☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ביזנעסער פארמאסקירט ווי חסד ארגאניזאציעס.

ביזנעסער פארמאסקירט ווי חסד ארגאניזאציעס.

116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1406
בלאט: 1 2 3

gehlungen » מיטוואך פעברואר 20, 2013 8:28 am

· #89069
געפילטע פיש
נאך א פוינט, גוטזאגער.
האסט געזען איינעם זיך אפרעדן אז יענער מאכט געלט? האט איינער געהאט טענות אויף איינער וואס האט א לעגאטימע ביזנעס און מאכט א מאיאנטעק?
די אישו וואס דר'עולם האט דא איז אז יענער קומט וויינען מיט קראראדיל טרערן וועגן זיין וויכטיגע צוועק בשעת ער זיצט על סיר הבשר, ער איז א בנין אב -בויעט הייזער - פאר אלע זיינע קינדער און לעבט א רייכע לעבן אויפן חשבון פונעם עולם'ס רחמנות געפיעלן.

But its very interesting most (not all )that work in moisdes or in big chesed organizations "zeetzen bom sheesel " are really WELL OFF. House cars summerhouse etc . Doesn't that alert a bell ??

יאסעלע וואסער טרעגער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 9:53 am

· #89480
דער אייבישטער זאל העלפן אז קיין איין יוד זאל נישט דארפן אנקומען צו קיין איינס פון די אלע ארגענעזאציס.

אבער וואס איז בכלל די גאנצע שמיעס? מוז מען טאקע דא מאכן א נעגעטיווקייט פון יעדע שיינע זאך וואס אינזער היימישער עולם טוט?
די פאקט איז אז רוב ארגענעזאציס העלפן ארויס אחינו בני ישראל וואס טויבלען זיך נעבעך און צרות.

למשל אויב האט חי לייפליין געהאלפן איין זיסע שעפעלע וואס מיטשעט זיך נעבעך מיט די ביטערע מחלה, זאלן זיי זיך פאקען מיליאנען און די אייגענע טאש, זיי העלפן ארויס שווערע הונדערטער יודן וואס וואלגערן זיך פאר יסורים, פון מיר אויס זאל די בעל הבית מאכן א ביליאן דאללער א יאר.

אויב געפעלט איינעם נישט אז זיי מאכן געלט דאן ווען זיי אדער אן אנדערע ארג. מאכט א קאמפיין פאר געלט איז קיינער נישט מחייב צו געבן אויב וויל ער נישט, אבער סתם זיצן און אראפרייסן ארגענעזאציעס איז א רשעות פאר די יודן וואס געניסען דערפון...

קרעקער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:35 am

· #89490
נישט גערעכט
געלט וואס די באלעבתים פון די ארגענעזעשאנס מאכען קומט אויפן חשבון פין אפגעהארעוועטע יודען וואס פלאגען זיך אדערכצושטיפען דעם טאג און געבען עס בתמימות מיינען אז סגייט פאר קראנקע קינדער ביזדערווייל גייט עס אין טאש פון יחידים וואס ראנען די ארג.
דו ווייסט וואס א משפחה מאכט מיט ווען זיי האבען א קינד מיט די מחלה? די טאטע קען נישט ארבעטען און אין הויז גייט מען אויס פאר א דאלער צו צאלען גראסערי, קומט א שיינע טשאקלאד ערעינזשמענט פון חיה לייפליין, קאמ אן אויב סאיז דא געלט טייל געלט וואס די משפחות דארפען שטארק
די זעלבע איז מיט אלע אנדערע ארגאנעזעשאנס וואס מענטשען האבען געפענט צו האבען פרנסה דערפין זיי מאכען וועידזשעס פין הונדעטער טויזענטע דאלער און געבן טשאקלאד מיט ניסלעך פאר דע וואס ליידען
דעס איז די חילוק צווישן בוני עולם און עיטיים, שלמה באכנער נעמט נישט קיין וועידזש ער איז דא צו טיילען געלט פאר באדערפענדע, דער אנדערע זיצט דארט אויף א וועידזש, די זעלבע איז די חילוק צווישען לאסורים וואס קיינער נעמט נישט קיין וועידזשעס אלע זענען וואלאנטירען און זיי טיען אויף א געוואלד, און דרור וואס האט זיך געפענט צו געבען פרנסה פאר אפאהר יונגעלייט און העלפען קיינעם נישט

