☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א טשילד יוד

א טשילד יוד

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14517

חכם עתיק » פרייטאג מערץ 12, 2021 3:16 pm

· #468460
א טשילד יוד
נייע מגיד שיעור הרב מרדכי ניימאן, א לייסענסד טערעפיסט פון מאנסי, אויך פון די אנפירער פון קאמס"ר – א סערטש ענד רעסקיו ארגענעזעישאן

א טשילד יוד

<a class="postlink" href="https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=142789">https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=142789</a>

ווי ער קלערט אויף אז פון די טשילד יודן, וואס לויט זיין הגדרה קענען רוב פון אונז אריינגיין אין די סעקטע, וועט נאך עטליכע דורות נישט בלייבן קיין יודן.

הערט אויס און זאגט אייער מיינונג.

מי אני » פרייטאג מערץ 12, 2021 4:46 pm

· #468464
דאס דערמאנט מיר סיי פונעם ארטיקל ״העלפן דעם אויבערשטן מיט קיצוניות״ אין וועקער 16 און סיי [לגבי דאס וואס ער דערמאנט ביי בערך און ארום 9:34] פון די תגובה פון @יאיר, טאקע בנוגע ״ירידת הדורות״ אויף וואס זיין גאנצע שיעור און טעזע איז בּעיסיקעלי געבויט אויף.

עלען דערשאוויץ אין די הקדמה פון זיין בוך דערמאנט אויך אביסל ענליך צו זיין גאנצע שמועס.

לגבי דאס וואס ער זאגט בנוגע בעלי תשובה איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו א שטודיע אויף בעלי תשובה וואס ווייזט (p. 12) אז רוב פון זיי זענען חוזר מכח מער אינטעלעקטואלע סארט סיבות, ולכאורה אפגעזעהן פון וואס זייערע זיידעס ואפילו העריטעדזש זענען געווען.

לגבי אינטערמערידזש און פערטיליטי ראטעס איז אינטרעסאנט צו זעהן די שטודיע פון פּוּ [p. 37 & 40]. (די גאנצע שטודיע איז אינטרעסאנט.)

קאצקע ציקער » זונטאג מערץ 14, 2021 3:59 am

· #468486
אוי זאגט ער גיט!

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 14, 2021 9:57 am

· #468492
זייער שיין, אין דעם אשכול האט מען שוין ברייט אויסגעשמועסט ארום דעם נקודה, וואס בלייבט למעשה איז אז אויב איינער מאכט אפ צו ווערן א טשילד איד זאל ער זיך ציען קיין ארץ ישראל.

ומכאן הכרוז יוצאת צו אלע אידן וואס ווילן זיך אנכאפן אין די תורה מיט מסירות נפש אבער ווילן דאך נישט זיין ווי זייער טאטע און זוכן זיך אן אנדערע דרך אין עבודת השם, מיר זענען גרייט אייך אויפנעמען מיט ברייטע ארעמעס אין אונזער חבורה וואו מ׳איז מ׳האלט זיך שטארק נישט משנה צו זיין קיין זיז כלשהו, און מ׳איז טשילד (א היכי תמצא).

והאיש משה » זונטאג מערץ 14, 2021 10:39 am

· #468493
וועלכע וועלט לעבן מיר דא??
ירידות הדורות...

6000 יאר...

חת"ס...

די בעסטע פון אלעס די confusion צווישן חתם סופר און חפץ חיים... (כ'רעד שוין נישט פון לעק און עברי...)

לענ"ד די בעסטע איז, אז יעדער זאל בלייבן און זיין ליין, אויב איז ער א לייסענסד טערעפיסט זאל ער בעסער בלייבן ביי דעם.

כ'זאג נאר מיין מיינונג, כבקשת ידידנו פותח האשכול שליטא האט געבעטן.

טאמבל סאס » זונטאג מערץ 14, 2021 10:41 am

· #468494
כ'האב געהערט ביז פינף מינוט אריין און איך אגרי נישט מיט אים. נארוואדען, יעדער מענטש קען טרעפן עפעס עמיצער צוריק אין די דורות וואס איז געווען א חשובער מענטש רעלאטיוו צו אים. איך קען מיך פארשטעלן באניע רעבעס אור אור אייניקל וועט רעדן מיט גרויס ערפורכט פון אים..

