☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #14246

אשכול אן א טיטל #14246

101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14246
בלאט: 1 2 3

הקטן » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 8:51 am

· #460260
טאמבל סאס

סיידן אויב האבן זיי געמיינט 'א אונזעריגער וואס שרייעט נאר צו אונזעריגערס'

זיכער האבן זיי דאס געמיינט, קום זיי מסביר פארוואס ס'איז זייער זייער וויכטיג צי לערנען ארטס און היסטערי
דו האלסט איינער האלט וען מאנסטער איז אן אינזעריגע האלט איינער ער מעג מאסערן ?!?

אלבערט איינשטיין » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 9:40 am

· #460262
הקטן
אישתישבי
לכבוד שבת קודש
היכי דמי
פון די אנדערע זייט האבן עס אסאך אנדערע געשטיצט אריינגערעכענט רבנים, עסקנים, און אקטיוויסטן פון אינערהאלב די אידישע קאמיוניטי. ... עס איז קלאר און איך ווייס ממקור ראשון רבנים פון בארא פארק וועלכע האבן מתיר געווען פאר עסקנים צו באריכטן שוהלן וואס זענען געווען אפען.

איז דא איין רב וואס האט געהאלטן אז ער טוט א גוטע זאך און ער מעג עס טון?
אויב יא, א נאמען ביטע...

דער רב האט פונקט אזוי מורא ווי קארנבלוה וואלט געדארפט מורא האבן.

מעגליך - אדער יא אדער ניין, קענסט זאגן פארדעם האט קיין איין רב דאס נישט מתיר געווען
און אז איינער שרייבט ער ווייסט פין (אסך) רבנים וואס האבן מתיר געווען פאר מער ווי איינעם עסקנים מיינט דאס די רבנים האבן נישט מורא געהאט - איז נישט מער ווי רעכט צו בעטן כאטש פאר איין איינציג נאמען


הרה"ג ר' חיים קאניעווסקי שליט"א האט קלאר געזאגט אין א פסק אז איינער וואס פאלגט נישט די רעגולאציעס האט א דין רודף און מען מעג איהם מסר'ן.

ליב צו וויסן » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 10:00 am

· #460263
ווי קען מען פארמסר'ן ר' חיים?
ער איז דאך אויף ווידעאו אז מען זאל נישט פאלגן, וואס דרייסטו א קאפ...

אלבערט איינשטיין » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 10:15 am

· #460265
האט ער געטוישט זיין אייגענע מיינונג. קען זיין אבער עס איז ארום געפארן א צעטל מיט שאלות וואס ר' חיים האט געענפטערט בכתב יד פאר ווער עס געדענקט.

אלבערט איינשטיין » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 10:18 am

· #460266
ליב צו וויסן
ווי קען מען פארמסר'ן ר' חיים?
ער איז דאך אויף ווידעאו אז מען זאל נישט פאלגן, וואס דרייסטו א קאפ...

וואס דריי איך א קאפ?! ווי איז דיין ווידעא?

מפיל קינד » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 1:40 pm

· #460286
די דאטום מאכט אסאך אויס. ר' חיים האט אזוי געזאגט אנהייב חודש ניסן, יעדער האט שוין געטוישט מיינונגען זייט דעמאלטס, אריינגערעכנט רבנים, פראפעסארן, סיענטיסטן, דאקטוירים, עמך אידן און רעגירונגען.

נאר קארענבלו און דזשאו ביידן זענען געבליבן ביים אלטן, ביידע פאר פאליטישע מאטיוון.

דוראק » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 3:39 pm

· #460293
מפיל קינד
די דאטום מאכט אסאך אויס. ר' חיים האט אזוי געזאגט אנהייב חודש ניסן, יעדער האט שוין געטוישט מיינונגען זייט דעמאלטס, אריינגערעכנט רבנים, פראפעסארן, סיענטיסטן, דאקטוירים, עמך אידן און רעגירונגען.

נאר קארענבלו און דזשאו ביידן זענען געבליבן ביים אלטן, ביידע פאר פאליטישע מאטיוון.

פאַרשטיי איך שוין אַז ניסן צײט ביסטו יע געגאַנגען מיט אַ מאַסקע און ערליך אָפּגעהיט אַלע אָנווײזונגען...

קיינער האָט ניט געביטן זײן מיינונג, די זעלביקע וואָס שרײען איצטער אַז מ'דאַרף ניט פאָלגן האָבן שוין ניט געפאָלגט ניסן צײט.

היכי דמי » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:01 pm

· #460304
מפיל קינד
די דאטום מאכט אסאך אויס. ר' חיים האט אזוי געזאגט אנהייב חודש ניסן, יעדער האט שוין געטוישט מיינונגען זייט דעמאלטס, אריינגערעכנט רבנים, פראפעסארן, סיענטיסטן, דאקטוירים, עמך אידן און רעגירונגען.

נאר קארענבלו און דזשאו ביידן זענען געבליבן ביים אלטן, ביידע פאר פאליטישע מאטיוון.


און וועם האט קארענבלו איצט געמוסר'ט אויסער טישלער? און פארוואס שרייט מען אויף אים מוסר שוין פון חודש ניסן וואס אפילו דו ביזט מודה אז חודש ניסן איז אנדערש.

היכי דמי » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:07 pm

· #460305
moneyminded
היכי דמי
זיצט זיך א בחור'ל אין בית הכסא חודש ניסן אין א שוהל בעיסמענט, שרייבט א פאשקעוויל אויף דריי מענטשן וואס ער האט קוים איצט געהערט פון זיי אין א מקוה וואס איז אפען באהאלטערנערהייט. ער האט נישט קיין אנונג ווער די מענטשן זענען, צו זיי זענען ליטווישע אדער ספרדים גאר, און אוודאי ווייסט ער נישט פונקטליך וואס זיי האבן געטוהן, און ער האט זיך נישט געחלומ'ט אז אין א האלבע יאר ארום ווען כלל ישראל גייט פארגעסן פון אלע פחדים וואס אונז האבן דורכגעשוויצט, מען גייט שוין גלייבן אז קאוויד איז א האוקס, גייט מען די מענטשן אויסשפייען פון כלל ישראל. יענער פאשקעוויל שרייבער איז אין אלעס שולדיג.

קארענבלו האט דעמעלטס געטוהן א זאך וואס טאקע אסאך מענטשן האבן זיך גערעגט און עס האט געבאדערט, אבער פון די אנדערע זייט האבן עס אסאך אנדערע געשטיצט אריינגערעכענט רבנים, עסקנים, און אקטיוויסטן פון אינערהאלב די אידישע קאמיוניטי. אבער וואס ער האט נישט דעמעלטס געוואוסט איז אז די חלק כלל ישראל וואס עס באדערט זענען גאר קנאים און מיט זיי הייבט מען זיך נישט אן... ער איז קיינמאל נישט ארויס קעגן כלל ישראל, ער האט קיינמאל נישט אונטערגעריסן אין די מידיע אויף אונזער הייליג פאלק, ער האט באריכטעט יחידים וועלכע האבן לויט אסאך רבנים געהייסן א רודף, און עס איז קלאר און איך ווייס ממקור ראשון רבנים פון בארא פארק וועלכע האבן מתיר געווען פאר עסקנים צו באריכטן שוהלן וואס זענען געווען אפען.

