☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » איך דארף לייען מאטריאל!

איך דארף לייען מאטריאל!

63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13777
בלאט: 1 2

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 29, 2020 11:56 am

· #447115
איך דארף לייען מאטריאל!
איך ווער שוין משוגע מיט דער וויירוס ביזנעס, שוין באלד זעקס וואכן איינגעשפארט אין שטוב.

איך האב וואס צו טון מיט די צייט, אבער אויף זיך אפצורוען האב איך נישט. איך האב שוין דורכגעליינט אלס וואס איך האב ביי מיר אין שטוב, און איך דארף לייען מאטריאל. די פאר מינוט ליינען אין בעט איידער איך גיי שלאפן ברענגט מיר די רואיגקייט פאר אגאנצע טאג. דאס קען מען נישט טון אנליין, ובפרט אז דעמאלס שפרינגט מען פון נושא צו נושא און עס בארואיגט נישט און מ'שלאפט קיינמאל נישט איין.

איך בעט דא טאמער איינער קען מיר געבן עצות פון ביכער וואס איך קען דרוקן, לכתחלה אויף לשוה"ק אבער אידיש איז אויך גוט. מעשיות, פארשונגן, באשרייבונגן. עפעס וואס איך מעג דרוקן אויף createspace, וממילא נישט קיין נייע ביכער. אויף היברובוקס, אוצה"ח אדער סטיווען ספיעלבערג וכדו'.

פארשטייט זיך, טאמער איך דרוק, וועל איך עס לייגן אויף די געווידמעטע אשכול להחיות בהם נפש כל חי.

קאך_לעפל » מיטוואך אפריל 29, 2020 11:59 am

· #447117
האסט פראבירט דעם קונטרס על הגאולה ועל התמורה?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 29, 2020 1:05 pm

· #447122
אסאך טעמים. דער עיקר איז, גוט געשריבען. מיינענדיג, אז עס איז ווערט ליינן א צווייטע מאל. א גוטע שרייבער האט א כח צו באהאלטן נואנסן אונטער זיין ווערטער, און ווען מ׳ליינט עס, כאפט מען גלייך אז עס ליגען דא זאכען.

קען זיין פיקציע, קען זיין היסטאריע, ליובאוויטשער מעשיות זענען אלס אינטרעסאנט, ווי אויך קאנטראווערסיאלע עניינים.

על הגאולה ועל התמורה איז דירעקט נישט אינטרעסאנט.

במדבר » מיטוואך אפריל 29, 2020 1:16 pm

· #447123
איך ליין יעצט די ביכער פון דר' מיכה גודמן: ''חלומו של הכוזרי'' און ''סודותיו של מורה נבוכים''. עס איז דערפרישענד, ציענד, אינטעלעקט-שארפ'ענד, און בענקל-הייב'ענד.

און ווי קען מען נישט דערמאנען, די ספרים, מאמרים און שיעורים, פון הרב דר' מיכאל אברהם: אזויווי איך האב געשריבן אין א צווייטע פלאץ, עס איז גאר באלערנד, פראוואצירנד, געפאקט מיט ידיעות, און געבט אייביג א צווייטע פרעספעקטיוו אויף איינגעווארצלטע מיינונגען.

פארשטאנד » מיטוואך אפריל 29, 2020 1:22 pm

· #447125
גיי דא צו די ישראל'ישע לייברערי, קריעט אן אקאונט צו באקומען עקסעס צו JSTOR, דאן גיי דא קוק דיך ארום, תרביץ איז זייער אינטעסאנט, בית מקרא, ידיעות, לשוננו, סידרא וכו' וכו'.

קאך_לעפל » מיטוואך אפריל 29, 2020 1:29 pm

· #447126
ליטוואק פון בודאפעסט
אסאך טעמים. דער עיקר איז, גוט געשריבען. מיינענדיג, אז עס איז ווערט ליינן א צווייטע מאל. א גוטע שרייבער האט א כח צו באהאלטן נואנסן אונטער זיין ווערטער, און ווען מ׳ליינט עס, כאפט מען גלייך אז עס ליגען דא זאכען.

קען זיין פיקציע, קען זיין היסטאריע, ליובאוויטשער מעשיות זענען אלס אינטרעסאנט, ווי אויך קאנטראווערסיאלע עניינים.

על הגאולה ועל התמורה איז דירעקט נישט אינטרעסאנט.


על הגאולה ועל התמורה איז דירעקט נישט אינטרעסאנט? אזוי? כ'האב גארנישט געוויסט. שכוח פארן מיטיילן די ווערדפולע אינפארמאציע! כ'וועל גיין צום ציון הק' אין קרית יואל מיטצוטיילן מיטן רבי'ן די קריטישע אינפארמאציע.

קאך_לעפל » מיטוואך אפריל 29, 2020 1:29 pm

· #447128
זאג! די ליכט שטראלן וועט דיר זיין אינטערעסאנט?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 29, 2020 2:37 pm

· #447132
גיי אויך פארציילן פאר דזשאן גרישאם אז זיין ביכער זענען מיר ווייניג אינטרעסאנט. ווי אויך פאר עניד בלייטון.

פאר די ערוואקסענע דא, איך האב זייער ליעב געהאט די ביכער פון שלום אש, ווי אויך חיים גראדע. דער בוך וועגן הרב מענדל פוטערפאס האט מיר פיין איבערגענומן, ווי אויך דער תערוך לפני שלחן אויף דער ערוך השלחן.

איך האב פאר מיר געדרוקט דער בוך 'דער חסידיזם און איהר פירער', און דאס דירעקט נישט ליעב געהאט. איך האב הנאה געהאט פון די זכרונות פון יחזקאל קאטיק וואס איך האב געדרוקט און איך האב יעצט לעבן מיין בעט, פאר א קריאה שניה, די 'מגילת ספר' פון הרב יעקב עמדין (באמת, ווען עס איז נישט דער יעב"ץ איז עס נישט אזוי אינטרעסאנט. אביעקטיוו איז עס נאר 'נו נו', אבער וויבאלד דער יעב"ץ איז אזא צענטראלע פיגור אין אונזער היסטאריא, איז עס העכסט אינטרעסאנט).