כלבאשבוע » זונטאג מערץ 14, 2021 7:07 pm

· #468507
סאיז א שיינע שיעור, שיין צינומען און כהאב הנאה אז ער שטעלט זיך פאר אלץ סייענטיסט

אבער די געדאנק פון זיין אונטערשטע שורה איז אז מזאל ארומדרייען די גאנצע לעבן ארום די אייניקלעך און לעבן מיטן פחד פון וויאזוי די אייניקלעך וועלן אויסקוקן, אקעי, א שיינעם דאנק אייך

הקטן » זונטאג מערץ 14, 2021 7:53 pm

· #468511
ער דיפיינד "טשילד" נישט האבן קיין "מסירות נפש" (דאס איז אויך נישט א קלארע דיפענישען)
סוועטער קאלער קימט נישט דא אריין

יאסל ראקאווער » זונטאג מערץ 14, 2021 10:15 pm

· #468528
דער ערשטע טשילער איז געווען יהושע בן נון, ער האט ארויס גענומען די אידן פון די sheltered ענני הכבוד צו ארץ ישראל

בענדזשאמין פרענקלין » זונטאג מערץ 14, 2021 10:26 pm

· #468530
אינטערסאנט צו באמערקן, די קילערע זענען איבערצייגט אז די סיסטעם איז אזוי שווער צו צוברעכען, אז עס וועט שוין אזוי אנגיין ביז משיח'ס טאג, ווידער די פרומערע זענען איבערצייגט פארקערט, אז געב עס אפאר דורות און עס איז נישטא קיין מנין יידן, א באנדע פעסעמיסטן.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 15, 2021 12:17 am

· #468534
דער עולם דא פארקריכט אביסל פונעם נקודה און מ׳פארלייגט זיך אויף זייטיגע נישטיקייטן דערפאר פארשטייט מען נישט וואס ער זאגט. אין מיין מיינונג איז ער 100% גערעכט, אז דו גייסט מיט א שיטה אז מ׳מעג טוהן וואס מ׳וויל און גארנישט מיינט נישט גארנישט וועט עס צום ענדע פארוואסערט ווערן, אז דו גייסט אבער מיט א שיטה פון ״מ׳מוז״ און ״מ׳טאר נישט״ - מאכט נישט אויס אויף וואס - וועט עס האבן פיל א לענגערע קיום. צ.ב. אז דו וועסט קומען מיט א נייע דרך אין אידישקייט אז ״מ׳מעג״ לערנען צעהן שעה א טאג וועט עס צו לאנג נישט אנהאלטן, אויב אבער וועסטו קומען מיט א נייע סארט אידישקייט אז ״מ׳מוז״ למשל עסן חזיר, אויב וועסטו האבן א הסבר דערצו און דו וועסט קענען איבעררעדן מענטשן וועט דיין נייע חסידות אנהאלטן גאר א לאנגע צייט.

לאמיר זעהן וואס אונז קענען זיך לערנען פון היסטאריע. אין די לעצטע פאר הונדערט יאר זענען סיי ביי די אידן און סיי ביי די קריסטן געווען מענטשן וואס האבן פרובירט צו רעפארמירן די רעליגיע, ביי די קריסטן איז עס געפירט געווארן דורך מארטין לותר (נישט פארמישן מיט MLK וואס האט געהייסן נאך איהם) און דשאן קאלווין, ביי די אידן איז עס געווען אברהם גייגער און אהרן חורין בעיקר, ס׳שטעלט זיך אבער ארויס אן אינטערעסאנטע זאך, בשעת וואס ביי די קריסטן האבן די רעפארמער הערליך מצליח געווען איז עס ביי די אידן געווען א גרויסע דורכפאל. מארטין לותר האט באוויזן צוציען צו זיך מסלתה ומשמנה, די שענסטע און די בעסטע וואס קריסטנטום פארמאגט, היינט אין אמעריקע זענען די מערסט פאנאטישע/מסירות נפש/רעליגיעזע קריסטן די evangelicals וואס זענען תלמידי תלמידים פון מארטין לותר (גראדע די אמיש זענען אויך פון זיינע תלמידים). נישט נאר דאס, צום סוף האט די קירכע זיך געמוזט בייגן און איינזעהן אז לותר איז גערעכט געווען מיט א טייל פון זיינע טענות, אויף אזוי ווייט אז זיי האבן געמוזט שאפן א נייע באוועגונג, די counter reformation, אנצוהאלטן דעם עולם, ד.ה. אז מארטין לותר ארויס א זיגער פון ביידע פראנטן. אברהם גייגער ווידער, נישט נאר וואס ער איז געבליבן מיט א באנדע פוחזים וריקים וואס האלטן נישט ביי גארנישט און ס׳האלט אין איין פאלן שטיקער פון זיי רעכטס און לינקס, ער האט נישט געהאט קיין שום השפעה לרעה אויף די אלטע געווארדיע, אויב עפעס איז די אלטע געווארדיע ארויס נאך שטערקער ווי פריער.