דערמאנט אייך צוריק יענע תקופה בעפאר די חורבן: מען האט געציטערט אויפצושטיין צופרי און הערן די שוידערליכע בשורות יעדע שעה, מען האט געשוימט אויף יעדער מענטש וואס לאכט זיך אויס פון דעם, מען האט געבלעימט רבנים און עסקנים פאר'ן לאזן אפען שוהלן און מקוואות, יעדער עסקן איז געווען ביזי לייגן אויף סטאטוס און רודערן א וועלט דערוועגן, און אסאך אידן האבן זיך געפריידט אז עס איז דא א קליינע צאל עסקנים וועלכע טוהן צו די זאך.

קוק נאך קארענבלו'ס היסטאריע, קען זיין ער איז נישט געשטימט מיט אלעס וואס דו האלסט און זאגסט, אבער דאס איז דאך די סדר העולם. אונז האבן גענומען אונזער אייגענע ברודער, אונזער פריינטליכע בלוט און עס איבערגעדרייט צו פיינט.

ומענין לענין באותו ענין וועל איך ענדיגן: איך נעם זיך אונטער בל"נ נישט צו קויפן ביי געשעפטן וואס זייער אייגענטומער האבן געפאוסט אויף זייער סטאטוס די עד צו אויפהערן קויפן ביי אייכלערס. בעלי בתים וואס דארפן צוקומען צו אונזער ביזנעס זאלן נישט זיין אזעלכע אוממענטשן און ארויסקומען קעגן א צווייטענס געשעפט.


פרעגסט מיר אפ אז קארענבלו איז נישט קיין פריינט ווייל ער פלעגט נאכלויפן פאליטיקאנטן און ער איז געווען א 'וואנעבי'?

פליז, קאם אן, "קאווע שטיבל" איז א קלוגערע פלאץ ווי דעם. וואס האט הודו מיט קיש.

היכי דמי » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:23 pm

· #460307
לכבוד שבת קודש
היכי דמי
פון די אנדערע זייט האבן עס אסאך אנדערע געשטיצט אריינגערעכענט רבנים, עסקנים, און אקטיוויסטן פון אינערהאלב די אידישע קאמיוניטי. ... עס איז קלאר און איך ווייס ממקור ראשון רבנים פון בארא פארק וועלכע האבן מתיר געווען פאר עסקנים צו באריכטן שוהלן וואס זענען געווען אפען.



איז דא איין רב וואס האט געהאלטן אז ער טוט א גוטע זאך און ער מעג עס טון?

אויב יא, א נאמען ביטע...


מיין מקור ראשון וואס איך האב איז פון א חשובע עסקן פון בארא פארק, איינער וואס איז גראדע נישט פארנומען מיט סאשעל מידיע א גאנצע טאג, אן ערליכער און א פיינער, און ער אליינס האט באקומען א היתר פון רבני העיר צו באריכטן שוהלן. (צו ער האט עס געטוהן ווייס איך נישט, ווייל אזויווי געשריבן ער איז נישט קיין סאשעל מידיע פערזאן. אבער איך שטעל זיך פאר אז יא.) און איך האף אז דו פארשטייסט אליינס אז נעמען קענען נישט גיין אין פאבליק, קוק נאר וואס געשעהט מיט מענטשן וואס שטומען נישט מיט די קנאישע שטראם

היכי דמי » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:40 pm

· #460308
פאליטיקאנט
היכי דמי
זיצט זיך א בחור'ל אין בית הכסא חודש ניסן אין א שוהל בעיסמענט, וכו'


איך האב אויך אזוי געהאלטן, אבער איך מיין אז ערגעץ אינמיטן וועג האט ער זיך פארלוירן. יעצט איז עס שוין סתם נקמה און העיט.

פארוואס האט ער געדארפט גיין צום פראטעסט?
האסט כלומר'שט געכאפט מכות? פארוואס מאכן אזא טראסק אין די מידיע און פאונזארשעמען? וואס פרובירסט אויפטוען?

פרעסן טשארדזשעס? דו קענסט איין נארמאלע איד וואס וואלט עס געטוען (איך רעד אין דעם פאל ווען גארנישט איז געשען, און דו גייסט גארנישט אויפטוען מיט דעם)?


לסיכום: קען זיין ער האט מתחילה געמיינט גוט, יעצט אבער איז ער שוין אינגאנצן דרום.


ער האט געפרעסט טשארדזשעס קעגן טישלער וואס האט אנגעדרייט א פראטעסט וואס האט זיך געטוישט שנעלערהייט אין א ראיאט ווי מען האט געשלאגן און אנגעצינדן פייערן, און ער איז געווארן באפאלן דארט דורך די מאסן. טישלער האט געטוויט א טאג בעפאר נאכדעם וואס מען האט אנגעהאקט אן אומשולדיגער אינגערמאן אז קארענבלו איז נעקסט. איך האלט טאקע אז ער וואלט נישט געדארפט גיין צו די פראטעסט, אבער ער איז לכאורה געגאנגען טאקע קעיר צו נעמען פון די נייע ראש המדריכים. (פארקערט, ווען מען איגנארירט אים דארט וואלט עס געווען א גראבע פראסק פאר אים, טישלער וואלט נישט אנגעקומען אין תפיסה, אומשלידיגע קינדער וואלטן נישט פארשעמט געווארן פון א מאסן פראטעסט אין פאראנט פון זייער היים קעגן זייער טאט'ן און שלום על ישראל.)

moneyminded » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 6:20 pm

· #460312
היכי דמי
פאליטיקאנט
היכי דמי
זיצט זיך א בחור'ל אין בית הכסא חודש ניסן אין א שוהל בעיסמענט, וכו'


איך האב אויך אזוי געהאלטן, אבער איך מיין אז ערגעץ אינמיטן וועג האט ער זיך פארלוירן. יעצט איז עס שוין סתם נקמה און העיט.

פארוואס האט ער געדארפט גיין צום פראטעסט?
האסט כלומר'שט געכאפט מכות? פארוואס מאכן אזא טראסק אין די מידיע און פאונזארשעמען? וואס פרובירסט אויפטוען?

פרעסן טשארדזשעס? דו קענסט איין נארמאלע איד וואס וואלט עס געטוען (איך רעד אין דעם פאל ווען גארנישט איז געשען, און דו גייסט גארנישט אויפטוען מיט דעם)?


לסיכום: קען זיין ער האט מתחילה געמיינט גוט, יעצט אבער איז ער שוין אינגאנצן דרום.


און ער איז געווארן באפאלן דארט דורך די מאסן.


שעפעלע טייערע קיינער האט אים נישט אנגערירט , דריי נישט קיין קאפ מיט דיינע אזשענדעס , בארוהיגט דיר , מאך נישט קיין היציגע ליפט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

היכי דמי » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 6:41 pm

· #460314
איך זאג נישט מען האט אים געשלאגן און געשטויסן. אבער מען האט אים געשטופט און בלאקירט פון אלע זייטן. קוק איבער די קליפס ווי ער וואקט אראפ 13 עוויניו, ווי הונדערטער בחורים פלעין אריין אין אים בשעת וואס מען שרייט לויזונגען. מען זעהט אויף די קליפ ווי עטליכע חברים זיינע פרויבירן אים צו באשיצן און אויך הערט מען אויף די קליפ ווי א בחור זאגט פאר זיין חבר אז ער האט אים געגעיבן א פיינע זעץ.

