☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #13966

אשכול אן א טיטל #13966

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13966
בלאט: 1 2

נקודת-אמת » דינסטאג יוני 23, 2020 9:34 am

· #452701
ר' חיים בריסקער
מיט זיין מהלך אויף די י"ג עיקרים להרמב"ם
"נעבאך אן אפיקורוס, אויכעט אן אפיקורוס"

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 23, 2020 12:16 pm

· #452728
דאס איז טאקע א חידוש, ווי אויך א נוצליכע. מ׳קען שוין יעדעם באשייגעצן. למעשה האט זיך עס נישט אויסגעשטעלט ביי מענטשן, מ׳נוצט עס אלס א תירוץ, אבער גלויבן גלויבן מען גאנץ שואל דערין

calculator » דינסטאג יוני 23, 2020 12:25 pm

· #452731
די גאנג פון די "אברבנאל" צו צונעמען אן יעדע פסוק און תנ"ך, און ווי עס האבן אים נאכגעפאלגט די אלשי"ך הקדוש און די מלבי"ם

ארי נוהם » דינסטאג יוני 23, 2020 1:28 pm

· #452751
לדעתי איז א קורצע שטיקל חזון איש איינע פון די מערסט וויכטיגע געדאנקען און אויפטוען פאר אונזערע צייטן, וואס ווערט נישט גענוג קרעדיטירט, אבער אין פאקט ווען מ'קלערט אריין דערינען זעט מען אז ווען נישט זיינע ווערטער וואלט מעגליך געהערשט כאאס אין ארץ ישראל פאר די לעצטע זיבעציג יאר.

איך באצי מיך צום שטיקל חזון איש וואס ערקלערט אז היינט צוטאגס איז נישטא דער דין מורידין ואין מעלין, ווייל ס'איז נאר געווען בימים הראשונים ווען כלל ישראל איז געשטאנען מיטן גאנצן גלאנץ און א שנה ופירש'ניק האט צושטערט די הארמאניע און געזוכט אויבער-חכמ'ישקייט, וועמען עס איז זיך געקומען דאס טויט, אבער היינטיגע צייטן זענען זיי אלע בגדר תינוקות שנשבו.

זיינע ווערטער - א חידוש עצום וואס ער האט זעלבסט באשאפן כלאחר-יד - האבן געטוישט דעם צוגאנג צו די פרייע אידן אין ארץ ישראל, און אויב מיר געדענקן איין ראדיקאלע פרשה פון יאסעלע שוכמאכער, דאן שטעלטס ענק פאר וואס וואלט אלס געקענט פאסירן אן דעם פסק פונעם חזון איש.
(דאס איז שוין אויסער די אנדערע שינויים להלכה וואס קומען ארויס דערפון, א שטייגער ווי זיי מצרף זיין צו מנין א.א.וו.)

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 23, 2020 2:06 pm

· #452759
ר׳ חיים בריסקער האט שוין אזוי געפסקנ׳ט, מיט די סברא, הלכה למעשה

לייבל שטילער » מיטוואך יוני 24, 2020 10:43 am

· #452887
רס''ג'ס "אין אומתינו אומה אלא בתורה'' איז די מחודש'דיגסטע אויסטרעף לדעתי.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 25, 2020 4:48 am

· #453017
ליטוואק פון בודאפעסט
דער חידוש פון עלעקטער איז טאקע אן אויפרייס פון דער חזון איש.

מיר איז פשוט אז דער איסור פון עלעקטער, וואס איז היינט פשוט ביי יעדער, וואלט נישט געדארפט אזוי זיין. אין דרך מלאכה בכך וכדו', און אונזער לעבן וואלט געווען אינגאנצן אנדערש. א קאר וואלט מען נאכאלס נישט געמעגט פירן שבת, אבער א פאון או א קאמפיוטער יא. און דער חזו"א קומט מיט א חידוש, א פשוט'ער אבער א חידוש, אז דאס איז בונה. דער וואס לערנט די סוגיא וועט זען אז עס איז גאנץ לייכט צו פארשטיין ווי אים, עס איז א חידוש אין איר פשטות.

