פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13683
פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
דער אשכול וועט זיין בלויז למעשה.
איך וועל שרייבען א ליסטע פון בתי מדרשים אדער אנדערע מוסדות וואס זענען נאך אפן און פארשידענע עצות וואס מען קען טוהן און מיט וועם מען קען רעדן.
איך בין זיכער אז עס זענען דא פיל מער וואס איך ווייס נישט דאס וואס איך שרייב איז טיפה מן הים וואס איך האב פשוט זיך נאכגעפרעגט ביי חברים און קרובים.
רבותי זייטס נישט מיואש מיר קענען העלפען.
יעצט פארציילט מיר א חבר פון ארץ ישראל אז ער קען דער פשוט'ער יונגערמאן וואס האט גורם געווען אז ר' חיים קנייבסקי זאל טוישן זיין הוראה. ער האט פשוט גערעדט מיט זיין טאטע א רב וואס האט גערעדט מיט אנדערע מער מאכטפולע רבנים און עס איז אנגקומען צו עם און די הוראה האט זיך געטוישט מן הקצה אל הקצה.
פיל ענליכע זאכן געשעהן דא יעצט.
רעדטס מיט וועם איר קענט אפילו עס איז א חבר'ס חבר'ס חבר. זאכן קומען אן.
ביטע האלטן אנדערע דיסקוסיעס פאר אנדערע אשכולות.
ווער עס האט מער דעטאלען אדער פרטים וועגן למעשה איז געבעטן מיטטיילען לצורך פיקוח נפשות רבות מישראל.
כללות'דיגע עצות
* רופען 311
די 311 וועבזייטל האט א ספעציעלע פארם צו רעפארטן אז איינער האלט נישט סושאל דיסטאנסינג.
https://portal.311.nyc.gov/article/?kanumber=KA-03299* רופן הצלה? הצלה דארף צו וויסען די מציאות און זיין מוכן ארבעטן צו טוהן וואס מען דארף
מקורות פון אינפארמאציע
עס דרייען זיך פארשידענע שמועות. איך וועל פראבירן צו מאכן א פאסט נאר אויף דאס וואס איך האב פרעזענליך מברר געווען. פשוט ווייל אנדערש וועט ווערן א ליקוט שמועות וואס מיט דעם קען מען גארנישט טוהן.
איך וועל אבער מאכן נאך א פאסט מיט מקוורת און אויך זאכן וואס איך הער כדי דער עולם זאל קענען מאשר זיין /מכחיש זיין און מטכס עצה זיין וואס צו טוהן.
געדענטקס פיקוח נפש איז מער וויכטיג ווי א ספק מוציא שם רע.
חומר צו מסביר זיין.
אסאך איז לענ"ד מחוסר ידיעה. מען דארף צאמשטעלן א ליסטע פון גוטע קלארע ריסורסעס וואס מען קען ווייזען פאר דער עולם זיי זאלן פארשטיין חומר הדבר. עס דארף מסביר זיין:
*ווי די מגיפה האלט אין די וועלט, אין אמעריקע און ארץ ישראל בפרט און ניו יארק בפרט.
דאס איז א גוטע פשוטע קלארע סייטס
https://www.worldometers.info/coronavirus/* די ליסטעס פון היימישע מתים און חולים - ווי איז די קראנטסטע ליסט?
*וויפיל די סושאל דיסטאנסינג העלפט און מאכט א ריזן נפקא מינא.
*מסביר זיין די מאדלעס פון די פרעדיקציעס און ווי עס וועט גיין לכאורה.
*מקורות פון הלכה פוסקים און רבנים וואס האלטן די ריכטיגע זאך.
* וואס נאך?
לייגט צו א האנט.
איך קען פארשטייט זיך נישט נאכגיין אליינס אלעס. איך וואוין אין קראון הייטס אויף וויפיל איך ווייס איז אלעס פארמאכט דא אפילו 770 נאך אלע מלחמות איבער דעם.
יעדער בית מדרש וועל איך מאכן נאך א הודעה מיט אינפארמאציע און וועל צולייגען דארט וואס דער עולם וועט אריינשיקן.
ביטע פראבירט צו שרייבען קראנט אדער לפחות אויב עס איז בידיעה אדער מפי השמועה און ווי דער שמועה קומט פון. אפשר אפילו ווי מען קען מברר זיין אויב מען קען.
ביטע אויב מען קען שרייבן פונקטליכע אינפארמאציע אויף יעדער שול וואס מען שרייבט.
* אדרעס פון דער שול
*נאמן פון דער רב/רבי/דיין/גבאי/עני אנדערע עסקן איש חשוב אדער מאכער וואס קען מאכן א נפקא מינא.
