דרור העלפט אויך ארויס פאר משפחות פון די ארעסטירטע.
ביזנעסער פארמאסקירט ווי חסד ארגאניזאציעס.
116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1406
הירשל ציגHASC
זיי מאכן קאנצערטן.
יידלחכם מחוכםנאמבער איינס קאסט גענוג געלט, וואס טוט זיך מיט קאר ריידס פאר די אלע מעמבערס וואס פארן
און זיי ערלעדיגן יו"ט עסן פאר אלע תפיסות אין גאנץ אמעריקע ווי אימער עס זיצן אידן?
איך ווייס נאר פון אטעסוויל און פארט דיך
פארט דיקס?
יא יא, זיירל
יידלהירשל ציגHASC
זיי מאכן קאנצערטן.
טאקע זייער א וויכטיגע און חשוב'ע אקטיוועטעיט...
[ציטאט אראפגענומען]
ביזט אנגעקומען צו שפעט אין די געים. די אשכול האט שוין 3 בלעטער.
חכם מחוכםנו אדרבה זאל מיר איינער זאגן וואס דרור טוט חוץ פון שנארן געלט.
איך האב אביסל מיטגעהאלטן פון דרור.
א חוץ דעם וואס מ'קען זיי רופן 24/7 פאר יעדן עמוירזשענסי פראבלעם, סיי פאר הילף און סיי פאר עדווייס,
קען איך אביסל ר' ח.ה. פריינד, וואס גיט זיך אוועק זיין לעבן למען טובת הארעסטירטע.
אסאך שתדלנות ווערט אריינגעלייגט אין צענדליגער קעיסעס.
איך אליין האב שוין מטיטגעהאלטן עטליכע.
איך האב נישט יעצט צייט מאריך צו זיין, אבער עס קומט ארויס אסאך הילף און חסד פון די ארגאניזאציע.
חכם מחוכם1. ערלעדיגן עסן פאר יום טוב, פאריגן פסח האבן זיי ערלעדיגט מצות וויין און אלע צוגעהערן,
2. האבן בערך 50 מתנדבים וואס גייען ארום באזיכן די אסורים,
3. רעדן צו מענטשן זיי זאלן שיקן בריוון פון חיזוק ותמיכה
וואס טוט אלף
וואס טוט דרור
וואס טוט מן המיצר
וואס טוט שלום אסריך
אזויפיל ארגעזאציעס אין די זעלבע לייין אין דער עולם איז נישט באקאנט געהעריג וואס זיי טוהן
הדד בן בדד
ילד וילדה איז א העד סטארט פראגראם, וואס איז אויסגהאלטן הונדערט פראצענט פון די רעגירונג, און די רעגירונג קוקט נאך יעדן פראגראם פון אלף ביז תיו. און אפילו די געהאלטן פון די אנפירערס, און יא, אויב זעען זיי אז דו טוסט א גוטן דשאב, דאן לאזן זיי דיך נעמען א מענטשליך געהאלט. און ילד וילדה האסטו נאך נישט געזעהן שנארן, אין ערגעץ נישט, אפילו א פושקע פון זיי עקזיסטירט נישט.
.
דאן ווי מעג א העדסטארט קאלעקטען שכר לימוד
שטעלט דיך פאר ווען די גראסערי זאל רעכנען פאר די גראסערי פראדיקטען נאכען צאלען מיט פ''ס
זענען נישט אינזערע מוסדות פיסטע גנבים?
פארוואס וואוטשערס וואס איז באמת נאר אן עפטער סקול פראגראם פארשטייען אינזערע מוסדות אז זיי מעגן נישט רעכנען קיין שכ''ל
אין העדסטארט איז איינגערפירט אזא רויבעריי?
כ'געפרעגט א חבר וואס האט א קינד אין העדסטארט, ילד וילדה נעמט נישט קיין שכר לימוד, ס'איז די מוסדות (ליין: דיין חסידות) וואס באראבעווען דעם עולם.