די סיבה פארוואס פאר מארטין לותר איז עס געלונגען און פאר אברהם גייגער נישט איז טאקע אט דעם נקודה, אברהם גייגער איז געקומען מיט א מהלך אז ״מ׳מעג״ און ״מ׳מוז נישט״ האט ער געצויגן צו זיך די מענטשן וואס זוכן זיך א גרינגע וועג ארויס, די פרומע האבן זיך אפגעשאקלט פון איהם, און די ליידיגייערס וואס האבן געקויפט זיינע תורות האבן נאך אפאר דורות איינגעזעהן אז מ׳קען זיך נאך מער פטר׳ן און אינגאנצן ווערן גוים, וואס האט ער אויפגעטוהן? מארטין לותר ווידער איז געקומען מיט א פרומע מהלך אז ״׳מ׳טאר נישט״. ער איז געווען געפערליך פאנאטיש, נישט סתם א קל וואס האט געזוכט א גרינגע וועג ארויס, ער האט אפילו גערופן צו פארברענען שולן און הארגענען אידן ווייל זיי ווילן נישט אננעמען יאשקע, אפילו די קירכע איז נישט געווען אזוי עקסטרעם, ער איז געווען ״פויפסטליכער פונעם פויפסט״ און בוכשטעבליכן זיך פון ווארט. און זעלבסטפארשטענדליך אז ווען מ׳פארקויפט אזעלכע תורות און מ׳מיינט עס ערנסט ציעט מען צו זיך מענטשן וואס מיינען עס מיט אן ערנסטקייט און ס׳האט א קיום פאר לאנגע יארן, און אז א מענטש מיינט עס מיט א תמימות און פרובירט נישט סתם זיין אן אויבערחכם וועלן עס זיינע קעגנער צום סוף איינזעהן און זיך בייגן צו איהם, ווי ס׳שטייט אין פסוק ברצות איש דרכי השם גם אויביו ישלימו איתו...

וואס וויל איך ארויסברענגען למעשה? מרדכי ניימאן איז הייליג גערעכט! אז דו ווילסט נעמען ב״ק זאג נישט ״מ׳מעג״ און איך טוה מיך וואס איך וויל, זאג ״מ׳מוז״ נעמען ב״ק, אדער כאטש ס׳איז א חשוב׳ע חומרא צו נעמען ב״ק. פארוואס מ׳זאל מוזן איז נישט קיין פראבלעם, יגעת ומצאת תאמין, אז זיי קענען אויפקומען מיט הסברים פאר זייערע איסורים חדשים לבקרים קענען מיר אויך, אז עטץ ווילטס זייער שטארק וועל איך ענק ממציא זיין א חיוב אויף ב״ק. תנא דבי אליהו, כל הממציא הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא, נישט דא קיין אנדערע וועג. פארוואס זאלן מיר צולאזן אז די יושבי חושך זאלן האלטן א מאנאפאל אויף פרומקייט און נוצן פרומקייט פאר זייערע אגענדעס? קענן מיר דען נישט אויפקומען מיט פרומע הסברים פאר אונזערע אגענדעס? זיי מיר נישט קיין קאלטע איד וואס זוכט זיך סתם גרינגער צו מאכן דאס לעבן מיט היתרים, זיי א מסירות נפש איד!!! מסירות נפש אויף ב״ק! מסירות נפש אויף לימודי חול! מסירות נפש קעגן די היימישע שידוכים סיסטעם! מסירות נפש צו לאזן יעדן אויסדרוקן זיין מיינונג! מסירות נפש נישט צו לאזן די ____ זיך משתלט צו זיין אויף אונזערע לעכטיגע קינדערלעך! מסירות נפש פאר׳ן גרויען סוועדער! [מסירות] נפש תחת [מסירות] נפש!!!

צפור בודד » מאנטאג מערץ 15, 2021 6:00 am

· #468539
רביה''ק זי''ע

זייט מיר מוחל, וואס איז דאס "ב"ק"?

פאליטיקאנט » מאנטאג מערץ 15, 2021 6:38 am

· #468540
Re: א טשילד יוד
Birth control

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג מערץ 15, 2021 8:06 am

· #468542

רבינו הקדוש היה דורש פרשה זו כחומר! שאלו כנסת ישראל, מה נשתנו גייער וחרינער, ממארטין לותר וקאלווין? אמרו מלאכי השרת הללו אומרים הכל רשות, והללו אומרים הכל חובה, אמר להם הקדוש ברוך "כי לי בני ישראל עבדים " כל זמן שישראל מרגישים עצמם כעבדים והכל חובה, יתקיימו המשכת דורותיהם, ואם לאו לא יתקיימו מהם שריד ופליט.

ישעיה » מאנטאג מערץ 15, 2021 9:21 am

· #468544
א בחור איז אמאל געקומען רעדן מיט'ן חזון איש אין לערנען, אינמיטן האט דער בחור געפרעגט אויב דער חזו"א האט א שיטה מקובצת אין שטוב, האט דער חזו"א געענפערט: אין יעדע אידישע שטוב איז דא א שיטה מקובצת, עכ"ל.
לענייננו, רבי ר' @אנאנים, האסט עס גענאגלט!!