און עס איז זיכער אזוי אנגענומן, ביי יעדעם איז עלעקטער אן איסור שבת, מ'קען זיך נישט פאררופן אלס א שומר שבת און אנצינדן עלעקטערישע געצייג, אפילו א ראידא אדער א טלפון, וכ"ש א פלארעסענט.

ליטוואק פון בודאפעסט:וואס דו זאגסט נאך פון חזו"א לגבי באנוצן זיך מיט עלעקטרישע כלים אום שבת איז אמת. אבער איך האב גערעדט איבער א ספעציפישן פאל ווען ס'איז געווען א ..."הפסקת חשמל"...אדער א ..."פאוער אוטידזש"...אויב מ'מעג אנצינדן א סוויטש כדי אז ווען די פאוער וועט צוריקקומען זאלל זיך די לייט אדער אפלייענס אנצינדן. רש"ז איז מתיר. און דער חזו"א אסר'ט. נישט אלס הבערה.נאר אלס בונה. ער בויעט אויף די מערכת החשמל. ער פארמאכט דעם סוירקוט.

און לגבי אנצינדן א פלאורעסענט לייט אום שבת וואלט לכאורה געווען א ביסל גרינגער (נישט אז ס'איז מותר). ווייל ס'איז גרמא. פאר ווער ס'ווייסט וויאזוי א פלאורעסענט לייט ארבעט. סיי ביי די רעגולאר . און סיי ביי די סי.עף.על. (ענערדזשי סעיווינג). די באלב וואס געט ליכטיגקייט באקומט נישט קיין עלעקטריק פון מקור. נאר ס'האט א געז וואס ווערט אנגעצינדן דורך די עלעקטריק היעטינג עלעמענטס אויף ביידע עקן...!

אויך. דער מהרש"ג (ר' שמעון גרינפעלד, רב אין סעמיהאלי, אונגארן) האט געהאלטן אז אן עלעקטריק באלב אדער אנדערע היעטינג אפלייענס איז נישט קיין הבערה דאורייתא. נאר די אנדערע פוסקים זענען נישט מסכים מיט איהם...!

נהורא נפישא » פרייטאג יוני 26, 2020 6:17 pm

· #453147
[ציטאט אראפגענומען]

ווער איז דער מחדש פון דעם, איך זעה אז דאס איז דער ברוך טעם (שו"ת עטרת חכמים סימן כ). איז ער באקאנט אלס איינער וואס האט דאס צום ערשט מחדש געווען ?

כרם זית » פרייטאג יוני 26, 2020 6:47 pm

· #453151
נהורא נפישא
[ציטאט אראפגענומען]

ווער איז דער מחדש פון דעם, איך זעה אז דאס איז דער ברוך טעם (שו"ת עטרת חכמים סימן כ). איז ער באקאנט אלס איינער וואס האט דאס צום ערשט מחדש געווען ?

אין די ישיבישע וועלט איז עס באקאנט בשם ר' אלחנן בינוש וסרמן ז''ל.

כרם זית » פרייטאג יוני 26, 2020 6:47 pm

· #453152
מכאן להבא למפרע פון הגר''ח.

כרם זית » פרייטאג יוני 26, 2020 6:48 pm

· #453153
לייבל שטילער
רס''ג'ס "אין אומתינו אומה אלא בתורה'' איז די מחודש'דיגסטע אויסטרעף לדעתי.

וואס איז אזוי מחודשדיג?

לייבל שטילער » מוצ"ש יוני 27, 2020 10:04 pm

· #453156
ווייל אין נ''ך איז נישט משמע אזוי בכלל, ודו''ק

כרם זית » מוצ"ש יוני 27, 2020 10:58 pm

· #453158
לייבל שטילער
ווייל אין נ''ך איז נישט משמע אזוי בכלל, ודו''ק

וואס מיינסטו. אויב מיינסטו די פאקט אז אונז האבן געהאט א קעניג און א לאנד וכו'. דאס איז בכלל נישט די נידון. רס''ג זאגט נישט אז מטאר נישט האבן קיין לאנד וכדו'. ס''ה זאגט ער אז אן די תורה זענען מיר בכלל נישט קיין פאלק?