קלארהדד בן בדד
ילד וילדה איז א העד סטארט פראגראם, וואס איז אויסגהאלטן הונדערט פראצענט פון די רעגירונג, און די רעגירונג קוקט נאך יעדן פראגראם פון אלף ביז תיו. און אפילו די געהאלטן פון די אנפירערס, און יא, אויב זעען זיי אז דו טוסט א גוטן דשאב, דאן לאזן זיי דיך נעמען א מענטשליך געהאלט. און ילד וילדה האסטו נאך נישט געזעהן שנארן, אין ערגעץ נישט, אפילו א פושקע פון זיי עקזיסטירט נישט.
דאן ווי מעג א העדסטארט קאלעקטן שכר לימוד
שטעלט דיך פאר ווען די גראסערי זאל רעכנען פאר די גראסערי פראדוקטען נאכן צאלן מיט פ''ס
זענען נישט אונזערע מוסדות פוסטע גנבים?
פארוואס וואוטשערס וואס איז באמת נאר אן עפטער סקול פראגראם פארשטייען אונזערע מוסדות אז זיי מעגן נישט רעכנען קיין שכ''ל
אין העדסטארט איז איינגערפירט אזא רויבעריי?
ווי געפילטע שריייבט, אויף וויפיל איך ווייס, רעכנט ילד וילדה נישט קיין פעני שכר לימוד.
אבער א פארביגע צוואנציגער פארן גיין שווימען דארט בעטן זיי יא. כאטש א מאפ האט נאכנישט באלעקט יענע פלאר
ברויןאבער א פארביגע צוואנציגער פארן גיין שווימען דארט בעטן זיי יא. כאטש א מאפ האט נאכנישט באלעקט יענע פלאר
אבי גערעדט! איך בין דארט יעדע וואך עס איז הערליך שיין, קען זיין עס איז טייער, אבער שיין און קלין איז עס.
לעמילברויןאבער א פארביגע צוואנציגער פארן גיין שווימען דארט בעטן זיי יא. כאטש א מאפ האט נאכנישט באלעקט יענע פלאר
אבי גערעדט! איך בין דארט יעדע וואך עס איז הערליך שיין קען זיין עס איז טייער אבער שיין אין קלין איז עס
same here
לאדיך אפלעמילברויןאבער א פארביגע צוואנציגער פארן גיין שווימען דארט בעטן זיי יא. כאטש א מאפ האט נאכנישט באלעקט יענע פלאר
אבי גערעדט! איך בין דארט יעדע וואך עס איז הערליך שיין קען זיין עס איז טייער אבער שיין אין קלין איז עס
same here
יעצט אויב איך וועל מיינען וועל אז איינער קוקט דארט אויף מיך וועל איך שוין מיינען אז ער קען מיך פין דא........
קלארחכם מחוכם1. ערלעדיגן עסן פאר יום טוב, פאריגן פסח האבן זיי ערלעדיגט מצות וויין און אלע צוגעהערן,
2. האבן בערך 50 מתנדבים וואס גייען ארום באזיכן די אסורים,
3. רעדן צו מענטשן זיי זאלן שיקן בריוון פון חיזוק ותמיכה
וואס טוט אלף
וואס טוט דרור
וואס טוט מן המיצר
וואס טוט שלום אסריך
אזויפיל ארגעזאציעס אין די זעלבע לייין אין דער עולם איז נישט באקאנט געהעריג וואס זיי טוהן
אלע זענען קריטיש וויכטיג!
עזר ליולדת, פרישע עסן פאר קימפעטארנס
א גוטע זאך.
א גוטע זאך.
שעפטלקלארחכם מחוכם1. ערלעדיגן עסן פאר יום טוב, פאריגן פסח האבן זיי ערלעדיגט מצות וויין און אלע צוגעהערן,
2. האבן בערך 50 מתנדבים וואס גייען ארום באזיכן די אסורים,
3. רעדן צו מענטשן זיי זאלן שיקן בריוון פון חיזוק ותמיכה
וואס טוט אלף
וואס טוט דרור
וואס טוט מן המיצר
וואס טוט שלום אסריך
אזויפיל ארגעזאציעס אין די זעלבע לייין אין דער עולם איז נישט באקאנט געהעריג וואס זיי טוהן
אלע זענען קריטיש וויכטיג!
און די משפחות וואס האבן איינער וואס זיצט ל"ע זאגן אז עס איז נישט דא גענוג ארגעניזאציעס וואס העלפן זיי.....