חסידישער_ספקן » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 7:22 pm

· #460320
אין די לעצטע קובץ אור ישראל, איז דא מערערע מאמרים וועלכע זענען דן צו מען מעג מסר'ן פארן נישט איינהאלטן די אנוייזונגען פון די רעגירונג אויף קאראנע. עד איז דא דארט מערערע מתירים און אפילו מחייבים.

בכלל, איז לויט רוב פוסקים נישט דא קיין מסירה בזמן הזה, אין מלכיות וואס דראט נישט קיין טויט שטראף און די מערכת המשפט איז געבויט אויף גערעכטיגקייט, און נישט ווי אמאל וואס יעדער פריץ און מלך האט געקענט טוהן כטוב בעיניו.

זעה למשל שבט-הלוי ח"ב יו"ד סי' נח בנוגע איבערגעבן איינער וואס צאלט נישט קיין טעקס:
הנה בעצם דין מכס - לית דין ולית דיין, שזה נכנס בגדר דינא דמלכותא דינא, גם לדעת החולקים... ולענין למסור למלכות - הנה מש"ס ב"מ פג,ב בעובדא דר' אלעזר ברבי שמעון, דהוי מסר גנבא למלכות, מוכח דהוא מותר משום הורמנא דמלכא. ואף על גב דאמרו לי' עד מתי אתה מוסר עמו של אלקינו להריגה - היינו משום שנוגע לסכנת נפשות של ישראל... אבל מעיקר הדין משמע דגם בכזה איכא דין מלכות...  וע"ש ברמ"א סעיף יא: מי שרוצה לברוח ולא לשלם לעכו"ם מה שחייב לו, ואחר גילה - אין בזה דין מוסר וכו'. ואעפ"י שמסיים רמ"א, דמ"מ רעה עשה, דהוי כמשיב אבדה לעכו"ם - היינו משום שמיירי מעכו"ם יחידי; אבל מה שנוגע למלכות, והוא ממונה על כך - אין בזה איסור, כנ"ל. אלא דלכתחלה כדאי שלא לקבל משרה כזאת, דצריך למסור אפילו בהיתר, דלאו משנת חסידים הוא, וכדאיתא גם כן בירושלמי סוף פ"ח דתרומות... ופשיטא דאינו דומה לנידון דידן, דהתם מיירי שיבוא לידי סכנה אם ימסרוהו לגוים, משא"כ כשמטילים עליו עונש בעלמא ואינו בא לכלל סכנה לעולם.

פאר א לענגערע דיון אויף מסירה בזמננו זעה דא

עכ"פ צו ריפן קארנבלי א מסור איז אן עם-הארצות, רשעות און משפט שדה, עס גייט צוזאמען מיט אפיקורוס, שיקסע וכו וועלכע זענען געווארן ביליג געניצטע ווערטער און האט נישט בפשטות קיין שום מקור בהלכה. מען קען דעבאטירן רוע אדער טוב מעשיו, אבער מיט מסירה האט דאס נישט.

דוראק » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 7:58 pm

· #460328
מאך זיכער
דוראק
מפיל קינד
די דאטום מאכט אסאך אויס. ר' חיים האט אזוי געזאגט אנהייב חודש ניסן, יעדער האט שוין געטוישט מיינונגען זייט דעמאלטס, אריינגערעכנט רבנים, פראפעסארן, סיענטיסטן, דאקטוירים, עמך אידן און רעגירונגען.

נאר קארענבלו און דזשאו ביידן זענען געבליבן ביים אלטן, ביידע פאר פאליטישע מאטיוון.

פאַרשטיי איך שוין אַז ניסן צײט ביסטו יע געגאַנגען מיט אַ מאַסקע און ערליך אָפּגעהיט אַלע אָנווײזונגען...

קיינער האָט ניט געביטן זײן מיינונג, די זעלביקע וואָס שרײען איצטער אַז מ'דאַרף ניט פאָלגן האָבן שוין ניט געפאָלגט ניסן צײט.

וואס רעדט איר?

איך און אזוי אויך נאך טויזענטער מענטשן פון איבער די וועלט זענען געגאנגען אין אפריל און אין מאי שרעקליך באפאנצערט מיט מאסקעס, מיר האבן זיך קוואראנטירט און נישט געגאנגען באזוכן ביי עלטערע מענטשן ביז ווען מיר האבן געזען א דערלייכטערונג אין די סיטואציע. יעצט איז דאס נישט קיין וויכטיגע זאך און אזוי האלטן פילע וויסנשאפטלער איבער די וועלט.

צי איר זײט געגאַנגען מיט מאַסקעס איז אַ זײטיקע נקודה, דער עיקר איז אַז מ'האָט ניט אויסגעפאָלגט די אָנווײזונגען.

איינער דאָ איז חולק אַז שולן האָבן זיך ניט פאַרמאַכט? אַז מ'האָט געמאַכט געפּאַקטע חתונות?

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 8:04 pm

· #460330
אויב איז אמת אז מיר האבן קיינמאל פארמאכט איז די שאלה צו שטייען מיר דען אזויפיל ארגער ווי די וואס האבן יא פארמאכט?

דוראק » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 8:05 pm

· #460331
בפירוש יע, וארץ ישראל תוכיח.

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 8:06 pm

· #460332
היכי דמי
איך זאג נישט מען האט אים געשלאגן און געשטויסן. אבער מען האט אים געשטופט און בלאקירט פון אלע זייטן. קוק איבער די קליפס ווי ער וואקט אראפ 13 עוויניו, ווי הונדערטער בחורים פלעין אריין אין אים בשעת וואס מען שרייט לויזונגען. מען זעהט אויף די קליפ ווי עטליכע חברים זיינע פרויבירן אים צו באשיצן און אויך הערט מען אויף די קליפ ווי א בחור זאגט פאר זיין חבר אז ער האט אים געגעיבן א פיינע זעץ.

ביסט אמאל געווען ביי א רבי'נס טיש? א רבי'נס הקפות? שטופערייען איז עפעס אזוי פרעמד? און אז ס'האט יא פאסירט קומט אונז אלע דער חילול השם?

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 8:08 pm

· #460333
דוראק
בפירוש יע, וארץ ישראל תוכיח.

דארט איז דאך יא געווען פארמאכט?

די ווארט איז אז קיינער האט זיך נישט ארויסגעדרייט דורך פארמאכן. פלענטי אינקלודינג א''י און קאומא האבן שוין גענומען קרעדיט פאר זייער געווינס איבער קאראונא און קוק וואו זיי שטייען......

פיקח עצום » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 8:46 pm

· #460335
חסידישער_ספקן
אין די לעצטע קובץ אור ישראל, איז דא מערערע מאמרים וועלכע זענען דן צו מען מעג מסר'ן פארן נישט איינהאלטן די אנוייזונגען פון די רעגירונג אויף קאראנע. עד איז דא דארט מערערע מתירים און אפילו מחייבים.