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:40 am

· #89492
קרעקער

חי לייפליין הייסט טאקע א זייער רייכע ארגענאזציע וואס טיט ווייניג לפי ווי סאך געלט ער מאכט, אבער וואס זענען דיינע מסקנה'ס וועגן בוני עולם-איטיים און לאסורים דרור?
די ווארפסט הנחות? בוני עולם האט א שיינע שטאב ארבעטער וואס מאכן הערליך פרנסה. שלמה באכנער האט פערצופאל א גוטע ביזנעס און ער האט עס נישט געוואלט אויפגעבן, און שאולי ראוזן פון אי טיים טאר נישט ארויסנעמען א וועידזש?
וואס טוט לאסירים אויף? פארוואס זאגסט אז דרור העלפט קיינעם נישט זיי העלפן אסאך אסאך ארעסטאנטן און משפחותיהם, און פארוואס זאגסטו אז דרור איז פרנסה, ווער זיצט אויף א וועידזש אין דרור?
עס זעהט אויס ווי די האסט אדזענדעס און טרייסט צו שפילן כאילו די ווייסט פשוט

קרעקער » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:00 am

· #89503
איך נעם אחריות אויף וואס כזאג
אוודאי איז דא אין א ארגאנעזעשאן ארבייטערס, זיי פארדינען אבער ווי א געהעריגע ארבייטער אין א ביזנעס, אבער אויב די באלעבתים פון די ארגאנעזעשאן זיצען אויף דע קאסע און נעמען ארויס בערג געלט איז א פראבלעם, דע פאקט איז באכנער נעמט נישט קיין פעני שאולי רויזען יא, בוני עולם טיילט געלט און עיטיים טיילט פיינע עצות און עדווייס//// אין לאסורים מאכט נישט האלענדער קיין פעני, און אויך אלע ארבייטער דארט זענען וואלאנטירען, זיי געבען אוועק פין זייער אייגענע צייט שעות צו גיין באזוכען יעדען טאג פין יאהר {פורים יום כיפור און ראש השנה} אין תפיסות און טוען אויף א געוואלד, דרור זיצט מענדלאוויטש און לאבין אויף וועידזשעס און כווייס נישט וואס זיי טוען אויף, זיי קלעימען אז זיי האבען א כולל אין דזשעיל.....

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:08 am

· #89506

פערצופאל האלט איך מיט א משפחה וואס די טאטע זיצט אין דזשעיל וואס סיי די טאטע באקומט געלט פון דרור אין דזשעיל פאר די כולל לימודים וואס ער לערנט דארט, סיי די משפחה באקומט געלט ימים טובים און ווען זיי בעטן און זיי האלטן מיט שבתוןס און מסיבות וואס דרור מאכט מחזק צו זיין און דרור האט זיי געהאלפן מיט די לויערס אוון ממש אלעס זיי לעבן מיט דרור
און כמיין אז לאבין מאכט פרנסה פון שרייבן, ער איז דאך א מצליחדיגע שרייבער און ער איז א וואלונטיר פאר דרור מענדלאוויטש וווייס איך נישט

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:15 am

· #89509
יא. די משפחה איז מיר נאנט, דער טאטע זיצט אין פארט דיקס (ניין נישט סאמעט, סאמעט זענעו אויך גרויסע חסידים פון דרור, אבער כ'רעד פון אן אנדער משפחה) און כ'ווייס אויך אז לאבין האט פרנסה פון שרייבן ער שריבט אין שטערן און איז דער מארקעטער און שרייבער פון אסאך מוסדות

עסן עסט'זיך » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:20 am

· #89511
קרעקער זאגט כווייס נישט ווואס זיי טוען אויף, סאו ווייסט ער נישט איך ווייס יא

הדד בן בדד » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 12:16 pm

· #89522
איך קען דרייען דעם שמיטשיק פארקערט, איך האב שוין געהערט אסאך טענה'ען קעגן בוני עולם און דוקא פאר עיטיים, איך האב געהערט פון מענטשן וועלכע זענען אין דעם מצב וועלכע שווערן זיך ביי עיטיים, און דוקא פון באכנער מיט בוני עולם זענען זיי גארנישט אזוי ענטציקט.