במדבר » מאנטאג מערץ 15, 2021 11:37 am

· #468550
רביה''ק זי''ע

לאמיר זעהן וואס אונז קענען זיך לערנען פון היסטאריע. אין די לעצטע פאר הונדערט יאר זענען סיי ביי די אידן און סיי ביי די קריסטן געווען מענטשן וואס האבן פרובירט צו רעפארמירן די רעליגיע, ביי די קריסטן איז עס געפירט געווארן דורך מארטין לותר (נישט פארמישן מיט MLK וואס האט געהייסן נאך איהם) און דשאן קאלווין, ביי די אידן איז עס געווען אברהם גייגער און אהרן חורין בעיקר, ס׳שטעלט זיך אבער ארויס אן אינטערעסאנטע זאך, בשעת וואס ביי די קריסטן האבן די רעפארמער הערליך מצליח געווען איז עס ביי די אידן געווען א גרויסע דורכפאל. מארטין לותר האט באוויזן צוציען צו זיך מסלתה ומשמנה, די שענסטע און די בעסטע וואס קריסטנטום פארמאגט, היינט אין אמעריקע זענען די מערסט פאנאטישע/מסירות נפש/רעליגיעזע קריסטן די evangelicals וואס זענען תלמידי תלמידים פון מארטין לותר (גראדע די אמיש זענען אויך פון זיינע תלמידים). נישט נאר דאס, צום סוף האט די קירכע זיך געמוזט בייגן און איינזעהן אז לותר איז גערעכט געווען מיט א טייל פון זיינע טענות, אויף אזוי ווייט אז זיי האבן געמוזט שאפן א נייע באוועגונג, די counter reformation, אנצוהאלטן דעם עולם, ד.ה. אז מארטין לותר ארויס א זיגער פון ביידע פראנטן. אברהם גייגער ווידער, נישט נאר וואס ער איז געבליבן מיט א באנדע פוחזים וריקים וואס האלטן נישט ביי גארנישט און ס׳האלט אין איין פאלן שטיקער פון זיי רעכטס און לינקס, ער האט נישט געהאט קיין שום השפעה לרעה אויף די אלטע געווארדיע, אויב עפעס איז די אלטע געווארדיע ארויס נאך שטערקער ווי פריער.

עס איז א טעות צו פארגלייכן די אידישע רעפארם באוועגונג מיט די קריסטליכע, די אידישע רעפארם איז אין גרויסטייל געווען א רעאקציע פאר די מאסן אידן בפרט אינטעלעקטואלן וואס האבן זיך געטויפט צו נצרות, אדער איבערגעלאזט אידישקייט, א טייל צוליב אקעדעמישע קאריערעס וואס אלס איד איז שווער געווען צו דערגרייכן, אבער בעיקר צוליב וואס זיי האבן געשפירט ווי אידישקייט ווערט וואס א דור ווייטער, מער ראדעקאלזירט, די פארמאכקייט און די התנגדות פון רבנים צו סיי וואספארא שינוים (מערסטנס אלס א קאנטער-רעאקציע צו די ווינטען פון אייראפעאישע אינלייטמענט) האבן אין זייערע אויגן געברענגט א דעמאגראפישע חורבן פארן אידישע פאלק און רעפארמיסטען אויף די גאנצע ספעקטרום האבן געהאפט אז מיט ערנסטע שינוים וועט מען קענן אפשטעלן די סעקולארעזאציע און התבוללות.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג מערץ 15, 2021 1:54 pm

· #468559
געהערט די שיעור, וכמדומה אז זיין טעאריע איז גרונדלאז. ער ברענגט ראיות פון מענטשן וואס האבן אפגעלאזט רעליגיע צו מענטשן וואס מאכן א קאנשענס דיסיזשען צו זיין קיל, מיט א תורה שלמה אז יעדע דור מוז בהכרח אראפפאלן א פראצענט ביז מען קומט אן צו זירא. די טעאריע איז מלא לעכער, און אפשר גאר קען מען מאכן א פארקערטע ארגומענט, עס איז דא גאר אסאך משפחות וואס דער טאטע איז א טשילד איד, און טייל פון זייערע קינדער זענען גאר פרומער דורך די השפעה פון די סביבה, מוסדות, משפיעים אדער די מאמע.

די עיקר לאך זיינער לענ"ד איז אז ער פארזעט די כח פון אונזער אינטעררילעטעד סיסטעם, די השפעה וואס די ברייטערע פאמיליע ,חרדישע ענווייראמענט און מוסדות האבן אויף אונזערע קינדער. עס איז ביטער שווער און וועט לכאורה אייביג זיין ביטער שווער צו מאכן די לעצטע דיס-קאנעקט צו רעליגיע און אונזער ענווייראמענט. איך האב שוין לאמג געשריבן אז אונזער סיסטעם האט א משונהדיג גאונות'דיגע סעלף דיפענס מעקאניזים.

נאך א טעות וואס ער מאכט איז אז א אפילו נניח אז עס איז אמת אז יעדע דור פאלט א געוויסע פראצענט איז דא א קאט אפ פוינט פון אפלאזען אינגאנצען רעליגיע ,מען קען נישט זאגן אז וויבאלד די לעצטע דורות זענען געווארן שוואכער וועט עס אואומאטיש גיין ביז א גענצליכע דימאליעשן עס נעמט אריין אנדערע כוחות און פאקטארן אריבעצוגיין די ליניע.

