☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ביזנעסער פארמאסקירט ווי חסד ארגאניזאציעס.

ביזנעסער פארמאסקירט ווי חסד ארגאניזאציעס.

116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1406
בלאט: 1 2 3

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 11:59 am

· #32911
ביזנעסער פארמאסקירט ווי חסד ארגאניזאציעס.
דער נושא עגבערט מיר שוין א לאנגע צייט זעהענדיג דער מודעה האט מיר צוגעברענגט צו שרייבן.

ובכן איך קען נישט דעם נייעם ארגאניאציע און איי וויש דעם פעללאו אול גוד לאק אבער ביודעי ווייס איך אז מעדיקל ריפערל איז א גוט ביזנעס און נישט סתם א ביזנעס נאר גראב געלט איז אינוואלווד, סאו פליז עס איז שוין צייט אויפצוהערן רייטן אויפן עולם ווילסט עפענן א בחורים ריפערל ביזנעס צו א מעדיקל ריפערל ביזנעס געזונטערהייט אבער ביטע פארמאסקיר עס נישט אלץ א צדקה ארגאניזאציע (איך רעד שוין נישט פון די געלט וואס מען שטאפט זיך אן פון סאבסידיעס פונעם פעטער וואס רוב דערפון גייט אריין אין טאש און קומט נישט אן צום ציל ווי עס דארף כידוע) און זיכער האב נישט די חוצפה נאך צו קאלעקטן צדקה געלט דערפאר.

עס דערמאנט מיר, אפאר יאר צוריק האט יעדע ביזנעס אין א"י באקומען דעם צונאמן 'החסד' עס זענען געווען מכולת החסד, מאפיית החסד, נסיעות החסד, מוניות החסד, בגדים החסד וכו. שפעטער ווען דער עולם האט געכאפט אז די אלע 'חסדים' זענן געהעריגע ביזנעסער האט מען געטוישט צו 'גמ"ח' און אזוי האלט עס אן אז אין יעדע בנין אין די היימישע געגענטר אין א"י איז דא לפחות צוויי ביזנעסער בשם גמ"ח. מכירת בגדים גמ"ח, נאטוראלע היילונגען גמ"ח, טיש/בעט דינגן גמ"ח, סוכה אויפשטעלן גמ"ח, פלאמבער/עלעקטרישן גמ"ח, וכו.

גדעון » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 12:12 pm

· #32913
מתעסקים, משביע ועוד

הדד בן בדד » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 5:03 pm

· #33031
גדעון
מתעסקים, משביע ועוד

ביקור חולים ד'בארא פארק

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 5:09 pm

· #33034
הדד בן בדד

ביקור חולים ד'בארא פארק

זיי טיען אבער אסאך אויף ניין?

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 5:12 pm

· #33035
איך אויך
הדד בן בדד

ביקור חולים ד'בארא פארק

זיי טיען אבער אסאך אויף ניין?

בלית ברירה.

היסטאריקער » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 6:00 pm

· #33050
אבותינו

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 6:09 pm

· #33058
יא איך ווינדער מיך ווען עס וועט זיין אז איינער וועט אויפשטיין און אראפרייסן דעם פאלשע מאסקע פון אבותינו, זייערע ארבעטערס זענן בפשטות איינע פון די העכסטע פארדינערס אין אונגארן-ראמעניע-אוקרייניע.

הדד בן בדד » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 6:36 pm

· #33074
איך אויך
הדד בן בדד

ביקור חולים ד'בארא פארק

זיי טיען אבער אסאך אויף ניין?

גראדע נישט

הדד בן בדד » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 6:37 pm

· #33076
איך אויך
יא איך ווינדער מיך ווען עס וועט זיין אז איינער וועט אויפשטיין און אראפרייסן דעם פאלשע מאסקע פון אבותינו, זייערע ארבעטערס זענן בפשטות איינע פון די העכסטע פארדינערס אין אונגארן-ראמעניע-אוקרייניע.

