☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #14246

אשכול אן א טיטל #14246

101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14246
בלאט: 1 2 3

פאלאצ'ינטא » מיטוואך דעצעמבער 1, 2021 6:34 am

· #487123
מפיל קינד
אגב, מיר שטערט נישט אז ער איז א מסור, פונקט ווי ס'וואלט מיך נישט געשטערט אויב ער וואלט בועל געווען אן אשת איש (נאר נישט מיינס...) אבער זיין שנאה צו כלל ישראל איז שוידערליך. אויב האסטו אזוי פיינט א איד, פארוואס ווערסטו נישט קיין גוי? האסט פיינט דעם אויבערשטן, שנייד אפ דיין בארד! פארוואס בלייבסטו דא צו שימפן אויף כלל ישראל?? גיי שמד דיך און פארטיג.


ניין דאס וועט ער נישט טוהן. ער וועט פארלירען דו אפעטיט. דעמאלס איז ער סתם א שיגץ. עס פיהלט זיך אסאך בעסער ווען עס גייט מיט די שמונה בגדים.

מען דערציילט אז אמאהל זענען צוויי ירושלמי משולחים געגאנגען נאך געלט און גייען דורך א תפלה און זעהן אז עס הענגט א שילד אז איעדער איד וואס שמד זיך (ל"ע) באקומט $10,000.00.

נו זאגט איינער צום אנדערען, וואס טוהט מען נישט פאר פרנסה, לאמיר גיין.

איינער גייט אריין און נאך 20 מינוט קומט ער ארויס און זיין חבר פרעגט איהם,

נו משה, האט מען דיר געגבען?

ענטפערט ער... שמוציגע אידן, נאר געלט האבן ענק אינזן
בלאט: 1 2 3