☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » פרשת מענדעל וועכטער

פרשת מענדעל וועכטער

132 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1444
בלאט: 1 2 3

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 12:51 am

· #33604
פרשת מענדעל וועכטער
קען איינער באשרייבן פונקטליך וואס איז דאס פרשת ר' מענדל וועכטער? שוין פון אלץ קינד ליגט מיר די נאמען אין קאפ. "ער איז געווארן א ליבאוויטשער", דאס איז אלעס וואס איך ווייס.
איך דענק אז ס'האט זיך געטוהן לעבעדיג יענע צייטן.

פונקטליכע דעטאלן (מיט רעספעקט) זענען אפרישיעטעט.

משכיל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:14 am

· #33609
מען האט דאמאלט אפגעשוירען די בארד פון ר' פנחס קארף וואס פלעג קומען קיין ווילי לערנען חסידות מיט דעם ר' מענדל וחביריו, און דער לובאוויטשער רבי האט געזאגט דעמאלט שארפע רייד, ואידך זיל גמור,

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:32 am

· #33610
א דאנק.
יעצט ווייסיך מער אז איך ווייס נישט.

gehlungen » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 8:42 am

· #33627
משכיל
מען האט דאמאלט אפגעשוירען די בארד פון ר' פנחס קארף וואס פלעג קומען קיין ווילי לערנען חסידות מיט דעם ר' מענדל וחביריו, און דער לובאוויטשער רבי האט געזאגט דעמאלט שארפע רייד, ואידך זיל גמור,

He was a very good misyoner for CHABBAD

אלבערט » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 9:48 am

· #33651
וואס איז פשט געבען אן ענטפער אפ "ואידך זיל גמור", וואו זאל ער גיין אויב נישט דא?!!!

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:20 am

· #33665
איז ער דער וואס האט געמאכט א גאנצע קלאס פין סאטמער פאר חבד"סקער'ס? פין אים רעדט מען דא?

