אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10084
אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
איך וויל מפרסם זיין א זאך, וואס קען מעגליך האבן א תועלת פאר'ן ציבור.
איך האב שוין עטליכע מאל צוזאמענגעלייגט ספרים און ביכער, אלטע וואס האבען שוין נישט קיין קאפירייט דערויף, און ערלעדיגט אויף אן אופן אז מ'זאל עס קענען קויפען אויף אמאזאן. איך האב עס בעיקר געטוהן פאר זיך צו קענען קויפען, אבער איך מערק אז אפאר מאל איז עס פארקויפט געווארען. דעריבער לייג איך דא עטליכע לינק'ס און דערמיט וועל איך זען. טאמער מ'וועט עס קויפען, וועל איך וויסען אז דער עולם איז אינטרעסירט און איך וועל צולייגען.
קודם כל, וויל איך דערמאנען דער
ספר וואס איך האב צוזאמענגעלייגט פון היברובוקס. דאס רוף איך אן 'כתבי בית סלאנים', וואס ס'האט אין דעם די כתבים פון ר' יאשע שו"ב און ר' משה מידנער. ר' יאשע שו"ב איז בעיקר מעשה'ס פון די בע"ש אראפ צו גזע בית סלאנים\קאברין און נאך. די מעשה'ס דארט זעט מען נישט אין אנדערע ערטער. ר' משה מידנער איז בעיקר קורצע מימרות אויף חסידות, העכסט אינטרעסאנט.
איך האב אויך ארויפגעלייגט
דער בוך פון שלום אש - דער תילים איד, וואס ס'זעט אויס ס'איז געשריבען אויף הרב יחיאל מאיר גוסטנינ'ער, הגם ער ווערט דערמאנט אינ'ם בוך אלס אן אנדערע מענטש. דאס איז אן עפענונג צו די הארץ פון א רבי מיום הוולדו עד יום מותו, מיט א בליק אין קאצק און אין די דארפס לעבען פון יענע צייטן. איך האב עס געהאט לעבן מיין בעט פאר א שטיק צייט און זייער הנאה געהאט.
איך האב נאך אפאר, אבער איך וועל ווארטען צו זען וואס ס'טוט זיך מיט דעם, צו מ'עט קויפען און וואס מ'וויל. טאמער דער עולם האט בקשות, קען מען מיר שיקען. אלעס פון דער אידיש ביבליאטעק פון סטיווען ספיעלבערג קען איך ארויפלייגען, ועוד.
זייער שיין אבער די
סלאנעמער ספר האט די בילדער פון פארנט אלס אונטן, און די פון אונטן אלס פארנט.
אזוי איז ביי אלע לשה"ק ספרים, וויבאלד זיי דרוקען דאך אויף צוריק. ס'קומט נארמאל ווען מ'דרוקט עס. זיי האבען נישט קיין אפציע פון רעכט'ס אויף לינק'ס
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
בקשה, פון מיין טאטנס בית דין שטוב אדער פון א וועלט וואס איז נישט דא מער.
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
מ'עט זוכען און פראבירען. ס'קען נעמען א פאר טעג. אז דו קענסט מיר שיקען א לינק אין אישי, וועט עס זיין שנעלער.
טאמער איינער קויפט עפעס, ביטע שרייבען דא, ווייל ס'נעמט א פאר טעג ביז איך הער פון עמעזאן
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דאס איז א בוך וואס איז אריגינעל געשריבען געווארען אין אידיש, אבער איך האב עס נישט געטראפען נאר אין לה"ק. דאס איז א העכסט אינטרעסאנטער בוך געשריבען דורך א איד, מראשי הציונים בדורו, וואס האט געהאט באציאונגען מיט אסאך מגדולי דורו פון ליטא. ער באשרייבט זיי אויף אן אופן וואס אנדערע באשרייבען נישט, און האט מעשה'ס וואס איך קען נישט פון ערגעץ אנדעריש. ער האט פון הגר"ח בריסקער און הגר"י סאלאנטער (און זיין זוהן דער מאטעמאטיקער), פון דער נצי"ב און דער קאוונא רב רי"א, פון ר' אלינקה קרעטינגא און נאך אנדערע. פארשטייט זיך, ער מעסט יעדער איינער לויט זיין קוק אויף די חלום הציונות, אבער ער האט נאך אינטרעסאנטע זאכען. אין דער בוך the making of a gadol דערמאנט ער אסאך פון די בוך, רופענדיג איהם אן mark
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
א גרויסען שקויעך. איך זוך עס שוין יארען. מ'גייט טוהן צו דער זאך, און אנגרייטען צום דרוק דער אידיש ווערזיע
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ליטוואק, ווען דו קענסט ארויפשטעלן קווארטינ'ס בוך
'מיין לעבן' וואלט איך דיר מכיר טובה געווען, כ'גלויב אז עס וועט זיך פארקויפן.
