☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #14246

אשכול אן א טיטל #14246

101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14246
בלאט: 1 2 3

— » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 11:29 am

· #460072

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אישתישבי » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 11:33 am

· #460073
פרעג נישט קיין קשיות, אזוי איז. קשיות איז פין די סטרא אחרא.

גראף » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 12:17 pm

· #460076
איך ווייס נישט אויב ער האט א דין פון א מסור אדער נישט. ער רופט די מעיאר און באקלאגט זיך וועגן זיינע ברודער אז זיי זענען אין די שול'ן וכו'.
אונז געדענקן מיר אז א אינגל וואס האט אויס געזאגט פאר די רבי אז מושי מיט יואלי האבן געשריבן אויף די בלעקבאורד האט פארדינט א טיטל מסור און האט געדארפט אפקומען אויף דער וועלט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

קורקלענד » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 12:23 pm

· #460077
ער איז אסאך ארגער ווי א מסור. ער איז א מחלל שם שמים ברבים. ער איז א רודף וואס טארגעט אונזער קאמיוניטי פערזענליך, און יעדעס אינדיווידועל איז געווארן נעגאטיוו אפעקטירט אדאנק זיינע מעשים. ער איז נעקסט לעוועל מסור, איך וואלט איהם פיל ענדערש באטיטלט בר קמצא. אויף די אומרעכטן וואס ער באגייט און איז באגאנגען העלפט נישט קיין תשובה, גייסטיש אדער פראקטיש.

נאר איין קליינע שאלה? ווער האט איינגעשפארט טישלער?

מנחם ציון » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 12:34 pm

· #460078
ווער ווייסט? קען גאר געמאלט זיין אז די אלע לעגענדע מוסרים לדורותיהם זענען געווען נוסח קארנבלוה
פארשטיי מיר שוין ווי אזוי ס'קען זיין אז דער לובלינער האט געזאגט אויף יענעם מסור "ער שיינט ער שיינט"

כלבאשבוע » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 12:48 pm

· #460084
וואס הייסט?

סאיז דאך געווען מפורש יוצא מפי העשי טישלער, וואס דארף מען מער

שמערל » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 1:11 pm

· #460087
קורקלענד
ער איז אסאך ארגער ווי א מסור. ער איז א מחלל שם שמים ברבים. ער איז א רודף וואס טארגעט אונזער קאמיוניטי פערזענליך, און יעדעס אינדיווידועל איז געווארן נעגאטיוו אפעקטירט אדאנק זיינע מעשים. ער איז נעקסט לעוועל מסור, איך וואלט איהם פיל ענדערש באטיטלט בר קמצא. אויף די אומרעכטן וואס ער באגייט און איז באגאנגען העלפט נישט קיין תשובה, גייסטיש אדער פראקטיש.

נאר איין קליינע שאלה? ווער האט איינגעשפארט טישלער?



ווי ווייט איך ווייס איז נאך נישטא קיין ערגערע קאטאגאריע ווי זיין מסור אין כלל ישראל, און איך זעה נישט פארוואס ס'איז אזוי נייטיג אים צו קטאגאריזירן אלס "ערגער" ווי א מסור, חוץ אויב איז טאקע נישטא קיין ראיה אז ער איז טאקע א מסור.

צוריק צו די פראגע, איז ער א מסור צו נישט? אויב יא דאן ענטפער די בעיסיק פראגע וואס האט ער געטוהן און וואס איז די פרוף.

קורקלענד » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 1:13 pm

· #460088
וואס איז די דעפיניציע פון א מסור?

שמערל » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 1:21 pm

· #460089
דאכט זיך אז דאס איז נכלל אין די שאלה פונעם פותח האשכול. אלס איינער וואס ווייסט שוין וואס ערגער פון א מסור מיינט, וואלט זיכער געברויכט קענען ערקלערן וואס א מסור גופא מיינט.

קורקלענד » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 1:29 pm

· #460090
הלכות מסירה און הלכות מחלל שם שמים ברבים זענען זייער קלאר אין רמב''ם און שלחן ערוך, די מעשה פון בר קמצא ווערט אויך געברענגט אין גמרא. ס'דארף נישט מיינע הסברים. איך האב געמיינט אז איך רעד מיט איינער וואס ווייסט שוין. אבער זיך צו דינגען מיט סתם א אומוויסנדער ע''ה איז מיר נישט אינטערעסאנט.

אישתישבי » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 1:30 pm

· #460091
דער מסור פין שולחן ערוך איז איינער וואס גיבט איבער געלט פין א איד צו א גוי. היינט צו טאגס, למשל איינער וואס מסר'ט אז איינער צאלט נישט קיין טעקס ובדומה לו.

דער מסור אינדערהיים פלעגט ארויסגעבן פאר דער פריץ די סודות פין חדר.

לאמיר זאגן אז קארנבלוה זאגט אויס ווי מען מאכט חדרים אומלעגאל (יעצט בלייבען אלע אפען עמטליך - איך זעה נישט וואס דער קורנבלוה קען נאך מסרן) איז ער א מסור, ווייל ער גיבט איבער ערגער ווי געלט, ער גיבט איבער נפשות.

היינט ווען עס איז נישטא קיין טויט שטראף איז בכלל דער שאלה צו עס איז דא א דין מסור.

פאליטיקאנט » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 1:55 pm

· #460092
איך מיין אז אלס האט זיך אנגעהויבן ווען ער איז אריין אין א בית מדרש פאר פסח און אפגעכאפט ווי מ'דאווענט אויפ'ן ווידיאו שרייט ער אז ער האט / גייט רופן די פאליציי....