דער אמת איז אזוי, רוב מאל וועלן די פשוטי עם הנאה האבן פון א געפעכט פון צוויי ארגאנעזאציעס.
נעמט א שטייגער ווי עסן אין שפיטעלער.
יעדער ווייסט אז ביקור חולים ד'סאטמאר, נתייסדה ע"י הרבנית הצדיקת מרת אלטא פיגא טייטלבוים ע"ה איז געווען דער ערשטער מיט דעם. זיי פלעגן האבן וואולאנטירס (בעיקר פרויען) וואס זענען ארומגעלאפן א גאנצען טאג אין די שפיטעלער און געטראגן עסן פאר חולי ישראל.
מיט די צייט זענען אויפגעקומען גאר וויכטיגע און חשוב'ע נייע ביקור חולים'ס און אנדערע ארגענעזאציעס און אויך אנגעהויבן צוצושטעלן די סערוויסעס.
די ווייטאג איז נאר אז ס'איז געווארן א קאמפעטישען, נישט ווער ס'קען געבן בעסערע און מער עסן (דעס איז למעשה יא געשעהן, אבער שפעטער) נאר ווער ס'קען אינטערהאקן און ארויסווארפן יענעם.
היינט איז דא לכה"פ פיר ארגאניזאציעס (אויב מער, שריייבט) ביקור חולים ד'סאטמאר, ביקור חולים ד'ראקלענד קאונטי/חסד ד'שיכון סקווירא, חי לייפליין, יד אפרים, וואס שטעלן צו עסן. און די עיקר געראנגלענישן קומען פאר ביי "פארוועם ס'געהערט ס'ביקור חולים שטיבל".
איז דעס נישט נאריש? קינדיש?
אז כ'רעד שוין פון דעם, וויל איך אבער ארויסברענגן אז לא אלמן ישראל! זייענדיג אמאל אין שפיטאל מיט איינעם איז מיר אויסגעקומען צו טרעפן אפאר אינגעלייט וואס גייען ארום צוצושטעלן געוויסע זאכן ווי ליין מאטריאל און נאך אין אלע ביקור חולים/שבת שטובער, און זיי געהערן נישט צו קיין איין ארגאנעזאציע (האבן ניטאמאל קיין נאמען) נאר זיי סערוויסן דעם עולם בלי שום פרסום.
מ'קען איבער די און נאך ענליכע זאכן שרייבן בלעטער אויף בלעטער, נאר וואס וועלן מיר האבן דערפון? אויב אן ארגאנעזאציע וועט שוין יא ליינען וואס מ'שרייבט דא וועט ער סייווי טראכטן, אדער אז זיין קאנקורענץ האט עס געשריבן (און אפשר וועט ער גאר דארפן אויפנעמען א קאווע שטיבל שרייבער אפצוענטפערן) אדער וועט ער טראכטן אז "וואס ווייסט יענער?"

מיר איז אינטרעסאנט ווי די אלע יונגערלייטלעך גייען מיט די VELVET פישקע נאך צדקה ביי שחרית יעדן טאג, ס'יז געווארן אזא רגילות, קיינער ווייסט נישט וואס די אלע צוועקן זענען (כ'וויל נישט אויסרעכענען קיין נעמען) ס'יז ממש א מאסט אנדערש איז מען נישט קיין יונגערמאן, מ'דארף אויפפרישן די אלטע תקנות פינדערהיים ווער און וואס מעג גיין נאך צדקה.
גלות יודמיר איז אינטרעסאנט ווי די אלע יונגערלייטלעך גייען מיט די VELVET פישקע נאך צדקה ביי שחרית יעדן טאג, ס'יז געווארן אזא רגילות, קיינער ווייסט נישט וואס די אלע צוועקן זענען (כ'וויל נישט אויסרעכענען קיין נעמען) ס'יז ממש א מאסט אנדערש איז מען נישט קיין יונגערמאן, מ'דארף אויפפרישן די אלטע תקנות פינדערהיים ווער און וואס מעג גיין נאך צדקה.