כרם זית » מוצ"ש יוני 27, 2020 11:30 pm

· #453163
נאך עטליכע מ'חודיש'דיגע ענינים:
פרק ה מספר התניא וואו ער איז מבאר די גרויסקייט פון תורה
דרוש אור החיים מבעל מחבר ספר תפארת ישראל (אזהרה: אפיקורסת לשיטת הרה''ק ממונקאטש).

mevakesh » זונטאג יוני 28, 2020 12:34 am

· #453166
כרם זית
לייבל שטילער
ווייל אין נ''ך איז נישט משמע אזוי בכלל, ודו''ק

וואס מיינסטו. אויב מיינסטו די פאקט אז אונז האבן געהאט א קעניג און א לאנד וכו'. דאס איז בכלל נישט די נידון. רס''ג זאגט נישט אז מטאר נישט האבן קיין לאנד וכדו'. ס''ה זאגט ער אז אן די תורה זענען מיר בכלל נישט קיין פאלק?

ער מיינט לכאורה אז דער געדאנק אז די תורה איז דאס וואס מאכט דעם יידישען פאלק איז נישט וויאזוי עס -וקט אויס אין נך
יש דברים בגו אבער דאכט זיך אז דאס איז נישט רסג לידוש נאר ביים חורבן האט עס שוין אנגעהויבען צו טראנספארמירן אדע אפילו פריער

כרם זית » זונטאג יוני 28, 2020 12:45 am

· #453167
mevakesh
כרם זית
לייבל שטילער
ווייל אין נ''ך איז נישט משמע אזוי בכלל, ודו''ק

וואס מיינסטו. אויב מיינסטו די פאקט אז אונז האבן געהאט א קעניג און א לאנד וכו'. דאס איז בכלל נישט די נידון. רס''ג זאגט נישט אז מטאר נישט האבן קיין לאנד וכדו'. ס''ה זאגט ער אז אן די תורה זענען מיר בכלל נישט קיין פאלק?

ער מיינט לכאורה אז דער געדאנק אז די תורה איז דאס וואס מאכט דעם יידישען פאלק איז נישט וויאזוי עס -וקט אויס אין נך
יש דברים בגו אבער דאכט זיך אז דאס איז נישט רסג לידוש נאר ביים חורבן האט עס שוין אנגעהויבען צו טראנספארמירן אדע אפילו פריער

פארשטיי איך נישט וואו אין נ''ך זעט אזוי אויס.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 28, 2020 12:59 am

· #453169
ווייל דאס לאנד איד געגאנגען (פייפן). און די תורה איז געבליבן די איינציגע זאך וואס טוט פאראייניגן דאס אידישע פאלק. ווייל בשעת די אינדעפענדענט רעגירונג אין ארץ ישראל האט עקזיסטירט. אפילו אויב די אידן זענען געווען עובדי עבודה זרה, האבן זיי אבער געהאט א נאציאנאליזם וואס האט זיי פאראייניגט. משא"כ ביים חורבן ביהמ"ק און נאכדעם...!

כרם זית » זונטאג יוני 28, 2020 1:19 am

· #453171
berlbalaguleh
ווייל דאס לאנד איד געגאנגען (פייפן). און די תורה איז געבליבן די איינציגע זאך וואס טוט פאראייניגן דאס אידישע פאלק. ווייל בשעת די אינדעפענדענט רעגירונג אין ארץ ישראל האט עקזיסטירט. אפילו אויב די אידן זענען געווען עובדי עבודה זרה, האבן זיי אבער געהאט א נאציאנאליזם וואס האט זיי פאראייניגט. משא"כ ביים חורבן ביהמ"ק און נאכדעם...!

זייער שיין ר' בערל. איך בין נאך אלס קצת נישט קלאר. גערעכט אז נאציליסטיש איז א לאנד א מעלה. אבער מיינט עס דען אז דאס איז די ספעציעלקייט פון אידישקייט?