בעיסיקלי ער איז געווען די ערשטע זיך עמטליך ארויסצושטעלן אז ער גייט מסר'ן וועגן בתי מדרשים.

מפיל קינד » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 2:26 pm

· #460094
ער האט נישט נאר געסטראשעט, נאר פאקטיש גע'מסר'ט שולן. ער האט איינמאל גערופן דעבלאזיא אינמיטן א לייוו קאנפרענץ און געגעבן אן אדרעס פון א שול וואו מ'דאווענט. ס'איז דעמאלטס ארומגעפארן די רעקארדירונג.

אויסער דעם האט ער נישט אויפגעהערט צו העצן אויף טוויטער קעגן פאראמלונגען טאג און נאכט, מיט בילדער, אדרעסן און און געטעגט שטאטישע באאמטע דערביי, וואס איז פונקט ווי מסירה.

צום באטאנען, ער האט פארלוירן זיין וועכנטליכע קאלום אין משפחה מאגאזין א האלב יאר צוריק, בשעת די ערשטע כוואליע.

קאצקע ציקער » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 2:37 pm

· #460098
וואס פלעגט ער שרייבן דארט?

מנחם ציון » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 2:39 pm

· #460099
הלכות מסירה? 🙄 🙄

מפיל קינד » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 2:55 pm

· #460103
קאצקע ציקער
וואס פלעגט ער שרייבן דארט?

געהאט א נייעס קאלום דארט יעדע וואך

מפיל קינד » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 2:57 pm

· #460104
אגב, מיר שטערט נישט אז ער איז א מסור, פונקט ווי ס'וואלט מיך נישט געשטערט אויב ער וואלט בועל געווען אן אשת איש (נאר נישט מיינס...) אבער זיין שנאה צו כלל ישראל איז שוידערליך. אויב האסטו אזוי פיינט א איד, פארוואס ווערסטו נישט קיין גוי? האסט פיינט דעם אויבערשטן, שנייד אפ דיין בארד! פארוואס בלייבסטו דא צו שימפן אויף כלל ישראל?? גיי שמד דיך און פארטיג.

moneyminded » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 4:25 pm

· #460108
פאר אלע די וואס פרעגן ווי די פרוף

דא האט איר איין קליינע משל פון אפאר חדשים צוריק

<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/qe5hv9iuw8dkpct/VID-20201012-WA0122.mp4?dl=0">https://www.dropbox.com/s/qe5hv9iuw8dkp ... 2.mp4?dl=0</a>

moneyminded » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 4:40 pm

· #460114
.

קורקלענד » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 4:58 pm

· #460116
מנחם ציון
הלכות מסירה? 🙄 🙄

חו''מ ס' שפ''ח?

כלבאשבוע » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 5:04 pm

· #460117
קורקלענד
מנחם ציון
הלכות מסירה? 🙄 🙄

חו''מ ס' שפ''ח?


חו״מ תכה

צפור בודד » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 5:33 pm

· #460122
מסירה איז מסור לגדולי ישראל וואס זיי ווייסן וויאזוי מכריע צו זיין. ווען צווי ברידער גיין אין ערכאות איז עס מותר. ווען צוויי חסידישע פארטייען מסר'ן זיך איז עס מותר. ווען קארנבלי וויל פארמיידן טויט און קראנקייט איז עס אסור. רציחה איז אויך ענליך. ווען א רבי נעמט אחריות אויף זיינע הקפות ווערט עס מותר. און ווען א רבי טייטשט איין "לנפשותיכם" אויף אן אופן וואס צוויי טויזנט יאר האט קיינער נישט געהערט דערפון, איז עס דוחה אפילו פיקוח נפש. קארנבלי'ס נידערטרעכטעריי איז אז ער מיינט אז ראטעווען אפאר פארקאלעכטע זיידעס שטייגט איבער טאנצן עוזר דלים און יסוד צדיק ברב עם. היל"ת, ימ"ש, שר"י, פוי פוי פוי

קורקלענד » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 5:39 pm

· #460126
ס'וואלט געווען א גוטע תורה ווען קארנבלי וואלט עפעס אויפגעטון. ער האט דאך אבער נאר קליא געמאכט. ער האט נישט געראטעוועט קיין איין לעבן! דריי א צווייטן א קאפ......

פאליטיקאנט » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 5:45 pm

· #460127
קורקלענד
ס'וואלט געווען א גוטע תורה ווען קארנבלי וואלט עפעס אויפגעטון. ער האט דאך אבער נאר קליא געמאכט. ער האט נישט געראטעוועט קיין איין לעבן! דריי א צווייטן א קאפ......

אן זיך ארייננמישן צו דאס הייסט מסירה אדער בכלל איז בארעכטיגט:
דאס איז נישט קיין טענה אז "מיר האבן זיך ממילא אויסגעלאכט" די תוצאה איז נישט משנה אויב די כונה איז געווען גוט!

אבער איך עגרי דו זאלסט נישט לאזן דיין קאפ ווערן געדרייט.

צפור בודד » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 5:58 pm

· #460129
קורקלענד
ס'וואלט געווען א גוטע תורה ווען קארנבלי וואלט עפעס אויפגעטון. ער האט דאך אבער נאר קליא געמאכט. ער האט נישט געראטעוועט קיין איין לעבן! דריי א צווייטן א קאפ......