שמואל הלוי » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:22 am

· #33667
יא

אויס מענטש » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:35 am

· #33669
מענדל וועכטער איז געווען א ר"מ אין א פריוואטע ישיבה אין וויליאמסבורג, ווי די בעסטע קינדער פון סאטמארע עלטערן האבן דארט געלערנט ער איז א גוטע קאפ און א טיפער מוח, עס איז געווען א כבוד צו לערנען אין זיין ישיבה, ער האט טאקע געהאט מסלתה ומשמנה פון סאטמאר.
ער האט מיט זיי געלערנט גמרא תוס' און הלכה און בנוסף לזה אטיעפן שיעור אין חסידות בעיון, און געגעבן א ביסל א טעם צו שפירן די טיפקייט פון חסידות, זיינע מקורות זענען געקומען פון די מפיצי החסידות ליובאוויטש, און ער אליינס האט אסאך קונה געווען פון זייערע גרויסע קעפ, ווי דעם ליבאוויטשער רבינ'ס חוזר ר' יואל כהן און נאך.
נאך א שטיק צייט וואס זיי זענען געווארן צוגעבינדן צו חסידות, האט מען אנגעהויבן שטילערהייט פארן קיין קרוינהייטס, ווי זיי זענען געווארן זייער איבערגענומען פון די גאנצע ווירטשאפט און הפצת החסידות, און בכלל האט זיך פאר זיי {וויליאמסורגער סאטמארער בחורים} געפענט א נייער וועלט, זיי זענען אלע ליבאוויטשער עד היום הזה און ווי אינטרעסאנט איז אז דער רבי פון ליובאוויטש, האט זיי באפוילן נישט צו טוישן זייער לבוש, איר קענט כסדר טרעפן די חברה, זיי זעהן אויס ווי רעגולער סאטמארע ביז די הייבסט אן צו רעדן מיט זיי.
זייערע שטובער ווענדט זיך שוין, ביי איינעם איז עס שוין אינגאנצן א ליבאוויטשער שטוב, מיט די לבוש און שידוכים, וכו' און ביי טייל איז יא מער היימיש.
נחזור לענינינו, ווען דער זאך איז ארויס אויף דער גאס און די עלטערן האבן אנגעהויבן שמעקן וואס דא גייט פאר, {מען דארף וויסן אז ממש א פאר יאר פאר דעם בשנת תשל"ז איז געווען א ערענסטע מערכה צווישן חב"ד און סאטמאר, ווי מען האט זיך געשלאגן מיט הענט און פאשקעווילן לרחצה, דער רבי מה"מ האט געשאטן פייער אויף סאטמאר און התאחדות הרבנים, און ווידער סאטמאר בראש ר' סענדר דייטש און די אנדערע רבנים האבן גערעדט און געשריבן קונטריסים און אין דער איד מאמרים פייער קעגן חב"ד, מען זאגט א ווערטל אז סענדער האט פיינט געהאט די ציונים דערפאר ווויל די ליבאוויטשער זענען אויך ציונים...
מרן הברך משה בימים ההם סיגעטער רב, האט אויך גערעדט אפר דרשות קעגן חב"ד, אבער דאס אלעס האט מען זיך געשלאגן מיט אינדרויסענדיגע ביי די פרשה פון מענדל וועכטער איז די מערכה געווען מיט אינענווייניג עס האט נישט עכט געהאט מיט חב"ד חוץ די פאר שיחות פון דעם רבין מה"מ קעגן סאטמאר,}
{במאמר המוסגר מען זאגט אז דער רבי מה"מ האט דעמאלט געזאגט, אז זיי וועל נאך ארויס גיין קריגן קעגן די אייגענע רביים... חכם עדיף מנביא הא? 😂}
בקיצור די זאך איז געווארן א מוראדיגע איברעדרייעניש און קאך, די עלטערן זענען געווען געפערליך אויפגעברויזט און פארווייטיגט, און דאן האט איינער פון די עלטעןר אפגעטון די מעשה מיט אים פארכאפן און אפשניידן די בארד וכ'ו כו'
חב"ד אין זייער ארגאן דער אלגמיינער דזשורנאל האט טרומפירט און געמאכט שטירמער נוסח העדליינס {קען זיין מיט רעכט לא על זה אנו דנין} און באגלייט מיט בילדער פון מענדלן אין שפיטאל בעט, און עס איז געווען שמח.
אין סאטמאר זענען געווען בחורים וואס האבן נישט געלערנט דארטן ביי אים אין ישיבה, אבער זיי זענען געווען מיטגעכאפט מיט זייערע חבירים, וואס האבן יא דארט געלערנט, און אויף זיי האט זיך אנגעהויבן א טעראר, עצום ונורא, אבער עס האט גארנישט געהאלפן עד היום הזה איז קיינער נישט צוריק געקומען זיי זענען שוין חבדסקער מסתמא עד יומם האחרון
דער ברך משה זצ"ל האט דאן געהאלטן א דרשה געדרוקט אין מהר"ם ט"ב, אז מען טאר נישט מאכן חבורות, אין תניא, נאר איינער ער האט געזאגט א נאמען פון אבחור וואס איז געווען פארכאפט ער מעג לערנען אין ער האט אנגעווארנט די בחורים נישט זיך צוטשעפען מיט אים,ער הטא געזאגט ווער עס טשעפעט מיט אים טשעפעט מיט מיר
עס איז דא א גאנצע קליפ אויף חב"ד אינפאו ווי מענדל וועכטער פארציילט די גאנצע מעשה {פארשטייט זיך פון זיין זייט } שמעו ותחי נפשכם.

משכיל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:45 am

· #33673
מיט הענט זיינען געגאנגען נאר די ווילי אידן, ווען די לובאוויטשער זיינען געקומען שמח"ת און מען האט זיי שיעור געהרגט, די לובאוויטשער האבען קיינמאל נישט געהויבען קיינע הענט

איך האב א קשיא, פארוואס האט לובאוויטש משפיע געווען אויף סאטמארער בחורים נאר מיט הסברה, אויך אויף אנדערע טויזענטער אידן, אבער סאטמאר האט קיינמאל נישט אריינגעשלעפט קיינעם ?י

אויס מענטש » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:05 am

· #33685
משכיל
מיט הענט זיינען געגאנגען נאר די ווילי אידן, ווען די לובאוויטשער זיינען געקומען שמח"ת און מען האט זיי שיעור געהרגט, די לובאוויטשער האבען קיינמאל נישט געהויבען קיינע הענט

זיי האבן געהויבן "בלוט דרוק", די דארפסט פארשטיין זיי האבן נישט געהאט וואס צו הייבן הענט, זיי האבן געוואלט און געמאכט, יפוצו אין סאטמאר ראדני, צו וואס זאלן זיי שלאגן, ווען די סאטמארע גייען ווען אויף 770 דעמאלט וואלטן זיי חב"ד געשלאגן, ווען זיי קומען אויף וויליאמסבורג דארפן זיי נישט שלאגן, פארשטייסט ברייטער משכיל קאפ, קוק אויף די קליפס פון ל"ג בעומר פאר צוויי יאר צוריק ווי עס גייט פעטש עפ"י חסידות


איך האב א קשיא, פארוואס האט לובאוויטש משפיע געווען אויף סאטמארער בחורים נאר מיט הסברה, אויך אויף אנדערע טויזענטער אידן, אבער סאטמאר האט קיינמאל נישט אריינגעשלעפט קיינעם ?

