☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » איך דארף לייען מאטריאל!

איך דארף לייען מאטריאל!

63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13777
בלאט: 1 2

דוראק » דאנערשטאג יוני 18, 2020 10:03 pm

· #452162
אויב איר ווילט לייענען עפּעס פון אַ שטיקל אַנאַנדער סוג, רעקאָמענדיר איך שטאַרק דעם ספר אשכבתא דרבי. אינטערעסאַנט צו זען דעם צונויפגאָס פון דעם גאון מיטן חסיד, ווי אויך דעם קוק פון אַ תלמיד אין ליובאַוויטש אויף זײַן רבי'ן.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 19, 2020 6:52 am

· #452206
ייש"כ גדול.
ער באשרייבט זיין געשיכטע ביים פטירה פון דער רבי רש"ב, עס דוכט זיך מיר איך האב עס אמאל געליינט. קען זיין אז עס איז אראפ געברענגט כלשונו אין שמועות וסיפורים פון ר' רפאל (פוליע) קאהן ז"ל?

אגב אעורר. דארט אין עמ' 21 דערמאנט ער דער מנהג חב"ד פון נישט לייגן אן עטרה אויף די טלית. ער איז משער אז ווען דער בעל התניא איז ארעסטירט געווארן, און די חסידים האבן גוזר געווען אז יעדער מוז אראפ נעמן די עטרה און פארקויפן די זילבער אויסצולייזן דער רבי'ן, האט מען אזוי אנגעהאלטן די מנהג. איך געדענק פון מיין חדר יארן, אז מ'האט מסביר געווען דער מנהג העולם צו לייגן אן עטרה, ווי עס שטייט אין מג"א פון אריז"ל, אז מ'לערנט עס ארויס פון די קרשים.מען האט געמוזט אפצייכענן די קרשי המשכן כדי אז יעדער קרש זאל בלייבן אין די זעלבע ארט ביי די משכן, שלא להפחית מקדושתו (לעצטענס אין דף היומי). אזוי אויך איז ביי דער טלית של מצוה, אז די חלק צוקאפנס איז הייליגער ווי די חלק ביים זייט וכדו', און ממילא דארף די חלק וואס גייט צוקאפנס, בלייבן דארט יעדעס מאל. און דער בעל התניא האט געטענה'ט אז דאס איז אלס ביי פארשידענע קרשים, ווי יעדער איינער האט זיך זיין חשיבות און פלאטץ. אבער ביי איין גרויס טלית, מאכט נישט אויס וויאזוי עס שטייט, פון דער זייט אדער יענער זייט. און ער האט גאר געברענגט א ראיה פון רש"י אין חומש, ווען יעקב אבינו איז געגאנגן קיין חרן, און די שטיינער האבן זיך צוקריגט אויף וועמן זאל דער צדיק לייגן זיין קאפ, האט דער אויבישטער געמאכט איין גרויסע שטיין פון זיי אלע. פרעגט זיך די קשיא, און וואס איז יעצט? יעדער זייט פון די שטיין וועט זיך קריגן אז ער וויל דער צדיק קאפ'ס? ווייזט זיך אויס אז אויף איין גרויסע שטיין, טיילט זיך נישט די קדושה פון איין זייט צום צווייטן, נאר אויף פארשידענע שטיינער. אזוי האב איך געהערט פון מיין חדר מלמד. מסתמא האט ער דערפון א התעוררות בעבודת הוי"ה אויך, וק"ל.

דוראק » זונטאג יוני 21, 2020 2:15 pm

· #452359
וועגן די טליתים געדענקט זיך מיר אַז איינער האָט געשריבן באריכות (אפשר יוחנן גוראריה אין זײַן חקרי מנהגים?). ווי ס'געדענקט זיך מיר זאָגט מען אַז טלית איז דער ענין המקיפים, וואו ס'איז ניט שייך קיין מעלה ומטה.

דוראק » מאנטאג יוני 22, 2020 9:25 pm

· #452587
נאָך אינטערעסאַנטע ביכער:
יהדות ברוסיה הסובייטית
יהודים ויהדות בברית המועצות
קידוש השם
אַלע דרײַ פון אהרן אליהו גרשוני
די ערשטע צוויי דאַרפן זײַן אויפן אוצר (דער ערשטער נאָר אויב איר האָט מוסד הרב קוק).

חכימא » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 6:16 pm

· #456239
[ציטאט אראפגענומען]

איינער ווייסט אפשר וואס מיט דעם טשענעל איז געשען???

אונטער חכם » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:41 am

· #456322
Re: איך דארף לייען מאטריאל!
א טשענעל מיט א חלק פון די ביכער דארט.
<a class="postlink" href="https://t.me/joinchat/AAAAAFaL6NJ6iTTwkTA8Hw">https://t.me/joinchat/AAAAAFaL6NJ6iTTwkTA8Hw</a>

חכימא » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 7:43 am

· #456328
ייש"כ!!!
כ'האב קיין ווערטער אייך צו באדאנקן!