נישט דו און נישט איך ווייסן דאס און עס קען אויך זיין ער האט נישט געראטעוועט ווייל מען האט אים נישט געפאלגט.

דער געזעץ איז למעשה ווי ער פארלאנגט און רוב דאקטוירים האלטן ווי אים. אויף זיין זייט איז אויך פיקוח נפש און איבה. פאר יעדער טענה אז ער העצט אן קען מען טענה'ן אויף צוריק אז די שנאה מאכן די עבריינים. נאך מער, אז עמיצער וויל טענה'ן אז אלע חסידים זענען אנטי מאסקעס, קען מען פון אים א ראיה ברענגען אז ער איז א בעל אחריות.

מנחם ציון » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 6:28 pm

· #460132
קורקלענד
מנחם ציון
הלכות מסירה? 🙄 🙄

חו''מ ס' שפ''ח?

😂 😂
איך האב נישט געפרעגט ווי הלכות מסירה שטייט
קאצקע צוקער האט נאר געפרעגט וואס ער שרייבט אין זיין וועכנטליכער קאלום האב געענטפערט מיט א געוועפטער ווערטל הלכות מסירה

ליב צו וויסן » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 6:51 pm

· #460133
דורכליינענדיג אביסל פון זיינע טוויטער מעסעדזשעס (עטליכע טעג פאריגן חודש), קומט ער מיר פאר ווי אן אומגעזעצטער מענטש, אינעם אינעם זעלבן נושא וועט ער צומאל באשמוצן שטארק די ארטאדאקסישע געמיינדע (וועם בענעפיטירט עס?) און צומאל פארקערט.

איך אויך » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 9:08 pm

· #460148
moneyminded
פאר אלע די וואס פרעגן ווי די פרוף

דא האט איר איין קליינע משל פון אפאר חדשים צוריק

<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/qe5hv9iuw8dkpct/VID-20201012-WA0122.mp4?dl=0">https://www.dropbox.com/s/qe5hv9iuw8dkp ... 2.mp4?dl=0</a>

וועגן אפשניידן די בארד, זעט אויס ווי ער גייט גיין גענצליך לינקס, ער דרייט זיך שוין מיט רעפארם ראבייס און LGBTQ שול לעבן בארא פארק, ער איז אויסגעשפיגן פון כלל ישראל , די שאלה איז נאר פארוואס זיין פרומע ווייב לעבט נאך מיט אים, ער איז שוין לינק פאר א לאנגע צייט און פאטאגראפירט זיך מיט פרויען און לאכט ארום שוין אפאר יאר אן קיין בושה, איך הער אז ער האט פיינע קינדער און א פרומע ווייב, אפשר סטראשעט ער איר מיטן ערגסטן ווער ווייסט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

שוידערליך, דאס איז טאקע נעקסט לעוועל מסירה.

אונטער חכם » מאנטאג אקטאבער 12, 2020 11:24 pm

· #460155
די גאנצע געשיכטע ווי מען האט אים אטאקירט איז יענע ליצנות אויך בלויז געמאכט צו באשמירן אידן, אויף סי ען ען האט ער זיך אינגאנצן פארלוירן און צוקעקעצט ווען מען האט אים געבעטן אביסל מער דיטעילס אויף די מעשה.

קאצקע ציקער » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 12:14 am

· #460159
אינטערסאנט אז "די רב" קען נישט עפעס מאכן מיט עים. איינער ווייסט וויזוי די בעלזע קהילה באגייט זיך מיט עימען?

אישתישבי » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 12:28 am

· #460160
קאצקע ציקער
אינטערסאנט אז "די רב" קען נישט עפעס מאכן מיט עים. איינער ווייסט וויזוי די בעלזע קהילה באגייט זיך מיט עימען?


די רב גייט אהן די גאנצע מעשה אין די לינקע פאה, קארנבלוה מיט זיין גאנצע עולם אין בארא פארק וואס מאדערניזירט זיך.

moneyminded » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 2:18 am

· #460163
<a class="postlink" href="https://www.google.com/amp/s/forward.com/life/447274/a-prophet-in-his-own-city-jacob-kornbluh/%3fgamp">https://www.google.com/amp/s/forward.co ... uh/%3fgamp</a>

דא קען מען זען א אינטערוויו זיינע

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 5:40 am

· #460168
ממש אזוי?

טאמבל סאס » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 6:24 am

· #460169
moneyminded
פאר אלע די וואס פרעגן ווי די פרוף

דא האט איר איין קליינע משל פון אפאר חדשים צוריק

<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/qe5hv9iuw8dkpct/VID-20201012-WA0122.mp4?dl=0">https://www.dropbox.com/s/qe5hv9iuw8dkp ... 2.mp4?dl=0</a>

וועגן אפשניידן די בארד, זעט אויס ווי ער גייט גיין גענצליך לינקס, ער דרייט זיך שוין מיט רעפארם ראבייס און LGBTQ שול לעבן בארא פארק, ער איז אויסגעשפיגן פון כלל ישראל , די שאלה איז נאר פארוואס זיין פרומע ווייב לעבט נאך מיט אים, ער איז שוין לינק פאר א לאנגע צייט און פאטאגראפירט זיך מיט פרויען און לאכט ארום שוין אפאר יאר אן קיין בושה, איך הער אז ער האט פיינע קינדער און א פרומע ווייב, אפשר סטראשעט ער איר מיטן ערגסטן ווער ווייסט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

אפשר איז זיין פרוי מיט אים אויף איין פעידזש? אפשר איז א פרוי נישט נאר דא פאר ס**ס, נישט בלויז אן אביעקט, און זי קען אויך האבן א מיינונג אליינס? אפשר פירט זי גאר דעם וואגן? כ'האב מורא אז דו ביסט גאר דער נואף...

