ערבי נחלשבת אחיםסעגאלזעט אויס אז סאטמארע רבי האט פאראויס געזען אז שבת אחים וועט זאגען אז דאס מיינט א רבי
כהאב געהערט אז סאטמארער רב האט אמאל געזאגט אז אויב איך וועל עסען חזיר ביים טיש וועט די גאנצע וועלט שרייען, אויב רבי חיים מאירל וועט עסען חזיר וועט יעדער כאפן שיריים און זאגן אז משיח איז געקומען וכו׳
נישט זיכער צי סאיז אמת, אבער אזוי האב איך געהערט.
למעשה. איך פארשטיי אז ענק ווילן פארדרייען וואס איך האב געשריבן דא. אמת- די אמרי חיים איז געוועהן זייער א פיינע מענטש. אבער נישט דאס האב איך געשריבן דא.
ער איז נישט געוועהן בלויז א פיינער מענטש, נאר ער האט געהאט יעדע מעלה וואס א מענטש קען נאר האבן! ממש יעדער מעלה!
ער האט זייער גוט פארשטאנען צו מענטשען און דאס מענטשהייט, ער האט גערעדט צו יעדען לויט זייער שפראך. יעדע ווארט וואס איז ארויסגעקומען פון זיין מויל איז געוועהן צוקער-זיס. ער האט געהאט אסאך Emotional intelligence. ער איז געוועהן א מוראדיגע ווארימע געשמאקע, קלוגער מענטש. ער האט זיך פארשטאנען מיט א יעדער מענטש סיי א קנאי און סיי א מאדערנער- און דאס האט סאטמארער רב נישט געהאט. הגם איך האלט פון סאטמארער רב אין געוויסע זאכן, למשל זיין צדקה וחסד, אבער מיט געוויסע זאכן בין איך מחולק מיט אים, ספעציעל מיט זיינע שיטות אין אנטי-מאדערניזם.
די מימרא איז אז סאטמערע רב האט געזאגט די חוליק צווישען אים אין אנדערע רביס אויב ער וועט דינען עבודה זרה וועלען זיינע חסידים אים אוועק ווארפען אין אנדערע רביס וועלען די חסידים נאכטין
לויט ווי מען פארציילט האט סאטמערע רב זייער גיט פארשטאנען מיט א יעדעם א יעדעם אויף גענימען אין געגעבען געלט פאר א יעדעם ועיין באשכל הערץ פרענקיל
אויב האט ער זיך גוט פארשטאנען מיט יעדען פארוואס איז געוועהן “קולות וברקים” אין זיין שטוב א יעדער מאל סאיז געקומען צו אים א אגודיסט אדער איינער וואס האט נישט אנגענומען זיין שיטה? למשל ווען סערטער רבי איז געקומען צו אים. פארוואס איז ער געקומען לעבן שיכון וויזניץ און בארעדט די אידן וואס גייען צו די בחירות כאילו סאיז ממש עבודה זרה? פארוואס איז ער געקומען קיין ירושלים לעבן בעלזא און געזאגט “אהרן מיט די עגל”? ווען ער האט זיך געטראפן מיט בעלזער רב האט אים סאטמארער רב באשריגן ווי א סוטה- דאס האט מיר פארציילט מיין נאנטע קרוב וואס איז דארט געוועהן אין צימער- הרה”ח רבי משה טובי גרינצווייג ז”ל- משב”ק מהר”א מבעלזא.
ער האט זיך נישט פארשטאנען מיט א יעדען איינעם. ער האט יעדען געטשעפט וואס האט נישט געהאלטן ווי אים. ער האט זיך געהאלטן פאר די פירער פון די היימישע אידן. ער האט יעדען קליינע רב אין וויליאמסבורג געשטופט זאל האלטן זיינע זמנים, זיינע שיטות וכו׳ און אסאך האט ער אפגעקויפט מיט געלט...
רבי חיים מאירל האט קיינמאל נישט אוועקגעמאכט א צווייטענס דרך! קיינמאל נישט!