☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אשכול אן א טיטל #14509

אשכול אן א טיטל #14509

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14509

— » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 1:19 am

· #468352

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

הקטן » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 11:08 am

· #468364
Dershowitz’s research, closely guarded until now, has yet to get broad scrutiny. Scholars who previewed his findings at a closed-door seminar at Harvard in 2019 are divided, a taste of fierce debates likely to come

הקטן » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 1:35 pm

· #468376
[ציטאט אראפגענומען]


נישט אזוי שלעכט וואס דו האסט געשריבן, אבל, א היציגע דעבאטע ברענגט נישט אזוי ארויס די are divided אויף די עצם געפינס
היציגע דעבאטע איז זייער ברייט און קען אויך מיינען אז אלע נעמען דאס אן אלס פאקט נאר זיי דעבעטירן ארים דעם וואסערע מסקנה צי ציען(די היציגע דעבאטע איז געווען פארמאטיש פארשלאסן פארן ציבור)

איך האב געזען דא עפעס מער, אפשר איז דאס אביסל נאאנסד
יחי ההבדל הקטן!!

תרמב » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 2:12 pm

· #468380
וואס טוט זיך מיט ביקורת המקרא? דאס העלפט עפעס ארויס אין די נושא, קעגן אדער פראו?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 3:11 pm

· #468382
צו וועלכע ביקורת המקרא טעאריע באציעסטו זיך?

הקטן » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 3:50 pm

· #468383
תרמב
וואס טוט זיך מיט ביקורת המקרא? דאס העלפט עפעס ארויס אין די נושא, קעגן אדער פראו?

לויט וואו איך פארשטיי קען דאס אויסשליסן פארשידענע טעאריעס. אבער נישט באשטעטיגען עפעס אנדערש
סלייגט זיכער אין שאטען אסך פין וואס די "חוקרים" האבן געזאגט מיט א זיכערקייט איבער בית ראשון

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 3:58 pm

· #468385
צום ערשט וועט עס אפפרעגן די שיטה פון רבי אלעזר המודעי אין סנהדרין כב. (אה, כ׳האב פארגעסן אז ס׳איז העכערע זאכן, אויב אזוי וועט עס אויפווייזן אז רבי אלעזר המודעי שיטה איז העכערע זאכן...)

הקטן
סלייגט זיכער אין שאטען אסך פין וואס די "חוקרים" האבן געזאגט מיט א זיכערקייט איבער בית ראשון

פון די חוקרים רעדט מען אפילו נישט, חקירה איז שוין פונלאנג פארבאטן געווארן דורך אלע גדולי ישראל.

הקטן » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 4:07 pm

· #468386
רביה''ק זי''ע
צום ערשט וועט עס אפפרעגן די שיטה פון רבי אלעזר המודעי אין סנהדרין כב. (אה, כ׳האב פארגעסן אז ס׳איז העכערע זאכן, אויב אזוי וועט עס אויפווייזן אז רבי אלעזר המודעי שיטה איז העכערע זאכן...)

דאס ווייסן מיר שוין סיי וואו
זייט די ראצפערטער האט געדריקט א חומש נישט מיט כתב אשורית, ווייסען מיר אז א יעדער קען שרייבן וואו אזוי ער וויל
קען אויך זיין דער שרייבער געהאלטען וואו רבי פין סנהדרין כב.
קען זיי דערפאר איז דאס נאר משנה התורה - וכתב [לו] את משנה התורה הזאת [על ספר מלפני הכהנים הלוים] - כתב הראוי להשתנות


זייער אויבעפלעכליך, וואו געווענדליך, זיינע תגיבות

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 4:10 pm

· #468387
פון דער ראצפערטער איז נישט קיין ראיה ווייל ער האט סתם געדרוקט חומשים צו האבן מיט וואס אנצופילן די שמות באקס.

הקטן » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 4:13 pm

· #468388
רביה''ק זי''ע
פון דער ראצפערטער איז נישט קיין ראיה ווייל ער האט סתם געדרוקט חומשים צו האבן מיט וואס אנצופילן די שמות באקס.

ווער ווייסט, אפשר דער וואס האט געדריקט דעם חומש בבית ראשון האט דאס אויך געלייגט אין שמות באקס, און דערנאך האט דאס עזרא הסופר געטראפן
ענד די רעסט איז היסטערי...