איך האב די בוך פון די דריי ברידער, אבער איך האב נאך נישט געהאט די תאווה דאס צו ליינן. איך האב אויף פי.די.ף. די זכרונות פון מנחם פרוש, און דאס וואלט מיר אפשר יא געווען אינטרעסאנט. נישט ווייל ער איז אזא גוטע שרייבער, און נישט ווייל איך גלויב אן עסקן'ס אייגענע זכרונות אויף זיין וואוילטעטיגקייטן. נאר ווייל דאס שפיגלט אפ דער בליק פון א צענטראלע עסקן אין אונזער געזעלשאפט. גראדע, מנשה לוסטיג'ס בוך איז מיר געווען זייער אינטרעסאנט, כמו שכתבתי במקום אחר. על אף מיין שלעגעריי מיט אים דא אין שטיבל, איז ער א גאר א טאלאנטפולער שרייבער, און ער ברענגט ארויס א געוויסע אמת וואס אנדערע זוכן צו באהאלטן (מיינענדיג, אז ער זאגט וואס ער טראכט אויפ'ן אמת, נישט מיט א חשבון וויאזוי יענער וועט עס אננעמן. צו איך האלט ווי זיין מחשבה איז אן אנדערע זאך).

איז דאס גענוג א בליק אין מיין הארץ אז מ'ווייסט וואס איך דארף?

בקיצור, אדער:-
א. היסטאריש אינטרעסאנט
ב. געשריבען מיט א טיפער שפראך, אז די ווערטער ברענגן ארויס א פארשטאנד
ג. א ציענדיגע געשיכטע
ד. אן אמת ארויס געברענגט וואס איז נישט נראה בעליל
ה. א הינטערגרונד פאר אנדערע געשיכטערס

קאך_לעפל » מיטוואך אפריל 29, 2020 2:39 pm

· #447133
ליטוואק פון בודאפעסט
גיי אויך פארציילן פאר דזשאן גרישאם אז זיין ביכער זענען מיר ווייניג אינטרעסאנט. ווי אויך פאר עניד בלייטון.


ווער זענען זיי? די מלאכי חבלה?

במדבר » מיטוואך אפריל 29, 2020 8:05 pm

· #447161
איך גיי יעצט איבער די ווינדערליכע בלאג, פון תומר פרסיקו: ''לולאת האל-החוויה הדתית לסוגיה'' ער איז א ''בלעק-האול'' ער ציט דיר אריין און זיין ''גראוויטאציע'' אז לרגע הערסטו אויף צו עקזיסטירן. אבער פונקט פארקערט ווי געווענדליכע בלעק-האול'ס געט ער ארויס אזא ליכטיקייט אזא מתיקות.....

איר האט דארט אלעס: פון קבלה ''ניו עידזש'' און רוחניות, ביז תנ''ך מדעי היהדות און להבדיל בודוהיזם. ער איז אויך שטארק אקטיוו פאר רעליגיעזע פרייהייט (שטארק טעטיג קעגן קארופציע אין די רבנות הראשות) א טיף גלויביגער, וואס איז די חידוש? ער זאגט אז ער האט און אינדיע געזען די פרצוף פון גאט.

אינטעלעקטואלן: עס איז נישט קיין רעקאנמעדאציע ס'איז א מיז.

קאצקע ציקער » מיטוואך אפריל 29, 2020 8:21 pm

· #447163
ליטוואק אפשר וועט דיר זיין אינטערסאנט דורכצוליינען פארמעגליך'ס ארטיקלען אויף די השתלשלות פון די מחלוקה אין סאטמאר אפשר האסט עס שוין געליינט

במדבר » מיטוואך אפריל 29, 2020 8:35 pm

· #447171
די טרילאגיע פון יובל נח הררי: א אימפארשעמטע אטעאיסט, אבער פארפאלן! גאט האט עים באשאפען מיט א שכל הישר און מיט די מעגליכקייט פון צוזאמשטעלן פארשידענע דיסיפלינען צו מסביר'ן זיין קאמפלעצירטע וועלטל.

עבר-"קיצור תולדות האנושות"
הוה-"ההיסטוריה של המחר"
עתיד-''21 מחשבות על המאה ה-21''

זיינע ביכער זענען איבערגעזעצט געווארען אויך אויף ענגליש (און נאך 30 שפראכן).

מי אני » מיטוואך אפריל 29, 2020 9:02 pm

· #447173
במדבר
די טרילאגיע פון יובל נח הררי: א אימפארשעמטע אטעאיסט, אבער פארפאלן! גאט האט עים באשאפען מיט א שכל הישר און מיט די מעגליכקייט פון צוזאמשטעלן פארשידענע דיסיפלינען צו מסביר'ן זיין קאמפלעצירטע וועלטל.

עבר-"קיצור תולדות האנושות"
הוה-"ההיסטוריה של המחר"
עתיד-''21 מחשבות על המאה ה-21''

זיינע ביכער זענען איבערגעזעצט געווארען אויך אויף ענגליש (און נאך 30 שפראכן).

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/11288">viewtopic.php?f=19&t=11288</a><!-- l -->

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 29, 2020 9:27 pm

· #447174
קאצקע ציקער
ליטוואק אפשר וועט דיר זיין אינטערסאנט דורכצוליינען פארמעגליך'ס ארטיקלען אויף די השתלשלות פון די מחלוקה אין סאטמאר אפשר האסט עס שוין געליינט

איך געדענק אין די ערשטע יארן פון קאוועשטיבעל האט מען געברענגט פון היידפארק א גאנצע סעריע מאמרים פון די זייט און פון די אנדערע זייט.

איך דארף נישט אנליין, דארט האב איך ליידער איבער גענוג. איך דארף פי.די.ף.ס צו קענען דרוקן און נעמן מיט מיר אין בעט.