*טעלעפאן נומערן/אימעיל אדרעסן/שעות קבלה פון די אויבנדערמאנטע.
*אויב מען ווייסט ערשטהאנטיג [פון דיר אדער איינער וואס איז א קרוב אדער נאמן אייערע וואס איז דארט געווען]
א מסודר'ידע ליסטע
<a class="postlink" href="https://docs.google.com/spreadsheets/d/1qy0AIrP431PLfOA7-NHQ_Km7_tMr7yaRtShSut5jT9k/edit?usp=sharing">https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... sp=sharing</a>
בארא פארק - בית מדרש אמונת ישראל
4310 16th Ave, Brooklyn, NY 11219
איז אפען יעדער טאג פאר עטליכע מניינים מיט כלומר'שטע הרחקות.
רב/רבי: הרב משה וואלפסאן.
טעלעפאן: 718-851-0406
דיין: הרב שמואל יהודה זילבער
טעלעפאן: ?
עסקנים און מאכערס:
דב פינק
שלמה לעזער
בארא פארק - בית מדרש סטרעטין
- 47th street 1811
Brooklyn, NY 11204
איז אפען יעדער טאג און מענטשען לערנען דארט.
בארא פארק - בית מדרש תולדות יהודה סטיטשין
1621 61st St,
Brooklyn, NY 11204
איז אפען יעדער טאג פאר תפלות און דער רבי גיט דארט א שיעור אין גרויס בית מדרש יעדער טאג בערך 2 אזייגער מיטאג.
רבי: הרב מרדכי מנשה זילבער
היים נומער:
718-851-0273
אפיס נומער:
718-633-6010
דער רבי ענטפערט די טעלעפאן יעדער טאג צווישען א פערטל צו פיר און האלב נאך פיר נאכמיטאג.
דיין: הרב שמואל יהודה זילבער
נומער: ?
עסקנים מאכערס און חשובים :
אהרן זילבער
+1 (917) 913-6324
? שפיצער
? לעדערער
שמשון זילבער
משה יעקב זילבער
שמשון בראדט
לייבוש ליש
בארא פארק - טאהש
4611-15 14th Ave,
Brooklyn, NY 11219
רב/דיין: הרב בנימין לאנדא
טעלעפען: 718-871-2515
דער רב ענטפערט קיינמאל די טעלעפאן מען דארף טרעפן אן אנדער וועג עם צו טרעפן.
בארא פארק - קראסנא
4315 16th Ave,
Brooklyn, NY 11204
איז (געווען?) אפן און מענטשען לערנען דארט א גאנצער טאג.
מיין אינפארמאציע איז פון זונטאג אויב איינער קען מברר זיין ווי עס האלט היינט.
רבי:
נישט קאנפימירט פרעזענליך און מקורות
אייוועלט האט אן
אשכולמיט אביסעל אינפארמאציע און אסאך טענה''רייען. אויב איינער קען מאשר זיין אדער מכחיש זיין די בתי מדרשים וואס שטייט דאר זיי זענען אפען.
סאטמאר 52 בארא פארק
פארשעי מאנסי
סעדרעהאלי - ר' חיים לייב כץ
עס דרייט זיך א
פיקטשערמיט א ליסטע, איך ווייס נישט וואס איז אמת. ספינקא כולל ווייס איך ערשטהאנטיג איז געווען אפן נאך געהעריג ביז סוף זמן ר"ח ניסן היינט ווייס איך נישט.

Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
@לעיקוואד;
קודם א גרױסן ייש"כ פאר'ן נעמען די זאך אין די האנט אריין אויף א באזעסענע אויפן.
דאס אראפ נעמען פון דיין טייערע צייט און זיך מטריח זיין לטובת הכלל, און נישט סתם שרייען, קומט זיך דיר אסאך קרעדיט. כ'בין זיכער אז ס'ליגט אסאך ארבייט אין נאכצוזוכן ווער ס'באמת אפען און די אלע מיט וועם זיך צו פארבינדן. ועל כולם איז נאך יעצט פאר פסח אין א צייט וואס יעדער איז גאר שטארק פארנומען, זוכסטו צו העלפן אנדערע אידן אין נויט.
ישלם ה' פעלך ותהי משכרתך
שלמה מעם ה' אלהי ישראל
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
לעיקוואד4611-15 14th Ave,
Brooklyn, NY 11219
רב/דיין: הרב בנימין לאנדא
טעלעפען: 718-871-2515
דער רב ענטפערט קיינמאל די טעלעפאן מען דארף טרעפן אן אנדער וועג עם צו טרעפן.
