☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » פרשת מענדעל וועכטער

פרשת מענדעל וועכטער

132 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1444
בלאט: 1 2 3

ירא שמים » זונטאג פעברואר 21, 2016 9:03 am

· #322127
Re: פרשת מענדעל וועכטער
חב״ד האט וואס צו פארקויפן דאס וואס באבוב אין סאטמאר פארקויפן?! דו פארשטייסט טאקע נישט קיין חילוק?!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 21, 2016 10:16 am

· #322134
Re: פרשת מענדעל וועכטער
דאס נוצען דער מסובב אלס דער סבה איז א שוואכער לאגישע מיטל.
שש וויל מרמז זיין אז נאר חב"ד האבען תוכן און אלע אנדערע זענען רעלאטיוו פוסט. א ראיה ברענגט ער פון דעם אז פון אנדערע ערטער איז מען געגאנגען צו חב"ד און ערגעץ אנדעריש נישט (אינטרעסאנט, ווען חסידים ווילען שפעטען אין לעיקוואוד ברענגען זיי א ראיה וויפיל ישיבה'לייט שטאמען פון חסידים, א פארקערטע'ן חשבון). צו דעם האב איך געזאגט אז ס'איז קיין ראיה נישט. חב"ד וויל פרעמדע, דעריבער האבען זיי געבויט א צוציאונג'ס קראפט און אויסגע'ארבעט זייער שיטה אויף אריינצוברענגען פרעמדע. סאטמאר וויל נישט קיין פרעמדע, דעריבער האבען זיי עס ווייניגער בא'ארבעט.
נאך עפעס? חב"ד ווילען פרעמדער, דעריבער פיהרען זיי זיך אויף בעסער צו פרעמדע. סאטמאר איז נישט אינטרעסירט אין פרעמדע, דעריבער איז א פרעמדע אראפ געקוקט דארט. מיין שוויגער'ס א שוועסטער האט חתונה געהאט מיט איינעם און זיי זענען געווארען סאטמארער (ענגלאנד!). זיי קענען נישט זיך משדך זיין מיט דער באבע ייטעל'ס אן אייניקעל. זיי מאכען חתונה מיט נאך א פאר משפחות פון גרעניץ אפהענגער'ס. סאטמאר נעמט זיי נישט געהעריג אריין.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

mevakesh » זונטאג פעברואר 21, 2016 1:09 pm

· #322158
Re: פרשת מענדעל וועכטער
שש you missed my point דאס צו ער איז שמאל צו נישט איז א זייטיגע נקודה אבער דער מציאות איז אז חבד איז אפיציעל עוסק אין מיסיאנערישע ארבעט און א גרויס חלק פון די צוגעקומענע זענען אדאנק דעם און נישט נאר וועגן די סחורה וואס מען פארקויפט

אינטערסאנטער » זונטאג פעברואר 21, 2016 1:43 pm

· #322160
ליטוואק פון בודאפעסט
ער האט געזאגט 'וואס לענגער און וואס שענער כדי די שכנ'טע זאל אויך וועלן גייען'. איך האב קיין פראבלעם נישט מיט דעם, אבער דאס איז דער אמת


זיי נישט מעתיק אויסצוגן פון זיינע דרשות חוץ אויב די ברענגסט די גאנצע תוכן

ער האט געהאלטן און איין זאגן אז מען זאל גיין מיט שיינע לאנגע שייטלעך, צוליב די איינציגסטע סיבה, אז, מען זאל "נישט גיין מיט אפענע אייגענע האר", דאס האט ער אויסגעשמועסט ביי יעדע איינציגסטע דרשה ווי ער האט געפאדערט אז דער עולם זאל זיך אנטוהן שייטלעך.

ביי די רוסישע עולם איז געווען געפערליך איינגעריסן צו גיין מיט אייגענע האר (צוליב די גזירות ועוד ואכמ"ל) און דער רבי האט געטוהן אלעס אין דער וועלט אז דאס זאל ווערן אויסגעריסן, די וועג דאס אויסצורייסן איז געווען דורך הייסן דעם עולם אנטוהן שיינע שייטלעך אז אזוי זאל מען נישט האבן די תאוה זיך אויפצודעקן די האר.