און איך זוך נישט קיין גרויסע מאמרי תורה צו השקפה, איך זוך זיך אפצורוען. אויף אינטעלעקטואלע ארבעט קען איך ענדיגן איין מאל פאר אלעמאל דער מורה נבוכים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 12:29 pm

· #447213
[ציטאט אראפגענומען]

א גוטע עצה. יעצט דארף איך עצות אויף דעם אויך. וועלכע איז די בעסטע? איך זעי אז א Fire איז די ביליגסטע, אבער דאס איז א טאבלעט, און ברגע דער אינטרנט קומט מיט מיר אין בעט אריין, שלאף איך נישט איין. איך האב שוין א תאווה פאר דאס, אבער ווער קען בארעכטיגן אזויפיל געלט בלויז פאר פארוויילונג?
[ציטאט אראפגענומען]

דאס זעט שוין אויס גוט. איך גיי טאקע פרעגן א חב"ד חסיד וואס איך קען וואס האט מיר שוין געבארגט פארשידענע זאכן, כולל דער אויבענדערמאנטע בוך אויף ר' מנדל פוטרפס.

פון אלע וואס באזוכן דא, האט קיינער נישט קיין מיינונג אויף דער סטיווען ספילברג לייברערי? וואס איז דארט אינטרעסאנט און וואס איז לאנגווייליג? איך האב געטראפן דארט אסאך אומאינטרעסאנטע זאכן, ממילא האב איך נישט די כח דורכצובלעטערן. דאס וואס איך האב יא הנאה געהאט, האב איך שוין געדרוקט פאר זיך און געלייגט דא

ישעיה » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 12:56 pm

· #447215
[ציטאט אראפגענומען]

וועלכע וואלט איר רעקאמאנדירט?

במדבר » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:01 pm

· #447216
[ציטאט אראפגענומען]


וואי! יישר כח! מר @אנאנים עס איז ווירקליך א פאר'שיכור'ענדע ''אוצר הספרים''.
אוי גאט און הימל! וואונטש @במדבר זאל טרעפן די צייט דאס אלעס דארוך צוליינען.
נאכאמאל ש'כוח.

אמת וצדק » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:19 pm

· #447218
שלום וברכה הרב @ליטוואק פון בודאפעסט, דו זוכסט עפעס גוט צו ליינען, איז לאמיר פראבירן.

האסט דאך אזוי שיין פארענטפערט הרב קוק ז"ל אינעם וועקער, איז נאדע אן ארטיקל איבער הרב קוק׳ס צוגאנג צו לימודי חול אין זיין ישיבה, נאך אין יפו.
http://cloud.tapatalk.com/s/5eab037e5ce5c/1%20%2813%29.pdf

און אז מען רעדט שוין פון הרב קוק וואס האט באקומען סמיכה פונעם ערוך השולחן נאדע א שיינע אקאדעמישע ארבעט איבערן ערוך השולחן.
http://cloud.tapatalk.com/s/5eab03a8ab921/GoldshteinElazar.pdf

און אז מען רעדט שוין פון די פרומע ציוניסטען, נאדע א שיינע ארטיקל איבער א מזרחי׳סטישע בחור פון ישיבת עתניאל וואס איז געגאנגען טועם זיין א טעם אין לערנען אין די מיר.. אין ער שרייבט די חילוקים פון די צוויי ישיבות.
http://cloud.tapatalk.com/s/5eab03ba731f4/%D7%9E%D7%A2%D7%AA%D7%A0%D7%99%D7%90%D7%9C%20%D7%9C%D7%9E%D7%99%D7%A8%20%D7%95%D7%91%D7%97%D7%96%D7%A8%D7%94%20-%20%D7%94%D7%9C%D7%9C%20%D7%A0%D7%92%D7%9F.pdf

און אז מען רעדט שוין פון לימודי חול נאדע א שיינע ארטיקל פון הרב גדליה אהרן רבינוביץ רבינוביץ, ווי אזוי משלב צו זיין תורה מיט מדע.
http://cloud.tapatalk.com/s/5eab0399297f3/Vol%2012%20Rabinowitz.pdf

און די ביסט דאך א ליטוואק נאדע נאך אן ארטיקל פון הרב רבינוביץ איבער די יסודות׳דיגע חילוקים פון חסידים אין מתנגדים.
http://cloud.tapatalk.com/s/5eab03b1355b0/Vol%205%20Rabinowitz.pdf

און אז די וואונסט אין בודאפעסט נאדע א שיינע ספר׳ל פון הרב יקותיאל יהודה גרינוואלד איבערן אונגארישע טיילונג.
http://cloud.tapatalk.com/s/5eab040e037bc/Hebrewbooks_org_44189.pdf

און אז מען דערמאנט דעם טיילונג האסטו נאך אן ארטיקל פון פראפ׳ בני בראון איבער דעם.
http://cloud.tapatalk.com/s/5eab043947250/As_Swords_in_the_Body_of_the_Nation_Eas.pdf
און אז מען דערמאנט די מחלוקת פון די משכילים מיט די שמרנים, נאדע אן ארטיקל פון הרב יחיאל גולדהבר איבער וואס די גדולי ישראל אין אשכנז האבן געהאט צו זאגן איבערן אסיפה פון די משכילים אין בראונשווייג.

ביידע ארטיקלען פון הרב רבינוביץ קומען פון די חקירה וועבסייט וואס האט אן א שיעור גוטע ארטיקלען.

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:42 pm

· #447220
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז א פראבלעם פאר שבת

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:51 pm

· #447223
קאצקע ציקער
ליטוואק אפשר וועט דיר זיין אינטערסאנט דורכצוליינען פארמעגליך'ס ארטיקלען אויף די השתלשלות פון די מחלוקה אין סאטמאר אפשר האסט עס שוין געליינט

קענסט עס פליז אהער לינקן

cictim » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 4:10 pm

· #447242
במדבר


אוי גאט און הימל! וואונטש @במדבר זאל טרעפן די צייט דאס אלעס דארוך צוליינען.
נאכאמאל ש'כוח.