עס איז באטעמטער מער מבצעים ,און פרייליכקייט, פארברענגען'ס מיט לחיים'ס, מאכן א לעבן עפ"י התורה וחסידות אין חב"ד, ווי סאטמאר ווי אלעס איז אויפן העכטסען מאס שטרענגקייט
אדער סיי וועלכע חסידות, עס איז די לויזטע פרייעסטע חסידות אויפן מארק.

אויס מענטש » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:42 pm

· #33755
ווען ביי מיר זאל חסידות זיין א ספאורטס ווי עז איז ליידער ביי אסאך ,
וואלט איך זיכער געווען א חב"ד פען
די אלע אנדערע גרופעס סאטמאר סקווירא בעלזא גור זענען שפילעכלעך נאריש און באורד אקעגן חב"ד

איך אויך » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:12 pm

· #33767
אויס מענטש פארוואס לאזטו אויס דער עיקר? דו שרייבסט מען האט עם אפגעשורן די בארד וכו. מאכט עס סאונדן ווי מען עם געזאגט נא נא און געגעבן א גלעט אין פנים וועען דער ביטערער אמת איז אז די סאטמערע רוצחים האבן עם ארייגעכאפט אין א ווען שפעט ביינאכט און געגעבען אזעלכע מכות רצח אז די מאפיע קען זיך אפלערנן פון זיי, בנוסף האט מען עם אפגעשוירן די בארד און פיאות און טו טאפ איט אלל אופ האט מען עם ארויסגעשליידערט פארטאגס אינמיטן גאס אנגעטוהן מיט דעם לבוש פון אדם הראשון פארן חטא!

עס איז א נס גלוי ער האט עס איבערגלעבט.

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:15 pm

· #33768
איך אויך
אויס מענטש פארוואס לאזטו אויס דער עיקר? דו שרייבסט מען האט עם אפגעשורן די בארד וכו. מאכט עס סאונדן ווי מען עם געזאגט נא נא און געגעבן א גלעט אין פנים וועען דער ביטערער אמת איז אז די סאטמערע רוצחים האבן עם ארייגעכאפט אין א ווען שפעט ביינאכט און געגעבען אזעלכע מכות רצח אז די מאפיע קען זיך אפלערנן פון זיי, בנוסף האט מען עם אפגעשוירן די בארד און פיאות און טו טאפ איט אלל אופ האט מען עם ארויסגעשליידערט פארטאגס אינמיטן גאס אנגעטוהן מיט דעם לבוש פון אדם הראשון פארן חטא!

עס איז א נס גלוי ער האט עס איבערגלעבט.

כ'געבעטן "מיט רעספעקט", פליז.

איך אויך » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:17 pm

· #33770
געבעטן אהער געבעטן אהין עס טוישט נישט די פאקטן.

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:20 pm

· #33773
מעגסט מיר אבער צוליב טון, ניין?

גאלד » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:32 pm

· #33779
משכיל

איך האב א קשיא, פארוואס האט לובאוויטש משפיע געווען אויף סאטמארער בחורים נאר מיט הסברה, אויך אויף אנדערע טויזענטער אידן, אבער סאטמאר האט קיינמאל נישט אריינגעשלעפט קיינעם ?י


חלומסט???

סאטמאר רבי איז אנגעקומען קיין אמעריקע איינער אליין, ער האט געהאט א קליין געזעמל אידן און א געבארגטע שול אויף ראדני סט', (קעגן איבער די היינטיגע ראדני שול), ער איז נישט גלאפן אין די גאסן צו אדווערטייזן און מפיץ זיין שיטה והנהגה, ער איז געזיצן ביי זיך אין ביהמ"ד אין געדינט דעם אייבירשטן באמת ובתמים, ער האט אויסגעשריגן דעם דעת תורה האימיתי מנהמת לבו, פאר נישט מער ווי 25 אידן און א קליין שטיבל, און דאס האט געצויגן ווי א מאגנעט, טויזענטער אידן זענען אריינגעשלעפט געווארן און געצויגן געווארן צו דעם מעט אור דוחה הרבה חושך, אן קיין שום ויפוצו'ס

דער ליבאוויטשער רבי האט איבערגענומען א פארטיגע מלוכה פון זיין שווער זצ"ל, ער האט איינגעפעדעמט א סעפיסטיקעטעד מארקעטינג אפאראט צו ארומלויפן איבער די וועלט צו מארקעטן חב"ד אויף ראדיא און טעלעוויזיע, איך זאג גארנישט דערקעגן, ער האט אלע רעכטן צו פירן זיין חסידות וויזוי איהם שמעקט, אבער צו זאגן אז סאטמאר האט קיינמאל אריין געשלעפט? איז נישט סאטמאר פון די גרעסטע חסידות'ן?