בכלל, איז לויט רוב פוסקים נישט דא קיין מסירה בזמן הזה, אין מלכיות וואס דראט נישט קיין טויט שטראף און די מערכת המשפט איז געבויט אויף גערעכטיגקייט, און נישט ווי אמאל וואס יעדער פריץ און מלך האט געקענט טוהן כטוב בעיניו.

זעה למשל שבט-הלוי ח"ב יו"ד סי' נח בנוגע איבערגעבן איינער וואס צאלט נישט קיין טעקס:
הנה בעצם דין מכס - לית דין ולית דיין, שזה נכנס בגדר דינא דמלכותא דינא, גם לדעת החולקים... ולענין למסור למלכות - הנה מש"ס ב"מ פג,ב בעובדא דר' אלעזר ברבי שמעון, דהוי מסר גנבא למלכות, מוכח דהוא מותר משום הורמנא דמלכא. ואף על גב דאמרו לי' עד מתי אתה מוסר עמו של אלקינו להריגה - היינו משום שנוגע לסכנת נפשות של ישראל... אבל מעיקר הדין משמע דגם בכזה איכא דין מלכות...  וע"ש ברמ"א סעיף יא: מי שרוצה לברוח ולא לשלם לעכו"ם מה שחייב לו, ואחר גילה - אין בזה דין מוסר וכו'. ואעפ"י שמסיים רמ"א, דמ"מ רעה עשה, דהוי כמשיב אבדה לעכו"ם - היינו משום שמיירי מעכו"ם יחידי; אבל מה שנוגע למלכות, והוא ממונה על כך - אין בזה איסור, כנ"ל. אלא דלכתחלה כדאי שלא לקבל משרה כזאת, דצריך למסור אפילו בהיתר, דלאו משנת חסידים הוא, וכדאיתא גם כן בירושלמי סוף פ"ח דתרומות... ופשיטא דאינו דומה לנידון דידן, דהתם מיירי שיבוא לידי סכנה אם ימסרוהו לגוים, משא"כ כשמטילים עליו עונש בעלמא ואינו בא לכלל סכנה לעולם.

פאר א לענגערע דיון אויף מסירה בזמננו זעה דא

עכ"פ צו ריפן קארנבלי א מסור איז אן עם-הארצות, רשעות און משפט שדה, עס גייט צוזאמען מיט אפיקורוס, שיקסע וכו וועלכע זענען געווארן ביליג געניצטע ווערטער און האט נישט בפשטות קיין שום מקור בהלכה. מען קען דעבאטירן רוע אדער טוב מעשיו, אבער מיט מסירה האט דאס נישט.


1 זאך אויב קארנבלי איז נישט קיין מסור, ווער און היסטוריה איז יא געוועין?!!
קאם איין יעדע מסור אין היסטרי קענסטו אויך דרייען מיטן צינג!!!

דוראק » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 8:52 pm

· #460336
פיקח עצום
1 זאך אויב קארנבלי איז נישט קיין מסור, ווער און היסטוריה איז יא געוועין?!!

אוי האָב איך זיך צולאַכט.

מענין לענין, ס'איז געוועזן אַמאָל אַ באַוואוסטער מסור דוד איטשע, וואָס האָט געבראַכט נעבעך צענדליקער חסידים צום טויט. מ'פלעגט זאָגן וועגן עם אַז שוין זײענדיק אין ישיבה פלעגט ער פאַרמסרן בחורים צום משגיח.

קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 14, 2020 9:08 pm

· #460337
האט קארנבלי געפּרעסט טשארדזשעס אויף טישלער? אויב יא איז ער א מסור ריגארדלעס.

וויזוי זאגט יענער. מסור איז נישט קיין לשון עבר און נישט קיין לשון עתיד. א מסור איז אייביג א הווה. א מסור 'איז' א מסור.

גראף » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 12:05 am

· #460371
דוראק
פיקח עצום
1 זאך אויב קארנבלי איז נישט קיין מסור, ווער און היסטוריה איז יא געוועין?!!

אוי האָב איך זיך צולאַכט.

מענין לענין, ס'איז געוועזן אַמאָל אַ באַוואוסטער מסור דוד איטשע, וואָס האָט געבראַכט נעבעך צענדליקער חסידים צום טויט. מ'פלעגט זאָגן וועגן עם אַז שוין זײענדיק אין ישיבה פלעגט ער פאַרמסרן בחורים צום משגיח.
סתם א ווארט אדער איז טאקע געווען א מסור וואס זיינע מסירות האט געהארגט צענדליגער אידן?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

דוראק » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 12:30 am

· #460374
גראף
דוראק
פיקח עצום
1 זאך אויב קארנבלי איז נישט קיין מסור, ווער און היסטוריה איז יא געוועין?!!

אוי האָב איך זיך צולאַכט.

מענין לענין, ס'איז געוועזן אַמאָל אַ באַוואוסטער מסור דוד איטשע, וואָס האָט געבראַכט נעבעך צענדליקער חסידים צום טויט. מ'פלעגט זאָגן וועגן עם אַז שוין זײענדיק אין ישיבה פלעגט ער פאַרמסרן בחורים צום משגיח.
סתם א ווארט אדער איז טאקע געווען א מסור וואס זיינע מסירות האט געהארגט צענדליגער אידן?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זאָג מיר דו מאַכסט חוזק?

מ'רעדט פון ניט לאַנג, מיט אַ צוויי דרײ דורות צוריק איז מסירות געוועזן אַן אמתע זאַך מיט וועלכער מ'האָט זיך געדאַרפט ספּראַווען, אין רוסלאַנד אונטער סטאַלינען און אַנדערשוואו אונטער די פאַשיסטן, ימח שמם.

דער דוד־איטשע האָט געפאָרן פון שטאָט צו שטאָט, די חסידים וועלכע האָבן עם נאָך געקענט פון ישיבה האָבן זיך ניט געהיט פאַר עם, און ער פלעגט מאַכן רשימות פון אַלע חסידים ווער האַלט אַ ישיבה און ווער איז אַ מלמד, און אַ פולע חסידים זײנען אומגעקומען אָדער פאַרשיקט געוואָרן אין סיביר אויף לאַנגע יאָרן קאַטאָרגע. דער מנוול האָט אויך געמסרט אויף זִײן אייגענעם שוואָגער. עד היום לעבן צווישן אונז קינדער פון זײנע קרבנות (זײנע לעצטע קרבנות – פון די וואָס האָבן געדינט אַ גוטע פּאָר יאָר אין סיביר – זײנען אַוועק מיט ניט אַזוי פיל יאָרן צוריק).

moneyminded » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 1:22 am

· #460379
היכי דמי
איך זאג נישט מען האט אים געשלאגן און געשטויסן. אבער מען האט אים געשטופט און בלאקירט פון אלע זייטן. קוק איבער די קליפס ווי ער וואקט אראפ 13 עוויניו, ווי הונדערטער בחורים פלעין אריין אין אים בשעת וואס מען שרייט לויזונגען. מען זעהט אויף די קליפ ווי עטליכע חברים זיינע פרויבירן אים צו באשיצן און אויך הערט מען אויף די קליפ ווי א בחור זאגט פאר זיין חבר אז ער האט אים געגעיבן א פיינע זעץ.
און ? וואס איז די פראבלעם אז מען האט אים נאכגעשריגן? אקעי ביז ליגענט,קיין איינער האט אים נישט אנגערירט ,אפילו אויף CNN קעקעצט ער ארום און זאגט נישט אז מען האט אים געשלאגן אדער אנגערירט , איך האלט אז מען האט אים געדארפט הארגענען אדער כאטשיג ליגן אין שפיטאל פאר אפאר חדשים , אבער ליידער איז 2020 און מער פון שרייען האבן די בחורלעך גארנישט געטין

במחילות כבודך די און נאך ניקים ברענגן אראפ די וועבסייט דא, ווען מען שרייבט קלארע ליגענט בעיני השמש

סא היכי דמי איז ביי מיר גענצליך אפגעפרעגט מכאן ולהבא,
מען קען דיסקוסירן וואס די האלטסט אדער יענער האלט אפילו אפיקורסות , LGBTQ ,
אבער סתם שרייבן און העצן ליגענט דא טאג און נאכט איז זינלאז און קינדעריש!