הרב לאנדא האט שעות ביינאכט דאכט זיך פון אכט ביז ניין אדער אפשר פון ניין ביז צען, בערך יענע צייט, דארט אין בית המדרש, כ'בין שוין געווען אמאל ביי עם יענע צייט, מברויך נישט מאכן קיין אפויטמענט נאר זיך שטעלן אין די רייע. ווער ס'קען גיין רעדן מיט עם תבא עליו ברכה.
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
כ'הער זאגן אז קיט"ל סאטמאר ראדני סטריט איז אויך אפען בשתיקה, ביי אפויטמענט
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
קאפיש אין וויליאמסבורג אויף בעדפארד עוועניו איז אפן אומאפיציעל אבער ס'דא געהעריג מנין דארט דריי מאל א טאג און אויך שבת
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
ר' יחזקאל גאלד'ס שול אין מאנסי, אויף סעדל ריווער איז געהעריג אפן, דאכט זיך מיר די שול הייסט שערי חסד
ביטע אויב מען קען שרייבן פונקטליכע אינפארמאציע אויף יעדער שול וואס מען שרייבט.
* אדרעס פון דער שול
*נאמן פון דער רב/רבי/דיין/גבאי/עני אנדערע עסקן איש חשוב אדער מאכער וואס קען מאכן א נפקא מינא.
*טעלעפאן נומערן/אימעיל אדרעסן/שעות קבלה פון די אויבנדערמאנטע.
*אויב מען ווייסט ערשטהאנטיג [פון דיר אדער איינער וואס איז א קרוב אדער נאמן אייערע וואס איז דארט געווען]
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
כ'האב געהערט זאגן אז רב שלעזינגער'ס שול אויף Highview אין מאנסי איז אפן.
מאנסי/עירמאנט - הרב שטיינווארצל'ס שול
איז געהעריג אפען, מיין אינפארמאציע איז ביז זונטאג.
אדרעס: ?
רב: הרב נפתלי שטיינווארצל
917-583-1107
דער גאלדענער אדלערלעיקוואד4611-15 14th Ave,
Brooklyn, NY 11219
רב/דיין: הרב בנימין לאנדא
טעלעפען: 718-871-2515
דער רב ענטפערט קיינמאל די טעלעפאן מען דארף טרעפן אן אנדער וועג עם צו טרעפן.
הרב לאנדא האט שעות ביינאכט דאכט זיך פון אכט ביז ניין אדער אפשר פון ניין ביז צען, בערך יענע צייט, דארט אין בית המדרש, כ'בין שוין געווען אמאל ביי עם יענע צייט, מברויך נישט מאכן קיין אפויטמענט נאר זיך שטעלן אין די רייע. ווער ס'קען גיין רעדן מיט עם תבא עליו ברכה.
וואס איז טאקע פשט? ר' בנימין איז דאך יא א שטיקל ידען בעניני רפואה און האט שייכות צו חברה הצלה, וואס איז זיין תירוץ?
דער גאלדענער אדלערכ'הער זאגן אז קיט"ל סאטמאר ראדני סטריט איז אויך אפען בשתיקה, ביי אפויטמענט
נישט ממש, מ'האט דאך געסקרעיפט די היכל לעצטע וואך...
מ'דארף מחלק זיין צווישן א בית המדרש וואס האט מנינים וויפיל ס'גייט מיט בתי מדרשים וואס זענען אפן פריוואט פאר בני משפחה וכדו'. אז דער רב נוצט עס פאר זיין דיינינג רום מיינט נישט אז ס'איז אפן... געוויסע פון די ליסטע זענען נאר אפן בצנעה פאר א מנין מצומצם.
איסר האטלקימ'דארף מחלק זיין צווישן א בית המדרש וואס האט מנינים וויפיל ס'גייט מיט בתי מדרשים וואס זענען אפן פריוואט פאר בני משפחה וכדו'. אז דער רב נוצט עס פאר זיין דיינינג רום מיינט נישט אז ס'איז אפן... געוויסע פון די ליסטע זענען נאר אפן בצנעה פאר א מנין מצומצם.
דאס איז אויך א שטיקל פראבלעם. ווייל פאר מידל עידזש און ארויף איז מסוכן אפילו אין איין משפחה, אז מ'וואוינט אין איין הויז האט מען נישט קיין ברירה. אבער בתי מדרשים אפילו פריוואטע רעבישע שטיבלך סוף כל סוף גייט דאס ארויס פון די מינימום וואס איז בלית ברירה. תפילה בציבור, אדער סיי פאר וועלעכע סיבה די "דיינונג רום" איז אפען, הייסט נישט קיין מינומום אדער בלית ברירה במקום סכנה. אפילו מיט אלע באווערענונג גייט די ווירוס דאך אריבער. וואס איז די געדאנק מיקל צו זיין?