פארוואס? » זונטאג יוני 28, 2020 1:34 am

· #453175
לייבל שטילער
רס''ג'ס "אין אומתינו אומה אלא בתורה'' איז די מחודש'דיגסטע אויסטרעף לדעתי.


כידוע זענען די ווערטער ארויסגענומען געווארן פון די קאנטעקס וואס דער רס"ג האט געשריבן, עד כדי כך, אז אנדערע נעמען עס צו די עקסטרעם כאילו אין אומתינו אומה אפילו בתורתה, ויש בידי להאריך בזה. אבער איך וויל נישט פארקריכן פון די נושא פונעם אשכול, קען זיין עס פאדערט זיך א באזונדערע אשכול דערפאר.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 28, 2020 2:35 am

· #453178
כרם זית
berlbalaguleh
ווייל דאס לאנד איד געגאנגען (פייפן). און די תורה איז געבליבן די איינציגע זאך וואס טוט פאראייניגן דאס אידישע פאלק. ווייל בשעת די אינדעפענדענט רעגירונג אין ארץ ישראל האט עקזיסטירט. אפילו אויב די אידן זענען געווען עובדי עבודה זרה, האבן זיי אבער געהאט א נאציאנאליזם וואס האט זיי פאראייניגט. משא"כ ביים חורבן ביהמ"ק און נאכדעם...!

זייער שיין ר' בערל. איך בין נאך אלס קצת נישט קלאר. גערעכט אז נאציליסטיש איז א לאנד א מעלה. אבער מיינט עס דען אז דאס איז די ספעציעלקייט פון אידישקייט?

ווייל ביים חורבן ביהמ"ק און אין די 2000 יאר שפעטער האטציך ארויסגעוויזן אז די תורה איז די איינציגע פאקטאר וואס האלט אונז צוזאם אלס א פאלק. אנישט וואלטן מיר אלע געווען ענגלענדער און פראנצויזן און ספאניארדן...! און ס'וואלט נישט געווען פאר וועם צו מאכן א מדינה...!

ישעיה » זונטאג יוני 28, 2020 12:52 pm

· #453195
ר' שמעון'ס שקופ הסבר לחלק דיני ממונות משאר מצוות (שערי ישר ריש שער ה)

berlbalaguleh » זונטאג יוני 28, 2020 4:47 pm

· #453206
ישעיה: אנא ממך. ביטע רייץ נישט בלויז אן דעם אפעטיט און לאז אונז הענגען. אונז מייניך די עמי הארצים וועלכע דרייען זיך דא אין קאווע שטיבל. מילא די גאונים דא , ואין צריך לפורטם כי רבים הם. זיי פארשטייען אויפ'ן ווינק. זיי קענען א יעדן קנייטש און קוועטש און א יעדע בויך סברא פון די גאוני ליטא. זיי דארפן נישט קיין הסבר. זיי וועיסן פונקטליך וואס דו האסט געמיינט. משא"כ אונז פראסטע בעלי עגלות. שוסטערס און שניידערס. און וואסער טרעגערס און האלץ העקערס. (כ'מיין נישט די העקערס פון יארע 2000.) אונז דארשטן מיר אויך צו לערנען די זיסע דברי תורה פון די רמי"ם ונשגבים. וואס 'עט זיין מיט אונז?.ווען מ'וועט, ביי די סעודה פון משיח צדקינו, געבן צו עסן פון דעם לויתן. (סיי אין פארם פון געקאכטע פיש מיט ביינער. סיי געפילטע פיש. אונגערישע.. מיט קאטשאניא. און סיי גאליציאנער. מיט צוקער און מאנדלען.) און נאכדעים וואס מ'וועט אויסטרונקען פון דעם יין המשומר. פאר מ'וועט סערווירן פון דעם שור הבר, וועט מען דאך זאגן דברי תורה. און אונז עמי הארצות/ים ספעציעל די חסיד'ישע 'עמיר בלייבן מיט די צונג אינדרויסן. היל"ת.
😳
💡 אני הקטן בערל בעל עגלה קען נאר אינגאנצן 2 חקירות. איינס איז די בארימטע חקירה פון ר' שמעון שקאפ. אויב א סוס איז א סוס מכח עצמו אדער מכח אביו.