נא דיר דער בוך פון זבלון קווארטין. איך האב עס נישט געלעזט, אבער ס'איז גאר א גראבע'ן בוך, און דער וואס אינטרעסירט זיך אין חזנות און היסטוריא, וועט מסתמא הנאה האבען. הרב
@ונבנתה העיר האט דאס געבעטען, ע"כ אוחיל לו.
נא דיר דער אידיש ווערזיע פון דער בוך פון יעקב מארק. איך מערק יעצט אז דער בוך אז פיל גראבער ווי דער לשה"ק'דיגע ,און ס'האט באשרייבונגען פון משכילים און פון גדולים. ס'איז גאנץ מעגליך אז אפילו די גדולים זענען צענזארירט אין דער לשה"ק'דיגע ווערזיע. א דאנק @אנאנים פאר'ן אויפמערקזאם מאכען.
און הרב
@ירא שמים,
דא האט איהר אייערע געבעטענע ספר, אבער ס'איז נאך נישט גרייט. מ'עט דארפען אביסל ווארטען ביז עמעזאן האט עס אויף צו קויפען
ליטוואק פון בודאפעסטנא דיר דער בוך פון זבלון קווארטין. איך האב עס נישט געלעזט, אבער ס'איז גאר א גראבע'ן בוך, און דער וואס אינטרעסירט זיך אין חזנות און היסטוריא, וועט מסתמא הנאה האבען. הרב
@ונבנתה העיר האט דאס געבעטען, ע"כ אוחיל לו.
א גרויסן דאנק דיר, ליטוואק, עס וועט יעדער הנאה האבן פון דעם בוך, לאו דוקא חובבי חזנות.
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
ונבנתה, מה כ״כ מיוחד בספר זה?
ער האט גאר א זאפטיגע אויסשפראך, און גיבט אן אייגענארטיגען בליק אויפן דעמאלטס'דיגען הלוך ילך.
איך זעי אז
@ונבנתה העיר האט טאקע א השפעה אויף מענטש'ן, ווייל מ'האט עס נארוואס ארויפגעלייגט אויף עמעזאן, און איינער האט עס געכאפט. טאמער ס'איז איינער פון דא, ביטע שרייבען אין אישי אלע טענות וואס מ'האט, און ברבים אויסרימען די מעלות, און נישט להיפך כנהוג. מיט'ן עוקר זיין דער מנהג וועט מען מכפר זיין אויף אלס וואס מ'האט נישט אנגעהאלטען אנדערע מנהגים, כגון לימוד ליל ניטל רח"ל, און מ'עט מעלה זיין אלע אזעלכע עבירות לשרשם.
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
אפשר קענסטו ארויפלייגן א בילד וואו אזוי די בענדער קוקן אויס?
דאס איז די דעקל פון
מיין לעבעןס'איז גאנץ פשוט, איך בין נאך נישט קיין מומחה אין מאכען די זאכען, נאר פשוט'ער. אפשר מיט די צייט וועל איך ווערען בעסער
📎 Mayn Lebn - cover.pdf
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
נישט די גרעפיקס פונ׳ם דעקל האב איך געוואלט זען, נאר די ביינדיג פון די זייטן.
איך האב נישט מער ווי דאס, און וואס מ'קען זען אויף עמעזאן. איך האב עס נישט געקויפט פאר זיך, עכ"פ נאך נישט.
טאקע דאס איז מיר אויך אינטערסאנט געווען צו וויסן, צו ס'איז געבינדען ווי א רעגולער softcover book אדער עפעס אזא סארט comb binding וואס פלאצירט זיך נישט גוט אריין אין ספרים שאפע, טאמער ס'איז געבינדען גוט אפילו ס'איז נישט מוראדיג פראפעסיאנאל האב איך אויך א ליסטע וואס צו באשטעלן.
