☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #13966

אשכול אן א טיטל #13966

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13966
בלאט: 1 2

— » זונטאג יוני 21, 2020 9:54 am

· #452307

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 21, 2020 10:10 am

· #452310
וויבאלד תורה איז אן אנדערן פאך ווי ווסענשאפט, איז נישט מעגליך צוצושטעלן תורה צו אנדערע וויסענשאפטן.

די תורה איז דאך אלס געבויט אויף פריערדיגע, ממילא זוכט מען לכתחילה נישט קיין חידושים.

אבער לגופו של דבר, האט דער רמב"ם ערפינדן א נייעם סארט מהלך אין מסיק זיין א סוגיא, מיט די מסקנות להלכה אן די פלפול, און בתוך דקדוק הלשון ווערט אויסגעשמועסט די עומק כוונת הענין. מ'האט זיך געדינגן אויף אים, אבער היסטאריא האט באוויזן אז דער עולם האט צוגעשטימט.

דער אריז"ל האט געברענגט א חידוש צו דער וועלט, וואס מ'האט שפעטער אנגענומן.

דער בעל התניא האט געברעגט א חידוש אין פנימיות התורה, אבער דער וועלט האט עס בכלל נישט אנגענומן אחוץ ביי זיין נאכפאלגער.

אחוץ דעם איז דא אסאך נתפעל ווערן פון די חכמה פון גדולי הדורות, אבער נישט פון זייער חידושים, ווייל חידושים איז נישט וואס מיר זוכן.

מיגו כח הטענה איז גארנישט באשטעטיגט, און לאו דוקא אזא חידוש........................

לייבל שטילער » זונטאג יוני 21, 2020 10:49 am

· #452312
די רוגוצובער מיט'ן אפלערנען די גאנצע יד החזקה לויט'ן מורה נבוכים איז לדעתי א ריזן חידוש וואס איז אמת.

לבונה זכה » זונטאג יוני 21, 2020 11:33 am

· #452314
דער תרומת הדשן אלס דער מחולל פון דעם היינטיגן מכירת חמץ סיסטעם, ווי אויך דער היינטיגער היתר עיסקא (פארשטענדליך ווי יעדע זאך אין הלכה, געבויט אויף פריערדיגע). מ'קען זיך נישט פארשטעלן א וועלט פון פרומע אידן אן די צוויי הערמות.

לבונה זכה » זונטאג יוני 21, 2020 11:39 am

· #452315
ר' משה פיינשטיין מיט זיינע אויפטוען אין הזרעה מלאכתית. טראץ די שארפע קעגנערשאפט, האט זיין בכלל ארומטוען אין דעם נושא, געהאלפן ברענגן אזא ארגאניזאציע ווי בוני עולם וכד' לידי מעשה

פאליטיקאנט » זונטאג יוני 21, 2020 11:48 am

· #452317
ר' מיכאל בער ווייסמאנדל מיט'ן אויפקומען מיט די מהלך פון יעדע זיבעטע אדער 49סטע אות אינעם תורה צו טרעפן פארשידענע רמזים.

כאטש דאס איז נישט מחשבה להלכה, איז עס אינגאנצען א נייע דרך אין רמז!

מיימון » זונטאג יוני 21, 2020 11:51 am

· #452318
ר' יהודה חיוג' אבי המדקדקים מיט'ן געדאנק פון שורש משולש. ד.ה. (כמעט) יעדער שורש אין לשה''ק באשטייט פון דריי אותיות לא פחות ולא יותר. פונקט ווי פ-ק-ד איז קלאר דאס זעלבע צ-ו-ה איז די ה' א חלק פונעם שורש לויט דעם שטימען אלע משקלים און בנינים אין לשה''ק הדק היטב. (כמעט). איך ווייס נאר נישט צו דקדוק איז תורה..

צפור בודד » זונטאג יוני 21, 2020 12:24 pm

· #452320
אין הנדון דומה לראיה און מען דארף פארשטייין אויף וואס מען ענטפערט.

אין וויסנשאפט ווי מאטעמאטיקע, פיזיקס, מעדיצין האט מען ערפונדן פאקטן און מעטאדן וואס האבן אויפגעשאקלט אונזער פארשטאנד פון דער וועלט און נאטור.

אין 'יומאניטיס' וואס תורה קומט אונטער דעם, איז נישטא אזא פארגלייך. אין קונסט איז דא שעפערישקייט און שיינקייט אין קונסט, מוזיק, שרייבן וואס זענען חידושים לויט זייער זמן און צייט אבער נישט פאקטן ווי ניוטאן. אין פילאזאפיע איז דא די וואס קומען אויף מיט טיפע פראגעס און רעיונות, זיי זענען אבער אויך נישט ווי וויסנשאפט וואס מען קען אבזערווירן און פעסטשטעלן מיט עווידענס.

ווייטער אין געזעץ אדער יוריסטישע שטודיעס, וואס חכמת התורה קומט על פי רוב אונטער דעם, איז נישטא אזא פארגלייך. סברות קען יעדער זאגן לכאן ולכאן. אין געזעץ ווערט פאררעכענט פאר א בעל מחדש בדרך כלל אדער א רעפארמער וואס קאמפיינט פאר א טויש אין געזעץ וואס איבער די יארן איז יעדער מודה אז ס'איז דא דערין אן בעסערונג לטובת החברה, אדער אן אדוואקאט אדער א ריכטער וואס טענה'ט אדער באשליסט אזוינע מהלכים אין געזעץ.

לגבי חכמת התורה איז דא סיי דער עלעמענט פון געזעץ ווען ס'ווענדט זיך אין הלכה און סיי פון ליטעראטור, ווי דרוש און אפילו לומדות וואס זענען נישט וויסנשאפטליכע פאקטן און אויך נישט יוריסטישע תקנות נאר פונדעסטוועגן זענען זיי משמחי לב.

ממילא קומט די שאלה אויף צוויי חלקים:
לגבי תקנות, קומען אריין פרוזבל, קביעת המועדים, חדרב"ג, תקנת טוליטולא, ר' משה פיינשטיין לגבי חלב עכו"ם און נאך. עס איז אויך לאו דווקא תקנות נאר אויך די וואס טרעטן אויס נייע מהלכים ווי ר' חיים, חזון איש וכדומה. אין די לעצטע יארן זענען דא ווייניגער פון ביידע און איבערהויפט פון תקנות און צו דעם דארף מען א באזונדערע אשכול.
לגבי חלק הספרות, זענען דא אין דרוש ספרים ווי כלי יקר, אין לומדות ווי ר' חיים, מהרש"א אויף פרשנות, קבלה, חסידות, פילאזאפיע ווי דער מורה, עקדה און נאך אן א שיעור. פאעזיע זענען דא פיוטים פון די באקאנטע משוררים. יעדער האט זיך זיין טעם אבער דאך זענען דא אוניווערסאלע ווי די דערמאנטע.
און עס זענען אויך דא ריזן וואס זענען מקיף ביידע, ווי יד החזקה, חזון איש און אסאך אינצווישן.