טאמבל סאס » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 6:45 am

· #460171
moneyminded
יאפ בעלזא אין בארא פארק איז די שוואכסטע קהלה מיט די שוואכסטע אינגעלייט / משפחות אין בארא פארק אין אידישקייט

די בעלזא קהלה גראדע האט אים יא ארויסגעווארפן פון בית המדרש, ער גייט לעצטענס אין א געי בית המדרש לעבן בארא פארק, ווי עס זעט אויס גייט ער לכאורה אפלאזן חרידים אינגאנצען , אין בארא פארק וועט ער זיך נישט קענען דרייען מער , ער גייט ווערן ווי עס זעט אויס א פרישע מאסטער/עבי שטיין/נחום ראזענבערג סטייל אקטיוויסט , איך האב געזען א ארטיקעל אויף פארווערדס ווי ער זאגט קלאר אז ער עכט לינק אינגאנצען , ער פרובירט נאר צו רעדן גאנץ שיין אויף חרידים,אבער ער עס האט א שיעור וויפעל מען קען באהאלטען, ער האקט אויך אויף שוואכע עדעקושעין ,און ביזי מיט סעקס אפפענדערס, בקיצור ער האט זיך געהעריג ארויס געשטעלט אז ער איז קיין היימישער מער און גייט פייטען חרידים .

<a class="postlink" href="https://www.google.com/amp/s/forward.com/life/447274/a-prophet-in-his-own-city-jacob-kornbluh/%3fgamp">https://www.google.com/amp/s/forward.co ... uh/%3fgamp</a>

דא קען מען זען זיין עכטע שלייער אויף זיין אינטערוויו

איך האב עס יעצט געלייענט. אפשר ווייזטו מיר וואו ער זאגט ער איז עכט לינק אינגאנצן אדער אפילו אביסל? וואס האקסטו א טשייניק? ס"ה זאגט ער אז ער פרובירט צו זיין א פשרה'לאזער זשורנאליסט און זיך האלטן ערליך צו די פרינציפן וואס עס פאדערט. דו ביסט א מסלף דברים.

שמערל » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 12:10 pm

· #460195
ס'איז קלאר אס אויב באדערט אים סעקס אפענדערס און טשיילד מאלעסטארס, איז ער קיין חרדי נישט. ביי אונז חרדים איז זייער קלאר, פאר א טשיילד מאלעסטאר שטעלט מען צוזאם געלט, און פאר איינער וואס לאזט ארעסטירן א גבר אלים (כנפסק בשולחן ערוך), ארגענעזירט מען פראטעסטן פארנט פון זיין הויז.

צפור בודד » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 5:48 pm

· #460218
די וואס האלטן אז ס'איז אלעס א גוזמא האלטן מן הסתם אויך אז ער איז א מסור, סעלף העיטער, מצווה לקרעו כדג אפיל בי"כ שחל בשבת וכו' וכו'.

ממילא לאמיר אזוי פרעגן די שאלה. לו יצויר אז ער איז יא גערעכט, אדער לאמיר זאגן אין אן אנדער מצב ווען לכו"ע איז פיקו"נ ווייל למשל ס'איז א מגיפה פון אסאך מער טויטע אדער עפעס אנדערש, וועלן ענק מודה זיין אז דעמאלט מעג מען איבערגעבן פאר דער רעגירונג און די רשויות? אז נישט, קען ביי ענק בכלל זיין א מצב וואס מען מעג יא מסר'ן ווען דער ציבור שטעלט זיך נישט צו? (לאמיר ארויסלאזן טשיילד אביוז וואו פון איין זייט איז עס איינער אדער אפאר יחידים און נישט א ציבור, און מאידך גיסא איז דער שטראף אסאך ערגער פער דעם פאר'מסר'טן ווי דא לענינינו.)

די שאלה איז אויך פאר די וואס האלטן אז דער עולם טוט פארנאכלעסיגן און ידם שפכו את הדם הזה (עיין באשכול שם), ענק האלטן אויך אז קארנבלי איז א מסור אדער וויבאלד ס'רעדט זיך פון ערענסטע הצלת נפשות מעג ער?

ס'וועלן זיין וואס טענה'ן אז אפילו אויב ס'איז סכנת נפשות, דארף מען קוקן אויף זיינע מאטיוון. לויט דעם דארף מען לכאורה אויך קוקן אויף די מאטיוון פון די וואס פירן ווייטער גרויסע איינזאמלונגען און אויב זיי מיינען עס יא לש"ש. ממילא איז אפשר בעסער אז מען לאזט מאטיוון ארויס.

היכי דמי » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 5:55 pm

· #460219
זיצט זיך א בחור'ל אין בית הכסא חודש ניסן אין א שוהל בעיסמענט, שרייבט א פאשקעוויל אויף דריי מענטשן וואס ער האט קוים איצט געהערט פון זיי אין א מקוה וואס איז אפען באהאלטערנערהייט. ער האט נישט קיין אנונג ווער די מענטשן זענען, צו זיי זענען ליטווישע אדער ספרדים גאר, און אוודאי ווייסט ער נישט פונקטליך וואס זיי האבן געטוהן, און ער האט זיך נישט געחלומ'ט אז אין א האלבע יאר ארום ווען כלל ישראל גייט פארגעסן פון אלע פחדים וואס אונז האבן דורכגעשוויצט, מען גייט שוין גלייבן אז קאוויד איז א האוקס, גייט מען די מענטשן אויסשפייען פון כלל ישראל. יענער פאשקעוויל שרייבער איז אין אלעס שולדיג.