און דאס איז געווען די זעלבע זאך וואס הרה"ק מסאטמאר האט געפייערט אינדערהיים אין סאטמאר אין די שטאטישע שוהל, פאדערנדיג אז דער עולם זאל זיך אנטוהן שייטלעך

קל וחומר » זונטאג פעברואר 21, 2016 3:12 pm

· #322172
@ליטוואק,כ'ווייס נישט צו דו מאכסטעך צו דו ביסט....

יעדע פארטיי פראבירט אריינצובאקומען פרישע סחורה פון די פרעמד וואס 'אנערקענען' אינעם 'אמת' פונעם פארטיי.

ווען עפעס א רבי'לע אין א"י האט 'איינגעזען' אינעם שיטה הק' האט מען אים געמאכט כבוד מלכים און באווארפן מיט געלט, זיך אויפגעטוען פאר די גאנצע וועלט 'אט איז נאך א גרויסע רבי וואס האט איינגעזען אינעם אמת', דאס איז מעשים בכל יום ביי רוב פארטייען וחסידיות, נאר וואס דען, חב"ד האט צו פיטערן פאר איינער וואס לעכצעט נאך עפעס 'פנימיות' אין אידישקייט, אביסל הארץ וכו' אין אנדערע פלעצער איז די חיצוניות וואס שפיעלט א ראלע.

אמאל ווען יעדע חסידות איז געווען געבעיסט אויף אן אנדערען סארט פנימיות, לדוגמא, אהבת ישראל, אהבת השם, יראת שמים, קדושה, התבוננות, שמחה, מידות טובות, וכד' איז טאקע געווען מער מענטשן וואס האבן ארום געטוישט חסידות'ן כפי תכינת נפשם, היינט איז ליידער כמעט אלע חסידות'ן בעיסד אויף חיצוניות, ממילא האט חב"ד א צוציאונגס קראפט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 21, 2016 5:43 pm

· #322186
אויב דו מיינסט באהאשער רעבע וויל איך דיר פרעגען, וויפיל רבנים און רבי'ס האבען חב"ד געכאפט? מ'מיינט אריינכאפען אלס א מענטש צווישען מענטשען, און פון היינט איז ער א באבובער, גערער, בעלזער, סאטמארער וכו'. חב"ד זוכט עס, זיי ליידענען יעדער איינער איין דארט, און ווען מ'קומט גיבט מען זיי א פלאץ. משא"כ ווען א ליטוואק וויל ווערען א סאטמארער, וועט ער הייסען א מאדנע מענטש צווישען זיי, ער וועט קיינמאל נישט אקצעפטירט ווערען אינגאנצען.

ס'איז מיר נאך א חידוש אז מ'דארף דאס אויסרעדען. איינער קען דאס מכחיש זיין? איינער קען מיר זאגען אז ווען א באבובער וואלט מחליט געווען צו ווערען א סאטמארער וועט ער קענען טוישען זיין נאמען צו לעפקאוויטש און קיינער וועט נישט כאפען?

קל וחומר » זונטאג פעברואר 21, 2016 6:03 pm

· #322190
חב"ד איז מן הסתם פון די גרעסטע בעלי תשובה פראדוצירער אויפן כדור העולם, דאס מיינט אז ווען זיי לייגן ווען א דגוש וואלטן זיי געקענט זיי אלע מאכן הייסע חב"דסקע, למעשה איז זיי קיין חילוק צו ער ווערט א ליטאי, א סאטמערער, א באבובער וכו'.

אין אלגעמיין די חילוק צווישן חב"ד מיט סאטמאר וסיעתן, סאטמער איז א מהות וואס מ'פרעדיגט אריין פון יונגווייז אן, ממילא איז שווער פאר א פרעמדער וואס האט בלויז אנערקענט אינעם שיטה הקדושה זיך אריינצופלעכטן מיטן עולם, משא"כ אין חב"ד קען יעדער זיין וויזוי ער איז, ס'איז מיוסד אויף לימוד ומעשה.

