען מיט א יעדער מענטש סיי א קנאי און סיי א מאדערנער- און דאס האט סאטמארער רב נישט געהאט. הגם איך האלט פון סאטמארער רב אין געוויסע זאכן, למשל זיין צדקה וחסד, אבער מיט געוויסע זאכן בין איך מחולק מיט אים, ספעציעל מיט זיינע שיטות אין אנטי-מאדערניזם.
די מימרא איז אז סאטמערע רב האט געזאגט די חוליק צווישען אים אין אנדערע רביס אויב ער וועט דינען עבודה זרה וועלען זיינע חסידים אים אוועק ווארפען אין אנדערע רביס וועלען די חסידים נאכטין
לויט ווי מען פארציילט האט סאטמערע רב זייער גיט פארשטאנען מיט א יעדעם א יעדעם אויף גענימען אין געגעבען געלט פאר א יעדעם ועיין באשכל הערץ פרענקיל