זיי טוען אבער יא אויף. אדרבה פרעג זיך נאך, ווען מען גיט זיי א ארבעט ווייסטו אז עס וועט זיין א גוטע ארבעט.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 6:40 pm

· #33078
זיכער פאר א העפטיגע פרייז יעדע ריר און יעדע בילד.

Shmilly » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 7:22 pm

· #33105
די אשכול דערמאנט מיך פון די שמוץ וואס חסד של אמת פלעגט ווארפען אויף מתעסקים

קרעקער » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 8:44 pm

· #33157
יעדע חסד ארגנעזעישען האט ארבייטערס אין מנהלים ואס מאכען געלט דערפין כמיין זיי דארפען דאך לעבען = נישט אזוי? פארואס דארפען זיי ארבייטעם לשם מצוה? זאלען זיי אראפנעמען א שיינעם וועיזש און אויך מאכען געלט פאר דע מצוה

דרור נעמען אויכ 5 יודען ארויס פרנסה כזעה נישט ואס איז ראנג דערמיט
זיי האבען געמאכט א דינער אין בורא פארק ביי שומר שבת אין האלב איז אראפגעגאנגען פאר זייער ארגנעזעישען = ליין פאר דע 5 יונגעלייט
פין מיין זייט איז עס נישט שלעכט דעס איז זייער פרנסה אין זיי העלעפן יודען סאו וואט?

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 8:59 pm

· #33167
וואס איז דאס דרור?

כ'וועל דיר מסביר זיין א כלל גדול, אוודאי דארפן די ארבעטערס אהיים ברענגן לחם לפי הטף (א ר' דוד ליב שווארץ צו א ר' זלמן אשכנזי זצ"ל מאכן זיך נאר איינמאל אין דור) אבער דא שטעקט דער נפק"מ וויל יענער טוהן חסד בכול מאודו איי מען דארף דאך לעבן נעמט מען א וועיג צו וויל ער האבן א פיינע באקוועמע אפיס א אויסגעצאלטע קאר טרעוול בענעפיטס כח השליטה כבוד ועוד איי מען דארף דאך דאס אלעס פון ערגעץ פראדוצירן עפענט מען אויף עפעס א צדקה ארגאניזאציע און מען לעבט א יום שכולו שבת.

ואגב צומאל הייבט זיך עס אן בזעיר אנפין און מען מיינט עס ערנסט נאר ווען די זאך וואקסט און מען ווערט צוגעוואוינט צו די אלע מנעמי החיים איז זייער שווער זיך אפצוגעוויינן פון זיי, למשל איך מיין ווען אבותינו איז נתייסד געווארן האט מען עס געמיינט ערנסט אבער וראו כי טוב און היינט איז עס א פאלקאמע ביזנעס, וואס פאר זיך אליינס וואלט עס געווען פערפעקטלי אוקי ער מעג האבן א ביה"ח מענעדמענט ביזנעס אבער דאס זיך אהערשטעלן ווי א צדקה אורגאניזציע דאס איז די עוולה וכן מיט אסאך אנדערע צדקה ביזנעסער.

Espresso » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 9:09 pm

· #33171
נישט אמת, ס'דא ארגענעזאציעס וואס קיינער מאכט דערפון נישט קיין פעני און די מענטשען וואס ארבעטען אין דעם טוען עס בלויז לשם מצוה, כמעט נישט, אבער ס'איז דא. אבער ביי די וואס נעמען יא א געהאלט איז א גרויסע חילוק ציווישן די וואס מאכן אויף צום לעבען און די וואס האבן רייכע הייזער פאר זיך און פאר אלע קינדער, דרייווען די שענסטע קאר'ס און מאכ'ן א לעבען אויפן ציבור'ס חשבון.

zurich » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 10:06 pm

· #33193
ס'דא איין ארגענאזאציא וואס איז ריין לשם שמים... כולל חצות און כולל תהילים...
אויך כולל נעגל וואסער!! 😂

יידל » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 10:17 pm

· #33200
די צוויי ריזן אין דעם זענען לכאורה חי לייפליין און אורה. אויף הצלה זענען דא מחלוקת הפוסקים.