איך אויך » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:41 pm

· #33782
גאלד אויב ער חלומט דאן חלומסט דו זיכער, פרעג נאר דעם עלטערן דור וואס מען אלץ אפגעטוהן פארן קלויזנבארגער זצ"ל נאר ווייל מען האט מורא געהאט אז ער וועט זיך שטערקר אויפבויען, מיין עלטער פעטער זז"ג האט מיר פארציילט (נישט קיין באבע מעשה נאר בדידיה הוה עובדא) אז די סאטמערע אגענטן פלעגן גיין צו די שיפן ווי די אימיגראנטן זענן אנגעקומן פון די די. פי. קעמפס און שרייען אז דער קלויזענבארגר איז אפגעפארן און מען טאר נישט גיין צו זיין ישיבה/קהילה (אסאך פון זיי האבען עם געקענט און נתקרב געווארן צו עם אין די תקופה נאכן קריג ווען ער האט אויפגעטוהן גדולות ונצורות כידוע) און מען רעדט דא פאר זיי האבן געשטעלט אפילו איין טריט על אדמת אמעריקא!

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:47 pm

· #33784
באקאנט איז אויך אז ווי הייליג דער קלויזענבורגע רב איז געווען איז ער אויך געווען היפש צודראדעלט (WEIRD) דאס איז אן אבזערוועישען נישט בלויז פון סאטמארע.
און אויך איז ער געווען אביסעלע "דזשעלעס" אז סאטמאר רב נעמט איבער די זאך, אפילו ער איז שוין דא געווען פריער.

גאלד » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:54 pm

· #33786
נאכאמאל מ'רעד מיר דא צו סאטמאר האט אמאל געשלעפט חסידים, קומסטו אז מ'האט טעראריזירט,

ווי קומט הודו מיט פיש??

דו האלטס טאקע אז די אלע טויזנטער סאטמארע חסידים אין אמעריקע האבן זיך מדבק געווען צום סאטמאר רבי'ן צוליב די טעראר, אין ווען נישט וואלטן זיי אלע היינט געווען קלויזבורגע חסידים?

פליז, טראכט פאר איר ענטפערט

גאלד » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:56 pm

· #33789
זיירעלע מעגסט זיין אביסל מער סענסיטיוו צו דעם קלויזענבורגער חסיד ומעריץ,

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 2:59 pm

· #33794
איך אליין בין אויך א חסיד פונעם קלויזענבארגער, ער איז געווען אן ערליכע איד.
דאס אינישט קיין סתירה מיט וואס כ'האב געשריבן אויבן. ס'איז "וועל דאקומענטירט"

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:01 pm

· #33797
גאלד
נאכאמאל מ'רעד מיר דא צו סאטמאר האט אמאל געשלעפט חסידים, קומסטו אז מ'האט טעראריזירט,

ווי קומט הודו מיט פיש??

דו האלטס טאקע אז די אלע טויזנטער סאטמארע חסידים אין אמעריקע האבן זיך מדבק געווען צום סאטמאר רבי'ן צוליב די טעראר?


ניין, זיי האבן זיך מתדבק געווען צוליב פרייע שכר לימוד.

משכיל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:13 pm

· #33811
הרב גאלד דו גלייבסט אז סאטמאר האט זיך געבויט פון עבודת ה', דאס איז א דמיון, עס איז געווען א איד אין וויליאמסבורג וואס איך האב איהם געקענט האט ער געזאגט אמאהל פאר זיינע סאטמארער קינדער רעדט נישט קעגן קלויזענבורג ווייל די סיבה פארוואס איהר זיינט סאטמארער איז ווייל אין קלויזענבורג איז געווען שכר לימוד 10 דאלאר און אין סאטמאר נאר 5.

סאטמאר האט זיך געבויט מיט ליפא פרידמאן מיט סענדער דייטש מיט נאך שארפע גענגסטערישע חברה, אסאך אידן זיינען אוועק ווייל זיי זיינען געווען צו איידעל פאר די געפירעכטס.