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
סקולען מאנסי איז אפען
ווילעדניק אויף יאמענס איז אפען
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
סיגוט בית המדרש אין בארא פארק דאווענען די לעצטע עטליכע טעג איין מנין טאקע, אבער א מנין פון אזויפיל ווי צווישן דרייסיג און פערציג אידן.
בורשטין שוהל דער פאדערשטע טיר איז טאקע פארהאקט, אבער דער זייטיגע טיר איז אפען אין די מנינים גייען אן ווי געהעריג (אממ... דער שוהל איז 'אפציעל' פארשפארט...)
סאטמאר 52 - איז אפן, נאר צען אויסגעשפרייטע אידן פער מנין (יע יע, דארפסט נאר איינער וואס זאל איבערלאזן א גוטן זכר און דאן...)
אפדעיטעד מקור פון אינפארמאציע - נישט אינגאנצן קאנפירמירט.
איך האב באקומען פון דער וואס איז מפיץ די בילדער אן אפדעיטעד רשימה. ער זאגט אז דאס איז נאר אינפארמאציע וואס ער האט באקומען ער קאנפירמירט עס נישט הונדרעט פראצענט אויף יעצט. דאך קלא דלא פסיק איז לכאורה זייער שטארק.
ווי אויך גיט ער איבער אז א חלק פון די שולהן זענען זיך מתחכם און פארמאכן די הויפט טיר אבער עס איז אפן א זייטיגע טירל, ווי למשל סקווער 17 עוועניו.
דא איז די בילדער

איך וועל צוטיילען די אינפארמאציע וואס ער האט מיר געשיקט מער בפרטיות אויף יעדער בית מדרש.
קרית יואל - באדישיל
אדרעס: 7 getzel berger blvs
רב: הרב יוסף דוד הירש.
הודעה ובקשה!
אויב איינער האט געקאלט, געפרעגט, עפעס געטוהן וועגן די אלע זאכן, און ווייסט צו פארציילען דעטאלן וואס ארבעט און וואס נישט, ביטע לאזט דא וויסען! אדער קען מען מיר שיקן אין אישי אדער אין וואצאפ
732-581-8680
אדער אימעיל <!-- e --><a href="mailto:y@ylowy.com">y@ylowy.com</a><!-- e -->
איינער טוהט דא עפעס? איר האט פראבירט אנצוקאלען?
בארא פארק - בני תורה צאנז
369 Dahill Rd, Brooklyn, NY 11218
איז געהעריג אפן.
רב: הרב הערשל הלברשטאם
סעל: 9175861305
ווילאמסבורג - דזיקוב
42 skillman
די בית מדרש און מקווה זענען געהעריג אפען.
רב: הרב משה יחזקאל לויפער.
9178486249
בארא פארק - זלאטשיב
Zlotchiv BP Rebbis number 7189740033 718633906,
his father passed away from Corona in London but he's still open
איך מיין עס איז פשוט נישט קיין יושר
מען דארף אויכעט לייגן א רשימה פון געשעפטען וואס זענען אפען, און עס איז נישטא סאשעל דיסטענסינג כחוק.
ואם כבר אויכעט מאכן א רשימה מיט בילדער פון אנשים נשים וטף וואס פאלגן נישט די סטעי עט האום פאליסי
אזעלכע וואס גייען ארויס אין גאס אהן קיין הענטשקעס וכדומה
*
נאכדעם זאל מען שוין אויכעט מאכן א רשימה פון אזעלכע וואס זענען עובר אויף ביומו תתן שכרו
צאלן נישט קיין שטייערן כדין
והרשימה ארוכה
זיכט ענק בעסערע מצות
אוהב ספריםאיך מיין עס איז פשוט נישט קיין יושר

דאס זאלסטו זאגן נאכדעם וואס וועסט פארלירן א נאנטער קרוב וועגן די וויירעס..
כרפסאוהב ספריםאיך מיין עס איז פשוט נישט קיין יושר
מען דארף אויכעט לייגן א רשימה פון געשעפטען וואס זענען אפען, און עס איז נישטא סאשעל דיסטענסינג כחוק.
ואם כבר אויכעט מאכן א רשימה מיט בילדער פון אנשים נשים וטף וואס פאלגן נישט די סטעי עט האום פאליסי
אזעלכע וואס גייען ארויס אין גאס אהן קיין הענטשקעס וכדומה
*
נאכדעם זאל מען שוין אויכעט מאכן א רשימה פון אזעלכע וואס זענען עובר אויף ביומו תתן שכרו
צאלן נישט קיין שטייערן כדין
והרשימה ארוכה
זיכט ענק בעסערע מצות
דאס זאלסטו זאגן נאכדעם וואס וועסט פארלירן א נאנטער קרוב וועגן די וויירעס..