א גוי ווען ס'גייט עם שווער, די ערשטע זאך שעלט ער זיין גאט - זיי שרייען בעת מצוקם 'son of a bitch', דאס איז דאך א חוזק פון יאשקע ס'גייט ארויף אויף זיין מאמע, און אזוי אויך די פ"א ווארט...

cictim » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 5:36 pm

· #447254
FREE DOWNLOAD - ENTIRE ARTSCROLL DIGITAL LIBRARY!

<a class="postlink" href="https://t.co/5SqhD4mFdR">https://t.co/5SqhD4mFdR</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 6:11 pm

· #447258
cictim
FREE DOWNLOAD - ENTIRE ARTSCROLL DIGITAL LIBRARY!

<a class="postlink" href="https://t.co/5SqhD4mFdR">https://t.co/5SqhD4mFdR</a>

ייש"כ, אבער נישט ממש. דאס איז נאר א טרייעל, צו פראבירן פאר דרייסיג טעג, און מ'דארף אן עפפ דערפאר. דאס קען מען נישט דרוקן.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 1, 2020 12:39 pm

· #447391
איך האב פאר מיר געדרוקט די מאמר פריער פון דער בחור וואס איז געגאנגן פון עתניאל צו ישיבת מיר. עס איז זיכער געווען אינטרעסאנט. נישט יעדע רווארט, אבער בתוך דבריו איז ער מעורר א פאר אינטרעסאנטע זאכען. ייש"כ אמת והצדק

חוקר ודורש » מוצ"ש מאי 2, 2020 11:10 pm

· #447431
כהאב געליינט דעם שבת א שיינע ארטיקל ווי איינער אינטערוויוט צוויי מזרחי׳סטישע בחורים וואס האבן זיך געביטען צו די חרדישע וועלט, און א ריספאנס צו זייער טענות דורך הרב יעקב מדן פון ישיבת הר עציון.
אזוי אויך האב איך געליינט פונעם זעלבען שרייבער ווי ער אינטערוויוט די אנפירער פון די קראים באוועגונג אין א״י.

תנחום » מאנטאג מאי 4, 2020 11:33 pm

· #447727
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב פאר מיר געדרוקט די מאמר פריער פון דער בחור וואס איז געגאנגן פון עתניאל צו ישיבת מיר. עס איז זיכער געווען אינטרעסאנט. נישט יעדע רווארט, אבער בתוך דבריו איז ער מעורר א פאר אינטרעסאנטע זאכען. ייש"כ אמת והצדק


כ'האב עס אויך געליינט אויף שבת. ס'איז געוועהן גאנץ אינטרעסאנט. די פסעוודאנים איז מאדנע. @אמת וצדק, קיפ איט קאמינג.

אמת וצדק » מאנטאג מאי 4, 2020 11:46 pm

· #447728
Re: איך דארף לייען מאטריאל!
כ׳האב שטארק הנאה געהאט פונעם אינטערוויו מיט די צוויי געוועזענע מזרחי׳סטישע בחורים, וואס @חוקר ודורש האט אהערגעברענגט, עס לוינט זיך צו ליינען און זען די מעלות און חסרונות פון די ביידע וועלטען.


Sent from my iPhone using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » דינסטאג מאי 5, 2020 12:28 am

· #447731
א גרויסן דאנק @חוקר ודורש פאר'ן אינטערוויו מיט חכם פירוז, דאס גראדקייט און אויפריכטיגקייט זיינעם איז דאך ממש צו באוואונדערן, הלואי וואלט אונזערע רבנים געקענט פארטיידיגן זייערע שיטות אזוי ווי איהם אן קיין קאפפארדרייענישן און מאניפולאציעס.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 6, 2020 11:49 am

· #447881
קאך_לעפל
האסט פראבירט דעם קונטרס על הגאולה ועל התמורה?

ליטוואק פון בודאפעסט: די עדיטעד ווערסיע. ווייל די אריגינאלע כתבי יד פון סאטמאר'ע רבי וועט ארויפטרייבן דיין בלוט פרעשור צו שטארק. און דאמאלס וועסטו זיכער (ח"ו) נישט קענען איינשלאפן...!

איך האב געהערט פון כמה מקורות אז די (קלוגע) שטוב מענטשן פון סאטמר רב זענען נישט געווען צופרידן פון די צו שארפע לשונות וואס ער האט גענוצט. האבן זיי עס א ביסל ..."גע-סאפטענד"...!

למשל וואו ער שרייבט אז מ'זאלל נישט גיין צום כותל. שטייט דארט..."ועל כן יש למנוע מל(ל)כת לכותל ולמקומות אחרים שכבשו הציונים"...! שטייט אין די אריגינאלע ווערסיע..."אני אוסר בכל תוקף"...!

איך אויך » דאנערשטאג מאי 7, 2020 10:48 am

· #447990
אויב אזוי זענן דאך די מזרחיסטן גערעכט.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מאי 8, 2020 1:44 am

· #448092
תנחום
כ'האב עס אויך געליינט אויף שבת. ס'איז געוועהן גאנץ אינטרעסאנט. די פסעוודאנים איז מאדנע. @אמת וצדק, קיפ איט קאמינג.

עפעס זאגט ער דארט פון איינער א יוסף קמחי וואס איז א צענטראלע פיגור אין די מיר, פארוואס האט ער אזוי מורא ארויסצוזאגן די נאמען רבי אשר אריאלי? יעדער כאפט סייווי וועם ער מיינט, כאטש האט ער ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע לפעצן.

תנחום » פרייטאג מאי 8, 2020 2:57 pm

· #448154
עפעס פרישע סחורה צו פרינטן פאר שבת, קומסט אריין קלאר. דרייסיג זייטן טאפס, רופסט אן ווארעם.