ירא שמים » זונטאג פעברואר 21, 2016 6:07 pm

· #322193
כמדומה די אלע וואס זענען געווארן ליובאוויטשער איז עס געווען בתקופה מסוימת וואס חב״ד איז געווען זייער פאפולער און יעדער פלעגט גיין צו די פארברענגענס.

הוגה » מאנטאג פעברואר 22, 2016 7:14 am

· #322256
בעריש
קל וחומר
לידיעה בעלמא, איך קען פערזענליך זעקס סאטמערע וואס זענען היינט ביי ליובאוויטש (מיטן סאטמערע לבוש שטייצעך) וואס האבן קיין שייכות מיט מענדל וועכטער געהאט.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk


איך רעד נישט פון היינט
איך רעד ביז תשנ"ד ווער דער חבדסקער איז נפטר געווארן


רבי חזקאל'ע מערץ ז"ל פלעגט כסדר גיין צום ליובאביטשער רבי. די תולדות אהרן רבי ז"ל, א תלמיד פון סאטמאר רב ז"ל פלעגט שוקן בריוו, קוויטלעך און שאלות צום ליובאביטשער רבי.


.

elter-zeide » מאנטאג פעברואר 22, 2016 9:41 am

· #322268
ר' לייביש מענדלאוויטש ז"ל האט מיר דערציילט אז ער פלעגט כסדר בעטען רבי יחזקאלע מערץ זצ"ל אז ער וויל עם מיט נעמן קיין לאבאוויטש, ביז איין מאל האט רבי יחזקעלע זיך געלאסט איבערבעטן איז איז מיט געפארען מיט ר' לייביש'ן, ווען זיי זענען אנגעקימען קיין 770 האט רבי יחזקעלע געזען וואס עס טיט זיך אין פראנט מיט א תערובות, האט ער זיך פאמאכט דע אויגען מיט דע הענט, אין געשריגען אויף רבי לייבישן " פור מיך שנעל א וועק פון דא, איך וויל שוין אהיים, אין האט מער נישט געוואלט הערען פון לאבאוויטש!

אינטערסאנטער » מאנטאג פעברואר 22, 2016 12:28 pm

· #322279
אין פראנט פון דער ברך משה'ס הויז ביים באגלייטן האט זיך אויך געטוהן א תערובות, אין ליבאוויטש איז פונקט אזוי דא מחיצות ביי מענער און פרויען ווי אין סאטמאר, נאר מען מאכט פשוט מער פארעיד'ס יעדן דריטן טאג, וואס אין סאטמאר האט מען דאס נאר געמאכט איינמאל צוויי מאל א יאר.

אינטערסאנטער » מאנטאג פעברואר 22, 2016 12:30 pm

· #322281
אגב רבי הערשעלע ספינקאר זצ"ל האט אויך געהאלטן פון די ליבאוויטשער, ער האט פארפירט אז ער וויל גיין צו די לוי', מען האט אים קוים מיט צרות געקענט אפהאלטן צוליב די חשש פון טעראר כמובן

elter-zeide » מאנטאג פעברואר 22, 2016 5:00 pm

· #322318
אינטערסאנטער
אין פראנט פון דער ברך משה'ס הויז ביים באגלייטן האט זיך אויך געטוהן א תערובות, אין ליבאוויטש איז פונקט אזוי דא מחיצות ביי מענער און פרויען ווי אין סאטמאר, נאר מען מאכט פשוט מער פארעיד'ס יעדן דריטן טאג, וואס אין סאטמאר האט מען דאס נאר געמאכט איינמאל צוויי מאל א יאר.