ווייסט דא איינער ווי מען האט באווארפן דעם קלויזענבורגער רבי'ן מיט אייער, מען האט געהאנגען פאשקעווילן אויף אלע גאסן קעגען ר' משה פיינשטיין, מען האט אנגעקלאפט די ליובאוויטשער,

איך וויל נישט צוגלייכן חלילה, אבער די חאמאס איז אויך גרויס נאר דורך די חסד וואס זיי טוען, דאס איז געווען אזא סיסטעם

מען קען נישט אוועקמאכן דער סאטמארער רב איז געווען זייער א ווארעמער איד און א גוטער בעל תפלה, אבער ער האט צוגעצויגן על פי רוב דעם שוואכערן עלעמענט

גאלד » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:25 pm

· #33813
איך ווייס פון א אלטער איד וואס ער זאגט אז ער איז קלויזנבורגע חסיד ווייל ער טענה'ט אז אין סאטמאר איז דא צופיל עירקאנדישן און זייער שול,

סיריעסלי, איך דארף נאך ענטפערן אויף די אלע נאנסענס?

משכיל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 4:26 pm

· #33839
איך ווייס פון א איד וואס איז געווען אויף ביידע פלעצער אין 1957 יוה"כ אין לובאוויטש איז געווען ווייניגער ווי 100 אידן, און שמח"ת אין סאטמאר אויף בעדפארד ביי ראסס איז געווען די שוהל געפאקט, סא רעד נישט קיינע דמיונות,

אויס מענטש » זונטאג אוגוסט 12, 2012 3:37 pm

· #34239
משכיל כתב
מען קען נישט אוועקמאכן דער סאטמארער רב איז געווען זייער א ווארעמער איד און א גוטער בעל תפלה, אבער ער האט צוגעצויגן על פי רוב דעם שוואכערן עלעמענט

😂 😂 😂
ווי למשל ר' יודל רז"ב ר' שלום לויפער ר' אהרן טייטלבוים {שווער פון ר' יח"מ פר"מ }ר' מאיר משה שפיטצער ר' שבתי קארפען וכו'
א חברה שוואכע עלעמענטן, באמעס...

משכיל » זונטאג אוגוסט 12, 2012 5:09 pm

· #34269
איך האב געזאגט על פי רוב, איך וויל נישט אריינגיין אין נעמען וועגען לשון הרע, אבער מאך דיך נישט תם'יש, אגב ווער איז דער גדול בישראל שבתי קארפען ?י

אויך למשל ר' מאיר משה שפיצער מיין איך איז געווען א מונקאטשער,י

ר"א טייטעלבוים האט דער רבי שעשיקט ארבעטן אין דיימענדס, י


מען פארדרייט היינט היסטארי אומגלויבליך,י

NAVY SEAL » זונטאג אוגוסט 12, 2012 6:14 pm

· #34291
[size=150][/size]וואס האט ר"א טייטלבויםס ווערן געשיקט ארבעטן מיט דיימאנטן אדער אז שפיצער איז געווען א מונקאטשער מיט פארדרייען היסטארי?

משכיל » זונטאג אוגוסט 12, 2012 6:25 pm

· #34293
איך האב לעצטענס גערעט מיט אן אייניקעל פון דעם ר' אהרן האט ער מיר דערציילט א מעשה וואס לא היה ולא נברא, אבער אזוי איז היינט מען פארעכט היסטארי עס זאל צו פאסען צו די היינטיגע מושגים

אויס מענטש » זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:46 pm

· #34318
די אלע אידן זענען געווען ביי קלויזענבארגער רב זצ"ל און זענען געווען פון די שוואכע עלעמענט וואס דער סאטמאר רב זצ"ל האט אוועק געשלעפט צוליב זיין ווארעמן הארץ און גוטען דאווענען.
ר' מאיר משה איז געווען גאר נאנט מיט דעם שפע חיים זצ"ל און דערנאך אוועקגעשלעפט געווארן און געווארן דעם דברי יואל זצ"ל תורה שרייבער א איד מיטן גאנצן ברען און קאך.
וואס ר' אהרן טייטלבוים'ס אייניקלעך זאגן האט גארנישט מיט אים ער איז געווען גאר א קלוגער ערליכער איד.
ר' שבתי קארפען ני"ו איז א פיינער ערליכער איד, קיינעם נישט געטשעפעט און ווייסט א סאך פון קלויזענבארג און רעדט נישט קיין ווארט
ווייטער אזוי ווי עס איז געווען בימים ההם, טויזענטער אידן, איז זייער אינטרעסאנט צו וויסן ווער זענען די רוב וואס זענען יא געבליבן אין קלויזענבארג און האבן זיך נישט געלאזט נשפע ווערן פון עפעס א ווארעמען איד און גוטער בעל תפלה?
וואס פארדרייסטו א קאפ רוב ?שמוב?
וואס נאך משכיל?

NAVY SEAL » זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:49 pm

· #34323
ווער ספארשטייט אדער ווייסט וואס משכיל שרייבט זאל ביטע מסביר זיין איך פארשטיי נישט האלבע זאכן מיט מעשיות שלא היה ולא יהי.