און מאכט מענטשן זייער אומבאקוועם דא נישט צו שרייבן ,
איך וואלט געזאגט אז מער פון 25 פארצענט תגובות דא זענען פרעך ליגענט

חסידישער_ספקן » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 1:40 am

· #460382
פיקח עצום
חסידישער_ספקן
אין די לעצטע קובץ אור ישראל, איז דא מערערע מאמרים וועלכע זענען דן צו מען מעג מסר'ן פארן נישט איינהאלטן די אנוייזונגען פון די רעגירונג אויף קאראנע. עד איז דא דארט מערערע מתירים און אפילו מחייבים.

בכלל, איז לויט רוב פוסקים נישט דא קיין מסירה בזמן הזה, אין מלכיות וואס דראט נישט קיין טויט שטראף און די מערכת המשפט איז געבויט אויף גערעכטיגקייט, און נישט ווי אמאל וואס יעדער פריץ און מלך האט געקענט טוהן כטוב בעיניו.

זעה למשל שבט-הלוי ח"ב יו"ד סי' נח בנוגע איבערגעבן איינער וואס צאלט נישט קיין טעקס:
הנה בעצם דין מכס - לית דין ולית דיין, שזה נכנס בגדר דינא דמלכותא דינא, גם לדעת החולקים... ולענין למסור למלכות - הנה מש"ס ב"מ פג,ב בעובדא דר' אלעזר ברבי שמעון, דהוי מסר גנבא למלכות, מוכח דהוא מותר משום הורמנא דמלכא. ואף על גב דאמרו לי' עד מתי אתה מוסר עמו של אלקינו להריגה - היינו משום שנוגע לסכנת נפשות של ישראל... אבל מעיקר הדין משמע דגם בכזה איכא דין מלכות...  וע"ש ברמ"א סעיף יא: מי שרוצה לברוח ולא לשלם לעכו"ם מה שחייב לו, ואחר גילה - אין בזה דין מוסר וכו'. ואעפ"י שמסיים רמ"א, דמ"מ רעה עשה, דהוי כמשיב אבדה לעכו"ם - היינו משום שמיירי מעכו"ם יחידי; אבל מה שנוגע למלכות, והוא ממונה על כך - אין בזה איסור, כנ"ל. אלא דלכתחלה כדאי שלא לקבל משרה כזאת, דצריך למסור אפילו בהיתר, דלאו משנת חסידים הוא, וכדאיתא גם כן בירושלמי סוף פ"ח דתרומות... ופשיטא דאינו דומה לנידון דידן, דהתם מיירי שיבוא לידי סכנה אם ימסרוהו לגוים, משא"כ כשמטילים עליו עונש בעלמא ואינו בא לכלל סכנה לעולם.

פאר א לענגערע דיון אויף מסירה בזמננו זעה דא

עכ"פ צו ריפן קארנבלי א מסור איז אן עם-הארצות, רשעות און משפט שדה, עס גייט צוזאמען מיט אפיקורוס, שיקסע וכו וועלכע זענען געווארן ביליג געניצטע ווערטער און האט נישט בפשטות קיין שום מקור בהלכה. מען קען דעבאטירן רוע אדער טוב מעשיו, אבער מיט מסירה האט דאס נישט.


1 זאך אויב קארנבלי איז נישט קיין מסור, ווער און היסטוריה איז יא געוועין?!!
קאם איין יעדע מסור אין היסטרי קענסטו אויך דרייען מיטן צינג!!!


נאר צו פארשטיין, מיינסט צו זאגן אז אין אלע דורות האט די רעגירונג זיך נישט באצוהט מיט אומרעכט און טויטשטראף? טראכט טאקע אז למשל אין קומוניזם רוסלאנד ווען וואלט מצטער רוסלאנד ארויסגעגעבן אנווייזונגען ווי היינט וואלטן מיר געקענט פייפען?

גראף » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 2:05 am

· #460385
דוראק
גראף
דוראק
פיקח עצום
1 זאך אויב קארנבלי איז נישט קיין מסור, ווער און היסטוריה איז יא געוועין?!!

אוי האָב איך זיך צולאַכט.

מענין לענין, ס'איז געוועזן אַמאָל אַ באַוואוסטער מסור דוד איטשע, וואָס האָט געבראַכט נעבעך צענדליקער חסידים צום טויט. מ'פלעגט זאָגן וועגן עם אַז שוין זײענדיק אין ישיבה פלעגט ער פאַרמסרן בחורים צום משגיח.
סתם א ווארט אדער איז טאקע געווען א מסור וואס זיינע מסירות האט געהארגט צענדליגער אידן?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זאָג מיר דו מאַכסט חוזק?

מ'רעדט פון ניט לאַנג, מיט אַ צוויי דרײ דורות צוריק איז מסירות געוועזן אַן אמתע זאַך מיט וועלכער מ'האָט זיך געדאַרפט ספּראַווען, אין רוסלאַנד אונטער סטאַלינען און אַנדערשוואו אונטער די פאַשיסטן, ימח שמם.

דער דוד־איטשע האָט געפאָרן פון שטאָט צו שטאָט, די חסידים וועלכע האָבן עם נאָך געקענט פון ישיבה האָבן זיך ניט געהיט פאַר עם, און ער פלעגט מאַכן רשימות פון אַלע חסידים ווער האַלט אַ ישיבה און ווער איז אַ מלמד, און אַ פולע חסידים זײנען אומגעקומען אָדער פאַרשיקט געוואָרן אין סיביר אויף לאַנגע יאָרן קאַטאָרגע. דער מנוול האָט אויך געמסרט אויף זִײן אייגענעם שוואָגער. עד היום לעבן צווישן אונז קינדער פון זײנע קרבנות (זײנע לעצטע קרבנות – פון די וואָס האָבן געדינט אַ גוטע פּאָר יאָר אין סיביר – זײנען אַוועק מיט ניט אַזוי פיל יאָרן צוריק).
איך ווייס אז עס זענען געווען מוסרים און מען האט אפילו געפטר'ט געוויסע. איך האב (וויל) געוואלט הערן אביסל זאפטיגע דיטאלן און און איינוועגס זען פארגלייכן צו דער קארנבלי איז טאקע א מסור אדער נישט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

טאמבל סאס » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 3:31 am

· #460386
הקטן
טאמבל סאס

סיידן אויב האבן זיי געמיינט 'א אונזעריגער וואס שרייעט נאר צו אונזעריגערס'

זיכער האבן זיי דאס געמיינט, קום זיי מסביר פארוואס ס'איז זייער זייער וויכטיג צי לערנען ארטס און היסטערי
דו האלסט איינער האלט וען מאנסטער איז אן אינזעריגע האלט איינער ער מעג מאסערן ?!?