אמת וצדק » פרייטאג מאי 8, 2020 4:18 pm

· #448161
איך דארף לייען מאטריאל!
תנחום
עפעס פרישע סחורה צו פרינטן פאר שבת, קומסט אריין קלאר. דרייסיג זייטן טאפס, רופסט אן ווארעם.
איך האב נישט קיין צייט יעצט, אבער לעשות רצונך חפצתי. הרב נחום אליעזר רבינוביץ ז״ל איז דעי וואך אוועק פונעם וועלט פונעם קאראנא ווירוס, זייענדיג 92 יאר אלט, אויפגעוואקסען איז ער אין די חרדישע וועלט, א תלמיד פון הרב פנחס הירשפרונג און מקבל געווען פון אים סמיכה, אזוי אויך האט ער געלערנט ביי הרב י״י רודערמאן אין ישיבות נר ישראל בולטימור, געווען איז ער אויך א גרויסע פראפעסאר, און דורך דעם איז ער שפעטער אנגעקומען צו די פרומע ציוניסטישע וועלט, ער איז געווען יארן לאנג ר״י אין ישיבות ברכת משה אין מעלה אדומים, אבער ער איז קייינמאל נאכגעגאנגען אין די וועגן פון הרב קוק, און דייקא געהאלטען אז די מדינה איז נישט קיין אתחלתא דגאולה, ער איז געווען א גרויסע חסיד פונעם רמב״ם, און מחבר געווען צענדליגע בענדער ״יד פשוטה״ אויפן ספר היד. צווישען זיינע תלמידים רעכענט זיך הרב יעקב צבי (ובשמו הלועזי יונתן) זאקס הרב הראשי לשעבר של בריטניה, איז אונטערסאנט צו ליינען אן ארטיקל איבער זיין השקפה אויף ״יום העצמאות״ בהלכה ובאגדה:
http://cloud.tapatalk.com/s/5eb5bdc7ab58c/%D7%99%D7%95%D7%9D%20%D7%94%D7%A2%D7%A6%D7%9E%D7%90%D7%95%D7%AA.PDF
און דא האסטו נאך אן ארטיקל פון פראפעסאר מנחם קרן קרץ איבער די היסטאריע פונעם ״עדה החרדית״ און איר שייכות צום מדינה:
http://cloud.tapatalk.com/s/5eb5be16484d8/6_Menachem_Keren-Kratz_Cat-161_LR.pdf
א גוט שבת


Sent from my iPhone using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 8, 2020 6:09 pm

· #448167
תנחום
עפעס פרישע סחורה צו פרינטן פאר שבת, קומסט אריין קלאר. דרייסיג זייטן טאפס, רופסט אן ווארעם.

איך האב שוין געלינקט ערגעץ צו דער פייל מיט בריוון וועגן די מחלוקת אין ירושלים קעגן הרב קוק, פון איינער פון די ליטווישע רבנים וואס האבען געוואוינט אין ירושלים און שטארק געשטיצט הרב קוק, וויזענדיג ווי די מחלוקת האט מיט אידישקייט גארנישט. עס ליגט שוין לעבן מיין בעט אויף עונג שבת

cictim » זונטאג מאי 10, 2020 1:34 am

· #448215
אמת וצדק
הרב נחום אליעזר רבינוביץ ז״ל איז דעי וואך אוועק פונעם וועלט פונעם קאראנא ווירוס,


א נענטערע בליק
<a class="postlink" href="https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=624305#p624305">https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=624305#p624305</a>

<a class="postlink" href="http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=624015#p624015">http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=624015#p624015</a>

berlbalaguleh » זונטאג מאי 10, 2020 3:13 am

· #448223
cictim
במדבר


אוי גאט און הימל! וואונטש @במדבר זאל טרעפן די צייט דאס אלעס דארוך צוליינען.
נאכאמאל ש'כוח.


א גוי ווען ס'גייט עם שווער, די ערשטע זאך שעלט ער זיין גאט - זיי שרייען בעת מצוקם 'son of a bitch', דאס איז דאך א חוזק פון יאשקע ס'גייט ארויף אויף זיין מאמע, און אזוי אויך די פ"א ווארט...

סיקטים:די לעצטע קוואוט אין דיין תגובה. איך האב נישט ליעב צו טרעטן אין בלאטע. אבער. דזשאסט פאר דהע רעקארד. דאס איז נישט דוקא א קללה אויף זייער גאט. נאר א דירעקטע אויסרעכענען פון זיין ייחוס..."דו ביסט א סאן אף עי ביט-ש"...!

נאר די פרענטש קענדיען גויים האבן א בפירוש'ע קללה אויף זייער גאט. איך האב אמאל געארבעט מיט א גוי פון אט דעם פאלק...און די קללה גייט בערך אזוי..."שמוציגער יאשקע וואס איז א חזיר""...!

נאר דער גוי איז אויך פארשטייצעך געווען א וויסטער אנטיסעמיט. ער האטציך אמאל צולאזט. ווען דער (פרייער) אידישער בעה"ב האט איהם נישט געוואלט געבן וועקעישן אין זיין ..."בין הזמנים"...צווישן קראצמעך און ניו יאיר...און איך בין פונקט געשטאנען נעבן עים האט ער געזאגט אזא מין פזמון...דער בעה"ב איז אן עפפען דזשו. און דו--ווייזנדיג אויף מיר. און נאך אן אנדערער ארבעטער פון אידישן אפשטאם"...אלץ ווייל ער האט נישט געקענט גיין דינען זיין אפגאט אין די שמייליגע טעג...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 10, 2020 6:23 am

· #448228
איך האב פראבירט צו ליינען דער שבת דער קונטרס פון בריוון פון הרב הדס וועגן די מחלוקת אין ירושלים אויף דער רבנות דארט, און איך האב באמערקט וואס עס שטערט מיר אויפ'ן אמת.