גדעון » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 10:45 pm

· #33209
zurich
ס'דא איין ארגענאזאציא וואס איז ריין לשם שמים... כולל חצות און כולל תהילים...
אויך כולל נעגל וואסער!! 😂

פונקט היינט געזעהן אויף טוויטער: Breaking! Kolel chatzois subscribed at tehilim koilel for hatzluche to get more customers...

zurich » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 1:00 am

· #33265
גדעון
zurich
ס'דא איין ארגענאזאציא וואס איז ריין לשם שמים... כולל חצות און כולל תהילים...
אויך כולל נעגל וואסער!! 😂

פונקט היינט געזעהן אויף טוויטער: Breaking! Kolel chatzois subscribed at tehilim koilel for hatzluche to get more customers...

That's a good one!!!

משכיל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 1:23 am

· #33267
איך ווייס פון איינע פון די גרעסטע צדקה ארגאניזאציעס וואס האט זייער אסאך וואלונטירן, און נעמט אויך אריין אוצרות מיט געלט, האט געכאפט א שמועס מיט אן אנפירער פון אן אנדערע קליינע ארג. פרעגט דער קליינער דעם גרויסן, וויפיל נעמסטו ארויס א יאר פאר דיר פריוואט, גיט ער איהם א קוק אהן מיט א פאר אויגן, און זאגט איהם, איטס נאן אוו יאר ביזנעס,

איז עס ריכטיג צו נעמען גראבע געשוואלענע וועידזשעס ווען מענטשן מיינען אז עס בלתי לה' לבדו?

zurich » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 1:38 am

· #33274
איך ווייס נישט וואס עטס האטס טענות דו האלסט אז מענטשן דארפן ארבעטן לשם מצווה??

דבילה » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 1:41 am

· #33277
און קאווע שטיבל איז עפעס אוועקצומאכן? זעט נישט אויס ווי איינער פארדינט דא דא האלצערנעם ניקעל, און די מנהלים און אחראים לייגען אריין אזויפיל כח און צייט!

טראכט » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:02 am

· #33288
משכיל
איך ווייס פון איינע פון די גרעסטע צדקה ארגאניזאציעס וואס האט זייער אסאך וואלענטירען, און נעמט אויך אריין אוצרות מיט געלט, האט געכאפט א שמוס מיט אן אנפירער פון אן אנדערע קליינע ארג. פרעגט דער קליינער דעם גרויסען וויפיל נעמסטו ארויס א יאהר פאר דיר פריוואט, גיט ער איהם א קוק אהן מיט א פאר אויגען און זאגט איהם עטס נאן אוו יאר ביזנעס,י

איז עס ריכטיג צו נעמען גראבע געשוואלענע וועידשעס ווען מענטשען מיינען אז עס בלתי לה' לבדו?י

פארוואס זאל די גרינדער פין די ארגעניזאציע נישט אויפנעמען א טייער באצאלטע פאנדרעזער וואס וועט אריינברענגען שווערע געלטער אין די וואוילטעטיגע ארגעניזאציע?

שלמה_דיין » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:04 am

· #33290
משכיל
איך ווייס פון איינע פון די גרעסטע צדקה ארגאניזאציעס וואס האט זייער אסאך וואלענטירען, און נעמט אויך אריין אוצרות מיט געלט, האט געכאפט א שמוס מיט אן אנפירער פון אן אנדערע קליינע ארג. פרעגט דער קליינער דעם גרויסען וויפיל נעמסטו ארויס א יאהר פאר דיר פריוואט, גיט ער איהם א קוק אהן מיט א פאר אויגען און זאגט איהם עטס נאן אוו יאר ביזנעס,י

איז עס ריכטיג צו נעמען גראבע געשוואלענע וועידשעס ווען מענטשען מיינען אז עס בלתי לה' לבדו?י

אויב די בעלעבתים פון די צדקה מאכן א רושם כאילו ס'איז א ריינע צדקה בשעת וואס די אנפירערס פארדינען העפטיגע סעלעריס, גייט מען לכאורה דא אריין אין א שאלה פון גניבה אדער עכ"פ גניבת דעת.