מיט מיר איז דאס ok no problem. איך דערצייל נאר א מעשה וואס ווייזט נאר ווי רבי יחזקעלע זצ"ל איז געווען אין לאבאוויטש,

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 23, 2016 6:05 am

· #322373
נאך אזויפיל רבנים האבען זיך אריבערגעכאפט קיין סאטמאר ביים דברי יואל. מאנכע ביי טישען און אנדערע צום קרעפל פשעטל שבועות צו חוה"מ סעודות צו וואס. דאס ווייזט אויך גארנישט אויף ווער ס'האט געכאפט מער מענטשען

הוגה » דינסטאג פעברואר 23, 2016 9:41 am

· #322385
אוודאי אזוי. ס"ה וואס עס טוט איז אז עס איז מטיל ספק אין די סאטמארע חינוך אז ליובאביטשער רבי איז געווען א פסול'ע מענטש.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 23, 2016 10:24 am

· #322388
ר' שש האט געוואלט אויפווייזען אז חב"ד האט מער צו פארקויפען ווי סאטמאר, וויבאלד קיינער איז נישט אריבער קיין סאטמאר און חב"ד האט יא אריינגעכאפט.
יעצט ליין איבער.....

דער שכן » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 8:49 am

· #322606
וויזוי מען מעסט גרויס און קליין ביי רבי׳ס און קהילות, ווער עס האט געצויגן מער אדער ווייניגער - ווייסעך נישט. אבער גיב א קוק וואס טוב זיך נעבעך אם אין קראו הייטס, טראץ אללע טיעפקייטן און פארקויפעכטצער. די וואס זענען עפעס א שטיקעלע בר הכי ווערט ערגעץוואו א שליח. רוב אין ק״ה גופא זענען גארנישט חאסידיש. די לבוש דארט ביי רוב מיידלעך און נשים איז א שרעק. אסאך דראגס וועכאלהי וועכאללי. דאס איז מיט די געוואלדיגע חבד כח פון פארקויפן חסידות. מען רעדט נישט בכלל פון די איידעיע טשופיקעס, אפגעשארענע פאות, לאנגע נעגעל וכו׳ וכו׳. כמעט נישט געבליבן דארט א חסידישע לבוש פון דערהיים. מען לערענט תניא און מען שלינגט וואדקע. מען האט דארט טעראריזירט אללע נישט ליובאווטשע בתי-מדרשיםלעך, ביז אללעס איז יעצט געווארן נאר חבד. א ״חסידות״!...... דאס הייסט אז זיי פארקויפן עפעס?

אינטערסאנטער » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 11:06 am

· #322617
דער שכן
רוב אין ק״ה גופא זענען גארנישט חאסידיש.
אבי גערעדט

די לבוש דארט ביי רוב מיידלעך און נשים איז א שרעק.
גארנישט ערגער ווי אין אנדערע פלעצער, מען גייט מיט סקורט'ס און לאנגע שייטלעך, וואס שוין אויסגעשמועסט די סיבות דערפון ערגעץ אנדערש

אסאך דראגס וועכאלהי וועכאללי.
אבי גערעדט

דאס איז מיט די געוואלדיגע חבד כח פון פארקויפן חסידות. מען רעדט נישט בכלל פון די איידעיע טשופיקעס, אפגעשארענע פאות, לאנגע נעגעל וכו׳ וכו׳. כמעט נישט געבליבן דארט א חסידישע לבוש פון דערהיים.
אויך אבי גערעדט, די קומסט מיר פאר ווי א העלבראנצניק וואס האט מיר אמאל געטענה'ט אז העלבראנץ איז די איינציגסטע מיט די עכטע אידישע לבוש, און סאטמאר איז די "מאדערנע" וועלט, מען גייט מיט שייטלעך מיט קאלירטע קליידער וכו' וכו'
בערך אזוי קוקסטו אן סאטמאר מיט ליבאוויטש, אין רוסלאנד איז אלעמאל געווען די לבוש שוואכער, אבער דער רבי האט געטוהן דאס מערסטע דאס צו מתקן זיין, און זיי האלטן זיך פעלזן פעסט מיט זייער לבוש, נישט ווערנדיג שוואכער


מען לערנט תניא און מען שלינגט וואדקע.
יא יא כדרכן של כל החסידים וצדיקים בכל הדורות