צוריק צום שאלה, איז נישט שייך ביי תורה ערפינדונגען ווי אלקימידעס, אדער ניוטאן, איינשטיין, טעסט טיובס, די ען עי ווייל מיר האנדלען מיט סברות נישט אבזערוואציעס. פלעיטאו און סאקרעטיז האבן אויך נישט "מחדש" געווען אין דעם זינען. אירסטאטל איז אנדערש וויבאלד ידיו רב לו סיי אין סייענס און סיי אין פילאזאפיע ואכמ"ל.

אישתישבי » זונטאג יוני 21, 2020 12:25 pm

· #452321
ר' חיים'ס גברא חפצא, סיבה סימן ועוד.

דער ראגאטשאווער'ס חילוק פין איכות און כמות, תואר און צורה, עצם און תואר.

לאמיר נישט פארגעסן פין די שלש שבועות אז זיי זענען יהרג ואל יעבור.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 21, 2020 12:38 pm

· #452322
איך וואלט געזאגט אז דער משנה ברורה מיט זיינע נושאי כלים. ווי דער ביאור הלכה און שער הציון. נאר איך האב מורא אז דער חשוב'ער פותח האשכול וועט מיך מעקן. אדער סטראשען מיט מעקן. ווייל לויט ווי איך זעה האט מען ווייניג רעספעקט און נאך ווייניגער הערכה פאר דעם מאנומענטאלן חשיבות פון דעם געוואלדיגן פירוש אויף שו"ע אורח חיים.

לפענ"ד. (און מיין טאטע ע"ה האט אויך אזוי געהאלטן) איז דער משנה ברורה אזא היקפ'דיגער פירוש אויף דעם מחבר ונושאי כליו אז ווען מ'לערנט דאס פריער. און נאכדעם לערנט מען משנה ברורה (וביאור הלכה) פאלט אלעס אריין אין פלאץ. און אפילו די פוסקים/אחרונים וואס דער בעל משנ"ב ברענגט אראפ.

און פון די אנדערע זייט. קענמען עס לערנען פשוט. נאר לערנען מחבר און משנה ברורה. און מ'האט אויך גרונטליכע ידיעות איבער די הלכות למעשה...!

נהורא נפישא » זונטאג יוני 21, 2020 12:43 pm

· #452323
זינט פאר גדולי ישראל האט בעיקר געפלאגט הלכה'דיגע פראבלעמען איז זייער גאנצע גאונות אריין אין לומדות צו לייזן פראבלעמען אין הלכה. נאר אזויווי אין א געים אין וואס מ'דארף לייזן פראבלעמען אין לאגיק לויט די כללים וואס די געים לויטעט, וועט אבער א ציקוקער נישט אפרישיעטן די גאונות נאר אויב ער פארשטייט די געים און אירע פראבלעמען דאס זעלבע אין הלכה דארף מען זיין א למדן כדאי צו אפרישיעטן די גאונות אין פארצווייגטע הלכה'דיגע פראבלעמען . באקאנט זענען די מכירות לייזונגען פאר שבת, חמץ, שמיטה, בכור. היתר עיסקא. אין די גמרא איז פארהאן לייזונגען פון הפקעת קידושין און הפקר בי"ד הפקר, על תנאי אבער אין גמרא איז שווער צו אפרישיעטן וועגן די געפיל פון הם אמרו והם אמרו. אבער גאונישע לעזונגען פאר הלכה פראבלעמען עקזעסטירט אין די ספרי השו"ת למאות ולאלפים.
דערנאך איז דא אנדערע פראבלעמען וואס האבן מעסיק געווען גדולי ישראל ווי למשל נאנטצוברענגן די דרש מיט די פשט וואס האט געפלאגט גדולי ישראל זייט די אויפבליה פון חכמת הדקדוק אין דעים איז דא פארשידענארטיגע מהלכים, למשל די קריעטיוועטי פונעם רמב"ן על התורה איז לאין ערך. נעמט למשל די מלבי"ם וואס האט מיט זיין גרויס גאונות געשאפן כללים אין חכמת הדקדוק וואס זאל מכריח זיין די דרש. וכהנה וכהנה נעמט די ארבעט פונעם משך חכמה וואס האט צוזאמגעברענגט מחשבת ישראל מיט פנימיות הלכה אין די דקדוק הפסוקים.

לייבל שטילער » זונטאג יוני 21, 2020 12:44 pm

· #452324
אישתישבי
ר' חיים'ס גברא חפצא, סיבה סימן ועוד.

דער ראגאטשאווער'ס חילוק פין איכות און כמות, תואר און צורה, עצם און תואר.

לאמיר נישט פארגעסן פין די שלש שבועות אז זיי זענען יהרג ואל יעבור.


גברא חפצא איז ווייט נישט ר' חיים'ס חידוש, די גמרא (נדרים ב.) ראשונים (ר"ן שם י"ז י"ח. ועוד) רעדן שוין דערפון.
די עיקר חידוש פון ר' חיים איז לכאורה, דאס צונעמען אזאך אויף פיצלעך, וואס מ'רופט אן "צוויי דינים".
סימן סיבה, האב איך נישט געוויסט אז ס'איז ר' חיים'ס, איך האב עס געזעהן ביי הרב עמואל אין 'המידות לחקר ההלכה', (אגב, זיין מהלך איז א גרויסער חידוש, ווערד א באזונדערע אשכול). כאטש וואס ער איז געווען א תלמיד פון ר' שמעון שקאפ וואס איז א תלמיד פון ר' חיים.
כלפי דער רוגטשובער: אזוי ווי דו זאגסט, דאס נעמען פילעזאפישע מושגים אויף אפצוטייטשען די גמ' און דער רמב"ם, זעה אויבן.

לייבל שטילער » זונטאג יוני 21, 2020 12:46 pm

· #452325
בערל: די משנ"ב/שעה"צ/ביה"ל איז אפשר א קונסטליכע ווערק, אבער פ"וו חידוש?