קארענבלו האט דעמעלטס געטוהן א זאך וואס טאקע אסאך מענטשן האבן זיך גערעגט און עס האט געבאדערט, אבער פון די אנדערע זייט האבן עס אסאך אנדערע געשטיצט אריינגערעכענט רבנים, עסקנים, און אקטיוויסטן פון אינערהאלב די אידישע קאמיוניטי. אבער וואס ער האט נישט דעמעלטס געוואוסט איז אז די חלק כלל ישראל וואס עס באדערט זענען גאר קנאים און מיט זיי הייבט מען זיך נישט אן... ער איז קיינמאל נישט ארויס קעגן כלל ישראל, ער האט קיינמאל נישט אונטערגעריסן אין די מידיע אויף אונזער הייליג פאלק, ער האט באריכטעט יחידים וועלכע האבן לויט אסאך רבנים געהייסן א רודף, און עס איז קלאר און איך ווייס ממקור ראשון רבנים פון בארא פארק וועלכע האבן מתיר געווען פאר עסקנים צו באריכטן שוהלן וואס זענען געווען אפען.

דערמאנט אייך צוריק יענע תקופה בעפאר די חורבן: מען האט געציטערט אויפצושטיין צופרי און הערן די שוידערליכע בשורות יעדע שעה, מען האט געשוימט אויף יעדער מענטש וואס לאכט זיך אויס פון דעם, מען האט געבלעימט רבנים און עסקנים פאר'ן לאזן אפען שוהלן און מקוואות, יעדער עסקן איז געווען ביזי לייגן אויף סטאטוס און רודערן א וועלט דערוועגן, און אסאך אידן האבן זיך געפריידט אז עס איז דא א קליינע צאל עסקנים וועלכע טוהן צו די זאך.

קוק נאך קארענבלו'ס היסטאריע, קען זיין ער איז נישט געשטימט מיט אלעס וואס דו האלסט און זאגסט, אבער דאס איז דאך די סדר העולם. אונז האבן גענומען אונזער אייגענע ברודער, אונזער פריינטליכע בלוט און עס איבערגעדרייט צו פיינט.

ומענין לענין באותו ענין וועל איך ענדיגן: איך נעם זיך אונטער בל"נ נישט צו קויפן ביי געשעפטן וואס זייער אייגענטומער האבן געפאוסט אויף זייער סטאטוס די עד צו אויפהערן קויפן ביי אייכלערס. בעלי בתים וואס דארפן צוקומען צו אונזער ביזנעס זאלן נישט זיין אזעלכע אוממענטשן און ארויסקומען קעגן א צווייטענס געשעפט.

במדבר » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 6:25 pm

· #460220
א דאנק. איך האב שוין געמיינט אז ''קאווע שטיבל'' איז געווארען קווארטירט און ראדני.

הקטן » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 6:57 pm

· #460224
צפור בודד

ס'וועלן זיין וואס טענה'ן אז אפילו אויב ס'איז סכנת נפשות, דארף מען קוקן אויף זיינע מאטיוון. לויט דעם דארף מען לכאורה אויך קוקן אויף די מאטיוון פון די וואס פירן ווייטער גרויסע איינזאמלונגען און אויב זיי מיינען עס יא לש"ש. ממילא איז אפשר בעסער אז מען לאזט מאטיוון ארויס.

די שטיקעל האב איך נישט פארשטאנען...

אן עבירה לשמה דארף טאקע זיין לשמה!
ולא יבוש מן המלעיגים -
גיי ווייס זיינע מאטיוון

אבער גרויסע איינזאמלונגען? אויב איז נישט קיין סכנה וואס איז די פראבלעם פין גרויסע איינזאמלונגען?

moneyminded » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 7:24 pm

· #460226
היכי דמי
זיצט זיך א בחור'ל אין בית הכסא חודש ניסן אין א שוהל בעיסמענט, שרייבט א פאשקעוויל אויף דריי מענטשן וואס ער האט קוים איצט געהערט פון זיי אין א מקוה וואס איז אפען באהאלטערנערהייט. ער האט נישט קיין אנונג ווער די מענטשן זענען, צו זיי זענען ליטווישע אדער ספרדים גאר, און אוודאי ווייסט ער נישט פונקטליך וואס זיי האבן געטוהן, און ער האט זיך נישט געחלומ'ט אז אין א האלבע יאר ארום ווען כלל ישראל גייט פארגעסן פון אלע פחדים וואס אונז האבן דורכגעשוויצט, מען גייט שוין גלייבן אז קאוויד איז א האוקס, גייט מען די מענטשן אויסשפייען פון כלל ישראל. יענער פאשקעוויל שרייבער איז אין אלעס שולדיג.

