☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13683
בלאט: 1 2 3

איסר האטלקי » זונטאג אפריל 19, 2020 3:20 am

· #446081
איך זע נישט וואס איז די פראבלעם פון עפענען מוסדות. רוב עלטערן האבן עס שוין געהאט, און ווער נישט זאל טאקע נישט שיקן די קינדער.

האלטן די קינדער אינדערהיים איז נישט ווי דאווענען ביחידות, נאר מ'קען פשוט אראפגיין פון זינען פון האבן אזויפיל אויפן קאפ. איך האב נישט אזא גרויסע משפחה, אבער איך קען משפחות פון דער נאנט וואס איז א פחד וואס דארט קומט פאר. עס איז א רחמנות אויף די קינדער צו זיצן דארט א גאנצן טאג.

פארשטייט זיך אז קינדער פון 60 יעריגע זאלן חלילה נישט גיין, ווי אויך טארן די קינדער נישט גיין צו די זיידעס באזוכן. אבער חוץ מזה איז שוין צייט צו לאזן דעם עולם לופטערן אביסל.

נהירא נהיגא » זונטאג אפריל 19, 2020 10:44 am

· #446092
<a class="postlink" href="https://docs.google.com/forms/d/e/1FAIpQLSftUxp7RVDeE1BXnp9ITiXE2FjljOPRAJe5OkayoGJBua5yFw/viewform">https://docs.google.com/forms/d/e/1FAIp ... w/viewform</a>

קלוגע יודל » זונטאג אפריל 19, 2020 2:53 pm

· #446114
נהירא נהיגא
https://docs.google.com/forms/d/e/1FAIpQLSftUxp7RVDeE1BXnp9ITiXE2FjljOPRAJe5OkayoGJBua5yFw/viewform

איך זאג נישט לכאן און נישט לכאן, אבער די פארם איז לאכעדיג.
1) די וואס פאלגן נישט די רבנים,
עס איז דא רבנים וואס לאזן זיין אפן, און כאילו די פאלגסט אלעס די רבנים....

2) לויערס גיין מאכן א קלעס עקשען.
די ווייסט ווי לאכעדיג דאס איז? קיין איין לויער גייט נישט אננעמען די קעיס, אוודאי נישט קעגן רעליגיעזער אינצוטאציעס. קלעס עקשען דארפטסו אויפווייזן אז די האסט געהאט שאדן אדער דאס גלייכן, וויבאלד יענער פאלגט נישט דיין רב, איז נאכנישט קיין תירוץ פאר א קלעס עקשען

3) ווער עס פילט אויס די פארם וועט באקומען געלט
קאמענטארן זענען איבריג....
📎 Screenshot_2020-04-19-14-34-25~2.png

אישתישבי » זונטאג אפריל 19, 2020 6:04 pm

· #446128
איסר האטלקי
איך זע נישט וואס איז די פראבלעם פון עפענען מוסדות. רוב עלטערן האבן עס שוין געהאט, און ווער נישט זאל טאקע נישט שיקן די קינדער.

האלטן די קינדער אינדערהיים איז נישט ווי דאווענען ביחידות, נאר מ'קען פשוט אראפגיין פון זינען פון האבן אזויפיל אויפן קאפ. איך האב נישט אזא גרויסע משפחה, אבער איך קען משפחות פון דער נאנט וואס איז א פחד וואס דארט קומט פאר. עס איז א רחמנות אויף די קינדער צו זיצן דארט א גאנצן טאג.

פארשטייט זיך אז קינדער פון 60 יעריגע זאלן חלילה נישט גיין, ווי אויך טארן די קינדער נישט גיין צו די זיידעס באזוכן. אבער חוץ מזה איז שוין צייט צו לאזן דעם עולם לופטערן אביסל.


ביסט גערעכט, לגבי די גאנצע הרחקה, שפיטעלער זענען שוין ליידיגער, און די וואס קענען נישט דערהייבן די מחלה מוזן ממילא בלייבן מרוחק פאר נאך א יאר, און דער עולם ווערט משוגע אינדערהיים.