לייבל שטילער » זונטאג יוני 21, 2020 12:51 pm

· #452326
נהורא נפישא
נעמט למשל די מלבי"ם וואס האט מיט זיין גרויס גאונות געשאפן כללים אין חכמת הדקדוק וואס זאל מכריח זיין די דרש. ו .

איך וויל נישט אוועק קריכען פונעם נושא, אבער די מלבי"ם'ס מהלך אויף דרשות חז"ל איז 'כמעייל פילי במחטא', זעה ספר תורה שבע"פ פון הרב יהושע עינבל פאר א לענגערע אפהאנדלונג בנוגע דעם.

נהורא נפישא » זונטאג יוני 21, 2020 1:02 pm

· #452327
לייבל שטילער
נהורא נפישא
נעמט למשל די מלבי"ם וואס האט מיט זיין גרויס גאונות געשאפן כללים אין חכמת הדקדוק וואס זאל מכריח זיין די דרש. ו .

איך וויל נישט אוועק קריכען פונעם נושא, אבער די מלבי"ם'ס מהלך אויף דרשות חז"ל איז 'כמעייל פילי במחטא', דעה ספר תורה שבע"פ פון הרב יהושע עינבל פאר א לענגערע אפהאנדלונג בנוגע דעם, (ער טענה'ט אז די מהלך פונעם מלבי"ם איז א שיטת יחידאה און די ראשונים האבן בכלל נישט אזוי פארשטאנען)

נו אוודאי אזוי. דאס מיינט א חידוש. אין א מדע מדוייק איז שייך צו אנדעקען די באהאלטענע מאכאניזמן אבער אין תורה און להבדיל איטעלעקטואלע נושאים איז נישט אז מ'אנדעקט נאר מ'שאפט. די מלבי"ם איז טאקע א ניי געשאפענע זאך והייני דאהני ליה אז דאס איז גאונות אין קריעטיוועטי נישט אנדרעש ווי די מעטדאלאגיע פון ר'חיים'ס דרך הלימוד וואס איז אויך א דבר חדש אשר לא שערום אבותינו. און אז מ'וויל דוקא קען מען טענהן אז חכמת הדקדוק איז ניי און הגם עס איז מוכרח אין שפראך און אין די כללים פון ווערטער באנוץ אין די כתבי הקודש. מוז מען אבער מודה זיין אז חז"ל האבן נישט אנערקענט די כללים.
ממילא צו זאגן אז מלבי"ם טוט עפעס אומדערהערט און אין די זעלבע צייט האלטן אז חז"ל האלטן זיך צו כללי הדקדוק און נישט געבן א געלעגנהייט פאר קיינעם דאס צו פארגלייכן דאס איז אומדערהערט.

לייבל שטילער » זונטאג יוני 21, 2020 1:08 pm

· #452329
דערמאנטס מיר פון עפעס א פרופסר (דענק איך נישט ווער) וואס האט זיך אויסגעדריקט אויפ'ן "דורות ראשונים" פון הרב אייזיק הלוי, וזל"ק:
"בדבריו יש בהם משום חידוש ומשום אמת, הבעיה היא: שמה שיש בו משום חידוש איננה אמת ומה שאמת איננה חידוש", בערך אזוי.

נהורא נפישא » זונטאג יוני 21, 2020 1:10 pm

· #452330
יא אבער היסטאריע איז דאך אנדרעש.

לייבל שטילער » זונטאג יוני 21, 2020 1:13 pm

· #452331
נהורא נפישא
לייבל שטילער
נהורא נפישא
נעמט למשל די מלבי"ם וואס האט מיט זיין גרויס גאונות געשאפן כללים אין חכמת הדקדוק וואס זאל מכריח זיין די דרש. ו .

איך וויל נישט אוועק קריכען פונעם נושא, אבער די מלבי"ם'ס מהלך אויף דרשות חז"ל איז 'כמעייל פילי במחטא', דעה ספר תורה שבע"פ פון הרב יהושע עינבל פאר א לענגערע אפהאנדלונג בנוגע דעם, (ער טענה'ט אז די מהלך פונעם מלבי"ם איז א שיטת יחידאה און די ראשונים האבן בכלל נישט אזוי פארשטאנען)

די מלבי"ם איז טאקע א ניי געשאפענע זאך והייני דאהני ליה אז דאס איז גאונות אין קריעטיוועטי נישט אנדרעש ווי די מעטדאלאגיע פון ר'חיים'ס דרך הלימוד וואס איז אויך א דבר חדש אשר לא שערום אבותינו.

ר' חחים'ס מהלך איז מער טערמענלאגיע ווי מעטדאלאגיע, לדעתי.
מחדש געווען טערמינען וויאזוי צו באצייכענען זאכען ובכן אוועקנעמען צומישניש. אזויווי אמאל האבן אלע חכמות געהייסען "פילעזאפיע" (אוהב חכמה) שפעטער האט מען געגעבן נעמען פאר יעדע חכמה, דאס מיינט אבער נישט אז ס'איז נישט געווען, משא"כ די מלבי"ם.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 21, 2020 1:15 pm

· #452332
לייבל שטילער
בערל: די משנ"ב/שעה"צ/ביה"ל איז אפשר א קונסטליכע ווערק, אבער פ"וו חידוש?

ווייל קיין איין מלקט פאר איהם (מיט זיין זון) האט נאכנישט צוזאמענגעברענגט די אלע מפרשי השו"ע ופוסקים לפונדק אחד. און צוגעלייגט זיינע אייגענע הכרעות...!

ליין די הקדמה פון בעל משנ"ב אליין. עיין שם ותמצא נחת...!

נהורא נפישא » זונטאג יוני 21, 2020 1:23 pm

· #452333
לייבל שטילער
נהורא נפישא
לייבל שטילער
נהורא נפישא
נעמט למשל די מלבי"ם וואס האט מיט זיין גרויס גאונות געשאפן כללים אין חכמת הדקדוק וואס זאל מכריח זיין די דרש. ו .

איך וויל נישט אוועק קריכען פונעם נושא, אבער די מלבי"ם'ס מהלך אויף דרשות חז"ל איז 'כמעייל פילי במחטא', דעה ספר תורה שבע"פ פון הרב יהושע עינבל פאר א לענגערע אפהאנדלונג בנוגע דעם, (ער טענה'ט אז די מהלך פונעם מלבי"ם איז א שיטת יחידאה און די ראשונים האבן בכלל נישט אזוי פארשטאנען)

די מלבי"ם איז טאקע א ניי געשאפענע זאך והייני דאהני ליה אז דאס איז גאונות אין קריעטיוועטי נישט אנדרעש ווי די מעטדאלאגיע פון ר'חיים'ס דרך הלימוד וואס איז אויך א דבר חדש אשר לא שערום אבותינו.