ווען זיי ברענגן בריוון מיט אסאך הערות פון אונטן וואס צייכענן צו אנדערע ספרים און ביכער, ווערט א גאנצע באלאגאן אין מיין קאפ. איך וויל שוין אויפשטיין און נאכקוקן און פארשטיין וואס שטייט דארט, און פון דארט פאלט מען אריין אין א rabbit hole (פאר דער וואס פארשטייט נישט די משל, גיי שנעל און ליין Alice in Wonderland, און דערנאך Alice in the Looking Glass, אסאך סודות פון די בריאה שטיין דארט) פון איין מקור ביז צום צווייטן. ממילא איז טאקע בעסער צו ליינן פלעינער ביכער, ווי איידער די מיט אלע הערות און ציונים, ווען מ'וויל זיך אפרוען.

פאליטיקאנט » זונטאג מאי 10, 2020 6:24 am

· #448229
Re: איך דארף לייען מאטריאל!
בערעל'ן:
איך גיי בכלל נישט בארעכטיגן דעם גוי און מעגליך איז ער טאקע אן אנטיסעמיט, אבער דאס וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט שלעכט אויף זיין 'אידישע' בעל הבית בעת רוגזו איז נישט קיין ראיה, די טבע פון מענטשן איז אז ווען מ'רעגט זיך אויף און מ'שעלט איינעם פערזענליך גייט מען מגלגל זיין אלע ארומיגע 'סטיגמעס'
צום ביישפיל, וועסט אפט הערן ווען איינער רעגט זיך אויף אן אנדערן חסיד וועט ער יענעם באשייגעצן מיט זיין חסידות (דו סקווירא שוטה, ****** גערער.......) ווען ער זאגט דעס מיינט נישט אז ער האלט בעצם קעגן יענע חסידות און אז ער גלייבט בכלל וואס ער זאגט, - ער וועט זיכער העלפן א יעדע איד נישט קיין חילוק וועלכע עדה, - ס'איז פשוט די לשון בני אדם היינטיגע טעג.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 10, 2020 10:47 am

· #448236
פאליטיקאנט: איך האב נאך עטוואס צו זאגן איבער דעם עניין. נאר דער ליטוואק (פותח האשכול) 'עטציך באלד אויפרעגן. ער האט פארלאנגט מאטעריאל (הגהות הב"ח: כצ"ל) צו ליינען. און אונז קום מיר מיט אונזער בויכווייטאג פון גויים אנטיסעמיטן. איבער דעם האביך אויך עפעס צו זאגן. נאר אונזערע חכמים זיכרונם לברכה האבן שוין געזאגט..."מילה בסלע, מישתוקי בתרין"...!

החוקר » מאנטאג מאי 25, 2020 4:37 pm

· #449597
Re: איך דארף לייען מאטריאל!
ליטוואק פון בודאפעסט
א גוטע עצה. יעצט דארף איך עצות אויף דעם אויך. וועלכע איז די בעסטע? איך זעי אז א Fire איז די ביליגסטע, אבער דאס איז א טאבלעט, און ברגע דער אינטרנט קומט מיט מיר אין בעט אריין, שלאף איך נישט איין. איך האב שוין א תאווה פאר דאס, אבער ווער קען בארעכטיגן אזויפיל געלט בלויז פאר פארוויילונג?

ישעיה
וועלכע וואלט איר רעקאמאנדירט?

מען קען יעצט באקומען א קינדל (נישט די שטרודל) אויף עמעזאן פאר קארגע $60.

פאר די פרייז גייט איר איין אז עמעזאן זאל ווייזן עדס. אויב ווילט איר נישט באקומען קיין אנאנסן דארפט איר צוצאלן נאך א צוואנציגער.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 25, 2020 8:18 pm

· #449618
החוקר
ליטוואק פון בודאפעסט
א גוטע עצה. יעצט דארף איך עצות אויף דעם אויך. וועלכע איז די בעסטע? איך זעי אז א Fire איז די ביליגסטע, אבער דאס איז א טאבלעט, און ברגע דער אינטרנט קומט מיט מיר אין בעט אריין, שלאף איך נישט איין. איך האב שוין א תאווה פאר דאס, אבער ווער קען בארעכטיגן אזויפיל געלט בלויז פאר פארוויילונג?

ישעיה
וועלכע וואלט איר רעקאמאנדירט?

מען קען יעצט באקומען א קינדל (נישט די שטרודל) אויף עמעזאן פאר קארגע $60.

פאר די פרייז גייט איר איין אז עמעזאן זאל ווייזן עדס. אויב ווילט איר נישט באקומען קיין אנאנסן דארפט איר צוצאלן נאך א צוואנציגער.

איך פארשטיי נישט, וויאזוי קומן די עדס אן? טאמער איך באהעפט נישט די קינדל צום אינטרנט קיינמאל, נאר צו מיין קאמפיוטער פון וואנעט איך אפלאוד די פיילס וואס איך וויל דארט לייגן, וואס קענען זיי מיר טון?
און אגב, קען מען קאנווערטן א סקענד ספר צום קינדל פארמאט און לערנן דערפון?

פייסיס » מאנטאג מאי 25, 2020 9:43 pm

· #449624
כ'האב אקורשט געענדיגט דאס ביכל 'הנבל של דווידה' פון חיים פוטאק, און גראדע הנאה געהאט [בזמן וואס כ'האב ניט ליב אסאך ביכער]

דא האט איר א לינק אויף ענגליש וויקי, וואס די בוך איז געשריבן געווארן ארגינעל אין ענגליש.

<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Davita%27s_Harp">https://en.wikipedia.org/wiki/Davita%27s_Harp</a>

פאליטיקאנט » מאנטאג מאי 25, 2020 10:15 pm

· #449631
Re: איך דארף לייען מאטריאל!
ליטוואק פון בודאפעסט
החוקר
ליטוואק פון בודאפעסט
א גוטע עצה. יעצט דארף איך עצות אויף דעם אויך. וועלכע איז די בעסטע? איך זעי אז א Fire איז די ביליגסטע, אבער דאס איז א טאבלעט, און ברגע דער אינטרנט קומט מיט מיר אין בעט אריין, שלאף איך נישט איין. איך האב שוין א תאווה פאר דאס, אבער ווער קען בארעכטיגן אזויפיל געלט בלויז פאר פארוויילונג?

