☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » וויליאמסבורג ראצפערטער רבי ז"ל

וויליאמסבורג ראצפערטער רבי ז"ל

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2940

ידען » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:49 am

· #86886
וויליאמסבורג ראצפערטער רבי ז"ל
שמעקעדיג האט געבעטען צו מאכען א אשכול וועגען ראצפערטע רבי, און אז אזא חשובע מעמבער בעהט, וועלעך נישט אפזאגען..

איך האב געמאכט די קעפל וויליאמסבורגע ראצפערטע רבי ווייל מע זאל וויסן וועלעכע רבי מע מיינט. איך ווייס נישט אויב ער האט א נאמען אויזער ראצפערט.

איך האב איהם נישט געקענט אבער כאב שוין א סאך מאל געהערט פון איהם אז ער האט געהאט אינטערעסאנטע זאכן וואס ער האט געמאכט.

קודם לייג איך וואס שמעקעדיג האט געשריבען.

אפשר איז כדאי צו עפענען א אשכול פונעם ראצפערטער, דער איז געווען א רעכטער רבי מיט אלע מפרשים, בכלל נישט ווי די היינטיגע, ער האט נאר געזוכט אויפצוטון, ארויסגעגעבן סידורים, צייטונגען, און ווער געדענקט נאך די מערכה פון די 2 פריזשידערס פאר מילכיג און פליישיג... איי, ווי נעמט מען די אלטע טעג..

כאב געהערט פון עלטערע מענטשען אז ער האט אויך געהאט א צייטונג וואס ער האט ארויס געגעבען.

ידען » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:52 am

· #86887
ברסלבער און berlbalagulah האבען אויך געשריבען. שפעטער וועט מען עס לייגען דא

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:16 am

· #86910
ידען
שמעקעדיג האט געבעטען צו מאכען א אשכול וועגען ראצפערטע רבי, און אז אזא חשובע מעמבער בעהט, וועלעך נישט אפזאגען..

איך האב געמאכט די קעפל וויליאמסבורגע ראצפערטע רבי ווייל מע זאל וויסן וועלעכע רבי מע מיינט. איך ווייס נישט אויב ער האט א נאמען אויזער ראצפערט.

איך האב איהם נישט געקענט אבער כאב שוין א סאך מאל געהערט פון איהם אז ער האט געהאט אינטערעסאנטע זאכן וואס ער האט געמאכט.

קודם לייג איך וואס שמעקעדיג האט געשריבען.

אפשר איז כדאי צו עפענען א אשכול פונעם ראצפערטער, דער איז געווען א רעכטער רבי מיט אלע מפרשים, בכלל נישט ווי די היינטיגע, ער האט נאר געזוכט אויפצוטון, ארויסגעגעבן סידורים, צייטונגען, און ווער געדענקט נאך די מערכה פון די 2 פריזשידערס פאר מילכיג און פליישיג... איי, ווי נעמט מען די אלטע טעג..

כאב געהערט פון עלטערע מענטשען אז ער האט אויך געהאט א צייטונג וואס ער האט ארויס געגעבען.

אוי איך געדענק נאך דעם צייטונג, דאס איז געווען קרעפלעך אוועק צו שטעלען ווי די מאמע זז"ג זאגט!!!

boxcover » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 10:31 am

· #86913
איך האב נאך גאנצע שטיקער פון די צייטונג ביי מיר.

בנוגע די רבי אליינס, ווייס איך נישט צו מען קען באמת שרייבן איבער אים אן די נושאים וואס מ'רעדט נישט אויף קיין נפטרים.

הדד בן בדד » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:33 pm

· #87002
ער האט ארויסגעגעבן מערערע צייטונגען, ביזנעס און שמחות, אידישע וועלט און נאך אנדערע. די מערכה פון צוויי פרידשידערס איז אויך נאר געווען איינס, ער האט געהאט נאך אנדערע, ווי נישט זאגן פליז קראס מיך, נאר ביטע פיר מיך אריבער די גאס, ווייל קראס איז א צלם.

מיט אלע משוגע'תן אינאיינעם איז ער געווען א זיסער אידל.

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:50 pm

· #87009
הדד בן בדד
ער האט ארויסגעגעבן מערערע צייטונגען, ביזנעס און שמחות, אידישע וועלט און נאך אנדערע. די מערכה פון צוויי פרידשידערס איז אויך נאר געווען איינס, ער האט געהאט נאך אנדערע, ווי נישט זאגן פליז קראס מיך, נאר ביטע פיר מיך אריבער די גאס, ווייל קראס איז א צלם.

מיט אלע משוגע'תן אינאיינעם איז ער געווען א זיסער אידל.

די לייק האב איך געגעבען פארן ראצפעטער ז"ל

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 4:42 pm

· #87027
מען קען איינקעשן לייקס up there?