א סך פון די צדקות זענען עמטליך אזוי אוועקגעשטעלט אז די אנפירערס פארדינען ווי ס'דארף צו זיין בשעת זייער עיקר ארבעט איז צו טרעפן סאקערס וואס זאלן וואלונטירן. א דוגמא אויף דעם איז חי לייפליין און ביקור חולים. זיי מאכן בכלל נישט דעם אנשטעל כאילו עס איז כולו לשם שמים. ביי די סארט ארגאניזאציעס קען מען דן זיין וויפוהל זיי טוהן באמת אויף, אבער פון דער פראבלעם פון גניבה האבן זיי זיך לכאורה ארויסגעדרייט.

מתעסקים, ילד וילדה און נאך זענען בכלל נישט אין די פאנד רעיזינג ביזנעס פון דעם עולם. זיי זענען לכתחלה אוועקגעשטעלט אלץ קאראפטירטע ארגאניזאציעס וואס זיכן וויאזוי ארויס צו נאגן נאך א דאלער פון דעם פעטער און בעטן זיך ביים עולם צו קוקען אויף די אנדערע זייט. די ארגאניזאציעס זענען די ריכטיגע פוסעים על ראשי עם קודש וואס ברענען אויס געלט וואס קומט זיך פאר דעם ציבור און מאכן א ריזיגע חילול השם אויף די וועג. מי יתן ואבער קוצים אלו מן הכרם.

אן ארגאניזעשען וואס איז אין דעם געביט ארויסגערופן געווארן לשבח דורך פרעזידענט בוש איז נישט קיין צווייטע נאר די אידישע (נישט חרד'ישע) מעט קאונסיל.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 9:45 am

· #33319
אז מתעסקים בעט נישט קיין דאלער פון קיינעם, און כמעט יעדע משפחה וואס איז שוין געזעצן שבעה ה"י האבן שוין נהנה געווען פון זיי, פארוואס בייזערסטו זיך אזוי אזש דו רופסט עס אן "יבער קוצים מן הכרם"?

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 9:49 am

· #33321
שמעקעדיג
אז מתעסקים בעט נישט קיין דאלער פון קיינעם, און כמעט יעדע משפחה וואס איז שוין געזעצן שבעה ה"י האבן שוין נהנה געווען פון זיי, פארוואס בייזערסטו זיך אזוי אזש דו רופסט עס אן "יבער קוצים מן הכרם"?

איך קען מיך נישט אזוי גוט אויס, אבער זיי נעמען יא צוזאם געלט. אויב ביסטו אדער איינער אין דיין משפחה געזעסען שבעה, וועסטו וויסן אז זיי בעטן געלט. וואס באדערט מיר איז אז די "דוירטי ווארק" ווי צוזאם נעמען געלט, קויפן און סטארעדזשן די בענקלעך, דעליווערן די בענקלעך וכו' לאזן זיי כמעט אלעס פאר וואלונטירן. די געלט חלק וואס זיי באקומען פון די שטאט, וואס מיט דעם וואלטן זיי ווען געדארפט צוצושטעלן געוויסע סערוויסעס, גייט נישט פאר די סערוויסעס. איך זאג נישט, למעשה קומט פון די גניבה ארויס א טובת הנאה דערפון פארן ציבור, אבער דאך וואלט איך ווען געוואלט זען מער טרענספעריסי.