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 4:15 pm

· #468389
הקטן
ווער ווייסט, אפשר דער וואס האט געדריקט דעם חומש בבית ראשון האט דאס אויך געלייגט אין שמות באקס, און דערנאך האט דאס עזרא הסופר געטראפן -ענד די רעסט איז היסטערי

ווילאנג דו ביזט מודה אז דו ווייסט נישט אויף זיכער שטייען מיר אויף איין פעידש.

תרמב » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 4:38 pm

· #468396
רביה''ק זי''ע
צו וועלכע ביקורת המקרא טעאריע באציעסטו זיך?

דאס ווייס איך אויך נישט, דאס וויל איך אויך וויסן.

תרמב » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 4:41 pm

· #468397
וואס איז רבי אלעזר המודעי’ס שיטה? איך בין זייער אומוויסנד, אז דו ענפערסט מיר שוין פארצייל מיר שוין אויך די סטארי מיט די ראצפערטע חומש.

real fake news » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 6:07 pm

· #468399
הקטן
תרמב
וואס טוט זיך מיט ביקורת המקרא? דאס העלפט עפעס ארויס אין די נושא, קעגן אדער פראו?

לויט וואו איך פארשטיי קען דאס אויסשליסן פארשידענע טעאריעס. אבער נישט באשטעטיגען עפעס אנדערש
סלייגט זיכער אין שאטען אסך פין וואס די "חוקרים" האבן געזאגט מיט א זיכערקייט איבער בית ראשון

אויב די כתב יד באשטייט פון בלויז סדר דברים קען עס זיין א ראיה אז דברים איז געווען אן עקסטרערע מעשה פאר זיך.

הקטן » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 7:41 pm

· #468404
real fake news
הקטן
תרמב
וואס טוט זיך מיט ביקורת המקרא? דאס העלפט עפעס ארויס אין די נושא, קעגן אדער פראו?

לויט וואו איך פארשטיי קען דאס אויסשליסן פארשידענע טעאריעס. אבער נישט באשטעטיגען עפעס אנדערש
סלייגט זיכער אין שאטען אסך פין וואס די "חוקרים" האבן געזאגט מיט א זיכערקייט איבער בית ראשון

אויב די כתב יד באשטייט פון בלויז סדר דברים קען עס זיין א ראיה אז דברים איז געווען אן עקסטרערע מעשה פאר זיך.

אויף דעם האבן מיר שוין אויך פין לאנג א ראיה פין די ראצפערטע חומש (אויך געהאט אן עקסטערע באנד פאר דברים, אויב געדענק איך גוט)

ב.ד.וו. בערך אזוי קיקען אויס די ריאות פין די "חוקרים"

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 7:42 pm

· #468405
הקטן

ב.ד.וו. בערך אזוי קיקען אויס די ריאות פין די "חוקרים"

א בודק ריאות ביזטו אויך? פשיהא

הקטן » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 7:45 pm

· #468406
.

הקטן » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 9:41 pm

· #468426
תרמב
וואס איז רבי אלעזר המודעי’ס שיטה? איך בין זייער אומוויסנד, אז דו ענפערסט מיר שוין פארצייל מיר שוין אויך די סטארי מיט די ראצפערטע חומש.

ס'איז דא א מחלוקה אין גמרא בנוגע כתב אשורית.
איך ווייס נישט וואס מען האט געטראפן וואו אזוי ס'איז געשריבן
רביה"ק באמערקט, וואו אזוי ס'זאל נאר זיין, שטימט דאס זייער גוט נאר לויט איין מן דאמר... און נישט לויט די צווייטע

דאס איז אלס פיין אויב איינער זאגט דאס איז געווען א ספר תורה אויב איז דאס פשוט וואס איינער האט געשריבן פאר זיך, זאגט דאך דאס, פערשטייט זיך, גארנישט
ווילסט נאך וויסען וועגן דעם ראצפערטער חומש?

טראכטכמוני » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 10:54 pm

· #468427
[ציטאט אראפגענומען]


איך נאמיניר דעם הודעה צום HALL OF FAME.

צפור בודד » דינסטאג מערץ 16, 2021 1:49 pm

· #468606

nespresso » דינסטאג מערץ 16, 2021 7:45 pm

· #468620
צפור בודד
אז זיי האבן געטראפן זאכן פון 6 מיליאן יאר צוריג פארוואס דארף.איך גלייבן אז די ספרים איז 2000 יאר אלט

Sent from my SM-A015V using Tapatalk

פארשטאנד » דינסטאג מערץ 16, 2021 9:16 pm

· #468623
nespresso
צפור בודד
אז זיי האבן געטראפן זאכן פון 6 מיליאן יאר צוריג פארוואס דארף.איך גלייבן אז די ספרים איז 2000 יאר אלט

Sent from my SM-A015V using Tapatalk


זעקסטע מילעניע איז פינעף מיליאן ניין הונדערט פיהר און ניינציג טויזענט יאהר ווייניגער פון זעקס מיליאן.