זעקעל » מאנטאג אפריל 20, 2020 3:46 pm

· #446242
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
📎 IMG_5708.jpg


Sent from my iPhone using Tapatalk

גימפל » מאנטאג אפריל 20, 2020 11:10 pm

· #446302
א ליידיגע זעקעל האט זיך באהאלטען אונטער א ניק צו באשמוצען מענטשען ברבים. א ליידיגע זעקעל קען מען דאך סיי ווי נישט מצרף זיין צו מנין.

זעקעל » דינסטאג אפריל 21, 2020 1:39 am

· #446318
ווען איך וואוין ווען אין טעמעשוואר'ער שטעטל אין יארע 1763 וואלט איך מן הסתם אפגעלאכט פון די קארני וויצע,

כספי » זונטאג אפריל 16, 2023 8:12 pm

· #521373
פארוואס ברענג איך עס ארויף?
אריבער א דריי יאר...
ניטאמאל קיין ווארט דורך די אלע דריי יאר, נישט מצד זה נישט מצד זה


אבער כ'בין באמת נייגעריג, די אלע צוקאכטע יודן וואס האבן דא געשריבן מיט דריי יאר צוריק מיט אזא אייפער, וואס האלטן זיי כיום הזה, אויף זייער דעמאלטס'דיגע ווערק
זיי זענען געווען 100% גערעכט?
50% גערעכט?
די אנדערע זייט - די רבנים וואס האבן דאנסמאל געלאזט אפן, זענען זיי געווען 100% גערעכט?
50% גערעכט?
לאמיר הערן

קהל'ס נער » זונטאג אפריל 16, 2023 8:31 pm

· #521374
פארוואס ערווארטסטו אז איינער זאלן צוריקציען פון זיין מיינונג, וואס מען האט דעמאלטס געטין איז געוועין באזירט אויף די דאטא וואס איז דעמאלט געוועין, מען קען נישט זיין קיין חכם לאחר המעשה מיט די יעצטיגע דאטא און שרייען "איך בין גערעכט געוועהן"

תרמב » דינסטאג אפריל 18, 2023 8:11 pm

· #521677
[ציטאט אראפגענומען]
א שאד אז איך זע אזוי שפעט דיין מעסעזש, וואלסט געקענט קומען צו מיין הויז...

איך וואלט דיר מכבד געווען מיט א טרונק אויך...

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אפריל 18, 2023 11:46 pm

· #521739
[ציטאט אראפגענומען]
אויך אמת, פונקט ווי אין די גראסעריס.

פרנס החודש » מיטוואך אפריל 19, 2023 12:58 am

· #521745
קהל'ס נער
פארוואס ערווארטסטו אז איינער זאלן צוריקציען פון זיין מיינונג, וואס מען האט דעמאלטס געטון איז געוועין באזירט אויף די דאטא וואס איז דעמאלט געווען, מען קען נישט זיין קיין חכם לאחר המעשה מיט די יעצטיגע דאטא און שרייען "איך בין גערעכט געוועהן"
למעשה ווייסט מען היינט אז אז די גאנצע לאקדאונס איז נישט געווען באזירט אויף קיין שום סייענס, און דאס איז פונקטליך וואס איך און פילע אנדערע מענטשן האבן געשריגן פון דעם "ערשטן טאג". ממילא די אלע וואס האבן פרובירט מיר צו פארשטאפן דאס מויל און פארמאכן מיין ביזנעס, ישיבה, טוויטער, פעיסבוק, וועגן "סייענס", זאלן מודה זיין אז עס האט מיט סייענס קיינמאל נישט געהאט גארנישט.

ספעציעל ווען די זעלבע מענטשן וואס האבן דעמאלטס פארפירט מיט "סייענס" אן קענען צו ווייזן אויף וועלכע שטודיעס עס איז געבויעט, זענען שוין ווייטער פארנומען איינפירן צעדרייטע פאליסיס אין נאמען פון "סייענס" און פארשטייט זיך פינף יאר ארום ווען זיי וועלן שוין זיין פארנומען מיט די נעקסטע משוגעת, וועלן זיי שרייען "מיר האבן געטון די בעסטע לויט די דעמאלטסדיגע דאטא".