ר' חחים'ס מהלך איז מער טערמענלאגיע ווי מעטדאלאגיע, לדעתי.
מחדש געווען טערמינען וויאזוי צו באצייכענען זאכען ובכן אוועקנעמען צומישניש.

זייער שווער מגדיר צו זיין ווען מ'רעד אבסטראקט. די מעטאדאלאגיע זיינע איז צו מנתח זיין א הלכהדיגע הגדרה מיט נייע געשאפענע כלים דהיינו מיט א טערמינאלאגיע פון נייע לומדישע הגדרות אויף אן אופן וואס מ'האט זיך נישט באנוצט ביפאר אים און ס'איז נישט ווי ער האט "אנדעקט" א מוכרחדיגע מעטאדאלאגיע וואס ער האט נאר מצליח געווען דאס מסדר זיין מיט נייע לומדישע טערמאנאלגיע. נאר ער האט דאס קלאר "געשאפען" אלס א דרך הלימוד.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 21, 2020 1:26 pm

· #452334
די אויפוואכונג פונעם ראדזינער איבער תכלת, און די הלכה למעשה'דיגע אויפטוען פון הרב יצחק אייזיק הלוי הרצוג זצ"ל. רב הראשי אשכנזי השני בישראל.

אנגעהויבן האט עס טאקע דער ראדזינער און ס'קומט עם אסאך קרעדיט דערפאר, נאר אזוי ווי הרב הרצוג, איז געווען דער וואס האט עס למעשה צוגעפירט צו די ריכטיגע תכלת וואס ווערט געטראגן היינט צו טאגס ביי רוב אידן (וואס טראגן תכלת) במילא קומט זיך עם די עיקר קרעדיט, הכל הולך אחר החיתום.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 21, 2020 1:30 pm

· #452335
אויף דער בריסקער דרך הלימוד - דא

און דא האב איך געשריבן ווי קליין איז די חידוש פון ר' חיים

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 21, 2020 2:03 pm

· #452354
[ציטאט אראפגענומען]


חדא מתורצת בחברתה. דער חידוש איז דאך מבואר אין די ראשונים וואס מוזן אזוי האלטן, אזש מרוב פשיטותו האט מען עס נישט אויסגערעדט. ממילא קען מען נישט זאגן אז ר' אלחנן איז אויפגעקומן מיט א חידוש און דערנאך איז ליכטיג געווארן. און לויט די חולקים, איז עס דאך בכלל נישט אמת און באלייכט נישט.

calculator » זונטאג יוני 21, 2020 2:31 pm

· #452361
די חשבון פון קידוש החודש פון רמב"ם ובפרט די חשבון פון די מולד אמיתי.

פאליטיקאנט » זונטאג יוני 21, 2020 3:01 pm

· #452367
[ציטאט אראפגענומען]


יא אין אסאך אנדערע טעקסט קען מען געפונען זאכן, אבער אין די תורה האט זיך עס אויפגעוויזען צו זיין זייער עפישענט און אקוראט!

אבער דאס איז טאקע זיכער אז עס א חידוש וואס ער איז אויפגעקומען דערמיט (כאטש ער אליין האט גע'טענה'ט אז ער האט עס גענומען פון פריערדיגע אזויווי די רמב"ם.....), נאכפאר די קאמפיוטער איז פארשפרייט געווארן און אזוינע זאכן זענען געווארן באקאנט.

כוכב » זונטאג יוני 21, 2020 3:12 pm

· #452370
די גאנצע צוזאמשטעל איז אביסל פראבלאמאטיש ווייל ווי קען מען פארגלייכן טעאלאגישע געדאנקען אין עולם המושכלות, צו פיזיקס, סייענס אדער מעדעצין ווי דערגרייכונגען זענען מער ממשות'דיג און האבן פאקטישע השלכות אויף מענטשנס לעבן.

אבער אין עולם המחשבה איז זיכער דא גדולי ישראל וואס האבן געעפנט נייע דרכים אין לערנען. דער כלל הגדול איז אז גארנישט פאלט נישט פון הימל, און די תורה, ווי להבדיל יעדע חכמה איז פרה ורבה, און יעדן סארט דרך אין תורה והשכלה וואס מיר האבן היינט, בכל חלקי פרד"ס התורה, איז געווען א מענטש פון פלייש און ביין וואס האט עס אנגעהויבן און אנדערע האבן עס מפתח געווען ביז מיר טרעפן זיך היינט מיט אזא קאלירפולע אוצר הספרים מיט אזויפיל דרכים און מהלכים און גוונים בכל שערי פשט רמז דרוש סוד.
בזמנינו אלה איז עס רבי חיים מיט'ן בריסקער דרך הלימוד וואס האט אריינגעברענגט א רעוואלוציאנערישע טראכט אין לאגיק און סברא, רבי צדוק האט געברענגט א נייע אור אין אגדות חז"ל, רבי עקיבא אייגער איז געווען רעוואלוציאנעריש אין חשבון און סברא עפענענדיג נייע שערים אין תורה, דער חזון איש מיט זיין אייגנארטיגן דרך הלימוד איז רעוואלוציאנעריש, בפרט אין זיין מהלך אין קו התאריך איז סיי חוצפא'דיג און סיי אויגן עפענענדיג, דער סאטמארער רב האט זיכער געמאכט א יש מאין ארום תורת ארץ ישראל און געבויעט א בנין אדיר אויף א שורה גמרא אין כתובות (צי דו גלייכסט עס יא אדער נישט איז עס אריגינעל), דער ראגאטאשווער מיט זיין אבנארמאלע שליטה אויף כל התורה כולה און ווי ער איז מקשר סוגיא צו סוגיא נימה בנימה איז אריגינעל און אייגנארטיג, רבי חיים קניבסקי האט אויך א מבהיל'דיגע בקיאות אין תורה, רבי עבודי'ס בקיאות אין ספרות היהדות, וואס נאך איז שייך צו זאגן, דער בית יוסף האט געשריבן א געוואלד ממש איבער די כח האנושי, דער פרי מגדים לויפט אין א שנעלקייט פון א ליכט יאר און מ'קען ממש משוגע ווערן פון זיין היקף, ווי ער עפנט צען נייע שמועסן אין איין קליינע שטיקל, ווי ער לאזט נישט אויס קיין פרט ופרט און ברייטערט אויס יעדע קליינע סעיף קטנ'דל צען פאכיג, דער חתם סופר לייגט אריין אין דריי שורות דרשות כל התורה כולה נ"ך מיט אגדות חז"ל מיט כוונת התורה מיט השקפה מיט וואס דו ווילסט נאר נישט, דער קרבן נתנאל (איינער פון מיינע באליבטסטע ספרים) איז אלעמאל ספאט אן און האט א כשרון צו בארירן די עיקרי הסוגיא ואיברים שהנשמה תלוי' בהם, רבי איטשא מאיר זאגט אריגינעל אין פנימיות התורה און רבי מאטל מיט זיין מהלך אין דרושי חסידות, און מלאך זאגט שיינע וויצן.