לגבי די מחלוקת מרפסין איגרא צווישן הני תרי צנתרי דדהבא רביה"ק און הקטן, רוב רובם פון היינטיגע חוקרים האלטן אז די תורה, על חמש חלקיה זענען מזמן בית ראשון, במילא אפילו אויב עס זאל זיך ארויסשטעלן צו זיין אויטענטיש, וועט איר עצם עקזיסטענץ נישט זיין קיין חידוש.

מי אני » מאנטאג מערץ 22, 2021 9:07 pm

· #468842
דאס איז א גוטע הערה. מ׳קען דאס אולי אביסל אונטערלאַנען מיט וואס מ׳האט געשריבן דא, אז אין אלגעמיין ווען עס איז א ״שפיל״ צווישן איינער און א כנגדו חשבונ׳ט מען אריין צו א טיפערע לעוועל אין וואס דער אנדערער טראכט און דאדורך מאכט ער די באשלוסן. ס׳איז שטארק יתכן אז ער זאל האבן אזוי געפילט אזוי ווי א שפיל פון זיך קעגן די פארשער. אולי.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 23, 2021 7:39 am

· #468857
.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 23, 2021 7:39 am

· #468858
יאהרן צוריק בין איך געוועהן אין פילידעלעפיע א חול המועד דאכצעך אין די Benjamin Franklin Museum האבן זיי דארט געהאט א גאנצע אפטיילונג פון די ים המלך-תורות אויסגעלייגט אין א גלאז. און איך האב פרובירט צו ליינען איין פרשה פאר מתן תורה. און איך האב מיך אנגעשטויסן אין עפעס מאדענע ווערטער ווי ויזרח משה. נישט קיין ווערטער נאר גאנצע פסוקים וואס שטייט נישט אין אונזערע תורה. און מיין עקס האט מיך געפרעגט וואס איז פשט דערפון? איך בין געוועהן פארלוירן פאר אפאר סעקונדעס, נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן. כ׳בין אליינס געוועהן שאקירט. האב איך איר געזאגט אז זעהט אויס אז סאיז שוין דעמאלטס געוועהן מחלוקות צווישן די רבנים איבער געוויסע שיטות פונקט ווי היינט מיט די עירוב. אבער נאכדעם האב איך געהערט אז מ׳האט פעסטגעשטעלט אז סאיז געוועהן אסאך פעלשערייען אין די ביזנעס. עד היום איז נישט קלאר וועלכע פון זיי זענען אויטענטיש און וועלכע נישט. אויך איז מעגליך אז געוויסע אידישע סעקטס האבן פארדרייט אדער צוגעלייגט צו די תורה. עכ״פ סאיז נישט געדרינגן פון דעם גארנישט.

אישתישבי » דינסטאג מערץ 23, 2021 10:14 am

· #468860

אין עפעס מאדענע ווערטער ווי ויזרח משה


צ"ל ויכתב משה, והכל מיושב בס"ד.

אויך האט מען געטראפען ספרים חיצונים ווי ספר חנוך.

אבער עס הייסט ביי די חוקרים אז חוץ אפאר שנויים קלים איז די מגילות ים המלח דער זעלבער ווי אונז.

אין דער ארטיקעל ווערט דערמאנט, און אזוי קען מען דאס זעהן אין אנדערע פלעצער אז די מגילות ווייזען ראיות צו יאשקע, און די קריסטען טענה'ן אויך אזוי, עס איז דא אין דעם אריכות.

אישתישבי » דינסטאג מערץ 23, 2021 10:23 am

· #468861

רוב רובם פון היינטיגע חוקרים האלטן אז די תורה, על חמש חלקיה זענען מזמן בית ראשון,


לפי זכרוני האלטען זיי אז עס איז פין גלות בבל און עזרא האט עס געענדיגט.

שבת אחים » דינסטאג מערץ 23, 2021 1:04 pm

· #468869
[ציטאט אראפגענומען]


אוואדי!

מהאלט אין איין כאפן פעלעשערייען.