אגב יעקב מארק'ס בוך האב איך ביי מיר, כ'האב דאס געקויפט אמאל ביי פינטער'ס פאר א פאר זלאטעס, ס'איז זייער אינטערסאנט, באשריבן גדולי ישראל און נאך חכמי ישראל פון א פערזענליכן פערספעקטיוו, ער אלס א גרויסער עסקן פאר די חובבי ציון האט געהאט אסאך פערזענליכע שייכות מיט אסאך רבנים און עסקנים.
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
ניין, ס'איז אלס glue binding אזוי ווי א קונטרס, מיט אן אפגעדרוקטע'ן רוק.
נישט וואוינענדיג אין נ.י., קומט מיר זעלטען אויס זיך צו דרייען אין טשיקאווע ספרים געשעפטען. דער אינטערנעט האט מיר שטארק געהאלפען
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: אידיש ביכער צו דרוקען אוין קויפען
יא, ס'איז פיין אויסגעקומען, די אותיות זענען נישט אזוי שארף, אבער עס שטערט נישט דאס ליינען.

Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
דו קענסט מאכן הארד קאווער אויך?
איך האב עפעס געזאגט אז איך האב א רעכט? טו דו אויך, איך וועל קיין פאראיבעל נישט האבען. ס'איז נישט קאפירייט און געזעצליך מעג איך און דו, און דער איבעריגע געלט העכער די פרייז פון עמעזאן איז מיין שכר בטילה.
טאמער דו ווילסט עס טוהן פאר פרנסה, גיב איך דיר אן עצה don't give up your day job. ס'דעקט ניטאמאל די שמעק טאבאק וואס מ'נעמט בשעת'ן ארויפשטעלען די פייל.
יעצט וואס די פארווערט'ס האט
מפרסם געווען די אשכול, גייט מסתמא קומען א ריי נייע בקשות און קויפונגען צום סייט. אלזא, כאפט'ס אייך אריין אומשנעלסט'ן און דער וואס וויל א אידיש בוך צו ליינען זאל שוין איינמעלדען ונראה מה יהיו חלומותיו.
וואס ווילט איהר? דו יו וואנט פרייז וויד דעט?
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
כמבואר במקום אחר, צמח אטלס האב איך נאר אויף עברית. טאמער איהר ווילט קען איך עס ארויפלייגען. ס'איז בנמצא אויף ענגליש אויך, איך האב עס אמאל מיט יארען צוריק געבארגט פונ'ם לייברער"י
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
איך האב אביסל געליינט אין די ביכער פון יעקב מארק,
דאאון
דא און איך האב שוין באמערקט די צענזורשאפט צווישען די היברעאיש ווערזיע און די אידיש ווערזיע.
אין די אידיש בוך זעט מען א מעשה מיט הרב ישראל סאלאנטער און די זעלבע מעשה איז אין די היברעאיש בוך. מיט איין שינוי. אינ'ם אידיש בוך שטייט נאך איין פרט. קוק ביי די מאמר אויף הרב ישראל סאלאנטער און איהר וועט זען אז אין די אידיש ווערזיע שטייט אז ער האט געליטען פון מרה שחורה און מ'האט מורא געהאט פאר זיין געזונט צושטאנד ווען ער איז פארלוירען געווארען, ווארשיינדליך פון זעלבסטמארד. ווען מ'האט איהם געטראפען האט מען גע'אטעמט רואיג. אינ'ם היברע'איש ווערזיע שטייט נאר אז ער איז פארשוואונדען געווארען ביז מ'האט איהם געטראפען אין וואלד ערגעץ פארטראכט, נישט וויסענדיג מאכען פון זיין גייסטישע צושטאנד.
יעצט וואס איך זעי אז מיין חשש איז ריכטיג, און דער איבערטייטש האט צענזארירט זאכען, וואלט איך זייער געוואלט דורכליינען די אידישער, און האפעדיג מיט די צייט וועט מען מיטטיילען מיט'ן עולם וואס מ'האט אלס אנגעמערקט דארט.
יעצט געלייגט נאך א
בוך, עפ"י בקשה. דאס איז די זכרונות פון הרב שלמה מיימון. דער וואס ווייסט, ווייסט שוין, און דער וואס נישט איז נישט אינטרעסירט.