אויס מענטש » זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:52 pm

· #34326
נעווי סיעל די ביסט פון פון די פאנאטישע הרי חושך'ניקעס וואס פארשטייסטו צו א משכיל.

פריינדליך » זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:03 pm

· #34330
NAVY SEAL
ווער ספארשטייט אדער ווייסט וואס משכיל שרייבט זאל ביטע מסביר זיין איך פארשטיי נישט האלבע זאכן מיט מעשיות שלא היה ולא יהי.


אויס מענטש
נעווי סיעל די ביסט פון פון די פאנאטישע הרי חושך'ניקעס וואס פארשטייסטו צו א משכיל.


דא רעדט מען פון די נושא

קאמפיאטער » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:46 am

· #34440
האט איינער א דירעקט לינק ווי מען קען זעהן מענדל וועכטער פארציילן די מעשה?

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:49 am

· #34443
איז דאס ער?
ער זעהט אויס מער סאטמאר ווי ליבאוויטש

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:06 am

· #34445
יא יא, דאס איז ער.

מ'ווערט נישט אזוי שנעל פטור פון גירסא דינקותא, עד היום פארברענגט ער אויף שווארצע קאווע...

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:37 am

· #34449
כאדאך געמיינט אז ער איז נישט ניכר פון צווישן אלע אנדערע 770 חסידים?
וואוינט ער אזוי אין קראון הייטס מיט אזא חסידישן אויסזעהן?
און וואס איז מיט א שטריימל? ער קוקט דאך נישט אויס גוט מיט א הוט אום שבת!

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:08 am

· #34453
ער האט נישט געטוישט דעם לבוש, און ער וואוינט אין קרית מלאכי אין אר"י.

ס'איז דא אסאך חסידי חב"ד מיט אזא לבוש, ובתוכם אלע זיינע תלמידים וואס ער האט מיטגעשלעפט פון סאטמאר, נישט ביי אלע חסידים הייבט זיך אן און ענדיגט זיך דער דרך הבעש"ט ביים לבוש.

אלבערט » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 9:40 am

· #34462
די ווייטאג מיט אים איז אז ער רעדט עיברית אבער אזוי צעהאקט ממש ווי א סאטמארער פופציג יעריגער וואס פרובירט צו טעקסטן... זיין אקצענט און צעבראכענע לשון קודש איז געפערליך.

משכיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:08 am

· #34514
שלימות וואלט געווען ווען ער רעט געהעריג וויליאניקס, די פריש געבאקענע היימישע אידיש, דאן וואלט ער געווען א אדם גדול,י

הבנתי

גאלד » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:53 am

· #34538
די ליבאוויטשער רבי האט זיי געהייסן בלייבן מיטן סאטמארן לבוש,

(אפשר אלס א געווער צו פארכאפן נאך סאטמארע - נאר מיין סברה)

גאלד » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:56 am

· #34540
זיין רביצין איז אויך מחשובי משפחת סאטמאר, און א גאר גערוטענע חשוב'ע פרוי, ה"ה בת הרה"ח ר' יצחק לעווי מקרית יואל

אויס מענטש » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:33 pm

· #34573
הרב אברהם מנחם מענדל וֶכְטֶר (מכונה ר' מנדל וֶכְטֶר) הינו משפיע וראש כולל בנחלת הר חב"ד ומתייחד בהסברתו את תורת החסידות לחסידי פולין. מכהן כחבר מערכת חסידות מבוארת וכיועץ למערכת מאמר מבואר.
קורות חיים