וואס נאך?

פאליטיקאנט » זונטאג יוני 21, 2020 3:39 pm

· #452373
@כוכב איך מיין אז דו ביסט פארפארן.
די אלע אויסגערעכנטע איז טאקע נתפעל צו ווערן אויף זייער ווערק, אבער זיי האבן געבויעט אויף פריערדיגע, אונזער אשכול (לויט ווי איך האב פארשטאנען) זיכט גדולי ישראל וואס האבן מחדש געווען עפעס אומדערהערבאר בשעתם.

תורה ומדע » זונטאג יוני 21, 2020 3:42 pm

· #452376
לענ״ד: די צווי גרעסטע רעוועלוציענערן במחשבת ישראל בדור אחרון זענען געווען מרן הגראי״ה זצוק״ל ברוחב בינתו וגישתו לתורה וליראה. והגאון הגדול רי״ד סאלאווייציק מבוסטון זצוק״ל בעינו החדה והבהירה.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 21, 2020 5:17 pm

· #452382
תורה ומדע
לענ״ד: די צווי גרעסטע רעוועלוציענערן במחשבת ישראל בדור אחרון זענען געווען מרן הגראי״ה זצוק״ל ברחוב בינתו וגישתו לתורה וליראה. והגאון הגדול רי״ד סאלאווייציק מבוסטון זצוק״ל בעינו החדה והבהירה.

הרב קוק איז א חידוש, אבער נישט אנגענומן

הריד״ס איז בעיקר א שפראך, נישט מער

אסאך פון די וואס ווערן דא געברענגט זענען בלויז א קנייטש, נישט קיין גאנצע חידוש, אלס געבויט אויף פריערדיגע, נישט קיין עכטע חידוש.

גראדע, דער ליובאוויטשער רבי האט געמאכט א נייעם דארט סוגיא מיט זיין רש״י תורות, אבער עס איז בכלל נישט אנגענומן, און פערזענליך בין איך ניטש נתפעל דערפון. אבער א חידוש איז עס זיכער.

נהורא נפישא » זונטאג יוני 21, 2020 5:47 pm

· #452387
איך מיין אז מ'מישט דא אביסל די יוצרות. ס'דא חידושים וואס עס איז נישט דוקא דא דערביי קיין גאונות. ממילא די אלע זאכן זענען שלא ממין הטענה. דוקא אן אינטערנעמונג פאר א פראבלעם וואס פאדערט גאונות צו לייזן מיטן שאפן א נייעם מהלך אדער א לעזונג וואס האט ווייטגרייכנדע השלכיות דאס איז די נושא. אדער עכ"פ האב איך געמיינט אז דאס איז די נושא.
די אלע אויבנדערמאנטע זענען טאקע קאנדידאטן אבער זענען נאר א דוגמא פון לייזען הלכה פראבלעמען, אבזערוואציעס אין חכמת הדקדוק, א נייעם מעטאדאלאגיע וויאזוי אפצולערנען גמרא, א נייעם באגריף אין ליכא מידי דלא רמיזי באורייתא אויפן פארנעם ווי גמטריא אדער ר"ת.

נהורא נפישא » זונטאג יוני 21, 2020 6:09 pm

· #452391
אנצקלופדיה תלמודית איז בלי ספק א גולת הכותרת. אמת אז די געדאנק גענומען פון די ענצעקלאפעדיסטן האט שוין עקזעסטירט אין ספרות הרבנית פון פריער דער ערשטער דער פחד יצחק, און דערנאך פילע אנדערע, חיד"א, ר' יוסף ענגל, שדי חמד, בית יעקב וכו' אבער קיינער איז נישט געווען אויסן פשוט צו קאווערן די נושאים מיטן גאנצן היקף פון די פשוטע הגדרות ביז די לומדות און השלכיות און השוואות צו אנדערע נושאים כלפי די זעלבע הגדרות און די נידונים בהמשך אין די ספרי הלכה ושו"ת אזויווי אין א סעקולארן ענצעקלאפעדיע.
אמת אז אין בו משום חידוש אבער עס פאדערט גאר א פארזיכטיגע צוזאמארבעט און גאונות אין סדר און ווער נאך ווי הרב זווין דער גרויסער סדרן איז געווען פאסיג צו זיין דער עורך.

אמת וצדק » זונטאג יוני 21, 2020 6:32 pm

· #452393
לגבי די עלעמענט פון ״געזעץ״ ווי @צפור בודד צולייגט דאס שיין, איז דא די לוח וואס הלל נשיאה האט מתקן געווען, א גוואלדיגע חידוש וואס גייט אן ביז היינט צוטאגס ער האט משנה געווען די גאנצע ענין פון קידוש החודש, הלל נשיאה האט דאס געטוהן לצורך השעה, ווען צוליב כמה סיבות איז געווען שווער צו גיין מיט די אלטע וועג.
די זעלבע האט רבי יהודה הנשיא מחדש געווען א גרויסע חידוש אין די עלעמענט פון ״געזעץ״ אז צוליב עת לעשות להשם איז נישט דא קיין ברירה נאר צו מתיר זיין צו געהעריג אראפשרייבען תורה שבעל פה.
אונטערסאנט איז אויך די חידוש פונעם חתם סופר אין שו״ת אורח חיים סימן ר״ח, אז די גאנצע היתר איז נאר אויב מען מיינט טאקע נאר לשם שמים, אויב נישט גייט ווייטער אן די איסור אויף צו שרייבען תורה שבעל פה!!
אין די עלעמנענט פון ליטעראטור איז דא די ספר ״סדר עולם״ פון די תנא רבי יוסי בן חלפתא א תלמיד פון רבי עקיבא, וואס לויט וואס איך ווייס איז דאס די ערשטע ספר צו שרייבען די היסטאריע פון בריאת העולם ביז זיין תקופה!!

calculator » זונטאג יוני 21, 2020 6:33 pm

· #452394
[ציטאט אראפגענומען]


ווי שרייבט ער דאס? דו מיינסט דאס?