קרעמער1 » זונטאג יוני 9, 2013 2:08 pm

· #123127
דאכט זיך ער האט געפירט א מערכה מ'זאל לייגן מזוזות אויף די אויטאס

איך געדענק נאך ווי היינט ווי קינדער פלעגן שטיין אויסגע'שורה'ט פארנט פון אים, ער פלעגט פארהערן סיי וואס - פון מודה אני ביז א בלאט גמרא - אויף אויסעווייניג און ער פלעגט באלוינען מיט איינע פון זיינע ספרים\סידורים אדער א צוקערל. ווענדט זיך ווי גוט מ'האט געקענט...

יואליש » זונטאג יוני 9, 2013 2:17 pm

· #123137
ד-דר-דרע-דרעז-דרעזנ-דרעזנע-דרעזנער

פארזעצונג קומט אי"ה

איך אויך » זונטאג יוני 9, 2013 2:26 pm

· #123144
?

הקטן » זונטאג יוני 9, 2013 3:44 pm

· #123181
די תורה וועלט - עירוב ווילי
TORAHVELT_KISLEV
TORAHVELT_TEVET
TORAHVELT_SHVAT
TORAHVELT_NISSAN41

מ גפני » זונטאג יוני 9, 2013 3:52 pm

· #123186
יואליש
ד-דר-דרע-דרעז-דרעזנ-דרעזנע-דרעזנער

פארזעצונג קומט אי"ה

אשפוג אשפגתי.... די דערמאנסט מיר גוטע זכרונות

ידען » זונטאג יוני 9, 2013 10:10 pm

· #123400
מ גפני
יואליש
ד-דר-דרע-דרעז-דרעזנ-דרעזנע-דרעזנער

פארזעצונג קומט אי"ה

אשפוג אשפגתי.... די דערמאנסט מיר גוטע זכרונות

???

הדד בן בדד » זונטאג יוני 9, 2013 11:37 pm

· #123448
יואליש
ד-דר-דרע-דרעז-דרעזנ-דרעזנע-דרעזנער

פארזעצונג קומט אי"ה


כככ, יואל'יש ביסטו זיס, ווער געדענקט דאס נאך?

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 10, 2013 12:35 am

· #123468
פאר א גוט יאר... פארוואס לאזט איר ציהען די ווערטער?
מען פרעגט אייך דאך מיט שיינעם, מה זאת?
פארוואס ווארט איר מען זאל גיין מיט שטרענגען?...

איך אויך » מאנטאג יוני 10, 2013 9:53 am

· #123527
שמעקי לאז אפ ,איך בין שוין געקומען צו די החלטה אז איך קען גיין ווייטער אין לעבן אן וויסן וואס די מיסטעריעזע ווערטער מיינען און איך אדווייז דיר צו טוהן די זעלבע.

מ גפני » מאנטאג יוני 10, 2013 10:58 am

· #123545
דער ראצפערטער רבי ז"ל האט זיך עפעס איינגערדט אויף איינעם דרעזדנער אז יענער האט אים געוואלט בא'גנב'נען, און ער האט געסטראשעט אז ער וועט ארויסשרייבן זיין נאמען אין זיין אויסגאבע, ער האט אנגעהויבען מיט'ן ערשטען אות 'ד' די וואך נאכדעם האט ער געשריבן 'דר', 'דרע', אא"וו

boxcover » מיטוואך יוני 12, 2013 11:11 am

· #124312
אשפג
מ גפני
דער ראצפערטער רבי ז"ל האט זיך עפעס איינגערדט אויף איינעם דרעזדנער אז יענער האט אים געוואלט בא'גנב'נען, און ער האט געסטראשעט אז ער וועט ארויסשרייבן זיין נאמען אין זיין אויסגאבע, ער האט אנגעהויבען מיט'ן ערשטען אות 'ד' די וואך נאכדעם האט ער געשריבן 'דר', 'דרע', אא"וו

דו ביסט מיר שולדיג א נייע קאווע (רינעדיגע; נישט אין שטיבעל)! אזא אויסבראך האב איך שוין לאנג נישט געהאט.

זר זהב » מאנטאג יוני 17, 2013 7:00 pm

· #125595
ער האט נעבעך פארלוירן א זוהן אין סאטמארע קעמפ אין די למ"ד יארן

זר זהב » מאנטאג יוני 17, 2013 7:51 pm

· #125604
אין די אינגע יארן -- קרעדיט

0503131318 (1).jpg

הקטן » פרייטאג מערץ 12, 2021 10:53 am

· #468448
ידען

אפשר איז כדאי צו עפענען א אשכול פונעם ראצפערטער, דער איז געווען א רעכטער רבי מיט אלע מפרשים, בכלל נישט ווי די היינטיגע, ער האט נאר געזוכט אויפצוטון, ארויסגעגעבן סידורים, צייטונגען, און ווער געדענקט נאך די מערכה פון די 2 פריזשידערס פאר מילכיג און פליישיג... איי, ווי נעמט מען די אלטע טעג..
כאב געהערט פון עלטערע מענטשען אז ער האט אויך געהאט א צייטונג וואס ער האט ארויס געגעבען.