דעיס איז נישט אזוי געפערליך, קליינע קינדער גייען ארום אין שיל פלעין מיט די הענט נאך געלט פארוואס זאלען זיי נישט האבען א פושקה? אין מיינע צייטען אויב א אינגעל האט נישט געהאט א פישקע וואס איז געשטאנען דערויף פארוועים דו געלט גייט האט אים קיינער נישט געגעבען קיין געלט היינט פראבור נאר צו פרעגען א אינגעל פארוועים ער גייט נאך געלט ביסט שוין א קארגער..... וכו' אלע שיינע טיטלען
ביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל
גלות יודביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל
ממך ילמדו וכן יעשו.
איך קען א איד וואס פלעג קומען פאר א מוסד אין א"י ווי ער האט זיך גענומען הויכע פראצענטען ביז ער האט מחליט געווען אז ער קען אליין אויך ער דארף נישט קיין מוסד, האט ער זיך געמאכט א מוסד וואס ער האט דאך פלענטי משפחה סא זיי גייען ארויף צו האלב פרייע אידן אין א"י און זיי זיינען בודק זייערע מזוזות און פארשטייט זיך אז זיי זיינען פסול פארקויפט מען זיי כשר'ע מזוזות, אויך רעט מען מיט זיי זיי זאלען שיקען די קינדער אין פרומע מוסדות,י
דער טאטע פארט ארום די גאנצע וועלט מיט בילדער ווי מען קלאפט מזוזות וכו' און ער דארף פאר קיינעם נישט אראפ געבען קיינע פראצענטען עס איז ריין פראפיט
דער טאטע פארט ארום די גאנצע וועלט מיט בילדער ווי מען קלאפט מזוזות וכו' און ער דארף פאר קיינעם נישט אראפ געבען קיינע פראצענטען עס איז ריין פראפיט
ווי גייט נאר די מעשה?
א איד פלעגט אלע יארן געבן פאר א משולח $1,000.
איין יאר קומט יענער נאכאמאל און דער איד געט אים $990 .
פרעגט אים דער משולח "וואס איז געשעהן? ביזסט א יורד? די צעהנער וועט דיך אויסמאכן?"
זאגט אים דער עושר: "איך בין געווען אין אר"י און כ'האב מיך נאכגעפרעגט און קיינער האט פון אזא מוסד נישט געוואוסט צו זאגן, איך וואלט געזאגט אז ס'עקזעסטירט בכלל נישט!"
דער משולח ווערט רויט און פרעגט אזוי פארשעמטערהייט: "נא פארוואס געסטו מיר יא די 990?"
זאגט דער עושר, דיין אפיציעלע קאמישען וויל איך דיר נישט אוועקנעמען..."
די מעשה איז בעיסט אן א טרו סטארי און ס'זאגט זייער אסאך...

שעפטלדי מעשה איז בעיסט אן א טרו סטארי און ס'זאגט זייער אסאך...
בעיסד אן עי טרו דזשאוק, כצ"ל.
משכילאיך קען א איד וואס פלעג קומען פאר א מוסד אין א"י ווי ער האט זיך גענומען הויכע פראצענטען ביז ער האט מחליט געווען אז ער קען אליין אויך ער דארף נישט קיין מוסד, האט ער זיך געמאכט א מוסד וואס ער האט דאך פלענטי משפחה סא זיי גייען ארויף צו האלב פרייע אידן אין א"י און זיי זיינען בודק זייערע מזוזות און פארשטייט זיך אז זיי זיינען פסול פארקויפט מען זיי כשר'ע מזוזות, אויך רעט מען מיט זיי זיי זאלען שיקען די קינדער אין פרומע מוסדות,י
דער טאטע פארט ארום די גאנצע וועלט מיט בילדער ווי מען קלאפט מזוזות וכו' און ער דארף פאר קיינעם נישט אראפ געבען קיינע פראצענטען עס איז ריין פראפיט
די מעשה גייט נאך ווייטער. די שיינע ווילא און לוקסוס אויטא מיט וועלכן ער פארט ארום וועלכע ער האט פארדינט מיגיע כפיו (שנארן ביי די אמעריקאנער סאקערס). פון דעם רעדט מען נישט. מעשה שהי'. אין אייראפע פאר די וועלט מלחמה. א אידל איז ארומגעגאנגען שנארן "פאר אן אלמנה מיט יתומים" ביז איינער האט איהם געפרעגט ווער זענען זיי. האט ער געענטפערט "מיין ווייב און קינדער" ווען מען האט איהם פארגעהאלטן אז ער איז א שווינדלער האט ער געענטפערט "וואס אהרט דיך אז איך לעב?"