גדליה » זונטאג יוני 21, 2020 7:47 pm

· #452409
די גרעסטע ״חידוש״ צווישן אחרונים איז לכאורה די נודע ביהודה׳ס עקספערימענט אז די שיעורים שטימען נישט.
די צווייט גרעסטע חידוש איז די חתם סופר׳ס חדש אסור מן התורה.

פארוואס? » מאנטאג יוני 22, 2020 12:01 am

· #452456
דער אבן עזרא מיטן סוד השנים עשר.

תורה ומדע » מאנטאג יוני 22, 2020 12:32 am

· #452463
ליטוואק פון בודאפעסט
תורה ומדע
לענ״ד: די צווי גרעסטע רעוועלוציענערן במחשבת ישראל בדור אחרון זענען געווען מרן הגראי״ה זצוק״ל ברחוב בינתו וגישתו לתורה וליראה. והגאון הגדול רי״ד סאלאווייציק מבוסטון זצוק״ל בעינו החדה והבהירה.

הרב קוק איז א חידוש, אבער נישט אנגענומן

הריד״ס איז בעיקר א שפראך, נישט מער

אסאך פון די וואס ווערן דא געברענגט זענען בלויז א קנייטש, נישט קיין גאנצע חידוש, אלס געבויט אויף פריערדיגע, נישט קיין עכטע חידוש.

גראדע, דער ליובאוויטשער רבי האט געמאכט א נייעם דארט סוגיא מיט זיין רש״י תורות, אבער עס איז בכלל נישט אנגענומן, און פערזענליך בין איך ניטש נתפעל דערפון. אבער א חידוש איז עס זיכער.

ביי וועם הגראי״ה איז ניט אנגענומען האט לענ״ד ליידער נישט טועם געווען פונעם אמת׳ן עץ הדעת האמונה והבינה. ווי קען מען זיין איין ערליכע איד, אן אוהב ישראל מיט הארץ אהן די לויטערע הגיונות פונעם רב זצ״ל.
בנוגע הגרי״ד איז מיין כוונה אויך זיין טהרת המחשבה אין אביעקטיוויטעט ביחס צו חכמת התורה און חכמת האומות. ווי ער האט באוואוזען דעם ״כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים.״

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 22, 2020 9:02 am

· #452489
תורה ומדע

ביי וועם הגראי״ה איז ניט אנגענומען האט לענ״ד ליידער נישט טועם געווען פונעם אמת׳ן עץ הדעת האמונה והבינה. ווי קען מען זיין איין ערליכע איד, אן אוהב ישראל מיט הארץ אהן די לויטערע הגיונות פונעם רב זצ״ל.
בנוגע הגרי״ד איז מיין כוונה אויך זיין טהרת המחשבה אין אביעקטיוויטעט ביחס צו חכמת התורה און חכמת האומות. ווי ער האט באוואוזען דעם ״כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים.״

פאקטן טוישן זיך נישט. און איך מיין נישט נאר אז הרב קוק'ס מהלך איז נישט אנגענומן ביי 'חרדים'. אפילו ביי זיין 'נאכפאלגערס' איז עס נאר א באגרעניצטע נאכפאלגערשאפט. ער האט געהאט א מהלך הכוללת הכל און זיי האבן גענומן געציילטע פונקטן דערפון.
דער טהרת המחשבה פון הגרי"ד איז א שפראך זאך. פראביר איבער צו טייטשן זיין ווערטער אויף א היימישע אידיש, אדער א ישיבישע ענגליש, וועסטו זען אז עס איז דא ווייניגער דארט ווי מ'זעט ביים ערשטן בליק.

יואליש » מאנטאג יוני 22, 2020 9:55 am

· #452491
גאר גאר אן אינטערעסאנטער נושא, אנאנים! אן הארציגע דאנק פארן אויפברענגן. זעהענדיג ווי די אשכול שפרינגט ארום, אפשר מעג מען סימפלעפייען די שאלה אזוי:

אויב זיצט איר אויף א וועד אהערגעשטעלט צו פארטיילן און באטיטלן די "חכמה און באשטייערונג פרס" פאר רבנים און תלמידי חכמים דורכאויס היסטאריע, וועלכער פערזענליכקייט וואלט איר נאמאנירט, אין וועלכע דיציפלין, און זייער ספעציפיש פאר וועלכע ווערק?

די דיציפלינען קענען זיין סיי וואס, אבער אלס אן החתחלה, נאדיר א ליסטע אויסגעברייטערט פונעם "נאבעל פרייז" געדאנק: פיזיקע, אסטראנאמיע, כעמיע, מעדעצין און פיזיאלאגיע, מאטאמאטיקע, עקאנאמיע, געזעץ, ליטעראטור, קונסט, פרידן אדער שיץ און שעצונג פאר די פארנאכלעסיגטע, אידישע טעאלאגיע, אידישע געזעלשאפט און לעבן'ס קוואליטעיט, וכו'.

כ'פארשטיי, העניך, אז דיין פארשונג איז דייקא אין די תחום פון א טיפע חידוש וואס איז נתברר געווארן אלס אן אביעקטיווע אמת, אבער ס'זעהט אז אז אזא אשכול וועט קומען צו א גאר קורצע ענדע. אלזא,לאמיר עס אויסברייטערן.

קל וחומר » מאנטאג יוני 22, 2020 10:58 am

· #452501
דער חיבור 'חזון איש' איז לדעתי פון די גרעסטע חידושים אין ספרי התלמוד.
ער איז דער איינציגסטער וואס האט באוויזן ארויסצוקומען מיט א חיבור וואס לויפט דורך 'בעיון' גאנץ ש"ס.
זיין עיון איז מער על דרך החשבון (ענליך צום מהרש"א) און ציעט ביז הלכה למעשה.
אלס א ספר וואס ווערט געלערנט אין יעדע ישיבה בסדרי העיון איז ער פון די איינציגסטע וואס ווערט אויך גענוצט אליבא דהלכתא.

ס'לאזט זיך ממש נישט גלויבן ווי אזוי א יליד אשה איז צוגעקומען צו דעם, בפרט ווען ס'איז באקאנט וויפול ער האט עוסק געווען פארן כלל ופרט.

קל וחומר » מאנטאג יוני 22, 2020 11:03 am

· #452503
ספר תהלים איז לדעתי דער שענסטער ארטווערק אין אידישע היסטאריע, הגם וואס עס באשטייט פון מערערע מחברים, איז דאס רוב געשריבן געווארן דורכ'ן מלך ישראל מיט א זעלטענע ארטיסטישע פעדער וואס יעדע פסוק באזונדער איז בכח אריינצושליידערן א מענטש אין א טיעפע טראנס וואס זאל אים צוריקשלעפן דריי טויזנט יאר און מיטלעבן דעם קולטור און אלס ארום, אויב זאל ער זיך מתעמק זיין דערינען.