די צווייטע חקירה. אויב די צוקער מאכט זיס א קאפי. אדער די לעפל...ותו לא...!

calculator » זונטאג יוני 28, 2020 5:00 pm

· #453208
@בערל חקירה האט נישט צוטוען מיט תלמוד חכם און עם הארץ, עס האט מיט א גוטע שטאטע הבנה.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 28, 2020 5:26 pm

· #453211
דער סוס חקירה קומט פון ר' חיים בריסקער, און עס איז באמת א תוספות אין חולין.

די ווארט איז "א פערד איז א פערד ווייל זיין מאמע איז געווען א פערד. א שרץ איז א שרץ ווייל ער איז א שרץ"

די חילוק צווישן דיני ממונות און איסור והיתר וועט מען מוזן לאזן אן אנדערן מאל.

נקודת-אמת » זונטאג יוני 28, 2020 9:01 pm

· #453237
ליטוואק פון בודאפעסט
דער סוס חקירה קומט פון ר' חיים בריסקער, און עס איז באמת א תוספות אין חולין.

די ווארט איז "א פערד איז א פערד ווייל זיין מאמע איז געווען א פערד. א שרץ איז א שרץ ווייל ער איז א שרץ"

די חילוק צווישן דיני ממונות און איסור והיתר וועט מען מוזן לאזן אן אנדערן מאל.

פארהאן עפעס א ליובאוויטשע מעשה, וואס ענדיגט'זיך, "איך האב אייך ניט געפרעגט אלט'ס בעל-עגולה איך האב אייך געפרעגט אלט'ס פערד"!
איינער קען ביטע צולייגן (אפשר אין א פאסיגערע אשכול ווי די, @ונבנתה העיר/אנדערע, ייש"כ)

סוף טוב הכל טוב » זונטאג אוגוסט 6, 2023 11:25 pm

· #533043
קען איינער אפשרייבן א שנעלער סך הכל פון דעם הערליכן אשכול?

סקעפטיקער » מאנטאג אוגוסט 7, 2023 4:47 pm

· #533070
[ציטאט אראפגענומען]
די געדאנק פון 7 עיבורים פאר 19 יאר צו משוה זיין די שנות החמה ושנות הלבנה איז סאך עלטער פון הילל נשיאה און איז נישט זיין חידוש, זעה דא.

כרם זית » מאנטאג אוגוסט 7, 2023 10:04 pm

· #533090
סקעפטיקער
די געדאנק פון 7 עיבורים פאר 19 יאר צו משוה זיין די שנות החמה ושנות הלבנה איז סאך עלטער פון הילל נשיאה און איז נישט זיין חידוש, זעה דא.
אגב, שיטת רב סעדיה גאון איז אז די לוח איז אלס געווען די מכריע אין די קביעת החודש נאר מפני טענות המינים האט מען מקבל געווען עדות, ממילא לויט דעם איז די חשבון עלטער ווי מעטאניק'ס אדער די כינעזער.

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:18 am

· #533200
[ציטאט אראפגענומען]
נועם אלימלך פרשת קרח
ויש לפרש עוד בדרך אחר ויקח קרח דאיתא במדרש (שו"ט תהלים יט) למה תורת ה' תמימה בשביל שהיא משיבת נפש והנה המדרש הוא מופלא הפלא ופלא ונראה, כי המקובלים כתבו שקרח היה גלגול קין לכך נאבד על ידי פתיחת הארץ כדי לתקן אשר פצתה האדמה את פיה לקחת דמי הבל אחיו ולזה הוצרך קין להתגלגל בקרח לתקן זה ולמה לא תיקן קין אז בעצמו זה הדבר באותו הפעם. אלא שברא השם יתברך ברוך הוא בגלגולים כדי שיהיה תורתו שלימה שאם לא כן היה חסר פרשת ויקח קרח בתורה: ובזה דברי המדרש המה מבוארין היטב למה תורת ה' תמימה בשביל שהיא משיבת נפש, פירוש בשביל שהקב"ה ברא העולם על ידי גלגולים כנ"ל.