מי אני » מאנטאג מערץ 15, 2021 2:53 pm

· #468562
ווי אויך דארף מען סתם אזוי באטאנען אז אפילו לפי שיטתו איז עס נישט א ״קאנסטענט״ דיקליין פון (צב״ש) 1%; עס איז ריקוּרסיוו - עס גייט אראפ 1% פון וואס עס איז פריער פון איר (וכעין התוס׳ בתענית י: ד״ה אל). און איה״נ אז ביי דעם וועט עס אויך עווענטועל (לשיטתיה אז עס איז אלעס נאר א חילוק אין דעגרי) קאנווערדזשען צו 0, נעמט דאס אבער היבש לענגער; עכ״פ לכאורה נישט פאר׳ן סוף פון ״6,000״ יאר. 😉 (איך פארשטיי אז ער זאגט אז מ׳מוז גיין מיט מסי״נ וכו׳ אויף כדי טאקע אנצוהאלטן דאס מינימאלע נידערונג און נישט מער, אבער די ליארמע לשיטתיה אין זיין הנחה איז דאך ווייניגער.)

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 15, 2021 8:41 pm

· #468578
מי אני
ווי אויך דארף מען סתם אזוי באטאנען אז אפילו לפי שיטתו איז עס נישט א ״קאנסטענט״ דיקליין פון (צב״ש) 1%; עס איז ריקוּרסיוו - עס גייט אראפ 1% פון וואס עס איז פריער פון איר

אינטערעסאנט טאקע אז אין אנפאנג האב איך געמיינט אז ער גייט זאגן אז אפילו פרומקייט/פאנאטישקייט ווערט שוואכער יעדע דור מיט א פראצענט צו וואס וועט אלץ איבערבלייבן עפעס א משהו ווייל די פראצענטן ווערן קלענער און קלענער מיט יעדעס דור און ער גייט ארויסברענגען אז נצח ישראל לא ישקר און די פינטעלע איד וועט אלץ בלייבן און מ׳קען זיך נישט אינגאנצן אפרייסן פונעם באשעפער וכו׳ וכו׳, זעהט אויס אז מיין השקפה איז שוין ליידער אזוי פארקרומט פון די אלע גרויע סוועדערס וואס איך האב געטראגן אין לויף פון מיין לעבן אז אין יעדע זאך זעה איך דאס פארקערטע פון דעת תורת(נ)ו הקדושה, האב איך נאך האפענונג?

chosen people » דינסטאג מערץ 16, 2021 12:05 am

· #468583
עס איז א גמרא אין נדרים און נאך פלעצער.
נדרים דף ל''ט ע''ב אמר רבי אחא בר חנינא כל המבקר חולה נוטל אחד מששים בצערו אמרי ליה אם כן ליעלון שיתין ולוקמוה אמר ליה כעישורייתא דבי רבי ובבן גילוַ

במדבר » דינסטאג מערץ 16, 2021 11:16 am

· #468588
ממה נפשך אויב ביזטו א גלויביגער איד און דיין זארג איז וויפל פארשווארצטע גאסן וועלן זיין, ווען די לעצטע הייפעלע מסירת נפש אידן וועלן מקבל זיין פני משיח צדקינו, האסטו דאך דו הבטחה ''קָרַע ה' אֶת-מַמְלְכוּת יִשְׂרָאֵל מֵעָלֶיךָ, הַיּוֹם; וּנְתָנָהּ, לְרֵעֲךָ הַטּוֹב מִמֶּךָּ. וְגַם נֵצַח יִשְׂרָאֵל, לֹא יְשַׁקֵּר וְלֹא יִנָּחֵם''.

פאר מיר איז די אידישע דעמאגראפיע וויכטיג ווייל אידען אין די מאדערענע תקופה האבן בייגעשטייערט אומפראפארציענאל אויף אלע פראנטן פון מענטשליכע פארשריט צב''ש איינשטיין, פרויד, הערצל, אויפענהיימער, קאפקא, מארקס און ויטגענשטיין און די איבער צוויי הינדערט נאבעל פרייז לאורעאנטען דאס רוב פון זיי אסימעלירטע אידען.

אז איך האב די אפציע צו וועלן א צוקונפט פאר דאס אידישע פאלק צווישען פיזיקער, פילעזאפען אדער ''יעדע ל''ג בעומר און מירון'', ''ר'שעיהברמשה'' אידן, וועל איך גרייט זיין צו צאלן די פרייז און איך וועל קלייבן קוואליטעט איבער קוואנטיטעט.