ממילא איז גוט קלאר צו מאכן אז עס איז קיינמאל נישט געווען קיין דאטא וואס האט אונטערגעשטיצט צוצומאכן ביזנעסעס און שולעס. סייענס איז נישט געבוירן אין 2020 און עס איז קיינמאל נישט בייגעפאלן צומאכן שולעס ביי פאליא אדער טובערקולאזיס אדער די צענדליגע פיל הארבערע ווירוסן פון די לעצטע הונדערט יאר. עס איז אויך דא זייער קלארע "סייענס" וואס עס פאסירט ווען די גאווערמענט שטעלט אפ טריעטמענט פאר יענע מחלה וכדומה פאר א האלבע יאר צייט, אדער לאזט קראנקע מענטשן אין שפיטאל אן באזיכער אדער איבערזיכט.

פרנס החודש » מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am

· #521747
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
כספי
פארוואס ברענג איך עס ארויף?
אריבער א דריי יאר...
ניטאמאל קיין ווארט דורך די אלע דריי יאר, נישט מצד זה נישט מצד זה


אבער כ'בין באמת נייגעריג, די אלע צוקאכטע יודן וואס האבן דא געשריבן מיט דריי יאר צוריק מיט אזא אייפער, וואס האלטן זיי כיום הזה, אויף זייער דעמאלטס'דיגע ווערק
זיי זענען געווען 100% גערעכט?
50% גערעכט?
די אנדערע זייט - די רבנים וואס האבן דאנסמאל געלאזט אפן, זענען זיי געווען 100% גערעכט?
50% גערעכט?
לאמיר הערן
100% גערעכט. מען האט געדארפט אנווארענען יעדעם איבער זעכציג זיך איינצושפארן מאחורי מסגר ובריח און לאזן די איבעריגע וועלט אנגיין.

פרנס החודש » מיטוואך אפריל 19, 2023 1:12 am

· #521748
[ציטאט אראפגענומען]
איך האלט אזוי, אדרבה ווי שנעלער די ווירוס גייט אריבער, אלס שנעלער קענען די עלטערע ארויסקומען פון די הייזער.

איך געדענק ווי איך האב זיך געבעטן ביי מיין מאמע ״צוויי וואכן פאר פורים״ אז מען זאל אוועקשיקן מיין זיידע אויסער די שטאט צו די קאנטרי ווייל די ווירוס איז קיין ווערטל. אלע האבן מיר אויסגעלאכט.

צוויי און א האלב וואכן שפעטער האבן זיי שוין גארנישט געלאכט פון דעם אבער האבן געלאכט פון מיין ״נארישע״ געדאנק אז אלע עלטערע זאלן זיך איינשפארן און די אינגערע זאלן דוקא זען צו כאפן די ווירוס כדי צו שאפן הערד אימיוניטעט אז די עלטערע זאלן קענען ארויסקומען.

דער גאלדענער אדלער » מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:54 pm

· #522096
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
לעצטענס אריין געבאמפט אין דעם ארטיקל.
אינטערעסאנט ווי דער פראגרעסיווער מעדיקל סטודענט אין א ליבעראלע מאגאזען ווי ניוזוויק איז מודה על האמת. ס'פאטש זיי נעבעך אין פנים, ווי 250 יאר פון ענלייטמענט איז גאנגן צו די רוחות.



https://www.newsweek.com/its-time-scientific-community-admit-we-were-wrong-about-coivd-it-cost-lives-opinion-1776630?s=08

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

פרנס החודש » זונטאג אפריל 23, 2023 12:09 am

· #522105
Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות
וואס איז אינטערעסאנט איז נישט אז איינער האט געשריבן אן ארטיקל נאר אז זיי האבן עס אריינגעלייגט. זיי האבן שוין היינט נישט קיין פראבלעם עס צו אריינלייגן און אפילו מודה זיין אז עס איז געווען א טעות (?!) ווייל זיי זענען שוין ב״ה פארנומען חרוב מאכן לעבנס מיט די קומענדיגע משוגעת פון ״סייענס״.
בלאט: 1 2 3