ודברת בם » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 7:13 am

· #533214
חיים ביאליק: תנו לנו מצוות.

רשב"א: טעמי המצוות לא נודע לבני אדם.

קאצקער » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:36 pm

· #535084
ח. נ. ביאליק: חצי נחמה

קאצקער » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:39 pm

· #535085
לייבל שטילער
רס''ג'ס "אין אומתינו אומה אלא בתורה'' איז די מחודש'דיגסטע אויסטרעף לדעתי.
כ'זע נישט די גרויסע חידוש דערינען חוץ וואס די סאטמארע באלעקן זיך דערמיט, קענסט מיר זאגן עפעס אנדערש וואס פאראייניגט אונז?

קאצקער » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:41 pm

· #535086
[ציטאט אראפגענומען]
די חילוק איז אין "ציל" וואס איז זייער אנדערש איינער פון צווייטן וד"ל

קאצקער » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:44 pm

· #535087
berlbalaguleh
ווייל דאס לאנד איד געגאנגען (פייפן). און די תורה איז געבליבן די איינציגע זאך וואס טוט פאראייניגן דאס אידישע פאלק. ווייל בשעת די אינדעפענדענט רעגירונג אין ארץ ישראל האט עקזיסטירט. אפילו אויב די אידן זענען געווען עובדי עבודה זרה, האבן זיי אבער געהאט א נאציאנאליזם וואס האט זיי פאראייניגט. משא"כ ביים חורבן ביהמ"ק און נאכדעם...!
די גאנצע לאנד איז דאך תלוי אין תורה ווי הונדערטע פסוקים ברענגען ארויס בפירוש

עובדיה » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:41 pm

· #535101
לייבל שטילער
דערמאנטס מיר פון עפעס א פרופסר (דענק איך נישט ווער) וואס האט זיך אויסגעדריקט אויפ'ן "דורות ראשונים" פון הרב אייזיק הלוי, וזל"ק:
"בדבריו יש בהם משום חידוש ומשום אמת, הבעיה היא: שמה שיש בו משום חידוש איננה אמת ומה שאמת איננה חידוש", בערך אזוי.
טאקע פון די גרעסטע חידושים פון ר' יצחק אייזיק הלוי, אז די יסוד המשנה איז שוין נתחבר געווארן דורך די "אנשי כנסת הגדולה", ווי ער איז מבאר באריכות אין זיינע ספרים, אזוי אויך דאס וואס ער איז מבאר אז חז"ל האבן נישט ארויסגעלערנט קיין שום הלכות פון קיין דרשות, נאר אלע דרשות חז"ל זענען בגדר אסמכתא'ס, זענען זאכן וואס זענען סיי אמת און סיי גרויסע חידושים.

כרם זית » דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm

· #535103
די שיטה אז די יסוד המשנה גייט נאך צוריק צו די אנשי כנסת הגדולה, שרייבט שוין ר' זכריה פרנקל אין 'דרכי המשנה'.
אזוי אויך די מהלך אז חז''ל לערנען גארנישט ארויס פון פסוקים איז שוין אן אור אלט'ע מחלוקת צווישן דער רמב''ם און דער ריטב''א.

אגב, די אויסדריק וואס דער פראפעסער זאגט אויף ר' יצחק אייזיק הלוי האב איך אמאל געהערט אויף די ברית החדשה.

לייבל שטילער » פרייטאג סעפטעמבער 1, 2023 11:45 am

· #535132
עובדיה
אזוי אויך דאס וואס ער איז מבאר אז חז"ל האבן נישט ארויסגעלערנט קיין שום הלכות פון קיין דרשות, נאר אלע דרשות חז"ל זענען בגדר אסמכתא'ס, זענען זאכן וואס זענען סיי אמת און סיי גרויסע חידושים.
הרב יהושע עינבל איז גאר שטארק מאריך אין אט דעם ענין אין זיין ספר "תורה שבעל פה".
אגב, אויף די אנדערע זייט איז די מלבי''ם וואס איז מעייל פיל בקיפי דמחטא אויף צו ווייזן אין פסוק די דרשות חז''ל.
בלאט: 1 2