וואס קען א פלעינע מענטש פון אונז אויפטוהן דורכן רעדן צו אונז בגלוי (אויב נישט אז מ'ווייסט ער קען פארציילען)? מ'וועט אים אפילו נישט אויסהערן אויב נישט פארשטיינען..

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:22 am

· #460405
קינדער זאגען אז קארנבלוה גייט מיט די אינספעקטארן און ליינט וואס שטייט אויף די צעטלען אויף אידיש.

היכי דמי » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 6:16 pm

· #460467
moneyminded
היכי דמי
איך זאג נישט מען האט אים געשלאגן און געשטויסן. אבער מען האט אים געשטופט און בלאקירט פון אלע זייטן. קוק איבער די קליפס ווי ער וואקט אראפ 13 עוויניו, ווי הונדערטער בחורים פלעין אריין אין אים בשעת וואס מען שרייט לויזונגען. מען זעהט אויף די קליפ ווי עטליכע חברים זיינע פרויבירן אים צו באשיצן און אויך הערט מען אויף די קליפ ווי א בחור זאגט פאר זיין חבר אז ער האט אים געגעיבן א פיינע זעץ.
און ? וואס איז די פראבלעם אז מען האט אים נאכגעשריגן? אקעי ביז ליגענט,קיין איינער האט אים נישט אנגערירט ,אפילו אויף CNN קעקעצט ער ארום און זאגט נישט אז מען האט אים געשלאגן אדער אנגערירט , איך האלט אז מען האט אים געדארפט הארגענען אדער כאטשיג ליגן אין שפיטאל פאר אפאר חדשים , אבער ליידער איז 2020 און מער פון שרייען האבן די בחורלעך גארנישט געטין

במחילות כבודך די און נאך ניקים ברענגן אראפ די וועבסייט דא, ווען מען שרייבט קלארע ליגענט בעיני השמש

סא היכי דמי איז ביי מיר גענצליך אפגעפרעגט מכאן ולהבא,
מען קען דיסקוסירן וואס די האלטסט אדער יענער האלט אפילו אפיקורסות , LGBTQ ,
אבער סתם שרייבן און העצן ליגענט דא טאג און נאכט איז זינלאז און קינדעריש!

און מאכט מענטשן זייער אומבאקוועם דא נישט צו שרייבן ,
איך וואלט געזאגט אז מער פון 25 פארצענט תגובות דא זענען פרעך ליגענט


איי עם סארי מיסטער מאני מיינדעד, נישט געוואוסט אז דו נעמסט אזוי פרעזענליך ווען איינער דיסעגריט מיט דיר, אויף אזוי ווייט אז יענער ווערט גאר א פרעכע ליגענער און אפגעפרעגט מכאן ולהבא. איך מיין אז א מענטש וואס פארנעמט נישט אנדערע מיינונגען און מחשבות באלאנגט נישט עכט אין א פארום, ווייל דו קענסט נאר שוואך ווערן, וועסט סאך מער הנאה האבן פון א וואטס עפפ גרופע ווי יעדער טראכט נאר ווי דיר, און יעדער האט ליב די זעלבע אייז קריעם ווי דיר.

עכט וואלט איך נישט געטארט ענטפערן אזא פרעכע פאלשע בלבול אבער אז דו האסט שוין גענומען די מיה מיר צו פארהאלטן אלס פרעכע ליגענער לאמיר עס צונעמען: איך האב אינגאנצן געזאגט זייער ענליך צו דיר, נאר פון אן אנדערע קוק-ווינקל. איך האב געשריבן וואס איך זעה אויף די ווידעא ווי מען שטופט אים און מען אטאקירט אים, און אז מען הערט אויף די ווידיא ווי א בחור זאגט אז ער האט אים געגיבן א זעץ. איצט וואס איז ליגענט דא פונקטליך? אויב איז ליגענט אז דער בחור האט נישט געגיבן א זעץ, דאן וואס ווילסטו פון מיר, דער בחור איז א ליגענער פאר'ן עס זאגן פאר זיין חבר.
ווען די זעלבע מעשה וואלט זיך אפגעשפילט צווישן איד און גוי, און א מחנה גוים באפאלן אזו א איד וואלט עס יא געהייסן אטאקירט און באפאלן? אויב זאגט איר אז יא שריי נישט אויף מיר ליגענער, און אויב זאגט אז נישט דאן זענט איר דעם ליגענער...

און אז מען רעדט שוין איר שרייבט אין דעם תגובה אז 25% תגובות זענען פרעך ליגענט, איך שטעל זיך פאר אז איר רעדט פון דעם אשכול דא, האב איך פרובירט איבערגיין דא און איך האב נאר געטראפן צוויי ליגענטס, און ביידע האט איר געשריבן.

איינס טאקע דאס וואס איר שרייבט אז 25% איז ליגענט, דאס מיינט אז איבער 20 תגובות פון די 85 תגובות וואלט געדארפט זיין ליגענט דא, און עס איז נישט אזוי.
צווייטענס וואס איר שרייבט אז קרענבלו איז אייביג געווען א פיינט, וואס דאס איז אויך א פרעכע ליגענט וואס איר קענט נישט אויפווייזן.

זאל איך אייך אנרופן איצט פרעכע ליגענער? ניין ח"ו! אבער יא א שטיקל בעל מגזם, און אייערע פאקטן און מציאות'ן זענען ביי מיר אפגעפרעגט מכאן ולהבא בברכת כל טוב וטוב

ליב צו וויסן » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 8:43 pm

· #460471
אלבערט איינשטיין
ליב צו וויסן
אלבערט איינשטיין
חיים קאניעווסקי האט קלאר געזאגט אין א פסק אז איינער וואס פאלג נישט די רעגעלאציעס האט א דין רודף און מען מעג איהם מוסר'ן

Sent from my SM-T727U using Tapatalk


ווי קען מען פארמאסערן ר חיים?
ער איז דאך אויף ווידעאוי אז מען זאל נישט פאלגן, וואס דרייסטו א קאפ...
וואס דריי איך א קאפ?! ווי איז דיין ווידעא?

Sent from my SM-T727U using Tapatalk


איך בין נישט גוט אין לינקען ווידעאויס... ר חיים איז אויף ווידאוי מען זאל נישט פארשפארן מוסדות, די ווידעאוי איז געווען איבעראל אויף סאשעל מידיע, ווי אויך אויף מערערע ישראלי'שע נייעס אגענטורן.

ליב צו וויסן » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 8:56 pm

· #460472
מסור ארויף מסור אראפ... א מענטש וואס רופט בקביעות פאליציי אויף מענטשן וואס האבן אים נישט שלעכט געטוהן -נישט קיין חילוק צו עס איז אידן אדער גוים -איז א שלעכטער מענטש, און איז ווערד צו פארדאמט ווערן.