שעפעלע דו ווייסט וואס איך האב שוין פארלוירן, ניין, איז נעם א ציל פיל, וקבל האמת ממי שאמרו,
זייטס נישט אזוי ביזי מיט יענעם זיי ביזי מיט דיר און דיין משפחה, געב אכטונג אויף זיי, גייען זיי קיינמאל ארויס אהן קיין הענטשיך וכדומה, פראקטיציזירען זיי סאושל דיסטענס?
געדענק קיינער צווינגט דיר נישט צו גיין אין ביהמ"ד אדער אין מקוה, זיץ אינדערהיים און זארג פאר דיר.
אייביג זענען דא מענטשען וואס זענען ביזי מיט 2 זאכען
א מצוה צו לייגן יענעם אין דער ערד
א עבירה יענעם א טובה טוהן
ביי אלע אנדערע ענינים זענען זיי נישט צום האבן
ס'איז א גרויסע חילוק צווישן מ'פארלירט שליסלעך צו מען פארלירט א נאנטע ידיד צו קרוב..
האסט פארלוירן? און דו רעדסט נאך אזוי?
אוהב ספריםאיך מיין עס איז פשוט נישט קיין יושר
מען דארף אויכעט לייגן א רשימה פון געשעפטען וואס זענען אפען, און עס איז נישטא סאשעל דיסטענסינג כחוק.
זיכט ענק בעסערע מצות
איר מאכט זיך אדער איר פארשטייט טאקע נישט?
א געשעפט וואס איז נישט עסענשעל און איז אפן דארף מען טאקע מאכן א רשימה, אויף וויפיל איך ווייס איז טאקע נישט אפן, און טאמער יא זאל מען אוודאי רופען 311 און די פאליציי וועט קומען אפשפארן.
א געשעפעט וואס איז יא עסענשעל מוז דאך זיין אפען, הגם עס איז טאקע א סכנה, און מען דארף זיך טאקע היטן וויפיל מעגליך. אזוי טוהן טאקע אלע געשעפטן וואס איך האב געזעהן. אויב איז דא א תופעה פון געשעפטן וואס פייפען זיך אן דארף מען טאקע מעורר זיין.
דאך האט עס דאך נישט קיין שייכות. א עסענשעל געשעפט איז דאך בלית ברירה אפן און איז זיך מסכן לטובת הכלל. ממילא דארף מען האבען מער סבלנות מיט עם ווי א בית מדרש וואס איז נישט עסענשעל יעדער קען לעבן אן דעם און אזוי זאגט די הלכה בלי שום ספק שבעולם אז א בית מדרש איז נישט דוחה ספק נפשות, ממילא אז עס איז אפען איז דאס א הימל געשריי.
אויב דו ווייסט א בעסער מצווה ווי ראטעוועןן צענדליגע הונדרעטע אידן פון א זיכערע טויט לאזט מיר וויסען. מיר האט מען אויסגעלערנט אז גרעסערס פון דעם איז נישטא.
א מסודר'דיגע ליסטע.
מיר דארפן נאך אסאך מער קאנטעקט אינפו און מענטשען זאלן טוהן. ביטע שלאפטס נישט.
<a class="postlink" href="https://docs.google.com/spreadsheets/d/1qy0AIrP431PLfOA7-NHQ_Km7_tMr7yaRtShSut5jT9k/edit?usp=sharing">https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... sp=sharing</a>
לעיקוואדא מסודר'דיגע ליסטע.
מיר דארפן נאך אסאך מער קאנטעקט אינפו און מענטשען זאלן טוהן. ביטע שלאפטס נישט.
<a class="postlink" href="https://docs.google.com/spreadsheets/d/1qy0AIrP431PLfOA7-NHQ_Km7_tMr7yaRtShSut5jT9k/edit?usp=sharing">https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... sp=sharing</a>
איז אמת וועגן קאסאן פארשעי וואס קאמפעינט נישט צו פארמאכן, אויב יא פארוואס איז עס נישט אויפ'ן ליסטע
א בית מדרש וואס מאכט יא סאשעל דיסטאנסינג איז אויך א עוולה?
אישתישביא בית מדרש וואס מאכט יא סאשעל דיסטאנסינג איז אויך א עוולה?
יא. נישט בחינם הייסט די רעגירונג פארמאכן יעדער נישט עסענטשעל זאך. זיי זאגן נישט מען זאל לאזן אפען אומעסענשעל זאכן מיט סושאל דיסטענסינג.
די הסבר איז פשוט, אפילו אזוי איז מסוכן. נאר א זאך וואס מען קען נישט לעבן אן דעם האט מען נישט קיין ברירה טוהט מען וואס מען קען צו בלייבען זיכער.
אבער אז מען דארף נישט פארוואס זיך אריינלייגען אין א סכנה.