ארויפגעלייגט די פה סח פון פאראיאר'ן
דא. ס'איז אויף קאלאר און שווארץ און ווייס. קויפט'ס און שטיצט קאוועשטיבעל.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב אויך ארויפגעלייגט
דער בוך פון שלום אש - דער תילים איד, וואס ס'זעט אויס ס'איז געשריבען אויף הרב יחיאל מאיר גוסטנינ'ער, הגם ער ווערט דערמאנט אינ'ם בוך אלס אן אנדערע מענטש. דאס איז אן עפענונג צו די הארץ פון א רבי מיום הוולדו עד יום מותו, מיט א בליק אין קאצק און אין די דארפס לעבען פון יענע צייטן. איך האב עס געהאט לעבן מיין בעט פאר א שטיק צייט און זייער הנאה געהאט.
איך האב געליינט דעם ביכל, און איך פיל פאר וויכטיג מודיע צו זיין אז סהאט קיין שייכות נישט מיטן צדיק פון גאסטונין. שלום אש איז געווען א משכיל און א כופר וואס האט געשטאמט פון א חסידישע שטוב אין קוטנא (מקור: וויקיפידיע) און ועל כולם איז ער א היבשער חזיר אויך ווען ספעלט אויס.
בנוגע דעם ביכל הנ"ל שרייבט ער א 'נאוועל' איבער א רבי וואס האט געהייסן יחיאל און זיין טאטע איז געווען אין קאצק. פארשטייט זיך אז ער האט געבעיסט דער הויפט דמות אין זיין ביכל מן הסתם אויפן גאסטונינער צדיק וואס האט געהאט דעם נאמען דער תהלים איד. און דא דארטן ווארפט ער אריין א אויסדריק וואס דער קאצקער האט טאקע געזאגט אויף עם. אבער די פרטים האבן קיין שייכות נישט מיטן ווארהייט, ניטאמאל די נעמען און פאקטן אויף זיינע עלטערן, משפחה, ווייב און קינדער, פטירה, האט ער געשריבן פונעם גאסטונינער. בכלל, איז דער גאסטאנינער אליינס געווען א 'פראדוקט' פונעם קאצקער חדר און א תלמיד פון חידושי הרי"ם, געשטאמט פון א מיוחסדיגע משפחה, און לויט טייל מקורות געווען א תלמיד חכם אויך. די אלע דמינות איבער עבירות און כת ש"ץ און זיין דארפישן סטייל לעבן איז פרי דמיונו פונעם העכסט-געלונגענעם-חזרישן-שרייבער אש.
אגב, דער שרייבער זעלבסט ווען ער איז זיך מתייחס צום גאסטונינער זעלבסט (ווען ער רעדט אז דער גאסטונינער האט אמאל צוריקגעטראגן דעם קאצקער אויף זיינע הענט צו זיין צימער) דארט דערמאנט ער עם ווי א גוף שלישי און שרייבט אויף עם דער צדיק דער עניו רבי יחיאל מאיר גאסטונינער. און כאילו ער רעדט בכלל נישט פונעם זעלבן 'יחיאל' אויף וועמען דאס ביכל איז געבויעט.
אולי וואלט געווען א מצוה אראפצונעמען פונען דעקל פון דאס ביכל די ווערטער "הצדיק רבי יחיאל מאיר מגאסטונין זצ"ל" ווייל קיין גרויס כבוד איז דאס נישט, און אמת אויך נישט.
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
ייש"כ. באמת האב איך איבערפלעכליך געליינט דער בוך איידער איך האב עס ארויפגעשטעלט. נאכ'ן דרוקען דער בוך, האב איך דאס באמערקט. איך וועל עס אי"ה טוישען.
איך זעי נישט קיין סבה נישט הנאה צו האבען פון די בוך ווייל פערצופאל האט דער מחבר נישט געטויגט. ער האט א זעלטענע כח זיך אריינצולייגען אין יענעמ'ס געוויסען. ער באשרייבט אנדערע מענטשען ווייט פון זיין סביבה מיט א געוואלדיגע פארשטאנד.
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
איך גלוסט נישט צו ליינען ביכער פון משכילים מסיתים ומדיחים.
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
פון משכילים ביסטו אנגעקומען צו מסיתים?!