קל וחומר » מאנטאג יוני 22, 2020 11:12 am

· #452506
[ציטאט אראפגענומען]
אז זיין עיון איז נישט באזירט אויף סתם קשיא-תירוץ-חילוק-מחלק אזוי ווי רוב ראשי ישיבות. ער גייט דורך דעם סוגיא קלאר און חשבונ'ט אויס וואס איז יא גילטיג און וואס נישט ע"פ דעם גאנצע סוגיא.

לייבל שטילער » מאנטאג יוני 22, 2020 11:24 am

· #452508
קל וחומר

אלס א ספר וואס ווערט געלערנט אין יעדע ישיבה בסדרי העיון איז ער פון די איינציגסטע וואס ווערט אויך גענוצט אליבא דהלכתא.

אזוי וואלט, אפשר(?), געדארפט צו זיין אבער ס'איז דאך נישט. כ'מיין אז מ'לערנט נישט צופיהל חזון איש אין ישיבות.
און לעיקרן של דברים איז אזוי, די חידוש פונעם חזון איש איז די געוואלדיגע מאס פון לעגיטימאציע וואס ער גיבט פאר 'שכל' און 'סברא', ד.ה אזוי, בעוד וואס אלע ישבישע מהלכים לויפן אויף א שניט פון טערמינען, רול'ס און קאנקרעטע 'דינים', האט דער חזון איש גענומען מער א אפענע צוגאנג און לאזן מסביר זיין א זאך פשוט מצד שכל וסברא.
דוק, ווייל כ'האב זיך נישט גוט ארויסגעברענגט.
אבער אויב כ'מעג צולייגען א נקודה מענין לבנין שלא באותו קנין, איז אזוי, ביי הל' כלאים איז דא געוויסע מינים וואס זענען איינס, און מ'מעג זיי איינזייען צוזאמען און געוויסע מינים וואס זענען צוויי עקסטערע און מ'טאר נישט, אין די משנה (מס' כלאים, פרק א) איז אויסגערעכנט אסאך פון דיע, צו געבן א קונקרעטע כלל וויאזוי חז"ל האבן אפגעטייטשט 'איין מין' אדער 'צוויי מינים' איז שווער, ווייל קיין איין'ס שטימט נישט אינגאנצען... זאגט אבער די חזו"א: "קביעות חכמי ישראל בחלוקת המינים לענין דיני כלאים, נובעת מהבנה עמוקה בתכונות הפנימיות של הברואים וכו'" עכ"ל, דאס הייסט אז ס'נישט קיין "דין" אין "מראה", נישט קיין "דין" אין "טעם" ס'בכלל נישט קונקרעט און שוין!
אויב גלייכסט דרוש, קען מען אפשר מסביר זיין לפי"ז, פארוואס די 'חזון איש' האט נישט געהאלטען פון לערנען מוסר, נאר לויט ווי אזוי מיר האבן גערעדט אז די חזו"א האט נישט אנגעקוקט די תורה (שבע"פ) ווי א סעט פון צוויי-טויזנט-יעריגע 'דינים' וואס מ'דארף מפענח זיין, נאר ענדערש ווי עפעס וואס גייט צוזאמען מיט די 'סברא' און 'שכל האנושי' ממילא איז דאס שוין מוסר פאר חיי יום יומי אויך.
וואטעווער.... גענוג שטותים פאר יעצט....

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 22, 2020 7:56 pm

· #452558
די חידוש פון דער ספר חזון איש איז א האקעלע, אבער א ריזיגע.

אין יעדער סוגיא, ווערן די יסודות באארבעט פון דור צו דור. די 'ישיבישער מסכתות' האבן גוט סאפיסטיקירטע למדות און סברות אויסגע'ארבעט, ווי יעדער דור לייגט צו צום פריערדיגע. אין אנדערע מסכתות און פרקים זענען די סברות נאך היבש רוי. אבער מיט די צייט האט דער וועלט אנגעהויבן מיט טהרות, און די למדות אין טהרות ווערט מער און מער סאפיסטיקירט. דער ספר חשב האפוד אויף מסכת כלים איז א וואונדער ארבעט. אליינס האט דער מחבר דורכגעפלאגט און גע'עפענט א פתח אין די סוגיות פון כלים, פאר אים איז גאר ווייניג געווען. דער דעת יוסף אויף כלים האט אויף געטון אזא ארבעט, אבער בעיקר אויף שיטת הרמב"ם און דער חשב האפוד איז אויף אנדערע שיטות אויך. אבער די סברות זענען נאך רוי, די נעקסטע דור האט צוגעלייגט (אפילו ווען זיי ברענגן אים נישט), און יעצט ווערן די עניינים מער און מער נתלבן. דער חשב האפוד האט אבער פורץ גדר געווען אין די זאכן.

דער חזו"א האט אויפגעבויט זיין סוגיות מיט א פאר דורות. ד.ה. אז ער האט געזאגט די ערשטע סברא, און געבויט אויף דעם און נאך דעם אויף דעם. דאס איז א ריזיגע חכמה און א חידוש.

כנלע"ד

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 22, 2020 8:21 pm

· #452568
דער אויפטרעף פון די חקירה ביי א יעדע מצוה אויב ס'איז חובת גברא אדער חפצא.

די אלע חכמים און בעלי תריסין בגבולינו. נאכדעם וואס עטץ וועט סטאפן צו קוילערן פאר געלעכטער, וואס דער בעל עגלה זאגט דא ווילל איך אז עטץ זאלט באטראכטן וואספארא יסודות'דיגער חידוש אין לערנען די סוגיות הש"ס דאס איז...!

אדרבה. פרובירט אויס. ביי סיי וועלכע מצווה אין די תורה קענמען חקרנ'ן. מיט ראיות און סברות לכאן או לכאן.

אני הקטן, ווער נתפעל פון דעם ברייטן היקף וואס דער כלל און די חקירה נעמט אריין... !

לייבל שטילער » מאנטאג יוני 22, 2020 11:49 pm

· #452636
berlbalaguleh
דער אויפטרעף פון די חקירה ביי א יעדע מצוה אויב ס'איז חובת גברא אדער חפצא.