מאך א גוגל סירטש

Dead Sea Scrolls' at the Museum of the Bible are all forgeries
Months of testing confirm earlier suspicions that the fragments were made in modern times.
<a class="postlink" href="https://www.nationalgeographic.com/history/article/museum-of-the-bible-dead-sea-scrolls-forgeries">https://www.nationalgeographic.com/hist ... -forgeries</a>

שבת אחים » דינסטאג מערץ 23, 2021 4:09 pm

· #468881
פאר ווער ס׳וויל זעהן וואס פארא פעלעשערייען ס׳גייט פאר אין די Industry זאל דאס וואטשן. סאיז ווערט די צייט.
Dead Sea Scroll Detectives
New technologies unravel the Dead Sea Scrolls’ mysteries and uncover million-dollar fakes.
<a class="postlink" href="https://www.pbs.org/wgbh/nova/video/dead-sea-scroll-detectives/">https://www.pbs.org/wgbh/nova/video/dea ... etectives/</a>

ליב צו וויסן » דינסטאג מערץ 23, 2021 9:04 pm

· #468901
א דאנק אייך שבת אחים פאר די אינפארמאציע... ס'איז די ערשטע מאל וואס כ'הער וועגן די מגילות פעלשערייען.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מערץ 23, 2021 9:14 pm

· #468902
מי יגלה עפר מעיניך ברוך שפינוזה?

שבת אחים » דינסטאג מערץ 23, 2021 9:42 pm

· #468904
ליב צו וויסן
א דאנק אייך שבת אחים פאר די אינפארמאציע... ס'איז די ערשטע מאל וואס כ'הער וועגן די מגילות פעלשערייען.


איך שטודיר שוין די נושא זייער א לאנגע צייט. און ליידער איז נישטא קיין אמתע וועג דערווייל צו וויסן אויף הונדרעט פראצענט וואס איז אמת און וואס נישט. יעדער קען זיך איינהאנדלן אלטע פארמעט- סאיז דא א גאנצע מארקעט דערפון. און זיי קענען שרייבן דארט וואס זיי ווילן. מ׳באצאלט פאר א קליין שטיקל א מיליאן דאללער בערך. מיינסט ס׳גייט נישט זיין קיין סקעמערס???

ליב צו וויסן » מיטוואך מערץ 24, 2021 4:25 am

· #468915
ס'דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די גאנצע שקליא וטריא זייערע איז אויף שטיקלעך וואס קומען כסדר אפיר, און נישט אויף די גרויסע און הויפט געפינסן.

שבת אחים » מיטוואך מערץ 24, 2021 7:44 am

· #468919
ליב צו וויסן
ס'דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די גאנצע שקליא וטריא זייערע איז אויף שטיקלעך וואס קומען כסדר אפיר, און נישט אויף די גרויסע און הויפט געפינסן.


פעלעשערייען? אויף די קלענערע מאכט זיך מעהר פאלשע ווייל סאיז אסאך גרינגער צו פעלשן און קליינע שטיקלעך איז גרינגער צו פארקויפן אויך אבער סאיז שוין געוועהן פעלשערייען ביי גרויסע אויך וואס מהאט געכאפט נאכדעם אז סאיז פאלש. בקיצור מקען נישט באמת וויסן צי סאיז אויטענטיש. נישטא קיין וועג צו וויסן אויף הונדערט פראצענט.

אדרבה אויב סאיז דא א וועג ביטע לאזט מיר וויסן. ס׳וועט זיין זייער אינטערסאנט צוהערן וויאזוי.

אישתישבי » מיטוואך מערץ 24, 2021 8:43 am

· #468921
סא אין בייבל מוזעאום איז דא שטיקלעך וואס די קאנטענט איז סתם געבעבלט, ווי למשל ויזרח משה?

עס איז שווער צו גלייבן אז א פעלשער זאל נישט כאטש מאכן עפעס בעסער פין דעם. און זיי זעהן אזעלכע טפשים זיי קויפן זיך א איין שטיקלעך וואס זענען פאלש גענוג אז יעדער איינער קען זעהן אז עס איז פאלש?

כרם זית » מיטוואך מערץ 24, 2021 11:09 am

· #468926
רביה''ק זי''ע
מי יגלה עפר מעיניך ברוך שפינוזה?
ימ"ש. אולם כיון דהיה ישראל בא הבעש"ט ותיקן שיטתו, דבכל חטא ישראלי יש קצת אמת.
-הגריא"ה זצ"ל.

Sent from my LM-X210(G) using Tapatalk