קארענבלו האט דעמעלטס געטוהן א זאך וואס טאקע אסאך מענטשן האבן זיך גערעגט און עס האט געבאדערט, אבער פון די אנדערע זייט האבן עס אסאך אנדערע געשטיצט אריינגערעכענט רבנים, עסקנים, און אקטיוויסטן פון אינערהאלב די אידישע קאמיוניטי. אבער וואס ער האט נישט דעמעלטס געוואוסט איז אז די חלק כלל ישראל וואס עס באדערט זענען גאר קנאים און מיט זיי הייבט מען זיך נישט אן... ער איז קיינמאל נישט ארויס קעגן כלל ישראל, ער האט קיינמאל נישט אונטערגעריסן אין די מידיע אויף אונזער הייליג פאלק, ער האט באריכטעט יחידים וועלכע האבן לויט אסאך רבנים געהייסן א רודף, און עס איז קלאר און איך ווייס ממקור ראשון רבנים פון בארא פארק וועלכע האבן מתיר געווען פאר עסקנים צו באריכטן שוהלן וואס זענען געווען אפען.

דערמאנט אייך צוריק יענע תקופה בעפאר די חורבן: מען האט געציטערט אויפצושטיין צופרי און הערן די שוידערליכע בשורות יעדע שעה, מען האט געשוימט אויף יעדער מענטש וואס לאכט זיך אויס פון דעם, מען האט געבלעימט רבנים און עסקנים פאר'ן לאזן אפען שוהלן און מקוואות, יעדער עסקן איז געווען ביזי לייגן אויף סטאטוס און רודערן א וועלט דערוועגן, און אסאך אידן האבן זיך געפריידט אז עס איז דא א קליינע צאל עסקנים וועלכע טוהן צו די זאך.

קוק נאך קארענבלו'ס היסטאריע, קען זיין ער איז נישט געשטימט מיט אלעס וואס דו האלסט און זאגסט, אבער דאס איז דאך די סדר העולם. אונז האבן גענומען אונזער אייגענע ברודער, אונזער פריינטליכע בלוט און עס איבערגעדרייט צו פיינט.

ומענין לענין באותו ענין וועל איך ענדיגן: איך נעם זיך אונטער בל"נ נישט צו קויפן ביי געשעפטן וואס זייער אייגענטומער האבן געפאוסט אויף זייער סטאטוס די עד צו אויפהערן קויפן ביי אייכלערס. בעלי בתים וואס דארפן צוקומען צו אונזער ביזנעס זאלן נישט זיין אזעלכע אוממענטשן און ארויסקומען קעגן א צווייטענס געשעפט.

קארנבלי איז קיין פריינטליכע ברודער קיינמאל געווען , קען זיין דו רעדסט פון א צווייטע פערזאן, איך האב מיר געדרייט ביי לאקאל פאליטיקס, ער איז אייביג געווען ווי א וואנעבי וואס לויפט נאך שומרים קאללס, איז ער נאכגעלאפן פאליטישענס, און זה הוא, נישט געווען און וועט נישט זיין קיין פריינט , סתם א ביטערע אינגל וואס זיכט אטטענשען פון סיי וועם.

אונטער חכם » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 7:37 pm

· #460228
היכי דמי
זיצט זיך א בחור'ל אין בית הכסא חודש ניסן אין א שוהל בעיסמענט, שרייבט א פאשקעוויל אויף דריי מענטשן וואס ער האט קוים איצט געהערט פון זיי אין א מקוה וואס איז אפען באהאלטערנערהייט. ער האט נישט קיין אנונג ווער די מענטשן זענען, צו זיי זענען ליטווישע אדער ספרדים גאר, און אוודאי ווייסט ער נישט פונקטליך וואס זיי האבן געטוהן, און ער האט זיך נישט געחלומ'ט אז אין א האלבע יאר ארום ווען כלל ישראל גייט פארגעסן פון אלע פחדים וואס אונז האבן דורכגעשוויצט, מען גייט שוין גלייבן אז קאוויד איז א האוקס, גייט מען די מענטשן אויסשפייען פון כלל ישראל. יענער פאשקעוויל שרייבער איז אין אלעס שולדיג.

קארענבלו האט דעמעלטס געטוהן א זאך וואס טאקע אסאך מענטשן האבן זיך גערעגט און עס האט געבאדערט, אבער פון די אנדערע זייט האבן עס אסאך אנדערע געשטיצט אריינגערעכענט רבנים, עסקנים, און אקטיוויסטן פון אינערהאלב די אידישע קאמיוניטי. אבער וואס ער האט נישט דעמעלטס געוואוסט איז אז די חלק כלל ישראל וואס עס באדערט זענען גאר קנאים און מיט זיי הייבט מען זיך נישט אן... ער איז קיינמאל נישט ארויס קעגן כלל ישראל, ער האט קיינמאל נישט אונטערגעריסן אין די מידיע אויף אונזער הייליג פאלק, ער האט באריכטעט יחידים וועלכע האבן לויט אסאך רבנים געהייסן א רודף, און עס איז קלאר און איך ווייס ממקור ראשון רבנים פון בארא פארק וועלכע האבן מתיר געווען פאר עסקנים צו באריכטן שוהלן וואס זענען געווען אפען.

דערמאנט אייך צוריק יענע תקופה בעפאר די חורבן: מען האט געציטערט אויפצושטיין צופרי און הערן די שוידערליכע בשורות יעדע שעה, מען האט געשוימט אויף יעדער מענטש וואס לאכט זיך אויס פון דעם, מען האט געבלעימט רבנים און עסקנים פאר'ן לאזן אפען שוהלן און מקוואות, יעדער עסקן איז געווען ביזי לייגן אויף סטאטוס און רודערן א וועלט דערוועגן, און אסאך אידן האבן זיך געפריידט אז עס איז דא א קליינע צאל עסקנים וועלכע טוהן צו די זאך.