עס איז קיין ספק נישט להלכה אז תפלה בציבור איז נישט קיין סיבה זיך אריינצולייגען אין אפילו א ספק ספיקא פון סכנה.
חוץ מזה, קיינער מאכט נישט גענוג ריכטיג די סושאל דיסטענסינג ווי די מציאות ווייזט.
עס איז משונה'דיג שווער צו האלטן גענוג דיסטענס ווען מען דרייט זיך בפועל מיט מענטשען.
רבותי אונזערע פעולות זענען נושא פרי יעצט געהערט פון בתי מדרשים וואס פארמאכן זיך לכבוד שבת לכבוד אונזער השתדלות פון שריייען און רופען די שטאט!
ביטע לאזט נישט נאך טוהט אלעס וואס איר קענט. רופט 311. רופט די רבנים די גבאים די משרתים רופט הצלה.
עס העלפט. מיר ראטעווען אידישע נפשות אויף די מינוט כפשוטו.
אויב איינער וויל צולייגען א האנט ארויסהעלפען מער למעשה זאל ער זיך מקשר זיין מיט מיר ביטע אין אישי אדער וואצאפ
732-581-8680
מיר קענען נוצען אסאך הילף אין פארשידענע אופנים.
ייש"כ און א גוטן שבת.
לעיקוואד גיי אן, חזק ואמץ, בהשתדלותך האב איך אויך פרובירט צו רעדן מיט אפאר רבנים (נישט אזויפיל ערפאלג געהאט, איין רב זאגט מיר אז ער גייט טאקע נישט גיין ערב פסח באקן מצות, ווייל ער האט בלוט פרעשור און ער וועט נאר שיקן זיין בחור... אבער עפעס טוט מען אויף) און אפילו ראטעווען איין איד איז אלץ כדאי.
אין מאנסי איז נאך דא א אפענע שול?
אישתישביא בית מדרש וואס מאכט יא סאשעל דיסטאנסינג איז אויך א עוולה?
ניין. לאז דיך נישט פון די מתיוונים דא.
די רעגירונג פארמאכט נישט קיין בתי מדרשים וואס פאלגן די כללים. פאקט!
איך ווייס בתי מדרשים וואס האבן טעגליך באזוכען, פון די שעריף, פאליציי, FDNY, בילדונג דעפט. און מען לאזט ווייטער אפען.
אוהב ספריםאישתישביא בית מדרש וואס מאכט יא סאשעל דיסטאנסינג איז אויך א עוולה?
ניין. לאז דיך נישט פון די מתיוונים דא.
די רעגירונג פארמאכט נישט קיין בתי מדרשים וואס פאלגן די כללים. פאקט!
איך ווייס בתי מדרשים וואס האבן טעגליך באזוכען, פון די שעריף, פאליציי, FDNY, בילדונג דעפט. און מען לאזט ווייטער אפען.
די רעגירונג הייסט בפירוש פארמאכן אלע בתי מדרשים. אזוי זאגט אויך יעדער נארמאלער רב.
עס איז בלי ספק א סכנה יעדער זאך וואס איז אפען, יא אויך גראסעריס. וואס מען מוז בלית ברירה מוז מען מיט די גרעסטע זהירות אבער וואס מען מוז נישט מוז מען נישט.
עס איז נישט קיין שום ספק בהלכה ובהשקפה אז תפלה בציבור איז נישט דוחה אפילו א ספק ספיקא פון א מיעוטא דמעוטא פון פיקוח נפש.
בפועל איז נאך דא בתי מדרשים וואס זענען אפען. יא אויך אין מאנסי.
די פאליציי פארמאכט נישט בפועל אלעס גלייך פאר פארשידענע סיבות, צוביסלעך פארמאכן זיי יא. ווען עס איז מער סעיף רעלאטיוו האלטן זיי נישט ביי זיך שלאגן מיט מענטשען. אדער אנדערע פאליטישע און לעגאלע חשבונות וואז זיי האבן. דאס זאג איך בידיעה איך האב מברר געווען.
דער פאקט אז פאליציי פארמאכט נישט אמאל איז נישט קיין ראיה נישט אויף די געזעץ, נישט אויף די הוראות פון רפואה און רעגירונג, און נישט אויף די הלכה.
אדרבה עס ווייזט דאס וואס יעדער ווייסט אז די פאליציי גייט באמת נישט אן אידישע לעבנס. מאכן זיי זיערע חשבונות וואס עס לוינט זיך זיי צו טוהן.
עס איז נישטא קיין שום געזעץ אדער הוראה וויאזוי עס איז סעיף א בית מדרש זאל זיין אפען. עס איז נישט!