יצמחפרקני » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 11:19 am

· #33359
תלמוד תורה _______ בנות_______
מחנה______________________
בנשיאות כ"ק אדמו"ר שליט"א

גדעון » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 11:26 am

· #33361
כלל ישראל האט זיך א עיצה געגעבן ביי שבעה פאר מתעסקים האט דעליווערד בענקלעך, איך מאך נישט אוועק זייער אויפטיאונגען אבער די חברה באזיצן טייערע קאמענד סענטערס און שטאפן זיך די טאשן און שלעפן כבוד, און די ציבור געניסט כמעט זילטש

יצמחפרקני » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 11:39 am

· #33364
גדעון
כלל ישראל האט זיך א עיצה געגעבן ביי שבעה פאר מתעסקים האט דעליווערד בענקלעך.

עס פלעגט קאסן ממון ודמים, עס איז א געוואלדיגע אויפטו וואס זיי האבן געטאן ומהם ומחסד של אמת ילמדו אז די ענדע פון א מענטש דארף און טאר נישט קאסטן קיין געלט. דאן איז פלאץ פאר די חסד אידן און אידענעס זיך צוצושטעלן.

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 12:37 pm

· #33377
איין כלל וואס איך האב, ווילאנג די ארגענעזאציע גייט נישט אן אז נאך איינער טוט די זעלבע זאך אפילו אין זיין שטאט איז עס אן ארג. לשם שמים און מ'דארף זיי פראבירן ארויסצוהעלפן מיט וואס מעגליך. אויב איינמאל די ארג. ווערט פארמישט אין א פאליטיק און מ'שלאגט זיך און מ'רייסט זיך ביי די קעפ, ס'קען טאקע זיין אז סוף כל סוף וועלן די וואס דארפן צוקומען צו זיי פארדינען דערפון ווייל יעדער וועט וועלן צושטעלן ס'בעסטע, אבער די ארג. ווייזט עפעס מער ווי א ביזנעס!
אויף צושטעלן קאווע אין ביהמ"ד געווענדליך שלאגט מען זיך נישט ווייל מ'מאכט נישט קיין געלט! אויסצוטיילן פארציעס עסן פאר אידן ביי א רבי'שע שמחה איז געווענדליך אויך נישטא קיין פייט. נאר ווען ס'קומט א פאטענשעל מאני מעיקינג ביזנעס דארט פאנגט זיך אן די מחלוקה'ס.

אבער!!! א ווארט צו אלע אינטערייסערס פון סיי וואספארא ארג. קויף נישט אלעס וואס מ'פארקויפט דיך! ווייל יענער האט צוליב א סיבה געהאט עפעס א שלעכטע עקספיריענס מיט אן ארג. מיינט נאכנישט אז יענע ארג. טוט נישט גארנישט אויף!
נאך נעם דיר אריין אין קאפ, אז רוב שמיץ (אפילו ס'איז אמת) קומט געווענדליך פון א צווייטע ארג. וואס אדער האט אויך פיטער אויפן קאפ, אדער וויל אריינטרעטן אין די קאטאגאריע אין יענער לאזט נישט צו דער צווייטער איז צו שטארק און ער וויל אים אביסל אראפברענגן.
געווענדליך אן ארג. וואס טוט זיינע זאכן טאקע צו העלפן (אפילו ס'איז דא אן איינגעשטעלטער אפילו א מנהל וואס מאכט פרנסה דערפון) באשמיצט נישט קיין צווייטע ארג!

שרייבער » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 1:26 pm

· #33389
יצמחפרקני
גדעון
כלל ישראל האט זיך א עיצה געגעבן ביי שבעה פאר מתעסקים האט דעליווערד בענקלעך.

עס פלעגט קאסן ממון ודמים, עס איז א געוואלדיגע אויפטו וואס זיי האבן געטאן ומהם ומחסד של אמת ילמדו אז די ענדע פון א מענטש דארף און טאר נישט קאסטן קיין געלט. דאן איז פלאץ פאר די חסד אידן און אידענעס זיך צוצושטעלן.