הקטן » דינסטאג מערץ 16, 2021 1:38 pm

· #468603
במדבר

פאר מיר איז די אידישע דעמאגראפיע וויכטיג ווייל אידען אין די מאדערענע תקופה האבן בייגעשטייערט אומפראפארציענאל אויף אלע פראנטן פון מענטשליכע פארשריט צב''ש איינשטיין, פרויד, הערצל, אויפענהיימער, קאפקא, מארקס און ויטגענשטיין און די איבער צוויי הינדערט נאבעל פרייז לאורעאנטען דאס רוב פון זיי אסימעלירטע אידען.

וואס איז טאקע דער פשט?

אויב זאל דאס זיין ווייל, למשל, זייער זיידעס האבן געלערנט גמרא (איך האלט נישט אזוי) איז דיר יא וויכטיג וואו מער גמרא לערנערס ס'דא
אלף בני אדם נכנסים למקרא, יוצאים מהם מאה למשנה.

והאיש משה » דינסטאג מערץ 16, 2021 3:28 pm

· #468609
מי אני
(וכעין התוס׳ בתענית י: ד״ה אל)

וכן הוא בתוס ב"ק ט: ד"ה אילו איתרמי בסוגיא דהידור מצוה עד שליש אילו איתרמי ליה תלתא מצוה ליתיב לכוליה, ובאמת מקורו במשנה דכתובות סח. עישורייתא דרבי.

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג מערץ 16, 2021 5:03 pm

· #468614
דער עולם קאכט אין לערנען, סאיז א נחת 🙂

ישעיה » דינסטאג מערץ 16, 2021 5:18 pm

· #468616
בענדזשאמין פרענקלין
דער עולם קאכט אין לערנען, סאיז א נחת 🙂

טשיל איט מען

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מערץ 16, 2021 5:19 pm

· #468617
חלילה וחס

צפור בודד » מיטוואך מערץ 17, 2021 3:57 pm

· #468674
איך האב דעם איד צוויי מאל אויסגעהערט און איך קען ארנטליך זאגן אז איך ווייס נישט וואס ער וויל. צי ער ווייסט אליין וואס ער וויל, איז א באזונדערע שאלה.

@והאיש משה האט שוין אנגערירט אפאר נקודות וואס שוואכן אפ זיין מעסעדז. טאקע נישט יעדער מוז קענען ליינען א פסוק חומש אן פינטלעך אבער מאכן א ווערטל דערפון ווען דו פארקויפט מסירת נפש און תוכן און "התבוננות" מאכט ווינדערן אויף דער קוואליטעט פון זיין התבוננות וואס ער האט אינזינען.

ער האט א טעזיע און ראיות און איך וועל אנהייבן מיט די ראיות ווייל ער הייבט אויך דארט אן. די "ראיות" הייבן זיך אן מיט גוזמאות וואס פירן אין ערגעץ נישט, הנחות אן א באזיס און נומערן וואס זענען בעסער אויף צו צעמישן. נאר אפילו אז זיי זענען טאקע אמת זענען זיי נישט מער ווי פענאמענע וואס יעדער קען אויסטייטשן וויאזוי ער וויל.

הייבן הייבט ער אן מיט א מרפסין אגרא'דיגע קשיא. "יעדער" בעל תשובה רימט זיך מיט א זיידע א רב אדער אן אנדערע כלי קודש, "איך האב נאך קיינמאל נישט באגעגענט א בעל תשובה" וואס זאגט אנדערש. באמת? ממש קיינמאל נישט? און אז יא, איז וואס? יעדער מענטש אז ער גייט צוריק גענוג ווייט האט ער עפעס א שמץ של יחוס און ווען ער רעדט מיט א פרומער איד און בפרט אז ער'ז א בעל תשובה רעכנט ער עס אויס. ממילא וואס דארפן אונז דערפון ארויסנעמען? אפילו לשיטתיה, צייגט עס דאך אז די קינדער פון ערליכע אידן קענען אויך אפפארן איז קען מען דאך שוין זיין טשילד פאר דער זעלבער געלט.

דערנאך גייט ער מיט ירידת הדורות. דער וואס וויל אפקויפן תורת ירידת הדורות הרשות בידו נאר זיינע ראיות זענען שוואכע און ער נעמט עס ארויס פון קאנטעקסט. דאס אז תנאים זענען מחייב אמוראים און אמוראים, ראשונים און ראשונים, אחרונים האט נישט מיט ירידת הדורות נאר מיט יוריסטישע אוטאריטעט. אז דער סופרים קאורט קריגט בדרך כלל נישט אויף א זאך וואס מען האט פעסטגעשטעלט מיט צוויי הונדערט יאר צוריק איז עס נישט ווייל זיי זענען געווען גרעסער אדער קליגער אדער הייליגער נאר ווייל געזעצן און פסקים מוזן האבן א פעסטקייט און דאס קומט פון אן אוועקגעשטעלטער הייאיראכיע. אזוי איז אויך איבעראל דער מנהג העולם אין געריכטן. מען קען טאקע טוישן אבער נאר אין געוויסע אומשטענדן אדער ווייל דער וועלט האט זיך געריקט. אפילו ר' מרדכי אליין ברענגט דער משנה אז א בי"ד קען מבטל זיין אן אנדערע בי"ד וואס איז גדול ממנו בחכמה ומנין, הייסט עס אז עס קען יא זיין א שפטערע בי"ד וואס איז גדול ממנו בחכמה. נאר לאמיר יא מסכים זיין צו ירידת הדורות, ער קומט אבער מיט א חידוש כאילו ס'ארבעט לויט א פארמיולא און אויב מען וועט עס לאזן לויפן וועט זיך עס ענדיגן ביי זעראו, וואס איז סתם נארישקייטן. גאר א סאך דורות זענען געווען בעסער ווי די דורות פאר זיי און ער אליין ברענגט מלכי ישראל וואס זענען געווען בעסער ווי די פאר זיי. ממילא ירידת הדורות קען עגזיסטירן און אידישקייט וועט עס איבערלעבן אזויווי ביז אהער.

