☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל

ווער איז די מערסטע איגנארירט דא אויף קאווע שטיבל

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13684
בלאט: 1 2

סאנטיאגא » זונטאג יולי 19, 2020 3:36 pm

· #454718
בערל: איך מוז דיר נאכמאכן איינמאל, די ריפלייען און שניידן און קלעבן quotes נעמט אוועק מער צייט ווי שרייבן אליין. איך האף איך בין נישט געווען פערזענליך און איך האב קיין לייסענס אין די קלענסטע שטאפל פון פסיכילאגיע פסיכיאטרע אדער טעראפי, היות ס'איז מיר צופעליג אסאך אויסגעקומען אריינצווארפן מענטל העלט אין אסאך פון מיינע תגובות כ'טראכט אפשר איז עס גוט פאר די פען נאמען מ'זאל מער צומישט ווערן...

berlbalaguleh » זונטאג יולי 19, 2020 9:49 pm

· #454742
סאנטיאגא: איך קען דיר בארואיגן אז דיינע אפיניאנס און אנאליזן זענען עני טיים אזוי גוט און קאמפעטענט ווי די פון אזעלכע מענטשן וועלכע רופן זיך טעראפיסטן.

איך האב לעצטנס א ביסל א דורכגעטון די נפשי סאפלעמענטס פון די מאמענט אויסגאבעס. און איך זעה נישט זארט דאס גרויסע גאונות. קיין סאך חידושים האב איך זיך נישט דערלערנט.

זיי זאגן אייביג צו אז אין די נעקסטע אויסגאבעס וועללן זיי אויסשיסן די גרויסע באמבעס. ביזדערווייל האלט מען נאך ביי די עלעמענטערי שטאפלען...!
בלאט: 1 2