קוק נאך קארענבלו'ס היסטאריע, קען זיין ער איז נישט געשטימט מיט אלעס וואס דו האלסט און זאגסט, אבער דאס איז דאך די סדר העולם. אונז האבן גענומען אונזער אייגענע ברודער, אונזער פריינטליכע בלוט און עס איבערגעדרייט צו פיינט.

ומענין לענין באותו ענין וועל איך ענדיגן: איך נעם זיך אונטער בל"נ נישט צו קויפן ביי געשעפטן וואס זייער אייגענטומער האבן געפאוסט אויף זייער סטאטוס די עד צו אויפהערן קויפן ביי אייכלערס. בעלי בתים וואס דארפן צוקומען צו אונזער ביזנעס זאלן נישט זיין אזעלכע אוממענטשן און ארויסקומען קעגן א צווייטענס געשעפט.

קיינער האט נישט אויסגעשפיגן קארענבלי און געטץ די לעצטע זעקס חדשים, עס איז נאר נאך זייער מיאוסע אויפפירונג די לעצטע וואך וואס מען האט אנגעהויבן אויפצואוועקן זייערע אלטע מעשים אויך.

בת קול » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 7:50 pm

· #460229
טאמבל סאס
moneyminded
פאר אלע די וואס פרעגן ווי די פרוף

דא האט איר איין קליינע משל פון אפאר חדשים צוריק

<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/qe5hv9iuw8dkpct/VID-20201012-WA0122.mp4?dl=0">https://www.dropbox.com/s/qe5hv9iuw8dkp ... 2.mp4?dl=0</a>

וועגן אפשניידן די בארד, זעט אויס ווי ער גייט גיין גענצליך לינקס, ער דרייט זיך שוין מיט רעפארם ראבייס און LGBTQ שול לעבן בארא פארק, ער איז אויסגעשפיגן פון כלל ישראל , די שאלה איז נאר פארוואס זיין פרומע ווייב לעבט נאך מיט אים, ער איז שוין לינק פאר א לאנגע צייט און פאטאגראפירט זיך מיט פרויען און לאכט ארום שוין אפאר יאר אן קיין בושה, איך הער אז ער האט פיינע קינדער און א פרומע ווייב, אפשר סטראשעט ער איר מיטן ערגסטן ווער ווייסט

אפשר איז זיין פרוי מיט אים אויף איין פעידזש? אפשר איז א פרוי נישט נאר דא פאר ס**ס, נישט בלויז אן אביעקט, און זי קען אויך האבן א מיינונג אליינס? אפשר פירט זי גאר דעם וואגן? כ'האב מורא אז דו ביסט גאר דער נואף...


און איך האב גאר געהערט אז ער איז צוטיילט, און האט פאר'מסור'ט בעלזא חדר אין בארא פארק ווען זיי האבן געעפנט זייער דעי קעמפ.
אלץ נאר אז זיינע קינדער זאלן זיצן אויף די געוועזענע ווייבס קאפ. ווער ווייסט.

מפיל קינד » דינסטאג אקטאבער 13, 2020 8:00 pm

· #460231
מיר ליגט אויך אין קאפ אז ער איז צוטיילט פון זיין ווייב, און די סברא זאגט אויך אזוי. איינער וואס איז פארנומען טאג און נאכט מיט העיט און נעגאטיוויטי, איז שווער זיך צו דרייען ארום אים.

אפי' אויב ער האט געמיינט גוטס און זיין כוונה איז געווען לטובה, וועט ער אפשר באקומען עולם הבא, אבער נישט קיין עולם הזה. קיינער קען נישט פארנעמען א שלעכטער פארשוין.

אויב ווילסטו אויפקלערן דעם ציבור, קענסטו עס טון פאזיטיוו, אויף אידיש, איידל און נארמאל. בעט מיט שיינעם, קלער אויף די סכנה, טו עס נארמאל. דארפסט נישט לויפן רעדן צו יעדן צייטונג און לויפן צום מעיאר און צו די פאליציי, אויב מיינסטו טאקע אונזער טובה.

איך פאללאו גענוג טוויטער אקאונטס, אסאך האבן נישט אויפגעהערט צו האמערן זיך צושטעלן צום געזעץ, אבער נארמאל און איידל. שעלטן און שימפן, סטראשענען און מסר'ן איז נישט קיין מהלך וואס ראטעוועט לעבנס.

איך בין נייגעריג אויב ווען א משפחה וועט זיך נויטיגן אין א דאך איבערן קאפ צי ער וועט זיין די ערשטע צו לויפן זיי שאפן א דירה, פלוצלינג איז ער וועלט'ס פארזארגער. טשיל, לאז אונז שטארבן און ווער מיר נישט אזא צדיק פלוצלינג.

חוץ מזה, איינער דא קען א איד וואס האט זיך איינגעשפארט אדאנק זיינע טוויטס אדער סטראשונקעס? אויב נישט, דאן זאל אים איינער מודיע זיין אז ער קען שוין אויפהערן, ווייל ער טוט גארנישט אויף. ער איז זיך דאך נאר מוסר נפש פאר אונזער טובה, זאג אים אז ס'איז א שאד די שווערע ארבעט. ער קען צוריקגיין ארבעטן, אויב ער האט אמאל.