ווידער האב איך אמאל אליינס גערעדט מיט א מנהל פון אן ארגאניזאציע וועלכער איז מיר א שטיקל קרוב און ער האט געוואלט איך זאל אים העלפן האט ער מיר משיח לפי תומו פארציילט פון זיינע מורא'דיגע פעולות און וואס עס קאסט אים, און איך בין שאקירט געווארן צו הערן פון זיין אייגענעם מויל ווי ער מאכט פורים פון דעם גאנצן שטאט...

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:20 pm

· #89569
הדד בן בדד
איך קען דרייען דעם שמיטשיק פארקערט, איך האב שוין געהערט אסאך טענה'ען קעגן בוני עולם און דוקא פאר עיטיים, איך האב געהערט פון מענטשן וועלכע זענען אין דעם מצב וועלכע שווערן זיך ביי עיטיים, און דוקא פון באכנער מיט בוני עולם זענען זיי גארנישט אזוי ענטציקט.

ווידער האב איך אמאל אליינס גערעדט מיט א מנהל פון אן ארגאניזאציע וועלכער איז מיר א שטיקל קרוב און ער האט געוואלט איך זאל אים העלפן האט ער מיר משיח לפי תומו פארציילט פון זיינע מורא'דיגע פעולות און וואס עס קאסט אים, און איך בין שאקירט געווארן צו הערן פון זיין אייגענעם מויל ווי ער מאכט פורים פון דעם גאנצן שטאט...

איך פארשטיי נישט וואס איז די פארגלייך? בוני עולם איז די עיקר צו העלעפן מיט דאקטורים און געלט , און עיטיים איז די עיקר חיזוק און עדווייס, נישט אזוי?

הדד בן בדד » דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 2:22 pm

· #89571
נישט אינגאנצן, איך בין נישט באקאנט צופיל מיט די פאליטיק דארט, אבער איך ווייס עס איז געווען אסאך פאליטיק צווישן די צוויי

רויטע וואנצעס » מאנטאג מאי 26, 2014 6:34 pm

· #202672
עיטיים איז עפעס זייער שטיל די לעצטע צוויי יאר. וואס איז פשט?

פאלשע פיש » מאנטאג מאי 26, 2014 7:53 pm

· #202677
איך ווייס נישט ווי דו דרייסטעך, אבער דעם פארגאנגענעם ווינטער האבען זיי איבערגדרייט א וועלט מיט זייער סיום הש״ס

BLOOMINGBURG NY » מאנטאג מאי 26, 2014 10:36 pm

· #202728
Deror does as follow they drive up family to visit in jails and they make a shabbaton ones a year za hu and trust me I have family in ottisvile they don't give a penny to anyone labin and mendlowits and stein are living of the $ they shnor

איחוד פעלד » מאנטאג מאי 26, 2014 11:34 pm

· #202739
קרעקער
איך נעם אחריות אויף וואס כזאג

דע פאקט איז באכנער נעמט נישט קיין פעני שאולי רויזען יא, בוני עולם טיילט געלט און עיטיים טיילט פיינע עצות און עדווייס

בנוגע עיטיים, זיי האבען מדריכים וואס זיי באצאלען, אבער זיי האבען גאר אסאך מתנדבים וואס העלפען ארויס, און ער באדט זיך נישט אין קיין געלט, ער באצאלט זייער שוואך פאר ארבייטער, נישט אין צייט און נישט אסאך, ווען ער באדט זיך אין געלט וואלט דער מוסד מער געטוהן.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 27, 2014 1:15 am

· #202766
BLOOMINGBURG NY
Deror does as follow they drive up family to visit in jails and they make a shabbaton ones a year za hu and trust me I have family in ottisvile they don't give a penny to anyone labin and mendlowits and stein are living of the $ they shnor

איך ווייס פון דער נאנט וואס דרור האט אויפגעטון גדולות ונצורות.
בלאט: 1 2 3