די אלע חכמים און בעלי תריסין בגבולינו. נאכדעם וואס עטץ וועט סטאפן צו קוילערן פאר געלעכטער, וואס דער בעל עגלה זאגט דא ווילל איך אז עטץ זאלט באטראכטן וואספארא יסודות'דיגער חידוש אין לערנען די סוגיות הש"ס דאס איז...!

אדרבה. פרובירט אויס. ביי סיי וועלכע מצווה אין די תורה קענמען חקרנ'ן. מיט ראיות און סברות לכאן או לכאן.

אני הקטן, ווער נתפעל פון דעם ברייטן היקף וואס דער כלל און די חקירה נעמט אריין... !

כ'האב א חבר וואס זאגט מיר כסדר נאך לומד'שע פשט'לעך פון זיין זוהן'ס באס דרייווער, אסאך מאל ממש גאונות, כ'מיין אונז האלטן דא אט אט פאר א גילוי.... 😃 😃 😃

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 23, 2020 12:18 am

· #452652
לייבל שטילער: ייש"כ פאר דעם גוטן פיעלינג און דעם קאמפלימענט. אבער די אינפארמעישן איז נישט אפדעיטעד. ווייל אין מיין יעצטיגן דזשאב. (כ'מיין נישט ממש איצטיג. ווייל אין די טעג איז מיין דזשאב, זיצן און קלאצן. און ליינען און שרייבן אויף קאווע שטיבל.) אין די חשוב'ע ת"ת פיהר איך קינדער וואס די עלטסטע איז א כיתה ג' יונגל. נאר אמאל האביך געפיהרט יונגלעך פון גרעסערע כיתות. און בחורים.

דאס דערמאנט מיך א מעשה. איינמאל אינמיטן פארן אויף מיין רוט קומט צו א יונגל צו מיר און זאגט מיר נאך א שיינע תורה'לע אויף די פרשת השבוע. ווען כ'האב אים געפרעגט פון וועם ער האט דאס געהערט. אפשר פון זיין רבי..? ענטפערט ער מיר, ניין. פון זיין ענגליש טיטשער. דאס איז טאקע געווען דער פראבלעם. ס'איז געווען א ענגליש טיטשער אין יענע ת"ת וואס ער האט אלעס געטון . געשפיעלט מוזיק און געזאגט תורה'לעך. נאר נישט געלערנט ענגליש מיט די קינדער. דער מנהל האט איהם טאקע משלח געווען...!

ישעיה » דינסטאג יוני 23, 2020 12:35 am

· #452654
חזון איש:
- לעקטער שבת
- "אלפיים שנות תורה" לענין טריפות (ס'איז, אגב, נישט ממש כפשוטו)
- "אונז זעמיר תלמידים פון די ראשונים וואס מיר פארשטייען זייער טעם (און ממילא נעמען מיר אהן זייער פסק כדין תלמיד מרב)"!!

[אגב המוזכר לעיל, אין חזו"א יו"ד שרייבט ער "השכל הוא המלאך שבין היוצר והיצור", אן ענליכע לשון שטייט אין הקדמה פון אבן עזרא לפירוש התורה]

ישעיה » דינסטאג יוני 23, 2020 12:37 am

· #452657
אין די ליטא זאגט מען נאך די פאלגנדע גאונות (שמעתי בשם מרן רי"מ הכהן, אבער כ'גלייב עס נישט), הערטס גוט צו:
הקב"ה האט געגעבן מצוות אלץ אן היכי תמצי ס'זאל זיין דינים צו לערנען!!

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 23, 2020 1:03 am

· #452664
ישעיה
חזון איש:
- לעקטער שבת
- "אלפיים שנות תורה" לענין טריפות (ס'איז, אגב, נישט ממש כפשוטו)
- "אונז זעמיר תלמידים פון די ראשונים וואס מיר פארשטייען זייער טעם (און ממילא נעמען מיר אהן זייער פסק כדין תלמיד מרב)"!!

[אגב המוזכר לעיל, אין חזו"א יו"ד שרייבט ער "השכל הוא המלאך שבין היוצר והיצור", אן ענליכע לשון שטייט אין הקדמה פון אבן עזרא לפירוש התורה]

ישעיה: לגבי באנוצן זיך מיט לעקטער אום שבת אונטער געוויסע אומשטענדן, איז הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל מחולק מיט'ן חזון איש. (לקולא). און איך דער קליינער ווערעמ'ל און פראסטער בעל עגלה האלט אז ר' שלמה זלמן איז געווען א גרעסערער עקספערט אין פארשטיין וויאזוי די מערכת החשמל ארבעט.

אין געוויסע פעלער ווילל דער חזון איש אסר'ן זיך צו באנוצן מיט לעקטער אלס בונה. נישט אלס הבערה. און ר' שלמה זלמן איז מתיר.

איך זאג נישט ח"ו אז דער חזון איש האט נישט געוואוסט וואס ער רעדט. זיכער אז יא. נאר רש"ז איז געווען אזא מין עקספערט אין עלעקטריקל פראדוקשן און דיסטריביושן אז ער האט איינגעפאקט א סאך עלעקטריקל ענדזשיניערס. איך האב געליינט אין איינס פון זיינע תשובות ספרים ווי ער לייגט אראפ און איז מסביר פונקטליך מיט אלע קלענסטע פרטים וויאזוי די עלעקטרישע כח קומט אן אין שטוב. פון וואו ס'ווערט פראדוצירט. ווער ס'ליינט/לערנט אדורך דעם ספר שו"ת קען אליינס ווערן א שטיקל ענדזשיניער...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 23, 2020 8:14 am

· #452694
דער חידוש פון עלעקטער איז טאקע אן אויפרייס פון דער חזון איש.

מיר איז פשוט אז דער איסור פון עלעקטער, וואס איז היינט פשוט ביי יעדער, וואלט נישט געדארפט אזוי זיין. אין דרך מלאכה בכך וכדו', און אונזער לעבן וואלט געווען אינגאנצן אנדערש. א קאר וואלט מען נאכאלס נישט געמעגט פירן שבת, אבער א פאון או א קאמפיוטער יא. און דער חזו"א קומט מיט א חידוש, א פשוט'ער אבער א חידוש, אז דאס איז בונה. דער וואס לערנט די סוגיא וועט זען אז עס איז גאנץ לייכט צו פארשטיין ווי אים, עס איז א חידוש אין איר פשטות.

און עס איז זיכער אזוי אנגענומן, ביי יעדעם איז עלעקטער אן איסור שבת, מ'קען זיך נישט פאררופן אלס א שומר שבת און אנצינדן עלעקטערישע געצייג, אפילו א ראידא אדער א טלפון, וכ"ש א פלארעסענט.
בלאט: 1 2