גלות יודביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל
ווען איך זעה א אינגל ארום גיין אן קיים שום צעטל, שטעל איך עס אויף די חזקה אז ער נעמט דאס געלט פאר זיך, און איך גיב אים א קוואדער, אדער א דיים, אזויפיל קען איך באשטיין צו געבן פארן אינגל פערזענליך. אויב גייט ער שוין פאר א מוסד, דארף איך מחליט זיין צו איך וויל געבן פאר דעם מוסד, אבער פאר דעם אינגל אליינס, פארוואס נישט.
רבותי לאמיר נישט ווערן פארפירט, די בעסטע מיטל צו אנהעצן מענטשן איז אז מען העצט, דו ווייסט, יענער מאכט מעלאנעס, דער קנאי פון לאנדאן וואס איז א קנאי פון געפיל אויס האט געשריבן אז דער פראבלעם פון חינוך העצמאי איז אז די אנשי האגודה שטאפן זיך אן מיט די געלטער פון די רעגירונג, אויך ביי די פרשה פון סקול דיסטריקט האבען אלע העצערס געהעצט, מען מאכט מיליאנען, מען נוצט עס נישט פאר די קראנקע קינדער, בלא בלא בלא. איך מיין דער עולם דארף אויסהערן דשיגאן וויאזוי ער רעדט זיך אפ אז זיינע חברים זענען אים מקנא און עס קומט צו לאכן ווייל דאס איז די פשוט'ע מציאות וואס פראסקעט אין פנים.
טייערע ניקס, לאמיר זיך פארגינען איינער דעם צווייטען ( אפי א לייק...) יענער האט א שיינע קאר? ער האט געארבעט דערפאר און עס כשר פארדינט, און אפי' דו געפינסט אדער טרעפט א גרויסע מציאה נוץ עס געזונטערהייט! און עס טאר דיר נישט באדערן פ"וו יענער זיצט ביים שיסל און רוקט אריין סחורה, דו וואלסט נישט בעסער געווען, ווייל יעדער איינער ווייסט אז א קעכער וואס איז ביים שיסל איז פעט, און געווענליך ווען איינער האט טענות אז איינער פאקט זיך אן מיט די גרינע און ליארעמעט איבער די שרעקליכע גניבות און אז ס'איז על חשבון הציבור איז זיין טענה הלמאי ער זיצט נישט ביים שיסל, און עס גייט אים גאנץ ווינציג אן די גניבות.

גוטזאגער, אפשר געווענליך זאגסטו גוט, אבער נישט דאס מאל. ווען איינער שאפט געלט פאר צדקה, ווייל ער האט צו דעם א געפיהל, ווייל ער האט רחמנות אויף יענעם, ווייל ער וויל טוהן דעם רצון ה', און ער טוט עס באמת ובאמונה, און ער נעמט אויך פאר זיך אראפ, אפילו ער נעמט א שיינעם פארציע, פיל איך אז עס קומט אים געזונטערהייט. אבער ווען א מענטש וויל האבן אסאך געלט, און דעריבער הייבט ער אן שנארן אויף תולה ארץ, און די גאנצע וועלט איז אים שולדיג, און ער טרעפט שוין דארט עפעס א סיבה אדער צוועק פארוואס און פארוועמען צו שאפן געלט, און דער סוף פסוק איז אז אכציג פראצענט געלט גייט פאר אים אין טאש און אביסעלע טיילט ער פאר צדקה אויך, ווייל ער מוז דאך האבן וואס צו ווייזן, דאס איז שוין אן אנדערע מעשה.
און עס האט נישט צו טאהן מיט נישט פארגינען. איך האלט עס איז גניבה, אונאת דברים און פלעין פשוט נישט אויסגעהאלטן. און איך וויל פאר אזא זאך נישט געבן קיין פרוטה. איך גיב ענדערש דעם פרענק שנארער וועלכער קומט פאר הכנאסאט קאלא, אדער דעם ירושלים'ער איד וועלכער גייט פאר א שווערער מאצאוו, אדער פאר דעם קליינעם אינגל וועלכער לויפט ארום אין שוהל נאך געלט אן קיין צעטל, און נעמט דערנאך די פאר קאוודערס און קויפט א סאדע אדער דעניש אין ווענדינג מאשין.