נולד למשפחה מחסידי סיגט-סאטמר בעיר נירבאטור במדינת הונגריה (לא הרחק מהעיר קאליב), לאביו הרב הגאון ליפא וועכטר ז"ל שהיה חבר בית-הדין. משם, בהיותו בן עשר בלבד, עברו הוריו להתגורר בקנדה. שם שימש אביו במשך כעשרים וחמש שנה כרב ומורה הוראה בקהילה היהודית הגדולה בטורונטו. לאחר נישואיו לביתו של אחד מחשובי קהילת סאטמר, לרבנית רחל, עבר הרב לניו-יורק והתגורר בשכונת ווילאמסבורג, שם גדל וחיי בקהילת סאטמר המרכזית ולמד בישיבות חסידות סאטמר, ובמקביל הקים ישיבה לבחורים מצטיינים "ישיבת סאטמר לצעירים - וויליאמסבורג", ועמד בראשה.
בחסידות סטאמר לא נוהגים ללמוד חסידות באופן של מאמרים וביאורים ארוכים ובאופן של התבוננות והעמקה בגדלות ה', אלא באופן של פתגמי תוכן קצרים מרעישים, כמנהג חסידי פולין. במסגרת שיעורי התניא שנהג להעביר בישיבה, התעוררו בליבו שאלות הנצרכו לביאור חסידי מפי מביני דבר. ובאחד מימי הפגרא והנופש שהתקיימו בהרים, כמנהג המדינה בעת ההיא, התאכסן בסמיכות לחסיד חב"ד אשר החליט שאין ביכולתו להשיב לשאלותיו ולאחר מאמצים רבים פעל אצל הרב יואל כהן, ה'חוזר של הרבי' שיואיל להיפגש עימו בדחיפות. בשל המתח ששרר בין החצרות באותה עת, הרב חשש להיפגש עימו באופן גלוי ובפרהסיא, ולכן פעל לסדר את העניינים באופן מדוקדק ולהיפגש לאחר חצות הלילה. לאחר שהרב ועכטר ביקש מהרב כהן לבאר לו עניין של 'סובב כל עלמין וממלא כל עלמין' החל הרב כהן לדבר במשך שעתים רצופות דברים עמוקים וברורים, ובכל פעם שהזכיר את השם 'אויברשטייר' היה אומר זאת בהתלהבות. לאחר שהרב סירב להאמין שיש בחסידות חב"ד כזה אור גדול ועצום של חסידות, דבר שהיה נהוג להסתיר בקרב יתר חסידויות פולין, גמר אומר בליבו להיפגש עימו על בסיס שבועי. הם החלו בלימודי שער היחוד והאמונה שבספר התניא, ולאחר מכן הם עברו ללמוד חסידות כדבעי יחד עם קבוצת חסידי סאטמר נוספים בהמשך תרס"ו להרב הרש"ב. הרב וועכטר הסכים ללמוד את תורת החסידות בביאורם ופירושם של אדמו"ר הזקן ועד לאדמו"ר הרש"ב, בעוד שאדמו"ר הריי"צ והרבי נחשבו אצלו כלא אנטי-ציוניים מספיק.
ר' יואל הציע לו ללמוד את מאמרי המשך תער"ב ואת ליקוטי ביאורים בספר התניא מאת הרב יהושע קארף. הרב וכטר נאות לכך, שכן הרב קארף היה נחשב לחסידי הדורות הקודמים, ובמשך כשנתיים למדו הוא והרב יואל כהן ביחד, בפרט בלילות שבת עד אור הבוקר, את הספרים הנ"ל, ורק כעבור שנתיים, כאשר הביע ר' מענדל וכטר את התפעלותו הרבה מביאוריו של הרב קארף, גילה לו ר' יואל כי ביאורים אלו הם, למעשה, מבוססים על שיחותיו ושיעוריו של הרבי. היום מתאר הרב וועכטר באוזני השואלים, כי ימים אלו היו "תענוגים של גן-עדן בגוף חי". עוד הוא מוסיף לספר "יש סיפור יפה על אדם ששמע ניגון מיוחד במינו ששבה את ליבו, וכעבור זמן נשתכח ממנו הניגון והוא השתוקק בכל כוחו ומאודו לשוב ולהיזכר בו. מאז היום ההוא, בכל מקום שהלך ושמע בעל מנגן מנגן, עמד והיטה את אוזנו מתוך תקווה שיחזור וישמע את אותו ניגון. והנה, יום אחד הוא עבר במקום מסוים, ומישהו ניגן את ניגונו שלו. כשקלטו אזניו את הניגון, הוא קפץ כנשוך נחש וצעק "אה! געוואלד, זהו הניגון..."!
הרב וועכטר התפעם מתורתו של הרבי, ובכך החל להתקרב לחסידות חב"ד, לנהוג במנהגי חב"ד, ללמוד בעיון את תורת חב"ד, ועוד. בד בבד, החל הרב וועכטר לשלב בשיעוריו שיחות מתוך ליקוטי שיחות ועורר התעניינות רבה וערה בדבר החידושים המיוחדים שנשמעו מפיו. תלמידיו היו אחוזי התפעלות והערצה.
בשנת תשמ"ג, לאחר שהגן על כבוד הרבי מהתבטאות מזלזלת מצד חסיד סאטמר, נודע דבר התקרבותו לחב"ד בסתר לכמה מתלמידיו. בעת הולכו לבית הכנסת להתפלל תפילת שחרית, הם חטפו אותו למשאית, גזזו את זקנו ופאותיו הקדושות, דקרוהו בכל חלקי גופו והשליכו אותו אל הרחוב הסואן באיזור התעשיה בדרום ווילאמסבורג, מתוך המשאית הנוסעת ולאחר התעללות ממושכת. רק בכוחותיו האחרונים, הצליח הרב ועכטר להגיע לביתו לצורך טיפול מידי. דבר הפשע נודע בעולם התורה ועורר סערה רבה ומחאה עצומה של גדולי הדור ואדמו"רי חצרות החסידיות לכל גווניהם. האדמו"ר מסאטמאר עצמו היה בשנותיו האחרונות, ולא ידוע אם היה מעורב או ידע מהנושא. עם הארצות ווייל דער רבי האט שוין לאנג נישט געלעבט תשמ"ג
כתוצאה מפגיעה קשה זו, החרימו רבני חב"ד את כשרות סאטמר, ומאז אין חסידי חב"ד אוכלים ממזון בכשרות סאטמר. דאס איז אויך געווען שוין בשנת תשל"ז
מאורע זה "חשף" את התקרבות-הסתר של ר' מענדל לחב"ד ובעקבות כך החליט לעזוב את "רשמית" את חסידות סאטמר והחל לחיות כחסיד חב"ד באופן רשמי וגלוי.
לאחר תקופת אשפוז בה איבטח אותו בחור חסון, נסע הרב ווכטר בהוראת הרבי לנחלת הר חב"ד. הוא החל לשמש כמשפיע וראש כולל אברכים. בתפקיד זה כיהן עשרות שנים. כמו כן, בהוראת הרבי, שמר על אופן דיבורו ולבושו בהתאם לכללי חסידות סאטמר.
כיום, מקדיש את רוב זמנו להתוועדויות ושיעורים בכל הארץ. הרב וכטר נחשב לעמוד התווך של כולל תפארת נפתלי בנחלת הר חב"ד, וראש כולל יום שישי באשדוד.
במוצאי-שבת, פרשת יתרו התשע"ב, סיפר הרב ווכטר בהתוועדות שבמהלך ביקור 'מבצעים' של אברך חב"די מנחלת הר-חב"ד בבית-הכלא ה'שקמה' באשקלון, פנה אליו אסיר ושאלו האם הוא מכיר את הרב וכטר מקריית מלאכי? וכאשר השיב לו בחיוב סיפר כי הוא היה אחד מהבחורים שהשתתף בלינץ' האכזר ש'בוצע כנגד הרב וועכטר בארה"ב' וביקש בתחנונים למסור משמו בקשת מחילה מהרב.