די אלע תירוצים אז ער איז דא אונז צו ראטעווען קענסטו מיר פארציילן ווען כ'על זעהן אז ער גיבט זיך איבער אונז צו ראטעווען אויך ווען ס'איז קעגן זיין אגענדע.

בנוגע די ווידעאויס:
שלאגן איז אזאך וואס דארף הילכיג פארדאמט ווערן נישט קיין חילוק פון וועלכע זייט ס'קומט (דאס איז די רויטע ליניע צו האלטן א ציוויליזאציע פרידליך), שרייען -אפילו שטארק- איז נישט קיין עוולה, און דערווייל זעה איך נישט קיין פרוף אז ער מען האט געשלאגן.

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:14 pm

· #460474
אבער דא קומט אריין די שאלה פארוואס לגבי שלאגן דארפסטו פרוף, און אז ער רופט בקביעות פאליציי דארפסטו נישט?

ליב צו וויסן » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:30 pm

· #460477
אישתישבי
אבער דא קומט אריין די שאלה פארוואס לגבי שלאגן דארפסטו פרוף, און אז ער רופט בקביעות פאליציי דארפסטו נישט?


ער לייקנט דען?

moneyminded » דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:35 pm

· #460479
אישתישבי
אבער דא קומט אריין די שאלה פארוואס לגבי שלאגן דארפסטו פרוף, און אז ער רופט בקביעות פאליציי דארפסטו נישט?
די ווידיא ווי ער פאר"מסר"ט פאר דיבלאזיא אויפן פובליק שאו א בית המדרש , איז די בעסטע פרוף , פעלט נישט אויס מער

אישתישבי » זונטאג אקטאבער 18, 2020 5:22 am

· #460605
איך האב גראדע געהערט פין מענטשן וואס זענען דארט געוועהן טאן געזעהן ווי מען שלאגט אים צאם, און די פאליס האבן אים געראטעוועט.

איך זעה נישט די פאונט אין דער איגנארענץ פין לייקענען אז מען האט אים געשלאגן.

קורקלענד » זונטאג אקטאבער 18, 2020 8:38 am

· #460610
אישתישבי
איך האב גראדע געהערט פין מענטשן וואס זענען דארט געוועהן טאן געזעהן ווי מען שלאגט אים צאם, און די פאליס האבן אים געראטעוועט.

איך זעה נישט די פאונט אין דער איגנארענץ פין לייקענען אז מען האט אים געשלאגן.

און וואו איז די ווידעא?

ליב צו וויסן » זונטאג אקטאבער 18, 2020 12:51 pm

· #460627
אישתישבי
איך האב גראדע געהערט פין מענטשן וואס זענען דארט געוועהן טאן געזעהן ווי מען שלאגט אים צאם, און די פאליס האבן אים געראטעוועט.

איך זעה נישט די פאונט אין דער איגנארענץ פין לייקענען אז מען האט אים געשלאגן.


קיינער לייקנט נישט... א זאך וואס איז פארגעקומען פארנט פון הונדערטער מענטשן וואלט געמאכט סענס ס'זאל זיין ווידעאוי, ווילאנג ס'איז נישטא באדייט דאס גלייבן, און ליידער איז דא אסאך אום גלויביגע צווישן אונז...

מפיל קינד » זונטאג אקטאבער 18, 2020 1:12 pm

· #460629
אישתישבי
איך האב גראדע געהערט פין מענטשן וואס זענען דארט געוועהן טאן געזעהן ווי מען שלאגט אים צאם, און די פאליס האבן אים געראטעוועט.

איך זעה נישט די פאונט אין דער איגנארענץ פין לייקענען אז מען האט אים געשלאגן.

ער אליין האט געזאגט אויף CNN הושענא רבא צופרי אז קיינער האט אים נישט פאקטיש צוגערירט, נאר נאכגעלאפן און פארטריבן.

כ'האב געוואוסט ער איז א מסור, נישט אז ער איז א שקרן....

קל וחומר » זונטאג אקטאבער 18, 2020 1:24 pm

· #460634
איך זעה דא שיינע טענות לכאן ולכאן.

אז מ'רעדט שוין פון דין מסור, איז דא נאך דינים, אויב ווערן מיר געוואור אז טראמפ איז מזרע עמלק וועט איר געוויס טענה'ן אז מ'ברויך אים הרגענען אפילו ער האט גערוקט דעם עמבעסי און באפרייט רובאשקין.
אויב שטייט יעצט סנהדרין ויד ישראל שליט און עס קומען עדים אז אייער זוהן האט עובר געווען אויף איסור סקילה וועט איר אים אוודאי פארשטיינערן צוזאמען מיט בי"ד.

אקיצור מ'רעדט דא פון אריגינעלע אידישקייט, חלילה נישט קיין אינערליכע האס וואס זוכט אין די תורה ווי אזוי מ'קען אים פטור ווערן.

כה לחי
קאווע שטיבל האט עס.

הקטן » זונטאג אקטאבער 18, 2020 3:48 pm

· #460663
moneyminded
אישתישבי
אבער דא קומט אריין די שאלה פארוואס לגבי שלאגן דארפסטו פרוף, און אז ער רופט בקביעות פאליציי דארפסטו נישט?
די ווידיא ווי ער פאר"מסר"ט פאר דיבלאזיא אויפן פובליק שאו א בית המדרש , איז די בעסטע פרוף , פעלט נישט אויס מער

וואו קען מען דאס זען?

סאנטיאגא » זונטאג נאוועמבער 15, 2020 1:48 pm

· #462585
פאליטיקאנט
קורקלענד
ס'וואלט געווען א גוטע תורה ווען קארנבלי וואלט עפעס אויפגעטון. ער האט דאך אבער נאר קליא געמאכט. ער האט נישט געראטעוועט קיין איין לעבן! דריי א צווייטן א קאפ......

אן זיך ארייננמישן צו דאס הייסט מסירה אדער בכלל איז בארעכטיגט:
דאס איז נישט קיין טענה אז "מיר האבן זיך ממילא אויסגעלאכט" די תוצאה איז נישט משנה אויב די כונה איז געווען גוט!

אבער איך עגרי דו זאלסט נישט לאזן דיין קאפ ווערן געדרייט.

אן אדרעסירן קארנבלי'ס אגענדע בכלליות לאמיר רעדן פונעם קריזיס גופא: איך וויל פארשטיין אזוי; ראול צוריק דעם טעיפ צו ניסן ווען די נומבערס זענען געווען אסטראנאמיש און יעדער פארשטייט אז 3 איז צו סאך, אבער ווען הויפנס יונגעלייט פון 30 יאר פאלן ווי פליגן, צענדליגע אויב נישט טויזנטער 50 60 יעריגע זענען אויף ווענטילעטערס, און מ'ווייסט נישט פון איין מינוט צום צווייטן וואס וועט זיך אויסלאזן, יעדע שעה קומט ארויס אנדערע באריכטן און מ'ווייסט שוין נישט וואס יא און וואס נישט אנצונעמען, ס'איז דא א געזעצליכע לאקדאון, די עקענאמיע איז נאך האלב פארגליווערט, ביזנעסער זענען פארמאכט, פארקס און סקולס זענען געשלאסן, די שטימונג איז אנגעצויגן וועגן געוואלדטאטן, און אפאר אידעלעך האבן די העזה צו גיין אין שוהל אדער טאנצן אויף א חתונה און דער וואס רופט פאליציי ער איז דער אכזר?!?!!! איינמאל איינס.