מען האט דארט טעראריזירט אללע נישט ליובאווטשע בתי-מדרשיםלעך,
אזוי ווי אין וויליאמסבורג, און אלע גרויסע חסידות'ן וואס האבן צומאל די קלענערע במכתשת, קיינער בארעכטיגט עס נישט אבער דאס איז די סייד עפעקט פון א גרויסע חסידות, בעלזא המקורית יוכיח

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 2:17 pm

· #322636
@אנאנים, די מאכסט מיר לאכן. צוליב הויכע פרייזן איז מען אנטלאפן? דער עולם האט איבערגעלאזט דארט הייזער פאר חצי בחינם און אנטלאפן ווי די אויגן האבן זיי געטראגן צוליב פחד פון די בני חם. אסאך ליבאוויטשער האבן דעמאלטס געקויפט הייזער פאר פעניס.

די רבי האט שטארק געארבעט אז די געגענט זאל בלייבן ווייל ער וואלט נישט אריינגעפיט ערגעץ אנדערש. אלץ נשיא הדור האט ער נישט געקענט איבערלאזן קראון הייטס ווי ער האט געהאט א השפעה אויף די געגענט און זיך באזעצן אין ב"פ, ווי ער וואלט געווען איינע פון די צען גרעסטע קהילות.

קל וחומר » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 2:19 pm

· #322637
מ'פלעגט דעמאלט זאגן אז מ'איז אוועקגעגאנגען 'כי עלה השחר'

היסטאריקער » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 4:50 pm

· #322642
[ציטאט אראפגענומען]



פרעג עני באבובער חסיד, פארוואס מהר"ש האט אוועקגעמופט פון דארט

דער שכן » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:50 pm

· #322648
אינטערסאנטער
דער שכן
רוב אין ק״ה גופא זענען גארנישט חאסידיש.
אבי גערעדט

די לבוש דארט ביי רוב מיידלעך און נשים איז א שרעק.
גארנישט ערגער ווי אין אנדערע פלעצער, מען גייט מיט סקורט'ס און לאנגע שייטלעך, וואס שוין אויסגעשמועסט די סיבות דערפון ערגעץ אנדערש

אסאך דראגס וועכאלהי וועכאללי.
אבי גערעדט

דאס איז מיט די געוואלדיגע חבד כח פון פארקויפן חסידות. מען רעדט נישט בכלל פון די איידעיע טשופיקעס, אפגעשארענע פאות, לאנגע נעגעל וכו׳ וכו׳. כמעט נישט געבליבן דארט א חסידישע לבוש פון דערהיים.
אויך אבי גערעדט, די קומסט מיר פאר ווי א העלבראנצניק וואס האט מיר אמאל געטענה'ט אז העלבראנץ איז די איינציגסטע מיט די עכטע אידישע לבוש, און סאטמאר איז די "מאדערנע" וועלט, מען גייט מיט שייטלעך מיט קאלירטע קליידער וכו' וכו'
בערך אזוי קוקסטו אן סאטמאר מיט ליבאוויטש, אין רוסלאנד איז אלעמאל געווען די לבוש שוואכער, אבער דער רבי האט געטוהן דאס מערסטע דאס צו מתקן זיין, און זיי האלטן זיך פעלזן פעסט מיט זייער לבוש, נישט ווערנדיג שוואכער


מען לערנט תניא און מען שלינגט וואדקע.
יא יא כדרכן של כל החסידים וצדיקים בכל הדורות

מען האט דארט טעראריזירט אללע נישט ליובאווטשע בתי-מדרשיםלעך,
אזוי ווי אין וויליאמסבורג, און אלע גרויסע חסידות'ן וואס האבן צומאל די קלענערע במכתשת, קיינער בארעכטיגט עס נישט אבער דאס איז די סייד עפעקט פון א גרויסע חסידות, בעלזא המקורית יוכיח



אונז גיי מיר דא גיין אין סורקעלס!.. אלעס וואס איך האב דיר געזאגט איז אמת ויציב. איך בין געווען זייער אסאך אין ליובאוויטשע קהילות אין אמעריקא און גערעדט צו עטליכע וואס טוען פאר קהילות אינדרויסן פון אמעריקא. די אני ואפסי - ליובאוויטשת איז זייער א צודרייטע קאמוניסטישע מהלך ביי זיי. דאס איז דער אמת.