אויס מענטש » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:39 pm

· #34576
על אופן דיבורו דאס הייסט דער וועג וויאזוי ער רעדט איז מסתמא שטותים ווי איר קענט זעהן אליינס אויף דעם קליפ אז ער מוטשעט זיך
און ער דרייט נאכצומאכן די ליבאוויטשער אקצענט
אבער אויף לבוש האט דער רבי מקפיד געווען זיינע קינדער גייען שוין אנגעטון ווי אלע חבדסקער א קורץ רעקל און א קנייטש היט
רוב קשיות דא האב איך שוין געשריבן אויבן במאמר הראשון

משכיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:08 pm

· #34603
כל הכבוד!י

ער וואלט קיינמאל נישט געקענט צו קומען צו די סארט גדלות אין זיין פריערדיקע סביבה

a1b2 » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:40 pm

· #34676
זיינע קינדער גייען אנגעטון הויזן

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:41 pm

· #34679
a1b2
זיינע קינדער גייען אנגעטון הויזן

אה! דאן איז ער א כשר'ע ליבאוויטעשער
דערלעבט זיין נחת!

גאלד » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 4:09 pm

· #34748
משכיל
כל הכבוד!י

ער וואלט קיינמאל נישט געקענט צו קומען צו די סארט גדלות אין זיין פריערדיקע סביבה


פונקט פארקערט, דער איינער לייטישער מענטש אין ליבאוויטש קומט פון א סאטמארע חינוך,

משכיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 4:23 pm

· #34752
ענד יא בעליוו עט !י

אין לובאוויטש פעלען דען געלונגענע ערענסטע מענטשען, דער הולצבערג פון מאמבעי זק"ל איז נאר א סעמפעל,

ר' מענדל שליט"א קען סוף סוף נישט אפוואשען זיינע יונגע יאהרען,ראה מש"כ המהר"ץ חיות לא תנסוב ארמיתא

אויס מענטש » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 4:31 pm

· #34756
נעוואדע גייען זיי מיט הויזן, וואס האסטו געוואלט,זיי זאלן גיין הויזנלאז?
וואס האט דאס מיט חב"ד?
וויאזוי האט יענער געזאגט "איך האנדל מיט זאקן, וואס דען, יעדעס מאל איך האנדל זאל איך אויסטון די זאקן..."
בלאט: 1 2 3