שפעטער קומט ער מיט די נומערן וואס עס איז נישט אינגאצן זיכער וואס ער וויל. ער זאגט אז יעדער איינער זאל האבן נאר איין קינד און איינער זאל אוועקפאלן שניידט זיך אפ דער קייט. ער קען נישט מיינען אידישקייט בכלל נאר פון דער פאדעם. מיר זעען דאך אז מבני בניו של המן למדו תורה און דער קייט וועט אנגיין. ער זאגט אויך אליין אז בעלי תשובה רימען זיך נאך זייערע זיידעס הייסט עס אז דער קייט קען זיך אויך צוריקכאפן. אויף דעם האט ער א תירוץ מיט א באבע'ס טרערן. נו, גיי טענה דיך אויף דעם.

אבער לאמיר זאגן אז מיט איין קינד זענען די טשאנסן פון א קיום שמאל און מיט מער קינדער זענען פארשטייט זיך דא מער טשאנסן, איז צו וואס איז דאס אן ארגומענט? אז מען זאל האבן מער קינדער ווייל דעמאגראפיע איז א סגולה לקיום המין? דאס איז קוים א חידוש אבער וואס האט דאס מיט טשילן? זאג מען זאל האבן מער קינדער אזויווי ארבאן זאגט אין אונגארן און פוטין זאגט אין רוסלאנד ווייל א פאלק וואס איז זיך נישט פרה ורבה האט א סכנה פון אונטערגיין, אבער לויט אים פארוואס דארף פון הונדערט ווערן עטליכע דריי הונדערט און אזוי ווייטער? פארוואס אזוי פיל? אז ס'איז סך הכל אן אינשורענס פאליסי קעגן די טשילערס קען מען מיט אסאך ווייניגער.

דערנאך האט ער זיינע ראיות פון ספרי קודש וואס בכללות ציטירט ער נישט צופיל. איך האב נישט געפונען זיין חתם סופר\חפץ חיים נאר ער ברענגט א רש"י אין האזינו אז מען צייגט אויף א איד ווי א חידוש, און ער טייטשט עס איין ווי "סעלף העיטינג". און ער לייגט צו אז נישט ער זאגט עס, נאר רש"י. כלומר רש"י זאגט סעלף העיטינג, און דאס איז זיין ראיה צו וואו אהין אידן קייקלען זיך מיט טשילן. אז איך וועל חולק זיין און זאגן אז ס'גייט ארויף אויף אידן וואס באהאלטן מאלעסטערס, אדער וואס גיין להכעיס נישט א מאסקע בשעת א מגיפה, וועט מען זאגן אז איך בין דער סעלף העיטער. איך וויל נאר ארויסברענגען אז זיינע ראיות זענען אינגאנצן לעכערלעך און סוביעקטיוו. אז מען איז מיט אים מסכים וועלן די ראיות נישט אויסמאכן און אז נישט וועלן זיי גארנישט איבערצייגן.

קומען מיר איצט צום טעזיע אז א איד וואס טשילד מאכט א סטעיטמענט ביודעין אדער בלא יודעין אז זיינע אייניקלעך וועלן נישט דארט זיין ביי משיח אין "219" יאר ארום. ראשית כל, איז שווער מאכן א סטעיטמענט שלא ביודעין און אז דער טשילער האט דעריבער נישט געקלערט און ער האט נישט אויסגעהערט דער "אמת" פון ר' מרדכי איז ער דאך א שוגג. די שאלה איז נאר וואס איז "טשילד" און וואס איד דער היפוך וואס ער פארלאנגט? זמן קרי"ש און מעביר סדרה זיין רופט ער "נארישקייטן", פון א פשוט'ער בעל עגלה שפעט ער אפ, ער מיינט נישט סמארטפאונס (וואס מן הסתם רוב שומעי לקחו נוצן אים אויסצוהערן) און ער זאגט אז יעדער זאל זיך געפונען זיין דעת תורה. ער רעדט פון זיין אויסגעקאכט אין חובת הלבבות. איז מיינט ער אויך שער היחוד אדער דאס נישט? ער זאגט אבער נישט אין וואס ער פארלאנגט מסירת נפש? ארומצוגיין מיט א ווילדער בארד און דער פרוי מיט א שייטל פון שטאלוואל? נישט גיין מיט א טי-שערט און גערדייטע פיאות הינטער די אויערן? כלשון הזמן, ר' מרדכי, קומט אריין קלאר.