פון ווי מאכט מתעסקים געלט? איז אויך דעם אויך דא פראגראםס?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 1:39 pm

· #33395
יא, זיי באקומען פון די רעגירונג. זיי שרייבן עס קלאר אין זייערע פעמפלעטן.

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:14 pm

· #33420
יצמחפרקני
גדעון
כלל ישראל האט זיך א עיצה געגעבן ביי שבעה פאר מתעסקים האט דעליווערד בענקלעך.

עס פלעגט קאסן ממון ודמים, עס איז א געוואלדיגע אויפטו וואס זיי האבן געטאן ומהם ומחסד של אמת ילמדו אז די ענדע פון א מענטש דארף און טאר נישט קאסטן קיין געלט. דאן איז פלאץ פאר די חסד אידן און אידענעס זיך צוצושטעלן.

אר יו קידדינג?! דו ווייסט וויפיל ס'קאסט צו שטארבן? לכה"פ 10,000 דאלער!

לעמיל » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:30 pm

· #33430
יידל
יצמחפרקני
גדעון
כלל ישראל האט זיך א עיצה געגעבן ביי שבעה פאר מתעסקים האט דעליווערד בענקלעך.

עס פלעגט קאסן ממון ודמים, עס איז א געוואלדיגע אויפטו וואס זיי האבן געטאן ומהם ומחסד של אמת ילמדו אז די ענדע פון א מענטש דארף און טאר נישט קאסטן קיין געלט. דאן איז פלאץ פאר די חסד אידן און אידענעס זיך צוצושטעלן.

אר יו קידדינג?! דו ווייסט וויפיל ס'קאסט צו שטארבן? לכה"פ 10,000 דאלער!

אזוי סאך קאסט צו שטארבען? עס איז שוין באלד ביליגער צו לעבען!

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:36 pm

· #33434
דער בלאט אין די בראשית יארן האט געהאט אמאל א דעבאטע איבער די הימל הויכע קאסטן פון שטארבן ביז נאך די קבורה.

נפתלי » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:38 pm

· #33436
ווען ס'וואלט געווען ביליגער וואלטן מענטשן זיך ערלויבט צו שטארבן מער אפטער?
אפשר לוינט זיך צו מאכן א סעיל פון צייט צו צייט.

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 2:40 pm

· #33439
אזא מין ביי וואן פאר דיין שונא ענד געט וואן פאר יור שוויגער פאר פרי?
ווי האט יענער געזאגט ער וואלט שוין פטור געוורן פון זיין שוויגר אבער ער וויל נישט זיין חתונה געהאט צו א יתומה.

הדד בן בדד » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 7:59 pm

· #33548
שלמה_דיין

מתעסקים, ילד וילדה און נאך זענען בכלל נישט אין די פאנד רעיזינג ביזנעס פון דעם עולם. זיי זענען לכתחלה אוועקגעשטעלט אלץ קאראפטירטע ארגאניזאציעס וואס זיכן וויאזוי ארויס צו נאגן נאך א דאלער פון דעם פעטער און בעטן זיך ביים עולם צו קוקען אויף די אנדערע זייט. די ארגאניזאציעס זענען די ריכטיגע פוסעים על ראשי עם קודש וואס ברענען אויס געלט וואס קומט זיך פאר דעם ציבור און מאכן א ריזיגע חילול השם אויף די וועג. מי יתן ואבער קוצים אלו מן הכרם.

אן ארגאניזעשען וואס איז אין דעם געביט ארויסגערופן געווארן לשבח דורך פרעזידענט בוש איז נישט קיין צווייטע נאר די אידישע (נישט חרד'ישע) מעט קאונסיל.

זאג, שלמה, ביסט אויפן קאפ געפאלן?

דו שטעלסט צוזאם מתעסקים און ילד וילדה אין איין שורה?