נאך א פוינט, גוטזאגער.
האסט געזען איינעם זיך אפרעדן אז יענער מאכט געלט? האט איינער געהאט טענות אויף איינער וואס האט א לעגאטימע ביזנעס און מאכט א מאיאנטעק?
די אישו וואס דר'עולם האט דא איז אז יענער קומט וויינען מיט קראראדיל טרערן וועגן זיין וויכטיגע צוועק בשעת ער זיצט על סיר הבשר, ער איז א בנין אב -בויעט הייזער - פאר אלע זיינע קינדער און לעבט א רייכע לעבן אויפן חשבון פונעם עולם'ס רחמנות געפיעלן.

געווענטליך געב איז נישט פאר קיין יונגעל וואס גיין פלעין מיט די הענט, אבער די זעקלעך מיט די פישקעס באקומעט יעדער א קוואדער, אפילו עס איז א מוסד וואס איך האב נישט ליב
איינער ווייסט וואס בקור חולים ד'וויען בקור חולים ד'צעהלים טיען, חוץ א פארטי יעדעס יאר
איינער ווייסט וואס בקור חולים ד'וויען בקור חולים ד'צעהלים טיען, חוץ א פארטי יעדעס יאר
גלות יודביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל
און אז א אידיש יונגל וועט עסן א גוטן סענדוויטש אדער זיין פעיוואריט אייז קריעם ארט דיך? 😂
berlbalagulehגלות יודביזט מודה אז זיי גייען נאך געלט אבי אין די וועלט אריין, איך האב טאקע מחליט געווען איך געב נישט פאר קיין יונגל נאר אויב ער האט א צעטל
און אז א אידיש יונגל וועט עסן א גוטן סענדוויטש אדער זיין פעיוואריט אייז קריעם ארט דיך? 😂
הוא אשר דיברתי...
היימישערגעווענטליך געב איז נישט פאר קיין יונגעל וואס גיין פלעין מיט די הענט, אבער די זעקלעך מיט די פישקעס באקומעט יעדער א קוואדער, אפילו עס איז א מוסד וואס איך האב נישט ליב
איינער ווייסט וואס בקור חולים ד'וויען בקור חולים ד'צעהלים טיען, חוץ א פארטי יעדעס יאר
און ביקור חולים דב"פ ווייסט מען יא? חוץ די קאלירפולע בראשורן מיט די פיקטשערס פון אפיסעס מיט פיילינג קעבינעטס גארנישט.
כ'הער אז מתעסקים האט געפנט א פרישע גאראזש אין וויליאמסבורג
היימישערגעווענטליך געב איז נישט פאר קיין יונגעל וואס גיין פלעין מיט די הענט, אבער די זעקלעך מיט די פישקעס באקומעט יעדער א קוואדער, אפילו עס איז א מוסד וואס איך האב נישט ליב
איינער ווייסט וואס בקור חולים ד'וויען בקור חולים ד'צעהלים טיען, חוץ א פארטי יעדעס יאר
און אהערצושטעלן די טשיז בלינצעס קאסט נישט קיין געלט? דו האסט נישט געהערט אז די פרייז פון טשיז איז לעצטנס גאר שטארק ארויף? די סיבה איז צווייפאכיג. איינס, ווייל פאר האריקעין סענדי איז געווען א טריקעניש , דראו"ט בלע"ז און מ'האט געדארפט קויפן ארטיפישל גראז פאר די קוען. אוון נאכ'ן האריקעין האט מען נישט געקענט צו קומען צו דעליווערן די גראז.
מ'דארף איין זאך וויסן, ווילאנג דער עולם האט הנאה גיט קיינעם נישט אן אז מ'מאכט געלט. איינמאל דער עולם איז נישט נהנה, אדער זיי בלאקן א צווייטן זענען זיי קרימינאלן
שבת של סיגעיט!?
דאס גייט לכאורה פאר די מייזעלס משפחה.
זיי זענען אויך ענטייטעלט.
זיי זענען אויך ענטייטעלט.