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
א משכיל וואס שרייבט א בוך קען אריין גיין בגדר מסית
א. איך האב געטוישט דער דעקעל פונ'ם תלים איד בוך, און ס'שטייט שוין נישט די נאמען פון הרב יחיאל מאיר מגוסטנין.
ב. איך האב ארויפגעלייגט נאך א בוך פון שלום אש. דאס הייסט '
קידוש ה''. די בוך איז געשטעלט געווארען אין די פינסטערע טעג פון ת"ח ות"ט. ער באשרייבט א אינגעל און א בחור וואס ווערט שפעטער א יונגערמאן. ער גייט אין ישיבה לערנען און ס'ההאט אויסגעבראכען די גזירות פון ת"ח ות"ט. ער באשרייבט די מעשה אזוי געוואלדיג, מיט אזא פארשטאנד צו מענטשענ'ס געפיהלען אזש מ'קען זיך פארשטעלען מ'איז ממש דארט. איך ווייס אז אנדערע האבען א פראבלעם מיט א משכיל ואוס שרייבט א בוך, אבער לדעתי איז דאס אלס ווען איינער וויל עפעס אויפטוהן צו איבערצייגען. אן אמת'ער גוטע שרייבער פראבירט זיך אריינצולייגען אין יענעמ'ס שיך און ארויסצוהאבען יענעמ'ס געפיהלען און מיינונגען. ער וויל נישט ארויסברענגען די אייגענע געפיהלען. שלום אש האט די זעלטענע כח, אזוי ווי איך האב אויבען געשריבען, און דעריבער האב איך שטארק הנאה פון זיין שרייבען.
נאכאמאל בעט איך פונ'ם עולם וואס קוקט און קויפט אויף אמאזאן צו שרייבען רעוויו'ס און דא אויך ארויפלייגען זייער הערות. און טאמער איינער האט נאך א בוך וואס ער זוכט, זאל ער דא ארויפלייגען א בקשה און מ'עט זען וואס מ'קען טוהן.
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
אויף אמאזאן זאל מען אויפזוכען 978-1537127323 און אזוי וועט מען טרעפען דער קידוש ה' בוך
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
איך האב ארויפגעלייגט דער בוך
צמח אטלס כדי דאס צו האבען ביי זיך. איך האב נישט דער אידיש אריגינעלע ווערזיע, נאר די עברית ווערזיע. מסתמא
@berlbalaguleh, וואס איז א גרויס פען פון חיים גראדה, ווי אויך א גרויסע ציוניסט (רח"ל), וועט עס וועלען האבען אלס א חלק פון זיין ירושה פאר זיין אייניקלאך. אפשר זאל ער גאר קויפען איינס פאר יעדער אייניקעל'ס ברמצוה.
ליטוואק פון בודאפעסט: ייש"כ פאר די עצה טובה. בערל בעל עגלה'ס אייניקלעך זענען ב"ה ברובם סאטמאר'ע חסידים און אויך אנדערע חסידות, שאי אפשר לפרטם משום גילוי...חוץ פון דעם. די היינטיגע דור איז נישט אינטרעסירט וואס די אמאליגע שרייבערס האבן געהאט צו זאגן. זיי אינטרעסירט וואס מ'זאגט אויף די וואטסעפפ גרופס...!
איך האב יעצט ארויפגעלייגט א בוך מיט'ן נאמען
א וועלט וואס איז פארביי.
דער שרייבער איז געווען א דזשורנאליסט פאר'ן קריג און נאכ'ן קריג, און ער האט פיהל גדולים פערזענליך געקענט. ער האט א געוואלדיגע פעדער, א פשוט'ער שפראך נישט קיין שווערער און ער באשרייבט מעשה'ס מיט א געוואלדיגע פשטות.
איך קען דא אראפלייגען איין זאך. ער איז געווען אין גימנאזיום אין סלאנים, און ער האט דארט אביסל געקענט הרב מרדכי אשמינא, דער ארטיגע רב. ער פארציילט א סגולה וואס ער האט געגעבען פאר איינער וואס זיין קינדער פלעגען שטארבען יונג. א ניי געבוירענעם קינד זאל מען גוט אפוואשען און וויקלען אין ריינע רויטע לעוואנט ביז א יאר צייט. ער איז מסביר די סגולה אלס א פשוט'ער געזונט זאך, און דער מענטש האט געגלויבט און דער קינד האט געלעבט!