ילד וילדה איז א העד סטארט פראגראם, וואס איז אויסגהאלטן הונדערט פראצענט פון די רעגירונג, און די רעגירונג קוקט נאך יעדן פראגראם פון אלף ביז תיו. און אפילו די געהאלטן פון די אנפירערס, און יא, אויב זעען זיי אז דו טוסט א גוטן דשאב, דאן לאזן זיי דיך נעמען א מענטשליך געהאלט. און ילד וילדה האסטו נאך נישט געזעהן שנארן, אין ערגעץ נישט, אפילו א פושקע פון זיי עקזיסטירט נישט.

אבער ווי קומט מתעסקים צו ילד וילדה? מתעסקים איז א איד וואס הייסט יאנקי מייער, און אמת, ער באקומט געלט פון די רעגירונג און ער שנארט פון די משפחות אויך. ביי אונז אין די משפחה איז מען (ליידער) געזעצן שבעה צוויי מאל אין דעם לעצטן יאר, ביידע מאל איז מתעסקים געקומען און געבעטן געלט פאר די הוצאות, אויסער וואס זיי האבן פושקעס איבעראל, סיי ביי די משפחות וואס זיצן שבעה און סיי אין אנדערע פלעצער. איך ווייס נישט וויפיל זיי מאכן, און איך האב נישט קיין השגה צו יאנקי מייער מאכט מיליאנען אדער אים איז גענוג צו זיין וויכטיג און מאכן ווייניגער געלט, אבער צאמצושטעלן דעס מיט ילד וילדה איז אינגאנצן נישט צו דער זאך.

itsnotme » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:32 pm

· #33817

וועם גייט אן וויפין געלט ער\זיי מאכן?
ווי לאנג זיי טיען גיטע זאכן זאלן זיי מאכן אסאך געלט!!

zurich » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 5:38 pm

· #33856
itsnotme

האללוי!! דו דארפסט נאכקיקן צו דו ביסט א יוד, א יוד טראכט די ערשטע זאך וועגן געלט! וויפיל געלט מאכט ער?

איך אויך » מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 10:41 pm

· #33912
נאכאמאל און נאכאמאל, עס גייט קיינעם נישט אן אז יענער האט א ביזנעס וואס שארט גאלד, אדרבה מעלק אויס דעם פעטער וויפיל עס גייט נוצענדיג צוואנציג אנדערע נעמען ומחליפם עשרת מונים, און סוכ"ס ווען מען כאפט דיר פארגעס נישט צו שרייען אין אלע גאסן אז די פראקורארן זענען וויסטע אנטיסעמיטן ווייל זיי האבן ענדליך באוויזן אפצושטעלן דיינע גניבות פון שטייער-צאלער געלטער.

אבער למען ה', וואס האט דאס אלעס מיט צדקה וחסד איינגעלייגט? ווילסט אנשטאפן דייינע מיט דיינע קינדער און אייניקלעכ'ס טאשן עד סוף כל הדורות, געזונטערהייט, אבער פארוואס פעלט אויס זאלסט באראבעווען דעם ציבור פון זייער שווער אויסגעהארוועטע געלט? און פארוואס מוזטו מעלקן כבוד און לעקערייען אויך? זיי צופרידן מיט די מיליאנען וואס די גנב'עסט אפ און לאז צורוה דעם ציבור.

דערמאנסט מיר א מעשה, תיכף נאכן קריג זענען געווען א חברה וואס האבן געוואלט אויפשטעלן אן ארגאניזאציע וואס זאל זיך אפגעבן מיט קברי ישראל און די פילע קברי אחים וואס זענן נעבעך דאן געווען, זענען געקומען אנדערע צום גער'ער רבין דער אמרי אמת, און עם געזאגט רבי יעצט איז די צייט אויף דעם זיך מתעסק זיין מיט די טויטע? עס איז דאך ליידער דא אזויפיל ארבייט צו טוהן מיט די לעבעדיגע! ענפערט זיי דער רבי כדרכו קורץ און שארף: זארגט אייך נישט, זיי מיינען אויך נאר די לעבעדיגע...