פאליטיקאנט » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 12:27 am

· #460247
היכי דמי
זיצט זיך א בחור'ל אין בית הכסא חודש ניסן אין א שוהל בעיסמענט, וכו'


איך האב אויך אזוי געהאלטן, אבער איך מיין אז ערגעץ אינמיטן וועג האט ער זיך פארלוירן. יעצט איז עס שוין סתם נקמה און העיט.

פארוואס האט ער געדארפט גיין צום פראטעסט?
האסט כלומר'שט געכאפט מכות? פארוואס מאכן אזא טראסק אין די מידיע און אונז פארשעמען? וואס פרובירסט אויפטוען?

פרעסן טשארדזשעס? דו קענסט איין נארמאלע איד וואס וואלט עס געטוען (איך רעד אין דעם פאל ווען גארנישט איז געשען, און דו גייסט גארנישט אויפטוען מיט דעם)?


לסיכום: קען זיין ער האט מתחילה געמיינט גוט, יעצט אבער איז ער שוין אינגאנצן דרום.

אישתישבי » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 12:32 am

· #460248
אויב ליינט ער דא, זאל ער וויסן אז ער טוט קיינעם נישט קיין טובה מיט זיין התנהגות, נישט פאר זיך נישט פאר זיינע קינדער און נישט פאר זיינע חברים, קיינער פארדינט נישט.

ער זאל זיך אפלאזן פין דעם, און ווערען א נארמאלע מענטש, און פארגעסן פין אלעם כאילו לא היה.

און טאמער איז דא איינער וואס זאגט אים אז ער זאל ווייטער אנגיין מיט זיינע מעשים, ניצט ער אים פאר עפעס.

פין היינט אין ווייטער, פאר איעדער זאך, מאכט א שנעלע חשבון צו די וועסט פין דעם פארדינען אפאר דאלאר, אדער כבוד.

קיינער איז דיר נישט מכבד פאר זיך אויפפירן אזוי, און טאמער איז דא איינער וואס גיבט דיר אביסל אטענשאן, איז עס פין מענטשן האבן רחמנות אויף דיר.

לכבוד שבת קודש » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 3:30 am

· #460254
היכי דמי
פון די אנדערע זייט האבן עס אסאך אנדערע געשטיצט אריינגערעכענט רבנים, עסקנים, און אקטיוויסטן פון אינערהאלב די אידישע קאמיוניטי. ... עס איז קלאר און איך ווייס ממקור ראשון רבנים פון בארא פארק וועלכע האבן מתיר געווען פאר עסקנים צו באריכטן שוהלן וואס זענען געווען אפען.



איז דא איין רב וואס האט געהאלטן אז ער טוט א גוטע זאך און ער מעג עס טון?

אויב יא, א נאמען ביטע...

טאמבל סאס » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 6:49 am

· #460256
איך בין נייגעריג אויב צווישן די וואס שרייען דא אנטקעגן אים זענען דא אזעלכע וואס ביי די מאסטער פרשה האבן זיי געשריגן אז אויב זאל עס נאר קומען פון א אונזעריגער וואלטן זיי גערן אנגענומען די קריטיק? וכעין זה זאגט קארנבלי אליינס אין די ארטיקל געברענגט פונעם פארווערדס.

סיידן אויב האבן זיי געמיינט 'א אונזעריגער וואס שרייעט נאר צו אונזעריגערס' בבחינת פריטשינג טו די קאנווערטערד...

אישתישבי » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 7:44 am

· #460257
לכבוד שבת קודש
היכי דמי
פון די אנדערע זייט האבן עס אסאך אנדערע געשטיצט אריינגערעכענט רבנים, עסקנים, און אקטיוויסטן פון אינערהאלב די אידישע קאמיוניטי. ... עס איז קלאר און איך ווייס ממקור ראשון רבנים פון בארא פארק וועלכע האבן מתיר געווען פאר עסקנים צו באריכטן שוהלן וואס זענען געווען אפען.



איז דא איין רב וואס האט געהאלטן אז ער טוט א גוטע זאך און ער מעג עס טון?

אויב יא, א נאמען ביטע...


דער רב האט פונקט אזוי מורא ווי קארנבלוה וואלט געדארפט מורא האבן.

אונז זענען היינט שופטים את שופטיהם.

הקטן » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 8:47 am

· #460259
אישתישבי
לכבוד שבת קודש
היכי דמי
פון די אנדערע זייט האבן עס אסאך אנדערע געשטיצט אריינגערעכענט רבנים, עסקנים, און אקטיוויסטן פון אינערהאלב די אידישע קאמיוניטי. ... עס איז קלאר און איך ווייס ממקור ראשון רבנים פון בארא פארק וועלכע האבן מתיר געווען פאר עסקנים צו באריכטן שוהלן וואס זענען געווען אפען.

איז דא איין רב וואס האט געהאלטן אז ער טוט א גוטע זאך און ער מעג עס טון?
אויב יא, א נאמען ביטע...

דער רב האט פונקט אזוי מורא ווי קארנבלוה וואלט געדארפט מורא האבן.

מעגליך - אדער יא אדער ניין, קענסט זאגן פארדעם האט קיין איין רב דאס נישט מתיר געווען
און אז איינער שרייבט ער ווייטט פין (אסך) רבנים וואס האבן מתיר געווען פאר מער וואו איינעם עסקנים מיינט דאס די רבנים האבן נישט מורא געהאט - איז נישט מער וואו רעכט צי בעטען כאטש פאר איין איינציג נאמען
בלאט: 1 2 3