איך שרייב נישט צו די וואס זענען בידיים שופכי דמים נאר פאר מיינע חברים לדעה וואס ווילן וויסען די תירוץ צו די שאלה שראיתי כמה שואלים.
דער שקר מתיוונים איז סתם שטותים אדער חסרון ידיעה. איך שטיי בקשר יעדער פאר מינוט מיט חסידיש'ע היימישע רבנים און דיינים און אלעס וואס איך שרייב און טוה איז בהסכמתם און על דעתם.
שקר. איך ווייס א שוהל וואס זיי זענען געקומען עס איז געווען מער פון פופציג און מען האט אפגעשפארט.
דו מיינסט נישט הצלת נפשות, ווען יא וואלסטו געגאנגען קיין בינגא און מסדר געווען סאושל דיסטענסיג דארט אויכט, וכדומה אנדערע געשעפטען, דו מיינסט נאר בתי מדרשים, האק א טשייניק א צווייטען!!!!
העלאו. אין אנפאנג האב איך אויך מקפיד געווען אויף תפילה ביחידות און אן מקוה, אבער כ'האב געזען איינמאל און נאכאמאל ווי די חברה וואס דאווענען אגאנצע יאר אן מנין און אן מקוה האבן יעצט צופירט די הענט בבחינת 'מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו' און זיי רודפ'ן ערליכע תמימות 'דיגע אינגעלייט מיט אפענע קאמערעס אין זייערע הענט על לא עול בכפם (אפשר אן עול פון די רבנים), האב איך מחליט געווען אז ס'איז עת לעשות, און איך גיי יא אין מקוה און איך דאווען יא מיט מנין, נאר איך האלט אן סאושעל דיסטענסינג אין קעיס וועט מאכן א האפטשא ח"ו, אזוי אויך די אנדערע כללים ווי נישט אנרירען און כסדר זייפען די הענט.
נ.ב. געוויסע רופן אן די חברה 'יודנראט' ר"ל, ווייל אויב זיי וואלטן געווען דארט וואלטן זיי אויך געווען פון דיע ר"ל. איך אליין ווייס נישט צו זיי וואלטן געווען יודנראט, און מ'טאר דאך גארנישט מדמה זיין צו די צווייטע וועלט מלחמה. אבער עכ"פ קאמיניסטן זענען זיי זיכער.
איך האב פיינט די מענטאליטעט פון די וואס קען נישט פארפאסן קיין תפילה בציבור בשעת א במגיפה ברענט, נאך איידער זיי ווייסן די פאקטן. זיי לויפן אין מקוה און הערן קיינעם נישט אויס.
אבער איך האב פונקט אזוי פיינט די אידן וואס האבן נאכנישט געזען א מקוה זינט ערב יום כיפור און ווייסן נישט וואס מ'זאגט פאר ברוך שאמר ביים דאווענען וואס זענען פלוצלינג געווארן פרום אז מ'דארף פאלגן אלע רבנים.
ביידע זענען שלעכטע מענטשן, אן קיין טראפ מענשליכקייט. זיי האבן נאך אין זייער לעבן נישט געגעבן פון זיך פאר א צווייטן.
די ערשטע גרופע קען מען באמת מלמד זכות זיין אז זיי ווייסן פשוט נישט די הארבקייט, און די צווייטע גרופע איז נעבעך איינגערעדט אז זייער ארבעט איז לשם שמים. אבער ביידע דארפן פארשריגן ווערן אייניג.
אלזא, לאמיר ווייטער לייגן נעמען םון רבנים און משבקי"ם וואס האלטן אפן בתי מדרשים.
אין די זעלבע צייט לאמיר אויך מאכן א ליסטע פון די רודפים וואס שפירן זיך גוט צו רודפ'ן די בתי מדרשים און מקוואות, בשעת וואס זיי זענען נישט מקפיד א גאנץ יאר אויף מנין. אזוי וועט יעדער אפקומען זיין חלק.
האלהו וואס יענער חברה ווען יענער חברה?
גדולי הפוסקים האבן געפסק'נט קלאר אז ווער עס דאווענט מיט א מנין איז א רודף און אז מען זאל עם מסר'ן פאר די רעגירונג.
און דאס איז דאך א הלכה פשוטה בלי חולק לויט די איצטיגע מציאות. פשוט בתכלית הפשטות אז מסירה וכו' איז נדחה מפני פיקוח נפש דרבים.
דאס איז די הלכה והוראה מפורשת פון די פרומסטע מערסטע קנאות'דיגע רבנים.
ווער זענען די גדולי הפוסקים וואס האבן געהייסן מסר'ן?
אויב דו מיינסט הגר"ח (לדעת ער איז נאך ביים דעת), ער האט גערעדט פון איינער וואס דרייט זיך ארום מיט קאראנע.