די הכנסת אורחים \ הקדש שטיבל זיינער...
ער האט פארטיילט קליינע פריזשידערס (מיט זיין סטעשען וועגען) פאר ווער ס'האט געוואלט

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 13, 2021 9:47 pm

· #468471
דער ראצפערטער רבי זצ"ל איז געווען א טייערער איד פון וועם ס'האט ארויסגעשפראצט זיין אהבת ישראל. ער האט א יעדן באגעגנט מיט א שמייכל. ער איז אויך געווען א גרויסער מזכה את הרבים. פון עטליכע פון זיינע עצות און מאמרים איז געקומען צו שמייכלען. אבער מיט א שטיקל התבוננות זעהט מען אז ער האט געזאגט זייער גוטע זאכן לזכות את הרבים. איינס פון זיינע עצות האביך אנגענומען 100%. צו האבן אן עקסטער רעפרידזשערעיטאר פאר מילכיגס.

איך האב געהאט א פריינטליכן ויכוח מיט'ן רבי'ן א יעדן טאג. כ'מיין ער האט געוואוינט אויף סאוטה 9. און ער האט געפלעגט דאבל פארקן. איך האב געדארפט אדורכשטופן א באס. האמיר זיך געווערטלט א יעדן אינדערפריה...!

הקטן » זונטאג מערץ 14, 2021 12:02 am

· #468482
berlbalaguleh

איך האב געהאט א פריינטליכן ויכוח מיט'ן רבי'ן א יעדן טאג. כ'מיין ער האט געוואוינט אויף סאוטה 9. און ער האט געפלעגט דאבל פארקן. איך האב געדארפט אדורכשטופן א באס. האמיר זיך געווערטלט א יעדן אינדערפריה...!

איך מיין ער האט געוינט אויף דעווישען קארנער ווילסען

א חסיד פון ווילנא » זונטאג מערץ 14, 2021 8:16 am

· #468491
Re: וויליאמסבורג ראצפערטער רבי ז"ל
הקטן
berlbalaguleh

איך האב געהאט א פריינטליכן ויכוח מיט'ן רבי'ן א יעדן טאג. כ'מיין ער האט געוואוינט אויף סאוטה 9. און ער האט געפלעגט דאבל פארקן. איך האב געדארפט אדורכשטופן א באס. האמיר זיך געווערטלט א יעדן אינדערפריה...!

איך מיין ער האט געוינט אויף דעווישען קארנער ווילסען
ביידע אמת
קודם אויף סאוטה 9, זיי הויז האט אפגעברענט האט ער געמופט צו דיוויזשן

אוי פלעג איך מיך באלעקן מיט זיין ביהמ"ד, עס איז געווען א הכנסת אורחים דארט ווי יעדער האט געקענט שלאפן און עסן דארט

ער האט געהאט אלע צייטונגען (אלגעמיינער זשורנאל, המאור) וואס מ׳ האט נישט געקענט טרעפן אין וומסב"ג פלעג איך עס דארט לייענען
איך האב אים אמאל געשריבן א לאנגע ארטיקל און ער האט עס אריינגעלייגט, אאוי האב איך מיך געפרייט, איך האב עס נאך אין מיינע ארכיוון
תנצבה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

הקטן » זונטאג מערץ 14, 2021 11:11 am

· #468495
א חסיד פון ווילנא

ער האט געהאט אלע צייטונגען (אלגעמיינער זשורנאל, המאור) וואס מ׳ האט נישט געקענט טרעפן אין וומסב"ג פלעג איך עס דארט לייענען

וועלעכע צייטונגען האט מען נישט געקענט טרעפן אין וומסב"ג אמאל??
די אלגעמיינער האסטו געקענט ליינען ביי ווייס'ס- לי-עוו קענדי סטאר (קאר יאז) אין די פענסטער

א חסיד פון ווילנא » זונטאג מערץ 14, 2021 3:24 pm

· #468504
איך רעד פון שפעטער, פון תשל"ז און ווייטער האט מען שוין נישט געקענט קויפן אין וומסב"ג.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 14, 2021 9:20 pm

· #468521
הקטן
berlbalaguleh

איך האב געהאט א פריינטליכן ויכוח מיט'ן רבי'ן א יעדן טאג. כ'מיין ער האט געוואוינט אויף סאוטה 9. און ער האט געפלעגט דאבל פארקן. איך האב געדארפט אדורכשטופן א באס. האמיר זיך געווערטלט א יעדן אינדערפריה...!

איך מיין ער האט געוינט אויף דעווישען קארנער ווילסען

אפשר האט ער געהאט דארט זיין ביהמ"ד...!

מ גפני » מאנטאג מערץ 15, 2021 12:25 pm

· #468553
הקטן
berlbalaguleh

איך האב געהאט א פריינטליכן ויכוח מיט'ן רבי'ן א יעדן טאג. כ'מיין ער האט געוואוינט אויף סאוטה 9. און ער האט געפלעגט דאבל פארקן. איך האב געדארפט אדורכשטופן א באס. האמיר זיך געווערטלט א יעדן אינדערפריה...!

איך מיין ער האט געוינט אויף דעווישען קארנער ווילסען

ענדערש אקעגן העוועמייער