צווייטנס, וואס איז זיין vigilante אנדערש ווי שומרים און שמירה? ווער האט זיי געבעטן זיך אריינצומישן? אפשר זאל נאר 911 האנדלען פארברעכן? דעס פארשטייסטו נישט? נאר ווען ס'קומט דיך נישט אויס גוט איז נעמען די געזעץ אין די האנט אריין א בעיה? נאר וואזשע דען די געמיינדע אטעמט אויף פאליטיקל און רבניש'ע פאוער און ווען איינער עקסערסייזט זיינע רעכטן אנטקעגן וואס רוב האלטן ווערט יעדער ווילד... (איך רעד נישט דווקא פון דזשעיק, איך זאג נישט איך עגרי מיט אלע זיינע טאהטן דעס קען מיינען יאסל וואלדמאן אויך)

דריטנס, ס'קומט מיר צו לאכן ווי מענטשן שימפן קעגן א קארנבלי אדער א געץ ווען זיי ווייסן טיף אינעווייניג אז זיי זענען ראנג, און טאקע דעס איז וואס באדערט זיי! זיי האלטן נישט אויס אז ס'איז דא אפאר אופען מיינדעד מענטשן וואס האלטן נישט ביים זיך צומאכן די אויגן און "געבן איבער" פאר די הויעכע פענסטער... אין אנדערע ווערטער ווען כלל ישראל איז ווען נישט קיין אויבער חכמים ווי אלעמאל וואלט געווען וואס איבערצוגעבן? וואס איז די סוד? סא איז ער אן איבערגעבער? אדער א פאנטאזירער? מאך אפ. איך בין נישט קיין דיבלאזיא שטיצער אין די סלייטעסט, אבער איך עקל מיך פון די חסידישע אויבער חכמיש'קייט טרעיט "נאא דארפסט פארשטיין, אונז זעמיר אנדערש ווי די גאס די קינדער אונטער די פיס... מ'קען נישט אזוי" קאט די קרעפ! יעדער פאלגט פאלג אויך, מ'הייסט גיין א מאסק גיי מיט א מאסק, צו ס'ארבעט יא צו ס'ארבעט נישט גיי דערמיט ווייל דו פאלגסט! בלינדערהייט נישט ווייל אויב פאלגסטו נישט קומט א מסור, אדער א סומענס און נאך א לאקדאון, פאלג! זיי נישט קלוגער געדענקסט נאך אונז זעמיר אין גלות? פלוצלינג דא פארגעסט מען... ווי קארופטירט ניו יארק איז מיטן זיין rebellious קומט מען אין ערגעץ נישט אן

און איך וועל צוריקווארפן די זעלבע טענה וואס מפיל האט געזאגט אויף קארנבלי, האסט א ברירה קענסט מופן צו א רעכטע סטעיט...

אישתישבי » זונטאג נאוועמבער 15, 2020 5:23 pm

· #462590
קורנבלי גייט אויך אין שוהל צו קידוש שבת אינדערפרי.

ער מיינט נישט קיין איין רגע לשם הלאקדיין וכו', ער איז כולו משוגע.

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 10:31 pm

· #462707
אישתישבי
קורנבלי גייט אויך אין שוהל צו קידוש שבת אינדערפרי.

ער מיינט נישט קיין איין רגע לשם הלאקדיין וכו', ער איז כולו משוגע.

איך גיי נישט אריין צי ער איז גערעכו צי מישט יא מסר'ן צי נישט אבער איין זאך איז קלאר אז ווילאנג ער גייט בריש גלי פארמסר'ן מיין קהילה/מוסדות/בית מדרש און וועגן דעם האבן מיינע קינדער נישט קיין חדר בין איך פולי בארעכטיגט אים צי האסן און אפילו געבן א שפיי ווען ער וואקט מיר אריבער .
נניח ער מיינט די ערסטקייט פון די זאך אבער וואס איז די גרויסהאלטן מיט דעם אז ער האט פאר'מסר'ט מיין קהילה. ???! הא ? פאמפן ביי די מידיע ? למען ילמדו ויעשו ? אויף דעם בין איך בארעכטיגט אים צי פערזענליך האסן און פיינט האבן .
נעמטס ענק האקן
כל טוב גוט שבת

אישתישבי » פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:30 am

· #462780
ביסט הונדערט פראצענט גערעכט.

פארגעס נישט צו האסען דער ראש ישיבה וואס לאזט נישט אריין דיין בחור אויך.

און לאמיר זעהן ווי די גיבסט אים א שפיי אין פנים אויך.

מה בכך » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 9:46 pm

· #462959
אישתישבי
ביסט הונדערט פראצענט גערעכט.

פארגעס נישט צו האסען דער ראש ישיבה וואס לאזט נישט אריין דיין בחור אויך.

און לאמיר זעהן ווי די גיבסט אים א שפיי אין פנים אויך.

דערווייל זענען אלע מיינע קינדער מסודר און ישיבות ב"ה...

היכי דמי » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 3:48 pm

· #486708
ארויסגעווארפן געווארן נעכטן פון כ"א כסלו מהר"יי.

עס איז מיר א גרויסע חידוש אז סאטמאר האט א פראבלעם מיט מסירה

פערינא » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:20 pm

· #486711
ר' קארנבלי זיכט זיך דראמא, ווער גייט צום שונא אינדערהיים פאר זייער בירטדעי פארטי? און וואס וואלט ער געטון אויב לאמיר זאגן הרב חיים דוד כ"ץ באווייזט זיך אריין צו זיין וויייב'ס, מרס קארנבלי'ס, בירטדעי פארטי? ער וואלט געווען נייס צו אים אדער וואלט ער ווען געבעטן די וועיטער אים צו פארשיקן. שוין האט ער עס באקומען אויף א סאטמארישע וועג. שייגעץ ארויס!. ער האט אפילו אפגעכאפט אויף טעיפ האבן מיר אלע געהאט די זכיה צו הערן היינט אויף וואטסעפפ שייגעץ ארויס!

ס'איז שוין א גוטע פאר יאר וואס איך האב נישט געהאט שרייען שייגעץ ארויס.. דארף איך אים זאגן שכויעך ווייל ער האט צוריק געברענגט מיינע קינדערישע זכרונות אדער קאשמורות.

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 10:40 pm

· #486728
אויף די אודיאו הערט ער זיך ווי א פארציטערטע נשמה "מאך נישט קיין בושות פאר א איד ברבים" "איך האב נישט איבערגעדרייט" "מען האט מיך געלאדענט אהער" (בערכ'דיגע לשון).

ער מאכט בכלל נישט די איינדרוק פון א שטארקע כאראקטער.

נפה » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 11:30 pm

· #486733
וואו איז די ווידיאו איך האב גארנישט באקומען
בלאט: 1 2 3