חכם מחוכם » זונטאג אוגוסט 12, 2012 11:55 am

· #34111
קען מיר אפשר איינער זאגן וואס די ארגענעזאציע דרור טוט?, איך בין אן איינגעשטעלטער אין לאסירים אנגעפירט דורך ר’ ישראל האללאנדער וואס לאסירים טוט דאס ווייס איך, לעצטענס זעה איך אז ס’דא נאך איינער אין די ליין, איך מוטשע מיר שרעקליך צו וויסן וואס זיי טוען, אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן

יידל » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:01 pm

· #34113
חכם מחוכם
קען מיר אפשר איינער זאגן וואס די ארגענעזאציע דרור טוט?, איך בין אן איינגעשטעלטער אין לאסירים אנגעפירט דורך ר’ ישראל האללאנדער וואס לאסירים טוט דאס ווייס איך, לעצטענס זעה איך אז ס’דא נאך איינער אין די ליין, איך מוטשע מיר שרעקליך צו וויסן וואס זיי טוען, אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן

קודם פארצייל וואס לאסירים טוט.

חכם מחוכם » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:07 pm

· #34117
1. ערלעדיגן עסן פאר יום טוב, פאריגן פסח האבן זיי ערלעדיגט מצות וויין און אלע צוגעהערן,
2. האבן בערך 50 מתנדבים וואס גייען ארום באזיכן די אסורים,
3. רעדן צו מענטשן זיי זאלן שיקן בריוון פון חיזוק ותמיכה

זר זהב » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:09 pm

· #34119
דרור מיינעך שטאדעלט פאר די באפרייאונג, אפשר מיט לויערס אד"ג.
ניין?

יידל » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:09 pm

· #34121
חכם מחוכם
1. ערלעדיגן עסן פאר יום טוב, פאריגן פסח האבן זיי ערלעדיגט מצות וויין און אלע צוגעהערן,
2. האבן בערך 50 מתנדבים וואס גייען ארום באזיכן די אסורים,
3. רעדן צו מענטשן זיי זאלן שיקן בריוון פון חיזוק ותמיכה

פון די דריי זאכן וואס דו רעכנסט אויס קאסט קיין איינס נישט געלט (חוץ אפשר נומער 1).

חכם מחוכם » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:12 pm

· #34123
נאמבער איינס קאסט גענוג געלט, וואס טוט זיך מיט קאר ריידס פאר די אלע מעמבערס וואס פארן

שמואל הלוי » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:16 pm

· #34128
חכם מחוכם
קען מיר אפשר איינער זאגן וואס די ארגענעזאציע דרור טוט?, איך בין אן איינגעשטעלטער אין לאסירים אנגעפירט דורך ר’ ישראל האללאנדער וואס לאסירים טוט דאס ווייס איך, לעצטענס זעה איך אז ס’דא נאך איינער אין די ליין, איך מוטשע מיר שרעקליך צו וויסן וואס זיי טוען, אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן

נישט דורך חיים האללענדער?

יידל » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:17 pm

· #34130
חכם מחוכם
נאמבער איינס קאסט גענוג געלט, וואס טוט זיך מיט קאר ריידס פאר די אלע מעמבערס וואס פארן

און זיי ערלעדיגן יו"ט עסן פאר אלע תפיסות אין גאנץ אמעריקע ווי אימער עס זיצן אידן?

הירשל ציג » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:18 pm

· #34131
HASC

חכם מחוכם » זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:19 pm

· #34133
אפיציעל ישראל האללענדער
אומאפיציעל חיים האללענדער,
נו אדרבה זאל מיר איינער זאגן וואס דרור טוט חוץ פון שנארן געלט.
בלאט: 1 2 3