ער דערמאנט ווען דער רב האט איהם מיט זיין חברים געכאפט שבת נאכמיטאג ביים ארויפגייען אויף א שיף שבת אביסל צו שיפל'ען. דער רב האט זיי געזאגט מיט א געוואלד "שבת! מ'קען נאך דערטראנקען ווערען". ער טענה'ט אז אלע האבען זיך דערשראקען און זענען ארויס פון שיף, און נישט נאר דעם, נאר יעדער שבת ווען זיי האבען געוואלט ארויפגייען אויפ'ן שיף, האט איינער דערמאנט דער מימרא, און מ'האט זיך צוריקגעהאלטען.
איך האלט נאר אין פרק ה' פון 45 פרקים, אבער ס'איז גאר אינטרעסאנט צו ליינען. איך האב זיך דערוואוסט פון דעם ווען איך האב געזען אז נתן קמנצקי ברענגט איהם אסאך.
דער בריסקער רב - ווען ער איז אמאל געווען אין די גוסטע - האט ער פארציילט עטליכע מופתים פון דעם ר' מרדכי אשמינא. איין מופת - בנוגע א סיום - האט ער אויך געהאט א מנהג צו פארציילן ווען ער פלעגט מאכן א סיום מסכתא.
@ליטוואק פון בודאפעסט, און די וועלט האט געשוויגען, פון אלי וויזעל ז"ל.
א דאנק.
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
איך האב עס לעצטענס געליינט אויף ענגליש, געבארגט פונ׳ם ביבליאטעק אין לעיקוואד. איך האב זאגאר געקלערט צו שרייבען א באריכט פאר׳ן וועקער, און דער קלער איז געגאנגען ווי אסאך גייען.
מסתמא האלטען זיי די קאפירייט שטרענג. איך וועל קוקען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך האב לעצטענס געטראפען א בוך 'יודישע נשמות' פיהר בענדער, פון איינער שמואל הורביץ, וואס איז אן אוצר פון אלטע מעשה'ס, געקליבען פון פנקסי הקהלות פון פארשידענע שטעט, אויף באוואוסטע און אומבאוואוסטע פארשוינען פון אונזער פארגאנגענהייט.
ס'איז אבער א שטיקעל ארבעט פאר מיר זיי אוריפצולייגען, איז טאמער ס'איז דא א פארלאנג, וועל איך עס טוהן. ביזדערווייל האבען קיין סאך פון די ביכער וואס איך לייג ארויף נישט פארקויפט, נאר מיין פארדינס איז געווען אז איך האב איינג פאר מיר. טאמער דער עולם וויל די ביכער, $15 א שטיק ($60 פאר אלע פיהר בענדער), ביטע זיך איינמעלדען.
אחד העם@ליטוואק פון בודאפעסט, און די וועלט האט געשוויגען, פון אלי וויזעל ז"ל.
א דאנק.
איך קען דאס שאפן און פארמאט פון א 'אודיו-בוק'.
אויב זענט איר אינטרעסירט, לאזט מיר וויסן
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב לעצטענס געטראפען א בוך 'יודישע נשמות' פיהר בענדער, פון איינער שמואל הורביץ, וואס איז אן אוצר פון אלטע מעשה'ס, געקליבען פון פנקסי הקהלות פון פארשידענע שטעט, אויף באוואוסטע און אומבאוואוסטע פארשוינען פון אונזער פארגאנגענהייט.
ס'איז אבער א שטיקעל ארבעט פאר מיר זיי אוריפצולייגען, איז טאמער ס'איז דא א פארלאנג, וועל איך עס טוהן. ביזדערווייל האבען קיין סאך פון די ביכער וואס איך לייג ארויף נישט פארקויפט, נאר מיין פארדינס איז געווען אז איך האב איינג פאר מיר. טאמער דער עולם וויל די ביכער, $15 א שטיק ($60 פאר אלע פיהר בענדער), ביטע זיך איינמעלדען.
האסט כאטש א שטיקל מפתח, פוו נעמען אדער שטעט, וכולי?
Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן
ער האט אן אריכות אויף טשארטקאוו, הן דער שטאט הן ר׳ הערשעלע טשארטקאווער און אויך שפעטערע דורות.