יא, נאכדעם ווי דער נישט לובאוויטשער איז אנטלאפן פון קרוינהייטס און מען איז געבליבן מיטן אעירה השחר האט מען זיך געכאפט.

די לבוש דארט איז א גרויסע פראבלעם ביי אינגערע. דראגס אין גרויסן.

זייער ספעשילטי איז רחוקים. אבער אינדערהיים ווערט אללעס חרוב ליידער, פאר די לאנגעסט טיים. עס איז א פאקט.

איך האלט נישט ביים וועיסטן טיים גיין ארינגס און ארום. א גוטן טאג.

חסיד » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:53 pm

· #322649
דער באבובער רב זצ"ל האט זיך אוועקגעצויגן כידוע, נישט וועגן חב"ד בכלל, נאר כלשונו הק' זימן לבנון ומצא שחורים, אדער א צווייט מאל שלחנו כי עלה השחר ווען ס'איז געווארן ממש א סכנה ארויסצוגיין אין די גאס (על אף אז לובאוויטשער האט מוחה געוועהן אז מ'טאר נישט איבערלאזן א געגנט פאר גויים, האט ער זיך און שטוב אויסגעדריקט "וואס, מ'האט נישט געטאערט?! אפילו אום שבת האט מען געמעגט פון דארט אנטלויפן! וכידוע אז א איד איז דערהרגעט געווארן דענטסמאל פרייטאג צו נאכטס) די גאנצע געגנט איז זיך צוגאנגן פון דארט אפילו פאר באבוב איז אוועקגעגאנגן (שמעתי מבנו האדמו" ר מבאבוב שליט"א)

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 7:40 pm

· #322660
דער רב'ס פעטער האט עס דיר אליינס געזאגט?

דריידל » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 8:33 pm

· #322667
[ציטאט אראפגענומען]


דאס אז ליבאוויטש זאל טערעראזירן אנדערע זיי ארויסצוזעהן פון ק"ה, האב איך קיינמאל בעפאר געהערט

דער שכן » מיטוואך מערץ 2, 2016 7:25 pm

· #323169
הרב אונגאר אדמור מדאמבראוו ז"ל (אביו של מ"ד אונגגאר שליטא באבוב-45) האט געוואלט פארקויפן זיין בית מדרש אין ק"ה (טאקע וועגן די שווארצע) האבן אים די ליובאוויטשע טעראריזירט דורך אריינשיקן זייערע אינגעלייט און איבערנעמען די שול זיינע און אז ער זאל עס אוועקגעבן אומזיסט פאר ליובאוויטש און עס ער זאל עס נישט קענען פארקויפן מיט א גאנצע שמיי-דריי.

דריידל » זונטאג מערץ 6, 2016 11:11 am

· #323417
דאס האבן זיי געטון מיט אנדערע שולן אויך (לדוגמא, הרב מייזליש פון סיגעיט), דאס האבן זיי געטון פשוט פאר געלט - צו באקומען א בנין אומזיסט אדער חצי בחינם. אבער מ'רעדט דא פון טערעראזירן אנדערע מיט'ן ציל צו פארטרייבן אזוי מ'טוט אין סקווירא און מאנרא, דאס האב איך נישט געהערט אז ס'זאל האבן געווען דארט

ונבנתה העיר » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 10:02 pm

· #354490
Re: פרשת מענדעל וועכטער

פליקער » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 10:37 pm

· #354493
אלזא רב ונבנתה ביזטו א מיסיאנער? זאג אונז די הייליגע אמת.

mevakesh » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 10:39 pm

· #354494
אפילו אויב נישט געהערט ער אפשר צו קלויזענבורג ווי עס איז דא פרעמדע דיעות..

נאטירליך » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 8:19 pm

· #354677
רבונו של עולם אין תשע"ז אזא ברעינוואשונג

סקרן » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:45 pm

· #357645
מיט'ן חוזר ר' יואל
📎 Cz0aYXwWEAArHHC.jpg
בלאט: 1 2 3