און אגב, מסירה העלפט נישט. די פאליציי האט נאך קיינעם נישט פארמאכט. יעדער האט שוין געהאט מסירות...
לעיקוואד1621 61st St,
Brooklyn, NY 11204
איז אפען יעדער טאג פאר תפלות און דער רבי גיט דארט א שיעור אין גרויס בית מדרש יעדער טאג בערך 2 אזייגער מיטאג.
רבי: הרב מרדכי מנשה זילבער
היים נומער:
718-851-0273
אפיס נומער:
718-633-6010
דער רבי ענטפערט די טעלעפאן יעדער טאג צווישען א פערטל צו פיר און האלב נאך פיר נאכמיטאג.
דיין: הרב שמואל יהודה זילבער
נומער: ?
עסקנים מאכערס און חשובים :
אהרן זילבער
+1 (917) 913-6324
? שפיצער
? לעדערער
שמשון זילבער
משה יעקב זילבער
שמשון בראדט
לייבוש ליש
פאליציי האט פארמאכט
די קהילה האט נעבעך פארלוירען א טייערע לעכטיגע יונגערמאן ר׳ בנימין אבראמוויטש א יונגערמאן א עובד ד׳ און א איידעלע ליבליכע נפש,ער איז געווען א טיפע קבלה לערנער, מיט אן ערנסקייט, ירחם המרחם.
זאל דער בוכ״ע רחמנות האבען אויף זיין פארפלאגט פאלק און אונז אויסהיילען בגוף ובנפש
איינער האטסיך מיר אויסגעדריקט סאיז נעבעך נישט דא קיין צייט צו וויינען אויף אונזער טעותים און אויף אונזער פארריקטקייט, ווייל סאיז נעבעך דא איין קרבן נאכען אנדערע.
וואלווי
והוקע אותם לה' נגד השמש וישב חרון אף ה' מישראל
נישט מער נישט ווייניגער, חסידי סטיטשין (ר' מאטל...) האבן געפונען פאר וויכטיג צו טרעטען אויף די תורה לעיני העדה, און אפען געהאלטן זייער שטיבל אין מאנסי כאילו לא היה, נישטא קיין מחלה, נישטא קיין סכנה, נישטא קיין תורה, נישטא קיין געזעץ, אדרבה זיי האבן געדאווענט בציבור גאנץ שבת, געשריגען און געברענט, נישט אויסגעלאזט קיין שטיקעל פון סידור, געזאגט א יעדע יוצר, געזינגען שטייטע און שנעלע ניגונים שלש סעודות, אלעס צו בלייבן עובדים מתוך מסירות נפש.
נישט זייער אייגען נפש חלילה, נאר יענעמ'ס, זאל יענער אויסגיין ח"ו פאר זייער באשעפער....
#רוצחיםבלעז
ככלב ששב על קיאו.
די וואך נאכאמאל כאילו לא היה.
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
וואלוויוואלווי
והוקע אותם לה' נגד השמש וישב חרון אף ה' מישראל
נישט מער נישט ווייניגער, חסידי סטיטשין (ר' מאטל...) האבן געפונען פאר וויכטיג צו טרעטען אויף די תורה לעיני העדה, און אפען געהאלטן זייער שטיבל אין מאנסי כאילו לא היה, נישטא קיין מחלה, נישטא קיין סכנה, נישטא קיין תורה, נישטא קיין געזעץ, אדרבה זיי האבן געדאווענט בציבור גאנץ שבת, געשריגען און געברענט, נישט אויסגעלאזט קיין שטיקעל פון סידור, געזאגט א יעדע יוצר, געזינגען שטייטע און שנעלע ניגונים שלש סעודות, אלעס צו בלייבן עובדים מתוך מסירות נפש.
נישט זייער אייגען נפש חלילה, נאר יענעמ'ס, זאל יענער אויסגיין ח"ו פאר זייער באשעפער....
#רוצחיםבלעז
ככלב ששב על קיאו.
די וואך נאכאמאל כאילו לא היה.
ער האט געזעהן ווי די דזשאוק איז עם געלונגען פאריגע וואך און צוויי וואכן צוריק טוט ער עס נאכאמאל. וואס ער האט נישט געזעהן און אפילו נישט ברוח קדשו ווי זיינע חסידים לויפן ארום אין אנדערע פלעצער און טוען מעגליך אנזייען כאאס און שטעקן אן אנדערע
די אמת איז אז ס'כמעט אומעגליך אז ער ווייסט נישט דערפון. לולא דמסתפינא וואל איך געזאגט אז ער האט אזוי באפוילען דיירעקט אז מ'זאל זיך צוזאמקומען.
זעט אויס אז ווען מ'איז געווארן א מאסן מערדער איז עס שווער זיך אפצוגעוויינען..