ישעיה
וועלכע וואלט איר רעקאמאנדירט?

מען קען יעצט באקומען א קינדל (נישט די שטרודל) אויף עמעזאן פאר קארגע $60.

פאר די פרייז גייט איר איין אז עמעזאן זאל ווייזן עדס. אויב ווילט איר נישט באקומען קיין אנאנסן דארפט איר צוצאלן נאך א צוואנציגער.

איך פארשטיי נישט, וויאזוי קומן די עדס אן? טאמער איך באהעפט נישט די קינדל צום אינטרנט קיינמאל, נאר צו מיין קאמפיוטער פון וואנעט איך אפלאוד די פיילס וואס איך וויל דארט לייגן, וואס קענען זיי מיר טון?
און אגב, קען מען קאנווערטן א סקענד ספר צום קינדל פארמאט און לערנן דערפון?


די עדס קומען מיט די דעווייס און עס בלייבט אפי' אן אינטערנעט צוטריט, ווען מען באהעפט זיך צום אינטערנעט טוט זיך עס אפדעיטן צו פרישער עדס.
אבער איך וויל באטאנען אז די עדס זענען נאר אויף די "לאק-סקרין" נישט בשעת מען ניצט עס.
(מ'קען אלס צוצאלן און אראפנעמען די עדס - אסאך מאל זאגאר בחינם)


יא מ'קען קאנווערטן כמעט יעדע מין פייל צו א KPF פייל (די פארמאט וואס קינדל ניצט) און עס זענען דא אסאך פרייע סאפטוועיר / סייטס דערפאר.

דוראק » זונטאג יוני 14, 2020 9:17 am

· #451571
ליטוואק פון בודאפעסט

בקיצור, אדער:-
א. היסטאריש אינטרעסאנט
ב. געשריבען מיט א טיפער שפראך, אז די ווערטער ברענגן ארויס א פארשטאנד
ג. א ציענדיגע געשיכטע
ד. אן אמת ארויס געברענגט וואס איז נישט נראה בעליל
ה. א הינטערגרונד פאר אנדערע געשיכטערס

קיין געדולד אַדורכצוליינען אַלע ביכער וואָס מ'האָט פאָרגעשלאָגט ביז אַהער האָב איך ניט, על כל פנים דאָ איז אַ רשימה פון ביכער וואָס זײַנען כדאי צו ליינען:

א. במצודה הפרושה פון א״א גרשוני (אַ ציענדיקע געשיכטע, וואָס גיט אַ גוטן הינטערגרונט צו אַ היסטאָרישער תקופה).
ב. תולדות ר' פרץ מוצקין (לפענ״ד אַ סך בעסער פאַר דעם תולדות ר' מענדל פוטערפאַס, געשריבן דורך אַ בן התקופה וואָס האָט עם הפנים גוט געקענט).
ג. זכרונותיו של חסיד פון ר' דוד אבא גורביץ' (איך ווייס ניט צי ס'איז דאָ צו קריגן ערגעץ וואו, שרײַבט וועגן אַ גאַנץ אומבאַקאַנטער תקופה אין דברי ימי חב״ד – טאַשקענט תש״י־ל, אויף ווי ווײַט מײַן נאַרישער שכל פאַרשטייט איז ער אַ סך אַ גרעסערער בעל סמכא פון דעם מחבר פון דעם איצט־פּאָפּולאַרן בוך „סאַמאַרקאַנד”; איין גרויסן חיסרון האָט דער בוך – עס פעלט עם מינימאַלע רעדאַקציע, דערפאַר אָבער איז ניטאָ אין עם קיין צענזורע).
ד. בעלי התוספות פון אפרים אורבך (היסטאָריש אינטערעסאַנט, זייער ציענדיק; נאָכן ליינען דעם בוך לעבט זיך דער גאַנצער תוספות אָפּעט – ליינענדיק אַ תוספות קאָן מען מיינען אַז מ'זעט אַ לעבעדיקן ויכוח צווישן דעם ר״י מיטן ר״ת; דערפאַר איז עס אָבער ניט קיין „איזי ריד”).
ה. זכרונות פון גולאַג (דעם אמת געזאָגט, אויף צו הנאה האָבן פון דעם ביכל דאַרף מען האָבן אַ קענטעניס מיט עכ״פ אַ טייל פון די מענטשן און געשעענישן דאָרט).

פאַראַן נאָך פאַרשטייט זיך, נאָר האָפנטליך וועט דער סאָשעל־דיסטענסינג זיך ענדיקן פריער...

דוראק » זונטאג יוני 14, 2020 9:24 am

· #451572
פאליטיקאנט
ליטוואק פון בודאפעסט
החוקר
ליטוואק פון בודאפעסט
א גוטע עצה. יעצט דארף איך עצות אויף דעם אויך. וועלכע איז די בעסטע? איך זעי אז א Fire איז די ביליגסטע, אבער דאס איז א טאבלעט, און ברגע דער אינטרנט קומט מיט מיר אין בעט אריין, שלאף איך נישט איין. איך האב שוין א תאווה פאר דאס, אבער ווער קען בארעכטיגן אזויפיל געלט בלויז פאר פארוויילונג?

ישעיה
וועלכע וואלט איר רעקאמאנדירט?

מען קען יעצט באקומען א קינדל (נישט די שטרודל) אויף עמעזאן פאר קארגע $60.

פאר די פרייז גייט איר איין אז עמעזאן זאל ווייזן עדס. אויב ווילט איר נישט באקומען קיין אנאנסן דארפט איר צוצאלן נאך א צוואנציגער.

איך פארשטיי נישט, וויאזוי קומן די עדס אן? טאמער איך באהעפט נישט די קינדל צום אינטרנט קיינמאל, נאר צו מיין קאמפיוטער פון וואנעט איך אפלאוד די פיילס וואס איך וויל דארט לייגן, וואס קענען זיי מיר טון?
און אגב, קען מען קאנווערטן א סקענד ספר צום קינדל פארמאט און לערנן דערפון?