ברויך איך אלעס אראפלאדענען אויס מורא אז די שיקזאל פון דעם טשענעל וועט זיין ווי זיין פארגייער?

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אוגוסט 22, 2020 10:49 pm

· #457265
איך האב ביי מיר לעבן מיין בעט די בוך דער ווילנער גאון (פארבארגענע וועלטן) פון פסח מארקוס. עס איז א ראמאן געבויט אויף די לעבן פון דער ווילנער גאון, און עס ברענגט טאקע אפיר אסאך באקאנטע מעשיות מיט אים ז"ל אין די צורה פון א ראמאן.
עס זעט מיר אויס אז דער מחבר האט געזען די נייע היסטוריא וואס די זכרונות פון דער ריי"צ מליובאוויטש האט מחדש געווען, מיט א גאנצע פארבארגענעם געשיכטע אונטער די התגלות פון דער בעש"ט, כאילו דער גאנצע וועלט האט געהאט א סודות'דיגע באוועגונג פון חסידים, און דער בעש"ט האט עס נאר מגלה געווען. די שרייבער האט ממציא געווען אזא 'מלכות-תורה' וואס האבן פארבארגענעהייט געפירט א מלוכה אין די גאנצע פרומע וועלט, און דער גר"א האט עגזיסטירט תוך די 'מלכות'.

איך האב נאר געליינט א פערטל דערפון. איך האב באקומן די בוך א פאר יאר צוריק ווען אן עלטערע איד האט זיך געלייגט אין אן אלטעסהיים און אוועק געגעבן זיין ספרים, און איך האב עס לעצטענס געטרפאן אין די באקס און איך האב עס גע'עפענט. לאמיר זען וואס וועט זיין ווייטער.

דא שרייבט איינער מיט'ן נאמן חיים ליעבערמאן א רעצענזיע אויף די בוך. איך ווייס נישט צו דאס איז דער באקאנטע ח. ליעבערמאן צו א צווייטן, ווייל עס פאסט בכלל נישט פאר יענער צו שרייבן אין די אויסגאבע.

כרם זית » זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:06 pm

· #457363
לכאורה איז עס חיים ליברמאן דער מחבר פונעם שינד ביכל אויף סאטמאר'ע רב ז''ל.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:06 pm

· #457364
לכאורה נישט, ווייל יענער איז געווען א ליובאוויטשער חסיד, און א אידיש שרייבער, נישט ענגליש.

בוטן » זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:14 pm

· #457366
די תורה איז דאך ארוכה מארץ מידה... וויאזוי קען זיין דו ביסט אויסגעלאפן פון ליטעראטור?
העסטע וואדע טאנען, ברויכסט עפעס חיצונית'דיגע שטאף, נו? ווילאנג איז לא יום ולא לילה אז קענסט נישט איבערשטופן יענע שעה???
מיסטמעך עפעס ענטפערן, ס'מעג זיין שקר....

כרם זית » זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:39 pm

· #457372
ליטוואק פון בודאפעסט
לכאורה נישט, ווייל יענער איז געווען א ליובאוויטשער חסיד, און א אידיש שרייבער, נישט ענגליש.


איך מיין אז דו מישט. עס איז געווען דער חיים ליבערמאן בעל מחבר ספרי ''אהל רחל'', דער מהריי''ץ מליובאוויטש ז''ל'ס ביבליטעט סעקרעטאר, ער האט נישט ארויסגעגעבן די שינד ביך (הגם כהאב שוין געזען עטליכע זיך טועה זיין אין דעם, ביניהם 'קדם' ליציטאציע הויז). דערנאך איז געווען אן אנדערע חיים ליבערמאן, א אידישע שרייבער פאר די פארוועטס און נאך, וואס ער האט ארויסגעגעבן די ביך קעגן סאטמאר רב (ויהא מיתתו כפרתו).

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 23, 2020 5:15 pm

· #457378
ביסט גערעכט, איך האב מיר טועה געווען.

בוטן
די תורה איז דאך ארוכה מארץ מידה... וויאזוי קען זיין דו ביסט אויסגעלאפן פון ליטעראטור?
העסטע וואדע טאנען, ברויכסט עפעס חיצונית'דיגע שטאף, נו? ווילאנג איז לא יום ולא לילה אז קענסט נישט איבערשטופן יענע שעה???
מיסטמעך עפעס ענטפערן, ס'מעג זיין שקר....


ליין די אנהייב פון די אשכול. מ'רעדט פון זיך אפרוען. ווען איך פראביר מיר צו לייגן שלאפן מיט א גרויסע שו"ע, גייט עס עפעס נישט.
בלאט: 1 2