קלארכ'הער אז מתעסקים האט געפנט א פרישע גאראזש אין וויליאמסבורג
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/148066">http://www.jdn.co.il/news/148066</a>
ר' יחזקאל ראטה איז געקומען קיין וומ''ס קלאפען מזיזות
גלות איד, איך ווייס נישט אין וועלכע גלות שול דו דאווענסט אז ס'דרייען זיך דארטן אזויפיל אנאנימע פושקעס, אין דעם שול ווי איך דאוון קען איך די מוסדות פון אלע פושקעס וואס גייען ארום, און אויב מאכט זיך אמאל א פושקע וואס איך קען נישט, נעם איך א היי ריסק פון א קוואדער, און איך בין מקיים דעם אין בודקין אחר מזונות.
יצמחפרקנישבת של סיגעיט!?
וואס פאלט דיר ביי אז די תושבים (וואס האבן געהאט גרויס שאדן) באקומען נישט?
גראדע האבעך געהערט פון איינעם וואס וואוינט דארט אז זיי העלפן ארויס צוריק צו שטעלן לעקטער און סטים וואס מ' דארף איבער מאכן אין זייער אסאך הייזער אדער איבעראל
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז א גוטע וועג פון זיך בארעכטיגן צו פארמאכן די האנט פאר אלע צדקה צוועקן אויפאמאל.
א זייטיגע שאלה
פימא באצאלט נישט פאר סיגעיט?
פימא באצאלט נישט פאר סיגעיט?
כמעט אלע ארץ ישראלדיגע ארגאניזאציעס וואס זענען וואילטעטיג, זענען וואילטעטיג פאר זייער טאש אין כבוד.
אנגעהויבן פון אלע מיני הצלות, איחוד הצלה וכו' וכו', אלע קופת העיר מיט ועד הצדקות, איך זאג עס וואו איינער וואס וואינט אין ירושלים א חלק פון יאר פאר ארבעט.
די אלע מניינים ביי קבר רחל, ביים כותל כדי מוצא צו זיין די וואס קענען אהין נישט גיין, מירון. עמוקה. הושע בן בארי. בני בתירא און אחשורוש.
ביי רוב קברים זענען דא מניינים יעדן טאג, אבער נישט פון די קאמפעניס וואס נעמען געלט פון די אידן אין אמעריקע, נאר פשוטע אידן וואס וואינען אין ירושלים אדער טוריסטן, וואס קומען מתפלל זיין פאר זיך פאר די משפחה.
די אלע רשב"יס זענען דארט ווען מ'דארף זיי האבן? ווער עס וועט אהינגיין א גרינע דינסטאג, וועט ער גארנישט טרעפן פון קיין איינע פון די אלע ארגאניזאציעס.

שרייבערא זייטיגע שאלה
פימא באצאלט נישט פאר סיגעיט?
מסתמא צאלט פימא יא, אבער פימא האט רעגולאציעס, צב"ש איינער וואס געהאט אינשורענס אויף 5000 דאללאר, און זיין שאדן איז געווען 100,000, ווער ער נישט קיין סאך באקומען פון פימא, ווייל ער האט אינשורענס, אויסער דעם צאלט נאר פימא א קליינע טייל, די אלע בלייבן נעבעך מיט גרויסע לעכער.
לויט דא איז געבליבן סך הכול 130 אידן אין גאנץ תימן אנשים נשים וטף. אינטרעסאנט וויפיל אידן מאכן פרנסה אויף זייער ריקען. די סוכנות היהודית לייזט שיין איין, די פרומע ארגאניזאציעס אין ניו יורק און לאנדאן מאכן אויך שיין פרנסה. העיקר אז אידן מאכן געלט.
איך אויךלויט דא איז געבליבן סך הכול 130 אידן אין גאנץ תימן אנשים נשים וטף. אינטרעסאנט וויפיל אידן מאכן פרנסה אויף זייער ריקען. די סוכנות היהודית לייזט שיין איין, די פרומע ארגאניזאציעס אין ניו יורק און לאנדאן מאכן אויך שיין פרנסה. העיקר אז אידן מאכן געלט.
לכאורה זענען זיי געבליבען דארט אז אפאר הונדערט אידען זאלען אויף זיי מאכען געלט..