די עדס קומען מיט די דעווייס און עס בלייבט אפי' אן אינטערנעט צוטריט, ווען מען באהעפט זיך צום אינטערנעט טוט זיך עס אפדעיטן צו פרישער עדס.
אבער איך וויל באטאנען אז די עדס זענען נאר אויף די "לאק-סקרין" נישט בשעת מען ניצט עס.
(מ'קען אלס צוצאלן און אראפנעמען די עדס - אסאך מאל זאגאר בחינם)


יא מ'קען קאנווערטן כמעט יעדע מין פייל צו א KPF פייל (די פארמאט וואס קינדל ניצט) און עס זענען דא אסאך פרייע סאפטוועיר / סייטס דערפאר.

ווען מ'באַהעפט דעם קינדל צום קאָמפּיוטער קאָן מען גרינג דיליטן אַלע עדס, און כל זמן דער קינדל איז אָפלײַן קומען ניט צו קיין נײַע עדס.

אויף אַ קינדל קאָן מען עפענען יעדן פּידיעף, נאָר ס'איז ניט אַזוי געשמאַק צו ליינען. פון יעדן טעקסט פײַל קאָן מען גרינג מאַכן אַ קינדל פײַל.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 14, 2020 9:39 am

· #451573
ייש"כ הרב @דוראק. איך האב געליינט 'סאמארקאנד' אויף עברית, און די אדזשענדא האט געגרידזשעט. עס ליינט זיך נישט האנעסט.

דיין אלע ביכער זענען אבער נישט אוועילעבל אומזיסט. איך וועל בעטן די חבר וואס האט מיר פארבארגט 'סאמארקאנד' צו ער האט די אלע זאכן.

דוראק » זונטאג יוני 14, 2020 10:04 am

· #451574
ליטוואק פון בודאפעסט
ייש"כ הרב @דוראק. איך האב געליינט 'סאמארקאנד' אויף עברית, און די אדזשענדא האט געגרידזשעט. עס ליינט זיך נישט האנעסט.

דיין אלע ביכער זענען אבער נישט אוועילעבל אומזיסט. איך וועל בעטן די חבר וואס האט מיר פארבארגט 'סאמארקאנד' צו ער האט די אלע זאכן.

יע, אַ באַקאַנטע פּראָבלעם. אַ סך פון די וואָס זײַנען דאָרט געווען קאָנען דעם בוך ניט פאַרלײַדן.

אַהאַ... „על הגאולה ועל התמורה” האָסט געזאָגט איז דיר ניט אינטערעסאַנט, וואָס איז מיט די אַנטי-ציוניסטישע כתבים פון אוריאל צימער און פון נתן בירענבוים, האָסט שוין געליינט? (ליינט זיך געשמאַקער לענ"ד, כאָטש לאו דווקא בין איך מסכים מיט יעדן וואָרט)

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 14, 2020 10:10 am

· #451576
ווען איך ליין נאר וואס איך בין מסכים דערמיט, ווער איך שוין א רעפובליקאן.....

איך קען ליינן פון דער פרעמד אויך. וויאזוי הייסן דיין ביכער? זיי זענען אוועילעבל אנליין? כאטש אויף אוצה"ח?

נאר ללמד זכות אויף 'סאמארקאנד', עס איז דאך כנראה געשריבן געווארן אלס א פאנדרעיזער פאר אן ארגאניזאציע, און דעריבער דארף מען דאס האלטן אין קאפ. זיין אנטוישונג פון די ארגאניזאציע פאליטיק שוועבט ארויף פון זיין שרייבאכץ, און דאס איז גראדע יא אינטרעסאנט. אבער כאמור איז עס מיט א שטארקן אדזשענדא.

גראדע האב איך מיר זיך אנגעשטויסן מיט אסאך זכרונות ביכער אויף אוצה"ח, און אסאך קוקן אויס אינטרעסאנט. די כלל מיט זכרונות איז אז אפילו מיט אלע נגיעות וכדו', איז עס די פערספעקטיוו פון א מענטש. דער פערספעקטיוו איז זיכער אמת, צו די פאקטן זענען יא צו נישט. און דאס איז די געשמאק דערפון, ווי א בילד פון א מענטש און א סביבה ווערט געבויט.

אוריאל צימר איז אוועילעבל אויף אוצה"ח, אבער בירנבוים האב איך נישט געליינט, איך ווייס נישט פארוואס. אבער ליין מאטעריאל אין בעט דארף נישט און טאר נישט זיין קיין גרויסע מושכלות, איך וויל דאך איינשלאפן.....

דוראק » זונטאג יוני 14, 2020 10:15 am

· #451577
צימערס הייסט „יהדות התורה והמדינה”, בירענבוים האָט פאַרשיידענע, איך געדענק ניט די נעמען, צו אייניקע פון זיי דאַרף זײַן לינקן אין זײַן וויקיפּעדיע בלאַט. אַלע דאַרפן זײַן עוועילעבל אומזיסט אָנלײַן.

סאַמאַרקאַנד האָט ערשינען אָריגינעל אין דער צײַטונג „בית־משיח”, ערשט שפּעטער האָט ער עס אָפּגעדרוקט אין בוך פאָרמאַט. אָבער ביסט גערעכט אַז זכרונות קאָנען זײַן זייער אינטערעסאַנט (צוויי פון די ביכער וואָס איך האָב פריער פאָרגעשלאָגן זײַנען זכרונות).

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 16, 2020 4:08 pm

· #451942
איך האב יעצט (מעגליך) געטראפן א לעזונג צו מיין פראבלעם. אפשר בין איך א בטלן אז עס האט גענומען אזוי לאנג. מ׳קען קויפן א thermal binding machine פאר אונטער הונדרעט דאללאר. דערנאך קען מען פרינטן און ביינדן אליינס יעדער פי.די.ף. וואס מ׳האט.

פארוואס האט קיינער נישט דערמנאט אט די עצה? זע׳מיר אלע בטלנים פון כולל ארויס? אדער מאך איך א מיסטעיק?
בלאט: 1 2