איך מאך מיך אביסל תמ'יש ווייל איך ווייס בערך וואס ער וויל אפילו אז ער זאגט עס נישט און דארט ליגן זיינע מערסטע נארישקייטן. לכאורה מיינט ער אז די מסורה טראגט מען בלויז אין די זיפ קאודס פון דעם עם הנבחר, אידישקייט איז חרדי'זם און חסידות, נאר זיי קענען האפטן פאר דער עתיד פון כלל ישראל און אז אונז וועלן טשילן לא ישאר משונאיהם של ישראל שריד ופליט. ווי'וו הערד איט אל בעפאר און ער קען איבער'חזר'ן "אמת" און "ווארהייט" וויפל ער וויל און ס'וועט גארנישט טוישן.

זאל ער זאגן קלאר. איז נאט לעווין מיט זיין געשטריקטער יארמולקע און זיין קליינער בערדל וואס ער איז אן אייניקל פון דער ריישא רב, א פראדוקט פון טשילן אדער מסירת נפש? זענען די מאדערנע ארטאדאקסישע אידן וואס זענען מלא וגדיש אין תורה נאר זענען אויך "קאנסיומד" אין זייערע סביבה, טשילד אדער מסירת נפש? דערצייל נישט חדר מעשה'לעך פון וואס מען האט געטון אויף די שיפן קיין אמעריקע, נאר רעד פאקטן. האבן די לינקע אפיקורסימ'לעך וואס האבן געבויט מדינת ישראל און וואס זייערע אייניקלעך קעמפן פאר דעם עד היום הזה חרוב געמאכט אידישקייט אדער עס צוריק אויפגעבויעט אויף א שטייגער וואס עס איז נאך נישט געווען צוויי טויזנט יאר? און איז דער ספינקא רבי מיט זיין בארד און ווייסע זאקן וואס מען האט איינגעזעצט פאר שווינדל, א טשילער אדער א מסירת נפש איד? און דער זעלבער פאר די וואס שטעלן צאם געלטער פאר לעסטערער, בענעפיט גנבים, סלאם לאנדלארדס, רבי'שע מחלוקת'ן, קהל'ישע גניבות, זענען זיי אלע מקרב דער גאולה און א הילף אנטקעגן צו גיין משיח'ן אדער נישט? אז יא, קען משיח בלייבן דארט וואו ער איז, און טאמער נישט וואס ווילטסטו פון די טשילערס? פאר יעדער ארגומענט זיינער קען מען ווייזן אויף פארקערט ווויאזוי די אזויגערופענע מסירת-נפש אידן אן א זינען און וואס פאסן זיך נישט צו צו די צייטן זיי פארטרייבן דעם עולם און זיי זענען די מהרסים. לא חרבה ירושלים אלא מפני שהעמידו דבריהם על דברי תורה.

צום שלוס, געבט מען דא ר' מרדכי אסאך מער כבוד ווי ס'קומט אים. עמעצער וואס קען זאגן אויף דער שואה אז עס איז געווען דעם באשעפער'ס "עטניק קלענזינג" און ער פארלאזט זיך אויף אביגדור מילער, איז מוקצה מחמת מיאוס אז ס'איז נישט כדאי פון אים גארנישט מקבל צו זיין. חוץ דער טפשות דערפון, אז א חורבן וואס האט אויסגע'הרג'ט סלתה ושמנה פון יהדות התורה און וואס איז לדראון עולם איבער דער גאנצער וועלט איז געווען כלומר'שט לכלות הקוצים ביי כלל ישראל איז עס א פארשוועכונג פון די מיליאנען קדושים נישט קיין חילוק פון וועלכער סארט זיי זענען געווען. ווער רעדט נאך צו נוצן א טערמין אויף דעם אייבישטער וואס איז פון דער געמיינסטע זאכן וואס מען קען טון אין אונזערע צייטן איז א חילול השם וואס אלע טשילערס צוזאמען קענען נישט אנברענגן. זאל ער קעגן גיין זיין משיח מיט זיינע מסירת נפש אידן מיט זייער "התבוננות" פון תנור ראשון און עמלק קוגלעך און פארדרייען א שטיקל רש"י, און איך בלייב מיר טשילד מיט חומש רש"י און אויך אביסל מאדערנערע פשטים אויף חומש. איך וויל דווקא יא לעבן אין דער היינטיגער וועלט, זיך פארמעסטן מיט אירע פארמעסטונגען, איינזאפן פון אונזערע התחדשות'ן און זיך רוקן מיט די צייטן.