איך וועל קוקען אויף מער
מיר האט אויסגעקוקט אלס א ליקוט פון טשיקאווע מעשה׳ס פון פנקסי קהלות און מימרות מיט עפיזאדען פון עמך אידען. ס׳איז א פשוט׳ער אידיש, נישט דער סאפיסטיקירטע שפראך פון אש מיט גראדה
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אין איינער פון די בענדער, רעדט ער פון ליטא און א מושב זקנים וואס ער האט דארט באזוכט. ער שרייבט דארט מעשה'ס פון מרדכי ירא שמים, א סטאלער וואס איז שוין 115 יאר אלט, מיט יהודית'ל 'א פערכשופ'טע שענהייט פון אשמינע'. איך זעי דארט א געשיכטע 'צווישען בלינדע מוזיקאנטען'. ווייטער זעי איך א באריכט אויף הרב גרשון תנחום דער מינסקער רב, וואס האט געדינט מיט הונדרעט פופציג יאר צוריק. דוכט זיך הרב נתן קמנצקי רעדט פון איהם אויך.
אין חלק ג' רעדט ער פון ווארשא און איהר 'אנטיקען'. ער האט א פרק 'דער נדר פון א קאצקער חסיד' און ' ווי אזוי ברוך דער טרעגער איז קאליע געווארען'. אנדערע פוילישע שטעטד וואס זענען געשילדערט זענען דער פוילישען ירושלים – לובלין און ביאלא, וואס ער רופט עס 'שלום אש'ס שטעטדעל'.
איך האב ארויפגעלייגט צוויי בענדער פון א בוך אויף עברית\לשה"ק, אבער מסתמא אינטרעסאנט פאר די עולם דא. דאס איז חסידים ומתנגדים פון ווילנסקי.
דא האט איהר חלק א'
דא האט איהר חלק ב'
פאר די וואס האבען נישט געהערט פון די ספר, איז עס א ליקוט פון אלע כרוזים, חרמים און קונטרסים וואס זענען ארויס וועגען דער מחלוקת חסידים ומתנגדים, כולל דער קונטרס זמיר עריצים וחרבות צורים און נאך. דאס איז דער ערשטע מקור פאר יעדער איינער וואס וויל עפעס וויסען פון יענער תקופה אין היסטאריא.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב ארויפגעלייגט צוויי בענדער פון א בוך אויף עברית\לשה"ק, אבער מסתמא אינטרעסאנט פאר די עולם דא. דאס איז חסידים ומתנגדים פון ווילנסקי.
דא האט איהר חלק א'
דא האט איהר חלק ב'
פאר די וואס האבען נישט געהערט פון די ספר, איז עס א ליקוט פון אלע כרוזים, חרמים און קונטרסים וואס זענען ארויס וועגען דער מחלוקת חסידים ומתנגדים, כולל דער קונטרס זמיר עריצים וחרבות צורים און נאך. דאס איז דער ערשטע מקור פאר יעדער איינער וואס וויל עפעס וויסען פון יענער תקופה אין היסטאריא.
איך האב עס שוין עטליכע מאל געקוקט
עס ברענגט א קלארקייט ווי ווייט מען האט בלינדערהייט געהעצט קעגן ערליכע אידן אהן וויסן באמת ווער זיי זענען.
מען ברענגט סיפורים וויאזוי מיט 220 יאר צוריק פורים האט מען מעביר געווען די איד וואס האט געליינט די מגילה, פארן נחשד ווערן אינען הארבן זינד פון באלאנגען צו חסידים
עס קוקט אויס ווי די טעראר וואס גייט אן אין א"י קעגן די אנהענגער פינעם פלג.
אדער די טעראר קעגן די ערליכע אינגעלייט וואס זענען אין מיליטער.
געוואלדיגאדער די טעראר קעגן די ערליכע אינגעלייט וואס זענען אין מיליטער.
??
ווייסעך נישט וואס די מיינסט
אויב מיינסטו די קאמפעין חרדקי"ם, איז עס בכלל נישט די סטיל
קוק קודם אין יענעם בוך און דערנאך רעד ווייטער.
עס איז דער זעלבער סארט נוסח וויאזוי מען טרייט צו מרחק זיין די חסידי הרב אויערבאך, מען מאכט זיי פאר א כת, און מען נעמט צו חזנות, און קריאה שטעלעס, עס איז אינטערסאנט צו זעהן ווי עס לויפט אין די דזשינס.